!Prison Break
149 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9036
!Prison Break
דעם שבת קודש – לכאורה שפעט בײנאכט אדער פארטאגס –האבן צװײ פאראורטײלטע מערדער געמאכט א ויברח פון נ.י. סטעיטס גרעסטע און מערסטע פארזיכערטע טורמע! די צװײ זענען נישט געװען צו געפינען 5:30 פארטאגס אין זײער קאמערל. זײ האבן אדורך געדרילט װענט, געקראכן דורך פלומבינג טונעלס וכו'.
<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/news/national/convicted-killers-escape-n-y-prison-article-1.2248902">http://www.nydailynews.com/news/nationa ... -1.2248902</a>
גאװערנער קאומא איז געגאנגען באזוכן דער טורמע און זאגט אז עס איז געװען מורא'דיג אויסגעפלאנט. די שאלה איז װאס א יעדער װיל פארשטײן איז פון װי האבן זײ פארשאפט די שװערע כלים זיך ארויסצוברעכן פון טורמע.
עס איז דאס ערשטע געלונגענע אנטלויף אקציע זײט די טורמע האט זיך געעפענט אין 1865!
📎 uploadfromtaptalk1433650403954.jpg
📎 uploadfromtaptalk1433650384004.jpg
📎 uploadfromtaptalk1433650357519.jpg
📎 uploadfromtaptalk1433650326293.jpg
📎 uploadfromtaptalk1433650294814.jpg
איינער זיצט שוין פון 03' דער צווייטער פון 08'.
צוויי רוצחים אכזריים!איינער האט שוין געהרגעט עטליכע מענטשן און שוין אנטלאפן איינמאל פון תפיסה, דער צווייטער זיצט פארן הרגנען א שעריף דורכן שיסן "22 מאל"!
די טולס האבן זיי מעגליך געהאט פון קאנסטראקשאן ארבעטער אינעם תפיסה
קוקט אויס ווי קאפי/פעיסט פון פריזאן ברעיק
Alert! To the Heimishe community
As has been widely reported two dangerous people escaped from a maximum prison in Clinton County NY. Clinton County NY borders to Canadian border to Quebec. While traveling to and from Mtl NY we urge you to stay alert for any strangers approaching you. We advise you to make stops at well lit areas and try to use only large gas stations for your refueling. We were in contact with the State Police and the local sheriff and they are advising to stay alert and to report any possible info that might be of importance. There is a large manhunt for the suspects, and the authorities rely on the help of the public to report any potential lead. If you feel you have any valuable info Call 911 immediately.
Menachem Lieberman
Mayer Feig
Community Liaisons
C/P
גאווערנאר קאומא באטראכט דעם לאך פון אינעווייניג דעם צעל
📎 image.jpg
נאך פונעם סצענע
📎 image.jpg
דער גאווערנאר באטראכט די לאך פון אינדרויסען
📎 image.jpg
קריעטיוו די נאמען פונעם אשכול, אבער איז נישט עפעס דזשורנאליסטיש פערפעקט.
חברה ס'קימט א פיינע מאווי
Re: !Prison Break
וואס דעי משוגעת? אנצושרעקן און פארדרייען א קאפ. פארוואס? צוויי מענטשן וואס האבן יארן צוריק גע'הרג'ט אפאר מענטשן זענען אנטלאפן פון טורמע? נו וועגן דעם גייען זיי יעצט שטיין אויפ'ן טראוועי און שיסן יעדע פארבייפארנדע? אדער אפשר נאר היימישע אידן? און נאכדעם קומען זיי קיין וויליאמסבורג אפפערטיגן דעם עולם?
דעי חברה גייען טרייען צו בלייבן אנדער דע רעדאר. ס'איז זיי נישט גרינג אנגעקומען צו מאכן פליטה. זיי זיכן נישט צוריק צו גיין.
כ'ווייס נישט ווער דאס איז דער ליבערמאן, אבער ער'ט געוואלט מ'זאל זעהן זיין נאמען.
קאצקע ציקערחברה ס'קימט א פיינע מאווי
בעל מדותקריעטיוו די נאמען פונעם אשכול, אבער איז נישט עפעס דזשורנאליסטיש פערפעקט.
איך האב טאקע גענומען דעם נאמען פון דער טי װי שאו
Prison Break.
איך ווייס נישט ווארום, אבער א בויך געפיל פון פריידע - פאר די ווערלוימדע אויסטיעגער - שפיר איך. דעס איז איין שטארקע באטשכאפט אום די ווערקארקסטע טורמע סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטען.
בן נריהואיך ווייס נישט ווארום, אבער א בויך געפיל פון פריידע - פאר די ווערלוימדע אויסטיעגער - שפיר איך. דעס איז איין שטארקע באטשכאפט אום די ווערקארקסטע טורמע סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטען.
נריה בן: הער בען. די ווערלוימדע אויסטיעגער ווירדען נאכטרעגליך געפאקט און ערפונדן ווערן. דען זיע נאך שפייז און אנדערע ערפלעגונג ערלאסטן ווירדען.אויך וואהן-שוטצע אונד קליידונג מוססן זיע פאן אירגענד וואו היערשטעללען...!
(נ.ב.: גיי מאך משוגע א צווייטן... 😂 🙄 )
Re: !Prison Break
פארווער עס ווייסט נישט די מעשה איז א רעקארד ברעקינג.
כבין געוועהן אין יענע תפיסה באזוכן מענטשען כמה פעמים סאיז א ריכטיגער מעקסימעם תפיסה קאנטראלד פין דער הייעך ארום גענומען מיט ריזיגע ווענט. ווען מגייט אריין ווערסטו באטאפט טויזנט מאל.
בקיצור כשטוין ווי זוי סהאט געקענט געשעהן.
אזא מעשה איז א גוטע ביישפיל פון די סכנה פון די (אומ)שולידיגע מאוויס. אויב האבן די מאוויס נאכנישט גענוג שאדן געמאכט מיטן אויפשפילן גרויזאמע מארדן און שרעק סצענעס. האבן די אלע 'Escape from prison' מאוויס א דירעקטע ראלע מיטן איצטיגע אנטלויף. יא אסאך נייעס נעצן זאגן אז די רעפאנירטע מערדערס האבן גענומען חלקים פון די מאוויס.
נופת צופיםוואס דעי משוגעת? אנצושרעקן און פארדרייען א קאפ. פארוואס? צוויי מענטשן וואס האבן יארן צוריק גע'הרג'ט אפאר מענטשן זענען אנטלאפן פון טורמע? נו וועגן דעם גייען זיי יעצט שטיין אויפ'ן טראוועי און שיסן יעדע פארבייפארנדע? אדער אפשר נאר היימישע אידן? און נאכדעם קומען זיי קיין וויליאמסבורג אפפערטיגן דעם עולם?
דעי חברה גייען טרייען צו בלייבן אנדער דע רעדאר. ס'איז זיי נישט גרינג אנגעקומען צו מאכן פליטה. זיי זיכן נישט צוריק צו גיין.
כ'ווייס נישט ווער דאס איז דער ליבערמאן, אבער ער'ט געוואלט מ'זאל זעהן זיין נאמען.
קומען קיין וויליאמסבורג ווייס איך נישט, אבער וואס זייערע מאטיווען איז יעצט, קען מען נישט פאראויס זאגן. עס איז נענטער צו נול די שאנסען אז מען זאל זיי נישט כאפן. און מען קען נישט וויסן וואס די מערדער ווילן אינדערצווישן טון. קען זיין נקמה, אדער האקן קעפ ווילאנג מען כאפט זיי. זיי קומען נישט פאר א פרישע לעבן. ווייל עס איז אוממעגליך פאר זיי זיך צו באהאלטן און אויסצומישן מיט סאסייעטי און אנהייבן כאילו לא היה.
פרייוויליגאזא מעשה איז א גוטע ביישפיל פון די סכנה פון די (אומ)שולידיגע מאוויס. אויב האבן די מאוויס נאכנישט גענוג שאדן געמאכט מיטן אויפשפילן גרויזאמע מארדן און שרעק סצענעס. האבן די אלע 'Escape from prison' מאוויס א דירעקטע ראלע מיטן איצטיגע אנטלויף. יא אסאך נייעס נעצן זאגן אז די רעפאנירטע מערדערס האבן גענומען חלקים פון די מאוויס.
אויב עפעס, האבן די מאוויס ענדערש א שולד און גורם פארוואס אזויפיל ארעסטאנטן זענען בכלל אנגעקומען אין תפיסה. דאס אנטלויפן פון תפיסה איז כמעט אן אומדערהערטע אקציע, און די סכנה איז לכאורה נישט אזוי געפערליך, ווייל בפשטות ווילן זיך אנטלאפענע ארעסטאנטן ווי מער באהאלטן אונטערן ראדאר און נישט זיין קיין סכנה פאר די סאסייעטי, עס לוינט זיך זיי ענדערש צו זיין באהאלטן פארן איבריגן לעבן ווי איידער צו שמאכטן אין די שווערע תפיסות; משא"כ די מארד ראטע און ווייאלענס וואס טוט זיך אפ בכל פינה שאתה פונה אין אמעריקע איז ממש שוידערליך, און א ריזיגע חלק דערפון איז א דאנק די ווילדע עקשאן און דראאמא מאוויס.
פרייוויליגנופת צופיםוואס דעי משוגעת? אנצושרעקן און פארדרייען א קאפ. פארוואס? צוויי מענטשן וואס האבן יארן צוריק גע'הרג'ט אפאר מענטשן זענען אנטלאפן פון טורמע? נו וועגן דעם גייען זיי יעצט שטיין אויפ'ן טראוועי און שיסן יעדע פארבייפארנדע? אדער אפשר נאר היימישע אידן? און נאכדעם קומען זיי קיין וויליאמסבורג אפפערטיגן דעם עולם?
דעי חברה גייען טרייען צו בלייבן אנדער דע רעדאר. ס'איז זיי נישט גרינג אנגעקומען צו מאכן פליטה. זיי זיכן נישט צוריק צו גיין.
כ'ווייס נישט ווער דאס איז דער ליבערמאן, אבער ער'ט געוואלט מ'זאל זעהן זיין נאמען.
קומען קיין וויליאמסבורג ווייס איך נישט, אבער וואס זייערע מאטיווען איז יעצט, קען מען נישט פאראויס זאגן. עס איז נענטער צו נול די שאנסען אז מען זאל זיי נישט כאפן. און מען קען נישט וויסן וואס די מערדער ווילן אינדערצווישן טון. קען זיין נקמה, אדער האקן קעפ ווילאנג מען כאפט זיי. זיי קומען נישט פאר א פרישע לעבן. ווייל עס איז אוממעגליך פאר זיי זיך צו באהאלטן און אויסצומישן מיט סאסייעטי און אנהייבן כאילו לא היה.
פאר דעם היימישן עולם איז כדאי צו זעהן די מאווי
"אושפיזין"...דארט איז אויך דא א סצענע פון צוויי אנטלאפענע פארברעכער וועלכע כאפן זיך אריין ערב סוכות אין די היים און סוכה פון זייער'ס א געוועזענער קאלעגע פארברעכער וועלכער איז געווארן א בעל תשובה...!
אוואדי זענען זיי א געפערליכע סכנה, די מענטשן זענען שרעקליך דעספרעט, די ערד ברענט אונטער זיי, זיי האבן ממש קיין פרוטה לנשמתם, זיי זענען עלול אויף דאס ארגסטע אבי צו זיין אויף דער פריי נאך 5 מינוט,
חוץ אויב זיי האבן דרויסענדיגע הילף,
אויב כאפט מען זיי נישט די נעקסטע 24 שעה מוז לכאורה זיין אז דאס איז פארמישט דרויסענדע קאנספיריטירער
פרייוויליגאזא מעשה איז א גוטע ביישפיל פון די סכנה פון די (אומ)שולידיגע מאוויס. אויב האבן די מאוויס נאכנישט גענוג שאדן געמאכט מיטן אויפשפילן גרויזאמע מארדן און שרעק סצענעס. האבן די אלע 'Escape from prison' מאוויס א דירעקטע ראלע מיטן איצטיגע אנטלויף. יא אסאך נייעס נעצן זאגן אז די רעפאנירטע מערדערס האבן גענומען חלקים פון די מאוויס.
קאמאן, פון א מאווי לערנט מען זיך אויס ברעכען ריזיגע ווענט מיט הונדרעטע guards?
ווען די זאגסט מיר אז ער האט געטרייט צו טראנצן פון איין בנין צום צווייטען אין איז געשטארבן ביסט גערעכט, אבער פון וואטשען א מאווי באקומט מען נישט א השגה ווי אזוי מזעהט זיך ארויס פון א תפיסה,
שטוינענד ווי די אקציע רעפלעקטירט כמעט אידענטיש דעם The Shawshank Redemption פילם.
שטילע אינגערמאןפרייוויליגאזא מעשה איז א גוטע ביישפיל פון די סכנה פון די (אומ)שולידיגע מאוויס. אויב האבן די מאוויס נאכנישט גענוג שאדן געמאכט מיטן אויפשפילן גרויזאמע מארדן און שרעק סצענעס. האבן די אלע 'Escape from prison' מאוויס א דירעקטע ראלע מיטן איצטיגע אנטלויף. יא אסאך נייעס נעצן זאגן אז די רעפאנירטע מערדערס האבן גענומען חלקים פון די מאוויס.
קאמאן, פון א מאווי לערנט מען זיך אויס ברעכען ריזיגע ווענט מיט הונדרעטע guards?
ווען די זאגסט מיר אז ער האט געטרייט צו טראנצן פון איין בנין צום צווייטען אין איז געשטארבן ביסט גערעכט, אבער פון וואטשען א מאווי באקומט מען נישט א השגה ווי אזוי מזעהט זיך ארויס פון א תפיסה,
אוודאי געט עס אן השגה, געב א קיק למשל
דא וועסטו זעהן ווי זיי זענען מסביר מיט פונקטליכע דיטעלס וויזוי ארעסטאנטן אנטלויפן, סאיז קלאר אז זיי נעמען איידועס און אינספירעישאן פון די מאוויס
די ארעסטאנטען האבן עקסעס צו אלע מאווי'ס??
פארוואס קאנטראולט מען נישט אז די סארט מאוויס זאלן זיי נישט קענען קוקן
עס איז אינטערסאנט אז די טורמע איז אנמערקענד פון די העכסט באשיצטע טורמעס אין אמעריקע. אויב אבער מען באטראכט די טורמע פון א מאפע זעט מען אז ארום די טורמע געפינט זיך צענדליגע צעווילע הייזער. עס איז אינמיטן א קליינע שטעטעלע. ארום זענען טאקע פארהאנען מיילן פון ענדלזאע ביימער וואס גייט ביז די בארדער. אבער די טורמע איז נישט אויף קיין איזאלירטע אינזעל, עס איז אינמיטן א העכסט באוואוינטע ארט. געווענדליך געפונען זיך שווער באוואכטע טורמעס ביי א אינזעל, אדער גענצליך איזאלירט. עס איז פשוט אינטערסאנט.
Re: !Prison Break
זיי זענען שוין מן הסתם שוין לאנג נישט אין אמריקה
Re: !Prison Break
די חורבן איז, איך ווייס נאר נישט ווי. טאמער איינער ווייסט ווי זאל ער מיר ביטע שיקן א פ"מ איך קען ניצן די 100.000 דאללער.
.
Re: !Prison Break
מהאלט שוין צוויי גאנצע טעג אין גארנישט כאילו זיי זענען געווארן א חלק פון נאטוער, מסתמא ביי יעצט זענען זיי שוין לאנג אין א אנדערע ממדינה ביים טאטן אין ווינגארטען אין רייכערן מארלבורו לייטס
שטילע ? מארלבארא לייטס ? קליינע השגות ! אין וויינגארטין רייכערט מען מסתמא די ריכטיגע סחורה ! די גרינע געוואוקסן !!! 😎
Two residents in the upstate New York town where a pair of convicted murderers escaped said they're "lucky to be alive" after spotting what they say were the fugitives a short time after they made their getaway.
"Lucky to be alive, man," the man told ABC News today.
The man and his friend were returning home around 12:30 a.m. when they spotted two men, who they say are fugitives Richard Matt and David Sweat, in their backyard with what appeared to be a guitar case.
When he confronted them at the home, which was near the manhole that the prisoners used to escape, one of the men responded "We're just lost. We don't know where we are. We're on the wrong street," according to the witness.
After that, they took off running, said the witness, whose name is being withheld due to safety concerns.
Later that morning, they reported what they saw to police, who started their search in the backyard. Police dogs were able to follow the trail but did not get far.
The account came as a prison worker was questioned by police and removed from her post amid the investigation, a source close to the investigation told ABC News.
Matt and Sweat remain on the run after escaping Saturday from Clinton Correctional Facility in Dannemora, about 20 miles south of the Canadian border.
New York State is offering a $100,000 reward for information leading to their apprehension and arrest, a step that Gov. Andrew Cuomo called “appropriate.”
"These are dangerous men," Cuomo said, adding that they are "capable of committing grave crimes once again."
News of the unidentified worker being questioned in the prisoners’ escape was first reported by the New York Post.
Source please
Not yet caught. They are cornered
די זוכעניש אקציע
📎 image.jpg
נישטא וואס צו רעדן סאיז ממש א קידוש השם צו זען ווי שטארק די צוויי באשעפענישען זענען זיך מוסר נפש פארען לעבן.. כהאלט סהאט געמוזט זיין איינער וואס זאל מיטארבעטן פונדערויסען, ווייל אויב נישט וויאזוי האבען זיי דערווישט דער נאטפעד צעטיל? מטיילט עס דען אין תפיסה?
קאמענטירערנישטא וואס צו רעדן סאיז ממש א קידוש השם צו זען ווי שטארק די צוויי באשעפענישען זענען זיך מוסר נפש פארען לעבן.. כהאלט סהאט געמוזט זיין איינער וואס זאל מיטארבעטן פונדערויסען, ווייל אויב נישט וויאזוי האבען זיי דערווישט דער נאטפעד צעטיל? מטיילט עס דען אין תפיסה?
נעווער מיינד די נאוט-פעדס. דאס איז נאר אן הוספה. א באנוס. ווער האט זיי געגעבן די פאוער טוללס...? ווייל אן דעם וואלטן זיי געבליבן מיט'ן חלום...!
איך האב גרויס הנאה פון זייער געלונגענע ארויסכאפ דער גאנצער מדינה איז אויף דערמיט זיי גייען נישט אראפ פון די העדליינס מאכן פורים פון די גאנצע פאליציי דערפארטמענט עף בי איי
ווי לאנג זיי וועלן עס קענען דורך גליטשן איז שוין א צווייטע מעשה אבער דערווייל האבן זיי דער אויבערהאנט
Re: !Prison Break
דערציילט מיר א חבר אז זיי האבן געמאכט א טשעקפוינט פאר די קענאדיש גרעניץ.
האט ער געמאכט אזא ווערטל פאר זיי אז מגייט זיי היינט טרעפן די חברה זענען ווילד געווארן געבעטן זיין פאספארט פאר זיין נאמען טעלעפאון נומבער זאגט ער סגוט כוועל הערן אין די ניייס אז מהאט זיי געכאפט. ביז מהאט איהם געלאזט גיין ווייטער.
יעדער מעת לעת וואס גייט פארביי איז געפערליכע בישות.
COPY/PASTE
פון ווען די וועלט שטייט, איז אלץ געווען כאטש ביי טייל פאלק א בלינדע שנאה צו די רעגירונג, בימים ההם מיט רעכט, די גאווערמענט האט זיך געבאדן אין געלט בשעת דער המון עם האט געהונגערט, מאסן סאלדאטן זענען אומגעקומען צוליב א פערזענליכע געפעכט צווישן צוויי קעניגן, מענטשן האבן זיך געטראפן מיט א קאפ קערצער צוליב א קרום מיט די נאז, וכהנה וכדומה, פארשטייט זיך אז מענטשן האבן זיך ארומגעדרייט מיט א שווער הארץ אויפן רעגירונג און אפילו א קעניג האט שוין יא אמאל געטון עפעס גוט איז עס גלייך פארוואסערט געווארן כעפרא דארעא פחות מכגרוגרות.
צייטן זענען פארביי, די קעניגן זענען שוין אלע אין ד'רערד חוץ פון נארט קאריע און סקווירא, מלחמות דארף אדורך גיין א וואוט אין קאנגרעס, מען הארגעט שוין נישט רעכטס און לינקס, פרעזידענטן ווערן ערוועלט, פאליציי קענען נישט טון וואס זיי ווילן אויס מורא פון די מידיא אדער זייער דזשאב, סהערשט א פרייהייט אויף די וועלט, און דער עולם איז צופרידן.
אזוי וואלט ווען געדארפט זיין, אבער די מציאות איז פארקערט, אדם לעמל יולד וילפינן מעמלו של תורה, מה עמלו של תורה מיינט קוועטשן די באנק אזוי אויך סתם עמל מיינט סתם אזוי קוועטשן, עכ"פ מענטשן האבן ליב צו קאמפלעינען, און רוב מאל איז די גאווערמענט טאקע שולדיג, אזוי גייט עס ווען מווערט צו באקוועם אויפן בענקל און מפירט זיך מעשה בעל הבית און דער עולם שעלט און פראטעסטירט.
די פראבלעם איז נאר ווען מען פארלירט די סענס אוו אבדזשעקטיוויטי, סהייסט די שכל הישר צו פארשטיין און מחלק זיין צווישן איין גאווערמענט עמפלויי און א צווייטן, אדער צווישן צוויי מעשים פון דער זעלבער מענטש, אדער אפילו די זעלבע מעשה געטון דורך די זעלבע מענטש אין צוויי אנדערע פעלער.
סהייסט אזוי, יעדער פארשטייט אז סמוז זיין געזעצן און שטאטוטן, אבער דאך איז כולי עלמא מודה אז פאליציי ברוטאליטעט איז עפעס וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן, מערדערס מיט טשיילד מאלעסטערס באלאנגען אונטער גראטעס אבער דאס גיבט נישט קיין רעכט פארן גארד איהם צו אנפראסקענען יעדע מאל זיין פרישטאג איז נישט געלונגען, אבער ווען מענטשן הייבן אהן צו מאכן מסקנות אז אלע גאווערמענט אפישעלס זענען חרוב, ממוז אונטערברענגען געזעץ, און פרייען זיך מיט יעדע רעגירונג דורכפאל, דעטס ווער דע פראבלעם ביגינס, וכמאמר החכם, ווארף נישט ארויס די שיסל מיט די שמוציגע וואסער, אדער ווארף נישט ארויס די רבי מיט די רביצין, צו גאר ווארף נישט אוועק די ****** [פארמעקט].
אין אזא פאל ווי איצטערט איז מיר אויסגעקומען מערערע מאל צו באגעגענען חברים וואס דרייען זיך ארום מיט אזא צינישע שמייכל "די חברה האבן זיי פיין צוגעפיקסט! הא??!, ביי אסאך מענטשן הערט זיך עס אפילו ווי זיי האפן אז מוועט זיי נישט כאפן, זאלן זיי כאפן א דורכפאל, איינמאל פאר אלעמאל.....
צדיק, די חברה זענען מערדערס, קיינער איז נישט פארזיכערט מיטן לעבן אויב אזעלכע חברה דרייען זיך פראנק און פריי, האסט פיינט די גאווערמענט? פיין , האלטסט אז ארעסטאנטן ווערן באהאנדלט אוממענטשליך? גערעכט, אבער פון דארט ביז האפן אז די מערדערס זאלן אויספירן איז א מהלך יותר מתחום שבת.
גענומען פון פאליש
Re: !Prison Break
מיט די לעצטע שורה האסטו געהארגעט די גאנצע ארטיקעל
שטילע אינגערמאןמיט די לעצטע שורה האסטו געהארגעט די גאנצע ארטיקעל
קבל את האמת ממי שאמרו
שושן פורים: ייש"כ פאר דעם הערליכן (קאפי/פעיסט) ארטיקל. איך האב צוויי הערות אויף דעם: א) סקווירא רעבע שליט"ע איז נישט קיין קעניג. ר'איז א פשוט'ער דיקטאטאר...! ב) יעצט פארשטיי איך פארוואס מיין פילטער בלאקט דעם "פאליש" (ווייל זיי שרייבן א סאך ניבול פה. איך האב גאנץ א גוטע אימעדזשינעישן צו וויסן וואס מ'האט פארמעקט דא אין ק.ש....!
גאווערנאר קאומא האט יעצט אפגע האלטען א פרעסע קאנפערענץ צוזאמען מיט די אילינאו גאווערנאר ווי זיי האבען געמאלדען איבער די צוזאמען ארבייט פון די צוויי סטעיטס צו כאפען די פארברעכער
📎 image.jpg 📎 image.jpg
איך קען באשטיין אז מען זאל די חברה נישט כאפן, איז עס א פראבלעם מיט מיר? איך וואונדער זיך אליין פארוואס איך וויל אזוי. למעשה זענען זיי מערדער, געוואגט און קלוג, וואלט איך דאך געדארפט וועלן זיי זאלן געכאפט ווערן. קען איינער מיר אליין עקספלעינען?