☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » "וועקט אייך אויף ראקלענד"

"וועקט אייך אויף ראקלענד"

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4180
בלאט: 1 2

הערשי » זונטאג יוני 30, 2013 11:20 pm

· #129521
בדחן
ראסיזעם איז נישט אויסגעהאלטן, אבער עס איז די יודישע וועג פון חינוך אויסצולערענן דעם יוגענט אז מען זאל אראפקיקען דעם לעבנ׳ס שטייגער פינעם גוי, און אז א גוי׳שע לעבינגסשטייגער איז ליידיג פוסט לעומות דעם לעבענס שטייגער פון א איד, עס איז אויסגעהאלטן תורה׳דיג און מענטשליך,

ס'הייסט אנשטאט ארויסהייבן די תוכן פון אידישקייט, קלאפט מען די גויאישע פוסטקייט. ס'גרינגער. און ווען דאס קינד וועט זיך אויסוואקסן און אפשר זען אז ביי די גוים איז נישט פיל פוסטער ווי ביי אים, העט מען אים פארקלעפן די אויגן, און אויס פראבלעם.
ראסיזאם איז נישט אויסגעהאלטן? דאס אלס? קידוש מאכן פאר מוסף איז נישט אויסגעהאלטן. ראסיזם האט פארשניטן זעקס מיליאן פון אונזער פאלק. ראסיזם איז דער שורש פורה ראש ולענה פון רוב קאנפליקטן אויף דער וועלט, מבית ומחוץ, בהוה ובעבר.

בדחן

מען דארף טאקע האלטן בכבוד א יעדע בריאה וואס השי״ת האט באשאפן, מען דארף אבער פארשטיין זיין לעוועל לעומת אונזער לעוועל, און אז מיר זענענן עם הבנחר און אפגעטיילט פינעם גוי, און אזא לעבן פינעם גוי דארף מען ממאס זיין

יא, מכבד זיין יעדער בריאה, סיי מענטש, סיי בהמה, סיי שווארצער. אז דער אייבערשטער האט באשאפן שווארצע, מסתמא ברענגען זיי עפעס א תועלת פארן מבחר יצורים, דער איד.

בדחן

א ווערטעל אויף א טינקעלן גוי גייט נישט אריין בגדר ראסיזם, נישט א יעדער וואס מאכט א ווערטעל איז א ראסיסט, והא ראיה אז אידן אויף אידן מאכען אויף ווערטליך, און טינקעלע אויף טינקעלע מאכען אויך ווערטליך, א ווערטעל איז א ווערטיל און עס גייט נישט בגדר פרעדיגען ראסיזם.

אפשר קלערט איר אויף וואס מיינט יא ראסיזם? רופן א שווארצער "טונקעלע גוי" בדרך חיבה גייט אריין בגדר ראסיזם? זאגן "שווארצע גוי" במקום גבר אלים איז ראסיזם? צוגלייכן שווארצע צו מאלפעס מוז זיין גאר א געלונגען וויץ, אפילו דער באטריבנער היטלער פלעגט צו שמייכלען דערפון. לצנות האט א שטאקער כח. שטערקער ווי די מיליאנען פארקנעכטע מוסקלען וואס אט די וויץ האט געהאלפן פארשקלאפן.

מורי ורבותי, מען האט שוין גערעדט דערפון, אבער מען דארף עס כסדר חזר'ן. מיר זענען שולדיג אין גענוי די פארברעך וואס האט אנגעברענט די שואה: פאלש-וויסנשאפטליכע \ תורה'דיגע -ראסיזם. אלע מענטשן זענען באשאפן גלייכן, און יא, איך קוק אויף דיר זשעפערסאן, "אלע" מענטשן.
ס'יעצט ימי בין המצרים, גייט מען אודאי רעדן פונעם חורבן, זאל מען נישט זאגן "די גוים האבן חרוב געמאכט אונזער בית המקדש, די גוים האבן אויס'שחט'ן ירושלים." דאס גיבט דער רושם כאילו די גוים אשר בצילם אנו חוסים זענען עפעס שולדיג אין אונזער תשעה באב. מען זאל זאגן "די כשדים האבן, די רוימער האבן". און מיט דעם וועלן מיר טיילן אונזער אנטריסטונג מיט פיל אנדערע פעלקער. די רוימער האבן צעשטערט די גריכישע שטעט וואס האבן אזויפיל צוגעגעבן צו דער מענטשהייט. די כשדים האבן חרוב געמאכט די אשורים, וועמען מיר האבן צו פארדאנקן כתב אשורית, און די כשדים האבן געפלינדערט עגיפטן, איינע פון די עלטסטע ציוויליזאציעס אין היסטאריע.
די אלע פעלקער זענען חלף עבר, ווייל פעלקער לעבן עפ"י רוב נישט איבער קיין אויסראטונג קאמפיין. מיר אידן זענען אבער אזוי געלונגען, מיר קענען איבערלעבן אלע שוועריגקייטן. ווייל אונז זענען אזוי ספעשעל!
איר זעט, בדחן, מ'קען אויסלערענען די יונגעט ארויפצוקוקן אויף אונזער מורשת בו בזמן וואס מען קען שעצן די מורשת פון אנדערע פעלקער אויך. מ'קען גיין פאזיטיוו.

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 11:25 pm

· #129523
גערעכט גערעכט

בדחן » זונטאג יוני 30, 2013 11:27 pm

· #129525
הערשי

מורי ורבותי, מען האט שוין גערעדט דערפון, אבער מען דארף עס כסדר חזר'ן. מיר זענען שולדיג אין גענוי די פארברעך וואס האט אנגעברענט די שואה: פאלש-וויסנשאפטליכע \ תורה'דיגע -ראסיזם. אלע מענטשן זענען באשאפן גלייכן, און יא, איך קוק אויף דיר זשעפערסאן, "אלע" מענטשן.

וואלסט זיך געוואלט בעסער מסביר זיין??

בדחן » זונטאג יוני 30, 2013 11:35 pm

· #129527
דרך אגב, איינער האט מיר געפרעגט אין אישי וואס איז לויט מיין מיינוג ראסיזעם? איך האב אים געענפערט אז מיר האבן דא @יואליש וואס איז א מומחה אין די נושא, און ער האט אראפגעלייקט די פאלגענדע כלל איבער וואס עס הייסט ראסיזם:
יואליש
ראסיזים איז ווען מ'טוט זשענערעלייזן באזירט אויף ראסע. שווארצע זענען... וויייסע זענען... אשכנזים זענען.... ספרדים זענען... אידן זענען... וכו' נישט קיין חילוק צו מ'טיט זשענערעלייזן איבער טעמפערמענט, איי קיו, ריינקייט, ביזנעס עטיק.

ווען איינער זאגט "שווארצע" זענען אימפאלסיוו. האט ער נישט געמאכט א סאסי-עקענאמיק סטעיטמענט. ער האט געמאכט א זשענערעל סטעיטמענט איבער א ראסע.

לויט זיין כלל - וואס אגב זעט אויס אמת - האב איך געגעבן עטליכע ביישפילען ווי מען קען טרעפן בולט'דיגע ראסיזם ביי אידן, ווי למשל רבורה פעלדמאן'ס בוק, די ארטיקעל אינעם ניו יוארקער מאגאזין פון שווארטץ, טייל ארטיקלען אין די וועב סייט אןפיאות, וכדומה, איך באשולדיג נישט ח"ו קיינע פון די שרייבער אלץ ראיסטען אבער הצד השווה שבהן אז אסאך פון זייערע ארטיקלען טוען זשענערעלייזן באזירט אויף חסידישע אידן אז..... חסידישע אידן זענענן...... {און לו יהא עס זאל זיין אמת, איז עס לויט @יואליש אויך ראסיסטיש, כ"ש ווען רוב זאכען זענענן ליגענט}

הערשי » זונטאג יוני 30, 2013 11:37 pm

· #129528
בדחן
הערשי

מורי ורבותי, מען האט שוין גערעדט דערפון, אבער מען דארף עס כסדר חזר'ן. מיר זענען שולדיג אין גענוי די פארברעך וואס האט אנגעברענט די שואה: פאלש-וויסנשאפטליכע \ תורה'דיגע -ראסיזם. אלע מענטשן זענען באשאפן גלייכן, און יא, איך קוק אויף דיר זשעפערסאן, "אלע" מענטשן.

וואלסט זיך געוואלט בעסער מסביר זיין??

דער געדאנק אז איין ראסע איז אין א וועג בעסער ווי א צווייטער איז דער באזיס פון אריאניזם און ראסיסטישע סופרעמאציטעט און האט געדינדט אלס בארעכטיגונג פאר קנעכטשאפט און די האלאקאסט צוגלייך. ועדיין הוא מרקד ביננו, דגוש אויף ביננו.

בדחן » זונטאג יוני 30, 2013 11:41 pm

· #129529
סאו יודן זענען נישט בעסער ווי גוים? מיר זענענן נישט א עם הנבחר פון מתן תורה ביים בארג סיני??

הערשי » זונטאג יוני 30, 2013 11:42 pm

· #129530
בדחן
דרך אגב, איינער האט מיר געפרעגט אין אישי וואס איז לויט מיין מיינוג ראסיזעם? איך האב אים געענפערט אז מיר האבן דא @יואליש וואס איז א מומחה אין די נושא, און ער האט אראפגעלייקט די פאלגענדע כלל איבער וואס עס הייסט ראסיזם:
יואליש
ראסיזים איז ווען מ'טוט זשענערעלייזן באזירט אויף ראסע. שווארצע זענען... וויייסע זענען... אשכנזים זענען.... ספרדים זענען... אידן זענען... וכו' נישט קיין חילוק צו מ'טיט זשענערעלייזן איבער טעמפערמענט, איי קיו, ריינקייט, ביזנעס עטיק.

ווען איינער זאגט "שווארצע" זענען אימפאלסיוו. האט ער נישט געמאכט א סאסי-עקענאמיק סטעיטמענט. ער האט געמאכט א זשענערעל סטעיטמענט איבער א ראסע.

לויט זיין כלל - וואס אגב זעט אויס אמת - האב איך געגעבן עטליכע ביישפילען איבער ראסיזם, ווי למשל רבורה פעלדמאן'ס בוק, די ארטיקעל אינעם ני יוארקער מאגאזין פון שווארטץ, טייל ארטיקעלען אין די וועב סייט אןפיאות. וכדומה.

אינטערעסאנט אז אין אלע ביישפילן זענט איר אויף די נעמענדע זייט. אפשר פרובירט איר אויפצוקומען מיט משלים וואו איר באגייט ראסיזם.
באמת, זענען אייערע ביישפילן נישט ריכטיג. חסידות איז א שיטה נישט קיין ראסע. צו זשענערלייזן איבער חסידים איז דעריבער נישט קיין ראסיזם.

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 11:45 pm

· #129532
הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.

בדחן » זונטאג יוני 30, 2013 11:47 pm

· #129533
הערשי
בדחן
הערשי
דער געדאנק אז איין ראסע איז אין א וועג בעסער ווי א צווייטער איז דער באזיס פון אריאניזם און ראסיסטישע סופרעמאציטעט און האט געדינדט אלס בארעכטיגונג פאר קנעכטשאפט און די האלאקאסט צוגלייך. ועדיין הוא מרקד ביננו, דגוש אויף ביננו.
סאו יודן זענענן נישט בעסער ווי גוים? מיר זענענן נישט א עם הנבחר פון מתן תורה ביים בארג סיני??
דרוק מיר נישט צו דארט וואו איך וויל נישט גיין.

הו קעריס ווי דו ווילסט יא אדער נישט גיין? דו ביסט נישט די נושא דא,
איך האב געשריבען אז אידן זענענן עם הנבחר און זיי זענענן א העכערע לעוועל ווי א גוי..

דו האלסט אנדערש?

ונבנתה העיר » זונטאג יוני 30, 2013 11:49 pm

· #129534
בדחן, זר האט שוין גענטפערט.

הערשי » זונטאג יוני 30, 2013 11:49 pm

· #129535
בדחן
הערשי
בדחן
הערשי
מורי ורבותי, מען האט שוין גערעדט דערפון, אבער מען דארף עס כסדר חזר'ן. מיר זענען שולדיג אין גענוי די פארברעך וואס האט אנגעברענט די שואה: פאלש-וויסנשאפטליכע \ תורה'דיגע -ראסיזם. אלע מענטשן זענען באשאפן גלייכן, און יא, איך קוק אויף דיר זשעפערסאן, "אלע" מענטשן.
וואלסט זיך געוואלט בעסער מסביר זיין??
דער געדאנק אז איין ראסע איז אין א וועג בעסער ווי א צווייטער איז דער באזיס פון אריאניזם און ראסיסטישע סופרעמאציטעט און האט געדינדט אלס בארעכטיגונג פאר קנעכטשאפט און די האלאקאסט צוגלייך. ועדיין הוא מרקד ביננו, דגוש אויף ביננו.

סאו יודן זענענן נישט בעסער ווי גוים? מיר זענענן נישט א עם הנבחר פון מתן תורה ביים בארג סיני??

אידן זען נבחר געווארן דורך דעם וואס זיי האבן מקבל געווען די תורה. ה' מסיני בא וזרח מהר שעיר למו. החזירה הקב"ה על כל אומה ולשון. אויך היינט קען יעדער אריינקומען תחת כנפי השכינה און ווערן א נבחר.

הערשי » זונטאג יוני 30, 2013 11:53 pm

· #129537
זר זהב
הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.

ס'איז קאמפליצירט. בכל אופן, צו זשענערלייזן איבער אידן, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם. וק"ל.

בדחן » זונטאג יוני 30, 2013 11:54 pm

· #129538
זר זהב
ונבנתה העיר
הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.
בדחן, זר האט שוין גענטפערט.

איך כאפ נישט וואס ער האט געענפערט.. מען מעג יא פרעדיגען קעגן אשכנזים/ספארדים/חסידים/ליטאים, וויבאלד אידן זענענן נישט קיין ראסע??

בדחן » זונטאג יוני 30, 2013 11:56 pm

· #129539
הערשי
זר זהב
הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.

ס'איז קאמפליצירט. בכל אופן, צו זשענערלייזן איבער אידן, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם. וק"ל.

למשל ווען מען שרייבט אז אין וומסב"ג טוט מען מעשים אשר לא יעשו, הייסט עס נישט קיין ראסיזם? פארוואס? זיי זיך מסביר.

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 11:57 pm

· #129540
הערשי
זר זהב
הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.

ס'איז קאמפליצירט. בכל אופן, צו זשענערלייזן איבער אידן, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם. וק"ל.

דאס זעלבע קען איך זאגן אז צו זשענערלייזן איבער אלטרא ארטאדאקס חסידים, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם.

הערשי » מאנטאג יולי 1, 2013 12:02 am

· #129543
בדחן
הערשי
זר זהב
הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.

ס'איז קאמפליצירט. בכל אופן, צו זשענערלייזן איבער אידן, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם. וק"ל.

למשל ווען מען שרייבט אז אין וומסב"ג טוט מען מעשים אשר לא יעשו, הייסט עס נישט קיין ראסיזם? פארוואס? זיי זיך מסביר.

כ'פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. ווערן אט די לא יעשו'ס נעשו'ס, איז דאך עס אמת. אויב ס'איז שקר, דארפן מען זיך דערגרונטעווען אין די מאטיוון פאר פארשפרייטן שקר. אפשר א בלינדע פיינטשאפט צו א געוויסע לענענסשטייגער (אומטאלעראנץ אבער נישט ראסיזם, און נישט אזוי שעדליך), אדער אפשר פראסט אנטיסעמיטיזם. געווענטליך איז שווער צו באשולדיגן אידן אין אנטיסעמיטיזם, און ממילא אין ראסיזם.

הערשי » מאנטאג יולי 1, 2013 12:06 am

· #129546
זר זהב
הערשי
זר זהב
הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.

ס'איז קאמפליצירט. בכל אופן, צו זשענערלייזן איבער אידן, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם. וק"ל.

דאס זעלבע קען איך זאגן אז צו זשענערלייזן איבער אלטרא ארטאדאקס חסידים, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם.

ס'איז עפעס א שקלא וטריא מיט הוה אמינא'ס און וואס-מ'קען-זאגן'עכצער? איר ווייסט וואס ס'מיינט א ראסע? לאמיר אייך געבן א שליסל, א ראסע איז נישט עפעס וואס מען קען באשליסן צו מען וויל זיין דערין אדער נישט.

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 12:11 am

· #129547
איך זעה אז די האסט יא באשלאסען. די פאקט איז אז 'אידן' און רעליגיע בכלל זענען נישט א ראסע.

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 12:12 am

· #129548
הערשי
בדחן
הערשי
זר זהב
הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.
ס'איז קאמפליצירט. בכל אופן, צו זשענערלייזן איבער אידן, נישט איבער אידישקייט, איז ראסיזם. וק"ל.
למשל ווען מען שרייבט אז אין וומסב"ג טוט מען מעשים אשר לא יעשו, הייסט עס נישט קיין ראסיזם? פארוואס? זיי זיך מסביר.
כ'פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. ווערן אט די לא יעשו'ס נעשו'ס, איז דאך עס אמת. אויב ס'איז שקר, דארפן מען זיך דערגרונטעווען אין די מאטיוון פאר פארשפרייטן שקר. אפשר א בלינדע פיינטשאפט צו א געוויסע לענענסשטייגער (אומטאלעראנץ אבער נישט ראסיזם, און נישט אזוי שעדליך), אדער אפשר פראסט אנטיסעמיטיזם. געווענטליך איז שווער צו באשולדיגן אידן אין אנטיסעמיטיזם, און ממילא אין ראסיזם.

האסט זיך זייער גוט מסביר געווען, מן הסתם לויט דיר איז די זעלבע זאך אויך ווען איינער זאגט ״שווארצע מאנקיס״ אדער ווען איינער זאגט אז שווארצע זענענן דראגס עדיקטס, דעמלאטס דארף מען זיך דערגרונטעווען און זען צו עס איז אמת, און אויב נישט וואס עס איז די מאטיווען פון פארשפרייטען שקר, לויט דיר איז נישט דא מער קיין באגריף פון ראסיזם, אדער איז עס אמת און עס איז אויטעמאטיש נישט קיין ראסיזם, אדער איז עס שקר, און שקר איז שקר.

do i miss something??

הערשי » מאנטאג יולי 1, 2013 12:23 am

· #129552
מען דארף זיך דערגרונטעווען צו שווארצע זענען מאנקיס?
Do I miss something?
פארברעכן סטאטיסטיקס זענען סאציא-עקאנאמיק פאקטן. צו געבן א באדייט אויף די פאקטן אז שווארצע זענען גענויגט צו פארברעכן מצד טבעם איז ראסיסטיש.
כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פונקטליך מיט דיין פילפול דא. כ'האב געזאגט אז פארשפרייטן שקרים איבער א געמיינדע קען אדער יא אדער נישט זיין מיט ראסיסטישע מאטיוון. אבער די רעדע איז נאר אויב ס'איז שקר.
לגבי מיין ענטפער איבער עם הנבחר, זע מיין תגובה אויבן:
"אידן זען נבחר געווארן דורך דעם וואס זיי האבן מקבל געווען די תורה. ה' מסיני בא וזרח מהר שעיר למו. החזירה הקב"ה על כל אומה ולשון. אויך היינט קען יעדער אריינקומען תחת כנפי השכינה און ווערן א נבחר."

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 12:28 am

· #129556
זר זהב
די פאקט איז אז 'אידן' און רעליגיע בכלל זענען נישט א ראסע.

זיי זיך בעסער מסביר, ווי כאפט עס א נפק״מ?
דו מיינסט צו זאגען אז איינער וועט זיך נעמען פרעדיגען קעגן אידן וועט ער נאר זיין א אנטיסמיט אבער נישט א ראסיסט?!

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 1, 2013 12:29 am

· #129558
בדחן
זר זהב
ונבנתה העיר
הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.
בדחן, זר האט שוין גענטפערט.

איך כאפ נישט וואס ער האט געענפערט.. מען מעג יא פרעדיגען קעגן אשכנזים/ספארדים/חסידים/ליטאים, וויבאלד אידן זענענן נישט קיין ראסע??

אשכנזים און ספרדים זענען יא א ראסע, אבער א רעליגיע - ווי הערשי זאגט - איז א זאך וואס מענטשן זענען בוחר יא אדער נישט צו פראקטיצירן, פונקט ווי מענטשן זענען בוחר צו נעמען א האנדא אדער א טאיאטא.

למשל דא האסטו אידן פון אן אנדערע ראסע.

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 12:34 am

· #129559
הערשי
פארברעכן סטאטיסטיקס זענען סאציא-עקאנאמיק פאקטן. צו געבן א באדייט אויף די פאקטן אז שווארצע זענען גענויגט צו פארברעכן מצד טבעם איז ראסיסטיש.
כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פונקטליך מיט דיין פילפול דא. כ'האב געזאגט אז פארשפרייטן שקרים איבער א געמיינדע קען אדער יא אדער נישט זיין מיט ראסיסטישע מאטיוון. אבער די רעדע איז נאר אויב ס'איז שקר.

שרייבסט עס אביסל קאמפלעצירט, איך פארשטיי עס נישט, פראביר קודם געבן יא/ניין ענטפערס:

אויב איינער וועט באשולדיגען אלע שווארצע מיט א שקר, וועט ער זיין א ראסיסט?
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע שווארצע מיט א זאך וואס זיי זענענן באמת שולדיג, וועט ער זיין א ראסיסט?

די זעלבע זאך אויך,
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע אולטרא אורטראדאקס אידן מיט א שקר, וועט ער זיין א ראסיסט?
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע אולטרא אורטראדאקס אידן מיט א זאך וואס זיי זענענן באמת שולדיג, וועט ער זיין א ראסיסט?

פארוואס?

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 12:40 am

· #129563
בדחן
זר זהב
די פאקט איז אז 'אידן' און רעליגיע בכלל זענען נישט א ראסע.

זיי זיך בעסער מסביר, ווי כאפט עס א נפק״מ?
דו מיינסט צו זאגען אז איינער וועט זיך נעמען פרעדיגען קעגן אידן וועט ער נאר זיין א אנטיסמיט אבער נישט א ראסיסט?!

ער וועט זיין א 'העיטער' א 'ביגאט' יו נעים איט.

מיין פוינט איז: היטלער איז נישט מער ראסיסט (וואס נוגע 'אידן') ווי דבורה פעלדמאן איז (וואס נוגע חסידישע אידן)

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 12:43 am

· #129567
ונבנתה העיר
בדחן
זר זהב
ונבנתה העיר
הערשי, 'אידן' זענען אויך נישט א ראסע.
בדחן, זר האט שוין גענטפערט.
איך כאפ נישט וואס ער האט געענפערט.. מען מעג יא פרעדיגען קעגן אשכנזים/ספארדים/חסידים/ליטאים, וויבאלד אידן זענענן נישט קיין ראסע??
אשכנזים און ספרדים זענען יא א ראסע, אבער א רעליגיע - ווי הערשי זאגט - איז א זאך וואס מענטשן זענען בוחר יא אדער נישט צו פראקטיצירן, פונקט ווי מענטשן זענען בוחר צו נעמען א האנדא אדער א טאיאטא.

ייש״כ פאר דיין ענטפער, אבער יואליש האט געשריבען:

יואליש
ראסיזים איז ווען מ'טוט זשענערעלייזן באזירט אויף ראסע. שווארצע זענען... וויייסע זענען... אשכנזים זענען.... ספרדים זענען... אידן זענען... וכו' נישט קיין חילוק צו מ'טיט זשענערעלייזן איבער טעמפערמענט, איי קיו, ריינקייט, ביזנעס עטיק.

איז ער גערעכט? אויב יא, דעמלאטס פארוואס ווען מען באשולדיגט אלע ארטראדאקס אידן מיט א קריים איז עס נישט ראסיסטיש? מען באשולדיגט זיי אויף זייער התנהגות.. נישט אויף זייער רעליגיע.... וואלט מען באשולדיגט די רעליגיע וואלסטע געווען גערעכט.. אבער למעשה איז דא זייער אסאך ארטיקלען קעגן די מענטשהייט.. נישט קעגן די רעליגיע.

@זר זהב, i got itיעצט פארשטיי איך דיין פוינט, אבער עס איז זר זהב vs יואליש, יואליש האלט אז ביי אידן גייט יא אן ראסיזם, וועט מען מען מיזען אנעמען אמאל אזוי און אמאל אזוי.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 1, 2013 12:49 am

· #129570
הערה צו הערשי
דו לייגסט אזוי שיין אראפ אז גרויסע פארצייטישע פעלקער האבן חרוב געמאכט איינס די אנדערע, כאילו צו מינימיזירן דעם הרס וחורבן וואס די רוימער, קרייצצוגלער און די דייטשן ימ"ש (און אלע אינצווישן) האבן אנגעמאכט פאר'ן אידידשן פאלק . מיין (רעטארישע) שאלה איז. וועם, וועלכע פאלק האט דאס אידישע פאלק חרוב געמאכט צו פארדינען אזא גורל?! אה. די פאלעסטינער וואוילע מענטשעלעך. פרעיג נאר ביי נטורי קרתא און....

הערשי » מאנטאג יולי 1, 2013 1:00 am

· #129573
בדחן
הערשי
פארברעכן סטאטיסטיקס זענען סאציא-עקאנאמיק פאקטן. צו געבן א באדייט אויף די פאקטן אז שווארצע זענען גענויגט צו פארברעכן מצד טבעם איז ראסיסטיש.
כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פונקטליך מיט דיין פילפול דא. כ'האב געזאגט אז פארשפרייטן שקרים איבער א געמיינדע קען אדער יא אדער נישט זיין מיט ראסיסטישע מאטיוון. אבער די רעדע איז נאר אויב ס'איז שקר.

שרייבסט עס אביסל קאמפלעצירט, איך פארשטיי עס נישט, פראביר קודם געבן יא/ניין ענטפערס:

אויב איינער וועט באשולדיגען אלע שווארצע מיט א שקר, וועט ער זיין א ראסיסט?
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע שווארצע מיט א זאך וואס זיי זענענן באמת שולדיג, וועט ער זיין א ראסיסט?

די זעלבע זאך אויך,
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע אולטרא אורטראדאקס אידן מיט א שקר, וועט ער זיין א ראסיסט?
אויב איינער וועט באשולדיגען אלע אולטרא אורטראדאקס אידן מיט א זאך וואס זיי זענענן באמת שולדיג, וועט ער זיין א ראסיסט?

פארוואס?

יפה שאלת.
א ראסיסט קען מען בעצם זיין צו מען באשולדיגט יא צו מען באשולדיגט נישט, און צו ס'איז יא אמת אדער נישט אמת. א ראסיסט איז דער וועלכער האלט זיך צו דער מיינוג אז א געוויסער ראסע איז בעסער \ ערגער מכל האדם אשר על פני האדמה.
אויף פעסטצושטעלן אז פלניא שרייבער איז א ראסיסט ברויך מען צו האבן א ראיה. אויב די באשולדיגונגען וואס ער \ זי מאכט זענען אמת, קען מען דאך טענה'ן אז לעולם איז ער \ זי נישט קיין ראסיסט, איי וואס מאכט ער קולות? ווייל ס'איז אמת, נכון הדבר, נעשתה התועבה. אבער אויב נאכן פירוש השמלה שטעלט זיך ארויס אז ס'איז שם עלילות דברים, דארף מען פארשטיין, וואס טרייבט אים\ איר? בלינדע שנאה, נישט-אזא-בלינדע שנאה, אדער אלטפארצייטישע אנטיסעמיטיזם. מען איז דן לכאן ולכאן, מען איז מותיב ומפרך, ביז קען קריכט ארויף אויפן ביטערן אמת. יא, ס'האט זיך אריינגעכאפט ראסיזם, ל"ע. בעצם אבער, קען דער באשולדיגונגס טרייבקראפט זיין ראסיזם אפילו ווען די באשולדיגונגען זענען יא אמת, הגם ס'שווערער אויפצואווייזן.
גיי מיר אבער צוריק צום נושא, ראסיזם איז א מיינונג אויף א ראסע \ פאלק, הן לטוב והן למוטב. געווענטליך אבער באטראכט מען די מוטב חלק. פיינטשאפט צו א לעבענסשטייגער, איז אומטאלעראנץ אבער נישט קיין ראסיזם. ערליכער אידן וועלכע האבן פיינט רשעים, רשעי ישראל, זענען נישט קיין ראסיסטן, חלילה. ממילא די ביישפילן וועלכע דו ברענגסט זענען נישט ריכטיג.

הערשי » מאנטאג יולי 1, 2013 1:05 am

· #129574
berlbalaguleh
דו לייגסט אזוי שיין אראפ אז גרויסע פארצייטישע פעלקער האבן חרוב געמאכט איינס די אנדערע, כאילו צו מינימיזירן דעם הרס וחורבן וואס די רוימער, קרייצצוגלער און די דייטשן ימ"ש (און אלע אינצווישן) האבן אנגעמאכט פאר'ן אידידשן פאלק . מיין (רעטארישע) שאלה איז. וועם, וועלכע פאלק האט דאס אידישע פאלק חרוב געמאכט צו פארדינען אזא גורל?! אה. די פאלעסטינער וואוילע מענטשעלעך. פרעיג נאר ביי נטורי קרתא און....

מינימיזירן, יא. צרת רבים חצי נחמה. פארדינען זיך? קיינער האט זיך נישט פארדינט קיין ניפוץ עוללים אל הסלע. כ'מיין נישט פון די פערספעקטיוו פון א צווייטער מושל, וה' הצדיק.

יואליש » מאנטאג יולי 1, 2013 1:18 am

· #129577
יואליש האט געזאגט, האט ער געזאגט!

הערשי האקט! הפוך בה והפוך בה.

לייגן צו הערשי אויף מיין וועטשערע ליסטע.

דעת תורה » מאנטאג יולי 1, 2013 1:23 am

· #129578
האמיר שוין 2 ניקס דא וואס געבן אכטונג מיר זאלן חילה נישט עובר זיין על חוקי ראסיזם. וואס למעשה ווייס איך נאך נישט ווער איז דער מחדש פון תורת ראסיזם, וואס ממנה לא נזיז.

הערשי, אויב איך בין א רעאליסטישער מענטש, און איך באמערק א פעטערן אז א שווארצער פירט זיך אויף אנדערש ווי א ווייסער, א כינעזער אנדערש ווי די רויטע אינדיאנער, דער חילוק איז נישט נאר אין עדיוקעישאן אדער סאציאלאגיע, נאר אין מהות - אין נאטור. און אויב למעשה בעפארצוג איך איין סוג פון אויפפירונג איבער א אנדערע, בין איך א קלאסישער ראסיסט?

יואליש » מאנטאג יולי 1, 2013 1:26 am

· #129579
נעם דיין שאלה אין ריפלעס ראסיסט מיט אנטיסימיט. וואס גענוי איז דיין פראגע?

דעת תורה » מאנטאג יולי 1, 2013 1:39 am

· #129580
מיין שאלה איז אויב איך באמערק למשל אז אידן זענען אן עם קשה עורף, עזין שבאומות, טראציג, א.א.וו. בין איך א אנטיסעמיט אויב פרוביר איך נישט מיר אליינס איינצורעדן אז מיין אויפפאסונג איז נישט אמת? און אויב איך האב יא פרובירט אבער ס'איז מיר נישט געלונגען זיך צו איבערצייגן, בין איך א אנטיסעמיט בשוגג?

עס איז אייביג שיין צו האבן מאניערן, מענארס בלע"ז, רעדן העפליך כאילו מען האלט אינמיטן א בעשוי. אבער אויב איז איינער בלאנט, פארוואס זאל ער נישט מעגן זיין בלאנט מיט דעם פאקט אויך?

הערשי » מאנטאג יולי 1, 2013 1:46 am

· #129581
דעת תורה
האמיר שוין 2 ניקס דא וואס געבן אכטונג מיר זאלן חילה נישט עובר זיין על חוקי ראסיזם. וואס למעשה ווייס איך נאך נישט ווער איז דער מחדש פון תורת ראסיזם, וואס ממנה לא נזיז.

הערשי, אויב איך בין א רעאליסטישער מענטש, און איך באמערק א פעטערן אז א שווארצער פירט זיך אויף אנדערש ווי א ווייסער, א כינעזער אנדערש ווי די רויטע אינדיאנער, דער חילוק איז נישט נאר אין עדיוקעישאן אדער סאציאלאגיע, נאר אין מהות - אין נאטור. און אויב למעשה בעפארצוג איך איין סוג פון אויפפירונג איבער א אנדערע, בין איך א קלאסישער ראסיסט?

ניין. און דער שליסל ווארט איז "בעפארצוג". אז דו בעפארצוגסט וואנילא איבער שאקאלאדע איז פיין און וואויל, אבער אז דו האלסט אז וואנילא איז אין תוך בעסער ווי שאקאלאדע עד כדי כך אז א צווייטער וועלכער גלייכט בעסער שאקאלאדע איז נישט גערעכט, דאס איז ראסיזם.
כ'האב ארויסגעברענגט די סכנה פון ראסיזם ווי דער גורם פון פיל שלעכטס בין אדם לחברו ובין גרו, און דו רופסט עס חוקים, חק בלי טעם? ראסיזם איז סם המוות , און ס'איז קאמיש-איראניש אז דער פאלק וועלכער האט דאס מערסטע געליטן דערפון איז דער לעצטער דאס צו איינערקענען.

הערשי » מאנטאג יולי 1, 2013 1:52 am

· #129586
דעת תורה
מיין שאלה איז אויב איך באמערק למשל אז אידן זענען אן עם קשה עורף, עזין שבאומות, טראציג, א.א.וו. בין איך א אנטיסעמיט אויב פרוביר איך נישט מיר אליינס איינצורעדן אז מיין אויפפאסונג איז נישט אמת? און אויב איך האב יא פרובירט אבער ס'איז מיר נישט געלונגען זיך צו איבערצייגן, בין איך א אנטיסעמיט בשוגג?

עס איז אייביג שיין צו האבן מאניערן, מענארס בלע"ז, רעדן העפליך כאילו מען האלט אינמיטן א בעשוי. אבער אויב איז איינער בלאנט, פארוואס זאל ער נישט מעגן זיין בלאנט מיט דעם פאקט אויך?

כשם שאין פרצופיהם שווין, כך אין דעותיהן שוות. פונקט ווי די פיזישע שטריכן זענען אנדערש צווישן פעלקער, אזוי אויך זייערע מאניערן. ס'איז נישט די אבזערוואציע פון פאקטן וואס מאכט א מענטש דאס אדער יענץ. ס'איז דער אויסטייטש פון פאקטן. למשל, שווארצע זענען מוסקאליש און דום, ווייל זייער תקפיד איז אין כוח, נישט אין מוח. אידן זענען קלוג, ווייל גאט האט זיי ליב. ס'איז דער לפיכך וואו דער הונט ליגט באגראבן. ודי בזה.

מאטי » מאנטאג יולי 1, 2013 1:57 am

· #129587
זאג דאס אין פובליק אלס א קאנגרעסמאן פארלירסט דיין דשאב א האלבע שעה דערויף

יין שרף » דינסטאג יולי 2, 2013 2:00 am

· #129995
און אנדערע נייעס זיכן די פאליציי אין פאר ראקאוועי פאר א (מאנקי...? ח"ו! א היימישן מענטש, א בריאה פונעם הייליגן באשעפער, מיט א צלם...) מיטן נאמען רענדי איווענס, פארן שרייבן לאזונגען אנטקעגן אידן, און נאך אנטיסימיטישע (אדער ראסיסטישע... ווענד זיך וועמן די פרעגסט!) אינצידענטען...
786475266[1].jpg

boxcover » דינסטאג יולי 2, 2013 7:21 am

· #130009
יין שרף
און אנדערע נייעס זיכן די פאליציי אין פאר ראקאוועי פאר א (מאנקי...? ח"ו! א היימישן מענטש, א בריאה פונעם הייליגן באשעפער, מיט א צלם...) מיטן נאמען רענדי איווענס, פארן שרייבן לאזונגען אנטקעגן אידן, און נאך אנטיסימיטישע (אדער ראסיסטישע... ווענד זיך וועמן די פרעגסט!) אינצידענטען...

רעדענדיג פון מאנקיס... האבן זיך תושבי וויליאמסבורג וקרית יואל אויפגעוועקט צענדליגער מארגענס מיט סיידוואלקס אנגעפירקלט דורך די א.ד. מאלפעס מיט לאזונגן ווי צא טמא אדער עפעס קענען די עירוב וכדומה.

איך אויך » דינסטאג יולי 2, 2013 8:39 am

· #130014
אלו מאנקיס ואלו חזרים ואנחנו בשם ה' נזכיר.

קאמענטירער » דינסטאג יולי 2, 2013 9:25 am

· #130020
איי..איי.. איז מען פארפארן פונעם נושא..
צוריק צום קעפיל פונעם אשכול כקען נישט כאפן וואס די מעשה איז געווען, קען מיר איינער אראפלייגען די גאנצע מעשה און עס אנעלעזירען? ווער זענען געקומען? וואס האבען זיי געזאגט? וואס האט יוסי געשטעטנער געזאגט? וואס האט דער בע״ב פונעם געשעפט געטון לכבוד דעם? וואס האבן זיי גמיינט מיט דעם אקט? וואס האבן זיי. געטון ראנג? מיט וואס זענען מיר אונז ראנג? אזוי צו צומישט זיין... רבוש״ע...

שרייבער » דינסטאג יולי 2, 2013 9:36 am

· #130022
קאמענטירער