אינטערנעט אסיפות אין ווויליאמסבורג ?!
271 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3911
אינטערנעט אסיפות אין ווויליאמסבורג ?!
ווייסט איינער פארוואס דוקא אין ווילי מיז זיין 2 אסיפות קעגן אינטערנעט
אין ווער איז שולדיג אז מען מיז מאכן עקסטער ?
וועלכע צוויי?
די סאטמארע חסידי ר' אהרן טענה'ן אז מען קען נישט געטרויען די פירער פון די אסיפה
פארוואס? וועל איך מסביר זיין:
עטוואס אפאר יאר צוריק האט מען געלאזט די זעלבע עלעמענטן אנפירן א פראטעסט אין מאנהעטן, דאכצעך בשנת תשס"ח
האט מען ארויפגעשטעלט די גרעסטע העצערס קעגן ר' אהרן רעדן און נישט געלאזט קיין איין רב פון צד ר' אהרן רעדן
אבער דאס מהיכי תיתי, צוליב דעם החרשתי, מ'וואלט נאך לכאורה מיטגעגאנגען,
אבער ווען עס געדענקט און ס'איז רעקארדירט, ווען סאטמאר רבי ר' אהרן האט ערשיינט האט מען איהם באשריגן ווי דער ציוני,
ס'דא נאך אנדערע פעלער ווי זיי האבן געטאן די זעלבע שייגץ שטיק,
ביי א געוויסע אסיפה ביי ריח"מ פרידמאן שליט"א אין שטוב ווי מ'האט אויך צאמגערופן פילע רבנים מיטן אנגעבליכער ציל צו אויסשמועסן עניני הדת,
ווי זיי זענען אנגעקומען האט מען זיי געשטוינט און געפלעפט, און פרעזענטירט מיט א פארטיגע "קשר בוגדים" קול קורא קעגן די ארונים, און פון דעם איז נולד געווארן די "אלו שהשתתפו" קול קורא, הידוע ליודעים,
אויך איז טרויעריג באקאנט די ווייטאגליכע מציצה בפה פעטישן וואס זיי האבן געניצט חתימות פון די "גאנצע" שטאט, אז די רעגירונג טאטעס זאל ארויסווארפן פון שול זייער חסידישע קאנקורענץ,
און אנדערע ווערטער, לתועלת הענין, טאר מען נישט לאזן אדער מיטגיין מיט די ספעציפישע מארגנים, זיי האבן פארלוירן זייער נאמנות,
זיי האבן געוויזן בעבר אז זיי זענען זייער עלול צו פארוואנדלען אזא האקעלע ענין אין א פאליטישע צירקוס
איך זאג פשוט וואס טענת הארונים זענען, מיינט נישט אז איך פערזענליך עגרי 100%
זאליס="לשמור ולעשות"
ארונים="חומתיך וויליאמסבורג"
נישט דאס איז סיבת הארונים פארן נישט גיין צוזאמען, עס איז פארהאן נאך אסאך דעטאלן ווי די זאלונים האבן זיך שטארק פארעקשנט און געלאזט וויסן אז דא גייט זיין א איינזייטיגע אסיפה להגדיל צד מהריי, בעיקר האט זיך עס ארויסגעשטעלט ווען ס'איז געקומען צו דעבאטירן איבער די רעדנער האבן זיי געוואלט אז די קינאוט רעדע זאל גיין פאר מהריי, בעת וואס זיי האבן בשום אופן נישט געלאזט רעדן קיינעם פון צד מהר"א, און אזוי נאך פול דעטאלן וואס האט אויפגעברענגט גרויס ווינדער ביי פולע, פרעגענדיג אז פארוואס ביים כינוס און סיטי פיעלד ווי מ'האט קלאר פארקוקט פון מסורת אבות, אלעס צוליב עת לעשות לה' און עס ברענט א פייער וכו, און יעצט ווען מ'רעדט פון היימישע זאכן וואס מ'קען ווען אויסארבעטן בדרכי נועם, איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן און די גאנצע כינוס איז שיעור אראפ פון טיש
א באנדע בהמות יעדער
על גאור געווינט
אויך אמת, אבער עס איז אלעס היינו הך,
ווען זיי האבן ווען נישט קיין אלטע היסטאריע, וואלט מען אפשר זיך נישט אזוי געשטעלט,
ווי גייט גיין פאפא וויען גאלאנטע קלויזנבורג בראשוב בעלז ווישניץ ?
/
אבי גערעדטבעת וואס זיי האבן בשום אופן נישט געלאזט רעדן קיינעם פון צד מהר"א
איך האב יעצט געהערט אז דאס איז נישט אמת
זר זהבאבי גערעדטבעת וואס זיי האבן בשום אופן נישט געלאזט רעדן קיינעם פון צד מהר"א
איך האב יעצט געהערט אז דאס איז נישט אמת
און איך האב געהערט אז דאס איז נישט אמת
אויס מענטשזר זהבאבי גערעדטבעת וואס זיי האבן בשום אופן נישט געלאזט רעדן קיינעם פון צד מהר"א
איך האב יעצט געהערט אז דאס איז נישט אמת
און איך האב געהערט אז דאס איז נישט אמת
און איך האב געהערט אז דאס איז נישט אמת
סוי גאלד איז אויף מיין זייט!...
אויף וועמענס זייט ביסטו?
אויף קיין איינס גראדע
יום א לסדר קרח; כתרגמו "ואתפלג"
📎 machlokes.jpg
איך האב געהערט געהערט אז יצחק שטערן האט געזאגט אז מצד די אהרונים קען נאר ר' שלמה רובין רעדן
האט די אהרונים געזאגט אז מצד די זאלי'ס קען נאר ר' שמעי גרינבוים רעדן
אין דא האט זיך עס גענדיגט
זלמן זאפיראיך האב געהערט געהערט אז יצחק שטערן האט געזאגט אז מצד די אהרונים קען נאר ר' שלמה רובין רעדן
האט די אהרונים געזאגט אז מצד די זאלי'ס קען נאר ר' שמעי גרינבוים רעדן
אין דא האט זיך עס גענדיגט
דאס איז דאך נישט פעיר! ר' שמיעה איז דאך פארווע, פונקט אזוי ארויני ווי זאלי...
די סאטמאר מהר"א אסיפה גייט זיין אויף טעילער סט. ווי די חוה"מ ריידס זענען, מ'גייט אפשפארן די גאס,
זר זהבזלמן זאפיראיך האב געהערט געהערט אז יצחק שטערן האט געזאגט אז מצד די אהרונים קען נאר ר' שלמה רובין רעדן
האט די אהרונים געזאגט אז מצד די זאלי'ס קען נאר ר' שמעי גרינבוים רעדן
אין דא האט זיך עס גענדיגט
דאס איז דאך נישט פעיר! ר' שמיעה איז דאך פארווע, פונקט אזוי ארויני ווי זאלי...
ס'איז פעיר ווי ר' שלמה רובין ביי די אהרונים
אויב עס גייט טאקע אזוי זיין ווי עס קוקט אויס,
איז מיין השערה אז אלע אהרונים און זאלונים גייען קומען צוקריכן מארבע כנפותצו די 2 אסיפות, קינד און קייט, פון מאנרא, מאנסי, בארא פארק, סגייט זיין א ריכטיגע שאו-דאון, מ'גייט דארט זעהן 2 יומאנגעס ציבורים, בערך וואס מ'האט געזעהן מוצאי שבועות אין קרית יואל, און מוצאי שבת בארא פארק אין בארא פארק,
בקיצור 2 ריזיגע צירקוסעס
און די פארעווע רבנים גייען זיצן אינדערהיים,
וכדאי בזיון
א זייטיגע שאלה. קענען די גרויסע אסיפות אויפטוען ? פארוואס זאל נישט יעדער רב צוזאם נעמען זיין אייגענע קהלה און האלטן כל ערליי דרשות מעומק הלב פאר זייערע חסידים. עס וועט פארשפארען די אלע אדוועטייזמענט און שמיץ וואס אזא גרויסע אקציע ברענגט. אויך אסאך לשון הרע און קריגעריי
וויבאלד ס'איז מקובל נאך מימי אנשי כנסת הגדולה אז דער מקום מוחה צו זיין קעגן אינטערנעט איז דוקא תחת קופת השמים, וכן נוהגין, נו ווער וויל דען משנה זיין.
פון אומבאשטעטיגטע קוועלער קומט די נייעס אז די "חומתיך" מארגנים האבן געשיקט א אינוויטעשן צו קהל רז"ל צו זיך אנשליסן אינעם מעמד אדיר בטיילער סט, און זיי זענען מציע אז זייער רבי, ר' זלמן לייב זאל רעדן מטעם קהלתם, מ'ווארט נאך פאר א אנטווארט
פארוואס דארפן ביידע זיין אין זעלבן טאג?
טא פארוואס זאל נישט מגז"ל מאכען אין ראדני און מהר"א אין הופער ובעטלאן אויף ווייט און זאטשקוי אויף דיקאלב וכיו"ב אלע קהלות? העכסטענס אויב קהלת דאראג וועט וועלן נאך א רעדנער אויסער זייער רב שליט"א וועלן זיי זיך צוזאם שטעלן מיט דאשינסקי רב שליט"א וכדומה און צוזאמען רעדן צו אלע זייערע בני הקהלה איבער דאס גרויסע סכנה וואס לויערט אויף אונז מחמת דעם אינטערנעט. מיז מען צוליב דעם מאכען אזא שטינק?
זר זהבפארוואס דארפן ביידע זיין אין זעלבן טאג?
אלף קרח איז ס'בעסטע טאג זיך צו שלאגן אין די גאסן,
מאנכע זאגן נישט צו שלעפן סקולענע רבי צוויי מאל קיין וויליאמסבורג..
זר זהבפארוואס דארפן ביידע זיין אין זעלבן טאג?
ווייל אלוף קרח איז געווען איינע פין איינע עשיו'ס יוצאי חלוציו
איך וויל נאר זיכער מאכן אויב איך האלט געהעריג מיט, איבער וואס גייען פארקומען די אסיפות?
איבער ווער ס'איז סאטמארע רבי אין וויליאמסבורג
באקומען אין אישי:
היינט איז געווארן 14 יאר פון די היסטורישע טאג ח"י סיון תשנ"ט
לאמיר אביסל אריבער גיין יענעם טאג און די תוצאות 14 יאר שפעטער
איך וועל אנהייבן מיט די ערשטע הבטחה און טענה וואס איז זייער אוקטואל היינט
די ערשטע טענה יענעם טאג פון די מחרחרי ריב איז געווען
פארוואס קען נישט זיין 2 סאטמאר קהילות???
נו מיר האלטן 14 יאר נאכדעם און צום גרויס שטונונג דעם זעלבען טאג
קומט ארויס די נייעס אז ס'גייט זיין אין ווילאמסבורג 2 כינוסים א' קרח
פארוואס דארף זיי צוויי נישט איינס אזויווי אין יעדע שטאט???
ווייל מהרז"ל וויל נישט בשום אופן זיצן און הערן זיין נעפיו רעדן
פרעגט זיך די שווערע קשיא פארוואס קען נישט זיין 2 סאטמאר קהילות???
און ווי שוין ארויס געברענגט איז טאקע הערן רעדן הגה"צ אבד"ק סאטמאר וומ"ס
ערגער ווי הערן רעדן ענגלישע דרשות???
ערגער ווי הערן רעדן אז גזירת גיוס איז א ביטול תורה גזירה???
ערגער ווי טרעטן אויף תקנות מיהלוביץ???
וואס שטערט דיר אז הגה"צ אבד"ק סאטמאר ווילאמסבורג וועט רעדן???
פארוואס קען נישט זיין 2 סאטמאר קהילות???
די צווייטע טענה יענעם טאג פון די מחרחרי ריב איז געווען
אז די דיינים דארפן האבן א ווארט אין די קהילה
נו מיר האלטן 14 יאר שפעטער האבן זיי א אייגינע ווארט???
קען א דיין דארט זאגן אז מען זאל איבער קוקן צומות הגידין???
קען א דיין דארט זאגן אז מען זאל זאלצן מיט שטיין זאץ???
האט א דיין די אייגענע דעה צו פסק'נען???
קען ער זאגן זיין אייגענע דעה אויף חיטים מצומחות???
קען ער זאגן זיין אייגענע דעה אויף גיין אין בג"ץ???
אדער איז דארט געבליבן די אלטע טרור אויף די דיינים
און ווער ס'זאגט נישט וואס די טרוריסטן ווילן זהעט עס סוף חודש אויפן טשעק???
די דריטע טענה יענעם טאג דורך די מחרחרי ריב איז געווען
נועם המידות, די אלטע חברה זענען שלעגער
נו מיר האלטן 14 יאר שפעטער איז נאך דא א ספק אין דעם???
ווער איז דער נועם המידות??? דער סימבאל פון מידות טובות???
טאקע די נייע געגרינדערטע ח"י סיון קהילה???
ווער שרייט נאך יעדע וואך די וואס טראגן מיט'ן עירוב???
ווער שיקט שלעגערס פאר ווער ס'גייט נישט אין שפאן???
די ליסטע איז אזוי גרויס אז ס'איז א שאד אנצוהייבן
די פערטע טענה יענעם טאג דורך די מחרחרי איב איז געווען
רבי זי"ע להחזיר עטרה ליושנה דער רבי זי"ע
נו מיר האלטן 14 יאר שפעטער איז טאקע די עטרה צוריק אין יושנה???
ווער פירט א ישיבה וואס הייבט זיך אן יעדען טאג 2 נאכמיטאג אן קיין פארטאגס???
ווער פירט א ישיבה ווי לערנען כשיטת החת"ס איז א בזיון???
ווער פירט א ישיבה וואס טרעט אויף די תקנת הישיבה פון רבי זי"ע???
ווער פארט אויף א"י און נעמט מיט לשיטתו 2000 מענטשען היפך דעת רבי זי"ע???
ווער געבט הסכמות אויף ספרים אנדערש ווי דער רבי זי"ע???
ווער טיילט געלט פאר אידן און מוסדות נאר מיט חשבונות פון פאליטיק???
ווער מישט אריין ביליגע פאליטיק אין יעדע זאך פון אידישקייט???
הרבה יותר ממה שכתוב כאן יש לנו לכתוב
אבער אין אזא טאג דארפן מיר חזר'ן און דאנקן
ברוך הוא אלוקינו בזכות רבותינו
שהבדלנו מן התועים און מיר האבן ווייטער א מנהיג
וואס ביי עם שטייט אידישקייט העכער אלעס
און די רודפי אחר הכבוד המדומה זענען נישט ביי אונז.
איך ווער אן ארויני!
פליז נישט
זר זהבאיך ווער אן ארויני!
ZEIR assuming that you are an ahroiny. You can't become an ahroiny. Lol
You mean VD"L
משולם שטיינפעלדפליז נישט
פארוואס נישט? וועט זיין נאך איין משוגענער צווישן טויזענטער משוגעים, ביג דיעל!
איך האב מורא מען וועט זען אזא נארמאלע מענטש ווי זר צווישן ארונים וועט מען נאך זאגן די ארונים זענען נארמאל ואתי למיטעי, בלייב ביטע א זאלי...
זאגט מיר נעכטן א זאלי אז פאר דעם ר' זלמן לייב'ן טוט מורא'דיג וויי די גאנצע אינטערנעט ער האט ממש שלאפלאזע נעכט אז יונגעלייט דרייען זיך אויף די אינטערנעט
זאג איך אים, צי פאר ר' זלמן לייב טוט וויי די אינטערנעט ווייס איך נישט, א דרשה פין ר' מענדל טייטלבוים טוט אים א סאך מער וויי
מעלדונג פון וועד לשמור ולעשות -חומותיך וויליאמסבורג: דעם קומענדיגן זונטאג וועט זיין צוגעשטעלט א עיר קאנדישענד שאטעל מיט באקוועמע זיצן פאר די רבנים און איין גבאי פער רב ס'וועט פארן יעדע פופצן מינוט פון איין פירוד כלל ישראל צום צווייטן און צוריק, די עווענט איז ספעציעל באשטימט געווארן אויף פרשת קרח לעילו נשמת דעם זיידן קרח און די פעטערס דתן און אבירם, ויהי רצון שית....
דער ווינער רב מיט ר' משה מנחם ווייס דומ"ץ פאפא ב"פ זענען נעכטן געווען ביי ר' זלמן לייב זיך געבעטן ביי אים
ער זאל מסכים צי מאכן א נארמאלע כינוס אין זיך טיילן מיט אלע קהילות אייניג
ר' זלמן לייב האט קאלט גענפערט ס'האט נישט מיט אים מען דארף רעדן מיט יצחק שטערן
אין ס'איז גרינגער צי רעדן צי א שטיין ווי צי יצחק שטערן
אויסגערעכנטע רשעות מיט ליצנות
its a big shame what is going on i cant understand why we cant put aside our diffrences and do whats right for the SAKE OF OUR KIDS SHAME ON THE PEOPLE WHO ARE AT FAULT
א מאפע פונעם כינוס פון מהרא מסאטמאר
📎 45.jpg
א מאפע פונעם כינוס פון מהרזל מסאטמאר
📎 BLWekWdCQAM3HyJ.jpg
טויש אין פלאץ:
ס'וועט יא זיין אין איין גרויסע שטח ביידע כינוסים... ס'וועט פארקומען אינעם ארמארי...
שעפטלטויש אין פלאץ:
ס'וועט יא זיין אין איין גרויסע שטח ביידע כינוסים... ס'וועט פארקומען אינעם ארמארי...
אר יו קידינג? איז עס אמת?
די שוטותיך וויליאמסבורג צעטלעך זעהן אויס מער פארצייטיש, כ'האב געמיינט אז ס'איז פון די זאלונים. א טעות געהאט.
איך מיין אז זינט די בחירות וואס איז פארגעקומען אויף די ראדני גאס, עטליכע יאר צוריק, איז נאך נישט געווען אזא חרון אף ה' אויף תושבי וויליאמסבורג. יהי רצון אז ס'זאל נישט באטרעפן אומשולדיגע.
כ'בין נייגעריג צו איינע פון די קינותים (ע"ש שנאת חנם שבית מקדשינו נחרבה בשבילה) זענען געספאנסערט לע"נ גלויבער.
גאלאפ האט געמאלדן אז זיי האבן שוין 2 נייטראלע גרופעס וואס וועלן געשיקט ווערן צו איטליכער אסיפה. און נאכדעם וועט מען זיי אויספרעגן צו זעהן וועלכע גרופע איז מער וויליג צו פילטערן זייער נעט. אזוי וועט מען האבן אן אנבייעס ידיעה וואו ס'איז מער געלונגען.
אויב גייעך צי די ארונים בין איך נישט יוצא לויט די זלונים,
אויב גייעך צי די זלונים בין איך נישט יוצא לויט די ארונים,
בין איך א חצי גוי חצי יוד?
ספוק טהור ספוק טמא?
חצי עבד חצי בן חורין?
איז מיין יין יין נסך?
וואס זאל איך טיען?
טאמער בין איך אנארוני זאל איך ענדערש בלייבן מיט אימגעפילטערטע ווי איידער גיין צים זאלי צאמקים?
איך בין אזוי צימישט
איך בלייב אינדערהיים
שב ואל תעשה עדוף
כאב יעדן ב'בודם