☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט

נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט

323 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3919
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 15, 2017 1:20 am

· #375183
ווי גלייכסטו צו ר׳ הלל מאזעס אין איין זאץ מיט מעצגער???

הימל און ערד...

ר׳ הלל מאזעס איז א ריכטיגע בעל שמסקער איד, א רודף צדקה וחסד, וואס האט נאך קיין מענטש נישט וויי געטוהן.

קלוגע יודל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 1:23 am

· #375184
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
שבת אחים
ווי גלייכסטו צו ר׳ הלל מאזעס אין א זאץ מיט מעצגער???

הימל און ערד...

טענו בחיטים והודו לזכר קדשו.

האסט נישט אפגעפרעגט וואס איך האב געזאגט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 15, 2017 8:37 am

· #375197
דאס איז א סתירה, ער גייט יעדן טאג אין מקוה און האסט חסידים? כיצד יתקיימו שניהן

אייז קריעם » דאנערשטאג יוני 15, 2017 9:00 am

· #375200
דאס איז לשיטתי' פון "בלידינג הארט" ליבעראלן ווי שבת אחים. ער האט ליב דעם ארבייטער און האסט דעם ענטרעפרענור. ממילא איז משה דער שגץ און הלל דער ל"ו צדיק. קליפ און קלאר.
איך, צופעליג, האב ליב משה כאטש ער האט א הארטן שאלעכץ אבער ער מאנעווערירט די זאך און שומר שבת.
בנוגע גאטקעס, שבת'נס רבי George Carlin האט א באקאנטע שאלה, וואס טיט מען ווען מען איז אין פאבליק און די גאטשעס זענען סטאק בין תנור לכירים, וויאזוי שלעפט מען עס ארויס.....

בן ישי » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:06 pm

· #375297
שמעקעדיג
דאס איז א סתירה, ער גייט יעדן טאג אין מקוה און האסט חסידים? כיצד יתקיימו שניהן

ער דאווענט קיינמאל נישט מעריב פאר די צוויי אין זיבעציג!

שבת אחים » פרייטאג יוני 16, 2017 12:12 am

· #375425
אייז קריעם
דאס איז לשיטתי' פון "בלידינג הארט" ליבעראלן ווי שבת אחים. ער האט ליב דעם ארבייטער און האסט דעם ענטרעפרענור. ממילא איז משה דער שגץ און הלל דער ל"ו צדיק. קליפ און קלאר.
איך, צופעליג, האב ליב משה כאטש ער האט א הארטן שאלעכץ אבער ער מאנעווערירט די זאך און שומר שבת.
בנוגע גאטקעס, שבת'נס רבי George Carlin האט א באקאנטע שאלה, וואס טיט מען ווען מען איז אין פאבליק און די גאטשעס זענען סטאק בין תנור לכירים, וויאזוי שלעפט מען עס ארויס.....


דו לץ איינער... 😂

בד״וו איך שעץ ענטרעפרענורס ווילאנג זיי שעצן די ״מענטשהייט״ און נוצן נישט אויס יענעמס שוואכקייטן רייך צו ווערן, געדענק סאיז נישטא קיין מענטש אויף די וועלט וואס האט זיך נישט באנוצט מיט די ״המון עם״ און מיט אנדערע מענטשען אנצוקומען צו זייער רייכקייט! קיינער האט עס נישט געטוהן ״גענצליך-אליינס״! סאיז געוועהן שותפים וואס האבן געהאלפן דעם ״הויכגעשעצטע ענטפערנוערס״ דורכפירן זייערע חלומות און אן זיי וואלטן קיינמאל נישט אנגעקומען אין די הויכעגעשעצטע פאזיציע אן זיינע ארבעטאר... אלזא אין די נארמאלע סאושליסטע וועלט וואס זייערע פרינציפטן באשטייען אויף אמתע ״ישרות״ און ״גערעכטיקייט״ מאכט טאקע דער ״ענטרעפרענור״ דער מערסטע און ער האט די גרעסטע חלק אין די קאמפאני, אבער אלע אנדערע וואס האבן געשוויצט פאר דעם באקומען אויך זייער ערליך פארדינטע חלק.

גיי אין די סאטשליסטע לענדער און קוק ווי שיין דעס האט זיך אויסגעארבעט...ביידע זענען העכסט צופרידן סיי דער בעלבאס און סיי די ארבעטאר וואס זענען נישט סתם עבדים, נאר א אמתע חלק פון א קאמפני וואס נעמט זיי אין אכט אין קעירט פאר זיי.

געדענק גוט:
אין א קעפטיליסטישע סאסייעטי ווען איינער איז ״הויך״ איז עס נאר ווייל ער האט אראפגעדרוקט און ״דערנידערט״ אנדערע...!

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 16, 2017 5:49 am

· #375450
שבת אחים: עתה ידעתי. יעצט זעה איך אז דו ביסט אן עכטער קאמוניסט. און דו ביסט טאקע ראוי צו זיין פון בערני סענדערס'ס חסידים.לויט ווי איך זעה האט שוין דער עולם דא און אין אנדערע אשכולות א ביסל אראפגעלייגט די פעולות פון ר' משה מעצגער. ממילא וועל איך נישט אריינגיין אין קיין ויכוחים איבער דעם צו משה מעצגער איז יא, אדער נישט א צדיק. אבער איך קען דיר זאגן אז דו וואלסט נישט געטון וואס ער טוט אפילו מ'צאלט דיר $5,000 א וואך...! איך האב איהם שוין געזעהן מער ווי איינמאל שלעפן בעגס פון גארביטש. מיט זיין שיינעם סוט (וואס דו ביסט איהם מקנא אויף דעם).

איך פערזענליך האב שוין א הנאה געהאט פון זיינע פעולות אין גמילות חסדים. ס'איז געווען אין א פרייטאג ווען איך האב געדארפט זיין אין עמערדזשענסי רום פון שפיטאל מיט איינס פון מיינע קינדער. ווען איך בין ארויסגעקומען, זענען שוין אלע גראסעריס געווען פארמאכט. און איך האב נאכנישט געהאט קיין חלות אויף שבת. ביניך אריבערגעגאנגען אין שומרי שבת (איך האב דאמאלס געוואוינט אקעיגנאיבער דעם ביהמ"ד.) און ר' משה האט מיר געגעבן פיינע, פרישע חלות לכבוד שב"ק...!

איך האב א פיעלינג אז אין דיין פערזענליכן לעבן ביסטו נישט אזוי שטארק מצליח (עקאנאמיש). ווייל פון דיין גאנצע תגובה ליינט זיך ארויס א געפיהל פון ביטערניש און קנאה...! דו חלומ'סט אז אין בערני'ס קאמוניסטישן גן עדן וועט שוין זיין דער עולם התיקון. ווען א יעדער (אויסער דיר, שטייצעך) וועט שוין זיין א שלעפער און א שנארער. בבחינת ..."גם לי. גם לך לא יהיה"....!

קאמענטירער » פרייטאג יוני 23, 2017 8:28 am

· #376616
בארא פארק
אשריך בארא פארק שזיכת!!!

ברוך השם היינט האט בארא פארק געהאט א זכיה אז די דערהויבענע נ נח טאנץ איז געפראוועט געווארען בריש גלי אינעם הארץ פון די גרעסטען חרדי'שען צענטער אין אמעריקא, דייקא אין א בלויען פרייטאג צופרי אין דייקא אינמיטען אינטערסעקשאן!
ווער ווייסט דען? גאנץ מעגליך וועלן מיר געהאלפען ווערן דייקא פון די פאריקטע נשמות פון אונזער פארשאלטענעם און (דאבעל) 'נארמאלען' סטעינדערט

החוקר » פרייטאג יוני 23, 2017 8:47 am

· #376618
Re: בארא פארק
Seeing is believing.
איינער האט בילדער צו דאקומענטירן די געהויבענע היסטארישע מאמענט. מען דארף דאך האבן לאות ולזכרון פאר דורות הבאים זיי זאלן וויסן וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 25, 2017 5:34 pm

· #376764
יעדע מאל ס׳וועט פארקומען אזא טאנץ וועט דאס פארלאנגען א אשכול פאר זיך, אדער מיט די צייט וועט דאס קענען מיט גיין אין א צווייטע אשכול? איך פרעג נאר.

קאמענטירער » זונטאג יולי 2, 2017 10:09 pm

· #377539
די קעניג פין אמעריקע
יעדע מאל ס׳וועט פארקומען אזא טאנץ וועט דאס פארלאנגען א אשכול פאר זיך, אדער מיט די צייט וועט דאס קענען מיט גיין אין א צווייטע אשכול? איך פרעג נאר.

מתחילה האב איך געטראכט אס בארא פארק פארדינט זיך שוין אליינס אן אשכול אבער למעשה איך האב רעספעקט פאר די היגע עסקנים וקבלי דעתם..

היכי דמי » דינסטאג אפריל 17, 2018 8:08 pm

· #400061
א שרעקליכער געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין היימישן בארא פארק דעם פארגאנגענע נאכט, ווען א ספאנישע פארברעכער האט זיך אריינגעשליידערט אין א אידישע הויז בערך 3:30 פארטאגס, און אריין אין צומער ווי צוויי יונגע מיידלעך זענען געשלאפן. זיי האבן זיך ערוועקט בעפאר די פארברעכער האט באוויזן צו טוהן עפעס, און נאכדעם וואס זיי האבן געמאכט קולות, איז ער אנטלאפן. די פאליציי האבן געעפענט א מאסיווע אויספארשונג און זוכן ארום פאר די פארשוין.

היכי דמי » דינסטאג אפריל 17, 2018 8:10 pm

· #400062
די פאליציי האט געזאגט פאר נייעס באריכטער אז ווען די קינדער האבן זיך ערוועקט איז ער געווען אין בעט.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 17, 2018 8:45 pm

· #400069
שבת אחים: א דזשענעראל קאמענט. משה מעצגער'ס זיידע (נישט זיין טאטע) איז געווען פן די מייסדים פון ביהמ"ד שומרי שבת אין יאר 1920.

די איינציגע סיבה פארוואס איך טראכט אז ר' משה מעצגער איז געווען ברויגז אויף דיר, איז אז דו האסט נישט געזאגט תחנון ..."ווען דו האסט געדאוונט"... ווייל ער איז זייער שטארק מקפיד אז מ'זאלל זאגן תחנון ביי שחרית א יעדן טאג. אויסער ווען מ'זאגט נישט עפ"י שו"ע...!

בן ישי » פרייטאג יוני 22, 2018 8:56 am

· #406938
טעות

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 22, 2018 2:52 pm

· #406963
שבת אחים: ליינענדיג דיינע (אלטע) תגובות, וואו דו אטאקירסט משה מעצגער. האביך געוואלט קאמענטירן. אבער איך זעה אז איך האב שוין אלעס געזאגט. נאך איין זאך וועל איך דא דערמאנען. אז ווען איך האב געדאוונט פאר'ן עמוד (אין יאר) אום 6:00 אזייגער פארטאגס. האביך א סאך מאל געזעהן ר' משה מעצגער אריינקומען אין ביהמ"ד מיט פארבלאטיג'טע שיך/בוטס. ווייל ער ארבעט צוזאמען מיט ר 'מענדל ראזנבערג הי"ו אין חסד של אמת. און ער איז עוסק אין מקבר זיין מתי מצוה אינמיטן די נאכט. איך ווייס פון נאך א סאך פון זיינע פעולות לטובה וואס ער טוט. נאר ס'איז נישט כדאי זיך מתוכח צו זיין סתם אין די וועלט אריין מיט א מענטש וואס זוכט נאר שלעכטס אויף יענעם. (אויסער ביי זיך און זיין אייגן חסידות.). נאר דער אייבישטער איז , כביכול א גוטער בוקקיפער. און ווייסט דעם פונקטליכן חשבון וואו א יעדער מענטש האלט מיט זיינע מצוות און די פארקערטע...!

מר. קלונימוס » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 2:21 pm

· #411788
דער געוועזענער ניו יארק סיטי העלטה קאמישאנאר טאמעס פרידען וועלכע איז געשטאנען בראש מלחמה צו האלטן קעגן מציצה בפה איז היינט ארעסטירט געווארן אין זיין היים אין ברוקלין נאך וואס א פרוי האט אים באשולדיגט מיט'ן שלעפן איר צום כותל

ליפא » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 2:29 pm

· #411789
הפנים ער האט געוואלט האלטן מציצה עקסקלוסיוו פאר זיך

איסר האטלקי » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 2:43 pm

· #411792
און זי איז געווען א סאטמארער וואס גייט נישט צום כותל אדער זי האט נישט געוואלט בפה?

קומזיץ » דינסטאג יאנואר 22, 2019 9:19 pm

· #423119
"בינגא" אין לעיקוואד האט היינט ג'עפענט אירע טויערן

החוקר » דינסטאג מערץ 26, 2019 9:05 pm

· #427100
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
נ.י. טיימס מיט אן ארטיקל איבער די מיזעלס אויסברוך ביים היימיש'ן ציבור אין ראקלענד קאונטי.
<a class="postlink" href="https://www.nytimes.com/2019/03/26/nyregion/measles-outbreak-rockland-county.html">https://www.nytimes.com/2019/03/26/nyre ... ounty.html</a>

גראף » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 9:23 pm

· #437713
Re: נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
נ.י.סיטי אסר'ט לעבער פון געשטאפטע גענז?
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.grubstreet.com/amp/2019/10/nyc-foie-gras-ban.html">www.grubstreet.com/amp/2019/10/nyc-foie-gras-ban.html</a><!-- w -->

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 12:33 pm

· #437744
גראף: כמה גדולים דברי חכמים. די אלע פוסקים פון די פריערדיגע דורות וועלכע האבן געאסר'ט צו עסן שטאפ גענז...!

ס'וועט נאך קומען א צייט ווען די גאווערנמענט וועט אסר'ן טשיעז בוירגערס אויך. און זיי וועללן הייסן אלע רעסטאוראנטס צו האלטן מילכיגס און פליישיגס אפגעטיילט. מיט עקסטער קיטשענס פאר מילכיגס און פאר פליישיגס...!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7