☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » TV וועגען חסידים וואס פארלאזען אידישקייט

TV וועגען חסידים וואס פארלאזען אידישקייט

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3742
בלאט: 1 2

ידען » זונטאג מאי 12, 2013 12:15 am

· #114061
TV וועגען חסידים וואס פארלאזען אידישקייט
Pbs האט א show וועגען חסידים וואס לאזען איבער די אידישע חסידישע רעליגיע

<a class="postlink" href="http://www.pbs.org/wnet/religionandethics/episodes/may-10-2013/leaving-ultra-orthodox-judaism/16364/">http://www.pbs.org/wnet/religionandethi ... ism/16364/</a>

זיי האבען דארט א פאר אירע ווי איינער פייערווערקער און א פרוי געטער און אויך PROFESSOR SAMUEL HEILMAN וואס זאגט אז אונז גלייב נישט פון בירט קאנטראל. איך מיין אז ער איז נישט געווען מאחורי הפרגוד אז סע דא א סאך רבנים וואס לאזען יא.

ער רעט אויכעט וועגען די אינטערנעט אז סע א גרויסע פראבלעם און אז די סיטיפילד איז שוין זייער שפעט און סע אזוי ווי מע וויל צו מאכען די שטאל נאך דעם וואס די פירש איז שוין ארויס געלאפען.

ווער איז די פראפעסער?

יואליש » זונטאג מאי 12, 2013 12:28 am

· #114067
כ'האב נישט געזעהן די שאו. אבער פראפעסאר היילמאן פון קווינס קאלעזש איז א באקאנטע עקספערט אויף אולטרא-ארטאדאקסיע, און פון די ערשטע אדרעסן פאר די מידיא. ער האט געשריבן אסך ביכער, ווי "דיפענדערס אוו די פעיט" און "סליידינג טו די רייט." ער איז אויך שוין געווען א קאמענטעטאר אין איינע פון די ערשטע דאקיומענטריס איבער קאנטעמפערערי חסידים, "עי ווארלד עפארט."

האלאנד » זונטאג מאי 12, 2013 12:29 am

· #114068
וויאזוי הייסט פייערווערקער די ערשטע נאמען

galitzyana » זונטאג מאי 12, 2013 12:37 am

· #114071
vusra glick huben zie getrufen

ר' שמחה » זונטאג מאי 12, 2013 1:23 am

· #114078
ידען
פרוי געטער

<a class="postlink" href="http://www.inspirationallivinginc.com/">http://www.inspirationallivinginc.com/</a>

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 1:58 am

· #114081
האלאנד
וויאזוי הייסט פייערווערקער די ערשטע נאמען

כ'מיין שאול

אברעמעל » זונטאג מאי 12, 2013 2:08 am

· #114084
ער הייסט שלומי, איך געדענק אים נאך פון די 13, ער האט שוין דעמאלטס ריוואלטעד.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 2:09 am

· #114085
יואליש
אבער פראפעסאר היילמאן פון קווינס קאלעזש איז א באקאנטע עקספערט אויף אולטרא-ארטאדאקסיע."

כמדומה מ'קען זיך חולק זיין אויף זיין פאקט אז ס'רוב עולם איז ארים.
ס'שווער אויס צו רעכענען כלפי אנדערע גרופעס, אבער איך בין נישט איבערצייגט אז ער איז גירעכט

ניו יארק » זונטאג מאי 12, 2013 2:14 am

· #114086
אוי שלומי!!! איינער האט א בילד פון אים?

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 2:16 am

· #114087
הלא הם מופיעים בספר הפנים.

יידל » זונטאג מאי 12, 2013 2:16 am

· #114088
היילמאן איז נישט דער גרעסטער עקספערט. דוכט זיך מיר אז דא אדער אויף אייוועלט האט מען שוין גערעדט וועגן אים און מ'האט אויסגערעכנט טעותים אין זיין בוך "סליידינג טו די רייט".

יואליש » זונטאג מאי 12, 2013 2:44 am

· #114091
נישט דער גרעסטער, אבער זייער עקסעסיבעל צו די מידיא. די מערסטע וואקאל אויף טי ווי זענען לאו דוקא די שארפסטע עקספערטן.

דרך אגב, כ'האב געהאט מיט אים א שמועס וועגן זייער דקות'דיגע ענינים אין סאטמאר און ער האט עס פיין ארויסגעהאט.

יואליש » זונטאג מאי 12, 2013 2:53 am

· #114095
ניו יארק
אוי שלומי!!! איינער האט א בילד פון אים?


וואס ברויכסטו א בילד, ער זעלבסט איז אויפן פראגראם (מיט א בילד פון זיינע אינגע יארן).

ידען » זונטאג מאי 12, 2013 2:56 am

· #114096
וואסערע דקותדיקע ענינים?

זר זהב » זונטאג מאי 12, 2013 2:56 am

· #114097
איך קען אים, נישט געוויסט אז ער איז היינט אזוי. מיין שאלה איז וואס האט חסידיזם מיט גיין אנגעטון א יארמולקע? נאר חסידים גייען דען א קאפל?

אברעמעל » זונטאג מאי 12, 2013 3:37 am

· #114111
כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'זעהט די הויפטקווארטיר פון פוטסטעפס.

קינות גירושין » זונטאג מאי 12, 2013 8:25 am

· #114127
קאווע טרינקער
יואליש
אבער פראפעסאר היילמאן פון קווינס קאלעזש איז א באקאנטע עקספערט אויף אולטרא-ארטאדאקסיע."

כמדומה מ'קען זיך חולק זיין אויף זיין פאקט אז ס'רוב עולם איז ארים.
ס'שווער אויס צו רעכענען כלפי אנדערע גרופעס, אבער איך בין נישט איבערצייגט אז ער איז גירעכט

אויב קוקט ער ביי די גאווערמענטס נומבערס און זעהט אז יעדער האט מאכט בערך 10.000 פער יאר איז גאנץ גערעכט
גדענקסט נישט ווי סאיז ארויס געקומען אז מאנרוי איז די צווייטע ארומסטע שטעטעל אין אמעריקע (זיי לעבן ווי פון די רייכסטע)

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 10:13 am

· #114149
אמת, כ'פארשטיי פון וואו ער ציעט זיינע מסקנות.
איך האלט אז אויב איינער האט ארויס די חסידישע מהלך החיים, איז דאס דער חסיד זעלבסט.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 12, 2013 10:27 am

· #114161
איך וויל נישט רעדן אויף אנדערע, אבער אז זי אליין רעדט ווי אימער און האט אייגענע וועבסייטס... יא, טאקע די מרת. געטער, זי גייט אביסעלע איבער די גרעניץ.. מיינט איר נישט אזוי?
איך האב איר גראדע געקאנט אין די געזונטע יארן, ס'איז מיר אויסגעקומען צוליב א סיבה צו האבן עפעס א שייכות צו די משפחה, און ס'איז מיר מיינד-באגלינג וואוהין זי איז אנגעקומען.

חזקיהו המלך » זונטאג מאי 12, 2013 10:30 am

· #114163
[ציטאט אראפגענומען]


אזוי קוקט אויס די דארעכגעפאלענע סעקולערע וועלט, ביי חסידים איין "טיש" וואס מען ריפט אפילו נישט "שאו" קען דויערען א צוויי שעה,

ידען » זונטאג מאי 12, 2013 11:29 am

· #114176
[ציטאט אראפגענומען]

שריי מיך נישט אן. כאב נישט געקענט זעהן די גאנצע ווייל מיין סערוויס האט געהיקאפט אבער כעל טוישען פאר דיר.

ווען הייסט עס show? נאר אויב סע האט מער ווי א האלבע שעה אדער מער?

יידל » זונטאג מאי 12, 2013 11:59 am

· #114189
אברעמעל
כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'זעהט די הויפטקווארטיר פון פוטסטעפס.

ווערט אויך געזען אין "א שטעטל of our own".

אויס מענטש » זונטאג מאי 12, 2013 12:02 pm

· #114191
וואסי פשט, אז עס קומען ארויס אזויפיל שאו'ס, פילמ'ס, לעצטענס פון עקס חאסידים ?
די מידיא האט זיך ספעציעל גענומען צו דעם פראיעקט ?
אדער ווייל עס איז ארויס געקומען איינס זענען די אנדערע פועלי יוצאים פון די ערשטע ?

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 11:43 pm

· #114494
די תירוץ איז, אז לויט ווי מ'משל'ט אונז אויס זענען מיר עפעס א סעקטע פון אדם וחוה'ס צייטן.
לאמיר זיך נישט לאזן נער'ן....
איך האלט, אז ווען מ'זאל זיי לערנען אידיש, און געבן א ניק אין שטיבל וואלטן זיי געזעהן אז ביני ובינך .. אויסער קוגל איז אלעס פיגול.

בדחן » זונטאג מאי 12, 2013 11:54 pm

· #114499
ערגעץ דא איז געווען א אשכול איבער א שאו וואס גייט האבן דריי מענטשן וואס האבן פארלאזט זייער רעליגע, מען האט עס געהאט געקענסעלט פאר א וואך צווי נאך די באסטן טעראר אטאקעס.

עני אינפאו?

יואליש » מאנטאג מאי 13, 2013 12:15 am

· #114507
בדחן
ערגעץ דא איז געווען א אשכול איבער א שאו וואס גייט האבן דריי מענטשן וואס האבן פארלאזט זייער רעליגע, מען האט עס געהאט געקענסעלט פאר א וואך צווי נאך די באסטן טעראר אטאקעס.

עני אינפאו?


זיי גייען עס שפילן נאך די זומער.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 13, 2013 12:28 am

· #114516
איך קען זיך נאך איינשרייבען?
איך שפיל גוט...

נייגעריגער » מאנטאג מאי 13, 2013 12:43 am

· #114523
אברעמעל
כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'זעהט די הויפטקווארטיר פון פוטסטעפס.

אויב כ'געדענק גוט איז עס אויכעט געווען אויפן טיווי שאו פון נעשענאל גיאגרעפיקס וואס האט געהאט יואלי לעבאוויטש!
און כ'מיין אז דער וואס האט געזאגט אז מ'זאל עס געווען האבן געזעהן אויפן עירמאנט ווידיאו אינו אלא טועה!

kliger » זונטאג יוני 23, 2013 12:01 am

· #127172
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=1QNvUK6jng0&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=1QNvUK6 ... ata_player</a>

פרישע עטענטשען זיכער

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 23, 2013 12:28 am

· #127176
נישט ממש פרישע.
איינער איז ארי מאנדעל מכונה רחמנא ליצלן, און דער צווייטער איז אשר שמואל כ"ץ מכונה סעם קע"ץ.
מיר וואונדערט נאר וואס איז פשט אז יעדער טי.ווי. סטאנציע מוז לעצטנס לאזן לויפן אזא סארט פראגראם, איז דאס טאקע אזוי אינטערעסאנט פאר דער גאנצער וועלט?

אברעמעל » זונטאג יוני 23, 2013 1:28 am

· #127188
גראדע גאנץ בחסד.

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 2:12 am

· #127202
מאראנצןזאפט
נישט ממש פרישע.
איינער איז ארי מאנדעל מכונה רחמנא ליצלן, און דער צווייטער איז אשר שמואל כ"ץ מכונה סעם קע"ץ.
מיר וואונדערט נאר וואס איז פשט אז יעדער טי.ווי. סטאנציע מוז לעצטנס לאזן לויפן אזא סארט פראגראם, איז דאס טאקע אזוי אינטערעסאנט פאר דער גאנצער וועלט?

איינער פון די, כ'געדענק שוין נישט ווער, שרייבט אין זיין געזיכט-בוך אז דער אינטערויוער האט זיי געזאגט אז דאס איז דער מערסטע אינטרעסאנטסטע סטארי וואס ער האט אמאל געקאווערט.

נו, הכל בשביל ישראל, וויסט עטס דען נישט?

יואליש » זונטאג יוני 23, 2013 3:11 am

· #127219
Fusing communities like Satmer and Lubavich into one report shows a lack of understanding by the media on the very subject they're reporting on. It's off-putting.

I'm sure they tired but couldn't get anyone closer. Still.

יואליש » זונטאג יוני 23, 2013 3:27 am

· #127223
כ'בין צומישט. דא זעה איך נאך א שטיקל פון די זעלבע נעטווארק, דאסמאל מיט מס. זשודי בראון מיטן זעלבן חב"ד רב. זענען ביידע שטיקלעך פון איין לענגערע באריכט?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 23, 2013 11:14 am

· #127252
ס'איז זייער אינטערסאנט וויאזוי זיי האבן באמת נישט ארויס אונזער לעבן סטייל.
די פיר חברה דא. מיט די גאנצע רעספעקט וואס זיי פארלאנגען פון אונז כלפי זיי, פארציילען נישט די אמת. מאנדעל פארציילט נישט ווער זיין טאטע איז געווען וכו'.

אפילו מר. וועבערמאן טוישען זיי אויף - די קליפ וואס זיי ברענגען - מיט א צווייטער.

איחוד פעלד » זונטאג יוני 23, 2013 11:24 am

· #127254
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=efLBUR9CJH4">https://www.youtube.com/watch?v=efLBUR9CJH4</a>

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 12:11 pm

· #127265
קאווע טרינקער

די פיר חברה דא. מיט די גאנצע רעספעקט וואס זיי פארלאנגען פון אונז כלפי זיי, פארציילען נישט די אמת. מאנדעל פארציילט נישט ווער זיין טאטע איז געווען וכו'.

ס'איז שווער צו ברענגען א ראיה פון א טעלעוויזיע שאו וואו מנעמט א שמועס וואס קען זיין אפאר שעה און מ'נעמט ארויס פון דעם צוויי דריי מינוט צו ווייזען אויף טעלעוויזיע.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 23, 2013 12:21 pm

· #127268
גערעכט, איך בוי נישט פון דא גארנישט.
די פאקטן ווייסט אבער יעדער.

(אפשר קומט דאס פון קנאה? ווער ווייסט)

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 12:28 pm

· #127272
קאווע טרינקער

די פאקטן ווייסט אבער יעדער.[/

נאר איך ווייס נישט? פארצייל אפשר פליז וואס 'יעדער' ווייסט.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 23, 2013 12:41 pm

· #127273
איך טאר נישט רעדן, ווייל נאכדעם וועלען זיי האבן טענות "היתכן מ'ברעדט זיי?!"
העמיר בלייבן ביי דעם. נעקסט קעיס.

איך אויך » זונטאג יוני 23, 2013 1:18 pm

· #127280
איחוד פעלד
https://www.youtube.com/watch?v=efLBUR9CJH4

קענטיג זיי זענען עקטערס, גראדע גאנץ שלעכטע עקטערס.

איחוד פעלד » זונטאג יוני 23, 2013 2:50 pm

· #127310
אבער זיי קענען אידיש פין ערגעץ.

אפאר זאצען זענען מיר געפאלען, עס זעהט אויס ווי א היימישער ארבעט.

איך אויך » זונטאג יוני 23, 2013 2:54 pm

· #127313
פארקאקטע אידיש.

מ גפני » זונטאג יוני 23, 2013 3:06 pm

· #127316
קאווע טרינקער

אפילו מר. וועבערמאן טוישען זיי אויף - די קליפ וואס זיי ברענגען - מיט א צווייטער.

ווער איז דאס טאקע?

זר זהב » זונטאג יוני 23, 2013 3:12 pm

· #127318
קעלנער

berlbalaguleh » זונטאג יוני 23, 2013 3:46 pm

· #127324
מאראנצןזאפט
נישט ממש פרישע.
איינער איז ארי מאנדעל מכונה רחמנא ליצלן, און דער צווייטער איז אשר שמואל כ"ץ מכונה סעם קע"ץ.
מיר וואונדערט נאר וואס איז פשט אז יעדער טי.ווי. סטאנציע מוז לעצטנס לאזן לויפן אזא סארט פראגראם, איז דאס טאקע אזוי אינטערעסאנט פאר דער גאנצער וועלט?

ס'איז אינטרעסאנט פאר די פרייע אידישע און נישט אידישע אוידיענץ. און דאס הייבט ממילא די רעיטינגס. און אידעדע מידיא אוטלעט, זאל דאס זיין טי.ווי אדער א ראדיא סטאנציע לעיבט, איז עולה ויורד לויט די רעיטינגס.

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 23, 2013 5:49 pm

· #127348
לעיקוואד
מאראנצןזאפט
נישט ממש פרישע.
איינער איז ארי מאנדעל מכונה רחמנא ליצלן, און דער צווייטער איז אשר שמואל כ"ץ מכונה סעם קע"ץ.
מיר וואונדערט נאר וואס איז פשט אז יעדער טי.ווי. סטאנציע מוז לעצטנס לאזן לויפן אזא סארט פראגראם, איז דאס טאקע אזוי אינטערעסאנט פאר דער גאנצער וועלט?

איינער פון די, כ'געדענק שוין נישט ווער, שרייבט אין זיין געזיכט-בוך אז דער אינטערויוער האט זיי געזאגט אז דאס איז דער מערסטע אינטרעסאנטסטע סטארי וואס ער האט אמאל געקאווערט.

נו, הכל בשביל ישראל, וויסט עטס דען נישט?



וואס איז טאקע פשט איז דאס א זא אינטערעסאנטע סטארי ליניע?
איי דאנט געט איט. וואלט פאר איינעם דא אינטערעסירט ווען א הינדא, מארמאן, מוסלים, וכו' ווואס האבן אויך גאנץ אן ענליכע רעליגיעז- געזעלשאפטליכע לעבנסשטייגער ווי אונז, שאקלט זיך אפ פון זיין רעליגיע?
פאר מיר איז דאס העכסט אינטערעסאנט ווייל מ'רעדט דאך פון שלומי אמוני, אבער פאר א פרעמדן, האו קעירס?

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג יוני 23, 2013 6:19 pm

· #127354
קאווע טרינקער
איך טאר נישט רעדן, ווייל נאכדעם וועלען זיי האבן טענות "היתכן מ'ברעדט זיי?!"
העמיר בלייבן ביי דעם. נעקסט קעיס.

עס איז נישט ריכטיג אז מען זאל באהאלטען די אביעקטיווע פאקטן
איך קען נישט די היסטארי פון ארי מאנדעל, אבער די אנדערע קען איך יא אביסל.
מ. וו. האט ערענסטע פערסאנעל אישוס. סעם קעטץ איז פון געגעטע עלטערן וואס איינער פון זיי איז זייער ווייט אוועק פון דעם פלאץ פון ווי ער קומט.
עס איז אביעקטיוו נישט ריכטיג אז מען זאל פארהוילען אט די פאקטן. עס שטעלט אוועק א פאלשע בילד.
אילו ווען זיי וואלטן זיך נישט ארויסגעשטעלט אין פאבליק, וואלט אפשר אפשר געווען א מקום דאס צו באהאלטען. אבער איינמאל זיי שטעלן זיך ארויס, זעה איך נישט פארוואס מען דארף זיך צוריקהאלטן.
איך מיין דאס בכלל נישט בתור גנות פאר זיי, איך מיין עס כדי מען זאל וויסן די פינקטליכקייט פון די זאך.
זיי רעדן אזוי ברייט אז "זייט וויסן עס איז דא אן אנדערע וועג, מען דארף נישט בלייבן דארט". דארף מען געדענקן אז ביי זיי איז דאס "בלייבן דארט", כלומר אינעם 'סיסטעם', געווען זייער שווער און קאמפליצירט.
איך דערמאן מיך אז יארן צוריק איז געווען א קליינע באשרייבונג אין ווילעדזש וואויס איבער איינע בתי' שעכטער. אגב, זי איז היינט א זינגערן אין איר פראפעשינאלע נאמען גייט זי אלס פרעה'ס טאכטער. עס איז זייער קלאר געשריבן געווארן דארט אז זי איז פון געגט'ע עלטערן און דערפאר איז זי גפאלען צווישען די שפאלטענס. עס איז נאריש און פארפירעריש נישט צו שרייבן דאס.
מען טוט דערמיט קיינעם נישט קיין טובה.

לעיקוואד » זונטאג יוני 23, 2013 6:22 pm

· #127356
מאראנצןזאפט



וואס איז טאקע פשט איז דאס א זא אינטערעסאנטע סטארי ליניע?
איי דאנט געט איט. וואלט פאר איינעם דא אינטערעסירט ווען א הינדא, מארמאן, מוסלים, וכו' ווואס האבן אויך גאנץ אן ענליכע רעליגיעז- געזעלשאפטליכע לעבנסשטייגער ווי אונז, שאקלט זיך אפ פון זיין רעליגיע?
פאר מיר איז דאס העכסט אינטערעסאנט ווייל מ'רעדט דאך פון שלומי אמוני, אבער פאר א פרעמדן, האו קעירס?


עס איז אינטרעסאנט אויך הינדוס, אין די פריערדיגע פראגראם שהובא פה איז געווען אויך פון אנדערע רעליגיעס.

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג יוני 23, 2013 6:31 pm

· #127357
איבערהויפט אויב איז עס א הינדו קאמיוניטי וואס וואוינט אין NYC, און מיר קלאפן זיך אן אין זיי טאג טעגליך.
עס איז אינטערסאנט אז אין דעם מאדערענעם שטאט איז דא א גרופע וואס פירן זיך אויף אויף א גאנץ אנדערע לעבנסשטייגער.
א גוי וואס וואוינט מעבר לבראדוועי האט מיר דערציילט וועגן דאס ערשטע מאל וואס עס איז אים אויסגעקומען איבערצושפרייזען דעם גרויסען מבדיל. ער דערציילט מיר אז עס דעמאלט געפאלען א נישקשהדיגע שניי, ער האט זיך פארחלומט אויף די שניי וואס איז געלעגן אויף דער ערד, און אזוי האט ער שנעל געוואקט. פלוצים הייבט ער אויף זיינע אויגען און ער דערזעהט זיך אין אן אנדערע century. 🙂 עס האט אים געדויערט אפאר רגעים צו כאפן וואס אין די וועלט גייט דא פאר. עס איז פאר אים געווען גאר אן אינטערסאנטער עקספעריענס.
בלאט: 1 2