☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי יואליש מארגענשטערן לעבט נאך עמו"ש

רבי יואליש מארגענשטערן לעבט נאך עמו"ש

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3977
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:18 am

· #376433
גאנצל:דו דערמאנסט מיך פון א צווייטן לאכענדיגן עפיזאד. א מאמר פון א גרויסן תלמיד חכם. הרב ישראל מ. סופר. איינס פון צווישן זיינע אנדערע שטותים וואס ער האט געשריבן איז געווען ביי די מלחמה פון ..."צוק איתן"...ווען די מדינת ישראל מיליטער איז אריין קיין עזה. דער מצב איז געווען אז די מיליטער איז נישט גלייך אריין. נאר זיי האבן געווארט א פאר טעג ביי די גרעניץ. האט מען דארט געזעהן אז די פרייע סאלדאטן זענען ממש משוגע געווארן פאר ליידיגיין. א טייל האבן זיך אפילו געשטעלט אויפ'ן קאפ. און געמאכט אלערליי קונצן. אבי אנצוברענגען די צייט. און להבדיל. די ערליכע סאלדאטן האבן געמאכט מניינים. מ'האט געדאוונט און געלערנט שיעורים...! האט הרב סופר ברוב חכמתו געזאגט אז מ'טאר נישט קוקן אויף די קליפס וואו מ'זעהט די אידן דאווענען און לערנען ווייל מ'קען קומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים... 😂

אינטערסאנטער » דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:02 pm

· #376572
ווער עס וואוינט אין קרית יואל יארן לאנג ווייסט קלאר אז ר' יואליש פאקט איין ר' געציל הונדערט מאל. הונדערטער מאל האט ר' געציל - אין די צייטן וואס מען האט נאך געמעגט - געשיקט שאלות צו ר' יואליש ווייל ער האט נישט געקענט ענטפערן.

נאך היינט וועט דיר ר' געציל צומאל קענען זאגן אז די הלכה ווייס איך נישט, ר' יואליש איז נישט דא א סעיף קטן אין גאנץ ד' חלקי שולחן ערוך וואס ער האט נאך נישט דורכגעאקערט.

יא תשובה ספרים קען ר' געציל מער, און שרייען הויך אין בית מדרש ביים דאווענען קען ר' געציל אויך מער, אבער ד' חלקי שולחן ערוך מיט די אלע גדולי אחרונים קען ר' יואליש פיל מער.

גאנצל » פרייטאג יוני 23, 2017 12:01 am

· #376596
איינער דמיונט הויעך.........

נישט נאר ר' געציל נאר ר' ישראל חיים מנשה פלעגט אויך שיקן אלע זיינע שווערע שאלות וואס ר' פישעלע האט נישט געקענט ענפערן געשיקט צו ר' יואליש

און דאס איז נאר וואס יעדער וואס וואוינט אין קר"י ווייסט אבער פאר די וואסוואינען דארט און ווייסן נישט האט די רבי זי"ע געפרעגט אלע זיינע פריוואטע שאלות ביי ר' יואליש און די דיינות אין קר"י האט ער אויך בעצם געמיינט ר' יואליש ער האט נאר געזאגט ר' געציל..........

כל דצריך ייתי ווער עס איז אין די מאאד צו צולייגן צום דמיון ייתי ודמיון

געפעלט מיר נאר א נייע פריש געבוירענע דרגה אמת אז 'תשובה ספרים' קען ר' געציל מער אבער ד' חלקי שו"ע קען ר' יואליש בעסער

1)פון וואס רעדן תשובה ספרים אז נישט פון ד' חלקי זיי רעדן פון ספארט'ס ?........... און ווי גלייך מ'קען איבערהיפן שו"ע און קענען נאר תשובה ספרים א מין נייע אויסטרעף ?

2)להוי ידוע פסקנען פסקעט מען נישט פון שו"ע ונושאי כליו עפ"י רוב ...... דער געבוי צופאלט

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 23, 2017 12:24 am

· #376599
דולה ומשקה
נו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.

די גרויליגסטע תגובה פון די אשכול.

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 23, 2017 12:38 am

· #376603
מ'טענה'ט זיך דא פאר פייער און פאר וואסער. קען איינער ברענגן עטליכע אינטערעסאנטע עובדות אדער מימרות פון ר' יואליש. אנשטאטס זיין ביזי וואס "יעדער" זאגט און וואס "יעדער" האלט, לאמיר ליינען עפעס אינטערעסאנט.

איך קען נישט ר' יואליש פערזענדליך און איך ווייס נישט וואספארא גאון ער איז אבער איך האב געהערט פון אנדערע וואס קענען אים אז ער איז א מתמיד עצום און עובד השם. ווידער אויף ר' געציל, (וועם איך קען אויך נישט) מקור האב איך געהערט בלויז איבער זיין התמדה אלץ בחור (קען זיין אז ס'גייט נאכאלץ אן, איך ווייס נישט). איך האב גראדע געהערט אז ער איז קיינמאל געווען צו פאפיולער אלץ דיין און די סיבה דערצו איז ווייל ער איז מחמיר ביי נשים שאלות. ער איז אויך באקאנט אלץ פרייליכער מענטש וואס האט ליב צו מאכן ווערטלעך

סאדאם חוסעין » פרייטאג יוני 23, 2017 9:36 am

· #376622
שמעון וואלף

ר' יוליש איז א מתמיד עצום געהאט א שוואכע קאפ, זיך געמיטשעט און דאך געווארן א דיין,
ר' געציל האט אייביג געהאט א באמבע קאפ ער איז טאקע אנגעקומען אסאך אסאך מער ווי ר' יואליש, די מעשה איז נאר אז אין הקב"ה מונה הדפים אלא השעות. וואס דאס ווייס איך שוין נישט ווער עס האט מער.
נאך איין חילוק איז דא אז ר' יוליש איז זייער תמימות'דיג און מען קען אים איינרעדן וואס מען וויל משא"כ ר' געציל רעדט צו יעדעם און ווען מען גייט אים עפעס זאגן גייט ער זיך גוט נאכפרעגן און פארשטען וואס עס איז אמת און וואס נישט[ עס האט אויך מיט די ברייטע קאפ אדער שוואכע קאפ ודו"ק]

צו ר' געציל איז מחמיר מאכסטו מיר לאכן ווייל יעדער ווייסט אז ווען מען דארף א קילא פרעגט מען ר' געציל, איך אליין האב שוין געפרעגט צענליגע מאל ר' געציל קיינמאל נאך נישט געהערט אז עס איז נישט כשר,
מען זאגט אז ער זאגט עס איז כשר. לאז מיר עס זעהן, זאגן אז ער איז א מחמיר איז די גרעסטע ליצנות, אזוי ווי צו זאגן אז אין סקווירא איז נישט דא קיין שווארצע גלעזער.

signout » פרייטאג יוני 23, 2017 2:30 pm

· #376662
איך האלט לגבי די ראב''ד ר' שלום לאנדא, אז ר' שלום קען זיך פארשטעקן פאר ר' יואליש'ס התמדה קען זיין ר' שלום האט א שטארקע קאפ אין קען בעסער צאמברענגן תשובות אין פוסקים אבער דאס תמימות פין ר' יואליש אין זיינע ד' אמות של הלכה קען ר' שלום זיך נישט פארמעסטן מיט אים

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 23, 2017 4:37 pm

· #376692
אנטשולדיגט פאר'ן שרייבן אין די אשכול אבער וויבאלד מ'רעדט שוין פון ר' געציל וועל איך נאר צולייגן וואס כ'האב געהערט. ווען מ'האט אים אויפגענומען אלץ דיין און מ'האט אים אנגעהויבן דרייען א קאפ איבער אינטערשרייבן קול קורא'ס און אנדערע כתבי פלסטר האט ער מודיע געווען אז עני צעטל וואס קהל וויל ארויסגעגעבן און ס'האט די חתימה פון ריח"מ פ"מ, קען מען אויטאמאטיש צולייגן זיין חתימה אויך. די וואס ווילן זיין חתימה זענען צופרידן און די וואס ווילן נישט קענען נישט האבן קיין טענות אויף אים.
דאס הייסט א קלוגע איד

דולה ומשקה » מאנטאג יוני 26, 2017 1:06 pm

· #376825
דער עובד ה' יומם כלילה טראגט שווערע דאגות, ער האט בעל כרחו געמוזט צו מאכען זיין גמרא...
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=dh2W3G3uE5c">https://www.youtube.com/watch?v=dh2W3G3uE5c</a>

דולה ומשקה » מאנטאג יוני 26, 2017 1:06 pm

· #376826
נאך איינס פון דעם 'הדיוט' קופץ בראש...
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=61AkalwC7Mw">https://www.youtube.com/watch?v=61AkalwC7Mw</a>

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 26, 2017 2:13 pm

· #376831
אינטערסאנטער
ווער עס וואוינט אין קרית יואל יארן לאנג ווייסט קלאר אז ר' יואליש פאקט איין ר' געציל הונדערט מאל. הונדערטער מאל האט ר' געציל - אין די צייטן וואס מען האט נאך געמעגט - געשיקט שאלות צו ר' יואליש ווייל ער האט נישט געקענט ענטפערן.

נאך היינט וועט דיר ר' געציל צומאל קענען זאגן אז די הלכה ווייס איך נישט, ר' יואליש איז נישט דא א סעיף קטן אין גאנץ ד' חלקי שולחן ערוך וואס ער האט נאך נישט דורכגעאקערט.

יא תשובה ספרים קען ר' געציל מער, און שרייען הויך אין בית מדרש ביים דאווענען קען ר' געציל אויך מער, אבער ד' חלקי שולחן ערוך מיט די אלע גדולי אחרונים קען ר' יואליש פיל מער.

אינטערערסאנטער: פארקערט. דאס איז דאך לשבח פון הרה"ג ר' געציל שליט"א. אז ווען ער ווייסט עפעס נישט וועט ער מודה זיין אז ער ווייסט נישט. און נישט פאנפענען און דרייען מיט די צינג און זאגן אז א טייל פיהרן זיך אזוי און א טייל פיהרן זיך אנדערש...! אויף דעם איז דאך די גאנצע מערכה פון שו"ת געבויעט. אז רבנים האבן געהאט ספיקות איבער א געוויסע הלכה. אדער א מצב. און זיי האבן געשיקט שאלות צו די גדולי הדור...!

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 1:29 pm

· #380980
רבי יואליש ברויך א גרויסע רפואה
האט אינזין לרפואה ר' יואל בן הענטשא

אינטערסאנטער » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 7:18 pm

· #381007
וואס גייט יעצט פאר? ער איז אינדערהיים?

איש את רעהו » מיטוואך אוגוסט 2, 2017 12:51 am

· #381049
ליגט אין שטוב זייער נישט געזינט

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 2, 2017 2:02 am

· #381056
גאנצל
איינער דמיונט הויעך.........

נישט נאר ר' געציל נאר ר' ישראל חיים מנשה פלעגט אויך שיקן אלע זיינע שווערע שאלות וואס ר' פישעלע האט נישט געקענט ענפערן געשיקט צו ר' יואליש

און דאס איז נאר וואס יעדער וואס וואוינט אין קר"י ווייסט אבער פאר די וואסוואינען דארט און ווייסן נישט האט די רבי זי"ע געפרעגט אלע זיינע פריוואטע שאלות ביי ר' יואליש און די דיינות אין קר"י האט ער אויך בעצם געמיינט ר' יואליש ער האט נאר געזאגט ר' געציל..........

כל דצריך ייתי ווער עס איז אין די מאאד צו צולייגן צום דמיון ייתי ודמיון

געפעלט מיר נאר א נייע פריש געבוירענע דרגה אמת אז 'תשובה ספרים' קען ר' געציל מער אבער ד' חלקי שו"ע קען ר' יואליש בעסער

1)פון וואס רעדן תשובה ספרים אז נישט פון ד' חלקי זיי רעדן פון ספארט'ס ?........... און ווי גלייך מ'קען איבערהיפן שו"ע און קענען נאר תשובה ספרים א מין נייע אויסטרעף ?

2)להוי ידוע פסקנען פסקעט מען נישט פון שו"ע ונושאי כליו עפ"י רוב ...... דער געבוי צופאלט

גאנצל: איך האב ממש געהאט אן אויספלאץ פון אינטערעסאנטער'ס צושטעל. נאר דו האסט עס שוין זייער גוט אראפגעלייגט...!

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 2, 2017 2:06 am

· #381057
איש את רעהו
ליגט אין שטוב זייער נישט געזינט

ה' ישלח לו רפואה שלימה. רפואת הגוף והנפש. ה' יאריך ימיו ושנותיו.

ס'איז קיינמאל נישט קיין פארמעסט צווישן 2 גרויסע תלמידי חכמים און בעלי הוראה. איינעם'ס קענטעניש (קענשאפט. כלשון הליטוואק) איז נישט גורע פון א צווייטנ'ס. אבער בדרך כלל. ר' געציל בערקאוויטש הי"ו האט א סאך מער שימוש. פראקטיק. רוב עולם גייט דאך צו איהם פרעגן שאלות...!

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 10, 2017 4:20 am

· #386383
ברוך דיין האמת!
נהפך לאבל מחולינו.
בלאט: 1 2