☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אינטערנעט אסיפות אין ווויליאמסבורג ?!

אינטערנעט אסיפות אין ווויליאמסבורג ?!

271 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3911
בלאט: 1 2 3 4 5 6

יונגערמאנטשיק » מיטוואך מאי 29, 2013 6:41 pm

· #119406
ס'איז ממש אומגלויבליך וויאזוי די זאליס באווייזן אייביג צו פארקירעווען די שמיעס אוועק פון זיך.

פאראיאר ביי די כינוס האבן די ארונים נישט געוואלט זיך צושטעלן צו אזא קאלערפולע ציבור, צוליב פארשידענע סיבות, דעמאלטס האבן די זאליס גע'טענהט אז מ'מוז זיך יא צוזאמשטעלן, טראץ די אלע פראבלעמען וואס די ארונים האבן געזאגט, מיט די טענה אז די אינטערנעט שטייגט אלעס איבער, און נאר מיט אחדות קען מען דאס באקעמפן.

היי יאר ווען ס'איז נישט געווען די פאראיעריגע סיבות האבן די ארונים - טראצדעם וואס דאס איז נישט אזוי שטארק אין זייער אינטערעסע, מסכים געווען זיך צאמצושטעלן מיט די זאליס, און טאקע ווייל זיי אנערקענען אין די וויכטיגקייט פון באקעמפן אינטערנעט.

האבן די זאליס געטוהן א שטארקע פארברעך, זיי האבן געלייגט פארטיי פאר אידישקייט. זיי האבן געוויזן אז די גאנצע אינטערנעט מערכה אינטערעסירט זיי זילטש. זיי אינטערעסירט פארטיי. פלוצלונג דארף מען שוין נישט גיין צוזאמען.

די ארונים האבן באשלאסן אז זיי גייען ווייטער מיט די מערכה קעגן אינטערנעט, און זיי גייען מאכן אן אייגענע מעמד, און טראצדעם וואס ס'איז נישט אזוי פאליטיקלי אויסגעהאלטן, האבן זיי נישט געקוקט דערויף, און זיי האבן באשלאסן צו מאכן זייער כינוס אין די זעלבע טאג. און מ'קען אליין פארשטיין די מעלות פון איבערדרייען א שטאט ביידע עקן וועלן האבן זייער כינוס אין די זעלבע צייט.

אנשטאט די זאליס זאלן זיך פרעגן היתכון מ'שטעלט פארטיי פאר יודישקייט, בעת פאראיאר האט מען געשריגן אז ס'מוז זיין יעדער צוזאמען. האבן זיי באשלאסן צו פארקירעווען דעם שמיעס. יעצט זינגן זיי דעם ניגון: היתכון די ארונים מאכן די זעלבע טאג? נישט נאר זיי ווילן נישט מאכן צוזאמען און ווייזן אז זיי זענען גרייט צו פארקוקן אויף פאליטיק פארן עתיד פון אונזערע דורות, שרייען זיי נאך אז מ'טאר נישט מאכן דעם זעלבן טאג, און די ארוינים זענען גאר די חיות פארן מאכן דעם זעלבן טאג.

אפשר קען מיר איינער זאגן די פראבלעם פון מאכן אינאיינעם אדער לכה"פ די זעלבע צייט? סתם אבי צו פארקירעווען דעם שמיעס.

אזוי אויך האבן זיי סוקסעספול באוויזן אראפצונעמען די בלעים פון די הויעכע פענסטער, און דאס אנלייגן אויף יצחק שטערן. איז דא איינער דא וואס האלט אז די באשלוס איז געמאכט געווארן דורך יצחק שטערן?

נאר דאס קענען זיי גוט. אוועקנעמען די בלעים פון זיך, און טוישן די דירעקציע פון די שמיעס. ווען זיי נוצן ווען זייער טאלאנט אויף גוטע זאכן וואלט מעגליך היינט שוין געווען א סעלושן צו די אינטערנעט.

גדעון » מיטוואך מאי 29, 2013 6:56 pm

· #119410
האבן די זאליס געטוהן.... די ארונים האבן באשלאסן...

שרייבער » מיטוואך מאי 29, 2013 6:57 pm

· #119411
יונגערמאנטשיק רירט אן א געוואלדיגע נקודה און איך וועל עס מער ארויסברענגן

וואס שטערט פאר די זאליס אז ס'איז דא נאך א כינוס? ממילא אז מען גייט מאכן א פראטעסט קעגן די ציונים, איז דא א טענה, דו דארפסט ווייזן פאר די וועלט אז ס'איז דא אזא ריזן ציבור וואס איז קעגן זייערע גזירות (און דערפאר ארבעט מען יעצט גאר שטארק מצד מהר"א אז די פראטעסט קעגן גיוס בני ישיבות זאל זיין צוזאמען מיט זיי, הגם יעדער שרייט אז צד מהר"א גייט מיט די קאפ אין וואנט, און איך גלייב נאך נישט אז דאס גייט צושטאנד קומען וואטעווער), אבער דא? דא איז דא איין ציל, אויפקלערן פארן ציבור דעם פראבלעם און אראפשטעלן פעסטע יסודות.
נו, אויב איז דא א ציבור וואס וויל דיר אונטערברענגן (נעבעך...) און באשליסן אז זיי ווילן נישט הערן די דרשה פון דיין פירער, ווייל ביי זיי גייט עס נישט העלפן, זיי ווילן מאכן עקסטער כדי ס'זאל יא העלפן ביי די מערכה און זייער ציבור זאל אויך ארויסווארפן אינטערנעט, ואס שטערט עס דיר? וואס נעמט עס אוועק פון די מערכה? הא?

גדעון » מיטוואך מאי 29, 2013 7:00 pm

· #119413
חלום נישט אז ס'שטערט פאר די זאליס וועסטו נישט האבן אזויפיהל קשיות

יונגערמאנטשיק » מיטוואך מאי 29, 2013 7:40 pm

· #119426
איך חלום נישט, און איך ווייס אז ס'שטערט זיי נישט. יודישקייט שטערט זיי בכלל נישט. זיי ווילן נאר נישט ענטפערן די הארבע פראגע שרייען זיי כאילו ס'באדערט זיי.

שעפטל » מיטוואך מאי 29, 2013 7:42 pm

· #119427
נא אז ס'שטערט נישט איז דאך גוט.

והכל על מקומו יבוא בשלום....

לויפסט און קויפט/נעמט אייער טיקעט און באטייליגט אייך ביי אייער קינות

זר זהב » מיטוואך מאי 29, 2013 8:06 pm

· #119438
יונגערמאנטשיק
ווען זיי נוצן ווען זייער טאלאנט אויף גוטע זאכן וואלט מעגליך היינט שוין געווען א סעלושן צו די אינטערנעט.

איך אגריע. און רי''מ שעכטער האט דאס זעלבע געזאגט פאר'ן סעדרעהאלען רב אז ווען נישט די זאליס, וואלט שוין היינט נישט געווען אומגעפילטערטע נעט ביי אידן. ודפח''ח

בדחן » מיטוואך מאי 29, 2013 8:48 pm

· #119443
איז נאך דא ערגעץ ווי א נייטראלער אדער א אומוויסענדער מענטש וועם מען פראבירט צו איבערצייגען אין די שולד אדער אומשולד פון איינע פון די צוויי צדדים??

שעפטל » מיטוואך מאי 29, 2013 8:55 pm

· #119444
גראדע האלט איך אז פאר דע הצלחה פון די אווענטן איז דייקא יא גוט אז ביידע מאכן אין איין נאכט.
ווען ס'דא ווען נאר איינס וואלטן קוים טויזענט אידן געגאנגן. יעצט וועט יעדער ארויסשלעפן ס'מאקסימום.

איך אויך » מיטוואך מאי 29, 2013 9:16 pm

· #119450
א קאלטע גלעזל קאלא מיט א שיסל פאפקארן האט איינער?

newkave » מיטוואך מאי 29, 2013 10:06 pm

· #119465
אגב, געוויסע ניקס האבן אנגעהויבן שרייבן קינות אנשטאט כינוס, פאר א ווערטל...
אנדערע ניקס שרייבן עס דערנאך מיט א ערענסקייט... דזשאסט סעיאינג. 😉

בן תמליון » מיטוואך מאי 29, 2013 10:32 pm

· #119467
עפעס הער איך פריש פון בונקער אז מען שטעלט צוזאם ביידע קינותים און מהר"א גייט רעדן אויף יוניאן?

פרישער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:46 am

· #119492
איך גיי נישט בעטן דערוף סיז שוין טאהלעיט עס איז שוין א אמינה אישו, אין מיט אמינה שפילט מען זיך נישט

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:52 am

· #119495
באקומען:

להסיר מכשול !
עת צרה הוא ליעקב. אידישע קינדער ליידן ליידער אסאך צרות, רבנים אלע גדולי ישראל פין די גאנצע וועלט שרייען דאס איז צוליב די טעכנעלאגיע/אינטערנעט. ס'איז געווען שיינע אסיפת אין בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד, קרית יואל מוצאי שבועות, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, ווי עס זענען פארהאן אידען, וויליאמסבורג דער פרומסטער שטאט האט מען פרובירט צו מאכן די זעלבע אבער ליידער די קהילה וואס האט זיך געגרינדעט מיטן נועם המידות סלאגאן 14 יאר צוריק וואס האט זיך אנגעטוהן דער פרומע ערליכע מאסק דער נייע בעלי מחלוקה קהילה האט געשטערט יעדע וועג צו קענען מאכן איין כינוס. זיי האבן באלד באשלאסן אז זיי וועלן עס פירן און רעדן און זיי וועלן לאזן וויען אין פאפא מיטשטיין, אבער די ארונים נישט. איי וויען האט 250 מענטשן אין פאפא אפשר 1000 און די ארונים האבן לכל הפחות 3000 האבן זיי געזאגט אז ר' מענדל פאסט נישט צו רעדן אויב ר' זלמן אין פאפא אין וויען רעדן שוין, ווייל ער איז א רב זיי זענען רבי'ס... שוין האט מען ערלעדיגט ר' אהרן זאל אריינקומען רעדן. נאך 2 טאג איז דאס אויך נישט געווען כשר ווייל ער וואוינט אין קרית יואל און דארט האט ער שוין גערעדט פארן שטאט. שוין האט מען אגרי'ט פאר א נוטראלע רעדנער און קיין איין סאטמארער. נאך 3 טאג איז דאס אויך נישט כשר געווען. די בעלי מחלוקת/נועם המידות קאמפעני שעמט זיך נישט און זענען מוכן צוטרעטן אויפן עתיד פין כלל ישראל וועגן נערישע פאליטיק. יעדער מענטש פארשטייט די ארונים פארמאגן 3000 משפחת. פונקט ווי ס'איז יושר פאפא און וויען זאלן רעדן מעגן זיי וואס זיי זענען גרעסער אויך רעדן. אדרבה טזעלענזש מיך. זיי אליינס מברר. האבן די ארונים נאכגעגעבן ווען זיי האט נישט געשמעקט ר' מענדל דערנאך ווען זיי האט נישט געשמעקט ר' אהרן דערנאך נוטראל אויך נישט. וואס נאך קען מען טוהן ?
סאטמארע אידען וועלן אי"ה שטיין ווייט זונטאג פין די בעל מחלוקה וואס דער רבוש"ע האט טאקע צוגעפירט אז זאל טאקע פארקומען א' קרח וואס בימים ההם האט מען געזעהן די סוף פין קרח וואס האט זיך געקריגט אויף משה רבינו אפי' קרח האט געהאט די סנהדרין אין פרומע און ערליכע. שטייטס ווייט פין די בעלי מחלוקה ווייל מ'האט שוין איינמאל געזעהן זייער סוף.

מיין מיינונג » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:17 am

· #119532
האט שוין ר' אהרן געמאכט א כינוס אין קרית יואל? אויב אזוי פארוואס טאקע נישט, פארוואס נאר אין וויליאמסבורג וויל ער האבן א חלק אין די מערכה?

און ווען ער מאכט שוין יא, געט איינער א שאנס אז ער זאל מכבד זיין ר' יואליש מארגענשטערן מיט א דרשה? נעמליך ער איז דאך דער צווייט גרעסטער רב אין קרית יואל נאך אים.

שרייבער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:26 am

· #119541
מיין מיינונג
האט שוין ר' אהרן געמאכט א כינוס אין קרית יואל? אויב אזוי פארוואס טאקע נישט, פארוואס נאר אין וויליאמסבורג וויל ער האבן א חלק אין די מערכה?

און ווען ער מאכט שוין יא, געט איינער א שאנס אז ער זאל מכבד זיין ר' יואליש מארגענשטערן מיט א דרשה? נעמליך ער איז דאך דער צווייט גרעסטער רב אין קרית יואל נאך אים.

ער האט געמאכט א כינוס אין קרית יואל פאר זיין ציבור, ער האט נישט צוזאמען גערופן אלע קהלות, ער האט געמאכט א כינוס מוצאי שבועות און דארט גערעדט פאר זיין ציבור
ווען ער רופט ווען אלע קהלות און זיי קומען וואלט ער זיכער נישט געהאט קיין פראבלעם אז דער צווייט גרעסטער רב אין קרית יואל (....) זאל רעדן און אפילו דער דריטע גרעסטע רב הגאון המפורסם מטשאטה

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:42 am

· #119543
וואס איך נעם ארויס איז, רעדן ענגליש איז עת לעשות, גיין אין סטאדיום מיט סקרינס איז ווידער עת לעשות, הערן ווי מ'זאגט אז דער פראבלעם פון גיוס איז אלס ביטול תורה נא ס'דאך עת לעשות, אבער אז אן ארוני זאל רעדן דאס איז שוין הפרו...

גאלד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:41 am

· #119547
שרייבער
מיין מיינונג
האט שוין ר' אהרן געמאכט א כינוס אין קרית יואל? אויב אזוי פארוואס טאקע נישט, פארוואס נאר אין וויליאמסבורג וויל ער האבן א חלק אין די מערכה?

און ווען ער מאכט שוין יא, געט איינער א שאנס אז ער זאל מכבד זיין ר' יואליש מארגענשטערן מיט א דרשה? נעמליך ער איז דאך דער צווייט גרעסטער רב אין קרית יואל נאך אים.

ער האט געמאכט א כינוס אין קרית יואל פאר זיין ציבור, ער האט נישט צוזאמען גערופן אלע קהלות, ער האט געמאכט א כינוס מוצאי שבועות און דארט גערעדט פאר זיין ציבור
ווען ער רופט ווען אלע קהלות און זיי קומען וואלט ער זיכער נישט געהאט קיין פראבלעם אז דער צווייט גרעסטער רב אין קרית יואל (....) זאל רעדן און אפילו דער דריטע גרעסטע רב הגאון המפורסם מטשאטה


נישט דאס איז די ווארט, לאמיר נישט פארקריכן

די ווארט איז אויב קומסטו מיט סיי וועלכע פאליטישע חשבונות אז איינע פון גרעסטע קהלות אין שטאט דארף מען ציטרעטן און באהאנדלען ווי צווייטע קלאס סיטיזנס, אפי' זאלסט האבן די שטערקסטע לאגישע סברות פארוואס מ'דארף זיי בויקאטן, איז דער סוף פסוק איז עס אויס א "אחדות" אסיפה, דאס איז דאך די "גאנצע" אויפטוה פון די סארט אסיפות, אז מ'לייגט און א זייט אלטע חשבונות און נגיעות און מ'מאכט א "אחדות" אסיפה, אויב נישט, וואס איז די אויפטוה? מאך דיר געזונטערהייט דיינע זאלי אסיפות אין ראדני, און שלעפ נישט אריין די גאנצע שטאט אין דיינע דרעק, פארקויף נישט קיין בלאף אז דאס איז א "וויליאמסבורג" אסיפה, סאיז קלאר נישט סאיז א זאלי אסיפה.

יצמחפרקני » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:11 am

· #119587
גאלד
זאליס="לשמור ולעשות"
ארונים="חומתיך וויליאמסבורג"


= פירוד כלל ישראל!

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:46 am

· #119612
יעצט לאמיר זיך פריש שלאגן ווער ס'איז שילדיג...

זר זהב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:03 pm

· #119618
די זאליס בעטן 4 דאלאר. וואו גייט די 24000 דאלאר?

די ארוינים בעטן אויך עפעס?

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:03 pm

· #119619
ניין, ביי די ארונים איז דא א נדבן

זר זהב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:07 pm

· #119620
וואס קאסט דא געלט? די בענקלך?

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:12 pm

· #119622
אפדינגון ס'פלאץ, פערמיטן, מייקס, פאוסטערס, בענקליך, א סיין, טרינקן, קאפיס פונעם תפילות השל"ה (שוין א טרעדישאן...), און קארטליך אריינצוגיין

און גוים צו רייסן די אנדערע צעטליך...

זר זהב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:14 pm

· #119624
אה אקעי. געמיינט אז די לאט באלאנגט פאר די שטאט

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:36 pm

· #119634
ליידער איז נישט די שטאט נישט אזוי ווארעם פאר די אסיפה קעגן אינטערנעט און זיי בעטן געלט

טאקע, הכונו למערכה!

משגיח » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:44 pm

· #119638
דער גאווערנער פארהאנדעלט יעצט אז נעקסטע יאר זאלן די ארוינים מאכן די כינוס אויפן יוניאן לאט אין די זאליס אויף טעילאר...

שרייבער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:40 pm

· #119661
וז"ל ספה"ק צמח ה' לצבי בפרשה זו

ועשו להם ציצית וכו'. וזכרתם את כל מצות ה' וכו' ר״ל שיהי׳ בהם מדות הענוה ושפלות זה לפני זה וזהו להם ציצית ר״ל שיעשו א״ע ציצים שיהיו נגררים זה אחר זה על כנפי בגדיהם. וע"ד והחזיקו עשר אנשים בכנף איש יהודי וע"ד אי הוית התם הוית נקטי בשיפולי גלימאי וכו'. וע״י מדת הענוה מקיים בודאי מצות ואהבת לרעך כמוך שהוא כולל כל המצוות וזהו וזכרתם את כל מצות ה' דהיינו מצות ואהבת לרעך כו׳ והוא דרך כלל. ועי"ז תזכו ולא תתורו אחרי לבבכם זו המינות ואחרי עיניכם זו הזנות.

(קרעדיט: איי וועלט)

זלמן זאפיר » דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:42 pm

· #119684
שרייבער
וז"ל ספה"ק צמח ה' לצבי בפרשה זו

ועשו להם ציצית וכו'. וזכרתם את כל מצות ה' וכו' ר״ל שיהי׳ בהם מדות הענוה ושפלות זה לפני זה וזהו להם ציצית ר״ל שיעשו א״ע ציצים שיהיו נגררים זה אחר זה על כנפי בגדיהם. וע"ד והחזיקו עשר אנשים בכנף איש יהודי וע"ד אי הוית התם הוית נקטי בשיפולי גלימאי וכו'. וע״י מדת הענוה מקיים בודאי מצות ואהבת לרעך כמוך שהוא כולל כל המצוות וזהו וזכרתם את כל מצות ה' דהיינו מצות ואהבת לרעך כו׳ והוא דרך כלל. ועי"ז תזכו ולא תתורו אחרי לבבכם זו המינות ואחרי עיניכם זו הזנות.

(קרעדיט: איי וועלט)



ישעי ווייס וועט שוין טרעפן עפעס פארוואס מען זיך דוקא יא קריגן אין אלע ר' זלמן לייב'ס חסידים וועלן עס שיין נאך זינגען

שרייבער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:43 pm

· #119687
מען דארף נישט צוקומען צו ישעי' ווייס, די תירוץ איז א אלטע, התבדלות

די קשיא ווערט נאר ווען פאר א יאר צוריק האסטו געפרעדיגט פארקערט, פליפ פלאפ

זלמן זאפיר » דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:17 pm

· #119692
איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת
איך הער זאגן אז די זאלי'ס זאגן צי פאר א יעדן רעוועלע וואס קומט צי זייער קינות וועט מאכן די לווי' אין ראדני סטריט שול

זר זהב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:19 pm

· #119693
יא ס'אמת, כאב אויך דאס אקוראט געהערט

יצמחפרקני » דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:38 pm

· #119700
זר זהב
יא ס'אמת, כאב אויך דאס אקוראט געהערט


יא ס'איז זיכער אמת, כהאב עס אקוראט געלייענט!

זר זהב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:39 pm

· #119702
😂 😂

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:26 pm

· #119722
אב"ד וויזשניץ-מאנסי-וויליאמסבורג שליט"א האט געזאגט אז ער גייט נישט אין ערגעץ.

רוזעוולט » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:03 pm

· #119728
אויב איינער קען באשטיין, זאל ער ארויפלייגען א ליסט פון אלע רבנים, וואו/אויב זיי גייען.
ישר כח פון פאראויס

גאלד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:10 pm

· #119733
so far

ווינער רב וואס האט א רעדע ביי די זאליס גייט צו די זאליס
דושינסקי רב, וואס האט א רעדע ביי די ארונים גייט צו די ארונים,

פאפא רב, די גרעסעטע קהלה אויסער סאטמאר, בלייבט אינדערהיים

האסטו שוין ארויס די פיקטשער?

די קינדערלעך קענעם אהיים גיין, מ'קען רואיג מאכן די אסיפות אין ראדני און הופער,

בעריש » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:23 pm

· #119738
אויב זאל נאר מהר"א קענסלען די כינוס זיינע אדער עס אפילו נאר אפשטיפען מיט אפאר טאג וואלט ער נאך ארויסגעקומען די שענסטע פון די גאנצע חילול השם וואס דא שפילט זיך אפ.

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:27 pm

· #119740
רוף אים אן ביטע

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:30 pm

· #119742
I LOVE צימעס! (פון צייט צו צייט...)

לאמיך ענק מסביר זיין אביסל די שיטת התבדלות, וועט עטץ פארשטיין אביסל וואס גייט דא פאר בעובי הקארפן קעפ.

וואס איז דער פראבלעם פונעם אינטערנעעאט, לפי דעת הרבנים הגאונים והעסקנים שליט"א? אז עס עפנט דעם מענטשנ'ס קאפ און עס טראגט אים ארויס פונעם צמצום באקס וואס מיינט ביי א טייל אפנויגן פון די מסורה און מקיים זיין כל באיה לא ישובון.
זיי לאזן אפילו נישט ליינען דער שטערן, בינה, קוים וואס די אידישע ליכט. די איינציגסטע זאך וואס איז מותר: די קהילה צייטונג. צד מהרז"ל האט אפילו ערפינדען אן איסור פון ברך משה זצ"ל אקעגן דעם געלן שונד-בלאט, וואס שמד'ט אפ אידן.
דאס אלעס האט איין ציהל. צו גלייבן נאר די לאקשן וואס מען פארקויפט אינערהאלב די קהלה. ליינען דעם בלאט קען ח"ו האבן דעם זעלבן עפעקט ווי ליינען אינטערנעאט, ווייל הצד השוה שבהן אז ביידע זענען מגלה זאכן אנדערש ווי מען לערנט דיר אין בית מדרשו של אותו זקן,
און פארקערט אויך, די צד מהר"א איז נישט ניחא אז מען זאל פארקויפן דעם איד אין קרית יואל, ווייל דארט קען מען זעהן אז מיידלעך שטערן מיט זיינע קאלעגעס שרייבער קען יא עפעס לערנען און איז נישט אזא גרויסער מן הארץ ווי זיי פרובירן אים אראפצומאלן.

לענינינו!
שטעלט אייך פאר אז מען איז מכבד ר' מענדעלע צו רעדן! ווער רעדט נאך דעם רבי'ן ר' אהרן אליינס, וואס וועט ערשיינען בהדרתו מיט זיין טילעפף און גבאים ומשבקי"ם (טראץ די ביטערע היצן). די זאליס וועלן געוואויר ווערן אז זיי קענען יא נאכזאגן א דבר תורה, און אפשר אפילו לאזן א קרעכץ אויפן שפלות הדור! טא ווי קען מען אזוינס צולאזן? דאס איז דאך מבטל דעם מטרה פון די גאנצע מערכה, ווי צדיקים פלעגן זאגן "פון זיך (ביהמ"ד וצייטונג) נישט ארויסקוקן - און אין יענעם נישט אריינקוקן"...

אזא אקט קען גאר צעברעכן דעם שיטת ההתבדלות צווישן די אנשי הרשעים האלה, וא"כ מאי הועילו העסקנים והאחאכאמים בתקנתם?

=====
זלמן זאפיר, יונגערמאנטשיק, שעפטל, און גאלד: עטץ קענטס טוישן חתימה צו:

באניצער וועלכע האבן געלייקט ______ פאר די הודעה (6 בסך הכל):
signout • היסטאריקער • יונגערמאנטשיק • שרייבער • גאלד • שעפטל



די איבריגע קענען עס מאכן אזוי:

באניצער וועלכע האבן געלייקט _____ פאר די הודעה (4 בסך הכל):
גדעון • זר זהב • דעת תורה • מיין מיינונג

רוזעוולט » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:35 pm

· #119744
איך האלט בכלל נישט אז די אהרונים זאלן מאכן א כינוס/קינות, זיי האבן דאך שוין געמאכט מוצאי שבועות...
און פאר די פאר אידן וואס זענען נישט געפארן אויף ק"י און נישט געהערט קיין האקאפ, זענען דאך לכאורה געווען אין סיטי פיעלד, אויב אזוי קענען סיים דאך גיין הערן זאלי'ס קינאוט ספיטש... און די אנדערע קהילות וואלטן דאך אויך זיכער געגאנגען צום לשמר ולעשות לאט... ❓

בעריש » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:37 pm

· #119745
שמעקעדיג


.

וואס איז דער פראבלעם פונעם אינטערנעעאט, לפי דעת הרבנים הגאונים והעסקנים שליט"א? אז עס עפנט דעם מענטשנ'ס קאפ און עס טראגט אים ארויס פונעם צמצום באקס וואס מיינט ביי א טייל אפנויגן פון די מסורה און מקיים זיין כל באיה לא ישובון.



עני טשענס אז די רבנים הגאונים האבן אויך א פראבלעים מיט די אנדערע אפעקטען וואס אינטערנעט ברענגט
אדער ביסטי 100 פראצענט איבערצייגט אז סאיז נאר ווייל זיי ווילען האלטן די מוחות פון די חסידים זייערע פארמאכט??

גאלד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:41 pm

· #119748
בעריש
אויב זאל נאר מהר"א קענסלען די כינוס זיינע אדער עס אפילו נאר אפשטיפען מיט אפאר טאג וואלט ער נאך ארויסגעקומען די שענסטע פון די גאנצע חילול השם וואס דא שפילט זיך אפ.


טראכט אריין וואס די שלאגסט דא פאר, קוקסטאך יא אויס ווי א פארשטענדליכער,

אויב זאל מען גיין מיט דעם מהלך, טראכט אריין וואס דא וואלט פאסירט,
די זאליס וואלטן געהאט דעם גאנצן זונטאג בלויז פאר זיך, אלעס מיטן בלאפערישע אנשטעל אז זיי זענען די וומ"ב "אחדות" אסיפה,
קיין איין קליינע דרויסענדיגע קהלה וואלט נישט געהאט די העזה, נערוון, כח געדולד צו זיך מחולק זיין און שטיין אינדרויסן פון די אסיפה,
דאס מיינט די גאנצע שטאט וואלט מיט געהאלטן די אסיפה, אויסער די אהרונים,
יעצט זיי דיך מצייר 2 טאג שפעטער שטעלן זיך אויף די אהרונים אינמיטן שטאט: "אונז מאך מיר אויך א אסיפה",
דאס איז געהעריג חוזק געמאכט,
זיי וועלן זיך דארפן אנטאן הערנער דאס צו טאן,

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:43 pm

· #119749
גאלד און דו ענפערסט נאך? 🙄 😕

רוזעוולט » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:52 pm

· #119752
@בעריש, די פארשטייסט טאקע נישט? וואלט ווען אינטערנעט געבאדערט פארן הגז"ל וואלט אים נישט אנגעגאנגען אז זיין נעפיו דער גרעסטער רב אין שטאט זאל מעורר זיין דעם עולם וועגן דעם מכה פון אינטערנעט, און די זעלביגע פאר צד מהר"א וואלטן זיך נישט ארויסגעצויגן פונעם כינוס ווען עס וואלט זיי אזוי שטארק געבאדערט... אפילו מ'קען זיי בעסער פארשטיין נאכדעם וואס צד הגז"ל האט אנגעפאנגען שפילן פאליטיק מיטען וויליאמסבורגער קינות

גאלד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:59 pm

· #119757
אפשר קען מען פועלן למען השלום ולתועלת הענין אז ר' זלמן לייב שליט"א זאל מבטל זיין זיין אסיפה ביי די יוניאן לאט, און זיך אנשליסן אין די טעילער סט. אסיפה ווי מ'איז גרייט איהם צו געבן א דרשה און איהם מכנה זיין מיטן כניו הראוי "כבוד קדושת אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א", וואלט דאס נישט נישט געווען די שענסטע זאך?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 30, 2013 6:01 pm

· #119759
שמעקעדיג
I LOVE צימעס! (פון צייט צו צייט...)

לאמיך ענק מסביר זיין אביסל די שיטת התבדלות, וועט עטץ פארשטיין אביסל וואס גייט דא פאר בעובי הקארפן קעפ.

וואס איז דער פראבלעם פונעם אינטערנעעאט, לפי דעת הרבנים הגאונים והעסקנים שליט"א? אז עס עפנט דעם מענטשנ'ס קאפ און עס טראגט אים ארויס פונעם צמצום באקס וואס מיינט ביי א טייל אפנויגן פון די מסורה און מקיים זיין כל באיה לא ישובון.
זיי לאזן אפילו נישט ליינען דער שטערן, בינה, קוים וואס די אידישע ליכט. די איינציגסטע זאך וואס איז מותר: די קהילה צייטונג. צד מהרז"ל האט אפילו ערפינדען אן איסור פון ברך משה זצ"ל אקעגן דעם געלן שונד-בלאט, וואס שמד'ט אפ אידן.
דאס אלעס האט איין ציהל. צו גלייבן נאר די לאקשן וואס מען פארקויפט אינערהאלב די קהלה. ליינען דעם בלאט קען ח"ו האבן דעם זעלבן עפעקט ווי ליינען אינטערנעאט, ווייל הצד השוה שבהן אז ביידע זענען מגלה זאכן אנדערש ווי מען לערנט דיר אין בית מדרשו של אותו זקן,
און פארקערט אויך, די צד מהר"א איז נישט ניחא אז מען זאל פארקויפן דעם איד אין קרית יואל, ווייל דארט קען מען זעהן אז מיידלעך שטערן מיט זיינע קאלעגעס שרייבער קען יא עפעס לערנען און איז נישט אזא גרויסער מן הארץ ווי זיי פרובירן אים אראפצומאלן.

לענינינו!
שטעלט אייך פאר אז מען איז מכבד ר' מענדעלע צו רעדן! ווער רעדט נאך דעם רבי'ן ר' אהרן אליינס, וואס וועט ערשיינען בהדרתו מיט זיין טילעפף און גבאים ומשבקי"ם (טראץ די ביטערע היצן). די זאליס וועלן געוואויר ווערן אז זיי קענען יא נאכזאגן א דבר תורה, און אפשר אפילו לאזן א קרעכץ אויפן שפלות הדור! טא ווי קען מען אזוינס צולאזן? דאס איז דאך מבטל דעם מטרה פון די גאנצע מערכה, ווי צדיקים פלעגן זאגן "פון זיך (ביהמ"ד וצייטונג) נישט ארויסקוקן - און אין יענעם נישט אריינקוקן"...

אזא אקט קען גאר צעברעכן דעם שיטת ההתבדלות צווישן די אנשי הרשעים האלה, וא"כ מאי הועילו העסקנים והאחאכאמים בתקנתם?


איינער שרייבט מיר אין אישי צוצולייגן דאס פאלגענדע:

לענינינו!
קומט אויס אז די גאנצע ציהל פונעם אינטערנעט איז נאר אביסל צו עפענען דעם מח אז מען זאל ארויסגיין פון די צימעס-צמצום, און יעצט קומען מענטשן און ברענגן אריין די גאנצע צימעס-צמצום-המח אינעם אינטערנעט.
הישמע כזאת?

ראש המדברים » דאנערשטאג מאי 30, 2013 6:22 pm

· #119765
דאס גאנצע סאטמאר שמוץ גייט שוין איבער די גרעניץ
אבער דאסמאל מיין איך אז צד מהר"א האט רעכט פאראיאר האט מען געמאכט א כינוס כלל ישראל צד מהר"א האט זיך נישט באטייליגט צוליב תירוצים שונים, דאס יאר האט מען מחליט געווען צו מאכן קליינע אסיפות טאקע אז יעדער זאל זיך קענען משתתף זיין.

אין מאנסי האט מען געמאכט א כינוס נאר סאטמאר מהרי"י האט באקומען א דרשה און דאך האט סאטמאר מהר"א זיך באטייליגט
אין בארא פארק האט מען געמאכט א כינוס דער יו"ר איז געווען פון סאטמאר מהרי"י סאטמאר מהר"א וואס האט די גרעסטע קהילה אין בארא פארק האט גארנישט באקומען דאך האט זיך סאטמאר מהר"א באטייליגט
אין ווילאמסבורג האט מען געוואלט מאכן א כינוס סאטמאר מהרי"י האט געוואלט א רעדע סאטמאר מהר"א האט אויך פארלאנגט די איחוד הקהילות האט מחליט געווען נישט צו מאכן קיין כינוס טאקע נישט צו מאכן די גאר וויכטיגע פראבלעם פאר א פאליטישע שפיל איז געקומען סאטמאר מהרי"י און מחליט געווען יא צו מאכן א כינוס פאר גאנץ ווילאמסבורג נישט נאר פאר זייער קהילה און נאך 2 מאל כאפן ווילסטו ער זאל כאפן נאך?

איך האלט אז סאטמאר מהר"א האט שוין געוויזן זייער גרייטקייט אוועק צו לייגן פאליטיק פון וויכטיגע טעמעס אבער סאטמאר מהרי"י נישט

איינגעמיירעט » דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:35 pm

· #119789
יעצט אריינשפאצירט און דעם אשכול איך בין אהן ווערטער,איך ווארט איינער זאל מיר בארואיגען און זאגען אז ס׳איז נישט אויס וועלט

אבי גערעדט » דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:56 pm

· #119800
אין סקולען מישט מען זיך נישט
📎 IMG-20130530-WA0013.jpg 📎 IMG-20130530-WA0010.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6