☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » איז טאנצן א קונסט?

איז טאנצן א קונסט?

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #700

זר זהב » מיטוואך מאי 23, 2012 10:09 pm

· #14665
איז טאנצן א קונסט?
אויב יא באלנגט עס דאך אין דעם פארום. איך האף נאר אז מ'מעג עפענען דערויף א באזונדער'ן אשכול.

און ס'איז עפעס וואס באדערט מיר שוין לאנג, איך וויל פארשטיין פשט פארוואס אונז חסידים (וואס סופפאזעטלי זענען מיר די הייסע פארקאכטע פאר א דבר מצוה) זענען פון די שוואכסטע טאנצער פון אלע אנדערע שיכטן פון כלל ישראל ?

גיי אריין צו א חסידישע חתונה, א פערטל זאל שטייט ביי די מוזיק און זיי קענען דיר נאכן חתונה פונקטליך זאגן וויפיל רוט קאנאלס דער זינגער האט. א פערטל זאל שמועסט, און דאס איבעריגע טוט א טובה אז זיי "וואקן" אזוי ארום אין א רינג.

יעצט כאפ דיך אריבער צום ליטווישען אדער מאדערענעם אדער האלב פרייען אדער מאדערן ארטאדאקס אדער ישיבה'שע חתונה און זאג דו מיר צו אונז דארפן זיך נישט פארשטעקן דאס פנים פאר בושה ?!?!

איך קוק דעי קליפ (נאר א דוגמא) און איך וויל אריילויפן אינעם טאנץ , געב א קוק. אט אזוי זעהן אויס אלע טאנצערייען פון אלע אנדערע קרייזן, מ'טאנצט לשם טאנצן, מ'פערפארמט נישט פאר קיינעם, מ'זארגט זיך נישט וויזוי יענער קוקט אויף מיר און צי די היט איז גראד.

חסידים וועקטס ענק אויף!!

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 23, 2012 11:37 pm

· #14673
טאנצען? פאר א חתן כלה? ווען די רבי מאכט חתונה וועל איך טאנצען ווען די רבי זי"ע קומט אריין, אבער א פלעינע חתונה? נאר דע באמ'ס טאנצען ביי הארא. 🙄

ציוני » מיטוואך מאי 23, 2012 11:58 pm

· #14680
זיידעטשקע
פון ווי טאקע שטאמט "הארא"?? איז דאס דוקא א חסידישע זאך??


ניין דאס קומט פון די אראבישע לענדער
(בעיני ראיתי הערבים בעיר העתיקה בירושלים רוקדים אורה, בחתונה שלהם)

און ערליכע אידן פלעגן דאס קיינמאל נישט טאנצן
ביז כהיום ווען ס'הערשט א עולם התואו, און אסאך בנש"ק'ס און גרויסע רבנים טאנצ'ן דאס מיט דביקות ליידער

זר זהב » דאנערשטאג מאי 24, 2012 2:30 am

· #14695
דער "הארא" דראם (DRUM-BEAT) ווערט גערופען ARABIAN RHYTHM

John Doe » דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:35 am

· #14698
הארא איז א טאנץ וואס מ׳האט געטאנצט ביי אידן זינט ווייס איך ווען. די הארא פון אמאל פארשטייט זיך איז געוועהן אביסל אנדערש. היינט רופט מען הארא א טאנץ מוזיק וואס לויפט אויף א טעמפא צוווישן 108 ביז 120 בארס (ביטס) פער מינוט.

אט איז א הארא געשפילט 100 יאר צוריק אין יאר 1912 אין ראמעניע דורך דער רומינסקי כליזמרים ארקעסטרע

לעמיל » דאנערשטאג מאי 24, 2012 9:31 am

· #14708
ר' זר זהב איך מיין אז איר זענט נישט גערעכט די חסידישע בחורים טאנצען אסאך בעסער וי די ליטווישע נאר די פראבלעם איז ממה נפשך האט די בחור וואס האט חתונה געלערנט אין אמעריקא לאזען נישט די ישובות אז די בחורים זאלען גיין טאנצען האט ער געלערנט אין ארץ ישראל זענען זיינע חברים נישטא איז ווער בלייבט איבער צו טאנצען????? גייט צו א חתונה אונהייב ניסן וועט איז זעין וואס טאנצען מיינט

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 24, 2012 4:29 pm

· #14804
זר זהב
איך קוק דעי קליפ (נאר א דוגמא) און איך וויל אריילויפן אינעם טאנץ , געב א קוק. אט אזוי זעהן אויס אלע טאנצערייען פון אלע אנדערע קרייזן, מ'טאנצט לשם טאנצן, מ'פערפארמט נישט פאר קיינעם, מ'זארגט זיך נישט וויזוי יענער קוקט אויף מיר און צי די היט איז גראד.


נו זיכער זארגן זיי נישט פארן היט, זיי האבן דאך נישט איינס...

געפילטע פיש
טאנצען? פאר א חתן כלה? ווען די רבי מאכט חתונה וועל איך טאנצען ווען די רבי זי"ע קומט אריין, אבער א פלעינע חתונה? נאר דע באמ'ס טאנצען ביי הארא. 🙄


האסטו מיר געמאכט לאכן, און מיר דערמאנט פון מיינע בחור'ישע יארן ווען דער ראשעשיווע האט געהאקט אויף די הארא (מיט די באקל פאסיקס, און געפוצטע גלעזער, און די שמעקעדיגע זייף וואס האט הלכה ווי צוואה - אם ניין, צואה......, סארי ווער עס גייט ברעכן)

חאצקל » דינסטאג יולי 31, 2012 2:14 am

· #30150
ציוני
זיידעטשקע
פון ווי טאקע שטאמט "הארא"?? איז דאס דוקא א חסידישע זאך??


ניין דאס קומט פון די אראבישע לענדער
(בעיני ראיתי הערבים בעיר העתיקה בירושלים רוקדים אורה, בחתונה שלהם)

און ערליכע אידן פלעגן דאס קיינמאל נישט טאנצן
ביז כהיום ווען ס'הערשט א עולם התואו, און אסאך בנש"ק'ס און גרויסע רבנים טאנצ'ן דאס מיט דביקות ליידער

אויב איז עס מיט דבקות לד' איז שוין לכאורא נישט קיין ליידער?! ווארים, אויב ברענגט עס נישט קיין פראסטע שטימונג און מוז נישט געטאנצט ווערן מיט ממש פראסטע באוועגונגען, אין שום בעיה לענ"ד, (ועיין בספרי שו"ת בענין לנגן ניגוני ערביים בבית הכנסת). מעגליך נאר פאר מדקדקים ממש.

סיידן אויב כ'וועל זאגן אז דער רב איז א וועג ווייזער אדער מורה היתר פאר אזעלעכע וואס ווערן פון דעם טאנץ יא צולאזט און מיט א שמיץ אריבער.

חאצקל » דינסטאג יולי 31, 2012 2:24 am

· #30152
John Doe
הארא איז א טאנץ וואס מ׳האט געטאנצט ביי אידן זינט ווייס איך ווען. די הארא פון אמאל פארשטייט זיך איז געוועהן אביסל אנדערש. היינט רופט מען הארא א טאנץ מוזיק וואס לויפט אויף א טעמפא צוווישן 108 ביז 120 בארס (ביטס) פער מינוט.

אט איז א הארא געשפילט 100 יאר צוריק אין יאר 1912 אין ראמעניע דורך דער רומינסקי כליזמרים ארקעסטרע


דאס וואס מ'רופט היינט ביי אונז הארא איז כולל עטליכע סארט ביעט'ס און טענץ. הצד השוה שבהן וואלט איך געזאגט איז אז אלע זענען ספרינגי. (די ארגינעלע וועג פון טאנצן ווייס איך נישט)

חאצקל » דינסטאג יולי 31, 2012 2:43 am

· #30153
לעמיל
ר' זר זהב איך מיין אז איר זענט נישט גערעכט די חסידישע בחורים טאנצען אסאך בעסער וי די ליטווישע נאר די פראבלעם איז ממה נפשך האט די בחור וואס האט חתונה געלערנט אין אמעריקא לאזען נישט די ישובות אז די בחורים זאלען גיין טאנצען האט ער געלערנט אין ארץ ישראל זענען זיינע חברים נישטא איז ווער בלייבט איבער צו טאנצען????? גייט צו א חתונה אונהייב ניסן וועט איז זעין וואס טאנצען מיינט


די ישיבישע גייען אריין אין אן עקזטאז ביים טאנצן, אז אפילו ווען די מוזיק שטעלט זיך אפ שטעלן זיי זיך אפטמאל נישט אפ. ד.ה. אז דאס קען מען כמעט באשטעטיגן אז אין אלגעמיין טאנצן די ישיבישע מיט מער עקזטאז ווי די אונגארישע-גאליציאנער סארט חסידים פון וועם מיר רעדן (די לובאוויטשער און קארלינער וכו' טאנצן אויך מיט א גרויס עקזטאז).

ווער עס טאנצט "שענער" און קונסליכער?
ווענד זיך וואו און ווער און ביי וועלעכע סארט ניגונים!

ירושלימער, ברעסלאווער, סאטמרער ביין רבין'ס שמחה, גערער, חסידים אויף די פארענטשעס ביים רבי'ן'ס טאנץ וכו'

די אזוי גערופענע באמעס וועלעכע ווייסן וויאזוי צו טאנצן פראפעשענעל אגרעסיווע טענץ א.א.וו.

שרייבער » דינסטאג יולי 31, 2012 9:16 am

· #30180
חאצקל
ציוני
זיידעטשקע
פון ווי טאקע שטאמט "הארא"?? איז דאס דוקא א חסידישע זאך??


ניין דאס קומט פון די אראבישע לענדער
(בעיני ראיתי הערבים בעיר העתיקה בירושלים רוקדים אורה, בחתונה שלהם)

און ערליכע אידן פלעגן דאס קיינמאל נישט טאנצן
ביז כהיום ווען ס'הערשט א עולם התואו, און אסאך בנש"ק'ס און גרויסע רבנים טאנצ'ן דאס מיט דביקות ליידער

אויב איז עס מיט דבקות לד' איז שוין לכאורא נישט קיין ליידער?! ווארים, אויב ברענגט עס נישט קיין פראסטע שטימונג און מוז נישט געטאנצט ווערן מיט ממש פראסטע באוועגונגען, אין שום בעיה לענ"ד, (ועיין בספרי שו"ת בענין לנגן ניגוני ערביים בבית הכנסת). מעגליך נאר פאר מדקדקים ממש.

סיידן אויב כ'וועל זאגן אז דער רב איז א וועג ווייזער אדער מורה היתר פאר אזעלעכע וואס ווערן פון דעם טאנץ יא צולאזט און מיט א שמיץ אריבער.

וואס איז די פראבלעם מיט הארא? אויב ס'איז ערליכע ניגונים ממקור טהור
מען טאר עפעס נישט הייבן די פיס פארן באשעפער'ס וועגן, אנן בעינן למיהוי קמי מלכא, קוק אריין אין ייט"פ סוכות ווי ער רעדט דערפון, אין דברי יואל שמחת תורה, ירוץ עבדך כמו איל

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:00 pm

· #31037
שרייבער

וואס איז די פראבלעם מיט הארא? אויב ס'איז ערליכע ניגונים ממקור טהור
מען טאר עפעס נישט הייבן די פיס פארן באשעפער'ס וועגן, אנן בעינן למיהוי קמי מלכא, קוק אריין אין ייט"פ סוכות ווי ער רעדט דערפון, אין דברי יואל שמחת תורה, ירוץ עבדך כמו איל


ווענדט זיך וויאזוי מ'הייבט א פיס! אויב מ'זינגט עס אויף א ווילדע וועג, קען עס באטראכט ווערן ווי א פראבלעם, זאל דער ניגון זיין אפילו פונעם ר' ר' אלימלך!

קאנצעפט » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 1:50 pm

· #31214
איז טאנצן א קונסט?
אויף די שאלה פון דעם אשכול:

וואסארא פראגע איז דאס? איר ווייסט וואסארא אינדוסטריע טאנצן איז אין דער וועלט?

פון די choreography ביז די טענצער אליין, יעדער זינגער וועלט זיך זיינע טאנצער, און וואס א בעסערע נאמען אלס טאנצער אלס מער געלט מאכט מען.

ווייניג חסיד'ישע אידן קענען די עכטע מלאכה פון טאנצן, אבער כ'האב שוין געזען ביי חסיד'ישע חתונות חברה וואס טאנצן ווי ריכטיגע פראפעסיאנאלן, ס'איז מיר געפאלן.

כ'רעד נישט פון די דביקות'דיגער טענץ ביי רבי שמעון'ס קבר, דאס קען דער גוי קיינמאל נישט נאכמאכן! און דאס איז שוין איינמאל א קונסט...

יואליש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 7:10 pm

· #31308
מ'קען זיך לערנען יארן צו ווערן א פערפעקטע בעלערינע טאנצערין. זיכער איז עס א קונסט, און די באוועגונגען זענען געשריבן ווי נאטן פאר מוזיק.

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:53 pm

· #31385
די פרויען אפילו אין אונזערע קרייזן ווייסן פון פאכמאנישע טענץ
און בכלל איז דער ענין פון טענץ מער אן ארטיקל ביי א פרוי (אזוי געפונען מיט אויך אין תנ"ך), ווייל א קונטסליכער טאנץ קומט מיט סענסעטיווע קערפערליכע אויסדריקן וואס איז מער מצוי און אונטרעסאנט פון\פאר א פרוי.

און איך מיין אז אויסער געציילטע אויסנאמען (מה יפית אידן און דער טאנץ פון בער...) האט מען שטענדיג געוואוסט אז טאנצן מיט קונסט איז א ווייבערישע פאך

איחוד פעלד » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:47 am

· #31423
Re: איז טאנצן א קונסט?
הארא איז אן אלטער אידישער טאנץ נאך פין

ביה"מ, די גוים האבען עס געגנבט פין אונז.

אין גמרא שטייט נאך מרקד אתלת.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

קאנצעפט » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 4:01 pm

· #31572
צו דערגיין די טיפקייט פון א טענצל קען מען זען די פילם "בלעק סוואן" (פאר ווער ס'קוקט ארטיסטישע פילמס, אדער בכלל פילמס...)

Espresso » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 6:03 pm

· #31600
קאנצעפט
צו דערגיין די טיפקייט פון א טענצל קען מען זען די פילם "בלעק סוואן" (פאר ווער ס'קוקט ארטיסטישע פילמס, אדער בכלל פילמס...)

אבער זייט גרייט אריינצוגיין אין מרה שחורה, ס'האט זייער טונקעלע אנדער-טונס.

חאצקל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 12:24 am

· #31639
אזוי ווי מוזיק און בילדער און אנדערע קונסט, איז ביי טענץ אויך פאראן אפענע און אבסטראק

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:47 pm

· #60844
אויבן האביך געלייגט א קליפ וויאזוי מ'טאנצט ביי די 'אנדערע' שיכטן פון כלל ישראל... איצט קוקט וויאזוי מ'טאנצט ביינונז. (גיב אכט פון הוללות)

חאצקל » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 12:41 am

· #61281
איין זאך אי זיכער, לערנען יענעם טאנצן איז זיכער א קונץ...

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:49 pm

· #61856
מען זאגט נאך פון דעם בארימטן משמח אלקים ואנשים, ר' שלום אליעזר דים הי"ו:

מאנכע ווייבער זענען זיך נוהג צו לערנען די מענער טאנצן. אבער דאס איז באמת נישט לרוחם, זיי גלייכן מער ווען זייערע מענער קאנען שוין טאנצן "בעפאר" די חתונה.
אויף דעם זענען חז"ל מרמז, כיצד מרקדין "לפני" הכלה, נאך איידער מען באקומט א כלה דארף מען שוין קענען טאנצן.
און דעריבער זאגט די משנה "רקוד לפני מקודשת", אז די כלה זאגט פארן חתן "טאנץ פאר מיר" און ער טאנצט, איז זי מקודש, פארוואס?
נאר מיט די הנאה וואס זי האט אז ער קען שוין יעצט טאנצן און זי ברויך אים נישט גיין אויסלערנען, מיט די דאזיגע הנאה איז זי מקודשת!

וראויין הדברים למי שאמרם, ודפח"ח (אריין אין מילתא דבדיחותא אשכול).

זר זהב » מיטוואך יוני 5, 2013 11:09 pm

· #122096

זר זהב » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:58 am

· #124551
כיצד מרקדין לפני הכלה!!!

גר און גיורת