☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי

דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4034
בלאט: 1 2

atmybest » דינסטאג יוני 11, 2013 11:01 am

· #123897
מען דערציילט אז איינער פון די גרויסע רביס האט געזאגט ווען מען האט דערציילט א מעשה אויף א צדיק, אז איך ווייס ניו אויב עס איז אמת, אבער מען דארף גלייבן אז עס האט געקענט פאסירן. די זעלבע איז דא.

דעת תורה » דינסטאג יוני 11, 2013 11:21 am

· #123905
אזוינע שטותים סאטמאר דארף גאר וויכטיג רבי חייםס חתימה.

יעדער ווייסט ווער עס האט עסגעמאכט, סאטמאר קומט בכלל נישט אריין אין בילד דא.

אפשר פאסט נישט פאר די ליטאים אז א ליטווישער קען טון אזאלכע זאכן.

דעת תורה » דינסטאג יוני 11, 2013 11:53 am

· #123922
די ערשטע פאלשע בריוו האט איינער פון די ניקי הפלס ארויפגעלייגט אין בחדרי אז ער האט עס באקומען פון דעם וואס איז אריין צו רבי חיים נעמען די חתימה.

די צווייטע איז קודם ארום געפארן אין אימעילס, אבער מען דארף זיין בלינד צו האבן א ספק ווער עס האט עס געמאכט. סאטמאר דארף וויכטיג די ליטווישע? עס איז הכל ריווח ווער עס קומט יא. מילא עס וואלט געווען א הוא אמינא אז דער בריוו וועט טוישן די אפיציעלע מעין סטריעם מיינונג, וואלט עס געווען א וויכטיגע דורכברוך. אבער אפאר ליטאים ארויף צו אראפ מאכט נישט צופיל אויס. לעומת זה איז דא א פארטיי ביי די ליטאים, וואס יעדער ליטווישער - אפילו ווער עס איז געקומען על דעת עצמו - מיינט פאר זיי וועלטן. אדרבה, ווי מער ליטאים עס קומען ווען די אפיציעלע שטעלונג איז נישט צו גיין, איז א געווינס פאר זיי. עס ווייזט אז הגראי"ל און שמעון גליק האבן אפשר פארכאפט די מאכט אפיציעל, אבער דער עולם פריוואט האלט נישט מיט זיי.

בקיצור, וויפיל פראצענט גיבסטו אז סאטמאר האט עס געמאכט, און וויפיל אז די ליטאי הפלס?

זר זהב » דינסטאג יוני 11, 2013 11:56 am

· #123923
YWN איז א קראנקער זכר, ער האט פיינט סאטמאר מער ווי היטלער וואלט אים פיינט געהאט. דארפסט נאר קאמיוניקירן מיט אים 2 מינוט, און דו לייגסט אריין זיין סייט אין די פילטערינג סיסטעם.

דרעק

שרייבער » דינסטאג יוני 11, 2013 12:19 pm

· #123934
נולד מאוחר
קוק וואספארא חורבן די אינטערנעט מאכט אן. סנעמט אוועק דאס גאנצע כח פון די רבנים.
אמאל האט א רב געשריבן א בריוו איז דאס געווען קדוש, משא''כ קוק וואס פאסירט.

ווי קומט אריין אינטערנעט, דאס האט צוטון מיט א צווייטע אבן נגף וואס פלאגט שוין כלל ישראל לאנגע יארן, דאס רופט זיך גבאים, די האבן אסאך צרות געמאכט פאר כלל ישראל, און די האבן א גרויס חלק און אוועקנעמען די כח פון די רבנים

שוין איך מיין אז בלק האט שוין א מעמד, מען וועט מאכן א כינוס וועגן די גבאים, לאמיר כאפן א בליק וואס דארט האט זיך אפגעטון ווי בלק'ס גבאים האבן אפגעלאזט דעם בלעם ווען ער האט זיך נישט געוואלט צושטעלן

איך אויך » דינסטאג יוני 11, 2013 2:47 pm

· #123979
רבותי ווי קומט דער שמועס דא אריין בכלל? איינער דא האט געזאגט סאטמאר האט עס געטוהן? וועם גייטט אן פאר א שווארץ יאר וואס יו"ן לייגט פאר א קעפל.

wassup » דינסטאג יוני 11, 2013 3:06 pm

· #123998
<a class="postlink" href="http://m.forward.com/blogs/forward-thinking/178447/did-rabbis-forged-letter-boost-anti-draft-rally/?utm_source=t.co&utm_medium=jd.fo-other&utm_content=general-general&utm_campaign=">http://m.forward.com/blogs/forward-thin ... _campaign=</a>

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm

· #124008
זר זהב
YWN איז א קראנקער זכר, ער האט פיינט סאטמאר מער ווי היטלער וואלט אים פיינט געהאט. דארפסט נאר קאמיוניקירן מיט אים 2 מינוט, און דו לייגסט אריין זיין סייט אין די פילטערינג סיסטעם.

דרעק


נישט נאר סאטמאר -- ער האסט חסידים בכלל, סאטמאר בפרט, און מהר"א מסאטמאר בפרטי פרטים.

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 11, 2013 3:45 pm

· #124010
wassup
http://m.forward.com/blogs/forward-thinking/178447/did-rabbis-forged-letter-boost-anti-draft-rally/?utm_source=t.co&utm_medium=jd.fo-other&utm_content=general-general&utm_campaign=

שלו דין שרייבט פאר די פארווארד?

שלום דין » דינסטאג יוני 11, 2013 4:50 pm

· #124031
נולד מאוחר
wassup
http://m.forward.com/blogs/forward-thinking/178447/did-rabbis-forged-letter-boost-anti-draft-rally/?utm_source=t.co&utm_medium=jd.fo-other&utm_content=general-general&utm_campaign=

שלו דין שרייבט פאר די פארווארד?


לכאורה, זעהט אויס אז יא.

יידל,
Good job. Seriously impressed.

<a class="postlink" href="http://blogs.forward.com/forward-thinking/178447/did-rabbis-forged-letter-boost-anti-draft-rally/">http://blogs.forward.com/forward-thinki ... aft-rally/</a>

ש.

יידל » דינסטאג יוני 11, 2013 5:04 pm

· #124037
ישר כח פאר די קאמפלימענט. און פאר די mention אויפן טריפה'נעם פארווערד.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 11, 2013 5:10 pm

· #124040
ס'דא איין טעות'ל דארט
According to a writer on the Hasidic Yiddish forum KaveShtiebel.com, a letter


ס'דארף שטיין
According to THE writer on the Hasidic Yiddish forum KaveShtiebel.com, a letter

פרישער » דינסטאג יוני 11, 2013 5:34 pm

· #124049
שלום האט פארפעילט אנציצייגען פארן פארווערץ די אנדערע ק"ש עקסקאסיוו געפעלטשטע בריוו ווי ער גיבט אינז זיין הסכמה

איך העל נישט מוחל זיין בבא

יידל » דינסטאג יוני 11, 2013 7:15 pm

· #124077
פרישער
שלום האט פארפעילט אנציצייגען פארן פארווערץ די אנדערע ק"ש עקסקאסיוו געפעלטשטע בריוו ווי ער גיבט אינז זיין הסכמה

איך העל נישט מוחל זיין בבא

דארט האט מען נאכנישט אויפגעדעקט וויאזוי עס איז געפעלטשט געווארן. מאנכע טענה'ן גאר אז דער בריוו איז אן אמת'ער בריוו.

פרישער » דינסטאג יוני 11, 2013 7:51 pm

· #124087
די זעלביגע וועיג וויזוי איך האב געפעלטשט מיין בריוועלע

מיט די הילף פין א פראגראם וואס ריפט זיך פאטא שאפ

מיינס איז מחיבר געווארן מיט מייקאסאפט פעינט וואס קימט אין יעדע קאמפיוטער זייט מען האט אנגעהויבען מייקראסאפט

עס איז מורעדיג לייכט אפילו פאר פערזאנען ווי איך וואס זענען נישט פראפעסינאלען

יידל » דינסטאג יוני 11, 2013 10:04 pm

· #124147
און פון וואו קומט די אריגינעלע ווערטער?

פרישער » דינסטאג יוני 11, 2013 11:29 pm

· #124183
מיין בריוו קימט פין די זעלבע בריוו

וואס די האסט אזוי שיין צינימען

יואליש » מיטוואך יוני 12, 2013 12:14 am

· #124204
כ'דערמאן זיך יעצט אז דער בלאט האט אמאל צונימען א בריוו פון ברך משה, יידל סטיל. מיט רויטע רינגן אההרום ווערטער און שטריכן צו אנגעבליכע מקורות פארן "קאפי פעסט" זשאב.

יואליש » מיטוואך יוני 12, 2013 12:22 am

· #124208
קאנגראטולאציע פאר יידל'ס ווערק און פאר איר פארדינטע אנערקענונג אין די שכינות'דיגע מידיא. (ר'. ש. פון אן די מעין ליין זיכט דיך צו טעגן אויף זיין פעיסבוך כותל.)
📎 Yeedle.PNG

איך אויך » דינסטאג יוני 18, 2013 8:45 pm

· #126061
יואל וואס?

איך אויך » דינסטאג יוני 18, 2013 8:55 pm

· #126067
אויב דער ארטיקל הייסט גוט איז אידיש (די אידישיסטן סארט) אויף באקאקטע צרות.

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 8:57 pm

· #126069
העי ביזט נישט קיהל 😉

וועלקאם בעק יאנקל

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 18, 2013 9:02 pm

· #126072
יע, יאנקל, ווי מיסט יו.
כמעט זיך שוין איינגעשריבן מיט מיין צווייטע ניק און זיך געזעצט קייען צימעס.

פשטידא » זונטאג יוני 23, 2013 4:39 pm

· #127336
[ציטאט אראפגענומען]


אן אריינגיין דעבאטירן די עצם פראגע, פארשטיי איך נישט דעם פארווערטס שרייבער, צי לייקנט ער דעם פאקט אז אין דער איזראלישער ארמיי דינען "אומצניעותדיקע" מיידלעך? וואסע פשט פון די גענזן פיסלעך?

דעת תורה » מאנטאג יולי 1, 2013 1:49 am

· #129583
ווען האבן זיי דאס געשריבן?

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 11:03 am

· #129659
@יידל, כ'האב פאר דיר ארבעט
זעהט זיך אויס אז כדי צו זיין גרויס, פונקט ווי מ'דארף מתנגדים, דארף מען אויך א געפעלשטער בריוו.
חסידי חצר אוירבעך, זענען נישט אונטערשטעליג
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/06/blog-post_2803.html">http://bshch.blogspot.com/2013/06/blog-post_2803.html</a>

יידל » מאנטאג יולי 1, 2013 7:16 pm

· #129876
קאווע, דאס איז גאנץ קלאר געפעלשט. קוק אויף די קש פון "ביקשו" אינעם ערשן שורה און די קש פונעם "מבקש" אין די צווייטע שורה. עס איז די זעלבע ק און ש.

יידל » מאנטאג יולי 1, 2013 7:53 pm

· #129882
כ'האב באמערקט אז די ווערטער "האמת והשלום" זענען די איינציגסטע וואס זענען קאנעקטעד איין אות צום צווייטן, האב איך געגוגלט "למען האמת והשלום שמואל אויערבאך", און די ערשטע רעזולטאט איז געווען די מקור פון שאולזאהן'ס געפעלטשטע בריוו! <a class="postlink" href="http://rotter.name/kolot/prime/27254.php">http://rotter.name/kolot/prime/27254.php</a> דארט איז אויך דא די ווארט "ביקש" פון ווי די אויבענדערמאנטע ק און ש קומען פון. בינגא!

איך אויך » דינסטאג יולי 2, 2013 12:41 am

· #129968
אויף עברית זאגט מען אם כבר אז כבר.
📎 auerbach.jpg
בלאט: 1 2