☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » די טיילונג אין אונגארן און איר לערע

די טיילונג אין אונגארן און איר לערע

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #389

געצל » דינסטאג אפריל 17, 2012 2:02 am

· #4947
די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
איך בין זיכער אז יעדער ווייסט פון דער היסטארישער טיילונג אין אונגארן, אויב ווייסט מען נישט די פונקטליכע היסטאריע דערפון, האט מען אבער זיכער שוין דערפון געהערט.

איך וועל אנהייבן מיט א קורצע איבערבליק וואס עס איז געווען, און רעדן פון איר לערע אויף אונזערע צייטן און אויך בארירן דעם ענין וואס אונזערע צייטונגען רעדן נישט איבער די נושא.

אין קורצן איז די מעשה אז בימיו פונעם חתם סופר האבן זיך די רעפארמער געהויבן די קעפ, וואס ביז דעמאלט איז כלל ישראל געווען מער ערליך געשטימט אבער דאן איז אריין א פרייהייט גייסט און מען האט זיך גענומען משנה זיין און פארבעסערן דאס אידישקייט, וואס האט געמאכט א שטורעם אויף די אידישע גאס, און די רבנים האבן געזוכט עצות צו דערשטיקן דעם אויפשטאנד אויף די אידישע מסורה. דער חתם סופר זצ"ל האט געפירט א העפטיגן קאמף מיט די חברה, און שפעטער ווען ער איז אוועק איז עס פארגעזעצט געווארן דורך זיינע תלמידים צוזאמען מיט זיין זון דער כתב סופר. ווען די רעפארמער האבן געוואלט מאכן א רבנות סעמינאר און ארטאדאקסישע רבנים האבן זיך געבעטן ביים קייזער פראנץ יאזעף אז ער זאל דאס נישט צולאזן. פון דארט איז עס געפארן ווייטער ביז צו א פולשטענדיגע טיילונג צווישן ארטאדאקסן און רעפארמער אידן.

דאס געדענק איך פון זכרון, און ווער עס ווייסט מער, זאל צולייגן.

פאר מער קען מען זען דא.

איך וויל טאקע ארומרעדן איבער די היסטארישע געשעעניש, אבער אויך אויסשמועסן די ווייניג באקאנטע פאקטן ארום דעם און אויך איבער די לערע פון דער געשעעניש.

לויט ווי איך האב אויך געהערט זענען געווען צווישן תלמידי חתם סופר און אויך אנדערע גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן אז מען זאל נישט אפטיילן די רעפארמער פון כלל ישראל. זיי זענען אויך א חלק פונעם עם ישראל און מען קען זיי נישט אפשניידן און אפהאקן אויף שטענדיג.

וואס וואלטן די ערליכע גדולי ישראל געטאן היינט צוטאג? וואלט מען געמאכט אזא ענליכע סארט אפהאקונג צווישן דעם עם ה'? אזא סארט וואס וואלט די געפאלענע מער נישט געגעבן א שאנס אויף צוריק?

זר זהב » דינסטאג אפריל 17, 2012 2:30 am

· #4950
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
לעצטענס איז געווען באריכטעט אינעם איד וועגן א פרישער טיילונג פון די נעעלאגען וואס איז פארגעקומען אין אונגארן בהסכמת ירושלימער רב און הרב וואזנער. זיי האבן אויפגענומען דארט א נייעם ראש הקהל וכו'.

משה געציל » דינסטאג אפריל 17, 2012 12:57 pm

· #4997
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
געצל
וואס וואלטן די ערליכע גדולי ישראל געטאן היינט צוטאג? וואלט מען געמאכט אזא ענליכע סארט אפהאקונג צווישן דעם עם ה'? אזא סארט וואס וואלט די געפאלענע מער נישט געגעבן א שאנס אויף צוריק?

שמעתי אז הר"ר יצחק לעבאוויטש שליט"א אב"ד וואודרידזש האט געמאכט א טיילונג צווישען זיין קהלה אין וואו ער רופט עס די נאלאגישע קהלה (דאכט זיך מיר אז די רעדע איז פון די יאנג אזריעל שול פון די טאון)...

דולה ומשקה » דינסטאג אפריל 17, 2012 1:28 pm

· #5001
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
דער סאטמאר רב זי"ע האט דא אין אמעריקא געמאכט אזטא ארגאנאזאציע וואס הייסט 'התאחדות הרבנים', דאס האט אויטאמאטיש אויס געשלאסען אלע אנדערע רבנים וואס האבען נישט אנגענומען דער חסידישע פרימע געזעלשאפט, אבער דאס האט נישט געהאט שייכות מיט כינוסים כגון פראטעסט אדער סידור קידושין וגיטין, דער חילוק איז געווארען לגבי כשרות מאכלים.

געצל » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:41 am

· #5158
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
וועגן סאטמאר זיין א חלק מיט אנדערע אידן, וועל איך שרייבן אין אנדערן אשכול איבער דעם מעמד המפואר אין סיטי פיעלד.

הערשל » פרייטאג מאי 31, 2013 1:14 pm

· #119982
דער שטיקל אין די וואכיגן צייטונג האט מיר אהערגעשלעפט זוכן אויב מען רעדט דא פונעם טיילונג, אבער עס זעט אויס אז קיינער געדענקט עס שוין נישט ווען אליעזר עפשטיין האט זיך געקאכט אין די היסטאריע פונעם טיילונג און ווי עס האט געראטעוועט אידישקייט.
📎 טיילונג.jpg

הוגה » פרייטאג מאי 31, 2013 4:11 pm

· #120037
ווען מען טראכט און שמועסט איבער די טיילונג קומט אלעמאל ארויף די שאלה, צו עס איז געווען די ריכטיגע שריט אדער נישט. עס איז זייער שווער פאר אונז צו ענטפערן אזא שאלה. מיר זענען נישט געווען דארט אין יענע צייטן. און אפילו אויב מיר ליינען די היסטאריע געשריבן דורך ביידע צדדים, איז עס אוממעגליך עס אנצוקוקען אן די פרעדזשידוס און אינפלוענס פון די היינטיגע תקופה. ממילא, קיין ענדגילטיגע ענטפער האט קיינער. דאך, וויל איך אביסל מיטטיילן מיינע הרהורים און איך האף צו הערן אייערע.

געצל

וואס וואלטן די ערליכע גדולי ישראל געטאן היינט צוטאג? וואלט מען געמאכט אזא ענליכע סארט אפהאקונג צווישן דעם עם ה'? אזא סארט וואס וואלט די געפאלענע מער נישט געגעבן א שאנס אויף צוריק?

א קאלעגע מיינע פארציילט אז זיין רב האט געהאלטן א גאר שארפע דרשה בנוגע די אינטערנעט והמסתעף. די רב האט מכריז געווען א גאנצע ליסטע פון גאר שטרענגע תקנות. דערנאך האט ער צוגעלייגט, אז איינער וואס וועט פארלעצן איינער פון די תקנות וועט פארלירן זיין זכות אין די קהלה. ער וועט נישט בייקומען קיין ברעטל, קיין עלי', וועט נישט קענען מאכן קיין שמחות אין ביהמ''ד וכו'.

דערנאך האט די רב מסביר געווען אז מען זאל נישט מיינען אז ער איז משוגע שטרענג, און ער ציט איבער דאס שטריקל. בעצם טוט אים וויי אז ער דארף גיין אזוי שטרענג. און ער ווייסט אז די צוקונפטע דורות פונעם יונגערמאן וועלן פארפאלן ווערן. אבער מען האלט ביי אן עמערדזשענסי מצב און מען דארף מאכן אן אפעראציע. דער וואס איז נישט אנגעשטעקט מיט די כלים טמאים קען בלייבן און די וואס זענען אנגעשטעקט מוז מען ארויסשניידן פון כלל ישראל הם ונשיהם ובניהם עד סוף כל הדורות.

דערנאך איז יענע רב אריין אין אין גאנצע שמועס איבער די טיילונג, געוויזן די דמיון פון דעמאלטס ביז היינט און האט אויסגעפירט אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו ראטעווען כלל ישראל.

אגב, קען זיין אז ער איז מעגליך די איינציגסטע רב וואס האט גערעדט אזוי שארף (כ'גלייב אז נישט), אבער אסאך אנדערע רבנים פירן זיך עכ''פ בנוסח ובסגנון זה. נאך א זאך, דער רב האט למעשה דערווייל נאך נישט אינפארסירט די תקנות מיט די סטראשונקען.

ווען איך האב דאס געהערט האב איך אנגעהויבן אריין צו קלערן, אז אפשר איז די טיילונג אויך געקומען נאר צוליב היציגע רבנים וואס זענען געגאנגן צו עקסטרעם? כ'מיין, ווי ווייט האלטן מיר היינט פון א פרישע טיילונג? אפשר איז אין יענע צייטן אויך געווען עסקנים משועממים, וואס זענען ארום געלאפן אונטער-רייצן רבנים? אפשר זענען די נעלאגן געווען געהעריגע פרומע אידן וואס האבן פשוט נישט געוואלט טוישן פון קעי-9 צו משומר? אפשר זענען די נעלאגן געווען מאמינים בהשם ותורתו און ס''ה האבן זיי נישט געהאלטן ביים אונטער חתמ'נען די תקנות צעטל פון די מוסדות.

די א. ג. ארטאדאקסישע שרייבער צייגן אלץ אן אז פון די נעלאגן זענען נישט געבליבן קיין שריד ופליט ערליכע דורות. דא קומט אבער אלעמאל אריין די חקירה. אפשר איז נישט געבליבן פון זיי ערליכע דורות נאר צוליב די טיילונג? אפשר ווען מען צוטיילט זיך נישט וואלטן א טייל פון זיי געבליבן פרום און א חלק פון כלל ישראל?

מען זעהט דאס בחוש היינט ווי פרומערע קהלות שטופן ארויס די וואס זענען ווייניגער פרום, און א גרויסע טייל פון זיי ווערן צום סוף גענצליך פריי. דערנאך צייגן די קלוגע מנהיגים, זעהסט? נאך א מזל מען האט יענעם ארויסגעווארפן, זעסטאך אז ער/זי האט געוואלט ווערן פריי. שוטה איינער! ווען דו ווארפסט יענעם נישט ארויס וואלט יענער נישט אנגעקומען ווי זיי זענען אנגעקומען!

קוקענדיג מיט מיינע תשע''ד גלעזער זעה איך צוויי זאכן. איינס, די היינטיגע רבנים וואלטן זיכער געמאכט די טיילונג. צוויי, די טיילונג איז געווען א טעות.

כל זה איז הרהורים בעלמא, נישט קיין מסקנות. וואס האלט איר?

galitzyana » זונטאג יוני 2, 2013 12:09 am

· #120115
You see in galitzya they didnt do tiling and alot people stayed frum

געפילטע פיש » זונטאג יוני 2, 2013 12:56 am

· #120141
וואס האקט ער אז פון יהדות האלאנד און פראנקרייך איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט, אויף וועלכע וועלט לעבט ער?
אייגענטליך, ווער איז די שרייבער?

יאיר » זונטאג יוני 2, 2013 2:11 am

· #120181
געפילטע פיש
וואס האקט ער אז פון יהדות האלאנד און פראנקרייך איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט, אויף וועלכע וועלט לעבט ער?

מוז זיין אז די פראנצויזישע און האלאנדישע ארטאדאקסישע אידן דאווענען נישט אין ראדני סטריט.

יאיר » זונטאג יוני 2, 2013 2:16 am

· #120187
הוגה, בים טיילונג האט זיך דאך געהאנדלט מיט אידן וואס האבן פורק עול געווען, זיי האבן זיך נישט געהאלטן ביים פירן כהלכה. איך זע נישט וואס איז דער פראבלעם מיט'ן מאכן אן עקסטערע קהילה פאר די יבערגעבליבענע שטרענג ארטאדאקסישע אידן. אזוי דארף מען אויך טון היינטיגע צייטן, הערשל קלאר און צימערמאן דארפן מאכן א טיילונג און אויפמאכן אן אייגענע קהילה, און ווער עס איז אינטערעסירט צו עסן שווארצע יאגדעס זאל אהינגיין.

יאיר » זונטאג יוני 2, 2013 2:18 am

· #120189
עס איז, אגב, פשוט איראניש ווי דער שרייבער הייבט אן מיט אן אוקריינער איד וועלכער קומט פון א פלאץ וואו מען האט נישט געמאכט קיין טיילונג, און ער ברענגט זיך א ראיה אז ס'איז נישט איבערגעבליבן קיין האלאנדישער איד. זעט אויס אז פון אוקריינע און פוילן וואו מען האט נישט געמאכט דעם טיילונג זענען יא געבליבן עפעס אידן וואס עסן בשר כשר.
אה, כ'האב פארגעסן, זיי גייען צו די בחירות.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 2, 2013 2:33 am

· #120204
יאיר
הוגה, בים טיילונג האט זיך דאך געהאנדלט מיט אידן וואס האבן פורק עול געווען, זיי האבן זיך נישט געהאלטן ביים פירן כהלכה. איך זע נישט וואס איז דער פראבלעם מיט'ן מאכן אן עקסטערע קהילה פאר די יבערגעבליבענע שטרענג ארטאדאקסישע אידן. אזוי דארף מען אויך טון היינטיגע צייטן, הערשל קלאר און צימערמאן דארפן מאכן א טיילונג און אויפמאכן אן אייגענע קהילה, און ווער עס איז אינטערעסירט צו עסן שווארצע יאגדעס זאל אהינגיין.

דו זעסט נישט די פראבלעם? אידישקייט איז אנגעגאנגען פאר דריי טויזענט יאר אן קיין אפציעלע טיילונג, (חוץ ביי די תלמידי ישו, וואס מ'האט זיי נישט געווארפן פון די שולן, נאר געמאכט א ברכה פאר זיי אז זיי זאלן זיין אומבאקוועם און מאכן שבת פאר זיך), אפילו ביי די גרעסטע מחלוקות פון בית שמאי ובית הלל, וואס איינער האט געקענט טוהן וואס ביים צווייטן איז געווען א איסור כרת, די מחלוקת איז געגאנגען ביז רציחה, און מיט דעם אלעם פלעגן זיי זיך משדך זיין.

דאס צוטיילן כלל ישראל איז געווען א אומדערהערטע זאך, דאס אז דו זעסט היינט נישט קיין פראבלעם דערמיט איז טאקע א קאנסיקווענץ פון יענעם טיילונג, און פארדעם האבן מיר היינט די אלע איסורי חיתון מיט מיין רבי'ס ברודער\שוואגערס חסידים, וכדו', פאר די טיילונג איז נישט געווען אזא זאך. איז דען נישט געווען קיין שידוכים ציווישן ריזינע און צאנזע חסידים?

הוגה » זונטאג יוני 2, 2013 2:36 am

· #120208
מה
יאיר
הוגה, בים טיילונג האט זיך דאך געהאנדלט מיט אידן וואס האבן פורק עול געווען, זיי האבן זיך נישט געהאלטן ביים פירן כהלכה. איך זע נישט וואס איז דער פראבלעם מיט'ן מאכן אן עקסטערע קהילה פאר די יבערגעבליבענע שטרענג ארטאדאקסישע אידן. אזוי דארף מען אויך טון היינטיגע צייטן, הערשל קלאר און צימערמאן דארפן מאכן א טיילונג און אויפמאכן אן אייגענע קהילה, און ווער עס איז אינטערעסירט צו עסן שווארצע יאגדעס זאל אהינגיין.

איך בין נישט זיכער אויב דו ביסט ערענסט אדער סארקאסטיש. איך ווייס ניטאמאל ווער זענען קלאר מיט צימערמאן. 😳

יאיר » זונטאג יוני 2, 2013 2:42 am

· #120213

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? מען רעדט נאך נישט דא פון א מחלוקת אין הלכה אדער השקפה, מען רעדט דא פון א מחלוקת צו מען וויל זיין ארטאדאקסיש (דהיינו, זיך פירן כהלכה) אדער נישט. דאס זענען צוויי באזונדערע רעליגיעס, און עס איז פארשטענדליך אז מען דארף מאכן צוויי באזונדערע קהילות פאר ביידנס געברויכן. אגב, רש"ר הירש, וועלכער איז ווייט נישט געווען קיין עקסטרעמיסט, האט אויך געמאכט א טיילונג.

יאיר » זונטאג יוני 2, 2013 2:44 am

· #120216
הוגה
מה
יאיר
הוגה, בים טיילונג האט זיך דאך געהאנדלט מיט אידן וואס האבן פורק עול געווען, זיי האבן זיך נישט געהאלטן ביים פירן כהלכה. איך זע נישט וואס איז דער פראבלעם מיט'ן מאכן אן עקסטערע קהילה פאר די יבערגעבליבענע שטרענג ארטאדאקסישע אידן. אזוי דארף מען אויך טון היינטיגע צייטן, הערשל קלאר און צימערמאן דארפן מאכן א טיילונג און אויפמאכן אן אייגענע קהילה, און ווער עס איז אינטערעסירט צו עסן שווארצע יאגדעס זאל אהינגיין.

איך בין נישט זיכער אויב דו ביסט ערענסט אדער סארקאסטיש. איך ווייס ניטאמאל ווער זענען קלאר מיט צימערמאן. 😳

איך בין גאר ערנסט. די אלע וואס ווילן זיין אין א קהילה וואו מען ווייסט נישט וואס דאס באדייט טעקסט מעסעדזשעס אדער קאמפיוטערס, זאלן זיך ביטע עפענען אייגענע קהילות. דאס מיינט א טיילונג, מען טיילט זיך אפ און מען מאכט אן אייגענע קהילות, נישט מען איז זיך משתלט אויף שוין געגרינדעטע קהילות און מען טיילט איין וואס צו טון ביד רמה.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 2, 2013 2:52 am

· #120223
יאיר
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? מען רעדט נאך נישט דא פון א מחלוקת אין הלכה אדער השקפה, מען רעדט דא פון א מחלוקת צו מען וויל זיין ארטאדאקסיש (דהיינו, זיך פירן כהלכה) אדער נישט. דאס זענען צוויי באזונדערע רעליגיעס, און עס איז פארשטענדליך אז מען דארף מאכן צוויי באזונדערע קהילות פאר ביידנס געברויכן. אגב, רש"ר הירש, וועלכער איז ווייט נישט געווען קיין עקסטרעמיסט, האט אויך געמאכט א טיילונג.

ס'איז אלעמאל געווען שוואכערע אידן, אידן נישט שות"מ, סתם עמעראצים, מ'האט קיינמאל נישט געמאכט קיין איסור חיתון.

יאיר » זונטאג יוני 2, 2013 2:55 am

· #120225
דו כאפסט באמת נישט אז דא רעדט מען נישט פון קיין שוואכע אידן און עמי הארצים, נאר פון מענטשן וואס האבן קלאר און אפן דערקלערט אז דער תלמוד און שולחן ערוך איז זיי נישט משעבד? פארוואס זאלן די ארטאדאקסישע אידן נישט וועלן ארויסגיין און מאכן שבת פאר זיך?

געפילטע פיש » זונטאג יוני 2, 2013 3:32 am

· #120253
קען זיין ביסט גערעכט אין דעם אז זיי זענען געווען אפציעל נגד השם, (וואס כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין היסטאריע פון די קראים, צדוקים בייתוסים, האט מען דעמאלס געמאכט א איסור חיתון?), און קען זיין דא איז געווען סיבות פארוואס מ'זאל מאכן א טיילונג, אבער דאס איז זיכער, אז ס'האט גורם געווען א געוואלדיגע פירוד ביי עם ישראל, וואס איז ביז דאמאלס געווען איינס, היינט איז יעדער פאר זיך, וואס איז נוגע צו איינער וואס איז נישט "פון אונזערע" איז מיר בכלל נישט נוגע, זאל ער אוועקפאלן, ס'נישט מיין דאגה, און דאס איז א דירעקטע תוצאה פון יענע טיילונג, ווען די סיבה דערצו האט שוין לאנג עקספייערט.

בעריש » מאנטאג יוני 3, 2013 11:22 am

· #120720
די טיילונג איז בכלל נישט געווען א אפענסיווע שריט ווער ס'ווייסט די היסטאריע איז דאס געווען אינגאנצען א דעפענסיווע שריט.
רעגירונג מיט די גוטהייסונג פון די רעפארמער האט דורעכגעפירט א געזעץ אז ס'וועט זיין א קאנגרעס וואס די רוב וועט באשטימען די פיוטשער פון אידישקייט.
די רעפארמער וואס האבן געהאט די רוב דארט אונעם קאנגרעס האבן זיך דארט ג'עקשנט אפילו עפעס צי דערמאנען אז מזאל זיך פירן ע"פ דיני דשלחן ערוך
ס'איז נישט געווען קיין צוויי ברירות.
בדיעבד האט זיך עס ארויסגעשטעלט צי זיין די בעסטע פרעזעוועישאן פאר אידישקייט ווען צווישען די צוויי וועלט קריגן ווען ס'איז אוועקגעפאלן ריזיגע חלקים פון כלל ישראל איז און אנגארען נישט געווען אזא ירידה.

גנדי » מאנטאג יוני 3, 2013 11:48 am

· #120727
אין מיין אפיניען. די אלע קנאים היינט וואס ברענגען א ראיה פון די טיילונג לגבי אינטערנעט. ציונות וכדומה קענען נישט קיין היסטאריע.

די טיילונג איז געווען בעיקר א ״ליגעל״ מערכה (געזעצליכע מערכה). נישט קיין קנאות מחאה התחברות מערכה.

אין אונגארען איז אין יעדע שטאט געווען געזעצליך איין רב און להבדיל איין גלח. די רב איז געווען איינגעשריבען אין שטאט. די רב האט באקומען געהאלט פון די שטאט. סאיז געווען איין אידישע בית הקברות און איין קריסטליכע.

די רב האט אפיציעל איינגעשריבען מטעם די שטאט די נייע געבוירענע. נייע חתונה געהאט. און ווער עס איז געשטארבן. די זעלבע אויך להבדיל די קירכע און די גלח.

סוף פסוק. סאיז געווען ליעגאל איין רב אין שטאט וואס האט אנגעפירט אלע ליעגאלע אידישע רעליגיעזע זאכן.

די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן אזוי. א יעדע רב איז געשטעלט געווארן דורך וואלן פון אלע אידן אין די שטאט. איינמאל רוב שטעט האבן געהאט רוב אידישע איינוואוינער וואס זענען געווארן אויס שומרי תורה ומצוות. האבן זיי אלע אנגעהויבען וועלן פאר נישט ארטאדאקסישע רבנים.

דא האבן די ארטאדאקסישע רבנים גזעהן א סכנה.

האבן זיי אנגעהויבן א ליעגאלע מערכה איבערצייגן אז אידישקייט זאל האבן צוויי ריליגיעזעס. צוויי קהלות. איינס רעפארם און איינס ארטאדאקסיש. אזוי וויי עס איז דא להבדיל קריסטן מיט אידן. איז דא ביי אידן צוויי.

די שטאט זאל ערלויבען. צוויי שולן. צוויי קהלות. צוויי בתי חיים. צוויי אפיציעלע איינגעשטעלטע רבנים.

בעריש » מאנטאג יוני 3, 2013 12:10 pm

· #120735
גנדי
אין מיין אפיניען. די אלע קנאים היינט וואס ברענגען א ראיה פון די טיילונג לגבי אינטערנעט. ציונות וכדומה קענען נישט קיין היסטאריע.

.

אלעס פיין און וואויל ביי די טיילונג פון די רעפארמער, אבער די נעקסטע לעוועל ווען מ'האט זיך געטיילט פון די שטאטעסקעווא איז זיכער יא א ראי'.

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 3, 2013 11:48 pm

· #121039
עס איז שווער צו גלייבען אז די גדולים וואס זענען געגאנגען בדרך הבעש"ט האבען בכלל אמאהל מסכים געוועהן צו א טיילונג, אין שבחי בעש"ט ווערט פארציילט די מעשה פין די פראנקיסטען באריכות ווי דער בעל שם טוב האט מרעיש עולמות געוועהן מבטל צו זיין די גזירה מען זאל נישט פארברענען די ש"ס, אין די ענדע איז געוועהן א וויכוח אין אלע פראנקיסטען האבען זיך געמוזט ל"ע שמד'ן, און די פראנקיסטען זענען געווהן פיל ערגער פין די נעאלאגען און אוודאי די סטאטוס קווא אידן, וקו"ח בן בנו של קו"ח פין די היינטיגע אינטערנעט אידען וואס מאנכע בלאזערס רעדען פין א טיילונג, און עם כל זה ברענגט ער אין שבחי בעל שם אז דער בעל שם טוב האט געזאגט

ומכח אותן שנשתמדו שמעתי מהרב דקהלתנו שאמר הבעש"ט שהשכינה מייללת ואומרת כ"ז שהאבר מחובר יש תקוה [ש]יהיה לו איזה רפואה וכשחותכין האבר אין לו תקנה עולמית כי כל אחד מישראל הוא אבר מהשכינה.

לינק
דברים כדרבונות, אוודאי קענען פארשידענע טענה'ן און אפילו זיין גערעכט אז מען דארף יענעם און יענעם ארויסווארפען און זאל ער זיך גיין שמד'ן וכו', אבער טאמער וואלט ער געוועהן אן אמת'ע איד וואס איז דבוק אין רבש"ע וואלט ער נישט אזוי גרעדט, און קו"ח נישט געטוהן, ווייל דער רבש"ע וויינט נישט, דער רבש"ע יאמערט נאך יעדעס איד וואס פארלאזט דער רעליגיע.

און דער אמת איז, אז דער סקולענער רבי שליט"א מיט אלע זאכען וואס ער טוט און רעדט, האט ער נאך קיינמאל ח"ו נישט ארויסגעברענגט אז מען דארף רודף'ן מענטשען וואס האבען אינטערנט, ער איז נאר מעורר מען זאל מבטל זיין דער צרעת וכו', און אויף הערען זינדיגען און זיין ערליכער אידן, ווייל ער איז נאך פין שרידים וואס זענען איבערגעבליבען פין אמאהל. נאר אזעלכע רבי'ס וואס זענען געווארען רבי'ס בזכות אבותיהם און זיי אליין זענען נישט מער ווי רבנים, וואס אפילו נניח זיי זענען יא ערליכע אידן און מיינען עס ערנסט, זענען זיי אבער נישט קיין בעל שם טוב אידן, וואס ווייסען אז יעדעס איד איז חשוב יעדעס איד איז א חלק פין רבש"ע, כי כל אחד מישראל הוא אבר מהשכינה.

וכן, וועט מען נישט טרעפען אז איינער פין די משפיעים וואס זענען זעלבסט געקרוינט, ווי צ.ב.ש רצ"מ אדער אפילו ר' מאטיל, אדער ר' בידערמאן, אדער אפילו ר' אייזענבערגער וואס איז שוין נישט א חסיד, זאל רעדען פין מרחק זיין און אוועקשטויסען אידען. נאר די רביס, וואס דארפען כלומר'שט מציג זיין דער אמת'ער דרך החסידות ווייל זיי האבען א מסורה (ווי דער קלויזער האט געשריבען קעגען קלוגער) זיי פארשטייען וואס מיינט רודף'ן און ווארפען און שטויסען. ממש א חידוש.

הוגה » דינסטאג יוני 4, 2013 12:26 am

· #121079
ר' איחוד,

איך האב שוין געלייקט אייערע געוואלדיגע תגובה. קורץ און צום פונקט! אבער א לייק איז ווייט פון גענוג פאר אזעלכע געוואלדיגע דיבורים. ווען איך האב געשריבן דער תגובה, ווי אויך מיינע ווייטערדיגע תגובות אין יענע אשכול, בנושא זה, איז מען מיר באפאלן אז איך בין נישט גערעכט. איך האב געברענגט אפאר מקורות פון ספרי חסידות (אביסל טיפערע שטיקלאך) און מען האט נאך אלץ נישט פארשטאנען. יישר כח פארן ברענגען דער ציטאט, דברים קילורין לעיניים.

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 8:19 am

· #121195
הוגה
ר' איחוד,

איך האב שוין געלייקט אייערע געוואלדיגע תגובה. קורץ און צום פונקט! אבער א לייק איז ווייט פון גענוג פאר אזעלכע געוואלדיגע דיבורים. ווען איך האב געשריבן דער תגובה, ווי אויך מיינע ווייטערדיגע תגובות אין יענע אשכול, בנושא זה, איז מען מיר באפאלן אז איך בין נישט גערעכט. איך האב געברענגט אפאר מקורות פון ספרי חסידות (אביסל טיפערע שטיקלאך) און מען האט נאך אלץ נישט פארשטאנען. יישר כח פארן ברענגען דער ציטאט, דברים קילורין לעיניים.

אוי וויי, מען איז דיר נעבעך באפאלען, טאמער שרייבסטו ווייניגער ווייל די האסט מורא פין א צווייטען, קענסטו צוריק גיין אין בעסמעדרעש שמועסען..........

בעריש » דינסטאג יוני 4, 2013 1:57 pm

· #121288
איחוד פעלד
עס איז שווער צו גלייבען אז די גדולים וואס זענען געגאנגען בדרך הבעש"ט האבען בכלל אמאהל מסכים געוועהן צו א טיילונג,

דאכט זיך מיר אז דער דברי חיים און ר' אייזיקל זודיטשויבער האבן ביידע ג'חתמעט לטובת דעם טיילונג
אפגערעדט פון די אונגערישע רבי'ס ממשיכי תורת הבע"ש וואס זענען מיטגעשטאנען.
און ווי געשמיסט איז און אונגארען כלל נישט געווען א טשויס יא צי בלייבן די טיילונג איז געווען געצווינגען מטעם די דיני דמלכותא דארט און אונארען .

ס'איז דאכט זיך דא א סיפור ווי דער ריי"צ האט זיך אמאל שארף מתמרמר געווען אויפן טיילונג און אז פארן מנחת אלעזר האט דאס זייער פארדראסן ואכמ"ל

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 7:36 pm

· #121429
געפילטע פיש
קען זיין ביסט גערעכט אין דעם אז זיי זענען געווען אפציעל נגד השם, (וואס כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין היסטאריע פון די קראים, צדוקים בייתוסים, האט מען דעמאלס געמאכט א איסור חיתון?), .........ט.

עס דערמאנט מיר אז עס איז דא א בריוו פין רמב"ם ווי ער זאגט מען זאל נישט מרחק זיין די קראים. איך דענק נישט וואס ערר זאגט בנוגע חיתון. אפשר איז דא איינער פין די תלמידי חכמים דא וואס קענען אפיר זוכען דעם רמב"ם.

boxcover » זונטאג יוני 9, 2013 12:26 am

· #122984
קובץ תשובות הרמב"ם ח"א סי' קס"ב

נעגעל וואסער » דינסטאג אפריל 25, 2017 12:06 pm

· #368994
ווייסט איינער פון א נאמען פון א גוטע ספר אדער ביכעל ווי עס ווערט אויסגעשמועסט באריכות די גאנצע מעשה פון די טיילונג?
די השקפה חלק מיט די ליגאלע מערכה, מיט בריוון און דאקיומענטען וכו' וכו'

א דאנק פון פאראויס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 25, 2017 12:09 pm

· #368995
זכור ימות עולם פון איינער יאקאבאוויטש פון בני ברק - צוויי בענדער. מלא וגדוש מיט פראפאגאנדא און איבערגעשריבענע היסטוריה

נעגעל וואסער » דינסטאג אפריל 25, 2017 12:34 pm

· #368996
א דאנק.
איך האב באשטעלט אנליין דא.

איש את רעהו » דינסטאג אפריל 25, 2017 2:48 pm

· #369009
נעגעל וואסער
ווייסט איינער פון א נאמען פון א גוטע ספר אדער ביכעל ווי עס ווערט אויסגעשמועסט באריכות די גאנצע מעשה פון די טיילונג?
די השקפה חלק מיט די ליגאלע מערכה, מיט בריוון און דאקיומענטען וכו' וכו'

א דאנק פון פאראויס.

די יאר איז ארויסגעקומען א חיבור וועגן די טיילונג

נעגעל וואסער » דינסטאג אפריל 25, 2017 5:36 pm

· #369042
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
איש את רעהו
נעגעל וואסער
ווייסט איינער פון א נאמען פון א גוטע ספר אדער ביכעל ווי עס ווערט אויסגעשמועסט באריכות די גאנצע מעשה פון די טיילונג?
די השקפה חלק מיט די ליגאלע מערכה, מיט בריוון און דאקיומענטען וכו' וכו'

א דאנק פון פאראויס.

די יאר איז ארויסגעקומען א חיבור וועגן די טיילונג

די נאמען פונעם ביך וואלט בדרך הטבע געווען בייהילפיג.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 25, 2017 6:03 pm

· #369048
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
יא יא, די אפיקורסים וואס לייגען זיך אונטער׳ן טבע....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דעת תורה » דינסטאג אפריל 25, 2017 6:51 pm

· #369053
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
חומת א"ש חלק ג'

נעגעל וואסער » דינסטאג אפריל 25, 2017 8:07 pm

· #369065
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
דעת תורה
חומת א"ש חלק ג'

יי"כ.
געהערט האב איך אז ס'פיל מיט אגענדעס, און אויך בעיקר פארנומען מיט די היסטאריע פון ר' מנחם א"ש'ס חלק אינעם טיילונג.

ווער ס'האט עס געליינט, זאל פליז מאשר זיין אויב ס'לוינט זיך צו קויפן.

איש את רעהו » דינסטאג אפריל 25, 2017 8:17 pm

· #369068
נעגעל וואסער
דעת תורה
חומת א"ש חלק ג'

יי"כ.
געהערט האב איך אז ס'פיל מיט אגענדעס, און אויך בעיקר פארנומען מיט די היסטאריע פון ר' מנחם א"ש'ס חלק אינעם טיילונג.

ווער ס'האט עס געליינט, זאל פליז מאשר זיין אויב ס'לוינט זיך צו קויפן.

ס'לוינט צו כאפן א בליק עטליכע מינוט
אז ס'געפעלטיר נישט לאז עס איבער אין געשעפט
די בריוו פון די ד"ח זצ"ל האב איך דארט געזען נאך דאקומענטן וואס איז ווערט צו ליינען

פון א שרייבער הרב פעדער פון ב"ב איז אמאל ארויסגעקומען עטליכע בענדער אין אידיש איבער די טיילונג.

קוקענדיג א היבשע וויילע אינעם ספר און דערנאך איז מיר נזדמן געווארן די וועקער האט זיך מיר אפגעשפילט לייוו עטליכע סצענעס פינעם ספר.

אפטימיסטיש » זונטאג יוני 30, 2024 12:11 am

· #566763
Re:
הוגה #
ווען מען טראכט און שמועסט איבער די טיילונג קומט אלעמאל ארויף די שאלה, צו עס איז געווען די ריכטיגע שריט אדער נישט. עס איז זייער שווער פאר אונז צו ענטפערן אזא שאלה. מיר זענען נישט געווען דארט אין יענע צייטן. און אפילו אויב מיר ליינען די היסטאריע געשריבן דורך ביידע צדדים, איז עס אוממעגליך עס אנצוקוקען אן די פרעדזשידוס און אינפלוענס פון די היינטיגע תקופה. ממילא, קיין ענדגילטיגע ענטפער האט קיינער. דאך, וויל איך אביסל מיטטיילן מיינע הרהורים און איך האף צו הערן אייערע.
געצל
וואס וואלטן די ערליכע גדולי ישראל געטאן היינט צוטאג? וואלט מען געמאכט אזא ענליכע סארט אפהאקונג צווישן דעם עם ה'? אזא סארט וואס וואלט די געפאלענע מער נישט געגעבן א שאנס אויף צוריק?
א קאלעגע מיינע פארציילט אז זיין רב האט געהאלטן א גאר שארפע דרשה בנוגע די אינטערנעט והמסתעף. די רב האט מכריז געווען א גאנצע ליסטע פון גאר שטרענגע תקנות. דערנאך האט ער צוגעלייגט, אז איינער וואס וועט פארלעצן איינער פון די תקנות וועט פארלירן זיין זכות אין די קהלה. ער וועט נישט בייקומען קיין ברעטל, קיין עלי', וועט נישט קענען מאכן קיין שמחות אין ביהמ''ד וכו'.

דערנאך האט די רב מסביר געווען אז מען זאל נישט מיינען אז ער איז משוגע שטרענג, און ער ציט איבער דאס שטריקל. בעצם טוט אים וויי אז ער דארף גיין אזוי שטרענג. און ער ווייסט אז די צוקונפטע דורות פונעם יונגערמאן וועלן פארפאלן ווערן. אבער מען האלט ביי אן עמערדזשענסי מצב און מען דארף מאכן אן אפעראציע. דער וואס איז נישט אנגעשטעקט מיט די כלים טמאים קען בלייבן און די וואס זענען אנגעשטעקט מוז מען ארויסשניידן פון כלל ישראל הם ונשיהם ובניהם עד סוף כל הדורות.

דערנאך איז יענע רב אריין אין אין גאנצע שמועס איבער די טיילונג, געוויזן די דמיון פון דעמאלטס ביז היינט און האט אויסגעפירט אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו ראטעווען כלל ישראל.

אגב, קען זיין אז ער איז מעגליך די איינציגסטע רב וואס האט גערעדט אזוי שארף (כ'גלייב אז נישט), אבער אסאך אנדערע רבנים פירן זיך עכ''פ בנוסח ובסגנון זה. נאך א זאך, דער רב האט למעשה דערווייל נאך נישט אינפארסירט די תקנות מיט די סטראשונקען.

ווען איך האב דאס געהערט האב איך אנגעהויבן אריין צו קלערן, אז אפשר איז די טיילונג אויך געקומען נאר צוליב היציגע רבנים וואס זענען געגאנגן צו עקסטרעם? כ'מיין, ווי ווייט האלטן מיר היינט פון א פרישע טיילונג? אפשר איז אין יענע צייטן אויך געווען עסקנים משועממים, וואס זענען ארום געלאפן אונטער-רייצן רבנים? אפשר זענען די נעלאגן געווען געהעריגע פרומע אידן וואס האבן פשוט נישט געוואלט טוישן פון קעי-9 צו משומר? אפשר זענען די נעלאגן געווען מאמינים בהשם ותורתו און ס''ה האבן זיי נישט געהאלטן ביים אונטער חתמ'נען די תקנות צעטל פון די מוסדות.

די א. ג. ארטאדאקסישע שרייבער צייגן אלץ אן אז פון די נעלאגן זענען נישט געבליבן קיין שריד ופליט ערליכע דורות. דא קומט אבער אלעמאל אריין די חקירה. אפשר איז נישט געבליבן פון זיי ערליכע דורות נאר צוליב די טיילונג? אפשר ווען מען צוטיילט זיך נישט וואלטן א טייל פון זיי געבליבן פרום און א חלק פון כלל ישראל?

מען זעהט דאס בחוש היינט ווי פרומערע קהלות שטופן ארויס די וואס זענען ווייניגער פרום, און א גרויסע טייל פון זיי ווערן צום סוף גענצליך פריי. דערנאך צייגן די קלוגע מנהיגים, זעהסט? נאך א מזל מען האט יענעם ארויסגעווארפן, זעסטאך אז ער/זי האט געוואלט ווערן פריי. שוטה איינער! ווען דו ווארפסט יענעם נישט ארויס וואלט יענער נישט אנגעקומען ווי זיי זענען אנגעקומען!

קוקענדיג מיט מיינע תשע''ד גלעזער זעה איך צוויי זאכן. איינס, די היינטיגע רבנים וואלטן זיכער געמאכט די טיילונג. צוויי, די טיילונג איז געווען א טעות.

כל זה איז הרהורים בעלמא, נישט קיין מסקנות. וואס האלט איר?
די וועלט זאגט: "וויאזוי ס'אידיש'ט זיך, גוי'שט זיך

כלפי מה דברים אמורים?

פאריגע וואך האט דער גאווערנאר פון "לואיזיאנא" אונטערגעשריבן א געזעץ וועלכע פארלאנגט פון אלע פובליק שולעס צו אויפהענגען א קאפי פון די "עשרת הדברות" אין יעדן קלאס צימער. אזוי אויך איז די זעלבע געזעץ באשטעטיגט געווארן אין "אקלעהאומע". און נאך שטאטן ווי יוטא און טעקסאס זענען אונטערוועגנס צו דורכפירן ענליכע געזעצן. ווי אויך איז דאס אינדארסירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ.

פילייכט זענען געווען מאנכע חרד'ישע אידן וועלכע האבן דאס אויפגענומען מיט א קענטיגע פארגעניגן: ס'הייסט דער גוי אנערקענט אויך אין די חשיבות פון די 10 געבאט, און אויף דעם סגנון איז דאס באריכטעט געווארן אין די היימישע נייעס קאנאלן.

אבער מיט א טיפערן בליק לאזט זיך שפעקולירן: צו איז דאס טאקע אזא געראטענע זאך? צו וויל איך טאקע אז די רעגירונג זאל מיך איינטיילן וועלכע רעליגיעזע טעקסט טראגט א ווערד און וועלכע נישט?, וואס איז טאמער דער ניו יארקער מעיאר וועט באשליסן אז מ'ברויך הענגען אויסצוגן פונעם קוראן אין אלע שולעס?

אין פאקט האט די סופרים קאורט געאורטיילט אין 1980 אז א מאנדאט צו אויפהענגען עשרת הדברות אין שולעס איז נישט קאנסטיטוציאנאל. טאקע פאר די אויבנדערמאנטע זארגן, נעמליך מ'קען נישט בעפארצוגן איין רעליגיע איבער די אנדערע.

אבער פארט זעהן מיר אז מער און מער רעכט גענויגטע שטאטן כאפן זיך צו דערצו. און נישט נאר בלויז עשרת הדברות. נאר די זעלבע שפילט זיך אפ ווען ס'קומט צו אבאורשען און אנדערע קאנטערווערסיאנאלע אנגעלעגנהייטן. רעכטע שטאטן מאכן שבת פאר זיך. און לינקע שטאטן מאכן שבת פאר זיך.

דאס האט זיך באשיינפערליך ארויסגעוויזן ביי די פאליטישע דעבאטע פאריגע וואך צווישן דאנאלד טראמפ און דזשאו ביידען איבער אבאורשען, ווי טראמפ האט גע'טענה'ט אז סך הכל וואס ער האט געוואלט מיט'ן אנולירן ROE V WADE איז צוריקצוגעבן די מאנדאט צו יעדע אינדיווידואלע שטאט (זעה אויסצוג):

אין אנדערע ווערטער שטעלט זיך דא ארויס א בילד אז דייקא דאס וואס די ליבעראלן און די דעמאקראטן האבן געצויגן די מעינסטריעם אזוי אויף לינקס (מיט'ן שטיצן גאר ראדיקאלע געדאנקן ווי LATE TERM ABORTION, אומבאגרעניצטע אימיגראציע, פארבאטן גאז געטריבענע אויטאס, ערלויבן אלע ערליי דראגס, אומקאנטראלירטע רעגירונג ספענדינג, ארויסלאזן געפארפולע קרימינאלן פון טורמע אן בעיל, שטיצן טעראר ארגינעזאציעס ווי כאמאס און איראן. אלעס אונטערן שלייער פון זיך אננעמען פאר'ן באקריוודעט'ן), דאס האט באווירקט די רעכטע לאגער זיך צו רוקן גאר שטארק און עקסטרעם אויף רעכטס (א שטייגער ווי די עשרת הדברות מאנדאט, און פארבאטן אבאורשען אפילו במקום סכנה).

זעהן מיר דא וויאזוי היסטאריע שפילט זיך איבער: די לינקע פראגרעסירן צו שטארק און ראדיקאל אויף לינקס, דאס פאראורזאכט אז די רעכטע זאלן ווערן מער פאנאטיש און עקסטרעם אויף רעכטס. און וואס איז געווען די אויסגאנג דערפון אין אייראפע? א טיילונג!

און טאקע דאס האלט אינמיטן פאסירן דאהי אין אמעריקע אין די אלגעמיינע גאס. מ'רעדט שוין פון א "טיילונג" אין אמעריקע! טראמפ זאגט: כ'וויל אז יעדע שטאט באזונדער זאל באשליסן דער צוגאנג צו אבאורשען. ענטפערט ביידען: נו לאמיר אויכעט צוריקגעבן די מאנדאט איבער ציווילע רעכטן באשלוסן צו די שטאטן!

רבותי! דאס איז א טיילונג in the makings...

אנשטאט בויען א וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, וועט מען בויען א מויער צווישן קאליפארניע און אריזאנע...

סקעפטיקער » זונטאג יוני 30, 2024 1:11 am

· #566770
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
געצל #
לויט ווי איך האב אויך געהערט זענען געווען צווישן תלמידי חתם סופר און אויך אנדערע גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן אז מען זאל נישט אפטיילן די רעפארמער פון כלל ישראל. זיי זענען אויך א חלק פונעם עם ישראל און מען קען זיי נישט אפשניידן און אפהאקן אויף שטענדיג.
ר' ירמיה לעוו זצ"ל אב"ד אוהעל איז געווען א מתנגד צום טיילונג און געווען פון די שטאטוסקווא (ער איז גראדע נישט געווען א תלמיד פון חת"ס)

ר' מאיר פערלס זצ"ל מתלמידי חת"ס איז געווען רב און קראלי און כאטש ער איז אנפאנג מיטעשטאנען מיטן טיילונג האט ער שפעטער חוזר געווען און געבליבן שטאטוסקווא, פאר די סיבה ווערט זיין נאמען ממש נישט דערמאנט

נאך א נאמען איז ר' שמעון סידאן זצ"ל רב פון טירנא בעמח"ס שבט שמעון

ווער עס ווייסט נאך זאל צוצייכענען

צוויי » מיטוואך יולי 3, 2024 9:19 pm

· #567144
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
סקעפטיקער #

איינע פון די צדיקי הדור וואס האבן געלערנט ביי אים אין ישיבה, און האט זיך שפעטער געטראפן און בתוך הדברים געזאגט אז ער געדענקט נאך פונקטליך אלע שיעורים אפי' ס'איז אדורך אזויפיל יאר, און תוך כדי האט ער אנגעפאנגען ציטירן שטיקער פון די לימודים פון זיין רבי'ן בפניו.
שפעטער האט ער געזאגט, אז ער פילט ווי ער האט ענדליך אראפגעלאזט א משא פון זיך, די לימודים וואס ער האט קונה געווען וואס ער האט נישט געוואלט האלטן, האט ער ענדליך אים צוריק געגעבן.

סקעפטיקער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 1:16 pm

· #567209
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
מיט וואס איז דער "צדיק הדור" מער ווי זיין רבי? פארוואס דארף איך אננעמען זיינע ווערטער לעומת זיין רבי?

כרם זית » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:23 pm

· #567239
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
איך ווייס נישט צי @צוויי האט דאס געמיינט, עס איז ס"ה א שיינע מעשה.

די מעשה איז געווען מיט הרב משולם פייש לאווי מטאהש ז"ל. (אגב, רבי מאיר פערל'ס קינדער זענען געווען נעאלאגן ויש אומרים אז זיי האבן אים ענדגילטיג אפגעהאלטן מיטצושטיין מיט די טיילונג.)

צוויי » דאנערשטאג יולי 4, 2024 7:27 pm

· #567292
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
כרם זית #
איך ווייס נישט צי @צוויי האט דאס געמיינט, עס איז ס"ה א שיינע מעשה.

די מעשה איז געווען מיט הרב משולם פייש לאווי מטאהש ז"ל. (אגב, רבי מאיר פערל'ס קינדער זענען געווען נעאלאגן ויש אומרים אז זיי האבן אים ענדגילטיג אפגעהאלטן מיטצושטיין מיט די טיילונג.)
יא האסט מיר דערמאנט סאיז געווען מיט אים די מעשה, ואגב היינט איז זיין יארצייט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=4886

כרם זית » דאנערשטאג יולי 4, 2024 7:37 pm

· #567297
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
מאכסט מיר גלייבן אין השגחה פרטית...