☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אינטערנעט אסיפות אין ווויליאמסבורג ?!

אינטערנעט אסיפות אין ווויליאמסבורג ?!

271 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3911
בלאט: 1 2 3 4 5 6

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:33 pm

· #122481
פארוואס ווייסיך אויך נישט. אפשר ווייל ס'דא מער זאליס ווי ארוינים

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:36 pm

· #122482
און די בילד אויף גוגעל פון טעילאר מאכט נישט סענס. סיז צו גרויס אפילו פאר א בילד. א בארא פארק גאס (פון איין עוועני צון צווייטן) איז בערך אזוי לאנג. נישט א ווילי גאס.

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:40 pm

· #122483
האמנתי כי אדבר, דער בילד האב איך צאמגעשטעלט, ס'איז אויפן האר די זעלבע zoom size, איך בין דיר מכבד עס צו וועריפייען, דער טעילער גאס איז גראדע לפי החשבון עטוואס מער סק. פיס ווי דער יוניאן לאט, ס'נאר נישט שייך צו כאפן אזא לאנגע בילד נאר פון א העליקאפטער,

ממילא הדרא קושיא לדוכתי' ווי נעמסטו די השגות אז ביי יוניאן איז בכלל געווען מער מענטשן ווי טעילער

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:43 pm

· #122487
נישטא קיין קשיא. דאס איז מיין קלארער שאצונג, אן א ספק. און שולדיג זענען די בילדער פון טעילאר.

עפל סדר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:47 pm

· #122490
גאלד
האמנתי כי אדבר, דער בילד האב איך צאמגעשטעלט, ס'איז אויפן האט די זעלבע zoom size, איך בין דיר מכבד עס צו וועריפייען, דער טעילער גאס איז גראדע לפי החשבון עטוואס מער סק. פיס ווי דער יוניאן לאט, ס'נאר נישט שייך צו כאפן אזא לאנגע בילד נאר פון א העליקאפטער,

ממילא הדרא קושיא לדוכתי' ווי נעמסטו די השגות אז ביי יוניאן איז בכלל געווען מער מענטשן ווי טעילער


אין די לענג קען מעו זיך דינגען אבער אין די ברייט איז זיכער די יוניאן לאט 4 מאל ברייטער ווייל אין יוניאן איז געווען 4 סעקשאנס פין מער בענקליך ווי די 1 אין טעילאר

עפל סדר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:50 pm

· #122494
אין קוק אויף די בילדער פין טעילאר וועסטו זעהן אז ס'פיט ארייין א בענקל צווישן איין בענקל אין די אנדערע

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:15 pm

· #122512
יעצט געקוקט זיי ליגן איינסלעבנס אנדערע, איך ווייס נישט וואס די האקסט א טשייניק,
בכלל, איך האב א שטארקע חשש אז דער יוניאן לאט איז נישט געווען אינגאנצן באזעצט, ווייל דער פיקטשער כאפער איז דאך באצאלט צו כאפן נאר בילדער פון באזעצטע מקומות, און למעשה האט דאך געליקט בילדער פון גרויסע ליידיגע שטיקער ביי די פיק פונעם פראגראם, בנוסף צו די ברייטע דורכגענג וואס איז אומלייקנבאר, און קיין שטייערס זעהט מען אויך נישט, ממילא ווער ווייסט,
לאידך גיסא, פון טעילער איז דערווייל נאך נישטא קיין איין בילד וואס זאל מציע זיין אז מ'איז דארט נישט געווען ציקוועטשט ווי סארדינס, דער יו-טוב קליפ צייגט קלאר אז די גאנצע גאס איז געווען שווארץ פון מענטשן פון איין עק ביזן אנדערן,
ממילא איז דא א שטארקע מקום לומר אז אין טעילער איז אפשר געווען א שטערקערע ציבור, עכ"פ צו מציע זיין אז ביי יוניאן איז געווען טאפעלט, האט קיין שום לאגיק,

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:20 pm

· #122516
יוניאן איז געווען אלעס אנגעפילט! און ס'געווען אויף א שטח וואס מ'האט נישט געקענט זעהן פון איין עק צום צווייטן אן א שפאקטיוו.

ביי איין עק לינקס איז איין שטח פון די בחורים געווען שיטער, אבער דאס האט זיך אויך אנגעפילט מער אינמיטן פונעם פראגראם.

ס'געווען דאפעלט און פלאס. אן א ספק.

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:24 pm

· #122518
עפל סדר
גאלד
האמנתי כי אדבר, דער בילד האב איך צאמגעשטעלט, ס'איז אויפן האט די זעלבע zoom size, איך בין דיר מכבד עס צו וועריפייען, דער טעילער גאס איז גראדע לפי החשבון עטוואס מער סק. פיס ווי דער יוניאן לאט, ס'נאר נישט שייך צו כאפן אזא לאנגע בילד נאר פון א העליקאפטער,

ממילא הדרא קושיא לדוכתי' ווי נעמסטו די השגות אז ביי יוניאן איז בכלל געווען מער מענטשן ווי טעילער


אין די לענג קען מעו זיך דינגען אבער אין די ברייט איז זיכער די יוניאן לאט 4 מאל ברייטער ווייל אין יוניאן איז געווען 4 סעקשאנס פין מער בענקליך ווי די 1 אין טעילאר



לול פאר זיך דינגען

טעילער איז א בלאק לאנג
יונאן איז אפשר אן אכטל פין די לענג פין די בלאט

ס'איז קלאר אז טעעלער האט געהאט א גרעסערן ציבור מער צישטיפט אין נישט געהאט די ריזן בלעק האלס ווי יונאן

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:29 pm

· #122522
אקעי, מסכים, מצידי בין איך פארטיג מיט דעם ספעציפישן דעבאטע, איך האמעך שוין אפגעזאגט וואס איך האב צו זאגן,

ידידך הנאמן,
גאלד,

עפל סדר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 7:42 pm

· #122570
אין איך טענה מיר נאך מיט זיי

סאיז ממש נישט משיג צו זיין די חברה

האלאו וואס טוט די סמיילי? ס'וויינט ניין? 😃

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 7, 2013 3:08 am

· #122726
דאס אז יעדער פאר זיך זאל האלטן אז זיין כינוס האט געהאט מער מענטשן איז ערווארטעד, און מ'קען זיך טענהן ווי לאנג מ'וויל, קיינער גייט קיינעם סייווי נישט איבערצייגן.

די אויסגאבע 'דער בליק' (וואס איז אפעציעל זאלויניש געשטומט) האט אפאר 'קלאוס אפ'ס' פון ביידע פלעצער, עס איז כדאי פאר ווער ס'וויל באמת וויסן וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן דער ציבור אויף ביידע פלעצער אריינצוקוקן דערין. ביי די יוניען בילדער זעהט מען א שיינע מספר ליידיגע בענקלעך 'אין די פאדערשטע רייען', ווי אויך זעהט מען קליינע קינדער זיצן דארט. ביי די טעילאר כינוס זעהט מען אז ס'זענען געווען אסאך שטייערס, קיין ליידיגע בענקלעך און מער א עלטערע ציבור. (און ס'איז נאכאמאל כדאי צו דערמאנען, דאס איז דער בליק וואס זאגט אפן 'איך בין א זאלי'. דאס זענען שוין די גוטע בילדער, דא אינעם שטיבל זענען געווען אנדערע בילדער פון די בעק פון יוניאן, ס'איז כדאי א בליק צו טוהן.)

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 3:14 am

· #122727
נו. איז אזוי ווען ביי יוניאן איז איז דא 4000 בענקלעך אדער מער און אביסעל איז ליידיג און ביי טעילאר איז דא 1500 בענקלעך אנגעפילט איז דאך ביי טעילאר געווען מער מענטשן... מדארף זיין בלינד שטים און קליין צו זאגן אז ביי טעילאר איז געווען מער.

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 3:15 am

· #122728
און כזעה נישט די בליק. אבער אויב איז דארט דא ליידיג אויבן אן איז עס בילדער פון די ערשטע שעה. סגעווען געשטאפט רוב צייט.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 7, 2013 4:03 am

· #122733
זר זהב
נו. איז אזוי ווען ביי יוניאן איז איז דא 4000 בענקלעך אדער מער און אביסעל איז ליידיג און ביי טעילאר איז דא 1500 בענקלעך אנגעפילט איז דאך ביי טעילאר געווען מער מענטשן... מדארף זיין בלינד שטים און קליין צו זאגן אז ביי טעילאר איז געווען מער.



אצינד בלייבט אן אויסוואל פון איינע פון די צוויי, אדער בין איך אן אנדערע חברים דא בלינד שטום און קליין, אדער שרייבט זר זהב ליגענט. היות איך האב באווייזן אז די ערשטע מהלך קען נישט שטימען, והא ראי איך האב געליינט זר'ס תגובה, מוז מען אננעמען אז זר שרייבט נישט דעם אמת.

איי ער פרעגט דאך גאר גוט, די ארוינים האבן דאך געהאט נאר 1500 בענקלעך און די זאליס 4,000 וויאזוי קען עס שטומען? האט שוין זעמל אויף דעם געענטפערט בשם די מפרשים אז (נח איז בכל נישט געווען בלינד) ס'נישט אמת אז די ארוינים האבן געהאט 1500 בענקלעך און די זאליס 4000. יעצט שטומט שוין אלעס.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 7, 2013 4:07 am

· #122734
זר זהב
און כזעה נישט די בליק. אבער אויב איז דארט דא ליידיג אויבן אן איז עס בילדער פון די ערשטע שעה. סגעווען געשטאפט רוב צייט.



זאג נאר, די בילדער דא אויף קאווע שטיבל האסטע יא געזעהן? דא איז געווען בילדער פון אינמיטן כינוס ווען ס'איז שוין געווען היבש טינקל, געשטאפט איז נישט געווען. (אויב ווייסטו נישט וואס געשטאפט מיינט וועל איך דיר גיבן א סימן, ליידיגע זיצן און ברענטשעס, ברייטע דורכגענג פון אלע פיר זייטן און אויך אינדערמיט מיינט 'נישט' געשטאפט)

אשכולות אויפוועקער » מאנטאג יוני 16, 2014 8:04 am

· #206203
אויפגעוועקט צום יארצייט

signout » מאנטאג יוני 16, 2014 11:33 am

· #206232
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3911">viewtopic.php?f=33&t=3911&start=200</a><!-- l -->

signout » מאנטאג יוני 16, 2014 6:08 pm

· #206293
לכבוד ח''י סיון
אבי גערעדט
באקומען אין אישי:

היינט איז געווארן 14 יאר פון די היסטורישע טאג ח"י סיון תשנ"ט
לאמיר אביסל אריבער גיין יענעם טאג און די תוצאות 14 יאר שפעטער

איך וועל אנהייבן מיט די ערשטע הבטחה און טענה וואס איז זייער אוקטואל היינט
די ערשטע טענה יענעם טאג פון די מחרחרי ריב איז געווען
פארוואס קען נישט זיין 2 סאטמאר קהילות???
נו מיר האלטן 14 יאר נאכדעם און צום גרויס שטונונג דעם זעלבען טאג
קומט ארויס די נייעס אז ס'גייט זיין אין ווילאמסבורג 2 כינוסים א' קרח
פארוואס דארף זיי צוויי נישט איינס אזויווי אין יעדע שטאט???
ווייל מהרז"ל וויל נישט בשום אופן זיצן און הערן זיין נעפיו רעדן
פרעגט זיך די שווערע קשיא פארוואס קען נישט זיין 2 סאטמאר קהילות???
און ווי שוין ארויס געברענגט איז טאקע הערן רעדן הגה"צ אבד"ק סאטמאר וומ"ס
ערגער ווי הערן רעדן ענגלישע דרשות???
ערגער ווי הערן רעדן אז גזירת גיוס איז א ביטול תורה גזירה???
ערגער ווי טרעטן אויף תקנות מיהלוביץ???
וואס שטערט דיר אז הגה"צ אבד"ק סאטמאר ווילאמסבורג וועט רעדן???
פארוואס קען נישט זיין 2 סאטמאר קהילות???

די צווייטע טענה יענעם טאג פון די מחרחרי ריב איז געווען
אז די דיינים דארפן האבן א ווארט אין די קהילה
נו מיר האלטן 14 יאר שפעטער האבן זיי א אייגינע ווארט???
קען א דיין דארט זאגן אז מען זאל איבער קוקן צומות הגידין???
קען א דיין דארט זאגן אז מען זאל זאלצן מיט שטיין זאץ???
האט א דיין די אייגענע דעה צו פסק'נען???
קען ער זאגן זיין אייגענע דעה אויף חיטים מצומחות???
קען ער זאגן זיין אייגענע דעה אויף גיין אין בג"ץ???
אדער איז דארט געבליבן די אלטע טרור אויף די דיינים
און ווער ס'זאגט נישט וואס די טרוריסטן ווילן זהעט עס סוף חודש אויפן טשעק???

די דריטע טענה יענעם טאג דורך די מחרחרי ריב איז געווען
נועם המידות, די אלטע חברה זענען שלעגער
נו מיר האלטן 14 יאר שפעטער איז נאך דא א ספק אין דעם???
ווער איז דער נועם המידות??? דער סימבאל פון מידות טובות???
טאקע די נייע געגרינדערטע ח"י סיון קהילה???
ווער שרייט נאך יעדע וואך די וואס טראגן מיט'ן עירוב???
ווער שיקט שלעגערס פאר ווער ס'גייט נישט אין שפאן???
די ליסטע איז אזוי גרויס אז ס'איז א שאד אנצוהייבן

די פערטע טענה יענעם טאג דורך די מחרחרי איב איז געווען
רבי זי"ע להחזיר עטרה ליושנה דער רבי זי"ע
נו מיר האלטן 14 יאר שפעטער איז טאקע די עטרה צוריק אין יושנה???
ווער פירט א ישיבה וואס הייבט זיך אן יעדען טאג 2 נאכמיטאג אן קיין פארטאגס???
ווער פירט א ישיבה ווי לערנען כשיטת החת"ס איז א בזיון???
ווער פירט א ישיבה וואס טרעט אויף די תקנת הישיבה פון רבי זי"ע???
ווער פארט אויף א"י און נעמט מיט לשיטתו 2000 מענטשען היפך דעת רבי זי"ע???
ווער געבט הסכמות אויף ספרים אנדערש ווי דער רבי זי"ע???
ווער טיילט געלט פאר אידן און מוסדות נאר מיט חשבונות פון פאליטיק???
ווער מישט אריין ביליגע פאליטיק אין יעדע זאך פון אידישקייט???

הרבה יותר ממה שכתוב כאן יש לנו לכתוב
אבער אין אזא טאג דארפן מיר חזר'ן און דאנקן
ברוך הוא אלוקינו בזכות רבותינו
שהבדלנו מן התועים און מיר האבן ווייטער א מנהיג
וואס ביי עם שטייט אידישקייט העכער אלעס
און די רודפי אחר הכבוד המדומה זענען נישט ביי אונז.

מודה אני » מאנטאג יוני 16, 2014 6:29 pm

· #206299
אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט צום יארצייט

go back to sleep

פלעין יודיש » דינסטאג יוני 17, 2014 6:55 am

· #206359
מודה אני
אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט צום יארצייט

go back to sleep

אויפגעוועקט
געזאגט @מודה אני
go back to sleep
געב עס כאטש א מינוט גיי דאווען עס א גיטע פרישטאג....
פארוואס שוין ציריק גיין שלאפן?
בלאט: 1 2 3 4 5 6