☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שו"ת 'לייקס' והמסתעף

שו"ת 'לייקס' והמסתעף

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2553
בלאט: 1 2

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:39 pm

· #70522
שו"ת 'לייקס' והמסתעף
אזויווי איך בין דא היבש ניי, אנגעקומען פון אן אנדערע וועלט, אריינגעטראסקעט דא אהער, און א הייסע וואך ביי כלל ישראל (שוין ווייטער כלל ישראל) יא, ביי די וועבערמאן טרייעל (סא-מא-טוכ-ע) ווען קאווע שטיבל) ק״ש) איז געוועהן אויף האלד, און האט נישט אויפגעהויבן קיינע ביפס, קינד און קייט זענען געוועהן צוגענאגלט צום ריפרעש קנעפל חלילה נישט צו פארפאסן קיין דעטאל פון די פראצעס, כ׳מיין סוף כל סוף איז דאך דער גאנצער (וויליאמסבורגער) עולם אויפן טרייעל (באשולדיגונגס באנק) (אין דעינז'אר)

איך קום אריין אין שטיבל קיינער גריסט מיר נישט קיין גוט מארגן, נישט קיין גוט יאר, (ניטאמאל קיין גוטע מועד) איך פארשטיי אבער די מצב, טייל זענען אבלים, טייל גאר חתנים ביי די חתונה, מען יאגט זיך אריין און ארויס פון טוויטער צו ק"ש און צוריק צו אורן יניב, מען שרייט אויף די העכסטע טענער און קיינער גיבט נישט אונטער....

בטבע בינעך זייער א שטילער, צוריק געצויגענער (לאו קאנפידענס) קליינע מאס סעלף עסטיעם, און נאכנישט אהינגעגעבן די פאר טאלער פאר הורוביץ פון ספינקא פאר די באאסט. אבער אז אלע שרייען האבעך נישט קיין סטעידזש פרייט און איך שריי אריין מיינע צוויי ניקל, איך זאג אריין מיין ארעמע עניית דעתי (דאפלט איז שטערקער) און מען שרייט צוריק אנדערע זענען גראדע יא מסכים מיט מיין ארעמקייט.... ביז

פלוצלינג דערזעה איך אונטער מיין הודעה א מעלדונג, אכטונג, סוי ענד סוי האט גע׳לייקט דיין מעלדונג.... פשששש. אזאנס, געלייקט גאר...

כאב שוין געהערט פון פאללאו, ריטוויט, לייק, און אפילו גע'פינט, אבער געלייקט איז א נייע ערשיינונג. אבער העי, כ'קען מיך דערצו צופאסן, ובפרט אין אזא שווערע זמן וואס ארץ יראה ושקטה חמש מאות פרסה גיי איך נישט קיינעם באלמוטשען און אוועקנעמען טייערע צייט פון תגב'ענען ביים הויפט סאמאטוכע אשכול

אבער איצט אז די געמיטער זענען עטוואס בארואיגט, לייף סימס טו מאוו אן (ליידער) מען רעדט שוין וועגן סענדי הוק און בחירות אין ישראל, מען ווייסט שוין צוריק אז די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי א העסליכע נ"י פאוסט ארטיקל, היטלער איז סוכ״ס נישט אן די רייז אין ווענעזועלע, קען איך מיך ערלויבן צו פרעגן אפאר פראגן וואס עגבערט מיר בנוגע די 'געלייקט' מאדע:

וזה החלי, א'. איז דא עפעס א חילוק צו די האט געלייקט מספר איז מער ווי באקומען לייקס, זאגט דאס עפעס אויף דעם ניק אדער אויף די אנדערע ניקס... דהיינו אז איינער האט מער לייקס ווי ער האט געלייקט אנדערע איז טייטש אז ער איז א פשוט'ער עגאאיסט וואס פארגינט נישט אנדערע קיינע לייקס, אדער פשט איז אז ער שרייבט טאקע רוב מאל בעסער ווי וואס ער ליינט!

ב'. איז דא רולס ווען מען לייקט, אדער מען איז פריי צו טון ווי מען וויל? למשל אז איך האב ליב איינעם'ס אויסשפראך אבער איך דינג זיך מיט׳ן אינהאלט, וואס טוה איך דאמאלס, למשל איך גלייך יענקל'ס וועג פון שרייבן צומאל, אבער איך דינג זיך מיטן תוכן. איז אויב איך וועל לייקן וועט דאך זיין א חשש שלא יאמרו, און מדשתקו רבנן שמע מינה דניחא להו, און ממילא אפשר טאר איך אויף דעם פאל נישט לייקן?

ג'. איז דא עפעס א זאכליכע פאקטישע באלוינונג פאר א הויכע צאל לייקס, אדער מען דארף זיך באגנוגען מיט די פשוט'ע גוטע געפיל פון זיין באליבט דורך א פרעמדן ניק, בינו לבין קונו?

דאס איז פאר יעצט, ועוד חזון למועד.

DotCom » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:54 pm

· #70526
חידה: וואס האט לייקס מיט מקוה אין קאממאן?

הינט: ק"ש און אייוועלט.

שלום עליכם לעמאן דזשוס!

זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:59 pm

· #70529
אה.. איך האב א גאנצער שו"ע מיט נושאי כלים אויף די לייק נושא. מיין מהלך איז אזוי: א גוט געשריבענע תגובה פראפעסיאנאל אראפגעלייגט קומט זיך קלאר נישט א לייק אויב דער תוכן איז נישט צו מיין געשמאק! אדרבה, אויב שרייבט ער נישט צו מיין געשמאק וואלט איך אים ענדערש געלייקט אויב ער לייגט עס נישט גוט אראפ!...

א תגובה וואס איז גוט געשריבן אדער עוורעדזש געשריבן און דער תוכן איז לרוחי, באקומט א לייק. אויב איז עס גאר שלעכט געשריבן (גראמאטיק, ספעללינג, דאטס, קאממעס) נישט!

א תגובה וואס איז סתם אזוי אינפארמאטיוו באקומט א לייק ווילאנג עס 'שמעקט נישט פון 'קיהלשאפט'. וק"ל.

א תגובה וואס מאכט מיר אשפג"ן אינסטענטלי, באקומט א לייק אפילו ס'נישט גוט געשריבן.

יעצט, וועסטע פרעגן ס'דא אזויפיל גוטע תגובות תוכן'ווייז און גוט אראפגעלייגט און דאך האב איך עס נישט גע'לייקט. וואסי פשט? עלעך דיר זאגן גיב א קוק דארט לינקס, וויפיל האט יענער גע'לייקט?

אויב האט יענער איבער די מאס מער לייקס פון וויפיל ער האט אליין גע'לייקט. גיי איך אים נישט לייקן. און ניין, נישט אלץ נקמה. זיין מהלך ווייזט מיר נאר אז ער פארשטייט נישט און אפרישיעט נישט די וואליו פון א 'לייק', איז פארוואס זאל איך וועיסטן מיין 'לייק' פאר אים?

אין א נויט ווען אזא איינער שרייבט גאר גוט און איך מוז עס לאזן וויסן, וועל איך ציטירן זיין תגובה און צולייגן א הענטעלע כזה 👍 ובזה יצאתי.

ניו יארק » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:05 pm

· #70530
לעמאן דזשוס
ב׳ איז דא רולס ווען מען לייקט, אדער מען איז פריי צו טון ווי מען וויל, למשל אז איך האב ליב איינעם׳ס אויסשפראך אבער איך דינג זיך מיט׳ן אינהאלט, וואס טוה איך דאמאלס, למשל איך גלייך יענקל׳ס וועג פון שרייבן צומאל, אבער איך דינג זיך מיטן תוכן איז אויב איך וועל לייקן וועט דאך זיין א חשש שלא יאמרו, און מדשתקו רבנן שמע מינה דניחא להו, און ממילא אפשר טאר איך אויף דעם פאל נישט לייקן

ביי איי-וועלט איז געווען א אנקעטע א שטיק צייט צוריק אויב מען זאל דארט מאכן א "דאנק" (לייק) קנעפל צו נישט, איינע פון די אפשענס איז געווען אז מען זאל מאכן א לייק קנעפל און מען זאל קענען צושרייבן קורצע קאממענטס דערצו.
איך מיין אז עס איז גאנץ א גוטע איידיע

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:11 pm

· #70531
הרבה קולמסין כבר נשתברו על ענין רז זה, עיין כאן, וכאן.

zurich » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 5:21 pm

· #70566
זר זהב
אה.. איך האב א גאנצער שו"ע מיט נושאי כלים אויף די לייק נושא. מיין מהלך איז אזוי: א גוט געשריבענע תגובה פראפעסיאנאל אראפגעלייגט קומט זיך קלאר נישט א לייק אויב דער תוכן איז נישט צו מיין געשמאק! אדרבה, אויב שרייבט ער נישט צו מיין געשמאק וואלט איך אים ענדערש געלייקט אויב ער לייגט עס נישט גוט אראפ!...

א תגובה וואס איז גוט געשריבן אדער עוורעדזש געשריבן און דער תוכן איז לרוחי, באקומט א לייק. אויב איז עס גאר שלעכט געשריבן (גראמאטיק, ספעללינג, דאטס, קאממעס) נישט!

א תגובה וואס איז סתם אזוי אינפארמאטיוו באקומט א לייק ווילאנג עס 'שמעקט נישט פון 'קיהלשאפט'. וק"ל.

א תגובה וואס מאכט מיר אשפג"ן אינסטענטלי, באקומט א לייק אפילו ס'נישט גוט געשריבן.

יעצט, וועסטע פרעגן ס'דא אזויפיל גוטע תגובות תוכן'ווייז און גוט אראפגעלייגט און דאך האב איך עס נישט גע'לייקט. וואסי פשט? עלעך דיר זאגן גיב א קוק דארט לינקס, וויפיל האט יענער גע'לייקט?

אויב האט יענער איבער די מאס מער לייקס פון וויפיל ער האט אליין גע'לייקט. גיי איך אים נישט לייקן. און ניין, נישט אלץ נקמה. זיין מהלך ווייזט מיר נאר אז ער פארשטייט נישט און אפרישיעט נישט די וואליו פון א 'לייק', איז פארוואס זאל איך וועיסטן מיין 'לייק' פאר אים?

אין א נויט ווען אזא איינער שרייבט גאר גוט און איך מוז עס לאזן וויסן, וועל איך ציטירן זיין תגובה און צולייגן א הענטעלע כזה 👍 ובזה יצאתי.

אבער זר וואלסט נישט געוואלט אז די יעניגע וואס האבן דיר געלייקט וואלטן אויך געהאט אזאלכע פשעטליך פארן דיך לייקן.

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:19 pm

· #70592
טייערע לעמאן,
א לייק איז ווי א לעמאן, ווי מער דו ביסט משקיע, דו קוועטשט דעם לייק, אלץ מער דשזאס רינט ארויס.

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:41 pm

· #70596
[ציטאט אראפגענומען]

מ'טאר זיך נישט ווייקן דערין, גע'טובל'ט און ארויס. אויב ליגט מען אין דעם צו סאך איז יצא שכרו בהספידו...

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:10 pm

· #70602
געפילטע פיין, אבער ווי ליגט עס אינעם הינט באגראבן

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:20 pm

· #70604
זר, מאכסט מיר פאר א שואל כענין, זע׳ענדיג דיין געוואלדיגע משיב כהלכה

דיין צוגאנג צו די שאלה באזארגט מיר

DotCom » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:11 pm

· #70620
[ציטאט אראפגענומען]

סארי... מיין פאולט, איך האב אנגענומען מיט א פשטות אז דער עולם וועט כאפן דעם דזשאוק האב איך עס ניטאמאל געשריבן,

עניוועי, ביידע ווערן רוב מאל געפענט דורך נייע מעמבער'ס (נישט וואוסענדיג אז עס איז שוין אסאך אויסגעשמועסט געווארן), אין אייוועלט ווען מען פלעגט זעהן א מקוה אשכול האט מען געוואוסט אז א נייער ניק איז צוגעקומען.

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 1:53 pm

· #70817
שבתי וראיתי, אז אמאל, חדשים צוריק, ווען קאווע האט נאך נישט געהאט אזויפיל באנוצער, איז 10 לייקס געווען ממש די שיא. דערפאר קען מען זעהן נייע ניקס וואס אקיומילעיטן צענדליגע לייקס כמעט אזוי סאך ווי די מספר ההודעות, צוליב די ריבוי עם ברוך השם.
אפשר טאקע איז דא דער מקום מעורר צו זיין פאר די נייע ארוםצוקוקען אין די ארכיוון, און לייק'ן אביסעל.
איך מיין נישט קיינעם אויסער מיך...

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:53 pm

· #70838
לייקן איז ווי א אינשורענס פאליסי פאר אן אגענט. יארן נאכן שרייבן א תגובה, פארדינט מען נאך אזוי בהיסח הדעת א לייק טשעקל אין די אישי פאסט באקס. אזא רעזידועל אינקאם.

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:52 pm

· #70979
זר זהב
אויב האט יענער איבער די מאס מער לייקס פון וויפיל ער האט אליין גע'לייקט. גיי איך אים נישט לייקן. און ניין, נישט אלץ נקמה. זיין מהלך ווייזט מיר נאר אז ער פארשטייט נישט און אפרישיעט נישט די וואליו פון א 'לייק', איז פארוואס זאל איך וועיסטן מיין 'לייק' פאר אים?

זאגט נישט די סברא פארקערט?

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:11 pm

· #70984
ניין, ווייל אויב וואלט ער פארשטאנען וואס א לייק מיינט פאר א צווייטן ושרייבער וואלט ער זיכער געטראפן מער תגובות וואו אריינצואווארפן א לייק.

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:15 pm

· #70987
סאו דו מיינסט צו זאגן אז ער פארשטייט נישט די וואליו וואס א לייק האט פאר דער וואס באקומט איהר.

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:18 pm

· #70988
איך מיין צו זאגן אז ער אפרישיעט לכאורה נישט צופיל א ''לייק'', ווייל אויב יא וואלט ער פארשטאנען אז א צווייטער וואלט אויך הנאה געהאט פון א לייק. איז אויב אזוי, פארוואס זאל איך וועיסטען פאר אים א לייק? ביי מיר האט עס א וואליו.

זר זהב » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:58 am

· #71046
סארי אנאנים פארן' נישט לייקן דיינע ליקוטים, ס'געווען פיהל מיט שנאת ישראל. האבעך נישט געקענט. בתקוה להבנה

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:01 am

· #71057
ענק האבען מיר נאר מער צומישט מיט ענקער הסברים אויף ווען צו לייקען, שוין איך וועל ממשיך זיין צו לייקען ווען אידען זאגען גוטע ווערטער און א גוטע תגובה אויך געבען ווען ס'פעהלט אויס...
קוקטס די חילוק ביי מיר:
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

געוואלד געשריגן » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:26 am

· #71083
טעפל
ענק האבען מיר נאר מער צומישט מיט ענקער הסברים אויף ווען צו לייקען, שוין איך וועל ממשיך זיין צו לייקען ווען אידען זאגען גוטע ווערטער און א גוטע תגובה אויך געבען ווען ס'פעהלט אויס...
קוקטס די חילוק ביי מיר:
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

To be fair, you've given more likes than comments

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:08 am

· #71099
געוואלד געשריגן
טעפל
ענק האבען מיר נאר מער צומישט מיט ענקער הסברים אויף ווען צו לייקען, שוין איך וועל ממשיך זיין צו לייקען ווען אידען זאגען גוטע ווערטער און א גוטע תגובה אויך געבען ווען ס'פעהלט אויס...
קוקטס די חילוק ביי מיר:
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

To be fair, you've given more likes than comments

גערעכט איז גערעכט, איך פלעג אנשטאטס תגובות געבען לייקס, כ'האב שוין אנגעהויבן געבן תגובות בנוסף צו די לייקס.
אפשר שרייבסטו אידיש???

לעמאן דזשוס » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:55 pm

· #71249
הוספה א׳
אין די לעצטע עטליכע טעג איז נתעורר געווארן נאך עטליכע הערות והארות בנוגע די ׳געלייקט׳ עפידעמיע, טייל זענען אויפגעברענגט געווארן דורך אנדערע חשובע חבירים ווי זר׳ל (העי איך בינדאך זר) וואס איז א שטיקל לייק עקספערט

ד׳ א לענגערע ארטיקל וואס קומט פון אנדערע זייטלעך (קעגנערישע) און עס געפעלט איינעם דאס ארטיקל....די שאלה איז צוטיילט אין צווייען צד א׳ מען נעמט אוועק די אפציע צו לייקן...(שיטת זר ודעימי) צד ב׳ מען לייקט דעם באענגער פאר די קלארע שכל אהערצוברענגן עפעס זאכליך. צד ג׳ (א נייע צד) מען מאכט א ניק אויף יענע וועב זייטל און מען שרייבט א פארלוימדונגס תגובה

ה׳ וויזוי ברענגט מען ארויס א ׳דיסלייק׳, למשל, איך וויל נישט תגב׳ענען אבער חלילה נישט לאזן הנייר חלק, פארוואס פירט מען נישט איין א דיסלייק קנאפ...וזאת לתעודה אז די דיסלייק קנעפל קען זיין א גלאבאלע אויפטוה וואס מען קען איינפירן ביי די ספר הפנים וועבזייטל אויך...האט דאס צו טון מיט די נייע ׳חיזוק׳ עפאכע

ו׳ איז דא ערגעץ ווי מען קען קויפן א צאל לייקס, למשל פאללאערס אויפ׳ן פייגל און פריינט אינעם געזוכטבוך קען מען פאר אפאר פיאסטער קויפן ביי געוויסע סייטס, קען מען לייקס אויך איינהאנדלען אויפן שווארצן יריד

ז׳ אויב מען מערקט אז א געוויסע ניק לייקט צופיל א צווייטן, מעג מען אנהייבן חשד׳ענען אז עס איז א שווינדל...און א קאנספיראציע

ח׳ וויזוי איז מעגליך איבערצויאגן יידל׳ס לייק מספר...אויב ער האלט און איין מוסיף והולך זיין

געוואלד געשריגן » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:30 pm

· #71282
טעפל
געוואלד געשריגן
טעפל
ענק האבען מיר נאר מער צומישט מיט ענקער הסברים אויף ווען צו לייקען, שוין איך וועל ממשיך זיין צו לייקען ווען אידען זאגען גוטע ווערטער און א גוטע תגובה אויך געבען ווען ס'פעהלט אויס...
קוקטס די חילוק ביי מיר:
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

To be fair, you've given more likes than comments

גערעכט איז גערעכט, איך פלעג אנשטאטס תגובות געבען לייקס, כ'האב שוין אנגעהויבן געבן תגובות בנוסף צו די לייקס.
אפשר שרייבסטו אידיש???

איך וועל פראבירן..

ס'איז די זעלבע ביי מיר ווייל איך קענען לייענען בעסער ווי שרייבן

טעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 4:57 am

· #71383

די לייק האב דיר געגעבען פארן זיך מטריח זיין צו שרייבען אין אידיש.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:34 pm

· #71438
לכבוד המתעסקים בעניני אהבת הזולת ואהבת עצמי, הנקרא בלשון-עם-זו "לייקן".
(בד"וו, דאס איז די תיבות פון די ראשי. נישט ווי מאנכע זענען פותר "בלשון עם זר" - פראנצוזיש איז נישט פרעמד געווען פאר רש"י ז"ל).

איך כשלעצמי האב ליב לייקס, נישט ווייל די נומערען פון לייקס שטייגען העכער, פשוט ס'ווייזט מיר אז דר'עולם האט הנאה געהאט, ענד איי לייק דעט. אלץ מיר אויס וואלטן די מנהלים געקענט איינשטעלען אז די מספר הלייקס ווערט נעלם נאך א וואך צוויי. דער עיקר איז אז כ'זעה א תוצאה חיובי פון די ליינער. - נישט יעדער קומט אויף מיט א בליציגע שכוח-נוסח, און מאנכע ווילען נישט מגיב זיין פלעין. פארדעם איז א לייק פונקט גוט.

און אזויווי כ'האב שוין פריער מעורר געווען, די מספר הלייקס ווייזט נישט באמת אויף כמות און איכות פון דעם ניק'ס סחורה, ווייל יעדען טאג קומען צו ניקס (יותר מן המתאבדים רח"ל) ע"כ איז מעגליך מיט א עטליכע תגובות צו באקומען לייקס אין די וועלט אריין. משא"כ אלט-געזעצענע מאמרים האב דאן געהאט 18 לייקס, כמעט די מעקסימום.

אזוי טראכטענדיג, אפשר זאל מען שרייבן א code וואס רעכענט אויס די פראצענט פון לייקס לעומת די תגובות. ד.ה. ס'וועט זיך מעסטן לויט וויפיל תגובות זענען געלייקט געווארן, און לאו-דוקא יעדע תגובה כשלעצמה. ביתר ביאור, ס'זאל ווייטער בלייבן ווי ביז איצט, מ'זאל קענען זעהן אונטער דעם תגובה די מספר הלייק'ערס. אבער לגבי דעם ניק אליין, אויף די לינקע זייט, זאל מופיע זיין די פראצענט פון זיי תגובות וואס זענען גע'לייק'ט געווארן.

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:11 pm

· #71451
1229 מאל 40.113913751 פראצענט איז 493 לייקס

1230 מאל 40.162601626 פראצענט איז 494 לייקס

קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:17 pm

· #71453
געפילטע פיש
1229 מאל 40.113913751 פראצענט איז 493 לייקס

1230 מאל 40.162601626 פראצענט איז 494 לייקס

מהדורת בתרא/פרידפרוי הוד-ועזר
אפשר זאל מען שרייבן א code וואס רעכענט אויס די פראצענט פון לייקס לעומת די תגובות פון יענעם ניק

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:05 pm

· #147014
איך האב באקומען א לייק, און ווען איך דרוק "קליקט אויף דעם לינק צו זען די הודעה" באקום איך דאס: "איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום".
איינער ווייסט אפשר פשט? ס'איז נישט מאחורי, ווייל איך האב דארט נישט קיין עקסעס.

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 3:21 pm

· #147060
רויטע וואנצעס
איך האב באקומען א לייק, און ווען איך דרוק "קליקט אויף דעם לינק צו זען די הודעה" באקום איך דאס: "איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום".
איינער ווייסט אפשר פשט? ס'איז נישט מאחורי, ווייל איך האב דארט נישט קיין עקסעס.

מ'האט מן הסתם אוועקגעפירט דע גאנצען אשכול אין דראנג אריין..

מצטמק ויפה » מיטוואך מערץ 19, 2014 12:03 am

· #191230
עס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט, די גאנצע לייק סיסטעם דא אין שטיבל, ווי עס קוקט מיר אויס, אז עס גייט בערך אזוי, אויב האט דער ליינער געשמייכעלט איינמאל אינמיטען ליינען דאן שענקט ער א לייק, אבער אויב נישט דאן מאן דכר שמיה.

לאמיר עס מגדיר זיין, ווען יענער ברענגט אראפ א גוט שטיקעל נייעס, פארוואס קומט זיך איהם נישט א דאנק, ( טראכט'ס נישט קיין רגע אז איך מיין דא מיר, ווייל איך בין נישט קיין נייעס ברענגער) האסט הנאה אז יענער האט דיר אינפארמירט מיט די נייעס? דאן זאג איהם א דאנק, מיט א לייק, אזוי וועט ער שרייבן נאך, און דיך ברענגען נאך נייעס.
די זעלבע איז ווען יענער זאגט א גוטע נקודה, געדאנק, עס איז טאקע נישט צום לאכן אבער ער זאגט גוט, איז פארוואס נישט לייקען? .

איז לכבוד דעם וואלט איך פארגעשלאגן, אז עס וואלט געווען כדי ווען עס זאל זיין דריי קנעפלעך,1) "לייק", ( הנאה געהאט פונ'ם תגובה) 2) "א דאנק" ( יישר פארן ברענגען די נייעס, בילד וכדו') 3) גוט געזאגט ( איר זאגט א גוטע נקודה איך שטום צי).
הא, א גוטע בייפאל?

רויטע וואנצעס » מיטוואך מערץ 19, 2014 12:14 am

· #191232
/

מצטמק ויפה » מיטוואך מערץ 19, 2014 12:16 am

· #191235
רויטע, וואס איז געווען דיין לייק? 1 2 אדער 3?!

גנדי » מיטוואך מערץ 19, 2014 12:21 am

· #191236
דוכט זיך בוז-פיד האט אזא סיסטעם.
לייק. אמג. ווטפ. לאל. וכדומה.

רויטע וואנצעס » מיטוואך מערץ 19, 2014 12:22 am

· #191238
מצטמק ויפה
רויטע, וואס איז געווען דיין לייק? 1 2 אדער 3?!

מצטמק ויפה
עס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט, די גאנצע לייק סיסטעם דא אין שטיבל, ווי עס קוקט מיר אויס, אז עס גייט בערך אזוי, אויב האט דער ליינער געשמייכעלט איינמאל אינמיטען ליינען דאן שענקט ער א לייק, אבער אויב נישט דאן מאן דכר שמיה. =3

לאמיר עס מגדיר זיין, ווען יענער ברענגט אראפ א גוט שטיקעל נייעס, פארוואס קומט זיך איהם נישט א דאנק, ( טראכט'ס נישט קיין רגע אז איך מיין דא מיר, ווייל איך בין נישט קיין נייעס ברענגער) האסט הנאה אז יענער האט דיר אינפארמירט מיט די נייעס? דאן זאג איהם א דאנק, מיט א לייק, אזוי וועט ער שרייבן נאך, און דיך ברענגען נאך נייעס.
די זעלבע איז ווען יענער זאגט א גוטע נקודה, געדאנק, עס איז טאקע נישט צום לאכן אבער ער זאגט גוט, איז פארוואס נישט לייקען? =3

איז לכבוד דעם וואלט איך פארגעשלאגן, אז עס וואלט געווען כדי ווען עס זאל זיין דריי קנעפלעך,1) "לייק", ( הנאה געהאט פונ'ם תגובה) 2) "א דאנק" ( יישר פארן ברענגען די נייעס, בילד וכדו') 3) גוט געזאגט ( איר זאגט א גוטע נקודה איך שטום צי).
הא, א גוטע בייפאל? =1

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 19, 2014 12:25 am

· #191239
ביזדערווייל איז א לייק אלעס אינאיינעם. ווען איינער ברענגט פון דרויסן איז דאס א דאנק, ווען ער זאגט א מיינונג און דו עגריסט איז דאס א הסכמה, און ווען ער שרייבט זאפטיג איז דאס א לייק.
ווען איך ברענג א טרויעריקע רעפארט קומט מיט נאכאלץ דעם לייק אלס א דאנק.
וכמו שכתב מצטמק.

הוגה » פרייטאג מערץ 21, 2014 7:02 pm

· #191850
לכאורה ליידט ער פון דער קראנקהייט:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5810">viewtopic.php?f=4&t=5810</a><!-- l -->

לית דין בר נש » מאנטאג מאי 19, 2014 3:28 pm

· #201132
ווי קען איך ארויסווייזן הכרת הטוב צו א חבר השטיבל וואס העלפט מיר ארויס אין אישי?
איך האלט נישט אז עס האט א פשט צוגיין צו צעהן אלטע הודעות פון אים און פשוט געבן א לייק. אדער אפשר בין איך נישט גירעכט און איך דארף יא דאס טוהן.
איך וויל הערן פון די זקנים דא אויב עס איז דא א געדאנק אויף דעם אדער איך זאל פשוט טוהן וואס איך האב געשריבן? אפשר זאל מען מאכן א לייק קנפל אין אישי as well?

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 19, 2014 5:30 pm

· #201148
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/191881">viewtopic.php?p=191881#p191881</a><!-- l -->

שעפטל » דינסטאג מאי 20, 2014 8:19 pm

· #201438
טעפל
רויטע וואנצעס
איך האב באקומען א לייק, און ווען איך דרוק "קליקט אויף דעם לינק צו זען די הודעה" באקום איך דאס: "איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום".
איינער ווייסט אפשר פשט? ס'איז נישט מאחורי, ווייל איך האב דארט נישט קיין עקסעס.

מ'האט מן הסתם אוועקגעפירט דע גאנצען אשכול אין דראנג אריין..

אגב, ווען איך פארמעק א תגיבה משום איזה סיבה און ס'האט א לייק דערויף, פארליר איך עס...?

גאלד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:42 pm

· #243281
ס'אט מיר יעצט געכאפט די גיסטע צו אראפשטעלן פאר די רעקארד מיין פערזענליכע הגדרה פון געבן א לייק,
איך זאג נישט אז יעדער מוז אנעמען מיין מהלך, אבער איך האלט ס'ווערד צו נעמען אין באטראכט,
און איך זעה אז דאס רוב גייען מיט דעם מהלך אבער איך קען באשטיין עס צו אויסליפטרן,
למען ידעו אז ווען איך געב א לייק מיינט דאס איינע פון די 3 קאטעגאריעס

1. איז פשוט א מענטשליכקייט ענין, ווען איך ליין א תגובה וואס האט מיר געברענגט סיי וואספארא קורת רוח, א שמייכל צו סתם הנאה, קען איך פשוט נישט זיין קיין חזיר און נישט געבן א לייק, ס'פונקט ווי איינער זאל מיר האלטן די טיר און נישט זאגן קיין שכוח, און דעם איז נכלל אפי' איינער שרייבט נישט עפעס ווייסעך וואס, אדער איך בין אפשר נישט מסכים 100% מיט די עצם תוכן, נאר בלויז אז דער סיגנון איז מליצה'דיג, קאמיש און מיט א טעם, אזאנס שפיר איך אויך א חוב צו זאגן "שכוח"

2. באופן וואס איך וואלט געשריבן די זעלבע אויב יענער וואלט נישט, דאס מיינט צו זאגן אז מיין שרייבן איז שוין איבריג און אויב ווילט איר וויסן וואס איך האלט איבער דעם נושא ליינט וואס דער כותב שרייבט,

3. איז א ענין פון "כה לחי", מיינט אזוי צו זאגן, מאכט זיך אז איינער שרייבט איבער א נושא וואס איך בין אפשר נישט אזוי אויסגעקאכט, ס'נישט מיין האבי, די גאנצע סאבדשעקט ציעט מיר נישט עפעס אזוי, אבער אזויפיל זעהט מען אז דער כותב האט אריינגעלייגט אסאך כח און מח אין זיינע ווערטער, ס'איז געשריבן אויסגערעכנט מיט אינטעלגענט און קלאס, אזא איינער וויל איך פשוט געבן די הכרה אז איך בין מכיר און זיין שיינע ארבעט, און איהם מוטיגן צו ממשיך זיין.

פארשטייצעך די תוכן התגובה זאגט שוין מער ווייניגער אונטער וועלכער קאטעגאריע דער לייק איז,

בכלל בין איך א גרויסע חסיד פון די לייקס מחמת כמה סיבות, איך זעה אז אייוועלט עקשנט זיך נאך, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ס'האט נאר מעלות, ואלו הן:

1. ס'געט גאזאלין - טרייב קראפט - פאר די שרייבערס,

2. א גרינגע וועג מיט איין קליק צו זיין מענטשליך און זאגן "שכוח",

3. אנדערש ווי א אגדול אין א באזונדערע תגובה פארחזערט סתם מיט איבעריגע תגובות שלא מן הענין

4. אנדערש ווי א אגדול אין א באזונדערע תגובה קען מען אסאך מאל נישט כאפן צו וואס און צו וועמען ס'באציעט זיך

5. דער עצם תגובה באקומט א העכערע וועליו, אזוי מ'קען זיך אויסקלויבן צו ליינען די גוטע תגובות,

6. ס'ברענגט סתם אזוי אהבת חברים, וואס ווייס מיר אונז וועלכער קליינקייט קען ברענגען משיח,

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:59 pm

· #243295
ס'איז א #2 לייק.
נישט אז איך וואלט געשריבן, (האט מיר דען איינער צוריקגעהאלטן?), נאר אויב דארף איך ווען שרייבן וואלט איך געשריבן ס'זעלבע.

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:05 pm

· #243298
א לייק משולשת
מרקד על תלת

מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:40 pm

· #243302
לית דין בר נש
א לייק משולשת
מרקד על תלת

ס'איז נישט מעגליך א לייק פאר אלע דריי! ווייל צוויי מיט דריי איז א תרתי דסתרי.
צוויי איז אויב ער וואלט ווען געשריבן גענוי די זעלבע, און דריי איז אויב ער איז נישט באהאווענט אינעם נושא אבער ס'דערקענט זיך פרי עמלו פונעם מגיב.

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:45 pm

· #243305
מאטי מחולק ליין איבער
1 קורת רוח
2 וואלט געשריבן די זעלבע
3 כה לחי
ער האט גראדע ארויסגיברענגט כה לחי אויף יענע אופן אבער עס איז לאו דוקא
שטימט נישט עפעס מיט מיין שלשלת?

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 3:45 pm

· #243326
לית דין בר נש
מאטי מחולק ליין איבער
1 קורת רוח
2 וואלט געשריבן די זעלבע
3 כה לחי
ער האט גראדע ארויסגיברענגט כה לחי אויף יענע אופן אבער עס איז לאו דוקא
שטימט נישט עפעס מיט מיין שלשלת?

לויט דיר איז אלע בערך די זעלבע, אויב איך האלט אויך אזוי (2) איז אוודאי קורת רוח (1) און כה לחי (3).

איך וואלט עס מסדר געווען אזוי.

1) 'פון מיין מויל!'
ער זאגט ממש וואס איך האב געטראכט, און איך וואלט באמת געזאלט זיך אנשטרענגען און שרייבן דאס זעלבע (2), וואס דאן בין א גרויסער בעל חוב פאר אים, ער האט מיר מהנה געווען מיטן צוטרעפן און מיטשטימען מיט מיר, און פארשפארן מיין צייט, איך 'קום' אים א לייק.

2) קורת רוח.
אפי' איך שטים נישט צו אינגאנצן מיט וואס ער שרייבט, אבער עס איז א פיינער זאפטיגער קאמענטאר, שיינע מליצות און הומאריסטיש, וואס הייבט דעם שטיבל צום נעקסטן שטופע, דא בין איך אים מכיר טוב פארן ברענגען א שמייכל אויף מיינע ליפן, אבער מצד שני שטים איך נישט צו צו יעדן ווארט זיינעם, און איך פארקוק אפשר אביסל פון מיינע פרינציפן, סאו דער לייק איז אביסל א גרעסערע חסד פון מיין זייט.

3) כה לחי.
איך ווייס נישט אויב איך שטים צו אדער קריג זיך, איך בין פשוט נישט גענוג באקאנט אין דעם ענין עס איז עפעס נישט מיין האבי, אויך איז עס נישט מוראדיג מליצה'דיג און עס האט מיר נישט ממש געברענגט צו שמייכלען, אבער דער האט זיך אנגעשטרענגט, אריינגעלייגט קאפ און צייט און שיין ארויסגעברענגט און פארברייטערט דעם שמועס (3), דא איז מיין לייק דאס גרעסטע חסד, ווייל בעצם בין איך אים גארנישט שולדיג, עס איז נאר מענטשליכקייט און בארייכערט דעם אטמאספער אין שטיבל.

חאצקעל שניידער » זונטאג מאי 3, 2015 4:40 pm

· #272040
Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף
פארוואס איז נישטא קיין דיסלייק קנעפל דאס וואלט מיר פארשפארט צייט פון שרייבן א תגובה דערגעגן אויב האב איך נישט עפעס ספעציעל צוזאגן אויסער דעם אז איך דינג זיך.

א איד » זונטאג מאי 3, 2015 4:44 pm

· #272044
ווייל מען וויל אז ווען די דינגסט זיך זאלסטו מסביר זיין פארוואס דו האלטסט אנדערש כדי להגדיל קאווע שטיבל ולהאדירה.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 3, 2015 7:08 pm

· #272123
חאצקעל שניידער
פארוואס איז נישטא קיין דיסלייק קנעפל דאס וואלט מיר פארשפארט צייט פון שרייבן א תגובה דערגעגן אויב האב איך נישט עפעס ספעציעל צוזאגן אויסער דעם אז איך דינג זיך.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/33729">viewtopic.php?p=33729#p33729</a><!-- l -->

חאצקעל שניידער » זונטאג מאי 3, 2015 7:37 pm

· #272132
Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף
כהער כבין אבער נישט משוכנע געווארן[emoji18]

נופת צופים » זונטאג מאי 3, 2015 8:56 pm

· #272157
Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף
חאצקעל שניידער
פארוואס איז נישטא קיין דיסלייק קנעפל דאס וואלט מיר פארשפארט צייט פון שרייבן א תגובה דערגעגן אויב האב איך נישט עפעס ספעציעל צוזאגן אויסער דעם אז איך דינג זיך.

ווייל ווען יא, וואלסטו יעצט באקומען א דיסלייק פון מיר.
[emoji6]
בלאט: 1 2