א באקאנטע מיינע איז א קינד פון בעלי תשובה. זיינע עלטערן זענען געווארן ב''ת זייענדיג סינגל, זיי האבן זיך שפעטער געטראפן און חתונה געהאט כדת משה וישראל. זיי האבן אויפגעצויגן א ריכטיג חסידיש שטוב מיט אלע פיטשיווקעס. צוועלף קינדערלעך קע''ה, פערפל און לאקשן פרייטאג צונאכטס, לעבער און גאלע שבת ביי טאג, מקפיד נישט צו טראגן מיטן עירוב, דאווענט מנחה שפעטערדיע, געפאטשט די קינדער... בקיצור א חסיד ווי אונז אלע.
פארציילט ער מיר לעצטענס אזא מעשה. זיין טאטע האט אים לעצטענס פארגעהאלטן פארוואס ער לייגט זיך נישט אריין אין קירוב. זיין טאטע האט אים געזאגט בזה''ל: ''דו ביזט א קלוגע יונגערמאן, א תלמוד חכם, א ריכטיג חסידיש יונגערמאן (חסידיש דא מיינט לאנגע פאות און ראזשעוואלקע), פון די אנדערע זייט ביסטו גענוג עדזשוקעיטעד און אפען-מיינדעד אז א סעקולארער איד וועט קענען האבן א געמיינזאמע געשפרעך מיט דיר און רעספעקטירן. פארוואס לייגסטו דיך נישט אריין אין קירוב? אפשר גאר דורך אור שמח אדער אש התורה.''
דער יונגערמאן האט געענטפערט זיין טאטע בזה''ל: ''ווי אזוי קען איך איבערעדן מענטשן איבער די אמת פון די חרדי'שע וועג און לעבן, און אז זיי זאלן ווערן בעלי תשובה, ווען איך ווייס די שוועריקייטן וואס עס ווארט זיי אפ אין אונזער וועלט? אלעמאל זיין צווייטע און דריטע קלאס סיטיזען, מוטשען מיט שידוכים מיט די קינדער און אייניקלעך וכו'.''
עד כאן המעשה.
מיין שאלה איז צוויי פאכיג. ערשטענס, מצד האנושי, טוען מיר זיך באגיין ריכטיג מיט גרים און בעלי תשובה זייערע קינדער און אייניקלעך? נעמען מיר זיי אן ממש אייניג ווי אונז? ווי איז די מענטשליכקייט? איז עס מענטשליך אז א טאפ בחור וואס צייכנט זיך אויס פון כתה א' און ווייטער זאל זיך דארפן מוטשען מיט שידוכים? פארוואס זאל ער נישט קענען טון א געהעריגע שידוך נאר צוליב דעם וואס זיין טאטע, באבע, עלטער זיידע זענען געבוירן געווארן צו נישט פרומע עלטערן? דער מיידל צייכנט זיך אויס מיט לערנען, צניעות, ערליכקייט, איידלקייט און איז א געוואלדיגע בעלת מידות, זי מוז נעבעך זיצן אויף די זייט און צוזעהן ווי אירע חבר'טעס ווערן אויפגעכאפט און פארהייראט איינס ביי איינס, און זי מוז נעבעך ווארטען ביז איר בעשערטע דריטע קלאס בחור ווערט געפונען, אלץ צוליב די זינד פון געבוירן ווערן צו עלטערן ב''ת? איז דאס נישט דיסקרימינאציע במלא הדרתו? איז דאס יומעניטי? איז דאס די אידישע וועג?
צווייטענס, מצד התורה, איז דא א ריכטיגע סיבה נישט צו טון א שידוך מיט א בן גרים, אדער א בן בעלי תשובה? איך האב שוין מערערע מאל געהערט מענטשן זאגן אז זיי האבן מורא אז די טאטע, מאמע, זיידע, באבע איז אפשר א ''פגום''. קודם כל וואס מיינט א פגום? צווייטענס איז דאס אן אמת'דיגע פראבלעם ע''פ תורה, אדער איז דאס אן געפיליש/השקפה'דיגע (ליין, רשעות'דיגע) איינרעדעניש?
איך רעד דא טאקע בעיקר בנוגע שידוכים, אבער דער דיסקרימינאציע קומט פאר אין אנדערע פעלער, כגון שיינע איד'שאפט, כיבודים וכדומה, קינדער אנגענומען ווערן אין ישיבה'ס.
עס מוז ארויסגעברענגט ווערן צוויי נקודות. איינס, אין די מאדערן/פרומע וועלט עקזיסטירט בכלל נישט דער פראבלעם. צוויי, בנוגע חסד און מקרב זיין ב''ת און גרים ומשפחתם, שטייט אונזער קרייז בעסער ווי אנדערע.
ווען די אלע וואס זאגען אז זיי פערזענליך וואלטן גענומען איידימער גרים, וואלטן טאקע אזוי געטוען, וואלט דיין פראבלעם נישט עקזעסטירט.
אינטערעסאנט, איך האב (אין בעפארברייטונג צו דעם ארטיקל) דעם שבת אביסל ארום געפרעגט אין שול און יעדער איינער האט געענטפערט אז נישט. ווען איך האב געפרעגט פארוואס האט זיך אנגעהויבן א קעקעצעריי איבער פגום, ייחוס און נאך אנדערע אקסן מיסט.
ווען די אלע וואס זאגען אז זיי פערזענליך וואלטן גענומען איידימער גרים, וואלטן טאקע אזוי געטוען, וואלט דיין פראבלעם נישט עקזעסטירט.
אינטערעסאנט, איך האב (אין בעפארברייטונג צו דעם ארטיקל) דעם שבת אביסל ארום געפרעגט אין שול און יעדער איינער האט געענטפערט אז נישט. ווען איך האב געפרעגט פארוואס האט זיך אנגעהויבן א קעקעצעריי איבער פגום, ייחוס און נאך אנדערע אקסן מיסט.
נאכאמאל ו איהר האלט אז די זאכן זענען נישט קיין פראבלעמען. וואלט איהר חתונהגעהאט מיט א ממזר אדער א פגום די גרויסע צולייגער
@הוגה, אומזינסט האט דען די תורה געדארפט זאגען זיבצען מאל אז מען זאל ליעב האבן און מקרב זיין דעם גר? זעט אויס אז יש דברים בגוי און עס איז א טבע פון מענטשן יס נישט צו טיען, עד כדי כך אז די תורה דארף אזוי שטארק מזהיר זיין דערויף מיט זיבצען מצוות עשה ולא תעשה.
אגב, און די לעצטע צוויי דריי וואכען איז פינקט געלאפן פארשידענע מאמרים דערויף אין איינע פון די צעטליך ביי לדעת.
איך האב טאקע אמאל געכאפט א שמועס מיט א חב''ד'סקער ב''ת , האט ער געהאט צו מיר א שטארקע טענה היתכן ביי אייך אין סאקמר וואלט די רבי וואס האט ליב געהאט יעדן איד קיינמאל נישט געגעבן איינס פין זיינע חסידים'ס טעכטער פאר מיר, וואס אין די זעלבע צייט בין איך אריין אין לובאוויטש די ראש ישיבה דארט האט מיר פארהערט אין צוגעשטעלט א שידוך פין די שענסטע שטובער אין לובאוויטש, אין יענער האט אויסגעפירט מיט טרערן אין די אויגן דאס מיינט א רבי / פירער, איינער וואס קוקט אן יעדעס ערליך קינד אין איין דרגה!
חברע כבין געבליבן מיט די צינג אינדרויסן, ! יעצט בדחן. קענסטו זעהן אז עס זענען געווען גרויסע מענטשן הגם זיי האבן נישט געהאלטן מיט די שיטות פין רבין זכיסאגענעל אייני דאך האבן זיי געטוהן ווי עס שטייט אין תורה, אין וויאזוי אן אמת'ן פירער פין יודען דארף אויסקוקען
דער יונגערמאן איז טויזנט פראצענט גערעכט, וכן שמעתי מעוד כמה אברכים מוכשרכים ורגישים וואס זענען נאנט צו דער ענין. משכנע צו זיין איינער מבחוץ אריינצוקומען אין דער חרדישער קהילה, וואס אחוץ די אומצאליגע פראבלעמן וואס ער מאכט פאר די אייגענע זיינע, וועט ער קיינמאל נישט מקבל זיין א דרויסענדיגער אלץ א חלק מן החבורה, איז א פשוטער עבירה און דער וואס טוט דאס נאך איז עתיד ליתן את הדין.
אבער אויסלערענען יודען אביסעלע יידושקייט מוז גארנישט האבען צוטוהן מיט זיי אריינברענגען אין א צוייטער קולטור. ממעג און מדארף מפיץ זיין יידושקייט פאר אלע סארט יודען אן אפילו בעטן פון זיי אנהייבען צו היטען מצוות און אוודאי אן זיי איבערעדן אפצולאזען א געזעהלשאפט. פשוט אביסעל א טובה טוהן בגשמיות אריינברענגען א יידושע טעם אביסעל אין רחוקים וואס האבען לאנג נישט טועם געווען א גוט שטיקל שמאלץ הערינג. בכלל די היינטיגע בעל תשובה'ס מיט שכל ארבעטן שוין בכלל נישט אויף דער מהלך פון אינגאנצען איבערדרייען א מענטש'ס לעבן וואס איז נישט געזונט בגשמיות וברוחניות, נאר אביסעל דערלייכטען דאס לעבן באור התורה באותו מקום ובאותו פרק ובאותו אשה.
לגבי דיסקרימינאציע וכו', איז נישטא וואס צו טוהן, כל זמן אונזערע קהילות זענען געבויט מתחילה ועד סוף אויף אזעלכע נארישקייטן, בגשמיות וברוחניות. די עוולות זענען אינהערענט צו די וועג ווי די קהילות אונזערע זענען געבויט. אויף צו מתקן זיין די פראבלעמן דארף מען צונעמן די גאנצע מהלך אונזערע שטיין ביי שטיין, אנגעהויבען פון די אדמור"ים ומנהיגים און גענדיגט ביי די חדר קינדער, און אז דאס זאל געשעהן אן אז אינצווישען זאל נישט בלייבען מיט וועם צו רעדן בכלל ברויך מען רחמי שמים.
2) דו - און אנדערע - שרייבען דא א יסוד כאילו עס איז דא א סיסטעמאטישע דיסקרימינאציע קעגן ספרדים, איך אין מיינע פערציג יאר האב עס נישט באגעגענט, אדרבה איך זע דא ווי יעדער איינער פילט זיך ממש בבית, אזויך אויך זע איך עס נישט און די נייעס אז עס זאל פאסירען ערגעץ אנדערש, אפשר גיבסטע אפאר משלים ווי די זעסט די דיסקרימינאציע??
פעך די דערמאנסט מיר פון די עקלדיגע גרויליגע סאטמערע פארדארבענע חינוך מגייט אויפטון פאר די ספרדים ,און פורים ביים טיש צו סתם ביי א שבע ברכות מאכען זיי נאך די וועג וויאזוי זיי רעדן מיט די גרעסטע מאס לצינות, וואט א שעם! בד״וו איך האב היינט גלערנט אין גמ פסחים קי״ב ע״ב רבי האט געזאגט פאר זיין זין ער זאל נישט משדך זיין מיט א גיורת
פעך די דערמאנסט מיר פון די עקלדיגע גרויליגע סאטמערע פארדארבענע חינוך מגייט אויפטון פאר די ספרדים
נישט דא נאך אזא קהלה וואס האט אוועק געגעבן אזויפיל געלט, בלוט און שווייס, פאר די ספרדים ווי די סאטמערע, און קיינער האט נישט געצווינגען די ספרדישע צו נעמן די הילף, מער האבן עס נישט גענימען ווי יא גענימען און קיינער האט זיי נישט געבאדערט דארט אין די ווייטע ארגענטינע..
קען קימען אזא .... און אזוי שרייבען.
איר כאלעמט (בנוסח פרידיש) קוק אביסל אין די היסטאריע,ווי סאך אנדערע האבן. אויפגעטוהן אסאך מער ווי רביזכיסע גענעלייני, די גרעסטע וועג פון מקרב זיין איז נישט מיט על המחיה, זיי מאכן פילן ווי די ערשטע קלאס ביי כלל ישראל דאס איז די אמתע וועג, הגם איך מאך נישט אוועק דאס אויסהאלטעריי ( ווי למשל די קירוב וואס מהרא''ש שיק גיבט פאר די ספרדים, ווער עס איז אביסל באקאנט מיט די ווערטשאפט ביי איהם)
2) דו - און אנדערע - שרייבען דא א יסוד כאילו עס איז דא א סיסטעמאטישע דיסקרימינאציע קעגן ספרדים, איך אין מיינע פערציג יאר האב עס נישט באגעגענט, אדרבה איך זע דא ווי יעדער איינער פילט זיך ממש בבית, אזויך אויך זע איך עס נישט און די נייעס אז עס זאל פאסירען ערגעץ אנדערש, אפשר גיבסטע אפאר משלים ווי די זעסט די דיסקרימינאציע??
אין אר"י איז פארהאן א שטארקע דיסקרימינאציע קעגן ספרדים. ס'נעמט זיך פון די ציונים, די אייראפע'אישע אויפגעקלערטע וועלכע האבן שטארק אראפגעקוקט די צוריקגעשטאנענע אידן פון די אראבישע לענדער. אין אמעריקע, אין הכי נמי, מ'זעהט דאס כמעט נישט.
איך קוק אויף די מציאות, פקך עניך וראה, ווער האט געבויעט וואס, און ווער עס האט געהאלפן וועם, און פון ווי די געלט און די עסקנות איז געקימען.
ע״כ, פון דא אין ווייטער קענסטע ווייטער רעדן אויף סאטמער כאוות נפשך און איך וועל דיר נישט איבערהאקען.
בדחן. טייערע איך אלץ סאטמערער האב אן אנדערע צוגאנג צו זאכן, איך ווער נישט העפי פון מעלות אויף אינז וואס זענען נישט געשטויגען, אין איך האב פיינט די וועלעכע האלטן זיך גאר גרויס מיט בלאפעריי אין קאווער אפס אויף אינזער געמיינדע, אדרבה ווען מען רעדט וועגן אן ענין וואס אינזער רבי משום סיבות שונות איז נישט געווען די גרעסטע אדער דו קלוגסטע דערין, בלייב איך שטיל אין איך האף אז קיינער ברענגט אינז נישט אריין אינעם שמועס, איים סארי סעקען זיין אז לא זו הדרך אבער איך האב אסאך וויכטיגערס נאך מתקן צו זיין ביז די פראבלעם מיינער
דאס מיינט נישט געטוהן, צום הונדערטסטע מאל! קוק מיט דיין אייגן אויגן וויאזוי קוקען זיי אויס אין סאקמער, צווייטע קלאס וואלט גיט געווען, אין מצד שני קוק אויף אנדערע גדולים וואס האבן זיי מקרב געווען, האבן זיי אריינגעברענגט אין די סיסטעם אויפן ערשטן קלאס חביבי לאזט אייך נישט נערן !
גראדע איך אלץ קלויזענבוירגער נעם זיך אן פאר בדחן, דער סאטמאר רב האט אסאך געטון פאר די ספרדים
כך עונשו של בדאי, ביסטעך געווען אויף בעלזע חתונה! ערגעץ אנדערש ביסטע א רי"מ שעכטער חסיד, און ערגעץ אנדערש וואוינסטו גאר אין ציריך. ממש ולא ידע בשכבה ובקומה.
איז דא א פראבלעם מן התורה חתונה צו האבן מיט א בן ב''ת און א בן גר? אויב יא, וואס איז די פראבלעם? די זעלבע איז לגבי מכבד זיין אזא איינער.
צווייטענס, איז דא עני הסבר מצד אנושיות וואס קען ערקלערן אונזער באציאונג כלפי גרים וב''ת.
איך מוז נאך אמאל באטאנען אז די גמ''ח און פינאנציעלע שטיצע וואס אונזער קאמיוניטי גיבט פאר די משפחות איז אין לשער און עס ווערט נישט אוועק גענומען דורך די עוולות וואס מיר באגיין אקעגן זיי. פון די אנדערע זייט טוט עס אבער אויך נישט מחפה זיין אויף די עוולות.
גראדע איך אלץ קלויזענבוירגער נעם זיך אן פאר בדחן, דער סאטמאר רב האט אסאך געטון פאר די ספרדים
כך עונשו של בדאי, ביסטעך געווען אויף בעלזע חתונה! ערגעץ אנדערש ביסטע א רי"מ שעכטער חסיד, און ערגעץ אנדערש וואוינסטו גאר אין ציריך. ממש ולא ידע בשכבה ובקומה.
פעך די דערמאנסט מיר פון די עקלדיגע גרויליגע סאטמערע פארדארבענע חינוך מגייט אויפטון פאר די ספרדים
נישט דא נאך אזא קהלה וואס האט אוועק געגעבן אזויפיל געלט, בלוט און שווייס, פאר די ספרדים ווי די סאטמערע, און קיינער האט נישט געצווינגען די ספרדישע צו נעמן די הילף, מער האבן עס נישט גענימען ווי יא גענימען און קיינער האט זיי נישט געבאדערט דארט אין די ווייטע ארגענטינע..
קען קימען אזא .... און אזוי שרייבען.
לא מדבשך ולא מעוקצך! כ׳רעדט נישט פון שידוכים, וואס אז שוין גוט אויסגעשמועסט אויבען. אבער די חוזק ביים פורים טיש?! קענסטו דאס פארענטפערן מיט פינאציאלע שטיצע?
בין איך אריין אין לובאוויטש די ראש ישיבה דארט האט מיר פארהערט אין צוגעשטעלט א שידוך פין די שענסטע שטובער אין לובאוויטש, אין יענער האט אויסגעפירט מיט טרערן אין די אויגן דאס מיינט א רבי / פירער, איינער וואס קוקט אן יעדעס ערליך קינד אין איין דרגה!
לפי מיינע ידיעות זענען די חב"ד'סקע ב"ת אין קראון הייטס פון די גרעסטע שרייערס אין די נושא פון שידוכים באקריוודעריי.