נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
323 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3919
דאס איז לכאורה היינו הך,
קאיאטע איז א סארט וואלף
די סיטי מיינט מען דאך מאנהעטן.
ur right
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
ריכטיג. א קאיוטי איז א מין וואלף.
די לעצטע פאר יאר טרעפט מען זיי כסדר אין סענטראל פארק. זיי קומען פון וועסטשעסטער.
א שווערע טאג פאר די פאליציי
אן אףף דוטי אפיציר איז געשטארבן היינט פארנאכט ווען זיין ביציקעל אין וועלכע ער איז געפארן איז צוזעצט געווארן דורך אן עס יו ווי וועלכער האט געמאכט א יו טוירן אויף עוועניו דזשעי און ראקעוועי פארקוועי. דער עס יו ווי איז געדרייווט געווארן דורך אן אףף דוטי סקול סעיפטי אפיציר.
פריער אין טאג איז אן אנדערער אפיציר אויסעגאגנגען פון זיינע וואונדן נאכן זיין אין א קריטישן מצב זינט שבת ווען ער איז געשאסן געווארן אין קאפ דורך א פארברעכער. דער אפיציר ברייען מאור איז געווען אףף דוטי ווען ער מיט זיין שותף האבן באמערקט און פארדעכטיגט עמיצן צו זיין באוואפענט, ווען זיי האבן יענעם אפגעשטעלט האט יענער גלייך אויסגעשאסן אויף מאור. ער איז שפעטער געכאפט געווארן.
דער מערדער אין קאורט מיט א אידישן, רעגירונג צוגעשטעלטן, לויער.
📎 IMG-20150504-WA0005.jpg
צװײ פאראורטײלטע מערדער האבן געמאכט א ויברח פון נ.י. סטעיטס גרעסטע – מערסטע פארזיכערטע טורמע!
http://www.nydailynews.com/news/nationa ... -1.2248902
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
📎 uploadfromtaptalk1433650403954.jpg📎 uploadfromtaptalk1433650384004.jpg📎 uploadfromtaptalk1433650357519.jpg📎 uploadfromtaptalk1433650326293.jpg📎 uploadfromtaptalk1433650294814.jpg
פארדינט א באזונדער אשכול. שרייב עפעס צו, סאיז א מעיזשער נייעס
איינער זיצט שוין פון 03' דער צווייטער פון 08'.
צוויי רוצחים אכזריים!איינער האט שוין געהרגעט עטליכע מענטשן און שוין אנטלאפן איינמאל פון תפיסה, דער צווייטער זיצט פארן הרגנען א שעריף דורכן שיסן "22 מאל"!
ישמעאל הכהןפארדינט א באזונדער אשכול. שרייב עפעס צו, סאיז א מעיזשער נייעס
געפאלגט
דא.
ענדליך ענדליך גייט מען איבער פלאסטערן די עף די אר נאך לאנגע יארן וואס עס פעלט שוין אויס.
די ארבעט וועט זיך אנפאנגן היינט נאכט און וועט דוירן ביז א האלב יאר. מ'וועט ארבעטן בלויז אין די נאכט שטונדן צווישן 11 און 6, ווען צוויי ליניעס וועלן זיין פארשלאסן. די DOT האט פארשפראכן אז עפ"י רוב וועט מען אויפברעכן און איבער פלאסטערן די זעלבע נאכט. די ארבעט וועט געטון ווערן שטאפלווייז אנגעהויבן אויף די נארט באנד פון מאנטגאמרי סט. ביז האסטאן סט. און וועט צעביסלעך ארויף גיין ביז די אר עף קעי.
די גאנצע מעשה וועט אפקאסטן א נישטיגע עלף מיליאנערס. אויף די פראגע פארוואס מ'האט עס נישט געטון ביז היינט טאמער עס קאסט נישט אזוי סאך? האבן זיי געענטפערט אז די לאגיסטישע חלק איז זייער שווער צוליב דעם וואס איבער 150,000 קארס באניצן זיך יעדן טאג מיט די הייוועי.
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
אוי וויי די קינדערליך גיין שוין נישט האבן די רוילקויסטער רייד [emoji22]
די נאכט איז געווען א בלעקאוט אין כמעט די גאנצע קעטסקילס ראיאן וואס האט אנגעהאלטן פאר עטליכע שעה. איך בין פיין דורכגעשלאפן די גאנצע מעשה אבער ווען כ'האב מיך אויפגעוועקט האב איך געזעהן אז מיין זייגער איז פארדרייט. ווי נאר כ'האב אנגעצינדן מיין פאון, איז געקומען צו פליען מעסעזשעס פון אלע גרופס. אינטערעסאנט אז אזויפיל מענטשן זענען אויף דרייע ביינאכט.
שמעון וואלף: ס'דאך ליל ששי..., ניין...? אין די קאנטרי קענמען נישט גיין צו דעלי 52 אדער צו הדר גאולה אויף 18 און רוקן טשולנט און קישקע. כ'מיין אבער אז ס'דא א ריפלעיסמענט ערגעץ אין סאוט פאלסבורג אדער וואודבוירן...!
פון די גרעסטע עפארטמענט בילדינג אין ב״פ איז די לעקטער געווארן אפגעהאקט, 5100 15th ave. דא דארט א קנאפע הונדרעט משפחות
פייער אין בארא פארק, איין טויטע
http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.2384121
ווידיאו פון עקספלאזשען,
https://twitter.com/jacobkornbluh/statu ... 5529163776
http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.2387769
http://abc7ny.com/news/brooklyn-apartme ... y/1019882/
א בחור איז געשאסן געווארן אין א סושי סטאר לעבן מאנרא, איינער ווייסט אפדעיטס?
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
די עלצסטע פערזאן אין די וועלט וואוינט אין ברוקלין.
http://nymag.com/daily/intelligencer/20 ... erson.html
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
אינטערעסאנט קיינער רעדט נישט פון די לעצטיגע טורמע שטראפן וואס איז צוגעטיילט געווארן פאר אפאר רבנים און עסקנים וואס האבן עוסק געווען אין צווינגען מעגנים צו געבן גיטין. עס קומט זיי אביסל דברי חיזוק
עפעס א פייער אויסגעבראכן ביי 13 און 57 ?
איינער האט מער דיטעילס ?
בחדרי פארציילט א מעשה ווייסט עמציער דערפין?
ניו יורק: נער שליחויות המועסק בחנות המזון החרדית "SUPER13", בשדרה ה-13 במרכז שכונת בורו פארק, ניסה לחנוק ילד חרדי בן 5.
האירוע התחולל ביום (ב) אחר הצהרים, כאשר נער השליחויות סיים להעביר את המשלוח ללקוח. הוא בילד בן 5, וללא כל אזהרה והתגרות מקדמת ניגש לילד וכרך את ידיו סביב צווארו.
הילד הצליח להשתחרר, מיהר לספר לאימו וזו הזעיקה את ארגון השומרים ואת המשטרה.
המשטרה שמעה את סיפורו של הילד ואימתה את הסיפור עם סרט האבטחה. אתמול הצליחה המשטרה לעצור את נער השליחויות , והוא יואשם בתקיפה מדרגה שנייה, חסימת נשימה פלילית של ילד, והטרדה ממדרגה שניה. הידיעה על המקרה עוררה שוב את סוגית העסקת הגויים בחנויות החרדיות לאור ריבוי מקרי האנטישמיות, והגנבות בבתים.
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
I saw him get arrested on 13th ave.
lead, follow, or get out of the way
גוטע נייעס קומט אריין פאר תושבי וויליאמסבורג, געהייסן האט עס אז מען גייט אפשטעלן די נאר פרויען שעות ביי די פאבליק שווים באסיין, למעשה נאך גרויס השתדלות פון דוב הייקינד איז נעכטען געקומען די בשורה אז דאס בלייבט יא אויפן.
פאר מער איבער דאס ליינט דא
http://www.vosizneias.com/239830/2016/0 ... burg-pool/
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
נארמען סיברוק - דער הויפט פון די נ.י. סיטי קארעקשענעל (תפיסות) יוניאן א זייער מאכטפולער מענטש איז געווארען ארעסטירט היינט 6 אזייגער פארטאגס. די ארעסט קומט לויט באריכטען פון עדות'שאפט דורך איינער פון די לעצטיגע היימישע ארעסטירטע בשייכות מיט מעיאר דיבלאזיא'ס פוטער אויפ'ן קאפ.
http://mobile.nytimes.com/2016/06/09/ny ... oogle.com/
אינטערעסאנט
איך האב נעכטן געהערט אויף די רעדיא, אז ס'גייט זיך עפענען א רעסטוראנט אין מאנהעטן ווי א טעלער סיריעל מיט מילך גייט קאסטן זיבן דולער פיפציג סענט, זיי גייען אויך האבן די אפשען פון צולייגן יוגארט פאר נאך $2 .
נאכן פרעגן די בעל הבית צו ער מיינט טאקע אז די עולם וועט קומען צו איהם זאגט ער אז ס'איז די זעלבע זאך ווי מ'צאלט אכט דולר פאר א ביר ביים קרעטשמע ווען מ'קען אינדערהיים עס האבן פאר סאך ביליגער.
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
אן עקספלאושען אין סענטרעל פארק האט פאסירט היינט ווען א מענטש האט געטרויטען אויף עפעס און פארלוירען א פיס רח''ל ל''ע. פאליציי ווייסן נאכנישט וואס די עקפלאסיווס איז באשטאנען פון.
http://www.nydailynews.com/new-york/bla ... -1.2697682
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
אטוירני גענעראל אין ניו דזשערסי געווינט אנטקעגן געשעפט וואס האט געהאט דיסקרימינירנדע פאליסי קעגן היימישע געגנטער.
http://nj.gov/oag/newsreleases17/pr20170216a.html
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
החוקראטוירני גענעראל אין ניו דזשערסי געווינט אנטקעגן געשעפט וואס האט געהאט דיסקרימינירנדע פאליסי קעגן היימישע געגנטער.
http://nj.gov/oag/newsreleases17/pr20170216a.html
דאכט זיך מיך אז די בעה״ב פין די קינדער געשעפט איז א איד כוועל פרובירן צו לינקען ווי דער איד איז מסביר זיין צד וואס אונז אלע ווייסן גאר גוט וואס מיר טועהן.
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
ער איז נישט גערעכט.
דאס איז איין קאמפעני אדער קאמפעטישאנס?
אויב קאמפעטישאנס האב איך הנאה פון די סטראטעגיע...
📎 d54f65e0-56eb-4049-ae69-2560ff74ef33.jpg 📎 0d54146e-e050-4c69-b754-1e4d81385de7.jpg
הייסט עס אז די ציצית איז נישט כשר מעהר? ער האט מסתם געבאונסט א טשעק אויף א ר׳ איצא, מיין איצטיגע שאלה איז דאס געזאגט געווארן נאר אויף להבא אדער סגייט אויך אויף לשעבר? ווייל איך האב געקויפט א טלית קטן פון די קאמפני נאך פאר די טשעק האט געקראכט און סאיז נאך דאן געוועהן אינטער די ״שטרענגע השגחה״ פון התאחדות ווערט עס יעצט אויטמאטיש פסול? אדער וויבאלד איך האב עס געקויפט אין גיטע צייטן בלייבט עס לעולם ועד כשר?.
ביטע ענטפערן ווי אומשנעלסטן.
שבת אחיםהייסט עס אז די ציצית איז נישט כשר מעהר? ער האט מסתם געבאונסט א טשעק אויף א ר׳ איצא, מיין איצטיגע שאלה איז דאס געזאגט געווארן נאר אויף להבא אדער סגייט אויך אויף לשעבר? ווייל איך האב געקויפט א טלית קטן פון די קאמפני נאך פאר די טשעק האט געקראכט און סאיז נאך דאן געוועהן אינטער די ״שטרענגע השגחה״ פון התאחדות ווערט עס יעצט אויטמאטיש פסול? אדער וויבאלד איך האב עס געקויפט אין גיטע צייטן בלייבט עס לעולם ועד כשר?.
ביטע ענטפערן ווי אומשנעלסטן.
זעה דא די שמועסשבת אחים, אויף דעם דארפסטו פארהאנדלען מיט התאחדות, אולי ירחם.
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
א שריפה האט אפגעברענט די הויז נעבן שומר שבת, עס הייסט אז די שריפה האט זיך אנגעפאנגען וויבאלד מען האט נישט געזאגט קיין תחנון ביי מנחה.
קען נישט זיין. מיין משפיע האט געזאגט אז תחנון ביי מנחה איז מעורר דינים. מוז זיין ס'האט מיט עפעס אנדערש, אפשר צניעות?
קלוגע יודלא שריפה האט אפגעברענט די הויז נעבן שומר שבת, עס הייסט אז די שריפה האט זיך אנגעפאנגען וויבאלד מען האט נישט געזאגט קיין תחנון ביי מנחה.
קלוגע יודל: ס'קען נישט זיין. ווייל אויף דעם האט שוין משה מעצגער מעניש געווען דעם בעל תפילה...!
אבער למען האמת. ר' משה מעצגער. א איד א גרויסער תלמיד חכם און א צדיק, איז זייער פארשטענדליך איבער דעם ענין פון יא, אדער נישט זאגן קיין תחנון. ווען איך האב געדאוונט פאר'ן עמוד האט ער מיר אייביג געגעבן א שפעטעריגן מנין בזמן מנחה קטנה כדי איך זאלל נישט דארפן זאגן קיין תחנון. און לגבי זאגן תחנון אינדערפריה, האלט ער זיך שטרענג צו די הלכה. מ'מעג אויסלאזן תחנון נאר ווען ס'איז עפ"י דינא דשו"ע...! א זאך צו וואס אונז, חסידים זענען נישט צו געוואוינט. אבער אונז ווייסן דעם כלל כל מה שיאמר לך בעה"ב עשה...וכו'...! ס'געווען אמאל ווען איך האב מיך שטארק געאיילט ביי שחרית און כ'האב גלייך געזאגט קדיש. און ער האט מיך שפעטער געכאפט ביי די מעשה. נאך א גרינטליכע אינוועסטיגעישן, האט ער מיר געגעבן דעם ריכטיגן פסק. אבער איך האב עס מקבל געווען. ס'האטציך געלוינט. ווייל ס'איז געווען בה"ב. און איך האב מיך געאיילט...!
נאך מנחה קטנה הייסט ער אויך זאגן תחנון. ער הייסט זאגן תחנון אפיציעל ביז'ן שקיעה, אבער צו מאל אפילו א מינוט צוויי נאכ'ן שקיעה. און אויב דו זאגסט א שעה נאכ'ן שקיעה וועט איהם עס בכלל נישט שטערן,
איי הלכה??
מאכן א מנין שחרית נאך חצות שטערט איהם אויך נישט,
איי הלכה??
אויב עס איז נאך פאר חצות, און דו ווילסט לויפן קיין סאטמאר, וועט ער דיך נישט לאזן אוועקגיין, נאר ער וועט דיך הייסן צו ווארטן כדי ער זאל קענען מאכן א מנין שחרית וואס גייט זיך שטעלן נאך חצות,
איי הלכה??
און לגבי דעס וואס דו זאגסט אז כלל מה שאומר לך בעה"ב עשה..., וועל איך דיר פארציילן א מעשה מיט רב טירנויער, די אלטע רב פון שומר שבת. ער האט געזאגט אז די מנהג המקום דא אין שול איז נישט צו זאגן קיין תחנון!!! אין די בעיסמענט קען זיין מען דארף יא זאגן, אבער אין די גרויסע ביהמ"ד איז די מנהג נישט צו זאגן, אבער "איך וויל מיך נישט קריגן מיט משה". ודפח"ח.
קלוגע יודל: אויף אזויפיהל איז ער שוין פארדארבן געווארן פון די חסידים...!
איך פערזענליך האלט אז ער איז פון די ל"ו צדיקים. ס'מוז נישט דוקא זיין דער לאקאלער שוסטער, שניידער אדער בעל עגלה. אויסער וואס ער טוט פאר'ן ביהמ"ד און די הכנסת אורחים, איז ער אויך עוסק אין קבורת המתים פון חסד של אמת פון ר' מענדל ראזנבערג הי"ו. איך האב איהם א סאך מאל געזעהן אריינקומען אין ביהמ"ד פארטאגס מיט פארבלאטיגטע קאנסטראקשן שיך...! בשעת ער האט אן אייגענע ביזנעס. ער פארקויפט פוירניטשור. נאר זיינע קינדער פיהרן די ביזנעס. און ער געט זיך כל כולו אוועק פאר'ן ביהמ"ד. אויך איז ער א נאטארי פאבליק און אקאונטענט. און ער נוצט דאס אויך אויס כדי צו טון טובות פאר אידן...!
ער איז דער דריטער דור פון די מייסדי הביהמ"ד. זיין זיידע איז געווען פון די מייסדים אין די 1920'ער יארן...!
איך בין ווייניג באהאווענט אין שומרי שבת, אבער וואס איז די הלכה׳דיגע פראבלעם פון זאגען תחנון נאך דער שקיעה? דוכט זיך ס'איז עפ"י קבלה, אבער אין הלכה געדענק איך נישט אזא זאך.
berlbalagulehקלוגע יודל: אויף אזויפיהל איז ער שוין פארדארבן געווארן פון די חסידים...!
איך פערזענליך האלט אז ער איז פון די ל"ו צדיקים. ס'מוז נישט דוקא זיין דער לאקאלער שוסטער, שניידער אדער בעל עגלה. אויסער וואס ער טוט פאר'ן ביהמ"ד און די הכנסת אורחים, איז ער אויך עוסק אין קבורת המתים פון חסד של אמת פון ר' מענדל ראזנבערג הי"ו. איך האב איהם א סאך מאל געזעהן אריינקומען אין ביהמ"ד פארטאגס מיט פארבלאטיגטע קאנסטראקשן שיך...! בשעת ער האט אן אייגענע ביזנעס. ער פארקויפט פוירניטשור. נאר זיינע קינדער פיהרן די ביזנעס. און ער געט זיך כל כולו אוועק פאר'ן ביהמ"ד. אויך איז ער א נאטארי פאבליק און אקאונטענט. און ער נוצט דאס אויך אויס כדי צו טון טובות פאר אידן...!
ער איז דער דריטער דור פון די מייסדי הביהמ"ד. זיין זיידע איז געווען פון די מייסדים אין די 1920'ער יארן...!
משה מעצגער א ל"ו צדיק? וואס???
ער געט זיך אפ פאר די ביהמ"ד אדער פאר זיין טאש???
איין קשיא נאר פאר מ'גייט ווייטער, ר׳ הלל מאזעס (א אמת'ע קאנדיאט צו זיין א ל"ו צדיק) די לאנגיעריגע געטרייע גבאי פון שומר שבת וואס איז דארט ביז פיר פארטאגס, בשעת משה מעצגער שלאפט מיט מעטשינג הונדרעט פראצענט קאטן פיזשאמעס אויף א קינג-סייז מאטראץ אין זיין אייגענע הויז אין די שענסטע טייערסטע געגענט אין ב"פ, האט דער עכטע מענטש וואס קומט זיך קרעדיט ר' הלל, וואס איז אגב געוועהן מיין שכן פאר יאהרן לאנג, און איך קען מעיד זיין אז דער מענטש האט נישט קיין פיאסטער אין טאש, ממש גארנישט..! איך ווייס פאר א פאקט אז ער איז א "בלוטיגער ארימאן" בשעת "מעצגער" איז א שיינע עושר. זיינע קינדער האבן אסאך טענות אויף "שומר שבת" און אויף דעם "ל"ו צדיק"...
אז ער שלעפט מתים אינמיטן די נאכט איז נאך גארנישט, ער גייט אויך אין "יענקי סטאדיום" און ער גייט אנגעטוהן מיט טייערע מעטשינג-אינטערוועש (באמת).
טוה מיר א טובה! ער איז א ריכטיגער עקזעמפעל פון א "אויסנוצער" און א "אפערטוניסט"... קיין שום "צדיק" טיטלען קומט זיך אים נישט, אלעס וואס ער טוט איז פאר "זיך" און "פאר זיין טאש"...
ר' מענדיל ראזנבערג פון חסד של אמת (מחשובי חסידי וויזניץ - אייניקל פון הרה"ח ר' יודל עביר ראזנבערג זצ"ל, יד ימינו פונעם אהבת ישראל זצ"ל) איז א אמת'ע ל"ו צדיק, אזוי אויך ר׳ הלל מאזעס, אבער מעצגער מיט זיינע שיינע קאלירטע בודזשיס איז קיין צדיק נישט אין מיינע אויגן... א סעלפיש קעפעטיליסט... נישט מעהר און נישט ווייניגער, ער האסט חסידים אין גרויסן, ער ווייזט עס ארויס אפען און גראב, ער איז א "שונא ישראל"... פשוט און גראד.
איך וועל נישט אריינגיין אין דעם ענין פון לשה"ר, און אז מתוך שבחו בא לידי גנותו, אבער צו באשרייבן יענעמ'ס אונטערוועש איז געוויס נישט קיין ריכטיגע דרך...
שמעקעדיגאיך וועל נישט אריינגיין אין דעם ענין פון לשה"ר, און אז מתוך שבחו בא לידי גנותו, אבער צו באשרייבן יענעמ'ס אונטערוועש איז געוויס נישט קיין ריכטיגע דרך...
אפילו אויב ער האט עס געקויפט מיט ״קהלס געלט״??? 😂
איך הער וואס דו טענה׳סט, איך וועל עס נעמען ערענסט אין קאונסידערעישאון...
גראדע אין טעמי מנהגים ברענגט ער דארט אז א גבאי אדער א פרנס הקהילה זאל זיך אנטוהן ״שיינע מלבושים״ און די אלע אחרונים זאגן שוין אז ס׳מיינט ״ועד בכלל״ און ס׳רעכענט אריין נישט נאר די ״עליונים״ נאר אויך די ״תחתונים״...
ווער סקען ציטירן די מקור וועט באקומן 100 לייקס גאראנטירט....
שבת אחים
ר' מענדיל ראזנבערג פון חסד של אמת (מחשובי חסידי וויזניץ - אייניקל פון הרה"ח ר' יודל עביר ראזנבערג זצ"ל, יד ימינו פונעם אהבת ישראל זצ"ל) איז א אמת'ע ל"ו צדיק, אזוי אויך ר׳ הלל מאזעס, אבער מעצגער מיט זיינע שיינע קאלירטע בודזשיס איז קיין צדיק נישט אין מיינע אויגן... א סעלפיש קעפעטיליסט... נישט מעהר און נישט ווייניגער, ער האסט חסידים אין גרויסן, ער ווייזט עס ארויס אפען און גראב, ער איז א "שונא ישראל"... פשוט און גראד.
איך האב נישט געוויסט אז האסן חסידים (נישט וויזניצע) איז ביי דיר א פראבלעם. סוף כל סוף האבן אסאך חסידים גרויסע בערד.
איך האב נישט געוויסט אז אויב מ'האסט חסידים ווערט מען א "שונא ישראל".
קורקלענדשבת אחים
ר' מענדיל ראזנבערג פון חסד של אמת (מחשובי חסידי וויזניץ - אייניקל פון הרה"ח ר' יודל עביר ראזנבערג זצ"ל, יד ימינו פונעם אהבת ישראל זצ"ל) איז א אמת'ע ל"ו צדיק, אזוי אויך ר׳ הלל מאזעס, אבער מעצגער מיט זיינע שיינע קאלירטע בודזשיס איז קיין צדיק נישט אין מיינע אויגן... א סעלפיש קעפעטיליסט... נישט מעהר און נישט ווייניגער, ער האסט חסידים אין גרויסן, ער ווייזט עס ארויס אפען און גראב, ער איז א "שונא ישראל"... פשוט און גראד.
איך האב נישט געוויסט אז האסן חסידים (נישט וויזניצע) איז ביי דיר א פראבלעם. סוף כל סוף האבן אסאך חסידים גרויסע בערד.
איך האב נישט געוויסט אז אויב מ'האסט חסידים ווערט מען א "שונא ישראל". ביז היינט האב איך פארשטאנען אז 98 פראצענט אידן זענען ממילא נישט קיין חסידים.
איך האב געוויסט אז עגיפטישע לינענן איז ביי דיר א פראבלעם אבער קאלירפול אינטערוועש
האב איך געמיינט איז יא אקעי.
סתם פאר נייגעריקייט וואס מאכט איהם א קאפיטאליסט?
פון דא זעסטו בחוש אז יעדן טאג לערנט מען זיך אויס נייע זאכן און אז
״נישט אלעס״ ווייסטו, און ווער סליינט דיינע תגובות קען טאקע מעיד זיין דערויף...
געב עס א שטיקל צייט און ער גייט שרייבן:
איך האב נישט געוואוסט אז טראמפ איז א ״רוסישער שפיאן״
איך האב נישט געוואוסט אז פאועל רייען׳ס העלט-קעיר בילל גייט פארמשפטן צום טויט טויזנטער אמעריקאנער קינדער מיט קענסער...
איך האב נישט געוואוסט אז די ריפובליקאנער זענען באמת נישט קיין קריסטן נאר זיי נוצן אויס די נאאיווע קריסטליכע פויערן און פארמער מיט זיי צוזאגן כל הון דעלמא און זיי פראטעקטן פון די ״ניגעגארס״ און די ״אנטי-קרייסט״...!
איך האב נישט געוואוסט אז די רעכטע שיטה אז די רייכע קארופעירשאונס זאלן נישט באצאלן קיין טעקסעס בכלל נאר די ארימע און די מיטל-קלאס, איז נישט מעהר ווי די זעלבע מעשה ווי די ״אלטע רשעותדיגע פריצים״ פון מנחם מנדל׳ס ביכלעך באגנבנן די ארימע און באקריווידטע.
איך האב נישט געוואוסט אז דאנאלד טראמפ איז א שוטה און א פשוטע גנב, בולי, און מיניפיאלעיטאר וואס זוכט רייך צו ווערן אויף די חשבון פון אזעליכע קלוגע אמעריקאנער ווי ״קורקלענד״
איך האב נישט געוואוסט אז 2+2 = 4
אין מיין קאלעיקאלעיטאר איז 2+2= דאנאלד טראמפ, מייק פענס, איוואנקא, זשעראד.
און 6000+2000 =דאנאלד טראמפ
+ קריס קריסטי 😂
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
שבת אחים
משה מעצגער א ל"ו צדיק? וואס???
ער געט זיך אפ פאר די ביהמ"ד אדער פאר זיין טאש???
לאמיר זאגן אז אלע געלט וואס ער שנארט צאם גייט פאר איהם און טאש. איז וואס איז? As long as it runs, who cares? ער האט אמאל געזאגט אז ער שטעלט נישט צו קיין עיר קאנדישאן וויבאלד עס איז נישטא קיין געלט?? ווילאנג אלעס קלאפט וואס גייט דיר אן?
מען פארציילט אז אמאל איז מען געקומען צו סאטמערע רב זיך אפרעדן אז דער מנהל המוסדות גנב'ט געלט, האט סאטמערע רב זיך אנגערופן, "ברענג מיר נאך 10 אזעלעכע גנבים". ודפח"ח
שבת אחים
אז ער שלעפט מתים אינמיטן די נאכט איז נאך גארנישט, ער גייט אויך אין "יענקי סטאדיום" און ער גייט אנגעטוהן מיט טייערע מעטשינג-אינטערוועש (באמת).
וואס איז די פראבלעם דערמיט אז ער גייט אין יענקי סטאדיום? דאס מאכט ווייניגער אז ער איז עוסק בחסד של אמת?
שבת אחים
טוה מיר א טובה! ער איז א ריכטיגער עקזעמפעל פון א "אויסנוצער" און א "אפערטוניסט"... קיין שום "צדיק" טיטלען קומט זיך אים נישט, אלעס וואס ער טוט איז פאר "זיך" און "פאר זיין טאש"...
מיט וואס איז ער אן אויסנוצער? ער געט זיך אוועק בלב ובנפש פארן בית המדרש, לאמיר זאגן ער נעמט א פעטן פעי טשעק, איז וואס? קומט זיך עס איהם נישט? (וכסיפור כדלעיל) פאר אזא דזאב וואס ער טוט צאלט מען אפאר אלפים א וואך! אדרבה אויב ער וואלט עס געווען גרייט צו טוהן פאר $5000 א וואך וואלטן איהם צענדליגע בתים מדרשים נאכגעלאפן אז ער זיך עס טוהן פאר זיי.
לאור הנ"ל מיין איך אז זיין גאנצע פראבלעם איז, אז ער איז נישט קיין וויזניצע חסיד.
אבער איך מיין אז א יעדע פארטאגס גייט ער אין ויזניצע מקוה. איז דאס נישט גענוג איהם צו מאכן פאר א ויזניצע?
קודם כל:
כהאב מיך באצויגן צו ר׳ בערלס תגובה אז ער איז א ״ל״ו צדיק״, די אלע מעלות וואס איר רעכענט אויס מאכט אים נישט פאר קיין ״צדיק״ נאר פאר א פשוטע CEO פון א קאמפעני.
מיין מעידזשאר פוינט/טענה האסטו אויסגעלאזט:
ווער האט געמאכט ״שומר שבת״ פאר א זאך???
הלל אדער מעצגער? אדער ביידע???
אויב ביידע:
פארוואס איז משה מעצגער נאכאלץ בעלעבאוס דארט? ווייל זיין טאטע איז דארט געוועהן בעלבאוס אין 1920???
הייסט עס סאיז א ״ירושה זאך״? א ביזנעס???
ווי איז ר׳ הלל׳ס חלק? פארוואס איז ער א שנארער און דער אנדערער א עושר???
הא ?
נומבער 2
פארוואס האסט ער חסידים??? אפענערהייט!!! ער איז א פארביסנער שונא פאר חסידים...
לאמיך אפ מיט אים. כקען אים נישט ליידן, איך קען אים פון דער נאנט.
נ״ב טאקע ווייל ער גייט אין וויזניצע מקוה ווייס איך וועגן די ״מעיטשינג אינטערוועש״ דאס איז גירסא דינקותא.
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
שבת אחיםקודם כל:
כהאב מיך באצויגן צו ר׳ בערלס תגובה אז ער איז א ״ל״ו צדיק״, די אלע מעלות וואס איר רעכענט אויס מאכט אים נישט פאר קיין ״צדיק״ נאר פאר א פשוטע CEO פון א קאמפעני.
מיין מעידזשאר פוינט/טענה האסטו אויסגעלאזט:
ווער האט געמאכט ״שומר שבת״ פאר א זאך???
הלל אדער מעצגער? אדער ביידע???
אויב ביידע:
פארוואס איז משה מעצגער נאכאלץ בעלעבאוס דארט? ווייל זיין טאטע איז דארט געוועהן בעלבאוס אין 1920???
הייסט עס סאיז א ״ירושה זאך״? א ביזנעס???
ווי איז ר׳ הלל׳ס חלק? פארוואס איז ער א שנארער און דער אנדערער א עושר???
הא ?
נומבער 2
פארוואס האסט ער חסידים??? אפענערהייט!!! ער איז א פארביסנער שונא פאר חסידים...
לאמיך אפ מיט אים. כקען אים נישט ליידן, איך קען אים פון דער נאנט.
לפי ידיעתי האט משה מעצגער עס געמאכט פאר א זאך, ער האט אויפגעבויט די מנינים סענטער פון בארא פארק. הלל מאזעס איז סך הכל א גאר גוטע ארבעטער. קען זיין אז איך בין זיך טועה, אבער אזוי מיין איך.
(איך וויל נישט אריינגיין צו יא ל"ו צדיק צו נישט, אבער פון דיין לשון איז משמע געוועהן אז נישט נאר איז ער נישט א ל"ו צדיק, נאר עס איז גאר א פירסט קלעס גנב.)