אינטערנעט אסיפות אין ווויליאמסבורג ?!
271 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3911
גאלדso far
ווינער רב וואס האט א רעדע ביי די זאליס גייט צו די זאליס
דושינסקי רב, וואס האט א רעדע ביי די ארונים גייט צו די ארונים,
פאפא רב, די גרעסעטע קהלה אויסער סאטמאר, בלייבט אינדערהיים
האסטו שוין ארויס די פיקטשער?
די קינדערלעך קענעם אהיים גיין, מ'קען רואיג מאכן די אסיפות אין ראדני און הופער,
געהערט פין זיין אייניקל אז ער גייט נישט רעדן ביי די ארונים
got it on whatsap
עטץ נארונים'לעך זענטס אייזערנע נייעס, עס פעלט ענק א געזונט שרייפל אין מיין אפיניען און איך שוין ענק פשוט ווייל אין די צייט וואס עטץ זוכטס דא צו ציען אטענשאן דורך א פרואוו פון מאכן א פאליטיק זענט עטץ נאך גאר חוזק אין די גאס וויט אלל דו רעספעקט עטץ זענטס ללעג ולקלס צווישן ענק אליינס מיטן טרייען אנצודרייען א 'קינות' אין די זעלבע צייט ווי די זאלונים. קינות מייכעטייסע אבער דער גאנצער וועג פון ענקער נארישער פי אר געפירט ביי אפאר אייזלען איז עפעס אזוי נישט פראפעסיענאל אז ס'איז א פחד, די חוזק וואס מ'מאכט פון ענק און דאס מערסטע.... הא הא איז ווי ענק טענה'ן נאך און פארטיידיגן עס אויף אלע גרופס לארכב ולרחבה פונעם אינטערנעט ווען אין די צייט וואס ענקערע פאסטוכער.... סארי, "קעפ" זיצן אין בלאט ביורא און לאכן פון דאס גרויס ליצנות ווי מען קען אריינשטופן אין טעילאר סטריט, ענקער געוועזענער רעטערס שכן, טעילאר פארק, קרוב צו אכט טויזנט מענטשן! איך מיין לאגיש האט אויך א ווארט דא ניין? ליסטען, לאזטס ענק נישט, ענקער רעבע באאאמט, ער זוכט פלעין אויפצוטוהן פאר אידישקייט ווייל פאראיאר ווען אלע גדולי ישראל האבן גערופן א כינוס איז ער געווען דערקעגן ווייל וואסייסט, סכאברעס?? ווי מעג מען גיין זיך צאמשטעלן מיט בעלז..... סארי, בעלז מעג מען ווייל ער האט איבערגעבעטן דעם רבין ז"ל, אבער דדי אנדערע קהילות ווי קלויזעבורג, אממממ ניין אויך נישט, ר' אהרן באקומט דארט א לעק כבוד במילא זענען זיי גע'כשר'ט, וויזניץ? דער פעטער פון מאנסי איז דאך דער פראפעשענאל מוחה סאו אים זיכער נישט און פון בני ברק זיי זענען דאך משפחה, אבער פארגעס, אונז ארונים מוזן שפילן דעם געים פון 'סכאברעס', בקיצור, אלע קהילות, אבער מ'קען נישט גיין צו די כינוס ווען די ארונים האבן גע'חלש'ט צו גיין, געהאט נעבעך אזא תשוקה נישט פארפאסן אזא היסטארישער מעמד ווי גאנץ כלל ישראל קומט זיך צוזאם אבער ר' אהרן האט באשלאסן אז אזוי וועט ער מעגליך קריגן מער כבוד ס'האט זיך אים נישט אויסגעארבעט, אבער אינטערנעט איז דאך א פראבלעם, קוש מיך, זיי געזונט, פארגעס. אין די צייט האבן שוין די זאלונים און אלע קהילות געמאכט כמה וכמה כינוסים אין אלע געגנטער אין די וועלט, איינגעפירט תקנות גדולות און אויפגעטוהן א וועלט, ביז.... ביז סאטמאר האט באשלאסן אז מ'נעמט צוזאם גאנץ וומסב'ג פאר איין גרויסער כינוס, באאאאאאאם, די רעסטלער פארטיי איז דא, מ'מאכט א כינוס אינעם זעלבן שטאט די זעלבע טאג וואסייסט, אינטערנעט איז דאך א חורבן איום ונורא,
זאג נאר ר' אהרן אינטערנעט איז היינט געווארן א חורבן? וואסטעך יעצט דערמאנט?? דיין ברודער ר' זלמן לייב האט שוין געמאכט "זעקס" כינוסים און דו?? יא? מ'קען אנדרייען? מ'גייט מאכן א פאליטיק דערפון פארוואס ווייל די זאליס האבן נישט געלאזט מענדעלע'ן רעדן?? ס'גארנישט איך העט אים ווען אויך נישט געלאזט וד"ל, ווער ווייסט וואס ער קען זיך נאך פאררעדן ער איז דאך נאר זיין טאטן'ס א זוהן. בקיצור, ריזיגע פלאקאטן אין אלע גאסן און אינעם גוט מארגן מעלדן אז מ'גייט מאכן א כינוס אויף רחוב "טעילאר הענקי"! ווי עס קען אקאמאדירן אן ערך פון באלד אכט טויזנט מענטשן, המממ.... אכט טויזנט מענטשן, קען זיין אבער פאר וועם?? ווער גייט קומען? ביי די וואלן ברענגט עטס ארויס א קארגע צוויי אהאלב טויזנט שטימען שוין מיט די פרויען און די געפעלטשטע אריינגערעכנט פאר וועמען אכט טויזנט?? וואאאף! דא זענען דא ארונים אין א פראבלעם אריין, די איבעריגע צוויי און פערציג טויזנט וואס זענען געווען ביים הדלקה און ביי די הקפות טענה'ן יעצט דיסקרימענאציע, היתכן פאר זיי שטעלט מען נישט צו קיין פלאץ?? למה נגרע? לאמיך אייך איין זאך זאגן די ארונים דא האבן איין ציל, אונטערברענגען ר' זלמן לייבן'ס כינוס ווייל זיי האלטן נישט אויס אז וויליאמסבורג פאראייניגט זיך אונטער דעם אויסגעשפילטן ברודער וואס האט אום ח"י סיון צעווארפן ר' אהרן'ס פלענער, זיי קענען דאס נישט אראפשלינגען דהריבער ארבעטן זיי אויף אלע פראנטן קעס און כלים איבערצודרייען, עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז ר' אהרן האט זיך היינט באטייליגט ביי א שבע ברכות אפגעראכטן פאר גאלאנטא רב, דער פון התאחדות וועם ר' אהרן האט געשפיגן אין פנים, כדי אים צו פרובירן צו שלעפן צום כינוס אזוי אז נאך איין רב זאל זיין פארמישט און נישט וויסן צו וועם צו גיין! ער איז ארויס פון דארט מיט גרויס ליצנות נאכדעם וואס גאלאנטא רב האט אים געשאסן עריטוד פון דא ביז פינף צאנז קאורט, ס'ארבעט זיך זיי נעבעך נישט אויס ווען אלע קהילות אין שטאט שטעלן זיך יא צי צו די זאלוינישע כינוס אבער דער קאנצעפט פון שנאה מקלקלת את השורה איז אין פולן קראפט!
אוי האסטו גרעדט דברים שאין בו טעם
שעפטלאב"ד וויזשניץ-מאנסי-וויליאמסבורג שליט"א האט געזאגט אז ער גייט נישט אין ערגעץ.
ער האלט אינמיטן שבע ברכות פון א טאכטער, געהערט אז במקומו האט זיך זיין ברודער ר' ישראל געמאלדן צו קומען רעדן (פארשטייט זיך בשליחות אביו ...).
גאלדפאפא רב, די גרעסעטע קהלה אויסער סאטמאר, בלייבט אינדערהיים
געהערט אז פאפא פארופט זייער אסיפה אויף א' סליחות.
טוט זיך נאר אצינד א מערכה צווישן די קלענערע מוסדות: קראסנא, צעלים, קראלי, נייטרא, צו מאכן א אומפארטייאישע קיבוץ.
sefishעס איז געגאנגען אזוי ווייט אז אהרן האט זיך היינט באטייליגט ביי א שבע ברכות אפגעראכטן פאר גאלאנטא רב, דער פון התאחדות וועם אהרן האט געשפיגן אין פנים, כדי אים צו פרובירן צו שלעפן צום כינוס אזוי אז נאך איין רב זאל זיין פארמישט און נישט וויסן צו וועם צו גיין! ער איז ארויס פון דארט מיט גרויס ליצנות נאכדעם וואס גאלאנטא רב האט אים געשאסן עריטוד פון דא ביז פינף צאנז קאורט,
אזוי, זאג נאר פונקטליך ביי וועלכע סעודת שבע ברכות האט ער זיך באטייליגט ?
שמחה און דו ענטפערסט נאך דעם פעוטים בחור? ער ווייסט פשיהא, רז"ל האט געמאכט 6 כינוסים, באלד אזויפיל וויפיל הכתרות ער האט געהאט, רז"ל דער גרויסער מנהיג ישראל דער רשכבה"ג וואס האט זיבעציג עסקארטס האט זיך אויפגעוועקט תשע"ג צו מאכן 6 כינוסים, פשיהא, ווי איז ער געווען ביז היינט? אינטערנעט איז א פייער וואס ברענט שוין לאנגע יארן.
איך גיי נישט מיך מטפל זיין מיט די טפשות פון דעם סעלפיש, אבער לאמיר דיר זאגן איין ווארט, רז"ל האט געדארפט מאכן 6 כינוסים אין תשע"ג, אביסל אויפצוקעטשן, ער האט זיך אויפגעוועקט פון זיין לאנגן בערן שלאף, אינטערנעט איז עפעס ערפינדן געווארן תש"ע?
ר' אהרן רעדט שוין פון אינטערנעט נאך פון די נ' יארן, ביי אים איז דאס שוין געווען א פראבלעם 15 יאר צוריק, און ער רעדט דערפון כסדר און כסדר, ביי אים איז נישטא קיין חילוק מער צווישן תשע"א און תשע"ג, ווי צווישן תשס"ד און תשס"ה, נאר די איינע חילוק אז די יעדע יאר גייט די טעכנאלגיע פאראויס, אבער אויסער דעם, איז דאס שוין א פראבלעם לאנגע יארן.
אגב, מיט וועם האט זיך גאלאנטא רב משדך געווען?
גאלדבערישאויב זאל נאר מהר"א קענסלען די כינוס זיינע אדער עס אפילו נאר אפשטיפען מיט אפאר טאג וואלט ער נאך ארויסגעקומען די שענסטע פון די גאנצע חילול השם וואס דא שפילט זיך אפ.
טראכט אריין וואס די שלאגסט דא פאר, קוקסטאך יא אויס ווי א פארשטענדליכער,
אויב זאל מען גיין מיט דעם מהלך, טראכט אריין וואס דא וואלט פאסירט,
די זאליס וואלטן געהאט דעם גאנצן זונטאג בלויז פאר זיך, אלעס מיטן בלאפערישע אנשטעל אז זיי זענען די וומ"ב "אחדות" אסיפה,
קיין איין קליינע דרויסענדיגע קהלה וואלט נישט געהאט די העזה, נערוון, כח געדולד צו זיך מחולק זיין און שטיין אינדרויסן פון די אסיפה,
דאס מיינט די גאנצע שטאט וואלט מיט געהאלטן די אסיפה, אויסער די אהרונים,
יעצט זיי דיך מצייר 2 טאג שפעטער שטעלן זיך אויף די אהרונים אינמיטן שטאט: "אונז מאך מיר אויך א אסיפה",
דאס איז געהעריג חוזק געמאכט,
זיי וועלן זיך דארפן אנטאן הערנער דאס צו טאן,
די ביסט אפשר גערעכט אויב קוקטסי נאר מיטן ארונים/זלמונים פערספעקטיוו (און אפילו אויף די הנחה קען מען אויך מחולק זיין אז יעצט נאך די גאנצע גראטשקע וועלן די קלענערע קהילות אוועקשטיין אפילו מיטן אפשטיפן אדער קענסלען)
מקען אבער קוקן אויף די זאך פון נאך עטליכע ענגלען
האלט'סטי איין רגע אז די מלחמה אנקעגן אינטערנעט בענעפעטירט נאך אזא דורטי פייט אפגעזען ווער ס'איז דער גורם אז ס'האט זיך צי דעם דערקייקעלט?
און וואס טיט זיך ארויס פון די זלמוני/ארוני קלחת, וויאזוי קוקט עס די דרויסענעדע גאס אן, די אלץ אן ארוני האלט'סט דאך זיכער אז מהר"א האט א שטיקל רעספעקט ביי די פרעמדע גאס, וויפיל כבוד ברענגט אים אזא כינוס אפילו ער איז נישט דער וואס האט אינסטיגעטעט די יעצטיגע ראונד???
דער תנא און פרק הייסט אונז "הוה מחשב שכרו נגד הפסידו"
אבער וואס האב איך צירעדן ס'איז מילא נכטען געבליבן אז מ'פארט ווייטער מיטן כינוס (על אף וואס ער האט קנאפ חשק געהאט דערצי) וועל איך איינפאקן און האפן אז דאס זאל דורעכגיין מיט די ווייניגסטע דעמעדזש וואס איז שייך.
טענקס פארן מיך אויסהערן
עס איז בעביש זיך צו פרייען אדער רעגן איבער וועלכער רב אדער רבי גייט דא צו דארט.
די רבילעך אין וויליאמסבורג האבן מער ווייניגער הנאה זייט הגז"ל איז דא געקומען. ער שטיפט געלט יעדען בן בנו של בנש"ק ביי יעדע שמחה און יומא דפגרא. ער פארלאנגט נישט גארנישט. וועלכע ראצער רופט אים צו א פדיון הבן אדער טיי אווענט איז ער די ערשטע דארט. נו פארוואס זאל מען נישט צוריק קומען ווען ער רופט.
נעמט למשל ווינא רב ער האט קנאפ חשק געהאט צו גיין אין ערגעץ נאך דעם שטינק. הגז"ל האט אים אפן געזאגט ווען דו האסט פאריאר גערופען בין איך געלאפן על אפו וחמתו פון מנשה פילאף יעצט איז פעי בעק טיים. אזוי האט ער באפוילן סקולענע גבאים און זיי פארשטייען דעם שפראך זייער גיט. משא"כ פאפא רב און דינובע רב און קיוויאשדע רב ווייסען וואס שטייט אינטער זיין פלוצימדיגע וויי געשריי קעגען אינטערנעט האבן אים אלע אנטזאגט צו קומען אפילו ער האט זיי געאפערט א דרשה פריים טיים.
צד מהר"א האט נאך עני טיים אזויפיל שייכות מיט אלע רבנים אפשר נישט דורך חנופה און שיקען געלד. זיין קאנעקשען מיט עולם התורה איז ווי אלע ערליכע רבנים האבן געהאט אינדערהיים איינער פאר צווייטען. דורך תורה דורך אויפטוען פאר אידישקייט דורך זיין פשרהלאז פון דרך ישראל סבא. די תורה וועלט ווייסט זייער גיט אז ער איז מתריע קעגן די אינטערנעט יומם ולילה די לעצטע 10-15 יאר נאך סאך איידער יצחק שטערן האט באשלאסן אז פאר די פארטיי איז א געוואלדיגע זאך צו מאכן א כינוס אין די גאס להגדיל הטראסק.
סוי ווען איר זעהט זונטאג הוידאנאנאשע רבי זיצען לעבן איינע פון די כ"ק אדמו"ר שליט"אס דארפט איר זייך נישט פרייען אדער רעגן.
און עס איז א גרויל צו זעהן וויאזוי טייל אירע דא מאכן חוזק פון סקולענע רבי זז"ג. צו סיי וועלכע רב וואס מיינט באמת כבוד שמים. איך האף אז איינער וואס לייענט די בלעטער ווייסט אז די פאר ניקס פארטרעטען נישט דעם דעת הקהל אין סאטמאר.
sefishעטץ נארונים'לעך זענטס אייזערנע נייעס, עס פעלט ענק א געזונט שרייפל אין מיין אפיניען און איך שוין ענק פשוט ווייל אין די צייט וואס עטץ זוכטס דא צו ציען אטענשאן דורך א פרואוו פון מאכן א פאליטיק זענט עטץ נאך גאר חוזק אין די גאס וויט אלל דו רעספעקט עטץ זענטס ללעג ולקלס צווישן ענק אליינס מיטן טרייען אנצודרייען א 'קינות' אין די זעלבע צייט ווי די זאלונים. קינות מייכעטייסע אבער דער גאנצער וועג פון ענקער נארישער פי אר געפירט ביי אפאר אייזלען איז עפעס אזוי נישט פראפעסיענאל אז ס'איז א פחד, די חוזק וואס מ'מאכט פון ענק און דאס מערסטע.... הא הא איז ווי ענק טענה'ן נאך און פארטיידיגן עס אויף אלע גרופס לארכב ולרחבה פונעם אינטערנעט ווען אין די צייט וואס ענקערע פאסטוכער.... סארי, "קעפ" זיצן אין בלאט ביורא און לאכן פון דאס גרויס ליצנות ווי מען קען אריינשטופן אין טעילאר סטריט, ענקער געוועזענער רעטערס שכן, טעילאר פארק, קרוב צו אכט טויזנט מענטשן! איך מיין לאגיש האט אויך א ווארט דא ניין? ליסטען, לאזטס ענק נישט, ענקער רעבע באאאמט, ער זוכט פלעין אויפצוטוהן פאר אידישקייט ווייל פאראיאר ווען אלע גדולי ישראל האבן גערופן א כינוס איז ער געווען דערקעגן ווייל וואסייסט, סכאברעס?? ווי מעג מען גיין זיך צאמשטעלן מיט בעלז..... סארי, בעלז מעג מען ווייל ער האט איבערגעבעטן דעם רבין ז"ל, אבער דדי אנדערע קהילות ווי קלויזעבורג, אממממ ניין אויך נישט, אהרן באקומט דארט א לעק כבוד במילא זענען זיי גע'כשר'ט, וויזניץ? דער פעטער פון מאנסי איז דאך דער פראפעשענאל מוחה סאו אים זיכער נישט און פון בני ברק זיי זענען דאך משפחה, אבער פארגעס, אונז ארונים מוזן שפילן דעם געים פון 'סכאברעס', בקיצור, אלע קהילות, אבער מ'קען נישט גיין צו די כינוס ווען די ארונים האבן גע'חלש'ט צו גיין, געהאט נעבעך אזא תשוקה נישט פארפאסן אזא היסטארישער מעמד ווי גאנץ כלל ישראל קומט זיך צוזאם אבער ר ארען האט באשלאסן אז אזוי וועט ער מעגליך קריגן מער כבוד ס'האט זיך אים נישט אויסגעארבעט, אבער אינטערנעט איז דאך א פראבלעם, קוש מיך, זיי געזונט, פארגעס. אין די צייט האבן שוין די זאלונים און אלע קהילות געמאכט כמה וכמה כינוסים אין אלע געגנטער אין די וועלט, איינגעפירט תקנות גדולות און אויפגעטוהן א וועלט, ביז.... ביז סאטמאר האט באשלאסן אז מ'נעמט צוזאם גאנץ וומסב'ג פאר איין גרויסער כינוס, באאאאאאאם, די רעסטלער פארטיי איז דא, מ'מאכט א כינוס אינעם זעלבן שטאט די זעלבע טאג וואסייסט, אינטערנעט איז דאך א חורבן איום ונורא, זאג נאר אהרן אינטערנעט איז היינט געווארן א חורבן? וואסטעך יעצט דערמאנט?? דיין ברודער ר' זלמן לייב האט שוין געמאכט "זעקס" כינוסים און דו?? יא? מ'קען אנדרייען? מ'גייט מאכן א פאליטיק דערפון פארוואס ווייל די זאליס האבן נישט געלאזט מענדעלע'ן רעדן?? ס'גארנישט איך העט אים ווען אויך נישט געלאזט וד"ל, ווער ווייסט וואס ער קען זיך נאך פאררעדן ער איז דאך נאר זיין טאטן'ס א זוהן. בקיצור, ריזיגע פלאקאטן אין אלע גאסן און אינעם גוט מארגן מעלדן אז מ'גייט מאכן א כינוס אויף רחוב "טעילאר הענקי"! ווי עס קען אקאמאדירן אן ערך פון באלד אכט טויזנט מענטשן, המממ.... אכט טויזנט מענטשן, קען זיין אבער פאר וועם?? ווער גייט קומען? ביי די וואלן ברענגט עטס ארויס א קארגע צוויי אהאלב טויזנט שטימען שוין מיט די פרויען און די געפעלטשטע אריינגערעכנט פאר וועמען אכט טויזנט?? וואאאף! דא זענען דא ארונים אין א פראבלעם אריין, די איבעריגע צוויי און פערציג טויזנט וואס זענען געווען ביים הדלקה און ביי די הקפות טענה'ן יעצט דיסקרימענאציע, היתכן פאר זיי שטעלט מען נישט צו קיין פלאץ?? למה נגרע? לאמיך אייך איין זאך זאגן די ארונים דא האבן איין ציל, אונטערברענגען זלמן לייבן'ס כינוס ווייל זיי האלטן נישט אויס אז וויליאמסבורג פאראייניגט זיך אונטער דעם אויסגעשפילטן ברודער וואס האט אום ח"י סיון צעווארפן אהרן'ס פלענער, זיי קענען דאס נישט אראפשלינגען דהריבער ארבעטן זיי אויף אלע פראנטן קעס און כלים איבערצודרייען, עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז אהרן האט זיך היינט באטייליגט ביי א שבע ברכות אפגעראכטן פאר גאלאנטא רב, דער פון התאחדות וועם אהרן האט געשפיגן אין פנים, כדי אים צו פרובירן צו שלעפן צום כינוס אזוי אז נאך איין רב זאל זיין פארמישט און נישט וויסן צו וועם צו גיין! ער איז ארויס פון דארט מיט גרויס ליצנות נאכדעם וואס גאלאנטא רב האט אים געשאסן עריטוד פון דא ביז פינף צאנז קאורט, ס'ארבעט זיך זיי נעבעך נישט אויס ווען אלע קהילות אין שטאט שטעלן זיך יא צי צו די זאלוינישע כינוס אבער דער קאנצעפט פון שנאה מקלקלת את השורה איז אין פולן קראפט!
דאס איז דער זעלבער שרייבער פון פאריגע וואך...!!
sefish
רבונו של עולם!! ווי האלטן מיר?טוטס תשובה! איך מיין נישט דא פאליטיק, איך האלט נישט אז רבי אהרן מסאטמר וואלט דאס צוגעלאזט!!"וויזוי האט מען נישט מורא פון א בין אדם לחבירו זינד?
כעל מאכן א סך הכל פון מיינער רעיונות און געפילן בקיצור, ותן לחכם ויחכים,
1. א "געמישטע" אסיפה און די שטאט "וויליאמסבורג", האט קיין ברעקל תועלת אינעם געביט פון "אינטערנעט",
אינעם געביט פון "קידוש השם"? יא אוואדי! אינעם געביט פון "אחדות"? (אויב זאל ווען זיין)? יא זיכער, אבער אינעם מלחמה נגד טעכנאלאגיע, זערא, נול, זילטש,
2. די מארגנים פון די ארגינעלע וומ"ב אסיפה זענען אדער שוטים, אדער תממי לב אומוויסנד ווי טיף ליידער די סאטמארע ריס איז, אדער זענען זיי שלעגער און בעלי מחלוקת,
3. כהיום יום, זענען ביידע אסיפות קאפוט! "אינעם געביט פון אחדות", ס'פינישט, און גארביטש, ואין להשיב, ביידע זענען אפגעשטעמפלט אלס "סאטמארע" שא"ו דאו"ן אסיפות,
4. אויב איז דא א געווינער אדער א פארלירער אין די סאטמארע שמוץ, גייט עס נישט פאסירן זונטאג, ווייל 14 יאר מעסט מען שוין מענטשן און מ'גייט נישט קלוגער ווערן פון נאך איין כנסי' אחת מני אלף, דער געווינער איז שוין באשטעטיגט איידער די אסיפה עפנט זיך אויף,
5. דער סאטמאר רבי, ר' אהרן שליט"א וואס איז נישט קיין מאמין בכלל אינעם גאנצן קאנסעפט פון די סארט סיטיפיעלד אסיפות, האט זייער ערענסט געוואלט אנולירן דעם גאנצן אסיפה מטעם זה, ווייל ער וויל נישט קיין אסיפה ווי ער איז געבינדן צו אנדערע קהלות סטענדערדס אין תקנות, פאר זיינע חסידים איז ער דאך ממילא דער העכסטער אטאריטעט, נו וואס גייט א פרעמדער רב אויפטאן,
6. נאר היות מ'האט מחליט געווען אז ביי די חומותיך אסיפה גייט בלויז קהל סאטמאר מהר"א מאכן די החלטות, און ווער ס'נישט צופרידן האט ווי צו גיין אויף א אנדערן מקום בכבוד גדול, האט ער מסכים געווען,
7. בזאת תבחנו: טראץ וואס עס וואלטן געווען די והותר קאנדידאטן פון פרעמדע רעדנער, שטארק סימפאטיקער צו ר' אהרן, האט מען מחליט ע"פ בקשת דער רבי פערזענליך אז נאר ממש פנימי רבנים זאלן רעדן, טאקע צוליב טעם הנ"ל, אזא גאטונג, ווי ר' מענדל, ר' יעקב ווייס, וכדומה
8. והשתא דאתיין להכי, ווען ס'גייט קומען למעשה צו די אסיפות זעלבסט, גייען די אלע פאליטיק חאזעריי שוין נישט זיין רעלעווענט, קיינער גייט נישט דא געווינען גארנישט עפעס דראסטיש, קען זיך יעדער גיין צו זיין אסיפה ווי ער שפירט זיך באקוועם מיט די ריינע ערליכע כוונות, ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו,
I ma so sorry i forgot to add that its not my piece, i got it on one of the msgng groups. So dont attack me, i don't know the details
עס איז גארנישט שלעכט אז האסט פארגעסן אז די ניק איז א נייטראלע ניק... עס וועט זיך דיר פון יעצט און ווייטער גרינגער שרייבען נישט דארפן לעבן א דאבל לייף.
thats the fact i got it on whatsapp, now you can say whatever you want
@ גאלד, הערליכע סך הכל, אבער דאס וואס דו שרייבסט
גאלד
7. בזאת תבחנו: טראץ וואס עס וואלטן געווען די והותר קאנדידאטן פון פרעמדע רעדנער, שטארק סימפאטיקער צו ר' אהרן, האט מען מחליט ע"פ בקשת דער רבי פערזענליך אז נאר ממש פנימי רבנים זאלן רעדן, טאקע צוליב טעם הנ"ל, אזא גאטונג, ווי ר' מענדל, ר' יעקב ווייס, וכדומה
דאס זאגט מען געווענליך נאכען נישט מצליח זיין מיט ברענגן עפעס בעסערעס.. ווייל תקנות מיט רעדנער האט נישט קיין שייכות, מוהר"א קען ווייטער אויסשליסליך מאכען די תקנות און מען קען ברענגן קנאגעדיגע רענדער פון די פרעמעד עס מעביר צו זיין.
איר האט א פוינט, אבער למעשה זאגט איר א קאנספירעסי און א השערה, אבער איך זאג אייך פאקטן פון גאר קראנטע מקורות, אז דער רבי האט זיך אויסגענומען די תנאים,
פארשטייט זיך איך קען קיינעם צווינגען צו גלייבן, און אז איינער וויל נישט גלייבן האט ער אויך רעכט דערצו
חומותיך 'וויליאמסבורג' הממממממממ....
📎 EE.JPG
חחחחחחחחחחחח
הממממ?
📎 IMG-20130530-WA015.jpg
משוגע. איז נישט דעי כינוס פאר ווילי ?
מקען פארגעסן פון א כינוס אין מאנרא,
אנגעהויבן האט זיך עס מיט א כינוס פאר וויליאמסבורג, און איז פארוואנדעלט געווארן און א כ"א כסלו
די מעמדים האבן שוין לאאאנג גארנישט מיט ווילי און מיט אונטערנעט, עס קומט פשוט פאר דארט ווייל דארט איז דא אזאלכע פאסיגע שטחים, און ווייל דארט איז דא גוטע 4G
דערמאנסט מיר,
איינער האט געפרעגט א אינגערמאן ביי איינע פון די אסיפה, וואס האלט איר איז די לייזונג צו די אינטערנעט, זאג דער אינגערמאן, 5G
א גרויל זיך צו טענען וואו סגייט זיין דע רבי און יענע רבי
א טייל רבנים זענען סך הכל גראבע יונגען וואס ליינען קאווע שטיבעל און פאטשען זיך די בייכער אז מיר רעדען פון זיי, אנדערע זענען סתם ליידיגע זעק און שטריק וואס זוכען יעדע נאכט וואו צו גיין טאנצען די 6טע הקפה ניגון נאכען אויפשטיין פון שינת צהריים
לאמיר בעסער ארומטענהן וואו סגייט זיין מער עשירים
אליזער קעסטנבוים גייט צו יוניאן
יצחק ראזענבערג גיין צו טעילאר
מענדעל שווימער פון מאנרא קומט אריין? אויב יא גייט ער צו יוניאן
מדארף ארבייטן אויף נוטראלע עשירים וואו יונתן שטראסער
נו ווער האט מער מיליאנערן?
איינער וויסט וואס מען גייט טיילען, ווי ? פרעצל'ס ? דעיניש ? וואסער ?
ווי גייט מען טיילען מער ?
שרייבעראגב, מיט וועם האט זיך גאלאנטא רב משדך געווען?
זיין עלטסטע אייניקל בת חתנו רז"ל הורוויץ (ב"ר בעריש מספינקא) האט חתונה געהאט, עב"ג ב"ר יהודה יואל דייטש (בן פריימאן וחתן קראלי(גראס)-ב"פ)
כינוס לשמור ולעשות
סדר המעמד
Following is the "Seider Hamamed" at the historic Kinus 'Lishmor Velasos' coming Sunday at the huge Union-Lot: Will start with Tfilas
Mincha 6:30; then will b Pirkei Tehillem by Hght"z Avd Tzelehm; Divrei Psicha by Hght"z Avd Dushinskie; Drushas by Rabbin & Admor M'Vien
Divrei Neila by Hrh"g Chaim Feivel Schnebalg Monsey; Kabulas Ol Malchis Shumayim by Hrh"k M'Skulen. Mi Roie Es Eili Yoitzim Veino Yotza!!
יעצט צוריקגעקומען פון בית הטבילה.
אונטערן וואסער איז מיר איינגעפאלן אז דאס וואס שאצע רבי זצ"ל שרייבט אין דעם פריש אנדעקטע בריוו, אז חסידי סאטמאר זענען תלמידי קרח, איז א דירעקטע רמז אויף די "צוטיילטע צוזאמענקום" וואס קומט פאר א' קרח.
א ווייטע בליק פון א צדיק
און א טבילה פון קאווע טרינקער..
איך האב נישט געוואוסט פרויען גייען אזוי פרי ... (לפי האוועטער)
קאווע טרינקעריעצט צוריקגעקומען פון בית הטבילה.
אונטערן וואסער איז מיר איינגעפאלן אז דאס וואס שאצע רבי זצ"ל שרייבט אין דעם פריש אנדעקטע בריוו, אז חסידי סאטמאר זענען תלמידי קרח, איז א דירעקטע רמז אויף די "צוטיילטע צוזאמענקום" וואס קומט פאר א' קרח.
א ווייטע בליק פון א צדיק
און א טבילה פון קאווע טרינקער..
😂 😂 😂
יהללוך זר(זהב), ולא, פיך!
got this
אזויווי די וויליאמסבורגער לצים-קליקע פרובירט צו בארעכטיגן זייער הימל-שרייענדע בגידה אין מערכות ישראל קדושים - מיט א נארישן אויסרייד כאילו מ׳האט עפעס נישט געוואלט זייער לאקאלער מנהיג זאל אויפטרעטן; איז וויכטיג קלארצושטעלן דברים כהויתן: ווען די וויליאסמבורגער עסקנים האבן זיך צוזאמגענומען וועגן דעם כינוס, האבן די לצים געשטעלט א תנאי אז מ׳טאר נישט דערמאנען קיין ווארט ביים כינוס וועגן משומר פילטערס, וואס איז לעת עתה דער איינציגסטער אויסגעהאלטענער פילטער אויפן מארק - נאר צוליב וואס דער אני אמלוך ביגאט פון מאנראו האט עס נישט אויפגעטראפן. אויף דעם האט דער ווינער רב שליט״א קלארגעשטעלט אז דאס קומט נישט אין באטראכט, און אויב האט מען אזא מורא׳דיגן פראדוקט און מ׳וויל מעורר זיין אידן דאס צו נוצן, קען מען עס נישט אפשטעלן צוליב ענגע פאליטישע אמביציעס. די קליין-קעפיגע ארוינים האבן פארשטייט-זיך חוצפה׳דיג אפגעווארפן ווינער רב, און געלאפן פראקלאמירן אן אייגן כינוס. וואס טוט מען אבער אז די גאס וועט עס נישט וועלן קויפן אז מ'האט צוליב אני ואפסי געשטערט א כינוס אחדות? הייבט מען אן וויינען וועגן ר' מענדל, בעת דאס איז אינגאנצן נישט געווען זייער סיבת התנגדות! אט דערפאר האבן זיך אלע רבני וויליאמסבורג, אין שפיץ פונעם גרויסן ראש מערכת טוהר ישראל דער סקולענער רבי שליט״א, זיך ארויסגעשטעלט פולקאם פארן עצרת לשמור ולעשות במקהלות רבבות. אט די שוידערליכע עזות ובגידה נוראה פונעם כת המהרסים והלצים האט ווידעראמאל קלאר געשטעלט אז נישט קיין מיהאלאוויץ האט זיי צוריקגעהאלטן פון קומען צום כינוס כלל ישראל פאריאר, נישט דיין אידישקייט אינטערעסן האט זיי אפגעהאלטן פון מתקן זיין תקנות משך די לעצטע יאר צייט וועגן אינטערנעט, נאר דער אני ואפסי איז זיי געשטאנען פאר די אויגן, און דאס פירט זיי ווייטער טיף אין דער וואנט אריין. יחקקו לחרפה ולדראון עולם!
בקיצור צד הגז"ל דארפן עפעס ספינען און ספינען ביזן סוף, גיי פארשטיי פארוואס?!
sefishgot this
נאר דער אני ואפסי איז זיי געשטאנען פאר די אויגן, און דאס פירט זיי ווייטער טיף אין דער וואנט אריין. יחקקו לחרפה ולדראון עולם!
אמת׳דיג?? מען ווארפט רח״ל די קהלה איינמאל און נאכאמאל צום דראון וחרפון עולם, וופיל איז די שיעור? אביסל רחמנות..!
און ווי אזוי באווייזן זיי זיך כסדר ארויס צו זען דערפון? אנגעהויבן פון קשר בוגדים שיקט מען זיי אהין יעדן דריטען מיטוואך, און באופן פלא דרייען זיי זיך ארויס דערפון... הלא דבר הוא..!
אגב, 1) האסט געשריבען ווי א שחץ קעגן א מנהיג בישראל, עס איז נישט אויס געהאלטן ע״פ דת תורתינו ונשיא בעמך לא תאיר, און עס איז נישט אויסגעהאלטן לפי תקנות המקום,
2) די ארונים האבן א ענליכע פילטער ווי משומר, מאנכע זאגען אז עס איז בעסער, (כך שמעתי)
בדחןאגב, 1) האסט געשריבען
sefishgot this
איינער האט געניצט שלא ברשותך דיין ניק אז דו ווארפסט אראפ פון דיר די אחרוית?
דא איז דא רולס, מען רעדט נישט דא די ראדני/הופער מקווה שפראך, און עס איז דא מצוות וואס בינדט אונז אראפ בעפאר די שנאה צו איינע פון די צוויי רבנים.
אינטערעסאנט, די אויסטרעפער פון משומר פילטער זענען געזיצן מיט מהר"א זעלבסט שוין פאר א יאר און דן געווען וועגן דעם, און מהר"א האט געהאלטן אז די צייט איז נאכנישט רייף צו גיין דערמיט (נישט אז ער איז דערקעגן, נאר ס'האט א געוויסע עקסטרים), און פלוצים זאל אים דא שטערן משומר? כאילו די זאלונים האבן אויסגעטראפן משומר (און כאילו די זאלונים נוצן משומר....)
קרעקער
מענדעל שווימער פון מאנרא קומט אריין? אויב יא גייט ער צו יוניאן
מדארף ארבייטן אויף נוטראלע עשירים וואו יונתן שטראסער
נו ווער האט מער מיליאנערן?
וועט ער כאטש נאכלאזן עפעס רענט פאר די יוניאן הייזער זיינע?
@selfish געב ביטע איבער פאר דיין מקור בשמי אז ער האט אויפגעקאכט א פיינע טאפ קאשע, אז ער וויל קען ער עס פיטערן פאר זיינע קעלבער
ודי בזה
דאס איז ביי מיר מער ווינציגער קלאר אז דער איינציגער געווינער פון די כינוסים אין ווילי איז די "סמארט פאון".
איך בין אבער מסופק ווער וועט מער געווינען.
די אייפאון 5
די נייע געלעקסי S4?
די נייע בלעקבערי Q10 וואס קומט ארויס אי"ה דעם קומענדיגן מיטוואך אין טי-מאביל און דאנערשטאג אין ווערייזאן.
דאס איז די נייע בלעקבעריי BB10 מיט א קיבאורד ווערסיע.
לדעתי, איז ווען יושר אז איחוד הקהילות זאל באקומען 10 פראצענט קאמישאן פון די סעליולער נעטווארקס לויט וויפיל נייע סמארט פאונס וועלן געקויפט ווערן די קומענדיגע וואכן.
עסקנים ביים מעמד
📎 BLx66slCcAAI4hv.jpg
עימיצער געט דירעקציעס ביי טעילאר

זר'עלע, אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן שווייגט מען, נישט מען ברענגט בילדער שלא מן הענין, אזוי ווייזט איר נאר אז די שטיין איז יא געלונגען.
האסט עפעס געפרעגט?
דיין ניק מעטשט נישט דיין אטיטוד, געב א שמייכל און גיי ווייטער.
אפילו הרב גאלד האט הנאה געהאט.
פליעז איינער זאל מיר אפדעטען. איז דא עפעס א למעשהדיגע טויש? נייע גזירות? אדער סתם דרשות.
עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו נאטירן די געווינער און פארלירער פון ביידע אסיפות נעכטן נאכט.
לדעתי, די רבנים וועלכע האבן זיך נישט באטייליגט ביי קיין איינע פון די אסיפות, זענען די גרעסטע געווינער, ווייל זיי האבן געצייגט אז זיי שטייען העכער די ביליגע פאליטישע קאץ-מויז שפילן.
געווינער:
כ"ק אדמו"ר מפאפא
אדמו"ר מגאלאנטא
אב"ד קראלי
אב"ד דינוב
אב"ד וויזניץ מאנסי
אב"ד שאפראן
אב"ד פריימאן
ועוד ועוד רבנים וועלכע האבן בויקאטירט ביידע אסיפות, וועמענס נעמען איך געדענק נישט פונקטליך.
פארלירער:
די מערכה קעגן אינטערנעט האט די מערסטע פארלוירן. אלע רעדן בלויז ווי ס'איז געווען מער מענטשן, און ווער עס פלאצט.
האלוי. ביי ביידע אסיפת האבן זיך משתתף געווען רבנים און ערליכע בעלי בתים. טויזענטער אידן וואס ווילן זיין ערליך און פרום. מען האט גדרשנט ביי ביידע אסיפות וואס דער אייבערשטער וויל אידישע קינדער זאלן הערן און די התעוררות איז געווען מלא על כל גדותיו. אז דו האסט געוואלט זיצען אינדערהיים האסטו געהאט די ברירה פונקט ווי שאפראנע רב אבער זאג נישט די מערכה האט פארלוירען. ווען אסאך אידן זענען געשטאנען אין די ליין נאך די אסיפה צו פילטערען זייערע סעלפון. איך האב זיך מקבל געווען נישט צו ניצן דעם סעלפון ווען איך בין אין שטוב מיט די קינדער.
ווי איך בין געווען האט קיינער נישט גערעדט ווי סי געווען מער מענטשען מען האט געקענט טאפן די רוחניותדיגע התעוררות מיט די הענט בעת די עיני העדה האבן גערעדט צום פאלק אויפריכטיגע רייד.
נאטרוליסטעס וואלט געווען אינטרעסאנט צו נאטירן די געווינער און פארלירער פון ביידע אסיפות נעכטן נאכט.
לדעתי, די רבנים וועלכע האבן זיך נישט באטייליגט ביי קיין איינע פון די אסיפות, זענען די גרעסטע געווינער, ווייל זיי האבן געצייגט אז זיי שטייען העכער די ביליגע פאליטישע קאץ-מויז שפילן.
געווינער:
כ"ק אדמו"ר מפאפא
אדמו"ר מגאלאנטא
אב"ד קראלי
אב"ד דינוב
אב"ד וויזניץ מאנסי
אב"ד שאפראן
אב"ד פריימאן
ועוד ועוד רבנים וועלכע האבן בויקאטירט ביידע אסיפות, וועמענס נעמען איך געדענק נישט פונקטליך.
פארלירער:
די מערכה קעגן אינטערנעט האט די מערסטע פארלוירן. אלע רעדן בלויז ווי ס'איז געווען מער מענטשן, און ווער עס פלאצט.
איך לייק נאר די ערשטע העלפט, וכפיינע קאווע