רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]
120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3975
רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]
ממש אויף דיין גאס וואוינט א איד וואס קען כל התורה כולה ממש.
א איד וואס איז יושב באהלו של תורה מיום עמדו על דעתו.
א איד וואס זאגט וואס ער האלט, אפילו ווען קלויזענבורגע רב זצ"ל האט געהאלטן להיפך (אפילו בחייו)
נישט נאר איז ער א בקי אין נגלה און נסתר, נאר יעדע חסידיש ספר, פולישע, גאליציאנע, רוסישע, און אפילו אונגערישע האט ער א קראנטע ידיעה.
ווען מענטשען וואלטן געהאט שכל (און ס'דא מאנכע וואס פארמאגן גראדע) וואלט מען געלאפן צו דעם איד פאר א ברכה, אדער אפילו א נערישע שאלה, אבי צו האבן עטוואס א שייכות מיט דעם איש צדיק.
ס'וועט קומען א צייט, וואס דיינע אייניקלעך וועלן דיך פרעגן צו זיידי געדענקט נאך דעם ראגאשטובער... עמממ, סארי... "רעב פישעלע", וואס וועט איר ענטפערען "עמממ, ס'אמאל געווען אזא זאך ווי סאטמאר... און ער איז געווען איינגעשטעלט אין קלויזענבורג..."
אבער זיידי -וועט דיין אייניקעל פרעגן- דו קומסט דאך פון וויליאמסבורג, רעב פישלע האט דארט געוואוינט, ריכטיג? און דו ביסט קיינמאל נישט אריין צו אים? מיין דיין רירט זיך נישט אן זיינע פסקים.
וואס צאלט קלויזענברג פאר אזא עדווערטייזמענט?
איך מאך נאר א ווערטל ער איז באמת אן אדם גדול.
איש צדיק תמיםוואס צאלט קלויזענברג פאר אזא עדווערטייזמענט?
איך מאך נאר א ווערטל ער איז באמת אן אדם גדול.
איך ציטיר דיין תגובה, און פאל דו פארמעקסט דיינס.
הונדרעט פראצענט גערעכט קאווע. מען פארציילט אויף א איד וואס פלעגט כסדר זיין פארנומען בארעדן אלע גדולים, האט מען אים אמאל פארגעהאלטן היתכן? האט ער גענטפערט קודם מאך אים אויס גדול און איינמאל ער איז שוין אויס גדול איז דאך שוין א מצוה צו רעדן אויף אים... ה"ה בעניננו, מען האט ליידער גענומען א איד וואס ווען ער וואוינט ווען נישט אינעם עיר ועם וויליאמסבורג וואלט ער געווען אנערקענט אלטס גדול בכל רחוי תבל, און מען האט אים געמאכט אויס גדול.
אגב, אינעם צייטשריפט ע"ה איז אמאל געשטאנען געשריבן אז סאטמאר רב פלעגט גיין בארגן ספרים פון ר' פישעל'ע פון צייט צו צייט, קען דאס איינער באשטעטיגען?
האט ער געשריבן א ספר?
(נישט אז איך וויל אים אוועקמאכען, נאר ווי קען מען זיך נישט רירען אהן זיינע פסקים אהן וויסען וואס זיינע פסקים זענען).
האט הרב אלישיב געשריבן א ספר?
דאכט זיך אז עפעס פלאנען זיינע אייניקליך צו דריקן כתבים וואס ער האט געשריבן אויפן ירושלמי?
משה געצילאגב, אינעם צייטשריפט ע"ה איז אמאל געשטאנען געשריבן אז סאטמאר רב פלעגט גיין בארגן ספרים פון ר' פישעל'ע פון צייט צו צייט, קען דאס איינער באשטעטיגען?
יא, דבר ידוע, און ס'האט א המשך, אז ער איז קיינמאל נישט געגאנגען זיין צוריקבעהטן....
so, דער ספר פון רביה"ק וואס מ'ראפעלט אויס פאר די אלע וואס ערשיינען צום מלוה מלכה פאר 9 אזייגער, איז גאר ר' פישלע'ס..!
קאווע טרינקערממש אויף דיין גאס וואוינט א איד וואס קען כל התורה כולה ממש.
א איד וואס איז יושב באהלו של תורה מיום עמדו על דעתו.
א איד וואס זאגט וואס ער האלט, אפילו ווען קלויזענבורגע רב זצ"ל האט געהאלטן להיפך (אפילו בחייו)
נישט נאר איז ער א בקי אין נגלה און נסתר, נאר יעדע חסידיש ספר, פולישע, גאליציאנע, רוסישע, און אפילו אונגערישע האט ער א קראנטע ידיעה.
ווען מענטשען וואלטן געהאט שכל (און ס'דא מאנכע וואס פארמאגן גראדע) וואלט מען געלאפן צו דעם איד פאר א ברכה, אדער אפילו א נערישע שאלה, אבי צו האבן עטוואס א שייכות מיט דעם איש צדיק.
ס'וועט קומען א צייט, וואס דיינע אייניקלעך וועלן דיך פרעגן צו זיידי געדענקט נאך דעם ראגאשטובער... עמממ, סארי... "רעב פישעלע", וואס וועט איר ענטפערען "עמממ, ס'אמאל געווען אזא זאך ווי סאטמאר... און ער איז געווען איינגעשטעלט אין קלויזענבורג..."
אבער זיידי -וועט דיין אייניקעל פרעגן- דו קומסט דאך פון וויליאמסבורג, רעב פישלע האט דארט געוואוינט, ריכטיג? און דו ביסט קיינמאל נישט אריין צו אים? מיין דיין רירט זיך נישט אן זיינע פסקים.
איך קען דיר נישט פאר עפעס אזא מוקיר פון ערליכע אלטע תמימות'דיגע אונגארישע תלמודי חכמים.
עפעס ליגט דא באגראבן אונטער די היי...
דו קענסט מיך? ווייל איך נישט.
אז מרעד שוין פון די וואס גייען נישט צו אים, ברויכט איר נישט ווערן אזוי אויפגעברויזט, ס'איז פשוט א לשיטתי' פון ר' פישעלע
ר' פישעלע פלעגט האבן אזא מנהג שטות, אז ער פלעגט אריבערקראסן אויף די אנדערע זייט גאס כדי נישט אריבערגיין מעון קדשו פון הרב מסאטמאר ז"ל, כאטש ער האט געוואוינט אויף די זעלבע בלאק.
נו, סאטמארע אידן זענען פיל קלוגער פון דעם, זיי גייען צו יעדע ערליכע איד, אפילו ער איז נישט אינגאנצן סאטמארדיג, מיט דעם זענען זיי גראדע ברייטער ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות, והחוש מעיד על זה.
אבער צו ר' פישעלע גופא קען מען נישט גיין, ווייל עס איז קעגן זיין שיטה צו גיין צו נאנט צו איינעם מיט וועם מען איז נישט איינשטימיג בשיטה, סאיז פשוט ר' פישעלע לשיטתי'...
מנהג שטות?
ער האט פשוט מורא געהאט פאר זיין לעבן.
איך ציטער אויך...
ממרום שלח אשסאטמארע אידן זענען פיל קלוגער פון דעם, זיי גייען צו יעדע ערליכע איד, אפילו ער איז נישט אינגאנצן סאטמארדיג, מיט דעם זענען זיי גראדע ברייטער ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות
ווען אימער מען טרעט אריין ביומא דפגרא צו עני ערליכע איד, וויזניץ, בעלז, גור, ראחמיסטריווקא, פאפא, סקווירא, באבוב, צאנז, קלוזענבורג, טרעפט מען דארט אלעמאל א שיינע סאטמארע ציבור.
אקוראט. ווען איך גיי אריין צו ר' טורדוס'ן, ר' אלעזר הארוויץ, זאבלטאבער, באלעחאבער. טרעפט מען א גרויסע ציבור סאטמערא אידן. נעבעך אויף די פאר געציילטע ווי; באיאן, בעלז, גור, וואס זענען ארויסגעפאלן פון די ליסטע. לכאורה קומט עס פשוט פון חסרון ידיעה. עס וואלט געווען א גלייכער זאך אויפצוהענגען א ליסטע פון נעמען מיט אדרעסן אין ראדני.
קאווע טרינקערמשה געצילאגב, אינעם צייטשריפט ע"ה איז אמאל געשטאנען געשריבן אז סאטמאר רב פלעגט גיין בארגן ספרים פון ר' פישעל'ע פון צייט צו צייט, קען דאס איינער באשטעטיגען?
יא, דבר ידוע, און ס'האט א המשך, אז ער איז קיינמאל נישט געגאנגען זיין צוריקבעהטן....
so, דער ספר פון רביה"ק וואס מ'ראפעלט אויס פאר די אלע וואס ערשיינען צום מלוה מלכה פאר 9 אזייגער, איז גאר ר' פישלע'ס..!
דאס איז א שקר, איך פערזענליך האב גערעד צי עימיצען וואס האט עטליכע מאל צירוק געטראגן די געבארגטע ספרים.
ממרום שלח אשאז מרעד שוין פון די וואס גייען נישט צו אים, ברויכט איר נישט ווערן אזוי אויפגעברויזט, ס'איז פשוט א לשיטתי' פון ר' פישעלע
ר' פישעלע פלעגט האבן אזא מנהג שטות, אז ער פלעגט אריבערקראסן אויף די אנדערע זייט גאס כדי נישט אריבערגיין מעון קדשו פון הרב מסאטמאר ז"ל, כאטש ער האט געוואוינט אויף די זעלבע בלאק.
דאס איז אויך א שקר פרי דמיון פון די יוצאי סענדס סטריט.
אגב הגריח"ם פר"ם פלעגט צינעם שיקן די שווערע שאלות וואס ער האט נישט געוואלט נעמען אן אחריות דערויף, זעט אויס ער האט נישט חושש געווען צי די אריבערקראסן...
קאווע כ'האב הנאה, כ'האב שוין געמיינט אז נאר אין קרית יואל אדער אין סאטמער איז דא עלטערע אידען וועם מ'דארף נאך אריינכאפען, איך זעה אין אנדערע פלעצער איז אויך דא..
אינטערסאנט אז זר פון ציריך האט נישט געדענקט פון ר' פישעלע?!
לגבי ר' פישעלע אריבערגיין די גאס פון מעון קדשו איני יודע, אבער לגבי ראדני האבעך עס יא געהערט.
אויף שאפראנער רב זצ"ל האבעך אויך געהערט פון עטליכע תלמידים אז ער פלעגט אריבערגיין לי עוועניו, נישט דורך צוגיין די טיר פון קלוזיענבורגע בימ"ד.
האבעך באגעגענט ר' פישעלע בניחו"א ביי דעם בר"מ ווען ער איז געזעצן על פטירת בתו, מיטגעהאלטן ביי דעם שמועס נאר פון אינמיטן ווען מען האט גערעדט פון ר' שלום אליעזרל, ווי ר' הירש מיילעך דים - דער זיידע פון ר' פישעלע, איז געווען גבאי, קען זיין ער איז געווען אן אנדערס מאל אויך, איני יודע.
אז איך וויל באזוכען אדער האבן שייכות מיט ר' פישעלע הערשקאוויץ וואס קען איך טוהן?
איך וויל אויך מיינע יונגע קינדער זאלן אים געדענקען וואס זאל איך טוהן?
ווי אזוי קען איך זעהן אז איך זאל האבן א מזכרת פון מיין שייכות צו ווייזן פאר מיינע אייניקלעך?
דו ווילסט צופיל זאכן אויף איין מאל.
עירוב רב.
אין באבו"ב האלט מען אז בעדפארד איז א רשות הרבים דאורייתא ?
צו שרייבן אז ר' פישעלע איז א אשר קרך=עמלק, זעט אויס איז נישט גענוג נאר יגיד עליו רעו, נאר מען דארף זיין פון די זעלבע משפחה, פון די ריינע ראסע=אדום.
וואס הייסט אשר קרך? ער איז א מורה הוראה? ער מעג טון וואס ער האלט ס'איז להלכה אויסגעהאלטן, דו האלטסט אז נישט טו נישט
אהא.
[דו באבובער, ר' פישל האט מתקן געווען עירובין אדער שלמה המלך? וואס איז דיין פראבלעם פונקטליך?
ווען איינער האט א חשש, גייט מען פרעגן א מורה הוראה. ר' פישעלע איז א מורה הוראה, און ער האלט אז מען מעג טראגן מיט די עירוב.
קען זיין אז די ביסט צוגעוואוינט צו א דיין וואס ענטפערט קיינמאל נישט צום זאך... וד'ל
דאס איז צו פארדאנקען מהר"י מסאטמאר אז די ארעלעך האבן אזוי ליעב דעם עירוב
וואלט מהר''א געווען פירער אין ווילי וואלט שוין געווען עטליכע צום טויט געשלאגענע עירוב טרעגער.
צורת הפתח.
ט"ז אמות.
שבת דף יד ע''ב
בשעה שתיקן שלמה עירובין
רש''י ד''ה עירובין. אזנים להוצאת שבת שאסור להוציא מרשותו לרשות חבירו ואע"פ ששניהם רה"י:
עירובין דף מט ע''א אמר רב יהודה אמר שמואל המקפיד על עירובו אין עירובו עירוב מה שמו עירוב שמו רש''י ד''ה עירוב שמו. שיהו כולן מעורבין ומרוצין בו שלא ימחה זה בחברו אלא שותפות נוחה ועריבה:
וועלעכע עירוב איז דאס? עס איז די זעלבע עירוב וואס דיין זיידעס האבן געהאט אינדערהיים אין זיין שטאט/דארף.
ווי ווייסטו אז ביי ר' פישל איז עס ביהרג ואל יעבור?
עירובי חצירות.
משא''כ שיתופי מבואות האט ווער מתקן געווען?
א נייע דערהער אין אידישקייט, אז א רב פסקענט נישט ווי מיר געפעלט, מעג יעדער מויל מאכער (וועלן מיר אים שיין באטיטלען, תלמיד שלא שימש כל צרכו) עפענען זיין . . . ?
דעם פרישן היתר, פון ווי לערנט איר עס ארויס ?
אין זיין הסכמה.
ווען א רב פסק'נט לקולא, ועושה מעשה כדי להורות הוראה לתלמידים, הייסט דאס "אשר קרך"? *
* איך פירסאנלי האלט אז דער עירוב איז פסול, וכפסק מרן הגרמ"פ ז"ל.
רמב''ם הל' עירובין פרק א' הלכה ב.
ב אבל מדברי סופרים, אסור לשכנים לטלטל ברשות היחיד שיש בה חלוקה בדיורין, עד שיערבו כל השכנים כולן מערב שבת--אחד חצר, ואחד המבוי, ואחד המדינה; ודבר זה, תקנת שלמה ובית דינו הוא.
דאס מיינט עירובי חצירות.
ניין.
אבער וואו שטייט אז עס איז דא סיי וועלכער ענין אנצוהאלטן דעם באבל? בפרט ווען דער באבל האט זיך געשאפן אויך דורך אנדערע סיבות, ווי למשל, צניעות און מי בראש. ובפרט ווען דער באבל איז געווען א שב-ואל-תעשה.
באבלס זאלן בוסטן און רבנים זאלן פסק'ן על פי תורה!!
אדרבה לערן מיך אויס, לא הביישן למד.
וואס מיינט די רמב''ם צו צולייגן מיט "ואחד מבוי"?
____
ער איז נישט געווען די ערשטע פאפא רב זצ''ל האט געמאכט שוין א עירוב.
גם לי גם לך.
דער תנא רבי עקיבא איז געווען דער אשר קרך אז א פרוי בימי נידתה מעג לייגן make-up. האט ר' עקיבא אפגעקילט דעם ענין. אלס רב און פוסק האט ער מעגלעך רעכט דערצו, ס'דאך דא א גאנצע פרשה אין די תורה ונשיא אשר יחטא בשגגה, א רב מוז פסק'ענען כאטש ס'קען זיין ער איז זיך טועה. נניח. ס'נעמט אבער נישט אוועק פונעם פאקט אז ער האט אפגעקילט דעם ענין. ס'איז א מציאות, נישט חלילה א טיטול.
די חשובע ניקס פון צימעס זאלן מוחל זיין טרעפן דעם וועג צוריק, דא רעדט מען ווי מען פארשטייט און מען איז קיינעם נישט נושא פנים.
אזא חכם ווי ער(ער לעבט נאך אויך, און מען איז מטיל א למד של חבה בסופו) קען און מעג זיך קריגן מיט רעב פישל'ע עני טיים אף די דעי, תורה מונחת בקרן זווית וכל הרוצה ליטול יבוא ויטול.
באבוב האט קודם אפגעקילט דעם ענין, געמאכט אן עירוב אויף א גאס וואס איז ברייטער פון 16 אמות!
הזאת נעמי?
די חשש פון ברייטער ווי 16 אמות איז פיל גרעסער אין די קאנטרי ווי אין די שטאט. (סרטיא היא רה"ר גמורה שא"א לתקן אין פעלט אויך נישט אויס קיין 600'000(
די פירושים פון ששים ריבוא זיי פליז מסביר, נישט גיס זאמנד אין די אויגן (קענסט זאגן אז די האלסט אנדערש פון דיין רביס, און די האלסט נישט ווי די בית אפרים. )
ווייסט איינער ווער איז געווען דער "אשר קרך" אין קראקע און פאריז, אין ירשלים, און ק"י ? גאסען ברייטער ווי 16 אין גאסען וואס זענען מפולשין ומכוונים בלי שום עיקום משער לשער.
יא.
יא.
ok, צוביסלעך רינען ארויס די אשר קרכניקעס, א בקי בעירובין, האבענדיג עס אדורכגעלערענט מיט'ן טשעבינ'ע רב נאך אין טשעבין אינדערהיים איז געווען די אשר קרך אויף 48, אפגעקילט דעם ענין.
גיימער ווייטער
איך מיין רבי פישל הערשקאוויטש קען נאך אזוי גוט עירובין ווי דער רב זז"ג שווער
איך בין זיכער ער האט אויך געהייסען אנדערע אים נאך טון, און האט אוודא מוחה געווען אויף אלע אנדערע אידען וואס טראגן, אזויווי אלע עלטערע אידן פון ירושלים, אן אויסנאם.
א קלייניקייט! חשש איסור דאורייתא!!!