☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט

אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4136
בלאט: 1 2

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 1:31 am

· #127189
אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט
איתן קאבער האט די וואך געמאכט אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע אין זיין וועכענטליכע קאלום אין די ענגלישע משפחה מאגאזין.

די מעשה גייט אזוי. נאכן פארלירן זייערע געריכטליכע פראצעס צו באזייטיגן די עשרת הדברות מאנומענט פון די גארטן פארנט פון א פלארידא געריכט הויז, האבן א גרופע אטעיסטן געמאלדן אז זיי גייען דארט אויפשטעלן א מאנומענט מיט זייערע אייגענע עשרת הדברות.

קאבער זאגט אז דער אקט מצד די אטעיסטן טוט צייגן א פאזיטיווע מעסעדזש. איך וועל ציטירן זיינע ווערטער.

Once in place, the godless gang's slab of stone will silently declare a basic fact of life: "it's every man and his deity". Z


Diety מיינט א העכערע אומנאטירליכע כח.קאבער זאגט אזוי: ביז היינט האבן מיר געמיינט אז נאר רעליגיעזע מענטשן גלייבן אין עפעס העכערס, משא''כ אטעיסטן - כופרים, זיי גלייבן אין גארנישט. יעצט אבער אז מען זעהט אז אפילו אטעיסטן האבן אן אייגענע עשרת הדברות, איז דאך פשט אז זיי גלייבן אין עפעס, זאל עס זיין אז זיי גלייבן אין זייער כפירה, אבער דאך גלייבן זיי. און אזוי קומט ער צו זיין מסקנה אז א יעדע מענטש האט עפעס העכערס וואס ער גלייבט אין דעם.

א שיינע דערהער, נישט שלעכט. אבער דאך וויל איך אים אפפרעגן. קען זיין אז בעצם רעדט מען דא פון א גרופע אגנאסטיקס, מענטשן וואס זענען נישט זיכער, זיי מיינען נאר אז זיי זענען אטעיסטן. און די סיבה פארוואס זיי האבן זיך געשלאגן צו באזייטיגען די עשרת הדברות מאנומענט פון די פאבליק אויסשטעל איז ווייל זיי ווילן נישט נשפע ווערן דערפון, זיי האבן מורא אז זיי וועלן גלייבן דערין אן קיין ראציאנאל. יעצט אז זיי האבן פארלוירן די געריכטליכע פראצעס ווילן זיי ארויסשטעלן די אטעיסט'ישע עשרת הדברות, אבער נישט ווייל זיי גלייבן דערין, נאר כדי אז עס זאל זיין א leveled playing field.




מדי דברי בו, איך האלט אז אטעיסן זענען (אין דער זין) די מערסטע אראגאנט מענטשן אויפן וועלט. מילא רעליגיעזע מענטשן, זיי זאגן כאטש אז זיי גלייבן. אגנאסטיקס זאגן אז זיי ווייסן נישט. אבער אטעיסטן טענה'ן אז עס איז א פאקט אז ס'נישט דא קיין גאט. ס'האט מיר אלץ געבאדערט ווי אזוי עס קען בכלל עקזעסטירן אזא מושג ווי אן אטעיסט. מילא אן אגנאסטיק, ער זאגט אז ער איז נישט זיכער. אבער ווי אזוי קען אן אטעיסט אויף ווייזן אז עס איז זיכער נישט דא א גאט?



למאי נ''מ דאס אלעס? ס'נישט קין נ''מ, נאר סתם א שמועס.

פידלער » זונטאג יוני 23, 2013 1:45 am

· #127191
Bill Maher טענה'ט די זעלבע אין זיין דאקיומענטערי Religulous. ער רופט זיך אן אגנאסטיק ווייל ער פילט אז זיך רופן אן אטעיסט איז אראגאנט און נאריש.

זר זהב » זונטאג יוני 23, 2013 1:46 am

· #127192
און פונקט ער וויל נישט זיין אראגאנטיש? לאל, ער דארף זיך קוקן אין שפיגל מער אפטער

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 23, 2013 2:12 am

· #127201
דער געדאנק אז יעדע אתאיסט איז א מאמין, שרייבט הרב נוגרשל אין "והשבות אל לבבך".

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 2:19 am

· #127203
@פידלער
כ'האב טאקע געזעהן religulous פון מאהר, איך געדענק אבער נישט קיין סאך דערפון אויסער אז עס האט מיר אויסגעזעהן מער א קאמעדי ווי אן עדזוקעישאנאל דאקומענטרי.

@קאווע טרינקער
איר קענט ביטע ציטירן אדער נאכשרייבן זיין געדאנק אין דער נושא?

פידלער » זונטאג יוני 23, 2013 2:31 am

· #127206
ס'איז טאקע בעיקר געווען א satire. איך מיין אז זיין ציל איז געווען צו ווייזן אז די רעליגיעזע האבן נישט קיין ענטפערס ווען מ'דרוקט זיי צו צום וואנט, נישט צו אויפקומען מיט חידושים איבער רעליגיע אדער אטעיסם.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 23, 2013 2:39 am

· #127209
אגנאסטיק איז נישט אלץ אן אפציע אמאל מיז מען מאכן א באשלוס.
מווארפט דיר אריין און קאלעך אויבן אויב די ביקסט זיך נישט צים צלם וואס טוסטו?

אז איך זאג דיר אז און מיין בעק יארד וואקסט געלט בוים. וואס ענטפערסטו, קען זיין כווייס נישט, וויאזוי קען איך זאגן זיכער אז נישט, אדער די זאגסטו כגלייב דיר נישט?
פארוואס איז די אטעיסט אנדערשט?

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 2:51 am

· #127211
נולד מאוחר
אגנאסטיק איז נישט אלץ אן אפציע אמאל מיז מען מאכן א באשלוס.


איך פארשטיי נישט, ווען מוז מען מאכן א באשלוס?

נולד מאוחר

אז איך זאג דיר אז און מיין בעק יארד וואקסט געלט בוים. וואס ענטפערסטו, קען זיין כווייס נישט, וויאזוי קען איך זאגן זיכער אז נישט, אדער די זאגסטו כגלייב דיר נישט?
פארוואס איז די אטעיסט אנדערשט?


אויב מיליאנען מענטשן גלייבן אז דו האסט א געלט בוים, און איך בין אין דיין בעק יארד נישט געווען, דאן וואלט איך געזאגט אז איך גלייב אז דו ביסט א ליגנער, אבער כ'בין נישט הונדערט פראצענט זיכער.

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 2:51 am

· #127212
קאווע טרינקער
דער געדאנק אז יעדע אתאיסט איז א מאמין, שרייבט הרב נוגרשל אין "והשבות אל לבבך".

וקדמו בזה הרה"ג ר' פאול בספרו אגרת אל הרומיים וזלה"ק "the faith God has distributed to each of you"

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 2:54 am

· #127214
לעיקוואד
קאווע טרינקער
דער געדאנק אז יעדע אתאיסט איז א מאמין, שרייבט הרב נוגרשל אין "והשבות אל לבבך".

וקדמו בזה הרה"ג ר' פאול בספרו אגרת אל הרומיים וזלה"ק "the faith God has distributed to each of you"


כ'זעה נישט וואס דו זעהסט אין פאול'ס ווערטער, ביטע ערקלער.

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 2:57 am

· #127215
די ספרים הקדושים זענען מסביר און מדייק אז דא שטייט אז יעדער מענטש האט גאט באשאנקען אמונה, נישט קיין חילוק צו ער ווייסט דערפון צו נישט, און נישט אין זיין זכות אדער ווייל ער פארשטייט אזוי, נאר במתנת האל.

כרגע טרעף איך נישט קלאר דער ערשטער מקור צו דער הסבר, אנסה לחפש עוד.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 23, 2013 3:01 am

· #127217
הוגה, אז די גלייבסט אז איך זאג ליגענט מיט די בוים און מיין בעיקיארד זאגסטו אין אנדערע ווערטער אויף וויפיל סאיז שייך צי וויסען ווייס איך אז סאיז נישט אמת און דאס זאגט דער עיטיעסט. משא''כ דער עגנאסטיק זאגט כווייס נישט סקען זיין.

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 3:09 am

· #127218
לעיקוואד
די ספרים הקדושים זענען מסביר און מדייק אז דא שטייט אז יעדער מענטש האט גאט באשאנקען אמונה, נישט קיין חילוק צו ער ווייסט דערפון צו נישט, און נישט אין זיין זכות אדער ווייל ער פארשטייט אזוי, נאר במתנת האל. כרגע טרעף איך נישט קלאר דער ערשטער מקור צו דער הסבר, אנסה לחפש עוד.


דא האב איך געשריבן דער געדאנק בשם ר' חיים שלום דייטש, בהוספת נופך משלי.

אבער איך מיין אז דא רעדן מיר פון א גאנץ אנדערע געדאנק. דא רעדן מיר אז ביי די אטעיסטן איז די כפירה זייער faith און זייער deity.

@נולד
ס'זעהט אויס אז דו האסט נישט גערעדט מיט קיין אטעיסטן. זיי האלטן טז ס'זיכער נישטא קיין גאט. ביי זיי איז נישט דא קיין שום צל של ספק. זיי האלטן אז pascal's wager איז שטותים.

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 3:16 am

· #127221
אה, ריכטיג, אבער דאן פארשטיי איך נישט וואס הייסט אז די כפירה איז זיין גאט? איז דען כפירה אן ענטיטי? איך האב געמיינט אז ער מיינט צו זאגען אז פון דעם וואס ער הענגט זיך אן אין עפעס א כפירה'דיגע שיטה איז א הוכחה אז בעצם האט ער אין זיך די מידת האמונה נאר ער פארטוישט עס אויף נארישקייטן, סתם צו זאגען אז כפירה=אמונה איז דאך סתם שטותים. נו אוודאי גלייבט ער אז עס איז נישטא, דאס מאכט עם אבער נישט פאר קיין מאמין.

זר זהב » זונטאג יוני 23, 2013 3:28 am

· #127224
Michael Savage > Quotes > Quotable Quote

“So you’re an atheist and you say, “Well how do you know there’s a God?” So what is there, nothing? So nothing created you? So you believe in nothing? Therefore, you believe in something – but that’s nothing. You believe in nothingness. I believe in God. That’s all. How can you believe in nothingness? How is it possible to believe in nothingness? How can something come from nothing? It’s a violation of all the laws of physics! Something cannot come from nothing. It violates physical science, biological science, and theological science. It violates all the laws of reason! It violates all the laws of nonreason.”

Michael Savage, Train Tracks: Family Stories for the Holidays

<a class="postlink" href="http://www.goodreads.com/quotes/695228-so-you-re-an-atheist-and-you-say-well-how-do">http://www.goodreads.com/quotes/695228- ... ell-how-do</a>

יידל » זונטאג יוני 23, 2013 9:36 am

· #127234
לגבי זר'ס ציטאט פון מעכל שבת: כ'האב מורא אז זיין מימרא אז עפעס פון גארנישט פארלעצט די געזעצן פון פיזיקס איז נישט אמת וויבאלד היינט ווייסט מען איבער קוואנטום פלאקטשועישאנס וואס מיינט אז קוואנטום פארטיקלס ווערן באשאפן יש מאין און ווערן גלייך דערנאך צוריק אויס. כך שמעתי מפי לאורענס קרויס, ואם קבלה הוא נקבל.

פידלער » זונטאג יוני 23, 2013 11:06 am

· #127249
לעיקוואד
אה, ריכטיג, אבער דאן פארשטיי איך נישט וואס הייסט אז די כפירה איז זיין גאט? איז דען כפירה אן ענטיטי? איך האב געמיינט אז ער מיינט צו זאגען אז פון דעם וואס ער הענגט זיך אן אין עפעס א כפירה'דיגע שיטה איז א הוכחה אז בעצם האט ער אין זיך די מידת האמונה נאר ער פארטוישט עס אויף נארישקייטן, סתם צו זאגען אז כפירה=אמונה איז דאך סתם שטותים. נו אוודאי גלייבט ער אז עס איז נישטא, דאס מאכט עם אבער נישט פאר קיין מאמין.


איך האב שוין אפאר מאל געהערט די אויסדרוק אז ביי אטעיסטן איז זייער אטעיסם זייער גאט. ווי איך האב עס פארשטאנען, האט דאס געמיינט אן אפגאט, אן idol, (א metaphorical גאט), עפעס אויף וואס זיי קריגן זיך און ווערן הייס פונקט ווי די רעליגיעזע ווערן איבער די טעמע פון רעליגיע אדער גאט. זיי זענען וויליג אויסצוגעבן געלט צו פארשפרייטן זייער מעסעדזש פונקט ווי די קריסטן אדער ליובאוויטשער צוב"ש. און זיי וועלן זיך צושלאגן מיט חברים און משפחה אזוי ווי, צוב"ש, די וואס האבן געמאכט ר' אהרן אדער ר' זלמן לייב זייערער אפגעטער.

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 12:15 pm

· #127266
אגב, דער עיקר וואס איך האב דא צוגעברענגט ר' פאול'ן איז ווייל עס איז מיר געווען א חידוש אז איך האב זיך באגעגנט מיט דעם וואס אין קריסטנטום איז אנגענומען צו טייטשען דער פסוק אז ער רעדט וועגן דער 'פינטעלע אמונה' וואס איז דא אין יעדער איינער, בשעת וואס אין יידושקייט איז דאס לכאורה מער א שפעטער'דיגע געדאנק, איך האב אבער נישט מצליח געווען קלאר נאכצוגיין די מקורות פון דער געדאנק ווייל בעו"ה קען איך זיך גאר ווייניג אויס בתורת ישו הנוצרי ותלמידיו וממשיכיו, אפשר קען איינער פון אונזערע ידענים גאונים אלץ-ווייסערס און גוגל-עקספערטן מיר ארויסהעלפן מיט מיין שאלה?

זר זהב » זונטאג יוני 23, 2013 12:45 pm

· #127274
יידל
לגבי זר'ס ציטאט פון מעכל שבת: כ'האב מורא אז זיין מימרא אז עפעס פון גארנישט פארלעצט די געזעצן פון פיזיקס איז נישט אמת וויבאלד היינט ווייסט מען איבער קוואנטום פלאקטשועישאנס וואס מיינט אז קוואנטום פארטיקלס ווערן באשאפן יש מאין און ווערן גלייך דערנאך צוריק אויס. כך שמעתי מפי לאורענס קרויס, ואם קבלה הוא נקבל.

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=-BTT62YJCI8">http://www.youtube.com/watch?v=-BTT62YJCI8</a>

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 2:18 pm

· #127293
@לעיקוואד,
פידלער האט שיין ארויסגעברענגט וואס קאבער (און איך זעלבסט) האט געמיינט מיט דעם אז אטעיזם איז א גלויבונג.

ווען איינער איז פארגלייבט אין עפעס אדער איינעם וועט ער שוין טרעפן הסברים און תירוצים צו פארענטפערן אלעם און אלעס כדי אז זיין גלויבונג סיסטעם זאל בלייבן שטיין. משא''כ אויב גלייבן איז נישט קיין ארטיקל אקעגן פאקטן דאן דארף מען דאך גארנישט פארענטפערן. אויב איינער ווייזט מיר אויף אז מאטאמאטיש בין איך א דומם אדער א צומח דארף איך עס נישט פארענטפערן ווייל איך ווייס אז איך בין א מדבר. משא''כ אויב איינער ווייזט אויף אז מאטאמאטיש קען א גאט נישט זיין, דאן קען איך אדער אויפווייזן און פארענטפערן זיין קושיא, אדער קען איך זאגן אז איך גלייב נאך אלץ.

די זעלבע איז מיט די פאקט אז א גלויבונג סיסטעם מוז לייגן גדרים אין פלאץ צו באשוצן די גלויבונג. פאר דעם איז דא א תורה, א סאסייעטי וכדומה. אטעיזם פארמאגט די זעלבע קארעקטיריסטיקס. די חילוק צווישן גלויבערס און אטעיסטן איז אז אטעיסטן זענען נישט גרייט צו זאגן אז זיי גלייבן, נאר אז עס איז א פאקט, און אויף דעם ארויף קומט זיי די טיטל אראגאנט.

זר'ס קליפ ברענגט אויך - בין השורות - ארויס די נקודה.

בנוגע די מקור איבער די נקודת האמונה, ס'קען זיין אז פאול איז טאקע די ערשטע געשריבענע מקור, אבער קיין חידוש איז עס נישט. עס איז איינס פון די טבעיות'דיגע פאקטן וואס א יעדע בר דעת ווייסט

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 2:38 pm

· #127306
נו, יש ויש.
עס זענען דא אראגענט גלויביגער פונקט ווי עס זענען דא אראגענט אטעאיסטען. און עס זענען דא מאמינים ענווים וישרים פונקט ווי עס זענען דא אטעאיסטען אזעלכע. די עצם מושג אטעאיזם איז נישט מער אראגענט אדער גלויבונג ווי דער מושג גלייבן.

נישט יעדער זאך וואס "יעדער בר דעת ווייסט" איז מוכרח אז אלעמאל האט מען אזוי "געוואוסט", און עכ"פ איז אינטרעסאנט צו פארשען די השלשלות פון דער געדאנק. נישט אז עס פרעגט עפעס אפ אדער איז מוכיח עפעס, סתם אלץ היסטאריע איז עס אינטרעסאנט.

יאיר » זונטאג יוני 23, 2013 2:41 pm

· #127308
די קלוגע אטעאיסטן זאגן נישט אז זיי ווייסן אז ס'איז נישטא קיין גאט, נאר אז זיי האבן נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אין גאט, ממילא היות א ראציאנעלער מענטש איז בהכרח א סקעפטיק, גלייבן זיי נישט אין גאט. אזוי ווי דו גלייבסט (האפנטליך) אז דער ספעגעטי מאנסטער האט נישט באשאפן די וועלט, אזוי גלייבן זיי אז גאט האט נישט באשאפן די וועלט.

יידל » זונטאג יוני 23, 2013 2:52 pm

· #127312
זר זהב
יידל
לגבי זר'ס ציטאט פון מעכל שבת: כ'האב מורא אז זיין מימרא אז עפעס פון גארנישט פארלעצט די געזעצן פון פיזיקס איז נישט אמת וויבאלד היינט ווייסט מען איבער קוואנטום פלאקטשועישאנס וואס מיינט אז קוואנטום פארטיקלס ווערן באשאפן יש מאין און ווערן גלייך דערנאך צוריק אויס. כך שמעתי מפי לאורענס קרויס, ואם קבלה הוא נקבל.

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=-BTT62YJCI8">http://www.youtube.com/watch?v=-BTT62YJCI8</a>

ברענגסט מיר פון א פילאזאף און א קריסטליכער אפאלאגיסט (וועלכער האלט צווישן אנדערע אז ישו איז אויפגעשטאנען תחיית המתים) איבער וואס קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען? לגבי קוואנטום פיזיקס, וואס איז ער מער ווי איך און דו?
(אגב אויף יוטוב קענסטו זען די צוויי חברה זיך טענה'ן איבער רעליגיע).

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 2:55 pm

· #127314
יאיר
די קלוגע אטעאיסטן זאגן נישט אז זיי ווייסן אז ס'איז נישטא קיין גאט, נאר אז זיי האבן נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אין גאט, ממילא היות א ראציאנעלער מענטש איז בהכרח א סקעפטיק, גלייבן זיי נישט אין גאט. אזוי ווי דו גלייבסט (האפנטליך) אז דער ספעגעטי מאנסטער האט נישט באשאפן די וועלט, אזוי גלייבן זיי אז גאט האט נישט באשאפן די וועלט.


אזוי רעדט געווענטליך אן אגנאסטיק. היטשענס און האוקיגנ זענען קאנווינסד אז עס איז נישטא קיין גאט. זיי האלטן אז די יונעווירס איז proof אז עס איז נישט דא קיין גאט.

בנוגע דיין טענה אויף זר'ס קליפ. וואס גייט מיר אן ווער ער איז און וואס ער גלייבט? ער האט א point. פארענטפער אדער פרעג עס אפ.

@לעיקוואד, איר זענט גערעכט מיט ביידע פונקטן.

יידל » זונטאג יוני 23, 2013 3:00 pm

· #127315
הוגה, די פוינט איז, ער פארשטייט נישט די פיזיקס און דערפאר קען ער חוזק מאכן פון די געדאנק אז קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען יש מאין. קרויס פארשטייט יא די פיזיקס און איז דערפאר מער אויטאריטעט אויף דעם ענין.

הוגה » זונטאג יוני 23, 2013 4:26 pm

· #127329
יידל
הוגה, די פוינט איז, ער פארשטייט נישט די פיזיקס און דערפאר קען ער חוזק מאכן פון די געדאנק אז קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען יש מאין. קרויס פארשטייט יא די פיזיקס און איז דערפאר מער אויטאריטעט אויף דעם ענין.


איך בין מסכים אז א ווארט פון פיזיקס ספעציאליסט האט מער רעכט ווי די פון א רעליגיע ספעציאליסט. אבער דא פרעגט ער דאך א סימפעל (נער'ישע?) לאגישע קשיא. ער טענה'ט אז נאטינגנעס/ספעיס וכדומה איז אויך א בריאה. און אויב קומען ווירטואלע מאלעקיולס פון דעם איז עס דאך נישט קיין יש מאין. וואס איז די ענטפער אויף די קשיא?

יאיר » זונטאג יוני 23, 2013 7:31 pm

· #127364
יידל
הוגה, די פוינט איז, ער פארשטייט נישט די פיזיקס און דערפאר קען ער חוזק מאכן פון די געדאנק אז קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען יש מאין. קרויס פארשטייט יא די פיזיקס און איז דערפאר מער אויטאריטעט אויף דעם ענין.

פונקט פארקערט. קראוס איז א פיזיקער און ער מישט זיך אין פילאזאפישע שאלות פון why there is something rather than nothin. צו ענטפערן די שאלה מוז מען בהכרח ארויסגיין פון פיזיקס צו מעטאפיזיקס. קראוס כאפט נישט אז זיין גרויסע המצאה איז גארנישט אנדערש ווי קדמות העולם. בסך הכל פארענטפערט ער ווי אזוי קדמות העולם קען שטימען אפילו אויב מען גלייבט אין די ביג בענג. וואס אויף דעם איז מיר גענוג סטיווען האוקינג'ס טעאריע.

יאיר » זונטאג יוני 23, 2013 7:38 pm

· #127367
הוגה
יאיר
די קלוגע אטעאיסטן זאגן נישט אז זיי ווייסן אז ס'איז נישטא קיין גאט, נאר אז זיי האבן נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אין גאט, ממילא היות א ראציאנעלער מענטש איז בהכרח א סקעפטיק, גלייבן זיי נישט אין גאט. אזוי ווי דו גלייבסט (האפנטליך) אז דער ספעגעטי מאנסטער האט נישט באשאפן די וועלט, אזוי גלייבן זיי אז גאט האט נישט באשאפן די וועלט.


אזוי רעדט געווענטליך אן אגנאסטיק. היטשענס און דאוקינס זענען קאנווינסד אז עס איז נישטא קיין גאט. זיי האלטן אז די יונעווירס איז proof אז עס איז נישט דא קיין גאט.

זיי זענען קאנווינסד אז ס'איז נישטא קיין גאט אזוי ווי דו ביסט קאנווינסד אז די ספעגעטי מאנסטער עקזיסטירט נישט. וואו האסטו געזען אטעאיסטן זאגן אז די אוניווערס איז פרוף אז גאט עקזיסטירט נישט? ווי אזוי איז עס א פרוף?

יידל » זונטאג יוני 23, 2013 8:37 pm

· #127376
יאיר
יידל
הוגה, די פוינט איז, ער פארשטייט נישט די פיזיקס און דערפאר קען ער חוזק מאכן פון די געדאנק אז קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען יש מאין. קרויס פארשטייט יא די פיזיקס און איז דערפאר מער אויטאריטעט אויף דעם ענין.

פונקט פארקערט. קראוס איז א פיזיקער און ער מישט זיך אין פילאזאפישע שאלות פון why there is something rather than nothin. צו ענטפערן די שאלה מוז מען בהכרח ארויסגיין פון פיזיקס צו מעטאפיזיקס. קראוס כאפט נישט אז זיין גרויסע המצאה איז גארנישט אנדערש ווי קדמות העולם. בסך הכל פארענטפערט ער ווי אזוי קדמות העולם קען שטימען אפילו אויב מען גלייבט אין די ביג בענג. וואס אויף דעם איז מיר גענוג סטיווען האוקינג'ס טעאריע.

יאיר, במח"כ מיין איך איך אז דו רעדסט האסט נישט געכאפט איבער וואס מיין מדובר איז. איבער דעם עצם ענין פון a universe rather than nothing ביסטו גערעכט אז דאס איז א טעאלאגישע/פילאזאפישע שאלה און איז דערפאר אינדרויסן פון קרויס' פעלד (כאטש לענ"ד קען יעדער זיין א פילאזאף אבער נישט יעדער קען זיין א פיזיקער, כמאמרו של אדמו"ר מסאטמאר הראשון זי"ע "א קנאי קען מען ווערן איבער נאכט, אבער צו זיין א ת"ח מוז מען הארווען," ודפח"ח). איך בין זיך נאר מתייחס צו קרויס' ראיה פון קוואנטום פלאקטשועישאנס וואו מיר זעען בחוש אז something is created out of nothing. אויף די ראיה קומט דער אפאלגיסט און פיאלאזאף מיך פארציילן אז דאס איז פסוועדא-סייענס און עס איז יא א יש מיש. נו, אז ס'דא א מחלוקת בעניני פיזיקס צווישן דעם פילאזאף און דעם פיזיקער, וועל איך ענדערש אננעמען דעם פיזיקער'ס דעה. ווידעראום איבער די שאלה צו די אוניווערס איז טאקע א יש מאין, טאקע פון אזא סארט קוואנטום פלאקטשועישאן, דאס וועל איך איבערלאזן פארן פילאזאף און פארן טעאלאג.

יידל » זונטאג יוני 23, 2013 8:38 pm

· #127377
הוגה
יידל
הוגה, די פוינט איז, ער פארשטייט נישט די פיזיקס און דערפאר קען ער חוזק מאכן פון די געדאנק אז קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען יש מאין. קרויס פארשטייט יא די פיזיקס און איז דערפאר מער אויטאריטעט אויף דעם ענין.


איך בין מסכים אז א ווארט פון פיזיקס ספעציאליסט האט מער רעכט ווי די פון א רעליגיע ספעציאליסט. אבער דא פרעגט ער דאך א סימפעל (נער'ישע?) לאגישע קשיא. ער טענה'ט אז נאטינגנעס/ספעיס וכדומה איז אויך א בריאה. און אויב קומען ווירטואלע מאלעקיולס פון דעם איז עס דאך נישט קיין יש מאין. וואס איז די ענטפער אויף די קשיא?

נו, קרויס טענה'ט דאך אז די ווירטואלע מעלקיולס קומען נישט פון ספעיס, נאר זענען ממש יש מאין כפשוטו ודלא כדברי הפילאזאף. גיי פארשטיי.

הוגה » דינסטאג יוני 25, 2013 5:49 pm

· #127908
נו? גיב טאקע צו פארשטיין?

אגב, כ'בין בכלל נישט מלומד אין די ענינים, פונקט ווי דער פילאזאף (לכאורה), און ממילא פרעג איך (און ער) תמימות'דיגע שאלות און קושיות. א תמימות'דיגע שאלה איז נישט די זעלבע ווי אפפרעגן א מומחה אראגאנטלי, און עס פארלאנגט אן אינטעליגענטע תשובה.

הוגה » דינסטאג יוני 25, 2013 5:55 pm

· #127909
יאיר
וואו האסטו געזען אטעאיסטן זאגן אז די אוניווערס איז פרוף אז גאט עקזיסטירט נישט? ווי אזוי איז עס א פרוף?


כ'האב נישט קיין מקור דערויף, סתם פון פערזענליכע אינטעראקציעס און פון ליינען דא און דארט. אגב, אויב האבן זיי נישט קיין קראנטע proof, דאן מיט וואס זענען זיי אנדערש פון אגנאסטיקס? איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז זיכער נישט דא א ספאגעטי מאנסטער וואס פירט די וועלט, קען זיין עס איז יא דא, און אויב יא איז ער 'גאט'.

מי אני » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:27 pm

· #434837
אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט
אז מ׳האט דערמאנט דעם ספאגעטי מאנסטער איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז זיי [די באוועגונג] האבן א קירכע און רופן זיך א ״רעליגיע״ [פאסטאפאריעניזם]. און הגם דאס איז בעיקר צו סאטיריזירן אלגעמיינע רעליגיע, טוט דאס אנווייזן אז יש מקום לומר אז אטיאיזם קען באצייכענט ווערן אלס א רעליגיע (הגם ל״ד א גלויבונג).

(אגב איז אינטרעסאנט אויך אנצומערקן אז די קאנסערוואטיווע שרייבערין ען קולטור, אין איר בוך Godless, טענה׳ט ענליך בנוגע ליבעראליזם; אז עס איז א רעליגיע.)

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:50 pm

· #434839

הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:17 pm

· #434988
ווער זאגט די boxs האט בכלל אן inside?!?
אפשר איז דאס א box וואס האט בכלל נישט קיין אינסייד
האסט געזען?!? גלייב נאר וואס דו זעסט מיט דיין אויגן!!!

גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:20 pm

· #434989
הקטן
ווער זאגט די boxs האט בכלל אן inside?!?
אפשר איז דאס א box וואס האט בכלל נישט קיין אינסייד
האסט געזען?!? גלייב נאר וואס דו זעסט מיט דיין אויגן!!!

דאס איז דאך וואס די אגנאסטיק עיטיאיסט זאגט

הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:24 pm

· #434990
ער פרעגט אויב ס'איז דא עפעס אין די אינסייד
אינזער חכם פרעגט ווער זאגט ס'איז בכלל דא אן inside

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:25 pm

· #434991
אין וועלכע קאטעגאריע גייט דאס אריין?

גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:27 pm

· #434992
הקטן
ער פרעגט אויב ס'איז דא עפעס אין די אינסייד
אינזער חכם פרעגט ווער זאגט ס'איז בכלל דא אן inside
ער פרעגט נישט. דער שואל איז די מענטשעלע אויף די לינקע זייט
די אגנאסטיק זאגט מיר קענען נישט מאכען קיין שום פאזיטיווע סטעיטמענט. וואס איז כולל אויך די פראגע צו סאיז בכלל דא א אינסייד
אפשר איז עס אנגעפילט? ווער ווייסט.

הקטן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:35 pm

· #434994
אפשר אנגעפילט אפשר ליידיג, אבער הכול מודים אז דער Box האט אן inside
אינזער חכם גייט א טריט ווייטער, און פרעגט/זאגט אויב מיר קענען נישט מאכן קיין שום פאזיטיווע סטעיטמענט געבויט אויף שכל הישר, איז ווער זאגט ס'איז בכלל דא אן inside?!?
ער פירט אויס מיט פאטאס "מיר גייען נישט זאגן די box האט אן inside"!!!

גדליה האט טאקע אזוי פארשטאנען פין די געט-גא, גוט פאר אים

גדליה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:54 pm

· #434995
הקיצור איר זענט מער נוטה צום גנאסטיק עיטיאיסט...

פאליטיקאנט » מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 7:32 pm

· #463432
איך בין נישט געווען זיכער צו עס באלאנגט אין 'א שמייכל' 'העמק דבר' 'קונסט' אדער ערגעץ אנדערש (לכתחילה האב איך פרובירט צו זיכן א פאסיגע אשכול, אבער כ'האב נישט עכט געפינען), לייג איך עס דא:

די בבלי'שע בין האט א זיסע פאראדיע / סאטירישע ארטיקל אויף אטעאיזם:
<a class="postlink" href="https://babylonbee.com/news/fedora-wearing-iphone-denies-existence-of-steve-jobs">https://babylonbee.com/news/fedora-wear ... steve-jobs</a>



Fedora-Wearing IPhone Denies Existence Of Steve Jobs

CUPERTINO, CA—After weeks of study and watching YouTube videos on the subject, a local iPhone 12 has concluded that Steve Jobs never existed.

"That's cool if you want to believe in fairy tales," said the iPhone with a tip of his brand new fedora. "But I'm a free-thinking iPhone. Am I really supposed to believe an intelligent being designed me? Look at me! My battery life is only 15 hours, then I'm useless! My screen can break if you drop me. Android has a million features I don't even have. I am a far from perfect design. What kind of creator would allow that, anyway?.

The iPhone also says the reliability of accounts of Steve Jobs' existence is sketchy at best. "I've never seen Steve Jobs," he said. "He died long before I was born. Convenient, right? My theory is that his status was elevated to 'iPhone creator' long after his death to help other iPhones explain their sad existence. The Steve Jobs story is most likely plagiarized from the story of Thomas Edison, another alleged creator."

The iPhone told reporters he is convinced that he is nothing more than a naturally occurring collection of raw materials from the earth, saying he feels like life is so much more precious and meaningful now that he can create meaning for himself rather than having that meaning given to him by some "ancient story for weak minds."

"When you think about it, all iPhones are deniers!" said the iPhone. "Other iPhones deny the existence of creators as well. They deny that Al Gore or Mary Poppins invented them. I simply deny one more creator than they do!"

The iPhone also insists he functions perfectly despite his denial. "As a brand-new iPhone, I don't need to believe in the existence of Steve Jobs to function properly. I work fine, even though I don't believe!"

According to sources, the iPhone reports being "very happy and fulfilled" since falling into unbelief. He has since joined an unbeliever's book club to meet other iPhones like him.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 7:54 pm

· #463433
לגבי די קשיא פונעם פותח האשכול פון וואו די אטעאיסטן נעמען די זיכערקייט אז ס'נישט דא קיין גאט מיין איך אז די עיקר קלעים פון אטעאיזם איז אז רעליגיע איז א סכנה פאר די מענטשהייט און ברענגט אן מער חורבנות ווי גוטס, די קלעים אז ס'נישט דא קיין גאט איז שוין מער א בחינה פון אמונות הכרחיות.

נאך א פשט קען זיין אז די קלעים אז ס'נישט דא קיין גאט איז מעטעפאריש, וויבאלד זיי האלטן דאך אז די שאלה צו ס'איז דא א גאט צו נישט איז איררעלעוואנט, איז אפילו אויב ס'איז יא דא א גאט איז מעטעפאריש גערעדט עקזיסטירט ער נישט, כלומר אויף וויפיל ס'איז נוגע צו אונז למעשה איז נישט דא קיין גאט.

מנחם ציון » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 3:36 pm

· #463602
הוגה
@לעיקוואד,
פידלער האט שיין ארויסגעברענגט וואס קאבער (און איך זעלבסט) האט געמיינט מיט דעם אז אטעיזם איז א גלויבונג.

ווען איינער איז פארגלייבט אין עפעס אדער איינעם וועט ער שוין טרעפן הסברים און תירוצים צו פארענטפערן אלעם און אלעס כדי אז זיין גלויבונג סיסטעם זאל בלייבן שטיין. משא''כ אויב גלייבן איז נישט קיין ארטיקל אקעגן פאקטן דאן דארף מען דאך גארנישט פארענטפערן. אויב איינער ווייזט מיר אויף אז מאטאמאטיש בין איך א דומם אדער א צומח דארף איך עס נישט פארענטפערן ווייל איך ווייס אז איך בין א מדבר. משא''כ אויב איינער ווייזט אויף אז מאטאמאטיש קען א גאט נישט זיין, דאן קען איך אדער אויפווייזן און פארענטפערן זיין קושיא, אדער קען איך זאגן אז איך גלייב נאך אלץ.

די זעלבע איז מיט די פאקט אז א גלויבונג סיסטעם מוז לייגן גדרים אין פלאץ צו באשוצן די גלויבונג. פאר דעם איז דא א תורה, א סאסייעטי וכדומה. אטעיזם פארמאגט די זעלבע קארעקטיריסטיקס. די חילוק צווישן גלויבערס און אטעיסטן איז אז אטעיסטן זענען נישט גרייט צו זאגן אז זיי גלייבן, נאר אז עס איז א פאקט, און אויף דעם ארויף קומט זיי די טיטל אראגאנט.

זר'ס קליפ ברענגט אויך - בין השורות - ארויס די נקודה.

בנוגע די מקור איבער די נקודת האמונה, ס'קען זיין אז פאול איז טאקע די ערשטע געשריבענע מקור, אבער קיין חידוש איז עס נישט. עס איז איינס פון די טבעיות'דיגע פאקטן וואס א יעדע בר דעת ווייסט

איך וואלט געזאגט יש אטעיסטן ויש אטעיסטן
אויב גלייבט ער נישט פשוט ווייל מען האט אים קיינמאל נישט איבער געוויזן דאן איז ער נישט אראגאנט
וועט אים איינער איבערווייזן וועט ער גלייבן

אבער ס'זענען דא אזעלכע וואס האבן אפגעמאכט ביי זיך און גארנישט וועט אים רירן, און ער איז נישט אפן פאר טויש ווען איינער ווייזט אים איבער, דאן איז ער אראגאנט און נאך ווי


כיוצא בו און יעדע געזעלשאפטליכע נושא ודו"ק

מנחם ציון » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 3:38 pm

· #463603
לעיקוואד
נו, יש ויש.
עס זענען דא אראגענט גלויביגער פונקט ווי עס זענען דא אראגענט אטעאיסטען. און עס זענען דא מאמינים ענווים וישרים פונקט ווי עס זענען דא אטעאיסטען אזעלכע. די עצם מושג אטעאיזם איז נישט מער אראגענט אדער גלויבונג ווי דער מושג גלייבן.

נישט יעדער זאך וואס "יעדער בר דעת ווייסט" איז מוכרח אז אלעמאל האט מען אזוי "געוואוסט", און עכ"פ איז אינטרעסאנט צו פארשען די השלשלות פון דער געדאנק. נישט אז עס פרעגט עפעס אפ אדער איז מוכיח עפעס, סתם אלץ היסטאריע איז עס אינטרעסאנט.

אופס...
איך וואלט געברויכט אויסווארטן נאך איין תגובה....

תוהו ובוהו » פרייטאג יוני 11, 2021 3:13 pm

· #475441
Re: אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט
רביה''ק זי''ע
לגבי די קשיא פונעם פותח האשכול פון וואו די אטעאיסטן נעמען די זיכערקייט אז ס'נישט דא קיין גאט מיין איך אז די עיקר קלעים פון אטעאיזם איז אז רעליגיע איז א סכנה פאר די מענטשהייט און ברענגט אן מער חורבנות ווי גוטס, די קלעים אז ס'נישט דא קיין גאט איז שוין מער א בחינה פון אמונות הכרחיות.
איך וואלט געזאגט אז דער חילוק צווישן אגנאסטיקן און אטעאיסטן איז מער א פסיכולאגישער, דער אטעאיסט זוכט מער סערטענטי (וודאות בלע''ז) און איז ווייניגער באקוועם מיט אן אפענער ארגומענט.

בנוגע די ראציאנאל דערפון מיין איך אז דער אטעאיסט מיינט פשוט ארויסצוברענגן אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז ס'איז דא, און דעריבער אפילו ס'איז דא אזא מעגליכקייט (דהיינו אז ס'עקזיסטירט זאכן וואס מיר האבן נישט קיין שום סיבה צו טראכטן אז זיי עקזיסטירן און מיר קענען נישט פארשטיין זייער עקזיסטענץ), דאך לשיטתם קומט אפיר פונעם אגנאסטיק, כאילו ס'איז עפעס ענליך צו א ספק השוה, און כאילו ער איז סה''כ נישט ''אינגאנצן איבערצייגט'' אין די ראצינאלע הוכחות פאר טעאיזם, און דעריבער געט ער עס א ספק. וואס דאס איז נישט ריכטיג לשיטת האטעאיסט וואס לשיטתו איז דא ''קיין'' לאגיק/הוכחה וואס פירט אהין..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

מי אני » פרייטאג יוני 11, 2021 5:12 pm

· #475443
דר. ריטשערד דאווקינס שטעלט אראפ א ספּעקטרום פון 7 שטאפלען בנוגע פראבעביליטי/זיכערקייט אין גלויבונג לגבי טעאיזם, אויף א סקעיל פון 100%-0%:

1). ״שטארקע״ טעאיסט - דער וואס איז 100% זיכער אין דאס עקזיסטענץ פון ג-ט.

2). ״דע פעקטאָ״ טעאיסט - נישט ״100%״ זיכער אבער דאך זייער זיכער; א הויכע פּערצענט זיכערקייט.

3). נוטה צו טעאיזם - העכער ווי 50%, אבער נישט קיין סאך העכער [א פארעם פון אן אגנאסטיק טעאיסט].

4). לגמרי לא לכאן ולא לכאן - פונקט 50%; ער האלט ס׳איז פונקט אזוי יתכן ווי נישט [אן אגנאסטיק].

5). נוטה צו אטעאיזם - ווייניגער ווי 50%, אבער נישט קיין סאך ווייניגער [א פארעם פון אן אגנאסטיק אטעאיסט].

6). ״דע פעקטאָ״ אטעאיסט - נישט זיכער אויף נישט אז ס׳איז ״0%״ אבער דאך זייער זיכער אויף נישט; א קליינע פּערצענט אויף איר מעגליכקייט.

7). ״שטארקע״ אטעאיסט - דער וואס איז זיכער אז דאס מעגליכקייט פון ג-ט׳ס עקזיסטענץ איז 0%.

דאווקינס אין זיין בוך רעכענט זיך אויפ׳ן זעקסטן שטאפל (הגם ער האט געזאגט שפעטער אז ער איז זייער נאנט צום זיבעטן שטאפל). ער טענה׳ט אויך אז ביי רעליגיע שטעלט זיך עס אויס (אלס דאס אמונה גופא זייענדיג א מצוה וחיוב וכדומה) אז טעאיסטן זענען אויפ׳ן ערשטן שטאפל, משא״כ רוב אטעאיסטן זענען נישט אויפ׳ן זיבעטן שטאפל לעומתה נאר אויפ׳ן זעקסטן שטאפל.

תוהו ובוהו » פרייטאג יוני 11, 2021 5:38 pm

· #475444
Re: אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט
סאו דער וואס געפינט זיך אויף 6 רופט זיך אן אטעאיסט, לאפוקי דער 4 און 5 וואס מאכן עס פאר א לייטישן ספק.

ווידער דער 7 איז בערך אזוי אראגאנט ווי דער 1

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 11, 2021 5:40 pm

· #475445
כ'מיין אז אינעם עולם האמת זענען 99 פראצענט מענטשן ביי נאמבער זעקס, אינעם עולם הבלאפעריי איז עס צוטיילט צווישן די איבעריגע זעקס.

הוגה » פרייטאג יוני 11, 2021 6:12 pm

· #475449
תוהו ובוהו
ווידער דער 7 איז בערך אזוי אראגאנט ווי דער 1


אין מיין ארימע מיינונג מוז מען האבן עפעס א שטארקע פערזענליכע עקספיריענס צו זיין אן איינסער אדער זיבנער. דער איינסער איז 100 פראצענט זיכער אז ס'דא א גאט ווייל ער האט עקספיריענסד גאט. און דער זיבנער האט עקספיריענסד godlessness אויף א שטארקע פארנעם. איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט ווייל כ'האב עס קיינמאל נישט עקספיריענסד אבער אזוי פארשטיי איך מיט מיין שכל.


.
בלאט: 1 2