☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי

דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4034
בלאט: 1 2

יידל » זונטאג יוני 9, 2013 6:03 pm

· #123275
דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי
ווי עס איז ברייט באקאנט זענען אין די הכנות צו דער גרויסער דעמאנסטראציע וואס גייט יעצט אן אין מאנהעטן קעגן דער "גזירת גיוס" פארגעקומען פילע שקלא וטריא'ס איבער א יעדן קליינטישגן דעטאל. צו ערשט זענען געווען אנגעצויגענע פארהאנדלונגען צווישן די סאטמארער פראקציעס, און דערנאך איז די חרדישע וועלט געווען געשפאנט איבער די דעה פון הגראי"ל שטיינמאן און הגר"ח קנייבסקי. ווי עס שיינט, איז הרב שטיינמאן קעגן פראטעסטירן אויף דעם ענין. לויט אים קען מען מער אויפטון מיט לימוד התורה. עס איז אבער פאריגע וואך ערשינען א בריוו פון הגרא"ד וואכטפויגל שליט"א אז ער האט געהערט פון הג"ר חיים קנייבסקי דורך זיין זון ר' שלמה אז ער איז מסכים מיט דעם פראטעסט.

פרייטאג איז אבער ארויסגעקומען א בריוו פון הג"ר שמואל קאמינעצקי, וועלכער ציטירט די ווערטער פון די קינדער פון הרב קנייבסקי אז ער איז מסכים צו דער דעה פון הרב שטיינמאן אז מ'זאל נישט מאכן קיין פראטעסט. א קורצע צייט שפעטער איז טאקע ארויסגעקומען דער בריוו פון די קינדער פון רבי חיים, אויף וועלכער רבי חיים אליין האט אונטערגעשריבן אז עס איז אמת.

אבער מיט דעם האט זיך עס נישט געענדיגט. היינט אינדערפרי איז ארויסגעקומען נאך א בריוו פון רבי חיים, וואו ער הייסט כלומר'שט גיין צום פראטעסט, אבער עס איז גלייך אפגעווארפן געווארן אלס פאלש. שפעטער אין טאג איז א פרישע באמבע ערשינען, ווען עס איז באקאנט געווארן א נייעם בריוו פון רבי חיים גענצליך געשריבן בכתב ידו, וואו ער שרייבט קלאר אז "חובה לכל לציית להוראות גדולי ישראל שליט"א למחות היום נגד גזירת גיוס."
📎 loading=

דער דאזיגער בריוו האט אויסגעזען שטארק אויטענטיש, און איז ארומגעפלויגן איבערן די סאציאלע מידיא נעצן. דא האט זיך ארויסגעוויזן אז רבי חיים האלט יא פון דעם פראטעסט, און איז גאר מחייב זיך צו באטייליגן. דאס האט געברענגט א צעמישעניש ביי די בני תורה קרייזן. נאך עטליכע שעה האט "ישיבה וואלד ניוס" געמאלדן אז דער בריוו איז געפעלשט, און אזוי אנגעגעבן בשם דעם שטוב פון רבי חיים. זיי האבן באשולדיגט אז דאס איז חוצפה'דיג געפעלשט געווארן דורך די ארגאניזירער פון דעם פראטעסט כדי צו איבערצייגן בני תורה זיך צו באטייליגן ביי דעם פראטעסט. "ישיבה וואלד ניוס" האט אבער נישט באוויזן קיין שום ראיות אויף דער באשולדיגונג אז עס איז טאקע געפעלשט געווארן, און עס איז נאך געבליבן א גרויסער ספק וואס עס איז די ריכטיגע דעה פון רבי חיים קנייבסקי שליט"א.

פרובירנדיג צו דערגיין דעם אמת, האב איך באטראכט דעם לשון פון דעם בריוו, און כ'האב דערקענט דעם לשון פון "ועשית" און "חובה לכל לציית". מיט די הילף פון גוגל און א חבר בין איך דערגאנגען דעם מקור.

דער בריוו איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון אן אנדערן בריוו, צושטעלנדיג ווערטער און אותיות צו מאכן דעם נוסח. דער אריגינעלער בריוו געפינט זיך דא, און פאלגנד איז מיין איבערבליק איבער וויאזוי דער פעלשעריי איז באוויזן געווארן:

📎 Kanievsky.jpg

(אלע אותיות קומען פון דעם אריגינעלן בריוו - נישט ווי YWN גיבט אן אז דאס איז נאכגעשריבן געווארן לויט ר' חיים'ס האנטשריפט - נאר איך האב נישט געוואלט אז אלעס זאל זיין איין שטיק רויט, האב איך נאר באצייכנט עיקרן של דברים.)

update מאנטאג 2:55: דעת תורה ווייזט אן שפעטער אין די אשכול אז אויף רוטר איז שוין די זיוף אויפגעדעקט געווארן א האלבע שעה פאר מיר. איך האב עס נישט גענומען פון רוטר, אבער איך האב אראפגענומען די ווארט "עקסקלוסיוו" פונעם קעפל.

מוח שליט » זונטאג יוני 9, 2013 6:08 pm

· #123276
WOW!!!
דו מאכסט מיך proud צו זיין א חלק פון קאווע שטיבל.
יישר כוח ר' יידל.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 6:12 pm

· #123282
וויאזוי קען א נברא, א בן תורה, טוהן אזא נידריגע זאך?

--
ועוד, נאך דערצו האט ער גענוצט דעם בריוו וואס ר' חיים שרייבט אז רב שטיינמאן איז דער מנהיג הדור!

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 6:15 pm

· #123287
אזוי ווי א רב קען פעלשן די תורה, קען איינער פעלשן א בריוו.

ווייסט שוין איינער פארוואס די כותל פראטעסט איז יא אקעי מיט רב שטנמאן?

יידל » זונטאג יוני 9, 2013 6:17 pm

· #123288
ווייל יענץ איז נישט פאררופן געווארן דורך רב טוטעלבוים.

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 6:18 pm

· #123289
אה. שעים אן הים

נולד מאוחר » זונטאג יוני 9, 2013 7:56 pm

· #123330
יידל 👍 ווי אזוי אזוי איז דיר גוגל ציניץ געקומען? גוגל googles?
וואס הייסט האסט דערקענט ''חובה לציית'' פון אמאל ליינען די בריוו איז ביי דיר און קאפ געבליבען איינגעקריצט די ווערטער?

געפילטע פיש » זונטאג יוני 9, 2013 8:13 pm

· #123342
יא נולד, נעווער אונטער-עסטימעיט אונזער יידל. יידל, כ'בין טאקע נייגעריק וויאזוי גוגל האט דיר געהאלפן, האסט געסערטשט די טעקסט אין א אימעדזש סוירטש?

נולד מאוחר » זונטאג יוני 9, 2013 8:33 pm

· #123348
ווען איך מאך א googles search מיט די פאלטשע בריוו באקום איך

בדחן » זונטאג יוני 9, 2013 9:15 pm

· #123359
ארקענוג פאר יידל פאר די המצאה.

צום נושא, האלט איינער אז זיי האבן געטיען א עוולה מיט פעלטשן די מכתב? וואס איז דען א נפק״מ צו אויבי איש אנשי ביתו טיען דאס מיטען מאכען גענאר פינעם מענטש? אדער עס קימט א דרויסענדיגער און טוט עס? דאס איז זיכער אז אינשי ביתי האבן דא געמאכט צימעס פינעם גאון הדור, קודם האט זיין זון עדות געזאגט בשמו אז מען זאל גיין דערנאך א הכחשה.

איז געקימען א צווייטער און צוגענדיגט וואס זיינע שטוב מענטשן האבן אנגעהויב, ביי מיר איז עס אקעי.

יאיר » זונטאג יוני 9, 2013 9:27 pm

· #123366
👍 יידל, דו ביסט אומגלויבליך!

קינות גירושין » זונטאג יוני 9, 2013 9:31 pm

· #123370
סא ווער איז געווארען מער מבוזה ר׳ חיים היינט אדער סקולענע רבי פאריגע וואך
איך מיין אז די מענטשען לעבן סאך העכער פון אונז

פרישער » זונטאג יוני 9, 2013 9:51 pm

· #123384

דעי בריוו איז אויך געפעלטשט לכאורה

יאיר » זונטאג יוני 9, 2013 9:51 pm

· #123385
בדחן
ארקענוג פאר יידל פאר די המצאה.

צום נושא, האלט איינער אז זיי האבן געטיען א עוולה מיט פעלטשן די מכתב? וואס איז דען א נפק״מ צו אויבי איש אנשי ביתו טיען דאס מיטען מאכען גענאר פינעם מענטש? אדער עס קימט א דרויסענדיגער און טוט עס? דאס איז זיכער אז אינשי ביתי האבן דא געמאכט צימעס פינעם גאון הדור, קודם האט זיין זון עדות געזאגט בשמו אז מען זאל גיין דערנאך א הכחשה.

איז געקימען א צווייטער און צוגענדיגט וואס זיינע שטוב מענטשן האבן אנגעהויב, ביי מיר איז עס אקעי.

שוין אמאל געהערט פון אזא פסוק 'מדבר שקר תרחק'?

בדחן » זונטאג יוני 9, 2013 10:00 pm

· #123392
לאמיר לאזן די האלי געפילען אינדרויסען פינעם בילד, קיינער האט נישט געוואלט יוצא זיין מצות תקיעות שופר אדער ענליכע מצות עשה מיטען בריוו, עס איז בסך הכל א גיטען שפיצל אינדערמיט פון די גאנצע צומישעניש וואס זיינע שטוב מענטשן האבן אנגעדרייט.

הדד בן בדד » זונטאג יוני 9, 2013 10:05 pm

· #123396
זר זהב
אזוי ווי א רב קען פעלשן די תורה, קען איינער פעלשן א בריוו.

ווייסט שוין איינער פארוואס די כותל פראטעסט איז יא אקעי מיט רב שטנמאן?

זעהט אויס אז שטיינמאן ווייסט אויך אז פארן כבוד פון דעם כותל העלפט נישט קיין לימוד התורה און תפילה...

חזקיהו המלך » זונטאג יוני 9, 2013 10:05 pm

· #123397
יודל ! א ארגינעלע ווערק,

דעת תורה » זונטאג יוני 9, 2013 10:10 pm

· #123403
רוטר האט עס גענומען פון דיר, אדער שניהם לדבר אחד נתכוונו?

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 9, 2013 10:40 pm

· #123424
יידל, A1
פון וואו האט יענער גענומען די ווערטער ר"ח תמוז?

פשטידא » זונטאג יוני 9, 2013 10:50 pm

· #123428
יידל, א דאנק פאר'ן אנטפלעקן ווער עס האט געפעלשט דעם בריוו... האסט נישט מורא מ'עט דיך כאפן?!

נע, קיפ אפ די גוד ווארק

outspoken » זונטאג יוני 9, 2013 10:50 pm

· #123429
יידל, 1 ווארט, WOOOOW

ממרום שלח אש » מאנטאג יוני 10, 2013 3:50 am

· #123498
אינטערעסאנט ווי אונזערע גרויסע משכילים זענען ערשיטערט עד דודכה של נפש, פאסט נישט פאר ענק, זייטס העכער פון דעם.

א ריכטיגע משכיל פון די גרויסע שטאט, ציט מיט די פלייצעס און געט נישט קיין דעם, ער כיכקעט אונטער, אויף דעם האט דאך די פסוק געזאגט אויל עמי... דאס איז טאקע א באווייז אז אידן זענען נישט קיין עם הנבחר... אלע האבן זיי דעם זילבן פנים...

אבער ביי א קליין שטעטיל'שע משכיל דרייט זיך די גאנצע השכלה ארום סאטמאר, און פאר א נויט די אנדערע פרומע חסידים.

ר פישלע , ר חיים ר שטיינמאן אהההההה .... יאמי! טייטלבוימס פילאפס אונגארישע פעעעעעעעעךךךך

אזא אשכול מאכט מיר זיך שעמען צו זיין אין קאווע שטיבל.

און דאס גייט שוין אויך אויף די נאכנאדע קלאגן אויף די סאטמארע מחלוקת, עס גריצעלט אמיר אין די אויערן, עטס זענץ ענק אלע פיין מחיה דערמיט, אבי סדא וואס צו קריטיקירען, און אבי קיינער האט נישט קיין מאנאפאל אויף די מענשהייט, טא וואס איז די פאלשע ברעטשערייען?

הו די העלל גיווס עי פריקינג דעם?

נ.ב. איך באצו זיך נישט צו די עצם דיטעקטיוו ארבעט.

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 4:23 am

· #123499
ממרום, אייזן!! צום פינטל!

איציק » מאנטאג יוני 10, 2013 6:21 am

· #123506
[ציטאט אראפגענומען]

און אויף זיינע שטוב מענטשן און נאענטע וואס פאדרייען אים א קאפ ער זאל ארויסקומען מיט אן הכחשה אויף א בריוו וואס ער האט יא געשריבן (אזוי ווי מיר האבן געהערט אין דעם קליפ הידוע), אויף זיי איז א קלענערע פלא?

איציק » מאנטאג יוני 10, 2013 6:29 am

· #123508
קינות גירושין
סא ווער איז געווארען מער מבוזה ר׳ חיים היינט אדער סקולענע רבי פאריגע וואך
איך מיין אז די מענטשען לעבן סאך העכער פון אונז

אויף דעם ווערט דאך שוין געפסקנ'ט "הכל לפי המבייש והמתבייש."

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 10, 2013 9:09 am

· #123517
ממרום כמיין אז וואס ביי דיר איז נ.ב. איז ביי מיר די אב

אביגדור » מאנטאג יוני 10, 2013 9:22 am

· #123520
סבי דבי אתונא ריש בכורות.

איך אויך » מאנטאג יוני 10, 2013 10:25 am

· #123537
ממרום קומסט נעבעך אריין זייער פארביטערט און אומקלאר ,ביטע נעם א טשיל פיל און זאג איבער קלארער.

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 10, 2013 11:20 am

· #123562
דעת תורה
רוטר האט עס גענומען פון דיר, אדער שניהם לדבר אחד נתכוונו?

אינטרעסאנטע שאלה, וואס מען האט נאך נישט גענטפערט.

זעהט אויס אז די ביסט מגלה דער זיוף אויף דער זיוף, שוין באלט ווי די לעצטע סקאנדאלען ווי מען גייט אינוועסטיגעיטען דער ליק פין דער ליק, וואס האט לכתחילה פארשטאפט דער ליק.

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 12:00 pm

· #123584
יידל א געוואלדיגע ארבייט! כ'מיין וואס נאך קען איך צולייגן?? מעידזשאר!

טעפל » מאנטאג יוני 10, 2013 12:06 pm

· #123585
שעפטל
יידל א געוואלדיגע ארבייט! כ'מיין וואס נאך קען איך צולייגן?? מעידזשאר!

איך האב שוין זיכער נישט וואס צוצולייגען, געוואלדיג יידל!

קינות גירושין » מאנטאג יוני 10, 2013 1:15 pm

· #123608
יודל נישט אז די בוזט איינעם עפעס שולדיג
אבער דער עולם פרעגט עפעס
פליז עקספלעין יורסעלף

הירשל ציג » מאנטאג יוני 10, 2013 1:52 pm

· #123629
מי יודע וואס נאך מ'האט געפעלטשט פון רבנים וואס מ'ווייסט עד היום נישט

שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 1:57 pm

· #123631
רח"ל! תורה תורה חגרי שק! יזדעזע העולם ת"ק פרסה על ת"ק פרסה!

דעת תורה » מאנטאג יוני 10, 2013 2:26 pm

· #123643
איחוד פעלד
דעת תורה
רוטר האט עס גענומען פון דיר, אדער שניהם לדבר אחד נתכוונו?

אינטרעסאנטע שאלה, וואס מען האט נאך נישט גענטפערט.

זעהט אויס אז די ביסט מגלה דער זיוף אויף דער זיוף, שוין באלט ווי די לעצטע סקאנדאלען ווי מען גייט אינוועסטיגעיטען דער ליק פין דער ליק, וואס האט לכתחילה פארשטאפט דער ליק.

נישט אז איך באשולדיג יידל מיט - מסתמא - די ערגסטע זאך אין זיין לעקסיקאן, נעמליך פלאגיאריזם, אבער דאס איז זיכער אז יענער האט עס נישט גענומען פון דא, ווייל יענער האט עס געפאוסט 11:38 ביינאכט איזרעאלי זייגער, דאס מיינט 5:38 דאהי, כמעט א האלבע שעה פאר יידל האט עס דא געפאוסט.

מוח שליט » מאנטאג יוני 10, 2013 2:38 pm

· #123653

גברא אגברא קא רמית?

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 2:52 pm

· #123666
שוין, כ'בין נישט געווען עקסקלוסיוו. אבער כ'גיב אייך מיין ווארט אז דאס איז מיין אייגענע אויסטרעף און כ'האב עס נישט גענומען פון רוטר. אנצוגרייטן דעם בילד אליינס מיט די רויטע רינגעלעך און ליינס האט גענומען איבער א האלבע שעה, און לכה"פ נאך א האלבע שעה צו שרייבן דעם תגובה און טרעפן אלע לינקס א.א.וו. אבער אזוי גייט עס - You snooze - you loose.

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 2:59 pm

· #123670
ממרום שלח אש
אינטערעסאנט ווי אונזערע גרויסע משכילים זענען ערשיטערט עד דודכה של נפש, פאסט נישט פאר ענק, זייטס העכער פון דעם.

א ריכטיגע משכיל פון די גרויסע שטאט, ציט מיט די פלייצעס און געט נישט קיין דעם, ער כיכקעט אונטער, אויף דעם האט דאך די פסוק געזאגט אויל עמי... דאס איז טאקע א באווייז אז אידן זענען נישט קיין עם הנבחר... אלע האבן זיי דעם זילבן פנים...

אבער ביי א קליין שטעטיל'שע משכיל דרייט זיך די גאנצע השכלה ארום סאטמאר, און פאר א נויט די אנדערע פרומע חסידים.

ר פישלע , ר חיים ר שטיינמאן אהההההה .... יאמי! טייטלבוימס פילאפס אונגארישע פעעעעעעעעךךךך

אזא אשכול מאכט מיר זיך שעמען צו זיין אין קאווע שטיבל.

און דאס גייט שוין אויך אויף די נאכנאדע קלאגן אויף די סאטמארע מחלוקת, עס גריצעלט אמיר אין די אויערן, עטס זענץ ענק אלע פיין מחיה דערמיט, אבי סדא וואס צו קריטיקירען, און אבי קיינער האט נישט קיין מאנאפאל אויף די מענשהייט, טא וואס איז די פאלשע ברעטשערייען?

הו די העלל גיווס עי פריקינג דעם?

נ.ב. איך באצו זיך נישט צו די עצם דיטעקטיוו ארבעט.

צייל'זשע וויפיל תגובות איז דא פון מיר אין צימעס אדער אין עני אשכול וואס בארירט סאטמארע מחלוקות וכדומה. איי מיין אנדערער ניק? מיין אנדערער ניק איז דאך ניטאמאל א קליין-שטעטלישער משכיל...

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 3:13 pm

· #123675
געפילטע פיש
יא נולד, נעווער אונטער-עסטימעיט אונזער יידל. יידל, כ'בין טאקע נייגעריק וויאזוי גוגל האט דיר געהאלפן, האסט געסערטשט די טעקסט אין א אימעדזש סוירטש?

ניין, כ'האב געסוירטשט "חיים קניבסקי חובה לכל לציית" און "חיים קניבסקי ועשית ככל אשר יורוך". ביי ביידע סוירטשס איז ארויפגעקומען די ריזאלט פון כיכר השבת אויפן דריטן אדער פערטן פלאץ, און נאכן באטראכטן ביידע בריוון האב איך געזען אז די געפעלטשטע קומט כל כולו פון דעם בריוו.

chosen people » מאנטאג יוני 10, 2013 3:36 pm

· #123685
און יעצט ווען מען סירטש אין גוגל חיים קניבסקי חובה לכל לציית קומט ארויף די ארטיקל די ערשטע אויפן ליסטע .

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 10, 2013 4:08 pm

· #123698
איך גלייב יידל.

יעצט קומט שוין ארויף קאווע שטיבל ארטיקעל

ממרום שלח אש » מאנטאג יוני 10, 2013 5:28 pm

· #123732
יידל
ממרום שלח אש

נ.ב. איך באצו זיך נישט צו די עצם דיטעקטיוו ארבעט.

צייל'זשע וויפיל תגובות איז דא פון מיר אין צימעס אדער אין עני אשכול וואס בארירט סאטמארע מחלוקות וכדומה. איי מיין אנדערער ניק? מיין אנדערער ניק איז דאך ניטאמאל א קליין-שטעטלישער משכיל...

אינגערמאן, נישט אייך האב איך געמיינט.

איך האב געשריבן איך באצו זיך נישט צו דיין דיטעקטיוו ארבעט, אבער איך האב געמיינט דיין גאנצע געשרייבעכץ, וואס איז געשריבן זייער זאכליך, ווי תמיד.

איך האב מיך באצויגן צו די קענטליך שעל שאקד מגיבים, וואס האבן אויסגעקוקט ווי זיי וואלטן געזען א גאוסט נאך די אנטדעקונג.

היימישער ליטוואק » מאנטאג יוני 10, 2013 5:33 pm

· #123734
SHOCK: Satmar Appears To Have Misled Public With Forged Lett
SHOCK: Satmar Appears To Have Misled Public With Forged Letter of HaRav Kanievsky Shlita
(Monday, June 10th, 2013)

Yesterday, YWN reported that HaGaon HaRav Chaim Kanievsky shlita came out against the anti-draft rally organized by Satmar, saying that it would not be beneficial.

According to a letter containing the rabbi’s views written by his sons, the “main thing is to increase Torah learning, the fear of heaven and prayer” as methods of opposing conscription.

Hours later, the Satmarer organizers of the event released a handwritten letter by HaRav Kanievsky shlita in which he calls to listen to the Torah sages and participate in the protest against the IDF-Draft decree.

However, according to the Yiddish blog ‘Kave Shtiebel’ the second letter, apparently written by HaRav Kanievsky, was none other than a photo-shopped document that misleadingly looked authentic by lifting words from a previous handwritten letter, last year.

YWN reached out to Mishpachas Kanievsky, who confirmed that someone forged the Gadol Hador’s handwriting and penned this letter which was then spread on social media, and submitted to YWN for publication.

The forged letter speaks values of the organizers act to delude the purpose of the mass protest, especially the desecration of the name of a Godel HaDor, in attempt to deceive the general, non-affiliated and Yeshiva, public to attend the protest.

CLICK ON THE PHOTOS TO ENLARGE

פרישער » מאנטאג יוני 10, 2013 6:43 pm

· #123745
הסכמה לקאווע שטיבל
haskome 3.png

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 6:44 pm

· #123747
יידל, מיר ווארטען אויף אן אינטערוויא אויף קול מבשר...

בד"וו, אפשר וועסטו געוואר ווער ס'שטייט אונטער דעםקול קורא

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 10, 2013 7:17 pm

· #123756
יידל וואס עפעס איז דיר בייגעפאלן צי סירטשען ''חיים קניבסקי חובה לציית''
כפארשטיי סהאט זיך אנגעהיובן ווייל yvn האט געשריבן אז די בריוו איז פאלטש.
וואס כוויל וויסען איז האסט געהאט געליינט די חובה לציית בריוו א שטיק צייט ציריק און יעצט איז דיר דאס ארויף געשווימען אין דיין מיינד, אדער
האסט דיך סתם גענומען זיכען לשונות?

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 8:07 pm

· #123764
ווי כ'האב געשריבן האבן די לשונות פון "ועשית ככל אשר יורוך" און "חובה לציית לכל" געקלינגן א גלעקל.

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 10, 2013 9:03 pm

· #123789
קוק וואספארא חורבן די אינטערנעט מאכט אן. סנעמט אוועק דאס גאנצע כח פון די רבנים.
אמאל האט א רב געשריבן א בריוו איז דאס געווען קדוש, משא''כ קוק וואס פאסירט.

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 10, 2013 9:34 pm

· #123804
אנאנים, כהאב געמיינט פארקערט, דורך אינטערנעט/גוגל האט יידל געקענט איפדעקן די פאלטשקייט.

איציק » דינסטאג יוני 11, 2013 10:40 am

· #123894
סאטמאר האט אנגעבליך פארפירט דעם עולם!
סאטמאר האט אנגעבליך פארפירט דעם עולם!
איר הערט? סאטמאר!

פון וואו נעמט עס די "ישיבה וועלט" אז סאטמאר האט געפעלטשט די בריוו?
1. מאן יימר אז דער פעלשער איז א סאטמארער? פעלט דען בעלי אינטערעסן וואס זאלן דאס מאכן?
2. אפילו אויב מיר זאלן איינזעצן אז ס'איז יא געווען א סאטמאר'ער חסיד, ווער זאגט אז ער האט דאס געטוהן אויף דער גוטסהייסונג אדער מיט די רשות פון סאטמאר?

אבער זה דרכם כסל למו מאז ומקדם: קודם באשולדיגט מען סאטמאר. אויף זיי וועט עס שוין קלעבן. די וועלט האט דאך זיי פיינט\איז זיי מקנא וכו'.

איי, שפעטער וועט מען געוואויר ווערן אז ס'נישט געווען סאטמאר?
נו, מילא. גיי פאדער אן אנטשולדיגונג פון ישיבה וועלט...
בלאט: 1 2