☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט

נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט

323 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3919
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

ניו יארק » דינסטאג יוני 25, 2013 5:56 pm

· #127910
אז ער וועט מאכן ווייניגער נויז, וועט מען ווייניגער רעדן פון אים.

איך אויך » דינסטאג יוני 25, 2013 6:19 pm

· #127916
אל תדין את חבירך עד שתשתגע במקומו.

boxcover » דינסטאג יוני 25, 2013 6:38 pm

· #127919
אויסער דעם האב איך איבער 100 בילדער ווי ער דרייט דעם קאפ ברחובות.

איך אויך » דינסטאג יוני 25, 2013 8:00 pm

· #127933
עטץ ביידע ,פריוואטע אנגעלעגנהייטן געהערט נישט דא און איך האף די הנהלה וועט עס אראפנעמן.

שלשלת » דינסטאג יוני 25, 2013 10:24 pm

· #127979
אפילו אויב עס זאל יא זיין ערלויבט אין קאווע שטיבל, באלאנגט עס זיכער נישט אין דעם נייעס אשכול

שלשלת » זונטאג יוני 30, 2013 4:05 pm

· #129377
א העליקאפטער וואס איז געפלויגן אויף א סייט-סיאינג טריפ, האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אינעם האדסאן ריווער, ביי 79 סטריט, נאך וואס עס האט זיך געמאכט מעכאנישע פראבלעמן אינמיטן פליען.
זייענדיג א זומערדיגע זונטאג פארמיטאג, ווען די גאסן און די וואסער זענען פיל מיט מענטשן, האבן אסאך מיטגעהאלטן די סצענע, ווי די העליקאפטער מאכט דעם "ספלעש" אריין אין ים.
עטליכע ציווילע מענטשן, מיט זייערע קליינע פריוואטע שיפלעך און דזשעט סקיס, זענען געווען די ערשטע אנצוקומען צום העליקאפטער, און האבן באוויזן ארויס צו ראטעווען די פילאט מיט פיר פאסאזשירן - צוויי ערוואקסענע און צוויי קינדער, טוריסטן פון שוועדן - וועלכע זענען אלע געווען און א גוטע צושטאנד, האבנדיג אפגעקומען מיט בלויז שרעק.
די העליקאפטער איז דאן צוגעפירט געווארן צום העלי-פארט אויף וועסט 30 סטריט.
Copter 3.jpg Copter 1.JPG Copter 2.JPG

דעת תורה » זונטאג יוני 30, 2013 4:15 pm

· #129380
כאצימאטידיס - זר'ס באליבטע קאנדידאט געינט גראונד אין די רעפובליקאנער פריימערי לויט א לעצטע אנקעטע.

שלשלת » זונטאג יוני 30, 2013 4:18 pm

· #129382
די פאליציי אין מאנרא זוכט הילף צו לייגן א האנט אויף די פארברעכער וואס האבן אנגעפירקלט מיאוסע לאזונגען און האקענקרייצן אויף די נייע פארק אין קרית יואל.

שלשלת » זונטאג יוני 30, 2013 4:28 pm

· #129385
נאך בילדער פון די העלקאפטער לאנדונג אין האדסאן ריווער
---------
די פילאט (מיטן גרעי העמדל און די גלעזער אויפ שטערן) ווערט געלויבט פאר מאנעווירן די העליקאפטער מיט קלוגשאפט
--------
די געראטעוועטע פאסאזשירן קומען אן אויפן בארטן
copter 6.jpg copter 5.jpg copter 7.JPG copter 4.jpg

שלשלת » מאנטאג יולי 1, 2013 9:43 am

· #129638
א קלארער בילד פון די העליקאפטער גלייך נאכן העראאישן לאנדונג, און די פאסאזשירן ווערן ארויס געראטעוועט
copter 8.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 3, 2013 11:12 pm

· #130592
אינטרעסאנט, די העליקאפטער פארמאגט אזוינע טובן פון הונטן?

זר זהב » זונטאג יולי 7, 2013 1:35 pm

· #131195
One person is dead and two others are hospitalized after their car slammed into a tree in the Midwood section of Brooklyn.


The accident happened at about 2:45 a.m. Sunday on Ocean Parkway and Avenue J.

Police say the 20-year old driver of a 2001 Lexus was travelling at more than 60 miles an hour when he tried to change lanes to avoid another car and hit the tree.

The driver, Zahurul Alam, was pronounced dead at the scene.

Two passengers in the car are in stable condition at Lutheran Medical Center.

Ocean Parkway was closed for several hours while police investigated the crash

20.JPG

12.jpg

זר זהב » זונטאג יולי 7, 2013 1:41 pm

· #131196
ווידעא פונעם אויבנדערמאנטן עקסידענט אין פלעטבוש

סאשי פיש » זונטאג יולי 7, 2013 11:36 pm

· #131316
עס האט היינט אויסגעבראכען א פייער אין וויליאמסבורג ביי ווייט און פען איין פייערלעשער איז פארוואונדערט געווארען ביים אראפאלען צוויי שטאק
image.jpg

סאשי פיש » זונטאג יולי 7, 2013 11:37 pm

· #131319
...
image.jpg

סאשי פיש » זונטאג יולי 7, 2013 11:39 pm

· #131321
ביים אויפשניידען
image.jpg

סאשי פיש » זונטאג יולי 7, 2013 11:40 pm

· #131323
!!!
image.jpg

סאשי פיש » זונטאג יולי 7, 2013 11:41 pm

· #131325
שומרים העלפט צו...
image.jpg

סאשי פיש » דינסטאג יולי 9, 2013 11:11 am

· #131793
און וויליאמסבורג האט א גוי געגאנבעט א סעלפאן שומרים האבען עם אראפגעהאלטען און געווארט אז די פאליס זאל עם ארעסטירען
image.jpg

סאשי פיש » דינסטאג יולי 9, 2013 11:12 am

· #131794
אה זיי זענען שוין אנגעקומען!!
image.jpg

זר זהב » דינסטאג יולי 9, 2013 1:34 pm

· #131872
פארגאנגענעם שבת האט א פאליציי ווען אראפגעקלאפט א נישט איד ווען ס'האט זיך איינגעדרייט פון בראדווי אויף הופער און אים אומגעברענגט. יעצט קומען עטליכע עדות זאגן אז דער פאליציאנטקע האט גערעדט אויף איר סעלפאון בשעת'ן דרייוון!

יעצט וועט האפענטליך זיין דזשאדזשמענט דעי פאר די קרימינאלישע פאליציי!

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 9, 2013 1:43 pm

· #131875
איך פארשטיי נישט, אפילו אליבא דעם געזעץ מעג מען דאך קאלן צו 911, איז דאך א קל וחומר אז א 911 אליינס מעג רעדן סיי ווען און סיי וואו אויפן פאון אן קיין גרעניצען? 😠

סאשי פיש » מיטוואך יולי 10, 2013 1:03 am

· #132070
א נייע באנק עפענעט זיך אין וויליאמסבוג אין געגענט צום ערשטען מאל חוץ פון עפעל
איך האלט אז עס גייט מצליח זיין ווייל עפעל האט עפעס משוגענע עקילדיגע סערוויס
image.jpg

סאשי פיש » מיטוואך יולי 10, 2013 11:49 am

· #132117
מען האט ארעסטירט קאנסיל מעמבער סטיוו לעווין ביי א ראלי
photo 1.JPG photo 2.JPG

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 10, 2013 1:43 pm

· #132160
מה פשעו ומה חטאתו?
און פארוואס באקומען די עליטע ווייסע הענדקאפס? די פשוטע מענטשן זענען ראזינקעס?

זר זהב » מיטוואך יולי 10, 2013 1:46 pm

· #132162
דאס נוצט מען ווען מ'ארעסטירט ביי א גרעסערע פראטעסט. געווענליך נוצן עס ראיאט פאליצצי ווען זיי גרייטן זיך צו מאכן מאסיוו ארעסטן.

שעפטל » מיטוואך יולי 10, 2013 2:27 pm

· #132178
דאס איז ביי א ראלי אויסצושרייען דעם וויי געשריי אז מ'וויל פארמאכן די ליטש האספיטאל.

דער ערשטער בילד איז פון פאבליק אדוועקאט ביל דעבלאזיאו (וואס אגב ביי זיין ברית האט מען אים געגעבן די נאמען 'ווארען ווילהעלם'...) וואס לויפט יעצט פאר מעיאר.

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:48 am

· #132537
עסקנים האבען זיך געטראפען מיט איינע פון מעיאר קאנדידאדין אין ווילי

זר קוק נישט נאר אויף די דיפטידא פון..... 😂 😂
image.jpg image.jpg image.jpg

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:56 am

· #132540
איך דערקען נאר שלום דייטש און משה גבאי'ס זון. ווער זענען די אנדערע צוויי?

זר זהב » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:58 am

· #132542
דער איז דער שווארצער קאנדידאט (און געוועזענען סיטי קאמפטראלער) ביל טאהמפסאן וואס האט 4 יאר צוריק שיעור געווינען קעגן בלומבערג. ער האט פארלוירן צו בלומבערג מיט א נישטיגע 4-3 פראצענט, צוליב וואס די מידיע האט ארויסגעגעבן פאלשע פאולס אז בלומבערג איז העכער מיט 18 פראצענט! דאס האט געמאכט אסאך מענטשן נישט ארויסגיין שטימען.

נעכטען איז ער אינדארסט געווארן דורך די פייערלעשער יוניאן

זר זהב » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:59 am

· #132543
דער אויפן אויבן-אן איז געלבערגער פון פאפא, מענצער'ס שותף. דער אנדערער הייסט ווערצבערגער מיינעך פון וויען

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 11, 2013 2:01 am

· #132544
דעת תורה
איך דערקען נאר שלום דייטש און משה גבאי'ס זון. ווער זענען די אנדערע צוויי?

יצחק אלעזר ווערצבערגער פון וויען אברהם יעקב פרידמאן צווייטע פון די אויבען אן לעבען גאלדבערגער

זר זהב » דאנערשטאג יולי 11, 2013 2:03 am

· #132545
סאשי פיש
דעת תורה
איך דערקען נאר שלום דייטש און משה גבאי'ס זון. ווער זענען די אנדערע צוויי?

יצחק אלעזר ווערצבערגער פון וויען אברהם יעקב פרידמאן

אה איך רעד פונעם לעצטן בילד

סאשי פיש » פרייטאג יולי 12, 2013 1:49 am

· #132903
נחום ראזעבערג.....!!!
א קאמישע אנצינדענט האט זיך היינט אפגעשפילט מיט נחום ראזענבערג ווען ער איז אריין צו פרינט אוט אין ווילי און געוואלט פרינטען פאשקווילען אויף איינעם זיי האבען עם געזאגט אז עס איז א סטאר פאליסי אז מען פרינט נישט קיין צעטלעך אויף פראווייטע מענטשען ער האט געריפען פאליס און עס איז געווען לעבאדיג

לכבוד די מעשה האבען זיי געלייגט א צעטיל
image.jpg

סאשי פיש » מיטוואך יולי 24, 2013 12:14 am

· #135745
עס איז היינט פארגעקומען אן אסיפת חיזוק און הכרת הטוב פאר אלע שומרים מיגלידער און הויכע באמטע האבען זיך אויך בייטייליגט עס איז פארגעקומען אויפען דאך פון ראוז קעסיל קודם איז געווען א גריל און נאכדעם איז מען ארויסגעגאנגען אין טענץ
מען עסט
image.jpg
מען טאנצט
image.jpg
מען האט געכאפט בילדער פארשטייצעך
image.jpg image.jpg

מאיר_וואלף » מיטוואך יולי 24, 2013 2:13 am

· #135800
איידעלע חסידישע אידען

I'm back » מיטוואך יולי 31, 2013 10:34 am

· #137420
א שוידערליכע אינצידענט איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מאנטאג, ווען א יונגער פארפאלק האבן זיך אריינגעווארפן פארנט פון א אנלויפענדע באן צוליב דעם וואס די מיידל'ס מאמע האט געוואלט אז זיי זאלן ענדיגן זייערע רילעישענשיפ.

דער מיידל האט איבערגעלאזט א קליין קינד.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 31, 2013 11:47 am

· #137440
שמעקעדיג
מה פשעו ומה חטאתו?
און פארוואס באקומען די עליטע ווייסע הענדקאפס? די פשוטע מענטשן זענען ראזינקעס?

אויף עים קענ מען זאגן "אשריכם שנתפסתם על דברי תורה.." דער טעם וואס זיי האבן ווייסע? בענדלעך, איז אז ווען די פאליס דערווארטן מאסן ארעסטן, נוצן זיי נישט די מעטל ברעיסלעטס, נאר פלעסטיק טייס. 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 31, 2013 11:54 am

· #137443
סאשי פיש
א קאמישע אנצינדענט האט זיך היינט אפגעשפילט מיט נחום ראזענבערג ווען ער איז אריין צו פרינט אוט אין ווילי און געוואלט פרינטען פאשקווילען אויף איינעם זיי האבען עם געזאגט אז עס איז א סטאר פאליסי אז מען פרינט נישט קיין צעטלעך אויף פראווייטע מענטשען ער האט געריפען פאליס און עס איז געווען לעבאדיג

לכבוד די מעשה האבען זיי געלייגט א צעטיל

איך מיין די פאליסי האטצעך אנגעהויבן ווען נחום איז אריינגעקומען אין סטאר. ער איז שוין אינגאנצן צודרייט 😂

סאשי פיש » מיטוואך יולי 31, 2013 2:06 pm

· #137490
וויכטיג!!!!
א גניבה איז יעצט פארגעקומען אין ווילי אין די ICE CREAM HOUSE אויף BEDFORD ווי א גוי האט געגאנבעט א געלעקסי פאון
דא איז א בילד פון עם, אויב איר זעט עם רופט שומרים
photo (8).JPG

זר זהב » זונטאג אוגוסט 4, 2013 8:19 pm

· #138380
A rookie police officer shot and killed a 14-year-old boy on a street early Sunday after he refused to drop his gun and pointed it at officers, authorities said.

Shaaliver Douse died of a single gunshot to his jaw after the confrontation in the Melrose section of the Bronx.

Two officers with the New York Police Department were on foot patrol when they heard gunfire at around 3 a.m. The officers responded to the scene and found the boy with a 9mm handgun firing shots at a fleeing man, authorities said.


The officers identified themselves as police and ordered him to drop his weapon, authorities said.

When he pointed his gun at them, one of the officers shot him, police said. Douse was pronounced dead at the scene.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:09 am

· #138536
סאשי ביי אינטירסאנטע לינקס און קליפס איז דא א קליפ ווי ער ריקט אריין און טאש די געלעקסי

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:13 am

· #138538
נולד מאוחר
סאשי ביי אינטירסאנטע לינקס און קליפס איז דא א קליפ ווי ער ריקט אריין און טאש די געלעקסי

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 9:11 pm

· #138816
Wheelchair-bound Brooklyn mom found dead in her home
Melissa Torres, 32, was found in the bathtub of her Clymer St. apartment in Williamsburg about 7:30 a.m. Sunday, cops said. Investigators believe she was likely strangled or suffocated, according to police sources.



Read more: <a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/wheelchair-bound-brooklyn-mom-found-dead-home-article-1.1418038#ixzz2b9BHw8G6">http://www.nydailynews.com/new-york/whe ... z2b9BHw8G6</a>

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:17 pm

· #139124
היינט איז די רייע פאר חסד
אויך אויפען דאך פון ראוז קעסיל
image.jpg

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:45 pm

· #139131
נאך
image.jpg

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:52 pm

· #139134
אלע מיט הוטן? א מזל כ'בין נישט קיין מעמבער.
כ'בין זיכער ס'גייט דארט זיין 8 מנינים מנחה מעריב (בזה אחר זה, כנהוג)

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:54 pm

· #139136
א שומרים ביסטו יא זיי גייען אן הוטען רעקלעך?..?!

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 8:54 pm

· #139137
דאס איז א נארמאלע ארגעניזאציע וואס ''יעדער'' רעספעקטירט

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 9:46 pm

· #139145
פאר ווער עס ווייסט נישט פון וואס מען רעד דא גיי איך מסביר זיין

חסד ארגעניזאציע איז אזוי זיי טראגען און ברענגען קרובים פון א פאציענט וואס גייען באזוכען אין שפיטאל חינם אין כסף

איך האב שוין ליידער געדארפט צוקומען צו זיי צו גיין באזוכען קרובים אין שפיטעלער עטס האטס נישט קיין אהנונג וואס זיי טוען
למשל אן ערב שבת/יום טוב רייסען זיי זיך אוועק פונדערהיים צו טראגען איינעם אין שפיטאל און נאכדעם ממש פארען זמן צוריק צו ברענגען

מי כעמך ישראל!!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7