☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!

האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!

269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12366
בלאט: 1 2 3 4 5 6

חסיד » מיטוואך יוני 6, 2018 10:11 am

· #405125
איך האטב אויסגעהערט דעם גאנצן דרשה און לפענ"ד האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געזאגט א זייער שיינע גלעצענדע דרשה, גוט ארויסגעברענגט זיינע פונקטן, און מיט א קלארקייט ברירות ובהירות אדרוכגעגאנגן די נקודות וואס זענען וויכטיג און הייליג און שיטת הגה"ק מסאטמאר זצוק"ל געלאסן און שיין.
צוויי קלייניקייטן וואס איך פארשטיי נישט בנוגע דעם בארד חלק,

1. הלמאי אז דער רבי איז געוועהן דער יחיד מיטן בארד, וואס איז מיט דער טשעבינער רב, חזון איש, סטייפלער, אמרי אמת וכו' וואס דער רבש"ע האט אזוי צוגעפירט אז זיי דענען ניטאמאל געוועהן און איירופה ביים קריג? אתמהה!

2. דער קשיא וואס דריקט דעם עולם פארשטיי איך, אבער מיט וואס פארענטפערט דער בארד די פאקט אז הרה"ק מסאטמאר איז דער יחיד בדורו, וויאזוי איז דאס א ראי'?

(מיך ארט נישט אז חסידים האלטן און זאלן האלטן בשיטת רבם און אפילו אז שיטתו והלכה כמותו אבער פארוואס דארף מען די בארד אלץ ראי'? עס ווייזט גארנישט און ברענגט נאר ארויס שוואכקייט פון די שיטה אויב ס'שטייט נאר אויף דעם. יעדע חסיד קען ארויסברענגן איין נקודה וואס זיין רבי איז געוועהן דער יחיד און פארדעם הלכה כמותו בכל מקום)

סמבטיון » מיטוואך יוני 6, 2018 10:19 am

· #405128
דאכצעמער רוב חסידישע רבעס זענען געבליבן מיט א בארד, אדרבה אויב איינער איז באקאנט מיט די פאקטן זאל ער זיך אנריפן, און דער וואס האט עס געדארפט אראפ נעמען האט עס מסתמא נישט געטוהן ווייל עס האט זיי געקראצט.

נעגעל וואסער » מיטוואך יוני 6, 2018 10:20 am

· #405129
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
ליפא טענה'ט דאס שוין לאנג "איד איד ווי דיין בארד!?"

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 10:30 am

· #405132
איך האב דאס דערמאנט שוין דא, ווי עס באלאנגט.

איך האב געוואלט פרעגען פאר דער רבי'ן. דער רבי ז"ל האט למעשה נישט געגאלט זיין בארד, נישט ווי דער בעלזער רב וואס האט זיך יא געגאלט (עכ"פ געלאזט ח"ש פריעדמאן איהם גאלען). אבער למעשה האט ער צוגעדעקט זיין בארד מיט א שאל. דער חזו"א האט דאס אויך נישט געטוהן. אלזא, דארף מען נאכגייען זיין מהלך און נישט דער סאטמארער'ס.

זעט זיך אויס אז די גאנצע נידון איז נאר וועלכע פעטער פון דער רעבארען נאכצוגייען. און טאמער דער קלויזענבורגער האט מען יא געגאלט און דער סאטמארער נישט, איז א ראיה אז ויואל משה אמת ותורתו אמת, ודברי יציב בדאי.

אינטרעסאנט אז אין ויואל משה איז דאס נישט איינער פון די ראיות מכריחות צו זיין שיטה. איך זעי דארט נישט קיין סאך בעסערס.

סמבטיון » מיטוואך יוני 6, 2018 10:37 am

· #405133
ליטוואק ביטע נישט אריינרעדן ווי דו באלאנגסט נישט. תודה

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 6, 2018 10:55 am

· #405136
לויט ווי איך האב פארשטאנען האט רבינו שליט''א געזאגט ווי פאלגענד:

ס'איז פארהאן א פסוק אין שמואל: ויען אחד מהנערים ויאמר הנה ראיתי בן לישי בית הלחמי יודע נגן וגבור חיל ואיש מלחמה ונבון דבר ואיש תואר וה' עמו זאגט אויף דעם די גמרא אין סנהדרן (דף צ''ג) אמר רב יהודה אמר רב כל הפסוק הזה לא אמרו דואג אלא בלשון הרע יודע נגן שיודע לישאל, גבור שיודע להשיב, איש מלחמה שיודע לישא וליתן במלחמתה של תורה, וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום : דאס באדייט אז ווי באלד ס'איז וה' עימו איז די הלכה שטענדיג ווי דוד המלך.

האט רבינו שליט''א עקלערט אז דאס אז רבינו הקוה''ט זי''ע איז ניצול געווארן פון די נעגל פון די נאציס מיט זיין הייליגע בארד, די דיוקנא קדישא (וואס קיין שום איינציגער גדול אן קין אויסנאם האט נישט באוויזן, דער הייליגער בעלזער רב מהר''א זי''ע האט דאס אויסטערליש מפליא געווען ) דאס צייגט באשיינפערליך אז ס'איז געווען והשם עמו. די שכינה הק' וואס האט גערוהט אויף רבינו הק' האט אפגעהיטן איר הייליג קינד רבינו הק' אז ער זאל פארבלייבן מיטן הייליגן בארד אונטער די שווערסטע אומשטענדן ( ועיין בזה''ק פרשת נשא באדרא רבא, שהדיוקנא קדישא מורה על השראת השכינה ) האט רבינו שליט''א אויסגעפירט דערפאר איז הלכה כמותו בכל מקום. אפגעזען וואס אנדערע גדולי ישראל זאגן אנדערש. כבוד קדשם במקומם מונח.

2) די צדיקים פון אלע פריערדיגע גענעראציעס ( און אפילו א טייל גדולי ישראל וועלעכע האבן נאך די קריג געהאלטן אז א מדינה איז פילייכט יא עטוואס א גוטע זאך) זענען פארן קריג געווען פולשטענדיג אויסגעשפראכן קעגן ציוניזים און מיט אלעם וואס ציונות שטעלט מיט זיך פאר. (אפגערעדט פון זיך זעלבסט נעמען א מדינה פאר משיח צדקינו, אן רשות פונעם הייליגען באשעפער) און אז מ'שטעלט צוזאם רבינו הקוה''ט זי''ע מיט די הייליגע צדיקים פון די פריערדיגע דורות ( א שטייגער ווי דער הייליגער מהרש''ב, דער בעלזער רב זי''ע, דער קדישת ציון, רבי ברוך בער, דער בריסקער רב, דער מונטקאשטער רב, און פולע נאך) איז דער שטעלונג פון רבינו הק' גאר א דעת רבים, און דער מיינונג פון די היינטיגע גדולים וועלכע פאלגן נאך די ציוניסטישע אידאלאגיע ווערט בטל צו די מיינונג פון רבינו הקוה''ט זי''ע און פון די פריערדיגע צדיקים זי''ע (וועלכע זענען נישט מטורף געווארן פון די שרעקליכע צרות פונעם שואה מפני חטאינו)

אצינד ויבוא הלצים, והמשכילים, והבלזאים, והציונים, וק''ש כותבים, והזאליבאנאים, ויצלוצצו בשמחה:

(דאס איז ווארשיינליך דער אורזאך, פארוואס די מטרה פונעם כינוס איז געווען בלויז פאר תלמידי סאטמאר, אנדערש ווי ביים אנדערן כינוס וואו ס'האט געהערשט א געמישעכס ווי אין בבל וד''ל)

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 11:25 am

· #405140
ט'האט איינער געברענגט א ראיה פון די אלע דערמאנטע גדולים וויאזוי מ'דארף זיך פיהרען נאך דעם וואס די מדינה איז געגרינדעט געווארען און זיי האבען די מאכט?

ווייל דאס איז די גאנצע נושא צווישען רוב גדולי ישראל און דער יחיד פון ווסמב"ג, און אין זיין גאנצע ספר האט ער זיך כמעט נישט באצויגען דערצו. ווי אויך אין די דרשה זונטאג נאכט.

אבער בעיקר ווייסט מען אז די בארד איז די גאנצע ראיה, ווייל דער בעלזער רב, וואס האט קיין שום איסור נישט געטוהן מיט'ן זיך שערען די בארד בדרך היתר, האט נישט מצליח געווען צו פארלעצען די דברי תלמידי אריז"ל א גאנץ לעבען אזוי ווי אנדערע.

מצפה לישועה » מיטוואך יוני 6, 2018 11:31 am

· #405141
איך פארשטיי נישט פארוואס מדארף צוקומען צו פש'טלעך פון וה' עימו
ווען ס'איז דא א פשט אין תורה פון: ואחרי רבים להטות?
און פשוט אז ס'מיינט פון די רבים באותו תקופה,
און נישט פון פאריגע תקופות
וייל אויב מ'נעמט ציים אלע גדולים פון אלע דורות
רובם האבן זיך נישט מתנגד געווען צום ציונות (פשוט וויל ס'איז נאכנישט פארהאן)

סקרן » מיטוואך יוני 6, 2018 12:17 pm

· #405146
בד"וו וויפיהל יאהר האט זיך סאטמאר רב געדארפט באהאלטן די בארד? ווייניגער פון א יאהר
בעלזער רב איז געווען אין קריג באלד פינעף יאהר ביז ער איז אנטלאפן
באבובער רב איז געווען זעקס יאהר אין קריג ער האט זיך אויך געשוירען די בארד
איז וואס איז די ראי'? די אונגערישער זענען סאך גרעסערע מיוחסים ווייל פון זיי זענען נאר געהרג'ט געווארן 800000 און נישט 5 מיליון?
ס'ווענט זיך אין די מציאות

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 6, 2018 12:41 pm

· #405150
דער פותח האשכול האט געפרעגט א פראגע. כ'האב בלויז פראבירט צו ענטפערן.

אני הקטן מיט די נאנט צו 16 טויזענט מענטשען (אדער 3 טויזענט לויט געוויסע נוטראלע אבעקטיווע אפפשאצער און מאטימעטיקער ) וואס האבן אנטייל גענומען אינעם הייליגן כינוס האבן דאס זייער גוט פארשטאנען.

דאס אז א ליטוויש אידל פונעם אויבערלענדישען בודאפעסט האט גוטע קישות אויפן לב אהרן, איז לדעתי אצינד נישט רעלעוואנט, עכ''פ נישט אין דעם דאזיגן אשכול. זאל דער הויכגעשעצטער ליטוויש אידל מוחל זיין און זיך עפענען א באזונדערע אשכול וואו ער זאל מיט זיין כוח התורה צומאלן אין צו קוועטשן דעת קדשם פון אלע פריערדיגע צדיקים זי''ע. און גענצליך צונישט מאכן די הייליגער ווערטער פון רבינו הלב אהרן שליט''א.

ס'לאזט זיך עטוואס גלויבן אז דאס וועט נישט פאראורזאכן פארן לב אהרן קיין שלאפלאזע נעכט.

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 6, 2018 12:48 pm

· #405152
אין איבער די סיגיא פון בערד:

קיין שום איד וועלכע האט אריינגעפאנשט אין א נאצישער ארבייטס לאגער אדער טויט לאגער, איז נישט ארויסגעקומען פון דארט מיט קיין צלם אלוקים (באר''ד בלע''ז) בלויז איינער, דאס איז געווען דער הייליגער סאטמאר רב זי''ע. פינטל!

מיר פיצי מוחות פארשטייען נישט צופול וועגן בערד... אבער דער הייליגער בעלזער רב דער מהר''א האט פילייכט יא פארשטאנען, און ער האט אויסטערליש מפליא געווען אז דער סאטמאר רב זי''ע איז געבליבן מיטן בארד. (אזאך וואס ער זעלבסט האט ליידער צוליב אונזער פילע זינד נישט זוכה געווען דערצו. נסתרות דרכי השם) דאס צייגט אויף עפעס העכערס...

אזוי האט געהאלטן דער בעלזער רב (מהר''א) זי''ע, דער ברך משה זי''ע (מיר האבן כמה פעמים זוכה געווען צו הערן פון אים) און אזוי האט אויך געזאגט דער לב אהרן שליט''א.

(הגם זיי האבן חולקים, א שטייגער ווי עפעס א ליטוויש אידן פון פעסט, מיט עפעס א געוויסער חוקר. פארט בין איך ביי די מיינונג, אז דעת קודש פון הרה''ק מבעלזא זי''ע, איז עטוואס מער מאסגעבנד, ווי ס'איז זעלבסטפארשטענדליך במחילת כבוד התורה פונעם ליטוויש אידן פון פעסט)

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 12:52 pm

· #405154
סמבטיון
ליטוואק ביטע נישט אריינרעדן ווי דו באלאנגסט נישט. תודה

ביטע נישט אריינרעדען ווי דו באלאנגסט נישט. גיי צו בעלזער אשכולות און זאג יעדעם ווי געשמאק די בית הכסאס זענען אין מאנטרעאל, און באופן כללי אין אלע בעלזער סטאנציעס.

איש את רעהו » מיטוואך יוני 6, 2018 12:54 pm

· #405155
ותאמר אחותו.. וקראתי לך אשה מינקת מן העבריות. פי׳ רש״י שהיה לו לדבר אים השכינה. שטייט און מדרש, וכי אסור לו למשה לינק מחלב הנכרית (?!).. ולמה פוסלן, ״אמר הקב״ה הפה שעתיד לדבר עמי יינק דבר טמא״

אזא געדאנק
די שמירה עליונה איז א סיבה אז די תורה זאל בלייבן

יעקב מענטש » מיטוואך יוני 6, 2018 1:00 pm

· #405158
ס'איז אביסל קאמיש די די מעשה מיט די בארד (הגם נאכדעם וואס קאך לעפל האט עס געלייגט אין קאנטעסט, קוקט עס נישט אויס אזוי פלאטשיג ווי במושכל ראשון).

אבער צו דארף מען דען א ראיה פון די בארד אז רבינו הקוה"ט (דער טיטל איז נאר גילטיג ביז לאחר מאה ועשרים פונעם לב אהרן, דערנאך וועט זיך רבינו ברויכן טיילן דעם טיטול מיט זיין אור נעפיו) איז גערעכט?

און אויב יא, איז עס היבש אן איטערסאנטע ראיה (מילד גערעדט)

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 6, 2018 1:07 pm

· #405162
.

מצפה לישועה » מיטוואך יוני 6, 2018 1:10 pm

· #405163
קיינער האט נישט אראפ געברענגט א ספק ח"ו אין דעם רביהקוה"ט
די שאלה איז נאר צו זיין בארד איז א הוכחה אז מען דארף גיין לויט זיין שיטה

ותנורו של עכנאי יוכיח.

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 6, 2018 1:13 pm

· #405164
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט וואס איז די גרויסע גדולה צו האבן געבליבן מיטן בארד?

פילייכט האט מען דעם גאנצן נאצישע גענגערשאפט צו בערד אין לאגער איבערגעטריבן כדי צו קענען מאכן א פאס מיטן בארד. אין די אלגעמיינע היסטאריע פון די האלאוקאוסט ווערטס כמעט נישט דערמאנט. עכ"פ נישט מער ווי די אנדערע אבסעסיעס בשייכות מיט היידזשין וואס די נאציס האבן געהאט.

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 6, 2018 1:15 pm

· #405165
מצפה לישועה
קיינער האט נישט אראפ געברענגט א ספק ח"ו אין דעם רביהקוה"ט
די שאלה איז נאר צו זיין בארד איז א הוכחה אז מען דארף זיין לויט זיין שיטה

ותנורו של עכנאי יוכיח.

כ'ווייס נישט!

דער לב אהרן האט גערעדט בלויז צו סאטמארער תלמידים, מיר ווייסן אצינד ווי אזוי אנצונעמען הלכה למעשה.

די קענסט פילייכט אנפרעגן דיין רב, רבי, ע''ז, מורה הוראה אד''ג. ווי אזוי אנצונעמען להלכה.

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 6, 2018 1:19 pm

· #405166
טאמבל סאס
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט וואס איז די גרויסע גדולה צו האבן געבליבן מיטן בארד?

פילייכט האט מען דעם גאנצן נאצישע גענגערשאפט צו בערד אין לאגער איבערגעטריבן כדי צו קענען מאכן א פאס מיטן בארד. אין די אלגעמיינע היסטאריע פון די האלאוקאוסט ווערטס כמעט נישט דערמאנט. עכ"פ נישט מער ווי די אנדערע אבסעסיעס בשייכות מיט היידזשין וואס די נאציס האבן געהאט.

ביזט נישט דער איינציגסטע ס'איז פארהאן שווערע מיליאנען אידן איבער די גאנצע וועלט וואס האלטן פונקט ווי די, און זיי פארשטייען נישט דער אונטערשייד צווישן יא בארד און נישט בארד.

אבער ביי אונז אמישע און ביי די סעקטע וואס מ'רופט חסידים ( קוק אין וויקיפידע וואס דאס מיינט) איז א בארד, וכ''ש א פאטריאכישע בארד א גרויסער ענין...

לאז געמאכט דאס איז בלויז אפפאל פון די מיטל אלטער עפאכע. ס'איז נישט פאר דיר צו פארשטיין...

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 6, 2018 1:22 pm

· #405167
אנאנים, זאג פארוואס האסטו נישט אפגעשניטן דעם בארד ביי דעם ראבינער פון קראלע?
ער זאגט אז ס'העלפט אים האלטן דעם עולם אין קאנטראל. זיי זאלן זיך נישט צובונטעווען.

גאנצל » מיטוואך יוני 6, 2018 1:28 pm

· #405168
יעקב מענטש
ס'איז אביסל קאמיש די די מעשה מיט די בארד (הגם נאכדעם וואס קאך לעפל האט עס געלייגט אין קאנטעסט, קוקט עס נישט אויס אזוי פלאטשיג ווי במושכל ראשון).

אבער צו דארף מען דען א ראיה פון די בארד אז רבינו הקוה"ט (דער טיטל איז נאר גילטיג ביז לאחר מאה ועשרים פונעם לב אהרן, דערנאך וועט זיך רבינו ברויכן טיילן דעם טיטול מיט זיין אור נעפיו) איז גערעכט?

און אויב יא, איז עס היבש אן איטערסאנטע ראיה (מילד גערעדט)

לויט ווי אזוי איך פארשטיי האט נישט דער לב אהרן געמיינט צו זאגן אז ווען די רבי קומט ווען נישט צוריק מיט קיין בארד איז דער ויואל משה מופרך.... דאס איז געווען איינע פון צווישן פיל מאמרים רעיונות און באהויפטונגען וואס ער האט משמיע געווען

בן אדם » מיטוואך יוני 6, 2018 1:30 pm

· #405169
די בארד האט געראטעוועט!

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 6, 2018 1:31 pm

· #405170
סמבטיון
דאכצעמער רוב חסידישע רבעס זענען געבליבן מיט א בארד, אדרבה אויב איינער איז באקאנט מיט די פאקטן זאל ער זיך אנריפן, און דער וואס האט עס געדארפט אראפ נעמען האט עס מסתמא נישט געטוהן ווייל עס האט זיי געקראצט.

סמבטיון: רעדנדיג פון פאקטן. דער פאקט איז אז רוב חסיד'ישע רבנים און אדמורי"ם זענען ליידער געווען געצווינגען זיך אראפצונעמען די בארד. איין משל וואס איז זייער שטארק בולט. איז געווען דער סטראפקוב'ער רב זצ"ל. איך האב געזעהן ..."ביפאר" און "עפפטער"...פיקטשערס פון איהם. ס'כאפט איינעם אן א שרעק צו קוקן אויף דעם בילד. אזוי זענען געווען צענדליגער טויזנטער רבנים און חסידי'ישע אידן וועלכע זענען געווען געצווינגען אראפצונעמען זייער בארד...!

אפשר האט עס טאקע געהאט צו טון מיט די שטרענגקייט פון דעם קאנצענטראציע לאגער וואו די אידן זענען געווען אינטערנירט. ווייל אפילו אין בערגן בעלזען אליינס זענען אויך געווען פארשידענע שטאפלען פון די שטרענגקייט פון אינטערנירונג, פאר פארשידענע גרופס. אזוי ווי העניך האט ארויסגעברענגט...!

עכ"פ דער סאטמאר'ע רבי ר' אהרן האט געהאט א שטארקע נקודה אויפצוברענגען דעם פאקט אז זיין עלטער פעטער דער סאטמאר'ע רב ר' יואל'יש איז געבליבן מיט זיין גאנצע בארד. אן דארפן עס אראפצונעמען...!

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 6, 2018 1:37 pm

· #405172
טאמבל סאס
אנאנים, זאג פארוואס האסטו נישט אפגעשניטן דעם בארד ביי דעם ראבינער פון קראלע?
ער זאגט אז ס'העלפט אים האלטן דעם עולם אין קאנטראל. זיי זאלן זיך נישט צובונטעווען.

טאמבל סאס: אונד די נאציס וואלטן זיך זעהר שטארק ערשראקקען ווען די יודען בונטעווען יאאא...?! איין עס. עס. מאן מיט איינעם מאשין געווער ווירד ווירקליך אין ארדנונג געבראכט די סיטואציאן...! (אוי, ווי נעמט מען דעם העררן בען נריה...!)

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 6, 2018 1:42 pm

· #405174
אקעי.

לישנא אחרינא

אנאנים, זאג פארוואס האסטו נישט אפגעשניטן דעם בארד ביי דעם ראבינער פון קראלע?

האסט נישט געזען? דעם אנדערן וואך האב איך אים אפגעשניטן איז עס צורקגעוואקסן מיט אזא ווילדעניש, האט ער געזאגט זיינע חסידים אז זיין גאט מאכט מיט אים ניסים און די בארד וואקסט מחוץ לדרך הטבע.

קומזיץ » מיטוואך יוני 6, 2018 1:44 pm

· #405175
קאך_לעפל
אין איבער די סיגיא פון בערד:

קיין שום איד וועלכע האט אריינגעפאנשט אין א נאצישער ארבייטס לאגער אדער טויט לאגער, איז נישט ארויסגעקומען פון דארט מיט קיין צלם אלוקים (באר''ד בלע''ז) בלויז איינער, דאס איז געווען דער הייליגער סאטמאר רב זי''ע. פינטל!

מיר פיצי מוחות פארשטייען נישט צופול וועגן בערד... אבער דער הייליגער בעלזער רב דער מהר''א האט פילייכט יא פארשטאנען, און ער האט אויסטערליש מפליא געווען אז דער סאטמאר רב זי''ע איז געבליבן מיטן בארד. (אזאך וואס ער זעלבסט האט ליידער צוליב אונזער פילע זינד נישט זוכה געווען דערצו. נסתרות דרכי השם) דאס צייגט אויף עפעס העכערס...

אזוי האט געהאלטן דער בעלזער רב (מהר''א) זי''ע, דער ברך משה זי''ע (מיר האבן כמה פעמים זוכה געווען צו הערן פון אים) און אזוי האט אויך געזאגט דער לב אהרן שליט''א.

(הגם זיי האבן חולקים, א שטייגער ווי עפעס א ליטוויש אידן פון פעסט, מיט עפעס א געוויסער חוקר. פארט בין איך ביי די מיינונג, אז דעת קודש פון הרה''ק מבעלזא זי''ע, איז עטוואס מער מאסגעבנד, ווי ס'איז זעלבסטפארשטענדליך במחילת כבוד התורה פונעם ליטוויש אידן פון פעסט)

איר זענט זיך סותר מיניה וביה , דא שרייבסטו אז די ווערטער פון בעלזא רב זי"ע זענען ביי דיר גאר חשוב און עס ווייזט אז די סאטמארע רב איז געוועהן עפעס העכערס און אויף וואס ווייזט עס? אז ער איז חשובער פון אלע גדולים און בראשם די הייליגע בעלזא רב ז"ל
איז די בעלזא רב דעה הייליג אדער נאר ווען עס שטומט מיט דיין אגענדע

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 6, 2018 1:45 pm

· #405176
טאמבל סאס: דיין ספעקולאציע איז וואונדערליך. אויף ענגליש הייסט דאס ווישפול טהינקינג...! די נאציס, ימ"ש זענען געווען צו שטארק ציניש און ברוטאל אריינצונעמען גאט אין זייערע באשלוסן...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 1:47 pm

· #405177
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
berlbalaguleh

עכ"פ דער סאטמאר'ע רבי ר' אהרן האט געהאט א שטארקע נקודה אויפצוברענגען דעם פאקט אז זיין עלטער פעטער דער סאטמאר'ע רב ר' יואל'יש איז געבליבן מיט זיין גאנצע בארד. אן דארפן עס אראפצונעמען...!

פארטיי מקלקלת את השורה! די ווערטער פון דער סאטמארער רבי האבען געפאסט פונקט פאר מנשה פיליפ אין די צייטונג. נאר פונקט ווען דיין העלד האט עס געזאגט איז עס בארעכטיגט?

עס איז פוסטע נאנסענס, נאר כך היא דרכם של עווענטס, ווי מ׳רעדט פוסטע נאנסענס. נאר וויבאלד אז אויף די נקודה אז רבו החולקים אויף דער סאטמארער רבי׳ן זצ"ל האט דער מטה אהרן קיין בעסערען תירוץ נישט געטראפען, מוז זיין אז.......................

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 6, 2018 1:52 pm

· #405180
ליטוואק פון בודאפעסט: איך האב נישט געזאגט אז דאס איז די מסקנה. און א ראיה אויף זיין גדלות און גערעכטיגקייט. אבער א נקודה צו דעבאטירן איז עס עכ"פ יא...!

newkave » מיטוואך יוני 6, 2018 1:54 pm

· #405181
קאך_לעפל
טאמבל סאס
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט וואס איז די גרויסע גדולה צו האבן געבליבן מיטן בארד?

פילייכט האט מען דעם גאנצן נאצישע גענגערשאפט צו בערד אין לאגער איבערגעטריבן כדי צו קענען מאכן א פאס מיטן בארד. אין די אלגעמיינע היסטאריע פון די האלאוקאוסט ווערטס כמעט נישט דערמאנט. עכ"פ נישט מער ווי די אנדערע אבסעסיעס בשייכות מיט היידזשין וואס די נאציס האבן געהאט.

ביזט נישט דער איינציגסטע ס'איז פארהאן שווערע מיליאנען אידן איבער די גאנצע וועלט וואס האלטן פונקט ווי די, און זיי פארשטייען נישט דער אונטערשייד צווישן יא בארד און נישט בארד.

אבער ביי אונז אמישע און ביי די סעקטע וואס מ'רופט חסידים ( קוק אין וויקיפידע וואס דאס מיינט) איז א בארד, וכ''ש א פאטריאכישע בארד א גרויסער ענין...

לאז געמאכט דאס איז בלויז אפפאל פון די מיטל אלטער עפאכע. ס'איז נישט פאר דיר צו פארשטיין...

נישטא וואס צו רעדן. דער הייל בעל תחת אהרן האט ווייטער אויגן.

די בעל דבר האט זיך פארלייגט ביים לעצטן קריג, אויסצורייסן אידישקייט. פארשטייט זיך אז דאס מיינט בעיקר דארט ווי אידישקייט האט געבליעט, ווי למשל פוילן, גאליציע, רוסלאנד, ליטא, וכו'.
דער בעל דבר האט געוואוסט אז די עיקר איז אוועקצונעמען די צורת הקודש פון די הייליגע אידן, און ממילא וועט דאס עם העלפן.
ליידער איז עס עם געלונגען...
זעט זיך אויס אז ער האט זיך נישט געפילט באדראהט פונעם סאקמירען

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 6, 2018 2:00 pm

· #405184
קומזיץ
קאך_לעפל
אין איבער די סיגיא פון בערד:

קיין שום איד וועלכע האט אריינגעפאנשט אין א נאצישער ארבייטס לאגער אדער טויט לאגער, איז נישט ארויסגעקומען פון דארט מיט קיין צלם אלוקים (באר''ד בלע''ז) בלויז איינער, דאס איז געווען דער הייליגער סאטמאר רב זי''ע. פינטל!

מיר פיצי מוחות פארשטייען נישט צופול וועגן בערד... אבער דער הייליגער בעלזער רב דער מהר''א האט פילייכט יא פארשטאנען, און ער האט אויסטערליש מפליא געווען אז דער סאטמאר רב זי''ע איז געבליבן מיטן בארד. (אזאך וואס ער זעלבסט האט ליידער צוליב אונזער פילע זינד נישט זוכה געווען דערצו. נסתרות דרכי השם) דאס צייגט אויף עפעס העכערס...

אזוי האט געהאלטן דער בעלזער רב (מהר''א) זי''ע, דער ברך משה זי''ע (מיר האבן כמה פעמים זוכה געווען צו הערן פון אים) און אזוי האט אויך געזאגט דער לב אהרן שליט''א.

(הגם זיי האבן חולקים, א שטייגער ווי עפעס א ליטוויש אידן פון פעסט, מיט עפעס א געוויסער חוקר. פארט בין איך ביי די מיינונג, אז דעת קודש פון הרה''ק מבעלזא זי''ע, איז עטוואס מער מאסגעבנד, ווי ס'איז זעלבסטפארשטענדליך במחילת כבוד התורה פונעם ליטוויש אידן פון פעסט)

איר זענט זיך סותר מיניה וביה , דא שרייבסטו אז די ווערטער פון בעלזא רב זי"ע זענען ביי דיר גאר חשוב און עס ווייזט אז די סאטמארע רב איז געוועהן עפעס העכערס און אויף וואס ווייזט עס? אז ער איז חשובער פון אלע גדולים און בראשם די הייליגע בעלזא רב ז"ל

איז די בעלזא רב דעה הייליג אדער נאר ווען עס שטומט מיט דיין אגענדע

אויפן הייליגער בעלזער רב'ס קדושה איז קיינער נישט מחולק. (טאקע נישט?)

די פראגע איז אין הלכה. צו די הלכה איז ווי די ב''ש אדער ווי די ב''ה, ווי ר''ע אדער ווי ר''ט, ווי ר' יוחנן אדער ווי ר''ש לוקיש, ווי אביי אדער ווי רבא.. אד''ג

קומזיץ » מיטוואך יוני 6, 2018 2:05 pm

· #405188

הלכה האט נישט קיין שייכות מיט בלייבן מיט א בארד אדער נישט , עס ווייזט אויף א ספעציעל סייעתא דשמיא , אבער וועגן דעם אוועקמאכן אלע גדולי ישראל האט נישט קיין פשט

מצפה לישועה » מיטוואך יוני 6, 2018 2:10 pm

· #405191
קאך_לעפל

די פראגע איז אין הלכה. צו די הלכה איז ווי די ב''ש אדער ווי די ב''ה, ווי ר''ע אדער ווי ר''ט, ווי ר' יוחנן אדער ווי ר''ש לוקיש, ווי אביי אדער ווי רבא.. אד''ג

עטס זענטס זיך אביסל חולק,
אויב זיכט איר די ריינע הלכה,
איז דאך קלאר דעם אחרי רבים
און קיין שום מופתים וועט נישט העלפן, וויל תורה לא בשמים היא

און אויב זיכט איר צו זאגן די הלכה נאר פאר אייער קרייז,
סאו פארוואס דארף מען זיך בכלל צוגלייכן (און זיכער נישט אוועק מאכן) אנדערע.

אבער וואס וויל איך
סה"כ איז דאס סאטמער'ס שיטה כאטש אזוי ווי די שיטה קעגן ציונות...

אונטער חכם » מיטוואך יוני 6, 2018 2:53 pm

· #405207
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
טאמבל סאס
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט וואס איז די גרויסע גדולה צו האבן געבליבן מיטן בארד?

פילייכט האט מען דעם גאנצן נאצישע גענגערשאפט צו בערד אין לאגער איבערגעטריבן כדי צו קענען מאכן א פאס מיטן בארד. אין די אלגעמיינע היסטאריע פון די האלאוקאוסט ווערטס כמעט נישט דערמאנט. עכ"פ נישט מער ווי די אנדערע אבסעסיעס בשייכות מיט היידזשין וואס די נאציס האבן געהאט.

נישט בשייכות מיטן נושא האשכול אבער די סיבה פארוואס אין די אלגעמיינע היסטאריע ווערט עס נישט דערמאנט איז פשוט ווייל עס איז נישט קיין נושא ביי די וועלט, אבער דאס אפשערן די האר פון פרויען איז יא א נושא איבעראל און עס ווערט יא אסאך ארויסגעברענגט אין די אלגעמיינע וועלט.

אישתישבי » מיטוואך יוני 6, 2018 3:30 pm

· #405211

די שכינה הק' וואס האט גערוהט אויף רבינו הק' האט אפגעהיטן איר הייליג קינד רבינו הק' אז ער זאל פארבלייבן מיטן הייליגן בארד

א נייע יאשקע געבוירען.

מזל טוב מזל טוב.

דער טאטע און דער זוהן און דער רוח הקאקאש אלע דריי זאלען טאקע פועל'ן עס זאל זיין הלכה כמותו בעל מקום.

יין שרף » מיטוואך יוני 6, 2018 3:34 pm

· #405212
קאך_לעפל

אויפן הייליגער בעלזער רב'ס קדושה איז קיינער נישט מחולק. (טאקע נישט?)

די פראגע איז אין הלכה. צו די הלכה איז ווי די ב''ש אדער ווי די ב''ה, ווי ר''ע אדער ווי ר''ט, ווי ר' יוחנן אדער ווי ר''ש לוקיש, ווי אביי אדער ווי רבא.. אד''ג

WOW! ס'איז דא נאך א דעה בענייני ציונות? פון ערליכע אידן? די שאילה איז נאר וויאזוי מען פסק'ענט??

יוסף יוזפא » מיטוואך יוני 6, 2018 4:20 pm

· #405224
קאך_לעפל
לויט ווי איך האב פארשטאנען האט רבינו שליט''א געזאגט ווי פאלגענד:
(וואס קיין שום איינציגער גדול אן קין אויסנאם האט נישט באוויזן, דער הייליגער בעלזער רב מהר''א זי''ע האט דאס אויסטערליש מפליא געווען )
די בעלזע רב האט קיינמאל גערעדט אויף דעם, די אלע מעשיות וואס די סאטמארע פארציילן איז שטותים...
אפגעזען וואס אנדערע גדולי ישראל זאגן אנדערש. כבוד קדשם במקומם מונח.
הלוואי וכבודם היה מונח במקומם, אבער וואס זאל מען טוהן אז זיי האבן געשוירן די בארד...?
2)און דער מיינונג פון די היינטיגע גדולים וועלכע פאלגן נאך די ציוניסטישע אידאלאגיע ווערט בטל צו די מיינונג פון רבינו הקוה''ט זי''ע און פון די פריערדיגע צדיקים זי''ע (וועלכע זענען נישט מטורף געווארן פון די שרעקליכע צרות פונעם שואה מפני חטאינו)
די סאטמאר רבי איז נישט אריבער די קריג?
אצינד ויבוא הלצים, והמשכילים, והבלזאים, והציונים, וק''ש כותבים, והזאליבאנאים, ויצלוצצו בשמחה:
מען דארף נישט ווארטן די לצים זאלן קומען נאך די גרויסע ווערטל אז די בארד איז מכריע שיטות, דאס איז די גרעסטע ווערטל

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 6, 2018 4:50 pm

· #405228
רבי קאפל שווארץ שליט''א, האט ארויסגעברענגט ביים כינוס א הייליגער געדאנק. דער שפיץ איז געווען: אז די קנאות פון רבינו הקוה''ט זי''ע איז געקומען בלויז צוליב זיין אויסטערלישער טיפער אהבת ישראל, און אהבת ארץ ישראל וועלכע האט אין אים געברענט מיט א הייליג פייער. א געדאנק וואס א בעלזער שטיר וועט אין זיין לעבן נישט פארשטיין, און ס'איז טאקע בעסער אזוי)

לעינינו:

מחמת קדושתו הנורא פונעם לעצטן בעלזער רב זי''ע, אשים מחסום לפי. און נישט אפענטפערן פאר חסידים פון רבי ישכר דוב שליט''א.
ענדערשער שווייגן און נישט ענפערן פאר שטירן וואס פארופן זיך בעלזער חשידים, ווי איינער צו ציקומען צום מינדעסטע פגועה באהרן קדוש השם.

האסט מער און זייטס מער...

יוסף יוזפא » מיטוואך יוני 6, 2018 4:52 pm

· #405231
קאך_לעפל

לעינינו:

מחמת קדושתו הנורא פונעם לעצטן בעלזער רב זי''ע, אשים מחסום לפי. און נישט אפענטפערן פאר חסידים פון רבי ישכר דוב שליט''א.
ענדערשער שווייגן און נישט ענפערן פאר שטירן וואס פארופן זיך בעלזער חשידים, ווי איינער צו ציקומען צום מינדעסטע פגועה באהרן קדוש השם.

האסט מער און זייטס מער...

א קלוגע טריט.

אישתישבי » מיטוואך יוני 6, 2018 4:54 pm

· #405232
➡️ כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז עס איז דא א פארמעסט, ווער אויס גרעסער, מרן מהר"י ט"ב אדער מרן מהר"א רוקח. דער האט געהאט דער זעלבער בארד כל ימיו, אבער דער האט געהאט עפעס מער כ'ווייס נישט, אפשר מער שכל? ווער ווייסט.

אבער הא קערס? פארוואס מאכט עס א חילוק אז מען דארף דאס רעדן בשעת דער קינות אויף ציונות? אה, ווייל מען דארף דאך קענען פארענטפערן אז הגם ער איז עפעס יא געוועהן א ציונעסט, איז זיין בארד געוועהן גרעסער. שמע מינה אז ציונות איז אסור שמע מינה. דער בארד האט אויס גע'פסק'נט דער ציונות.

באמת? זו הוא תורה? שעמט מען זיך נישט מיט א שטיקעל דרעק ווי דאס?

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 6, 2018 5:06 pm

· #405234
אישתישבי
:arrow: כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז עס איז דא א פארמעסט, ווער אויס גרעסער, מרן מהר"י ט"ב אדער מרן מהר"א רוקח. דער האט געהאט דער זעלבער בארד כל ימיו, אבער דער האט געהאט עפעס מער כ'ווייס נישט, אפשר מער שכל? ווער ווייסט.

אבער הא קערס? פארוואס מאכט עס א חילוק אז מען דארף דאס רעדן בשעת דער קינות אויף ציונות? אה, ווייל מען דארף דאך קענען פארענטפערן אז הגם ער איז עפעס יא געוועהן א ציונעסט, איז זיין בארד געוועהן גרעסער. שמע מינה אז ציונות איז אסור שמע מינה. דער בארד האט אויס גע'פסק'נט דער ציונות.

באמת? זו הוא תורה? שעמט מען זיך נישט מיט א שטיקעל דרעק ווי דאס?

לאך דיך אויס... ס'איז אלעס צוליב דיין ידיד רבי ספייקי שליט''א.... מאוו אן וויט לייוו.....

ארי נוהם » מיטוואך יוני 6, 2018 5:22 pm

· #405237
וואס מיינט דאס "וה' עמו"? רעאקציע צום טיטל-טיילער פון קר"י
קאך_לעפל
לויט ווי איך האב פארשטאנען האט רבינו שליט''א געזאגט ווי פאלגענד:

ס'איז פארהאן א פסוק אין שמואל: ויען אחד מהנערים ויאמר הנה ראיתי בן לישי בית הלחמי יודע נגן וגבור חיל ואיש מלחמה ונבון דבר ואיש תואר וה' עמו זאגט אויף דעם די גמרא אין סנהדרן (דף צ''ג) אמר רב יהודה אמר רב כל הפסוק הזה לא אמרו דואג אלא בלשון הרע יודע נגן שיודע לישאל, גבור שיודע להשיב, איש מלחמה שיודע לישא וליתן במלחמתה של תורה, וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום : דאס באדייט אז ווי באלד ס'איז וה' עימו איז די הלכה שטענדיג ווי דוד המלך.

האט רבינו שליט''א עקלערט אז דאס אז רבינו הקוה''ט זי''ע איז ניצול געווארן פון די נעגל פון די נאציס מיט זיין הייליגע בארד, די דיוקנא קדישא (וואס קיין שום איינציגער גדול אן קין אויסנאם האט נישט באוויזן, דער הייליגער בעלזער רב מהר''א זי''ע האט דאס אויסטערליש מפליא געווען ) דאס צייגט באשיינפערליך אז ס'איז געווען והשם עמו. די שכינה הק' וואס האט גערוהט אויף רבינו הק' האט אפגעהיטן איר הייליג קינד רבינו הק' אז ער זאל פארבלייבן מיטן הייליגן בארד אונטער די שווערסטע אומשטענדן ( ועיין בזה''ק פרשת נשא באדרא רבא, שהדיוקנא קדישא מורה על השראת השכינה ) האט רבינו שליט''א אויסגעפירט דערפאר איז הלכה כמותו בכל מקום. אפגעזען וואס אנדערע גדולי ישראל זאגן אנדערש. כבוד קדשם במקומם מונח.

אהא.

לאמיר טאקע אריינגיין עטוואס טיפער אין די "וה' עמו" פון סאטמער רב.
דאס אז סקווערע רבי ז"ל, ווישניצע רבי ז"ל, באבובע רבי ז"ל, גערע רביים ז"ל, באיאנע רבי ז"ל, סלאנימע רביים ז"ל, א.א.וו. זענען נישט געווען פארמישט אין קיין מחלוקת, אפשר דאס באדייט "וה' עמו"? סאטמערע רב וואס פון אורשיווע קיין וומב"ג איז ער געווען פארמישט אין מחלוקות איבערן קאפ (טיילווייזע ליסטע וואס כ'דענק אויפן מאמענט: בעל מנחת אלעזר ממונקאטש, בעל חקל יצחק מספינקא וחתנו ר' אבישל קראלער, ר' חיים'ל מסאטמאר ואביו ר' שלום אליעזר'ל ראצפערטער, ר' בערצי מנדבורנה-סאטמער, בעל שבט יהודה מסאטמער, בעל דברי יציב מקלויזנבורג, מהר"א מבעלז, און אפילו זיינע אייגענע צוויי איידעמער, ר' זלמן לייבעלע מסיגוט און דער סאסובער רבי ז"ל. דאס איז שוין אן די אנדערע מיט וועם ער איז זיך נישט אדורכגעקומען, אנע גראבע טיטל מחלוקת. א שטייגער ווי הגאונים ר' משה פיינשטיין, ר' אהרן קאטלער, ר' אליעזר סילבער, סקווערער רבי ז"ל, אסאך אדמור"י בית רוזשין, און נאך), איז אפשר נישט געווען בגדר "וה' עמו" אדאנק די פילע מחלוקה'לעך, וואס לדעת הסאטמערע איז עס מסתמא נישט געווען זיין שולד, אלזא האט מען אים פון הימל נישט פארהיטן זיך נישט צו שלאגן מיט אזויפיל גוטע אידן.

אפשר איז דער פאקט אז דער אמרי אמת האט געהאט דריי קינדער וואס האבן ממשיך געווען נאך אים בזה אחר זה, אן קיין מחלוקת, און פון דארט איז עס אריבער צום היינטיגן גערע רבי און טראץ אנגעשטרענגטקייט מיטן קוזין איז נישטא קיין עקלהאפטע פאליטיק צווישן ברידער און געשוויסטער, אפשר איז דאס בגדר "וה' עמו"? ווידער סאטמער, וואס שלאגן זיך צווישן זיך טאג נאך טאג, אנגעהויבן פון סאטמערע פראקציעס וואס האבן געהאט פאליטיקעס מיטן ברך, און געענדיגט ביים גרויליגן מלחמת אחים היינטיגע צייטען. אפשר איז דאס די סתירה צום "וה' עמו"?

דאס אז דער סקווערער, ווישניצער, גערער, קלויזנבורגער, א.א.וו. האבן איבערגעלאזט קינדער זרע ברך ה', אפשר הייסט דאס "וה' עמו"? און דאס אז דער סאטמער רב האט נישט זוכה געווען צו דעם, וואס ע"פ קבלה שטייט זאכן דערויף (סך הכל א צד השוה צום גאונישן געדאנק פון ברענגען א ראיה פון "דיקנא קדישא"), איז ליידער נישט געווען קיין "וה' עמו"?

און אפשר גאר איז דער פאקט, אז טראץ זיין האמערן קעגן אגודת ישראל, השתתפות בבחירות, נעמען געלט פון די מדינה, גיין צום כותל, האט די אידישע וועלט נישט אנגענומען ווי אים, איז דאס דער אפענער ראיה אז ס'איז נישט געווען דער "וה' עמו"? כ'גלייב דאך אז ער האט געמיינט לש"ש, און ער איז געגאנגען מיט מסי"נ, און אויב אזוי וואלט דאך געדארפט זיין דער "וה' עמו" אז די וועלט זאל מכיר זיין און שרייען ויואל משה אמת ותורתו אמת?
נאכמער, לדעת די סאטמערע, איז דער שיטה פון סאטמער רב געווען דער אנגענומענער שיטה פון גדולי ישראל איידערן קריג (אן ארגומענט וואס איז גענצליך אומרכטיג פון א היסטאריש פרעספעקטיוו), קומט דאך אויס אז רוב שלומי אמוני ישראל האבן אמאל געהאלטן ווי סאטמער רב אבער האבן עווענטועל גענומען א צווייטע מהלך, און דאס איז דאך א סתירה נוראה צום "וה' עמו", טאקע אויפן פונקט וואס דיין רבי וויל ברענגען ראיות צום וה' עמו.
נאכמער פון דעם, דער "וה' עמו" ווערט געדרשנט אז הלכה כמותו בכל מקום, ווי האמיר געזען אז ס'זאל זיין הלכה כמותו? טאקע דא ביים בחירות פרשה האט מען נישט אנגענומען ווי עם, און סאטמער האט נישט באוויזען צו באאיינפלוסן יהדות החרדית צו זיין שיטה. הלכה כמותו איז נישט קיין ווינטש, קיין המלצה, קיין הסכמת התאחדות, נאר א פאקט: ווען דוד המלך האט עפעס געזאגט, איז געווען הלכה כמותו ווייל יעדער האט געזען אז ער זאגט ריכטיג. ווען סאטמער רב האט געזאגט זיין שיטה האט מען בכלליות נישט אנגענומען ווי עם.
ווען ב"ש און ב"ה האבן זיך געקריגט אין לערנען, האט אויך יעדער געהאלטען אז זיין רבי איז גערעכט, והא ראיה קוק וויפיל פלייש מיין ב"ש/ב"ה האט. אבער ווען כלל ישראל האט למעשה אנגענומען די קו פון ב"ה האט מען ענדגילטיג געזען אויף וועם ס'זאגט זיך דער הלכה כמותו. האט כלל ישראל אנגענעומען דעם הלכה כמותו פון סאטמערע רב?

און צום לעצט, א רבי וואס איז אדורךך די מלחמה אויף א גאלדענע טאץ ביחס צו אנדערע צדיקים, ער האט געליטן די ווייניגסטע פון סיי ווער ס'איז נאר אריבער מאורעות השואה (למעט די וואס זענען גערעטעט געווארן איידערן קריג), געליטן פאר א קנאפע יאר פון א זעקס-יעריגע שואה, נישט געארבעט אפילו זייענדיג אין בערגן בעלזן, געראטעוועט געווארען דארך ציונים ווי קאסטנער, און זיינע קינדער זענען נישט אויסגע'שחטען געווארן פאר זיינע אויגן, זאל מיר דער עפרא לפומיה טיטל-טיילער פון קרית יואל נישט דערציילען קיין גאלדענע גליקען איבער זיין זיך נישט שערן דאס בארד.

ווען ר' מענדעלע סטראפקעווער האט פארלוירן אלע זיינע קינדער, אייניקלעך, און אור-אייניקלעך, געליטן צרות צרורות און זיך געמיזט שערן די בארד, און געבליבן א דערהויבענע איד,
און ווען בעלזער רב האט פארלוירן אלע זיינע קינדער און אייניקלעך, אדורך ביטערע זעקס יאר פון צרות, געווען קראנק און שוואך אלע זיינע יארן, אנטלאפן פון לאנד צו לאנד, און זיך ליידער געמוזט שערן די בארד, און פארט געבליבן א דערהויבענע איד מיט הנהגות ווי א מלאך,
און ווען דער וויזניצער רבי האט זיך געשוירען די בארד און געראטעוועט אומצאליגע אידן ביים קריג,
און ווען דער באבובער רב איז אריבער די גאנצע מלחמה פון צרות, און ער האט זיך געשוירן די בארד און זיך גאר פארשטעלט ווי א נאצי און אזוי ארום געראטעוועט אידן פון טויט,
און ווען קלויזנבורגער רב איז אדורך ציפקע צרות ביים קריג, מ'האט אים אויסגעשחטן זיין ריזן משפחה פון איבער צען קינדער, געווען אין אוישוויץ און געארבעט ביטער שווער, און אנגענומען די צרות מיט א הימלישע דערהויבנקייט שרייענדיג תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה,

דאן זע איך נישט דער "וה' עמו" אין א בארד, נאר אין דער צלם אלקים וואס האט זיך ארויסגעוויזן נאכן אראפשניידן די בארד.

סקרן » מיטוואך יוני 6, 2018 5:34 pm

· #405238
ארי נוהם

הוא אשר דברתי עיין לעיל
האסט עס אבער גוט אראפגעלייגט

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 6, 2018 6:42 pm

· #405247

לאז געמאכט....

פיסטע שטורן אפפאל... אלטע העסליכע ווארע פונעם ביכל דער רבי מיטן שטן... פארווערס גרעפצערייען... ניטאמאל ווערט א נפוחה פאר אן ענפערט... מיר האבן שוין די אלע קרעפליך געהערט פון חיים ליבערמאן שר''י, און אלי וויזל... ...

סמבטיון » מיטוואך יוני 6, 2018 6:58 pm

· #405248
ר' קאך לעפעל, חוץ פון שטירן/אפפאל/נפיחה/מחילה אדג, קענסטו נאך עפעס? ארי נוהם האט ארויסגעברענגט א שטארקע נקידה, קענסט אים פארענפערן אדער נישט?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 6, 2018 6:59 pm

· #405249
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
קאך לעפל, דאס האסטו?

רעדען צו דער זאך איז נישט דיין שטייגער, אבער כאטש א שטיקל ליצנות און היסח הדעת אויך נישט?

הייסט׳ס דו גיבסט אויף און ביסט טאקע מודה? זייער שיין פון דיר. ומודה ועוזב ירוחם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קורקלענד » מיטוואך יוני 6, 2018 7:06 pm

· #405250
קאך_לעפל

לאז געמאכט....

פיסטע שטורן אפפאל... אלטע העסליכע ווארע פונעם ביכל דער רבי מיטן שטן... פארווערס גרעפצערייען... ניטאמאל ווערט א נפוחה פאר אן ענפערט... מיר האבן שוין די אלע קרעפליך געהערט פון חיים ליבערמאן שר''י, און אלי וויזל... ...

אזא שטארקע ראציאנאלע תשובה. זייער שיין פארענטפערט........

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 6, 2018 7:40 pm

· #405253
ליטוואק פון בודאפעסט
און טאמער דער קלויזענבורגער האט מען יא געגאלט און דער סאטמארער נישט, איז א ראיה אז ויואל משה אמת ותורתו אמת, ודברי יציב בדאי.

סתם לידיעה בלעמא, קלויזענבורגער רב איז אויך געבליבן מיט'ן אזויגערופענעם 'דיקנא קדישא'. און ביי איהם איז עס טאקע געווען מיט מסירות נפש.

גדליה » מיטוואך יוני 6, 2018 8:00 pm

· #405254
איין זאך איז קלאר: דער קאלובער פון א"י האט זיכער נישט וואס אריינצורעדן אין ציונות.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 6, 2018 8:02 pm

· #405255
יתכן אז סאטמארע רב איז געווען די גרעסטע בדורו, אבער ס'איז דא א מהלך אין פסק. אין גמרא זעהט מען שוין אז מ'נעמט לאו דוקא אן ווי די גרעסטע.
ס'שטייט אז די בית שמאי זענען געווען גרעסער ווי די בית הלל, און מיט דעם אלעם האט מען אנגענומען אז 'בית שמאי במקום בית הלל אינו משנה'.
און מ'זעהט אויך אז כאטש ר' אליעזר איז געווען דער גרעסטער בדורו, וואס קיינער אויסער איהם האט נישט געקענט מאכן אז א בת קול זאל זיך אננעמען פאר איהם, מיט דעם אלעם האט מען איהם געלייגט אין חרם פאר'ן זיך נישט מכניע זיין צום רוב.
בלאט: 1 2 3 4 5 6