רבי יואליש מארגענשטערן לעבט נאך עמו"ש
67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3977
רבי יואליש מארגענשטערן לעבט נאך עמו"ש
ממש אויף דיין גאס וואוינט א איד וואס קען כל התורה כולה ממש.
א איד וואס איז יושב באהלו של תורה 24/7 מיום עמדו על דעתו.
א איד וואס זאגט וואס ער האלט, אפילו ווען ס'האט אים כבוד נישט געברענגט.
נישט נאר איז ער א בקי אין נגלה און נסתר, נאר יעדע חסידיש ספר, פולישע, גאליציאנע, רוסישע, און אפילו אונגערישע האט ער א קראנטע ידיעה.
ווען מענטשען וואלטן געהאט שכל (און ס'דא מאנכע וואס פארמאגן גראדע) וואלט מען געלאפן צו דעם איד פאר א ברכה, אדער אפילו א נערישע שאלה, אבי צו האבן עטוואס א שייכות מיט דעם איש צדיק.
ס'וועט קומען א צייט, וואס דיינע אייניקלעך וועלן דיך פרעגן צו זיידי געדענקט נאך דעם ראגאשטובער... עמממ, סארי... "רעב יואליש'ל", וואס וועט איר ענטפערען "עמממ, ס'אמאל געווען אזא זאך ווי מלכות סאטמאר... און ער איז געווען איינגעשטעלט אין בני יואל סאטמאר..."
אבער זיידי -וועט דיין אייניקעל פרעגן- דו קומסט דאך פון מאנראו, רעב יואליש האט דארט געוואוינט, ריכטיג? און דו ביסט קיינמאל נישט אריין צו אים?
ער האט אמאהל געזאגט וואס ער האלט אפילו עס איז געוועהן פארקערט ווי דער רבי זי"ע?
הונדרעט פראצענט זר! דער איד איז א בקי בכל התורה כולה!
אשאד אז ר' פישעל'ע איז אנגעקומען קיין וויליאמסבורג און ר' יואליש אויף קרית יואל.
דער אשכול דערמאנט מיר פון נאך צוויי אזעלכע אידן ר׳ מרדכי דוד קאהן און ר׳ מייליך לאנדא שליט״א, אויך בקיאים בכל התורה כילו עוסקים בתורה 24/7
זר און בדחן, א פיינעם וויץ.
ס'דערמאנט מיך א מעשה, א ליטווישע אידל האט זיך אמאל גרויס געהאלטן פאר א תמימותדיגע מאנראו אינגערמאן אז לערענן קענען די ליטאים בעסער ווי די חסידים, והא ראי' ר' משה פיינשטיין, קיין איינער פון די היגע חסידישע גדולים קומען נישט צו צום קנעכל פון ר' משה אין לערנען,
זאגט אים דער מאנראו'ער: וואס רעדסטו ! לא מבעי' ר' יואליש פּאַקט איין ר' משה, נאר אפילו ר' געציל האט זיך אויך נישט מיט וואס צו שעמען...
ערענסט גערעדט איז עס דברים פשוטים מאד אז עס איז קיין שום פארגלייך. (ר' ישראל חיים מנשה, למשל, פלעגט נישט רופן ר' יואליש און נישט ר' מרדכי קאהן זיך דורכרעדן א שווערע שאלה, ער פלעגט רופן ר' פישעלע. והדברים ידועים.).
איך האב נישט געזאגגט אז איינער איז מער אדער ווייניגער, איך האב בסך הכל אויסגערעכענט נאך צוויי מענטשן וואס איך ווייס אז זיי קענענן כל התורה כילו, און לערנען 24/7
איך האב נישט געזאגט ער איז ווי אים אין תורה. קוק וואס כ'האב היילייטעד.
איך זעה מען מושט דא צוויי זאכן:
עס איז דא "בקיאים" קענען כל התורה כולו, כדוגמת ר' חיים קנייבסקי (יא קוק מיר נישט אהן, ער איז "נישט" קיין פוסק) ר' יואליש, ודעימיה.
דאן אז דא "פוסקים" כדוגמת הרב וואזנער, ריח"מ, ר' פישלע, וכו'.
דער חילוק צווישען די צוויי איז ווי א צווישען א דאקטער אין א קאלעדזש פערפעסער, וד"ל.
רבי חיים איז נישט פון קיין פוסק?! פארוואס ווייל אינדערצייט וואס אנדערע זעצען זיך לערנען די סוגיא כנתינתן מסיני, פרישע סחורה, קומט רבי חיים מיט א ראיה און הוראה ברורה, און פסק'נט אפ הלכה למעשה.
דער גר"א איז נישט געווען קיין פוסק? ווייל ס'נישטא קיין תשובה ספר פון אים. אתמהה.
יעדע שורה פון דרך אמונה להגר"ח איז זיבען בלעטער אין שו"ת ******,
ר' מענדל זילבער איז א גרעסערע דיין ווי רבי ניסים קורליץ? לכאורה יא, ווייל יעדע דין תורה איז א תשובה אין מאזני צדק, משא"כ פון רבי ניסים איז נישטא נאר חוט השני וכו'.
נעם עני תשובה, פון עני משיב אחרון וועסטו זעהן אז רוב פון די תשובה איז חידושי שמעתתא אויף די סוגיא, גארנישט מיט די עצם פסק.
ניין!!!!
די חילוק איז ווי דערמאנט, טאקע דאס אויף וואס זיי לייגן דעם דגוש, צו נאר לאסוקי שמעתתא צו אויך אליבא דהלכתא.
אגב, ר' חיים אליין זאגט אויך אז ער פסקנ'ט נישט, און נישט אלס ענוה, נאר ווייל ער האט נישט קיין שימוש (דאכט זיך מער אז ער האט אויך נישט קיין הוראה, אבער דאס בין איך שוין נישט זיכער).
כווייס נישט צו ער האט שימוש צו נישט, אבער יעדע הלכה'דיגע שאלה וואס מען שיקט צו איהם, באקומט מען צוריק פון איהם א געשריבענע תשובה
עה... ער האט נישט קיין שימוש. פון וואו זאל ער האבן?
פון זיך דרייען בעפר רגליו פון די חזון איש? פון נתגדל ווערן ביים טאטען די סטייפלער?
איך זעה נישט פון וואו ער האט געקענט האבן שימוש. ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין בית תלמוד להוראה אנאנים.
הוראה האט ער אויך נישט. נאר יעדע ראצער לבית טייטלבוים הורביץ רובין האגער הלברשטאם, זיי האבן הוראה...
די איינציגסטע סברה צו זאגען אז רבי חיים האט נישט קיין הוראה איז אז ער איז א סקווירא חסיד, מצד אבותיו, און אין סקווירא איז געווען א קפידה נישט צו האבן הוראה... (בד"וו, אין דושינסקי איז אויך דא דעם קפידה, אז מ'געט נישט הוראה נאר פאר איינער וואס קען..)
איך זאג נאכאמאל בקיצור, ספרי שו"ת, עכ"פ פון די היינטיגע זענען אן עדות אויף שכחת התורה. איינער וואס האט די תורה פתוחה לפניו האט נישט קיין חקירות און ספיקות, ווייל יעדע צד איז נאר א מראי מקום דא א תוספת דארט וכו'
קאווע טרינקעריעדע שורה פון דרך אמונה להגר"ח איז זיבען בלעטער אין שו"ת שבט הלוי.
זר זהבאיך האב נישט געזאגט ער איז ווי אים אין תורה. קוק וואס כ'האב היילייטעד.
די זעלבע היילייטעד איז געזאגט געווארן אויף ר' אלימלך לאנדא און ר' מרדכי דוד קאהן, זאת ועוד יותר, די אלע דריי זענען נישט קיין מנהיגי הדור, דער חילוק איז נאר ר' אלימלך און ר' מרדכי דוד ווייסן אז זיי זענען נישט קיין מנהיגי הדור, ווידער.... וכו'
יידלקאווע טרינקעריעדע שורה פון דרך אמונה להגר"ח איז זיבען בלעטער אין שו"ת שבט הלוי.
איך קען נישט אזוי גוט שבט הלוי, אבער לויט וויפיל איך האב שוין יא געבליקט דארט, דאכט זיך ער איז בכלל נישט קיין מאריך, ברענג א צווייטן משל, איך ווייס נישט אויב ס''איז דא תשובות פון 7 בלעטער דארט
אגב בנוגע ר' חיים, אפשר איז מען מסביר וואס הייסט א פוסק? אין מיינע אויגן הייסט א פוסק איינער וואס קען דיר פסק'נען א שאלה, ר' משה ארי' דער ירושלימער רב האט אויך נישט געשריבן קיין תשובות, אבער ער איז געווען א פוסק, האסט אים געפרעגט און ער האט געענטפערט, והוא הדין אסאך היינטיגע רבנים אפילו זיי שרייבן נישט קיין תשובות
סארי פארן אריינהאקען אין דעם שמועס העומד ברומו של עולם,
זר'ס אשכול דא, - גע'עפענט 17 מינוט נאך
דעם אשכול, דערמאנט מיך פון משה געציל'ס תגובה
דא אויף מיין תגובה
דארט.
---
שרייבער האקט.
דעם ציטאט האט יידל מאדיפייעד. ס'נישט מיין לשון, כ'נעם נישט קיין אחריות.
כ'האב זיך גראדע געוואונדערט פארוואס יידל כאפט אן פונקט שבט הלוי, וואס האט גראדע מער קורץ געשטימטע תשובות.
אקעי אלעס שטימט, כ'האב מיר געוואונדערט פארוואס זר האט זיך יעצט אויפגעוועקט מיט ר' יואליש, אפשר מאכט ער חתונה א קינד און מען דארף צוזאמען שטעלן געלד, יעצט פארשטיי איך שוין
זר זהבא איד וואס איז יושב באהלו של תורה 24/7 מיום עמדו על דעתו.
שוין פארסירט???
פין ווי ווייסט מען ער קען תורה התורה כולו ? ווער האט אים פארהערט ? ווי זענען זיינע תשובות ?
לויט מיינע ידועות קען ער אויס געצייכנט מסכת פסחים, אויך נישט אוועק צי מאכן צי קענען איין מסכתה אין ש"ס
אבער כל התורה איז זייער ווייט ער איז בכלל נישט אין די קרייטערי מענטשן ניטאמאל גוט פאר א ליצנות
נאר וואס דען
ס'איז דא מענטשן וואס זיכן צי שטיפן זיין אגאנדע פארקויפט מען אז מען רעדט פין א ר' חיים קנייבסקי
ער קען בערך וואס ר' מאיר אליעזר פריעדמאן מיט ר' חיים יאסל ווערצבערגער קענען
ר׳ יצחק לעבאוויטש קען כל התורה און לערנט יום ולילה בדחקות. דארף איך אים גיין באזיכן?
הרב הגאון ר' מאיר צוויבל קען כל התורה כולו מען קען פרעגן רוב ש"ס מיט מפורשים בעל פה
ר' יצחק לעבאוויטש?
מוזט נישט גיין, אבער אז דו וועסט גיין וועסטו הנאה האבן.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1510">viewtopic.php?f=42&t=1510</a><!-- l -->
זלמן זאפירפין ווי ווייסט מען ער קען תורה התורה כולו ? ווער האט אים פארהערט ? ווי זענען זיינע תשובות ?
לויט מיינע ידועות קען ער אויס געצייכנט מסכת פסחים, אויך נישט אוועק צי מאכן צי קענען איין מסכתה אין ש"ס
אבער כל התורה איז זייער ווייט ער איז בכלל נישט אין די קרייטערי מענטשן ניטאמאל גוט פאר א ליצנות
נאר וואס דען
ס'איז דא מענטשן וואס זיכן צי שטיפן זיין אגאנדע פארקויפט מען אז מען רעדט פין א ר' חיים קנייבסקי
ער קען בערך וואס ר' מאיר אליעזר פריעדמאן מיט ר' חיים יאסל ווערצבערגער קענען
אנטשולדיגט, איך מיין רבי מאיר אליעזר קען מער, אפגערעדט פון זיין יראת שמים כעדות רבו הגה"ק רמ"א פריינד
איך קען ר׳ יצחק גוט. איך האב געלערנט ביי אים א פאר יאר, זייער אסאך מיט אים אליין.
מיין פראגע איז געווען דירעקטעט צי די נאוישען אז מען זאל גיין באזיכן ר׳ יואליש. (איי שאד העוו ציטירט)
כד הוינא טליא האב איך טאקע געהאט א תאווה אים צו קענען לערנען, האב איך אים געפרעגט עטליכע שאלות אין פארשידענע נושאים. מיין הלכה שאלה איז געווען אין הל' שבת בנוגע א טשולענט אויף א בלעך. כ'בין געווען פריש אויסגעקאכט אין שי"ח מיט א רתיחת הילדות און ערווארטעט אן הלכה'דיגע ענטפער, א תשובה פון וואס איך ווייס נישט וכדו' אבערוואס! זיין ענטפער איז געווען "די רבי פלעגט זאגן אז מ'שפילט זיך נישט מיט קיין פייער..." און איך שפאציר אוועק אנגעפאטשט, דאס ווערטל איז דאך מרגליה בפומיה ביי יעדן ע"ה וואס געדענקט דעם רבי'ס מאביל ביי קרן הצלה און אפאר ווערטלעך וואס מ'קייעט איבער משבת לשבתו! פון א ת"ח ערווארט מען אן ענטפער.
זעהט אויס כ'בין נישט געווען געניג א למדן ער זאל זיך עפענען פאר מיר זיין תרעין דחכמתא. חבל.
זלמן זאפירהרב הגאון ר' מאיר צוויבל קען כל התורה כולו מען קען פרעגן רוב ש"ס מיט מפורשים בעל פה
ווי אויך איז ער א גאון אין משלב זיין צוויבל קיגל מיט דער סוגיא אין תמורה אז כל מה דעביד רחמנא לא תעביד אי עביד לא מהני אז אביי האלט ווי בלעם און רבא ווי בלעם'ס אייזל א זאך וואס גיט צו א ספעציעלן חן צו זיינע ברייטע קענטעניסן.
אינטערעסאנטע זאך, אין אמעריקא איז נישטא אזא זאך ווי גדולים. מאנכע זאגן אז קופת העיר איז שולדיג ווייל זיי קומען נישט צו רבי יחזקאל ראטה מיט א פאפנדעקל פושקע ביי כפרה שלאגן.
עורה'ס קערעקטער איז פייבוש און קופת העיר רבי חיים, און ער שטיצט דאס שטארק. געליינט אמאל אז ער האט געפרעגט נאך אן אסיפה אויב מ'האט גענומען געונג בילדער.
אבי מ'זאגט ער פארשטייט נישט צו ביזנעס.
לגבי דיין טשולענט אויפן בלעך שאלה ווייסטו מסתם דעם תירוץ אבער איך ווייס נישט פארוואס יעדער (אין סטאמאר) קומט צו צו די רביס ווערטל פון פייער, ר' נשמת שבת ברענגט אויך אזא שאלה ער האט א תשובה א לאנגס און א ברייטס גראדע גייט ער היבש להקל אבער צום סוף פארהאנקערט ער זיך אין רבין אז מ' שפילט זיך נישט מיט פייער און מיט דעם ענדיגט ער, זעהט אויס אז דאס איז א הלכה פסוקה פון רבין ואין לזוז ממנה אפילו בנגלה זעהט אויס פארקערט (אפשר א טעם כמוס)
זר איך ווייס נישט וואס דו שרייבסט,
ר' יואליש מארגענשטען איז א פורץ גדר ער איז אין חרם דרבינו תם, זייט ער האט שוין כמה פעמים מחלל קידושין געווען באתרא דמר,
די ברך משה האט אים גע'אסר'ט צו פסק'נען שאלות,
ער איז א ריכטיגע "ת"ח שאין בו דעת"
מ'טאר נישט זיין אין די ד' אמות פון דעם אדם ר...,
ווער איז דער ברך משה צו זאגן אויף מארגענשטערן
#ענהכסילכאולתו
העלא
די ברך משה האט אים גע'אסר'ט צו פסק'נען שאלות,
ווען איז פארגעקומען דער איסור?
אנאנים: דו ביסט גערעכט. איך גיי (ח"ו) נישט אפפרעגן זיין גאונות.זאלל ער מאריך ימים ושנים זיין עמו"ש בבריות גופא ונהורא מעליא. אבער זיינע מעשים. דארט איז די קשיא. ווען ער טוט די זעלבע זאך אין לעיקוואוד אדער מאנסי, וואלט קיין איינער נישט מערער אדער מעורר געווען. ווייל דארט איז נישט דא קיין מרא דאתרא. משא"כ אין קרית יואל. דאס איז א שטעטל וואס איז נתייסד געווארן דורך סאטמאר'ע רבי הדברי יואל זצ"ל פאר סאטמאר'ע חסידים. און דער ברך משה האט ממנה געווען זיין זון מהר"א שליט"א אלס מרא דאתרא. דו מוזסט נישט מקבל מרות זיין פון איהם. די ק.ג.ב. (כ'מעין די סקווירא'ער) וועללן נישט קומען קלאפן אין דיין טיר. אבער, דאמאלס וואוין נישט אין קר"י...! און אויב מ'וואוינט יא דארט און מ'איז מסדר קידושין אן זיין רשות איז דאס א פאטש אין פנים. און ס'איז נגד התורה...והדברים פשוטים...!
נ.ב.: יא. שמעקעדיג. אזוי האלט איך. איך בין נישט מער ווי א בערל בעל עגלה. אבער דאס איז מיין מיינונג. דו מוזסט נישט האלטן אזוי. איט'ס עי פרי קאנטרי... 😂
וואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל
קרעקערוואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל
איך קען אים נישט, און איך האב אים זיכער נישט פארהערט, (איך האב איינמאל גערעדט מיט אים אויפן טעלעפאון, געהאט א מינדערוויכטיגע סכסוך מיט אים) אבער אזויפיל זאגט מיר מיין טאטע וואס איז געזעצן נעבן אים אין ישיבה, אז נאך אין ישיבה לא פסיק פומיה מגירסא.
נו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.
דולה ומשקהנו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.
איר זאגט בלשון הרב קרעציג ווערעמיג. אין 1939 איז ארויס א דייטשער פילם דער עוויגער זשיד וואס האט ג'משל'ט דאס אידנטום צו ראטן וואס ברויכן פארניכטעט ווערן. מיטן שטארקן אויפגעקלערטקייט איז גוט צו וויסן אז ב'טיטלען מענטשן קרעציג וכו' ווייזט אויף א געפערליך צוריקגעשטאנענקייט.
ברוך בערדולה ומשקהנו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.
איר זאגט בלשון הרב קרעציג ווערעמיג. אין 1939 איז ארויס א דייטשער פילם דער עוויגער זשיד וואס האט ג'משל'ט דאס אידנטום צו ראטן וואס ברויכן פארניכטעט ווערן. מיטן שטארקן אויפגעקלערטקייט איז גוט צו וויסן אז ב'טיטלען מענטשן קרעציג וכו' ווייזט אויף א געפערליך צוריקגעשטאנענקייט.
און ביליג-קייט. נאכדערצו ווען מ'רעדט פון אן אמת'ער עובד השם, וואס זיין איינציגע עוולה איז דאס האבן שיטות וואס דולה ומשקה האלט פאר עקסטרעם.
עמעזאן » מאנטאג יוני 19, 2017 2:01 pm
קרעקער האט געשריבן:
וואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל
וויפיל נתיבות? וויפיל עס איז דא אין ספר. וועלכע תשובות ספרים ער האט אפגעלערנט בין איך נישט באקאנט איך קען מברר זיין אז דו ווילסט.
סתם לידיעתך מען רעדט נישט דא פון א ר' געציל...
יעקב מענטשברוך בערדולה ומשקהנו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.

איך זע אז ר' געצל'ס כבוד באדערט דיך נישט, וואס האסטו טענות אויף דולה?
כהייב אהן טראכטען אז דער עמעזאן מיינט באמת ליצנות צי מאכען פון ר' יואליש אין בחינה פון מתוך שבחו בא לידי גנותו
רבי געציל איז א עכטע תלמיד חכם, ער קען די בוקס גוט, אפשר איז ער א קל אדער לצ'ל, ער האט אינטערגעשריבען קעגען סידור קידישין וכו', אבער ער איז א שטארקע תלמוד חכם און מוח נפלא
רבי יואליש איז א עובד השם, שטייט אויף 1 פארטאגס שוין 100 יאהר, איך וואלט אפילו געקענט גלייבען אז ער איז א בעל מפות, אבער קיין ערענסטע תלמוד חכם איז ער נישט, און בכלל איז ער נישט באקאנט צו זיין דער גרויסער בעל מוח, פרעג יעדען וואס קען אביסעל לערנען
קרעקערוואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל
קרעקער: און ס'דא נאך ספרים וואס איך בין זיכער אז ער קען נישט. למשל וואס דער דרך מאיר זאגט ביי הילכות נטילת ידים ביניך זיכער אז ער וועיסט נישט.און אין נתיבות מאיר האט ער נאכנישט אפילו אריינגעקוקט. ווער שמועסט נאך אין שו"ת הרמ"ז. דארט זענען דאך פארהאן וואונדערליכע תשובות אויף אלע ה' חלקי שולחן ערוך...! און, ס'זאלל אדורכגיין א שבת און ער זאלל אפילו נישט ארויפלייגן דעם הייליגן ספר קדושת מאיר אדער אור המאיר אויפ'ן טיש...! ברענג מיר 3 רבנים וועלכע זענען בקי אין די וואונדערליכע תשובות פון שו"ת הרמ"ז. ס'דא נאך ספרים למשל ווי חידושי בערל בעל עגלה על פרשיות השבוע. אן אמת'ער תלמיד חכם דארף זיין בקי אין די אלע אויבנדערמאנטע ספרים...!
מענין לענין ר' יואליש פילט זייער נישט גוט
(פרעג מיר נישט וויאזוי ר' געציל פילט.. העי)
berlbalaguleh
נ.ב.: יא. שמעקעדיג. אזוי האלט איך. איך בין נישט מער ווי א בערל בעל עגלה. אבער דאס איז מיין מיינונג. דו מוזסט נישט האלטן אזוי. איט'ס עי פרי קאנטרי... 😂
🙄 ❓
[ציטאט אראפגענומען]
שוין לאנג געזעהן אז די מעסט מען די גאונות לויט די פארטיי ליניעס.. קריך ארויס פין דיין באקס אין פרעג דיך נאך וועמענס פסק די גאס (נישט סאטמאר) וועט ענדערש אננעמן (אפגערעדט אויב ר' יואליש'ס פסק איז בכלל א נומבער חוץ ביי זיין קרייז)
שמעקעדיגberlbalaguleh
נ.ב.: יא. שמעקעדיג. אזוי האלט איך. איך בין נישט מער ווי א בערל בעל עגלה. אבער דאס איז מיין מיינונג. דו מוזסט נישט האלטן אזוי. איט'ס עי פרי קאנטרי... 😂
🙄 ❓
שמעקעדיג: יא. וואס איז די וואונדער. איך האב מקדים געווען די תשובה פאר די שאלה איז נאך געפרעגט געווארן...בבחינת טרם יקרא ואני אענה...אדער ס'איז דא אן אנדער פשט אין פרקי אבות...!
היסטאריקערעמעזאן » מאנטאג יוני 19, 2017 2:01 pm
קרעקער האט געשריבן:
וואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל
וויפיל נתיבות? וויפיל עס איז דא אין ספר. וועלכע תשובות ספרים ער האט אפגעלערנט בין איך נישט באקאנט איך קען מברר זיין אז דו ווילסט.
סתם לידיעתך מען רעדט נישט דא פון א ר' געציל...
יעקב מענטשברוך בערדולה ומשקהנו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.
איר זאגט בלשון הרב קרעציג ווערעמיג. אין 1939 איז ארויס א דייטשער פילם דער עוויגער זשיד וואס האט ג'משל'ט דאס אידנטום צו ראטן וואס ברויכן פארניכטעט ווערן. מיטן שטארקן אויפגעקלערטקייט איז גוט צו וויסן אז ב'טיטלען מענטשן קרעציג וכו' ווייזט אויף א געפערליך צוריקגעשטאנענקייט.
און ביליג-קייט. נאכדערצו ווען מ'רעדט פון אן אמת'ער עובד השם, וואס זיין איינציגע עוולה איז דאס האבן שיטות וואס דולה ומשקה האלט פאר עקסטרעם.
איך זע אז ר' געצל'ס כבוד באדערט דיך נישט, וואס האסטו טענות אויף דולה?
@שמעקעדיג אנטשולידיגט פארן ציטירן..
הרב @היסטאריקער, איך בין בכלל נישט דא צו פארמעסטן רבי געציל ווס. ר' יואליש, ביידע הייסן גרויסע ת"ח, און ווער בין איך בכלל זיי צו מעסטן, דא האט איינער גערעדט בלשון מגונה אויף רבי יואליש, האב איך אים געענטפערט, דעטס אלל.
איינער האט דא בארעדט ר' געציל? סך הכל טענה'ט דער יעניגער איז "ער" האלט אז ר' יואליש קען מער לערנען פון ר' געציל (במח"כ, זייער א קינדערישע גערעדאכץ) נו? איך קען אים עפעס אפווענדן? אפשר איז ער גאר ר' יושע כהן און ער ווייסט...
אפילו ער זאל לעבן נאך 100 יאר און לערנען 20 שעה גייט ער נישט זיין קיין ר' געציל........
פארפאלן איך מוז מודה זיין די זאליס זענען אייזען
לערנט מער און דעקט מער
דעס איז אייגענע סטאטיסטיקס ? אדער האסט אויפגענומען א פרייוועט קאמפעני צו דערגיין ? אדער ס'איז דיר סתם אזוי גוט אזוי צו טראכטן ?
אה יעדער........ אקעי ווילאנג ס'ליגט ביי יעדן וועל מיר עס לאזן ביי יעדן.............. מ'דארף אהער ברענגען יעדער און פרעגן
קען איינער לייגן א בילד פון דעם איד
ס'איז דא א באקאנטע קליפ פון אים ווי ער האט זיך געשטעלט פאר א ווידיאוי רעדן צו איינעם וועגן סידור קידושין
אבער איך ווייס נישט צו מ'מעג עס קוקן ווייל ס'ברענגט צו לאכן פון א תלמיד חכם....................