☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » מיינע מחשבות ביי די ניקולשבורג'ע הדלקה אין בארא פארק

מיינע מחשבות ביי די ניקולשבורג'ע הדלקה אין בארא פארק

100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3601
בלאט: 1 2

smartinof » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:08 pm

· #110468
נולד מאוחר
smartinof סקוקט אויס אז די טראכסט די רוב וואס האט יא קאפל און לאנגע פיאות דרייען זיך ארום פרייליך מלא סיפוק. כמיין סאיז נישט אזוי.
ביי אונדז אין ישיבה איז געווען א שיינע צאל וואס האט געפיסטעוועט.

איינער האט גערעדט פון סיפוק, און כאילו און מיינע ווערטער ליגט אז מ'קען נישט שרייבען דעם זעלבן קינה אויף די חברה מיט די בארד און פיאות וואס זענען די זעלבע ווערד און מיינע אויגען ווי די טאנצענדע ביי ניקולשבורג, איצטער האב זיך באצויגען אויף דעם, אדרבה מאך א קינה אויף די חברה מיט וואנצעס ביי די אויער'ן און נאז

smartinof » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:16 pm

· #110473
געפילטע פיש
ער בארעכטיגט? ער רעדט סך הכל פון זייער ווערן אויסגעשפיגן פון זייער קאמיוניטי, משפחה, וואס ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט זיי.

און זייט ווען פארן זיי אפ פון תאוות? דו קענסט נישט א שיינע פאר פעסטע בעלי תאוה וואס זענען נישט אפגעפארן? פון תאוות פארט מען נישט אפ. דאס זענען געווענליך קינדער וואס אונזער ישיבה סיסטעם האט נישט קיין פלאץ פאר זיי, זיי זענען נישט געקנאטן פון די טייג וואס קען זיצן איבער די גמרא א גאנצע טאג, און וויבאלד מיר האבן נישט די מוסדות פאר די סארט ווערן זיי ליידער פארפאלן אין די גאס.

די פעסטע בעלי תאוות האבן זיך פיין מסדר געווען, די אנדערע חברה זענען פשוט אומגעלונגענע בעלי תאווה, אבער זייער התנהגות קומט בלויז פון תאווה און פירט בלויז צו תאווה, והא ראי' האלט מיט וואס זיי טוען א גאנצען טאג,

smartinof » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:19 pm

· #110475
יואב
@סמארטאינאף, איר האט זייער א רייכן פעדער, געמישט מיט רירענדע געפיל.
קוקט אויס איר זענט מקיים דעם זאגן פסוקי דזמרה כמונה מעות אין פילען זין פון ווארט.
קיפ איט אפ !

מיין פעדער איז נישט אזוי רייך, מיין געפיל איז נישט אזוי רירענד, און מיין פסוקי דזמרה קוקט נישט אויס ממש ווי די לייגסט עס אראפ....
די עיקר די געדאנק...

smartinof » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:32 pm

· #110481
לעיקוואד
לכל המעוררים,
כבר מסרתי מודעה באשכול הרב עובדיה און דער האלעקאוסט (ואין לי נערוון ללנקק) אז אלץ וואס איך שרייב איז אביסעלע מוגזם, איך מיין נישט ערנסט יעדער ווארט וואס איך שרייב, איך שרייב נישט דא קיין רמב"ם וואס מקען מדייק זיין יעדער ווארט, ואילו דייקינא כולי האי וואלט איך דאך נישט געשריבען בכלל אויף ק"ש. איך שרייב פשוט בדרך ובסגנון מליצי ארויסצוברענגען אביסעלע נקודות פארקערט פון וואס מטראכט אויבערפלעכליך. פשוט אין דער אשכול אז דער פותח האשכול האט זיך צושריבען אזוי בדרך מליצי ורגשני וועגן די גרויס רחמנות וואס ער הא אויף עטליכע מבין קהל אנ"ש חסידי ניקלשבורג הע"י האב איך פשוט ארויסעברענגט דער צוייטער צד אז פונקט אזא רחמנות איז דא אויף עולם גולם, בלשונו של התנא האלקי רשב"י (אדער פאר ווער סוויל דווקא רמד"ל) "סתימי עיינין אטימי ליבא, עיניים להם ולא יראו אזניים להם ולא ישמעו, דלא ידעי ולא אשגחו", וכו' וכו'. איך מיין אס ווער סהאט אמאל געעפנט א זוהר ווייסט אז ר' שמעון האט נישט עקסטער סימפאטיע פאר'ן המון עולם גולם, און ער דריקט זיך ארויס מיט די שארפסטע לשונות קעגן דעם. איך האב פשוט מאזן געווען דער שמועס דא, נישט אז איך בין אינגאנצען גערעכט און נישט אז סמארטינאף איז אינגאנצען גערעכט.

אפשר זאל איך טוישען א ניק אויף "אנטי-בדחן" (על משקל "אנטי-קרייסט)?

די ביסט גערעכט און איך בין גערעכט, ס"ה רעדן מיר פון צוויי סטאדעס פון קיען, איך רעד פון איין סטאדע, און רעדטס פון אצווייט'ן סטאדע, אבער אויף דיין סארט קיען איז נישט שייך קיין רחמנות, ס'איז מאס מאסתי מהם ומהמוניהם, איך בין דיר נישט חושד אז די האלטס אז די פארקריפעלטע נשמות האבן און זיך מער חכמה, אדער מאראל, ווי די אונגערישע, אייניקלעך בן אחר בן פונ'ם פראגער גולם...

smartinof » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:40 pm

· #110483
הוגה
לויט ווי איך פארשטיי ציסטו נישט קיין שום מסקנות פון דיין נעכטיגע איבערלעביניש, סך הכל פרובירסטו ארויסצוברענגן אויף פען און פאפיר דיינע אינערליכע געפילן, און איך מיז דיר גראטילירן אז דו האסט געמאכט א מורא'דיגע דזשאב. האסט אונז אלע גענומען אויף א שרעקעדיגע און טרויעריגע רייד.

אבער לאמיר נעמען א מינוט און ארויסקריכן פון די באקס און עס אנקוקען פון די שטאנדפונקט פון אן אינדערויסענדע. לאמיר פרובירן צו טראכטן ווי אזוי קוקט עס אויס פון אויבן אין הימל. (איך ווייס נישט בעצם, איך נוץ נאר מיין כח הדמיון).

פון איין זייט איז טאקע דא די פארפייניגטע עלטערן, זיי מאכן מיט אזוי פיל, ימ'ן פון טרערן און נהרות פון בלוט גיסט זיך פון זיי.

ווער קימערט זיך מיט זיי, ווער געט זיי חיזוק, ווער דערהאלט זיי ביים לעבן? די ענטפער איז פשוט, און די רשימה איז לאנג. די באשעפער, די תורה, זייער אמונה, די קאמיוניטי, די אסטאבלישמענט גיבט זיי לעגיטימאציע, די משפחה גיבט זיי עמאושענעל שטיצע, דאס בעסמעדריש גיבט זיי א פלאץ צו אטעמען, זיי זענען א חלק פון א סאסייעטי, און ועל כולם האבן זיי א געוויסן וואס מאכט זיי פילן גוט מיט אזעלכע בארואיגונגס ווערטער ווי "מען קומט אפ אויף דער וועלט" וכדומה.

יא דאס פארמינערט נישט זייער פיין, און עס פארקלענערט נישט אונזער חיוב צו האבן פולע מיטלייד מיט זיי.

פון די אנדערע זייט שטייען די קינדער, בחורים וגם בתולות, פון אלע שיכטן און קרייזן. מען האט זיי נעבעך גענומען און אריינגעווארפן אין דעם וועלט אריין, דער שווערע פארפלאגטע וועלט אן די נויטיגע וואפן זיך צו קענען ספראווען מיטן שונא.

מען האט זיי באראבעוועט זייער עולם הבא און זייער עולם הזה.

מען האט זיי מחנך געווען אז אויב זיי גלייבן נישט אין אלעס און אין אלעם וועלן זיי זיין פארשטויסן לנצח נצחים, אבער מען האט זיי נישט געלערנט וואס און וויאזוי צו גלייבן.

מען האט זיי געלערנט אז שקר אין לו רגלים, אבער געזעהן האבן זיי ווי אלעס שטייט אויף שקר.

מען האט זיי געלערנט דעם דרך האמת, און אלע אנדערע דרכים זענען כפירה, אבער פארשטאנען האבן זיי אז אלעס איז די זעלבע.

את אשר התרת היום אסרת למחר, ואת אשר אסרת לאחיך התרת לך.

בקיצור, קיין רוחניות האט מען זיי נישט געגעבן, און גשמיות האבן זיי אויך נישט. ווייל טאג און נאכט דרייען זיי זיך ארום מיט טענות און געפילן פון חרטה.

ימ'ן פון טרערן האבן זיי פארגאסן, און טייכן פון בלוט גיסט זיך פון זייער הארץ.

ווער קימערט זיך מיט זיי? ווער גיבט חיזוק פאר די קינדער? ווער דערהאלט אונזער עתיד ביים לעבן? ווער גיבט זיי א האג און זאגט זיי איי לאוו יו בראו, ענד גאד לאווס יו טו????

נישט די באשעפער וועם זיי קענען נישט, נישט די תורה וואס מען האט זיי נישט געלערנט, נישט די אמונה וואס זיי האבן נישט, נישט די קאמיוניטי וואס האט זיי אויסגעשפיגן ווי אן אויסגעקייטע באבל גאם, נישט די אסטאבלישמענט וואס האט מחליט געווען אז זיי מוז מען מרחק זיין צו ראטעווען די ריינע ראסע, נישט די משפחה וואס שעמט זיך מיט זיי, נישט דאס בעסמעדרעש וואס פארגינט זיי ניטאמטל א שלינג קאווע און א געשמאקע שמועס, און נישט די סאסייעטי וואס ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט זיי.

ווער יא? ווער קערט יא פאר זיי? ווער גיבט נאך האפענונג אז עס איז נאך דא א פיוטשער פאר זיי? ניקעלשבורגער רבי, ר' יואל ראטה, ר' מוטה פראנק, ליפא, מיכאל, נאך אפאר געציילטע צדיקים און דו און איך.

יא, לאמיר זיך אפווישן די טרערן, לאמיר אפלאזן די ציבראכענע עלטערן, זיי האבן ווער זאל זיי מחזק זיי און אקצעפטירן, לאמיר אריין גיין אינעם רעדל און אנכאפען די הענטעלעך פון אונזערע ברודער און טאנצען צוזאמען.

אבינו שבשמים, אבינו שבשמים, אבינו שבשמים, שבשמים....

יא, ער איז מיט אונז און ער האט אונז ליב אן אהבה שאינה תלויה בדבר.


ווער זאגט אז די אלע סיבות זענען זיי מצדיק צו טוען וואס זיי טוען

מיר דאכט זיך, אז מיר דינגען זיך נישט, איך האב קיינמאל נישט מצדיק דעם חסידי'ש ישיביש חרדישער מהלך פון חינוך, און איך האב נישט גערעדט לגבי בפועל וויאזוי מען זיך באגיין מיט די חברה, איך האב זיך באצויגען אויף דעם געפיל פון א טאטע'ן צו אזא זון, און צו די געפיל פון פחד וואס זיי זייען אן און אונזערע הערצער, און די ביסט מוסיף נופך, אז די רחמנות אויפ'ן טאטע'ן הייבט זיך נאך פאר זיי קומען אם צו די מצבים וואו זיי שטייען יעצט, מיינענדיג, נעבעך א זון ארים פון כלי זין קעגן אזא ביטער'ן שונא, א זון וואס איז נעבעך נישט קיין אייגענער מענטש, נאר איז אנגעבינדען און די יידישקייט וואס זיין טאטע גיבט אים, און אויב ער שפירט די מינדעסטע אומבקוועמליכקייט מיט אזא יידישקייט ווארפט ער אלעס אוועק נישט, און האט נישט דעם קאפ זיך צו אליינס אוועקשטעלן און יידישקייט, און נישט אליין געכאפט אז כפירה מיינט נישט נאר א זאך וואס איז א סתירה מיט די יידישע רעליגיע, און נישט וואס עפעס א עלטער באבע האט אפגעמאכט אז אמונה מיינט דאס, און ווער עס דינגט זיך אויף דעם איז א כופר, טאקע א רחמנות אויפ'ן טאטע'ן נעבעך א זון אן קיין עצמאות, און אויף דעם זון אויך א רחמנות, אבער די רחמנות געפיל איז נישט קיין סתירה צו האבן פאראיבעל און טענות אויף זיינע אומריכטיגע מעשים וואס ער טוט.

און וואס טוט מען למעשה, מען נעמט זיי ארום און מען טאנצט מיט זיי, און מען האקט זיי און קאפ, אז גאט ליבט זיך מיט דיר און יעצט זענען זיי צוגעקומען צו שיא הפסגה פון לויטער אמת, זיי זענען שוין מבחין צווישען אמת מיט שקר, צווישען איסור מיט היתר, אלס וויאזוי, מיט די האג און און דעם געבלאפטן סלוגן "גאד לאווס יו" ווער האט דיר מגלה וואס גאט וויל, און וואס ער האט ליב, בעסער געזאגט, גאט איז זיך קלאר מסביר וואס ער וויל יא און וואס ער וויל נישט וואס ער האט יא ליב און וואס ער האט נישט ליב, ער האט געגעבען פינעף ביכער, און פון דעם איז ארויסגעקומען ששה סדרי משנה וכו וכו', און געזאגט דאס האב איך ליב, און ווער עס טוט דאס איז ביי מיר באליבט און ווער נישט, נישט, און איינער וואס איז מרבה ניאוף, מרבה מידות רעות. אין אנדערע ווערטער, אוממראלישע מענטשען, האב איך נישט ליב [אדער, איך האב נישט די אהבה וואס איך האב צו איינער וואס ציילט זיך צאם מיט מיין אויסדעוועלט פאלק און מיט זייער אייגענארטיגער מאראל און התנהגות, איך האב דיר ליב ווי דעם מעקסיקאנער, וואס דרייט זיך און טרעין סטעישען, און לאקערט נאך יעדן קאץ מיט האר...] איך זאגעס נישט בוודאות, נאר זיי מיר מגלה פון וואו נעמסטו די זיכערקייט אויף דיין זייט.

הוגה » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:26 pm

· #110537
נאו פראבלעם, איך וועל דיר מגלה זיין די סוד (אבער נאר בתנאי אז דו וועסט פאסטן מ' ימים ברציפות, אויב נישט טארסטו נישט ליינען).

איך נעם דאס פון אן אמאליגע איד וואס האט געהייסן ר' ישראל בעל שם טוב. ער האט ליב געהאט און מקרב געווען די נואפים, די מרבי מידות רעות און די אוממאראלישע מענטשן. ער האט אפילו מקרב געווען די מעקסיקאנער וואס איז נאך געלאפן האריגע קעץ.

פון וואו ווייס איך אז די אלע מעשיות וואס מען פארציילט אויפן בעש"ט זענען אמת? איך ווייס טאקע נישט, קען זיין אז די מעשיות זענען אויף געבאקן. אבער אז איר קוקט אריין אין זיינע דא"ח, און אין די ספרי תלמידיו ותלמידי תלמידיו, כגון, דגל מחנה אפרים, ספרי חב"ד, ברסלב, ועוד, זעהט מען אז ער האט קלאר געהאלטן אז גאט האט ליב יעדע בעל עבירה אפגעזעהן וואו ער שטייט.

תורת החסידות ברענגט ארויס וואס עס מיינט די באשעפער, וואס עס מיינט א אידישע נשמה, וואס עס מיינט איין קוצו של יוד פון איין איינציגע מצוה'לע וואס די גרעסטע פושע ישראל האט געטון, די נח"ר פאר כביכול. תורת החסידות פארשטייט אז אפילו פושעים האבן א מקום.

עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק.

איינצילע געדענקן נאך וואס די בעש"ט האט געטון און זיי האלטן נאך אן די קפעידא ביז היינט און איינער פון זיי איז די ניקולשבורגער רבי. כאפ מיך נישט אויפן ווארט אז איך זאג אז יונגרייז איז די בעש"ט, איך זאג דאס נישט, איך האב ניטאמאל געקענט די בעש"ט אז איך זאל איינער קענען מדמה זיין צו אים, אבער מיט דעם ענין גייט ער בדרך החסידות.

פון דא ווייס איך עס.


על אחת כמה וכמה קליינע קינדערלעך וואס ווייסן נישט בעסער ווייל מען האט זיי נישט געלערנט בעסער. יא, עס איז קלאר נישט זייער שילד, (אזוי ווי לעיקוואד האט אזוי שיין ארויסגעברענגט בנוגע ענין אחר, באשכל הדין).

זאג נאר, ווען דיין קליינע אינגעלע גיסט אויס א באטל מילך פאטשסטו אים צאם? ווערט ער דען פארהאסט ביי דיר? וואס איז אויב איינער פון דיינע קינדער איז א גרויסע מחוצף, און דו ביזט מחליט אים מחנך צו זיין מיט א יד תקיפה, ערווארטסטו יעצט אז אלע דיינע אנדערע קינדער זאלן אים מרחק זיין און נישט שפילן מיט אים?

דא רעדט מען פון קינדערלעך, קליינע קינדערלעך, אונזערע קינדערלעך, די קינדער פון אונזערע ברודער, בני קל חי. רוב פון זיי האבן אנגעהויבן צו רעבעלן אינעם סיסטעם צווישן צוועלף און זיבעצן. ווער איז שולדיג, ווילסטו וויסן? זיכער נישט דער קליינער ראצער פומפערנאטער! ווער האט ערצויגן די קינדער, אין וועלכער סיסטעם האבן זיי ערהאלטן חינוך, אין אונזער סיסטעם, ביי אונזערע ברודער און אונזערע מוסדות.

איך נוץ דאס נישט אלץ א סיבה פארוואס מען דארף זיי ליב האבן, נאר אלץ אן ערקלערונג אויף מיינע ווערטער וואס טייטלן אויף אונזערע חינוך סיסטעם אלץ די גורם פאר קהל חסידי ניקלשבורג.

ליב האבן און מקרב זיין זיי מוזן מיר אפילו אויב זיי זענען פושעים און רעבעלס להכעיס בוראם, להרגיז הוריהם ולמלא תאוותם. פארוואס? ווייל מיר זענען מענטשן, און ווייל זיי זענען מענטשן און אזוי טוען מענטשן איינער דעם אנדערע. איך האב ליב א יעדעם (וואס שטערט מיך נישט), סיי די חסיד סיי די ליטוואק, סיי די חסידישע חאניאק, סיי די א.ג. באם, פונקט ווי איך האב ליב אינוואליד גלייך ווי א געזונטע מענטש.

איך חזר נאך אמאל איבער, איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, און איך האב מיטגעוויינט מיט דיר פאר די געוואלדיגע צער פון די עלטערן. אבער ניקולשבורגער רבי איז נאך אלץ די איינציגסטע רבי בדורינו.

יחי אדונינו מורינו ורבינו!!!!!

ו
😂

הוגה » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:32 pm

· #110541
smartinof

די פעסטע בעלי תאוות האבן זיך פיין מסדר געווען, די אנדערע חברה זענען פשוט אומגעלונגענע בעלי תאווה, אבער זייער התנהגות קומט בלויז פון תאווה און פירט בלויז צו תאווה, והא ראי' האלט מיט וואס זיי טוען א גאנצען טאג,


ואשר אל כן? וועגן דעם דארף מען זיי האסן און פארשטויסן? קענסט געבן א לאגישע הסבר פארוואס?

דרך אגב, "אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו" איז נישט נאר א מצוה און א מדה טובה, עס איז אויך א פארשטענדליכע זאך.

הוגה » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:50 pm

· #110548
בדחן

מיין פוינט איז אבער געווען - לייען עס איבער - אז מען דארף נישט אראפשלעפן א גאנצע סיסטעם און אלעס אטעקירען שווארטץ אז גארנישט איז נישט גוט וויבאלד עס איז דא א געוויסע פערצענט וואס פאלט ארויס, מען טאר נישט נעמן גאנץ כלל ישראל און עס אנפענטן שווארטץ - א ווי הוגה האט געטיען - ווי באלד מיר האבן ליידער די פראבלעם, די פראבלעם האבן אידן געהאט מימות משה רבינו פון מען האט באקימען די תורה, און די פראבלעם האט די גויי׳שע וועלט אויך אז געוויסע טיען עידשערס איז שווער צו האלטן צו א נערמאלע סיסטעם,


קודם כל, אין דער הודעה האב איך נישט אראפ געריסן די גאנצע סיסטעם, עכ"פ מיין כוונה איז נישט געווען דאס. סך הכל האב איך געמאכט א פוינט צו ערקלערן אז זיי זענען דא א וויקטים און עס,קומט זיי אנערקענונג, חיזוק, אדער וואטעווער.

אבער יעצט אז דו ברענגסט ארויף די נושא מוז איך זאגן אז יא, מען דארף יא ארונטער רייסן די גאנצע חינוך סיסטעם ביי אונז. ווייל עס איז פארפוילט און פארטרוקנט מבית ומחוץ. איך וויל נישט מאריך זיין אין דער נושא ווייל עס איז,שוין דא מערערע שמועסן איבער דער נושא דא אין שטיבל.

איה"נ מען קען אפשר טרעפן אפאר גוטע נקודות אין אונזער סיסטעם. אבער קען מיר איינער עקלערן ווי אזוי א אידיש קינד קען ארויסקומען פון א אכצן יאר אין אידישע בתי חינוך און ער גלייבט נישט אז די באשעפער האט באשאפן די וועלט? יא, איך שעם זיך נישט צו זאגן, ווייל קיינער האט דאך מיר נישט אויסגעלערנט.
(דאנט ווארי, היינט ווייס איך שוין, ב"ה. 😃 )
רוב יוצאי סיסטעמינו זענען נאך ערגער, זיי ווייסן ניטאמאל צו פרעגן.

דאס איז אונזער געלונגענע סיסטעם. לאמיר עס נישט ארונטערייסן ווייל עס איז נישט אזוי שלעכט. ווי שלעכט שטייען מיר אז מיר דארפן זיך מחזק זיין מיט דעם אז כלל ישראל האט אלעמאל געהאט ארויסגעפאלענע.

לעמאן דזשוס » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:51 pm

· #110549
הוגה, ניין איך פארשטיי טאקע נישט וויזוי עס קען זיין, אפשר ביזטו מסביר ווי אזוי לדעתך עס איז טאקע מעגליך?

בדחן » מיטוואך מאי 1, 2013 1:04 am

· #110584
ווי אזוי א כה״ג וואס האט געטיען די עבודה אכציג יאר און דערנאך געפושט פארשטייסטע יא?
ווען די וועסט יענטץ פארשטיין, וועסטע אויך פארשטיין ווי אזוי א אכצען יעריגער קען זאגן אז אז ער גלייבט נישט.
(דרך אגב - לדעתי - באמת ווייסט ער יא, ער זאגט נאר אז ער גלייבט נישט, אבער נישט דאס איז די נושא דא).

גנדי » מיטוואך מאי 1, 2013 10:55 am

· #110677
הוגה
אבער ניקולשבורגער רבי איז נאך אלץ די איינציגסטע רבי בדורינו.

יחי אדונינו מורינו ורבינו!!!!!

ו
😂


<a class="postlink" href="http://youtu.be/VCh8Dhr_7qg">http://youtu.be/VCh8Dhr_7qg</a>

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 4:48 pm

· #110811
איינער וויינט אויף ישיבה וועלט (איבער אן אנדערע הדלקה)
Pritzus, Drugs & More – All In The Name Of HaTana Rav Shimon Bar Yochai

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 4:52 pm

· #110813
פלעטבוש איז א טמא'נער שטאט. פאלשע אידן עפי"ר

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 5:00 pm

· #110818
דער זאגט עפעס. אין קראונהייטס שמחות בית השואבה איז נישט צופיל בעסער

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 5:03 pm

· #110822
די קראונהייטסע מיינען כאטש גוט, זיי פאלאוען א קולט. די פלעטבושע זענען סתם גוים וואס זענען פערצופאל געבוירן ביי אידישע מאמעס. און אנשטאט זונטאג האבן זיי שבת. אנשטא האלעווין, פורים. קראצמעך, חנוכה. זיי לעבן ווי דעם גוי, יו ליוו אנלי וואנס ענד יו ניעד טו ענדזשוי.

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 5:04 pm

· #110824

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 5:05 pm

· #110825
כ'רעד נישט פון אלע דארט. וק"ל

דאס איז מיין אפיניאן און קיין שום אייקאן וועט דאס נישט טוישן...

smartinof » מיטוואך מאי 1, 2013 6:02 pm

· #110851
הוגה
נאו פראבלעם, איך וועל דיר מגלה זיין די סוד (אבער נאר בתנאי אז דו וועסט פאסטן מ' ימים ברציפות, אויב נישט טארסטו נישט ליינען).

איך נעם דאס פון אן אמאליגע איד וואס האט געהייסן ר' ישראל בעל שם טוב. ער האט ליב געהאט און מקרב געווען די נואפים, די מרבי מידות רעות און די אוממאראלישע מענטשן. ער האט אפילו מקרב געווען די מעקסיקאנער וואס איז נאך געלאפן האריגע קעץ.

פון וואו ווייס איך אז די אלע מעשיות וואס מען פארציילט אויפן בעש"ט זענען אמת? איך ווייס טאקע נישט, קען זיין אז די מעשיות זענען אויף געבאקן. אבער אז איר קוקט אריין אין זיינע דא"ח, און אין די ספרי תלמידיו ותלמידי תלמידיו, כגון, דגל מחנה אפרים, ספרי חב"ד, ברסלב, ועוד, זעהט מען אז ער האט קלאר געהאלטן אז גאט האט ליב יעדע בעל עבירה אפגעזעהן וואו ער שטייט.

תורת החסידות ברענגט ארויס וואס עס מיינט די באשעפער, וואס עס מיינט א אידישע נשמה, וואס עס מיינט איין קוצו של יוד פון איין איינציגע מצוה'לע וואס די גרעסטע פושע ישראל האט געטון, די נח"ר פאר כביכול. תורת החסידות פארשטייט אז אפילו פושעים האבן א מקום.

עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק.

איינצילע געדענקן נאך וואס די בעש"ט האט געטון און זיי האלטן נאך אן די קפעידא ביז היינט און איינער פון זיי איז די ניקולשבורגער רבי. כאפ מיך נישט אויפן ווארט אז איך זאג אז יונגרייז איז די בעש"ט, איך זאג דאס נישט, איך האב ניטאמאל געקענט די בעש"ט אז איך זאל איינער קענען מדמה זיין צו אים, אבער מיט דעם ענין גייט ער בדרך החסידות.

פון דא ווייס איך עס.


על אחת כמה וכמה קליינע קינדערלעך וואס ווייסן נישט בעסער ווייל מען האט זיי נישט געלערנט בעסער. יא, עס איז קלאר נישט זייער שילד, (אזוי ווי לעיקוואד האט אזוי שיין ארויסגעברענגט בנוגע ענין אחר, באשכל הדין).

זאג נאר, ווען דיין קליינע אינגעלע גיסט אויס א באטל מילך פאטשסטו אים צאם? ווערט ער דען פארהאסט ביי דיר? וואס איז אויב איינער פון דיינע קינדער איז א גרויסע מחוצף, און דו ביזט מחליט אים מחנך צו זיין מיט א יד תקיפה, ערווארטסטו יעצט אז אלע דיינע אנדערע קינדער זאלן אים מרחק זיין און נישט שפילן מיט אים?

דא רעדט מען פון קינדערלעך, קליינע קינדערלעך, אונזערע קינדערלעך, די קינדער פון אונזערע ברודער, בני קל חי. רוב פון זיי האבן אנגעהויבן צו רעבעלן אינעם סיסטעם צווישן צוועלף און זיבעצן. ווער איז שולדיג, ווילסטו וויסן? זיכער נישט דער קליינער ראצער פומפערנאטער! ווער האט ערצויגן די קינדער, אין וועלכער סיסטעם האבן זיי ערהאלטן חינוך, אין אונזער סיסטעם, ביי אונזערע ברודער און אונזערע מוסדות.

איך נוץ דאס נישט אלץ א סיבה פארוואס מען דארף זיי ליב האבן, נאר אלץ אן ערקלערונג אויף מיינע ווערטער וואס טייטלן אויף אונזערע חינוך סיסטעם אלץ די גורם פאר קהל חסידי ניקלשבורג.

ליב האבן און מקרב זיין זיי מוזן מיר אפילו אויב זיי זענען פושעים און רעבעלס להכעיס בוראם, להרגיז הוריהם ולמלא תאוותם. פארוואס? ווייל מיר זענען מענטשן, און ווייל זיי זענען מענטשן און אזוי טוען מענטשן איינער דעם אנדערע. איך האב ליב א יעדעם (וואס שטערט מיך נישט), סיי די חסיד סיי די ליטוואק, סיי די חסידישע חאניאק, סיי די א.ג. באם, פונקט ווי איך האב ליב אינוואליד גלייך ווי א געזונטע מענטש.

איך חזר נאך אמאל איבער, איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, און איך האב מיטגעוויינט מיט דיר פאר די געוואלדיגע צער פון די עלטערן. אבער ניקולשבורגער רבי איז נאך אלץ די איינציגסטע רבי בדורינו.

יחי אדונינו מורינו ורבינו!!!!!

ו
😂

בקיצור די זאגסט אז איך זאל עס נישט פרעגן אויף דיר נאר אויפ'ן בעל שם, נישט עק וועלט, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז דער בעל שם האט געמיינט ממש ווי די לייגסט דאס אראפ "ליב האבן און מקרב זיין זיי מוזן מיר אפילו אויב זיי זענען פושעים און רעבעלס להכעיס בוראם", די אמאליגע פעלד ארבייטער, וואס מער פון באמיסטיגן פעלדער האבן זיי נישט געוואוסט, האט דער בעש"ט מחדש אז אפילו וואס ער טוט יא איז אויך חשוב, אפילו עס איז דא א גרויס חלק פון גאט'ס רצון, וואס ער ערפילט נישט, אבער ליב האבן און מקרב זיין איינעם וואס טוט נישט ווייל ער וויל נישט טון, און אים מחזק זיין אז ער זאל ווייטער נישט טון, און און שטארקייט צו טון ווייטער די זאכען וואס ער טאר נישט טון, דער בעש"ט האט דאס נישט געמיינט בכלל, ער האט געגעבן חיזוק פאר קיען און אויסזען פון מענטשען, וואס האבן אפילו צו זינדיגן קיין שכל נישט געהאט, און זיי איינגערעדט אז אפילו ער טאנצט ער זינגט און שפרינגט איז דאס אויך גוט, אבער מיט דעם האט ער נישט מחזק געווען מעשים וואס להכעיס קעגן גאט, נאר פשוט נישט געוואוסט ער האט זיי אפשר נישט אויפגעקלערט אז זיי דארפן טון מער וויפיל זיי וויסען, אבער די היינטיגע חיזוק, מיט וואס מאיז זיי מחזק, ממינט עס אז וואס זיי טוען נאר איז גוט, איז מען זיי מחזק אז עטס קענטס אנגיין מיט ענקערע מעשים וואס איז בכוונה להכעיס קעגן גאט, בין איך נישט זיכער אז דער בעש"ט האט דאס געמיינט.

smartinof » מיטוואך מאי 1, 2013 6:13 pm

· #110860
הוגה
smartinof

די פעסטע בעלי תאוות האבן זיך פיין מסדר געווען, די אנדערע חברה זענען פשוט אומגעלונגענע בעלי תאווה, אבער זייער התנהגות קומט בלויז פון תאווה און פירט בלויז צו תאווה, והא ראי' האלט מיט וואס זיי טוען א גאנצען טאג,


ואשר אל כן? וועגן דעם דארף מען זיי האסן און פארשטויסן? קענסט געבן א לאגישע הסבר פארוואס?

דרך אגב, "אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו" איז נישט נאר א מצוה און א מדה טובה, עס איז אויך א פארשטענדליכע זאך.

און מיין תגובה האב זיך באצויגען צו די ווערטער פון געפילטע פיש, וואו ער איז מכריח אז מען פארט נישט אפ פון תאוות והא ראי' די פעסטע בעלי תאוות בקרב מחנינו, זאג איך אז זיי זענן געלונגענע בעלי תאוות און די פארקריפעלטע נעבעך אומגעלונגען, מיז'ן נעבעך איבער לאזן זייער האב גוטס צו קענען פארפילן זייערע דאס, איך שטעל אבער נישט אוועק וואס די מהלך מיט זיי איז, ס'קען זיין ביסט גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט וויל מען דען אז 13 AVE אדער LEE אדער מעין סטריעט זאל אויסקוקן ווי דער באן וואו חיים גראדה האט געטראפן הערשל רייסענער נאכן קריג....

smartinof » מיטוואך מאי 1, 2013 6:17 pm

· #110863
לעיקוואד
אינטרעסאנט קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף די פינף מיליאן טויזנט מענטשען וואס טאנצען אין מירון, און נאך פיפציג מיליאן טויזנט אין מאנרא, וואס טאנצען און שרייען אמר ר' עקיבא און בר יוחאי און וייסען נישט בחייכון וביומיכון פארוואס זיי זענען געבוירען וואס זיי טוהן דא אויף דער וועלט און מער ווי צוקוקען ווען דער שכן קאכט זיך און נאכקאכען האבען זיי נישט קיין אנונג וואס זיי זענען און ווער זיי זענען. די אלע וואס זענען כלומ'רשט מסודר אין לעבן, פון די קרוין אויפ'ן שטריימל ביז די פערטל שיך, פון דער מחותנ'סטע ביז די אור אייניקלאך, און מער ווי נאכמאכען און נאכטוהן און נאכשפרינגען איז נישטא אין זיי קיין ברעקעלע תוכן, קיין הוה אמינא פון דעת, קיין ריח תורה, און קיין שום מהלך וואס זאל אפילו קענען טראכטען פון ענטפערן אויף די פשוטע שאלה וואס עס פרעגן אסאך פון די ניקולשבורגע חסידים: על מה שוא בראת כל בני אדם.

די שרייבטס דאס אזוי אז עס קען זיך דאכטען אז מען רעדט פון א שטאב פון פילוזופן, חוקרים מיט אייגענארטיגע שיטות און וויסענשאפט אדער פסיכו, און ווען מען קומט אריין און ניקולשברגר ביהמ"ד הענגט א גרויסער בילד פון שפינוז'ן אדער קאנט, און אפשר גאר הרמן כהן, כ'האב נאך דערווייל נישט געטראפן די קשר פון פילוספיה צו נקיבות....

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 9:40 pm

· #110942
smartinof
לעיקוואד

די שרייבטס דאס אזוי אז עס קען זיך דאכטען אז מען רעדט פון א שטאב פון פילוזופן, חוקרים מיט אייגענארטיגע שיטות און וויסענשאפט אדער פסיכו, און ווען מען קומט אריין און ניקולשברגר ביהמ"ד הענגט א גרויסער בילד פון שפינוז'ן אדער קאנט, און אפשר גאר הרמן כהן, כ'האב נאך דערווייל נישט געטראפן די קשר פון פילוספיה צו נקיבות....

א- כמו שהסברתי רעד איך נישט דווקא פון טיף פילאסאפיע, נאר פון פיל מער פשוטע זאכן. און יא, סאיז דא א צד אז אין ניקלשבורג איז דא מער פון דעם ווי אין סאטמער. ואין לי כח להאריך ולדייק בזה כעת.

צוייטענס, דו ווייסט באמת נישט וואס איז די קשר פון פילאסאפיע מיט נקבות?

בדחן » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:47 am

· #111065
הוגה
smartinof

די פעסטע בעלי תאוות האבן זיך פיין מסדר געווען, די אנדערע חברה זענען פשוט אומגעלונגענע בעלי תאווה, אבער זייער התנהגות קומט בלויז פון תאווה און פירט בלויז צו תאווה, והא ראי' האלט מיט וואס זיי טוען א גאנצען טאג,


ואשר אל כן? וועגן דעם דארף מען זיי האסן און פארשטויסן? קענסט געבן א לאגישע הסבר פארוואס?.

הוגה
אבער יעצט אז דו ברענגסט ארויף די נושא מוז איך זאגן אז יא, מען דארף יא ארונטער רייסן די גאנצע חינוך סיסטעם ביי אונז. ווייל עס איז פארפוילט און פארטרוקנט מבית ומחוץ. איך וויל נישט מאריך זיין אין דער נושא ווייל עס איז,שוין דא מערערע שמועסן איבער דער נושא דא אין שטיבל..


ווי שוין געשמיעסט דא, אז טאלעראנץ איז נאר א פאנטאזיע, און ביי א טייל גייט עס נאר לינקס.

הוגה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 5:28 pm

· #111341
smartinof

בקיצור די זאגסט אז איך זאל עס נישט פרעגן אויף דיר נאר אויפ'ן בעל שם, נישט עק וועלט, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז דער בעל שם האט געמיינט ממש ווי די לייגסט דאס אראפ "ליב האבן און מקרב זיין זיי מוזן מיר אפילו אויב זיי זענען פושעים און רעבעלס להכעיס בוראם", די אמאליגע פעלד ארבייטער, וואס מער פון באמיסטיגן פעלדער האבן זיי נישט געוואוסט, האט דער בעש"ט מחדש אז אפילו וואס ער טוט יא איז אויך חשוב, אפילו עס איז דא א גרויס חלק פון גאט'ס רצון, וואס ער ערפילט נישט, אבער ליב האבן און מקרב זיין איינעם וואס טוט נישט ווייל ער וויל נישט טון, און אים מחזק זיין אז ער זאל ווייטער נישט טון, און און שטארקייט צו טון ווייטער די זאכען וואס ער טאר נישט טון, דער בעש"ט האט דאס נישט געמיינט בכלל, ער האט געגעבן חיזוק פאר קיען און אויסזען פון מענטשען, וואס האבן אפילו צו זינדיגן קיין שכל נישט געהאט, און זיי איינגערעדט אז אפילו ער טאנצט ער זינגט און שפרינגט איז דאס אויך גוט, אבער מיט דעם האט ער נישט מחזק געווען מעשים וואס להכעיס קעגן גאט, נאר פשוט נישט געוואוסט ער האט זיי אפשר נישט אויפגעקלערט אז זיי דארפן טון מער וויפיל זיי וויסען


אויב דו ביזט נישט זיכער אויב די בעש"ט האט דאס געטון האסטו צוויי ברירות, אדער קענסטו גלייבן די לעגענדעס אויפן בעש"ט וואס פארציילן אז ער האט יא, און אויב דו ביזט סקעפטיקל דערין לערן זיין תורה און די תורה פון זיינע תלמידים וועסטו זעהן אז ער האלט אזוי.

אין יענע צייטן זענען געווען אסאך אידישע בעלי עבירה, נישט נאר פעלד ארבייטער. ביזן בעש"ט זענען זיי פראסט און פשוט פארשניטן געווארן פון כלל ישראל אדער עכ"פ געווען פון די נידעריגע קלאס, און די בעש"ט האט צוריק געברענגט די עכטע אידישקייט און האט אויסגעלערנט אז די אידן (פונקט ווי אלע אידן, אפילו חאניאקעס) זענען אויך א חלק אלוקי ממעל ועוד ועוד עיין בספריו.

אבער די היינטיגע חיזוק, מיט וואס מאיז זיי מחזק, ממינט עס אז וואס זיי טוען נאר איז גוט, איז מען זיי מחזק אז עטס קענטס אנגיין מיט ענקערע מעשים וואס איז בכוונה להכעיס קעגן גאט, בין איך נישט זיכער אז דער בעש"ט האט דאס געמיינט.


ניין נישט דאס האט די בעש"ט געמיינט. אבער וואס איז שלעכט מיט זאגן פאר א אידיש קינד איי לאוו יו? ס'געפעלט נישט איינעם? סאונד צו פראסט? אויב עס איז אמת איז עס שיין.

בקיצור, ווען איך האב געשריבן מיין ערשטע הודעה דא איז מיין כוונה נישט געווען צו געבן רעכט פאר די א.ג. בעלי עבירה, און נישט צו באשולדיגן דער סיסטעם, סך הכל האב איך געזאגט אז פונקט ווי די פארוויטאגטע עלטערן באקומען אזויפיל עטענטשאן און חיזוק, דארף זיך איינער זארגן פאר די פארוויטאגטע קינדער, און הרב יונגרייז טוט דאס.

הוגה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 5:33 pm

· #111346
לעיקוואד
כמו שהסברתי רעד איך נישט דווקא פון טיף פילאסאפיע, נאר פון פיל מער פשוטע זאכן. און יא, סאיז דא א צד אז אין ניקלשבורג איז דא מער פון דעם ווי אין סאטמער. ואין לי כח להאריך ולדייק בזה כעת.

צוייטענס, דו ווייסט באמת נישט וואס איז די קשר פון פילאסאפיע מיט נקבות?


איך האב שוין אויך אריינגעקלערט אין דעם מערערע מאל (וכעין מה שהתכתנו באישי), אדרבא אויב די גיסטע איז דא קוקן מיר ארויס בכליון עינים צו הערן מער.

הוגה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 5:34 pm

· #111348
בדחן
הוגה
smartinof

די פעסטע בעלי תאוות האבן זיך פיין מסדר געווען, די אנדערע חברה זענען פשוט אומגעלונגענע בעלי תאווה, אבער זייער התנהגות קומט בלויז פון תאווה און פירט בלויז צו תאווה, והא ראי' האלט מיט וואס זיי טוען א גאנצען טאג,


ואשר אל כן? וועגן דעם דארף מען זיי האסן און פארשטויסן? קענסט געבן א לאגישע הסבר פארוואס?.

הוגה
אבער יעצט אז דו ברענגסט ארויף די נושא מוז איך זאגן אז יא, מען דארף יא ארונטער רייסן די גאנצע חינוך סיסטעם ביי אונז. ווייל עס איז פארפוילט און פארטרוקנט מבית ומחוץ. איך וויל נישט מאריך זיין אין דער נושא ווייל עס איז,שוין דא מערערע שמועסן איבער דער נושא דא אין שטיבל..


ווי שוין געשמיעסט דא, אז טאלעראנץ איז נאר א פאנטאזיע, און ביי א טייל גייט עס נאר לינקס.


שוין הרב בדחן, יעצט איז שוין די גאנצע סיסטעם מסודר און פארענטפערט. 😕

בדחן » דאנערשטאג מאי 2, 2013 6:51 pm

· #111375
ווי איך האב שוין פריער געשריבען, - האסט עס נישט געליינט - איז קיינמאל נישט גארנישט אזוי שווער געווען,

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:34 pm

· #111398
מ'האלט דא פיר עמודים, אויסער די ערשטע עטליכע תגובות האט דער אשכול גארנישט מיט ניקלשבורג אין נישט מיט זיין הדלקה.

עכ"פ איין נקודנה וויל יא ארויס ברענגען אז אנדערע פון אונזער רבנים ומוצי"ם ווייסען פון דער ירידת הדורות, אבער דער ירידת הדורות דרייט זיך ביים ניקלשבורגער רבי אין בית המדרש, ס'נישט דא נאך אזא ריכטיגע מנהיג אין בארא פארק וואס ווייזט ארויס אזוי פיל ליעבשאפט מיט אזוי פיל סבלנות פאר די נשמות וואס זענען שטארקע מבקשים נאר ליידער ארויסגעפאלן פון דער היינטיגער ' דרך שמד' וואס איז ידוע בשם "סיסטעם".

דער ניקלשבורגער רבי זינגט אין טאנצט זיין באקאנטע "ועמך כולם צדיקים" ניגון, בבחינת כל ישראל יש להם חלק בעולם הבא, ער גיט אין זיי אריין א געשמאקייט וואס דאס מיינט זיין א איד, זינגען און טאנצען, "טו מיר א טובה לייג תפילין", ער גוט זיי עליות אין זיין בית המדרש, שיקט זיי צו צום עמוד.

עס איז אוממעגליך אפצושאצן די געוואלדיגע אויפטוהן פון דער ניקלשבורגער רבי, גארנישט שטייט איהם אין וועג, ער נעמט אריין אין זיך גרויסע בושות אין בזיונות, אבער דאס האלט איהם נישט צוריק פון מקרב זיי די לב נשברות.

אוי בין איך מקנא זיין עולם הבא.

smartinof » פרייטאג מאי 3, 2013 11:34 am

· #111582
הוגה
smartinof

בקיצור די זאגסט אז איך זאל עס נישט פרעגן אויף דיר נאר אויפ'ן בעל שם, נישט עק וועלט, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז דער בעל שם האט געמיינט ממש ווי די לייגסט דאס אראפ "ליב האבן און מקרב זיין זיי מוזן מיר אפילו אויב זיי זענען פושעים און רעבעלס להכעיס בוראם", די אמאליגע פעלד ארבייטער, וואס מער פון באמיסטיגן פעלדער האבן זיי נישט געוואוסט, האט דער בעש"ט מחדש אז אפילו וואס ער טוט יא איז אויך חשוב, אפילו עס איז דא א גרויס חלק פון גאט'ס רצון, וואס ער ערפילט נישט, אבער ליב האבן און מקרב זיין איינעם וואס טוט נישט ווייל ער וויל נישט טון, און אים מחזק זיין אז ער זאל ווייטער נישט טון, און און שטארקייט צו טון ווייטער די זאכען וואס ער טאר נישט טון, דער בעש"ט האט דאס נישט געמיינט בכלל, ער האט געגעבן חיזוק פאר קיען און אויסזען פון מענטשען, וואס האבן אפילו צו זינדיגן קיין שכל נישט געהאט, און זיי איינגערעדט אז אפילו ער טאנצט ער זינגט און שפרינגט איז דאס אויך גוט, אבער מיט דעם האט ער נישט מחזק געווען מעשים וואס להכעיס קעגן גאט, נאר פשוט נישט געוואוסט ער האט זיי אפשר נישט אויפגעקלערט אז זיי דארפן טון מער וויפיל זיי וויסען


אויב דו ביזט נישט זיכער אויב די בעש"ט האט דאס געטון האסטו צוויי ברירות, אדער קענסטו גלייבן די לעגענדעס אויפן בעש"ט וואס פארציילן אז ער האט יא, און אויב דו ביזט סקעפטיקל דערין לערן זיין תורה און די תורה פון זיינע תלמידים וועסטו זעהן אז ער האלט אזוי.

אין יענע צייטן זענען געווען אסאך אידישע בעלי עבירה, נישט נאר פעלד ארבייטער. ביזן בעש"ט זענען זיי פראסט און פשוט פארשניטן געווארן פון כלל ישראל אדער עכ"פ געווען פון די נידעריגע קלאס, און די בעש"ט האט צוריק געברענגט די עכטע אידישקייט און האט אויסגעלערנט אז די אידן (פונקט ווי אלע אידן, אפילו חאניאקעס) זענען אויך א חלק אלוקי ממעל ועוד ועוד עיין בספריו.

אבער די היינטיגע חיזוק, מיט וואס מאיז זיי מחזק, ממינט עס אז וואס זיי טוען נאר איז גוט, איז מען זיי מחזק אז עטס קענטס אנגיין מיט ענקערע מעשים וואס איז בכוונה להכעיס קעגן גאט, בין איך נישט זיכער אז דער בעש"ט האט דאס געמיינט.


ניין נישט דאס האט די בעש"ט געמיינט. אבער וואס איז שלעכט מיט זאגן פאר א אידיש קינד איי לאוו יו? ס'געפעלט נישט איינעם? סאונד צו פראסט? אויב עס איז אמת איז עס שיין.

בקיצור, ווען איך האב געשריבן מיין ערשטע הודעה דא איז מיין כוונה נישט געווען צו געבן רעכט פאר די א.ג. בעלי עבירה, און נישט צו באשולדיגן דער סיסטעם, סך הכל האב איך געזאגט אז פונקט ווי די פארוויטאגטע עלטערן באקומען אזויפיל עטענטשאן און חיזוק, דארף זיך איינער זארגן פאר די פארוויטאגטע קינדער, און הרב יונגרייז טוט דאס.

לעגענדעס געוונליך גלייב איך נישט, און די תורות הבעש"ט ביזט דו אויך מודה עס שטייט נישט די ניקולשבורגע התנהגות, און עטענשען, דאס איז אונזער וויכוח כנ"ל

הוגה » פרייטאג מאי 3, 2013 1:58 pm

· #111630
די ניקולשבורגער התנהגות איז תורת הבעש"ט, דארפסט אז איך זאל אראפ ברענגן דוגמאות?

gehlungen » מוצ"ש מאי 4, 2013 10:49 pm

· #111716
וואלפה
זייער שטארק און הארציג ארויסגעברענגט.
איך האב נאך די מערסטע רחמנות אויף די צושאסענע און צובראכענע נשמות, זיי ווייסן נעבעך נישט פון ווי צו נעמען סיפוק, און זיכען און זיי פאלן נאך טיפער אריין אין דופרעסיע.
אינמיטן שרייבסטו אז דו האסט איהם געזעהן זיך דרייען מיט א שמייכעל פון איין זייט אויער צום צווייטן,
דערמאנסט מיך פון איינעם וואס איך האב געזעהן פאר פורים וואקען מיטן אשת חיל זיך אנכאפענדיג מיט א קשר של קיימא (-אזוי האב איך געמיינט) "לאכענדיג".
א קארגע חודש דערנאך איז שוין דערנאך.....
ווען איינער דארף ארויסווייזן און ארויפלייגען א שמייכעל איז עס די גרעסטע סימן אז אינערווענדיג איז ער א שבר כלי

I think you are making it more then it is by saying you felt like you are coming from AUSHWITZ. It makes the same sense like yelling at a TICKET writing police NAZI. Just think about & you will see that I am 100% right !

newkave » מוצ"ש מאי 4, 2013 11:01 pm

· #111722
Mr. Gehlungen, you are always right.

smartinof » זונטאג מאי 5, 2013 3:59 pm

· #112069
הוגה
די ניקולשבורגער התנהגות איז תורת הבעש"ט, דארפסט אז איך זאל אראפ ברענגן דוגמאות?

יא, אבער מקורות'דיגע, נישט סתם חסידישע בובע מעשאלעך, וואס על פי רוב שטאמען זיי פון משכילים, און די פאנאטישע חסידים האבן עס נאך אנגענומען ערנסט

smartinof » זונטאג מאי 5, 2013 4:04 pm

· #112073
ניין נישט דאס האט די בעש"ט געמיינט. אבער וואס איז שלעכט מיט זאגן פאר א אידיש קינד איי לאוו יו? ס'געפעלט נישט איינעם? סאונד צו פראסט? אויב עס איז אמת איז עס שיין.

י ניקולשבורגער התנהגות איז תורת הבעש"ט, דארפסט אז איך זאל אראפ ברענגן דוגמאות?

די כאפסט ביסט זיך סותר

smartinof » זונטאג מאי 5, 2013 4:08 pm

· #112075
לעיקוואד
smartinof
לעיקוואד

די שרייבטס דאס אזוי אז עס קען זיך דאכטען אז מען רעדט פון א שטאב פון פילוזופן, חוקרים מיט אייגענארטיגע שיטות און וויסענשאפט אדער פסיכו, און ווען מען קומט אריין און ניקולשברגר ביהמ"ד הענגט א גרויסער בילד פון שפינוז'ן אדער קאנט, און אפשר גאר הרמן כהן, כ'האב נאך דערווייל נישט געטראפן די קשר פון פילוספיה צו נקיבות....

א- כמו שהסברתי רעד איך נישט דווקא פון טיף פילאסאפיע, נאר פון פיל מער פשוטע זאכן. און יא, סאיז דא א צד אז אין ניקלשבורג איז דא מער פון דעם ווי אין סאטמער. ואין לי כח להאריך ולדייק בזה כעת.

צוייטענס, דו ווייסט באמת נישט וואס איז די קשר פון פילאסאפיע מיט נקבות?

ניין, אפשר איז די שייכות מיט דיין סארט פילוסופיה, אהבת ישראל האט אפשר אויך צוטון מיט פילוסופיה????.

הוגה » זונטאג מאי 5, 2013 8:16 pm

· #112139
smartinof
הוגה
די ניקולשבורגער התנהגות איז תורת הבעש"ט, דארפסט אז איך זאל אראפ ברענגן דוגמאות?

יא, אבער מקורות'דיגע, נישט סתם חסידישע בובע מעשאלעך, וואס על פי רוב שטאמען זיי פון משכילים, און די פאנאטישע חסידים האבן עס נאך אנגענומען ערנסט



איך ליג נישט יעצט בתורת החסידות אבער דאך איז מיר קלאר אז ווער עס פארשטייט די פנימיות פון תורת הבע"ש ווייסט אז איך בין גערעכט.

איך וועל דא נאר ציטירן צוויי מאמרים וואס איך האב פונקט היינט געזעהן.

לא הביט אוון ביעקב ולא ראה עמל בישראל ה' אלוקיו עמו. היינו יען שה' אלוקיו עמו. הצדיקים אמרו שהעבירות שאינן מעבירות את עומ"ש מהאדם אינן כלולות בחשבן העוונות ומוחלין עליהם מהשמים, וזה אם בעליו עמו לא ישלם. (חידושי הרי"ם משפטים)

אין שפת אמת משפטים שטייט נאך שטערקער. בעליו עמו לא ישלם. כי כל מעשי האדם נמשכין אחר עצמות האדם בכללו. והשי"ת נותן לכל אדם כלים יקרים כל החושים ונשמה הטהורה וכו' והאדם עושה בו כל חפצו וכל הנאה שלו וא"כ חייב באונסין. אך העצה ע"י מסי"נ להקב"ה בכלל, נקרא שאילה בבעלים. כי לא שייך שיהי' ה' נשאל לאדם רק ע"י השתעבדות במסי"נ למקום, כמאמר אם ישים אליו לבו וכו' ונשמתו אליו יאסוף, הרי הוא עמו במלאכתו ופטור באונסין. ובאמת כי איך יחייב ה' על אונס רק שאם אינו מקבל עומ"ש כראוי כל האונסין נחשבין כפשיעה. ואם בכללו תחת עול יראת ה' נחשבין המעשים לאונסין. ומצינו מתה מחמת מלאכה. אף כי השכל מחייב שכל החסרונות מצד האדם השואל, אעפ"כ לפעמים כך רצונו ית' שנותן לאדם עבודה שלא יוכל לגומרה ע"כ לא יפול לב האדם בראותו שאין השעה עומדת לו לגמור כל מעשיו כראוי. והבן.

דאס האט די בעש"ט מחדש געווען און דאס האט ער געוואלט מפיץ זיין אין די גאנצע וועלט. דו קענסט טענה'ן אז ער איז נישט גערעכט, אבער ער האט אזוי געהאלטן.

הוגה » זונטאג מאי 5, 2013 8:23 pm

· #112142
smartinof
ניין נישט דאס האט די בעש"ט געמיינט. אבער וואס איז שלעכט מיט זאגן פאר א אידיש קינד איי לאוו יו? ס'געפעלט נישט איינעם? סאונד צו פראסט? אויב עס איז אמת איז עס שיין.

י ניקולשבורגער התנהגות איז תורת הבעש"ט, דארפסט אז איך זאל אראפ ברענגן דוגמאות?

די כאפסט ביסט זיך סותר


איך בין זיך בכלל נישט סותר, אויב בין איך נישט געווען קלאר וועל איך עס נאכאמאל זאגן.

די בעש"ט האט נישט געהאלטן אז מען מעג זינדיגן, אדער אז די עבירות זענען נישט עבירות, טראץ דעם וואס די בעש"ט האט כידוע יא געהאלטן אז מען מוז מקרב זיין א יעדע איד אפגעזעהן זיין מצב. און די ניקולשבורגער טוט דאס טאקע.

אפילו ווען די בעש"ט האלט ווען נישט אזוי, האט די ניקולשבורגער א רעכט עס צו טון מדעת עצמו.

smartinof » זונטאג מאי 5, 2013 8:53 pm

· #112156
הוגה
smartinof
הוגה
די ניקולשבורגער התנהגות איז תורת הבעש"ט, דארפסט אז איך זאל אראפ ברענגן דוגמאות?

יא, אבער מקורות'דיגע, נישט סתם חסידישע בובע מעשאלעך, וואס על פי רוב שטאמען זיי פון משכילים, און די פאנאטישע חסידים האבן עס נאך אנגענומען ערנסט



איך ליג נישט יעצט בתורת החסידות אבער דאך איז מיר קלאר אז ווער עס פארשטייט די פנימיות פון תורת הבע"ש ווייסט אז איך בין גערעכט.

איך וועל דא נאר ציטירן צוויי מאמרים וואס איך האב פונקט היינט געזעהן.

לא הביט אוון ביעקב ולא ראה עמל בישראל ה' אלוקיו עמו. היינו יען שה' אלוקיו עמו. הצדיקים אמרו שהעבירות שאינן מעבירות את עומ"ש מהאדם אינן כלולות בחשבן העוונות ומוחלין עליהם מהשמים, וזה אם בעליו עמו לא ישלם. (חידושי הרי"ם משפטים)

אין שפת אמת משפטים שטייט נאך שטערקער. בעליו עמו לא ישלם. כי כל מעשי האדם נמשכין אחר עצמות האדם בכללו. והשי"ת נותן לכל אדם כלים יקרים כל החושים ונשמה הטהורה וכו' והאדם עושה בו כל חפצו וכל הנאה שלו וא"כ חייב באונסין. אך העצה ע"י מסי"נ להקב"ה בכלל, נקרא שאילה בבעלים. כי לא שייך שיהי' ה' נשאל לאדם רק ע"י השתעבדות במסי"נ למקום, כמאמר אם ישים אליו לבו וכו' ונשמתו אליו יאסוף, הרי הוא עמו במלאכתו ופטור באונסין. ובאמת כי איך יחייב ה' על אונס רק שאם אינו מקבל עומ"ש כראוי כל האונסין נחשבין כפשיעה. ואם בכללו תחת עול יראת ה' נחשבין המעשים לאונסין. ומצינו מתה מחמת מלאכה. אף כי השכל מחייב שכל החסרונות מצד האדם השואל, אעפ"כ לפעמים כך רצונו ית' שנותן לאדם עבודה שלא יוכל לגומרה ע"כ לא יפול לב האדם בראותו שאין השעה עומדת לו לגמור כל מעשיו כראוי. והבן.

דאס האט די בעש"ט מחדש געווען און דאס האט ער געוואלט מפיץ זיין אין די גאנצע וועלט. דו קענסט טענה'ן אז ער איז נישט גערעכט, אבער ער האט אזוי געהאלטן.

סקוקט אויס פון די שטיקלך וואס די ברענגסט מיר דא, אז הייבסט איינזען אז איך בין גערעכט,שכויח פאר'ן מיך ברענגען שטאף, נעמסט דעם עול מלכות שמים, און מאכסט אים און ראשי תיבות און די זאך איז מסודר, און חי' הרי"ם שטייט קלאר, אז עבירות וואס מקען געבן אזא וויש אונטער, איז נאר אזאנע שאינן מעבירות את עומ"ש מהאדם, אבער אזאנע וואס יא, איז געפערליך, איז ניאוף, חילול שבת, וכדו' נישט קיין עבירה שכן מעביר מהאדם את העומ"ש??... [אחוץ קען זיין אז עס ווערט געטון ככפאו עליו שד...]
פון דעם שפת אמת זע איך נישט גארנישט לעינינו

הוגה » זונטאג מאי 5, 2013 10:42 pm

· #112183
הער, איך זעה נישט אז עס איז נאך דא עפעס אינטעלעקטואל געבליבן זיך צו טענה'ן, ס"ה זאגסטו אז די בעש"ט וואלט נישט מקרב געווען די בחורים, און איך זאג אז ער וואלט יא. וכך חוזר חלילה..... אה יע, אה נאו, אה יע, אה נאו... איך פארגין דיר צו האלטן דיינס.

smartinof » מאנטאג מאי 6, 2013 7:09 pm

· #112386
און איך פארגין דיר מיט'ן גאנצען הארץ צו האלטן דיינס מיט א שטארקייט.
לדעתי איז דער נושא הערשט יא און אינטעלעקטואלער, נאר כ' האב הנאה ווי חסידים האקען מאמרות און די נאמען זייערע דענקער און קיין שום מקורות, און איך זע איך בין גערעכט....

הוגה » דינסטאג יוני 4, 2013 9:51 am

· #121213
דו לערנסט פאלש פשט אין די חידושי הרי"ם. די חידושי הרי"ם זאגט אז אויב איינער טוט עבירות (אינו מחלק בין עבירה אחת לחברתה) אבער ער האט נאך עומ''ש, דהיינו ער האט מורא פון די באשעפער אדער עכ''פ ער געדענקט די אייבישטער, דאן פארקוקט די אייבישטער. והיינו לא הביט עוון ביעקב, ווען? דעמאלטס ווען עס איז ה' אלוקיו עמו, ווילאנג ער האט נישט אויפגעגעבן אויף די אמונה בה'.

דער נקודה שטייט זייער אסאך אין ספרי חסידות. ובזה פירשו החילוק בין גנב לגזלן, שגזלן השווה כבוד קונו לכבוד הבריות, משא''כ הגנב - ער גלייבט ניטאמאל אין קונו, והבן.

אויב דארפסטו קלארערע ווערטער דאן קוק די געוואלדיגע תגובה וואס איחוד פעלד האט דא געשריבן.

דערבער » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:16 pm

· #169979
איך האלט זייער שטארק פין דעם . דאס איז די איינציגסטע וועג אין אזוי קימט מען אן. אין יעדער קען ניצען אזא מהלך החיים

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 16, 2014 9:03 am

· #200805
אשכולות אויפוועקער איז איינגעשלאפן, ברענג איך עס ארויף!

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 16, 2014 10:33 am

· #200817
איר זענט געלאדענט.
10352254_10204141722651633_8657443986207909906_n.jpg

סאשי פיש » זונטאג מאי 18, 2014 12:14 pm

· #200907
די הדלקה די יאר

ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 1, 2015 12:31 am

· #271574
מקיץ נרדמים

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 1, 2015 12:33 am

· #271576
משיח אילמים.

ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 1, 2015 12:34 am

· #271577
ווייטער ביזי מיט משיח..

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 6, 2015 11:48 pm

· #273103
מיינע מחשבות ביים פייער איז געווען אז ס'איז טו דעמם ביג. איך בין געגאנגן אביסל פייער שאפן, אזא פייער גלייב איך אין מירון איז אויך נישט דא, אבער ס'דא א פערמיט איז גוט.

smartinof » דאנערשטאג מאי 7, 2015 12:05 am

· #273109
איך בין שוין לאנג נישט געווען דא, כוועל לכאורה נישט זיין דא צו אפט, אבער וואס זאל איך ענק זאגען, איך געדענק נישט פונקטליך וואס כהאב געשריבען דאס לעצטע מאל, אבער אסאך אסאך האטצוך געטוישט און מיר זייט סלעצטע מאל כהאב געשריבען מיינע מחשבות ביים ניקעלשבורגע הדלקה, אזש איך וואלט נישט געקענט היינט שרייבען אזא ארטיקל, מיין גאנצע קוק אויף נשמת ישראל אןן בכלל נשמת ונפש בני אדם איז ביי מיר היינט גאר אנדערש.
היינט זעה איך אין רב יונגרייז איינער מיט א נשמה אין הארץ כווייס נישט וואסארא גאון ער איז אבער, מיט חסידות ובפרט תורת אהבת ישראל איז ער גאנץ פאסיג, די נשמות וואס איך האב אזוי באשולדיגט פאריגעס מאל, דארף איך איבער בעטן, איך פיל היינט זייער נפש, איך פיל זייער גייסט וואס ענגבערט אין זיי עס נאגט זיי, איך פארשטיי היינט די מענשטען וואס זענען ענק מקרב, אפילו מקען קוקט עס אן נישט גוט, איך האב רחמנות אויף די טאטעס איך האב רחמנות אויף די קינדער, מיין נשמה איז מיר פארווארפען צווישען צוויי וועלטען פון רחמנות, און פאר מיר איז נאר געבליבען זיך צו ספראווען מיט מיינע פצעי הנפש.

כספי » פרייטאג דעצעמבער 8, 2023 12:47 am

· #540775
Re:
הוגה #
נאו פראבלעם, איך וועל דיר מגלה זיין די סוד (אבער נאר בתנאי אז דו וועסט פאסטן מ' ימים ברציפות, אויב נישט טארסטו נישט ליינען).
הייליגע ווערטער די תגובה, בפרט:
הוגה #

עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק.
ווערטער וואס מ'דארף איינקריצן אין זיך

און דאס וואס הרב הוגה שרייבט:
הוגה #

דא רעדט מען פון קינדערלעך, קליינע קינדערלעך, אונזערע קינדערלעך, די קינדער פון אונזערע ברודער, בני קל חי. רוב פון זיי האבן אנגעהויבן צו רעבעלן אינעם סיסטעם צווישן צוועלף און זיבעצן. ווער איז שולדיג, ווילסטו וויסן? זיכער נישט דער קליינער ראצער פומפערנאטער! ווער האט ערצויגן די קינדער, אין וועלכער סיסטעם האבן זיי ערהאלטן חינוך, אין אונזער סיסטעם, ביי אונזערע ברודער און אונזערע מוסדות.

די ווארט איז נישט נאר אז זיי האבן רעבעלט צווישן די צוועלף צו זיבעצן, נאר כלפי אזא גרויסן ג-ט און אזא אומפארשטענדליכע מושג פון אלוקות, זיין וואונדערליכע וועג פון באשאפן די וועלט, זיין פארהוילענע מהלך פון די תורה, זעמיר אלע קליינע קינדער פיצעלע קינדער, טאקע דער בעש"ט האט אמאל געזאגט פאר איינעם פון זיינע תלמידים וואס ער האט עם געזען קושן זיין אויסגעבעטענעם בן יחיד, אז דער באשעפער האט אסאך מער ליב דער גרעסטער פושע ישראל ווי דו האסט ליב דיין אויסגעבעטענעם בן יחיד, און אויך איז דא א ווארט פון צדיקים, אז דער באשעפער האט מער ליב דער גרעסטער פושע ישראל, ווי דער גרעסטער צדיק האט ליב דעם גרעסטן צדיק, עכ"פ די צושטעל פונעם בעש"ט צום קינד, איז טאקע דאס, וויבאלד אונז זעמיר אלע ווי פיצעלע אינזעקטן כלפי דעם מלך מלכי המלכים הבורא ב"ה וב"ש, און צו פארשטיין זיין פלאות'דיגן וועלט

ווי א חבר האט מיר לעצטנס געזאגט, איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, דאס האט שוין אדה"ר געזאגט שבת בראשית גלייך נאך וואס דער באשעפער האט עם באשאפן, דער היינטיגער גרעסטער חכם מחוכם קומט לכאורה נישט צו צו קרסולי רגליו פונעם דעמאלטסדיגן כסיל, נו, וויאזוי פרובירט מען היינט צו פארשטיין די כונת הבריאה וכדו'?
בלאט: 1 2