☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1360
בלאט: 1 2 3 4
קאנצעפט » זונטאג אוגוסט 5, 2012 5:17 pm
· #31813
פאזיטיווע ליכט אויף אידישקייט אין די גוי'אישע מידיא...
אין א מבול פון נעגאטיווע דעקונג אויף חרדים אלל אווער די פרעס, קען צומאל אריינפאלן א שיין פאזיטיוו ארטיקל אדער סעגמענט, א שטייגער ווי "אפרע וויינפרי" איבער חסידים, און כ'שוין געמערקט דא דארט אינעם די פרעס פאזיטיוויטעטן לגבי חרדים.
די וואך האב "דער בלאט" באריכטעט איבער א שיינעם ארטיקל אינעם "ניו יארק טיימ'ס" איבער די ענין פון צוואת רבי יהודא החסיד אז מ'זאל נישט אפשניידן קיין לעבעדיגע פרוכט ביימער, זיי באריכטן זייער שיין אז א פרוכט איז א באשעפעניש, און מ'טאר נישט ברוטאל אפהאקן זייערע לעבנ'ס, זיי ברענגען צו אינטערוויאוס מיט א איד וואס האט פארדרייט זיינע טרעפ ארויף צו זיין הויז כדי אויסצומיידן א פרוכט בוים... הפנים ס'איז דא געוויסע זאכן אין אידישקייט וואס שמעקט פארן א גוי אויך, זיי זעען אז חרדים זענען נישט נאר גוט ביים שעכטן די הינער ערב יום כיפור, זיי האבן א געפיל פאר נאטור אויך...
אט האט איר א לינק:
http://www.nytimes.com/2012/07/31/nyreg ... trees.html
אז איר טרעפט נאך פאזיטיווע ארטיקלען, אדרבה ברענגט זיי צו דא.
נפתלי » זונטאג אוגוסט 5, 2012 5:35 pm
· #31822
דא איז דא אן אשכול איבער דעם
איך האב נישט געליינט דער ארטיקל אין די טיימס אבער פון די תגובות קוקוט אויס אז דער ארטיקל איז היבש ציניש געשריבן און בכלל נישט אזוי פאזאטיוו
שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 5:35 pm
· #31823
שוין געווע א אשכול דערוועגן דא:
נפתלי האקט.
שני ניקים נתכוונו בסגנון אחד
קאנצעפט » זונטאג אוגוסט 5, 2012 6:23 pm
· #31838
שכח פארן אויפמערקזאם מאכן, כ'וועל מגיב זיין דארטן.
כ'האב מכוון געווען אז דער אשכול קען זיין דא צו לייגן נאך לינקס פון פאזיטיווע ארטיקלען.
נפתלי » זונטאג אוגוסט 5, 2012 6:26 pm
· #31840
קאנצעפט
כ'האב מכוון געווען אז דער אשכול קען זיין דא צו לייגן נאך לינקס פון פאזיטיווע ארטיקלען.
אזוי האב איך טאקע פארשטאנען פונעם קעפל
בכל אופן וועט מען טאקע ניצן די אשכול פאר פאזאטיווע ארטיקלען וואס כ'גלייב שווער אז ס'וועט זיך מאכן אזאנס
קאנצעפט » זונטאג אוגוסט 5, 2012 6:40 pm
· #31844
קוק מיר נישט אן ווי פון הימל געפאלן... אבער איך האב געהאלטן בשעתו אז דער ארטיקל (לינק צוגעלייגט) איז היבש פאזיטיוו. אטליעסט דעקט ער וואס אונז האמיר צו זאגן אויך.
http://www.nytimes.com/2011/04/21/nyreg ... wanted=all
No_name » זונטאג אוגוסט 5, 2012 9:03 pm
· #31901
קאנצעפט
קוק מיר נישט אן ווי פון הימל געפאלן... אבער איך האב געהאלטן בשעתו אז דער ארטיקל (לינק צוגעלייגט) איז היבש פאזיטיוו. אטליעסט דעקט ער וואס אונז האמיר צו זאגן אויך.
http://www.nytimes.com/2011/04/21/nyreg ... wanted=all
ביסטו פון הימל געפאלן?
אפשר גיבסטו צו פארשטיין?
שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 9:09 pm
· #31906
No_name
קאנצעפט
קוק מיר נישט אן ווי פון הימל געפאלן
ביסטו פון הימל געפאלן?
מעשה לסתור?
קאנצעפט » זונטאג אוגוסט 5, 2012 10:44 pm
· #31944
בי בי סי באשרייבט די אידישע צוגאנג צו א שידוך און חתונה
http://www.bbc.co.uk/religion/religions ... gs_1.shtml
קאנצעפט » זונטאג אוגוסט 5, 2012 10:50 pm
· #31947
http://www.bbc.co.uk/news/magazine-13417502
קאנצעפט » זונטאג אוגוסט 5, 2012 10:53 pm
· #31950
איבער חתונות האב איך גראדע געמיינט די דאזיגע לינק
http://www.bbc.co.uk/programmes/b011crqs
town1 » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 7:34 pm
· #32249
http://www.youtube.com/watch?v=2BfWWDBndI4&feature=plcp
עס עפעס » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 12:46 pm
· #33379
http://www.nytimes.com/2012/08/05/world ... spain.html
דער ניו יארק טיימס: סאטמארער ראטעווען די עקאנאמיע אין שפאניע...
א גאר אינטערעסאנטע ארטיקל איבער הוט פאבריקן אין שפאניע.
ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי זיי פארזיגלען יעדן פרומען איד אלס "סאטמארער".
זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:55 pm
· #64712
זעהר שיין... דאס צו וואס זי גלוסט אזוי שטארק, דווקא פון דארט איז פעלדמאן אנטלאפן.
האט זי דאס געשריבן אין פארבס אדער פארווערדס?
זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:32 pm
· #64737
איז דאס נישט פאזיטיווקייט ''אין די גויאישע מידיע'' אזוי ווי דער קעפל לויטעט..
לעמאן דזשוס » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:18 pm
· #69744
די לעצטע צוויי וואכן איז געוועהן אין רוב לאקאלע ניו יארקע צייטונגען באריכטן איבער די פאזיטיווע ערשיינונג אז אין די חסידישע געמיינדע האט א מיידל זיך געגעבן קוראזש און געקומען ״פארווארד״ און דאדורך זאגט זיך פאר נייע צייטן ווי מען דעקט אויף אלע שטויביגע קארפעטס
ניו יארק » מאנטאג יאנואר 7, 2013 7:50 pm
· #78394
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך ווער נישט אזוי העפפי ווען די מידיע רעדט ווי סוקסעספיל אונז זעמיר אין ביזנעס, דאס לייגט אריין - אומדירעקט - א אימעדש אין אלע גוישע קעפ אז אונז זעמיר די רייכע בירגער, און זיי די צווייטע קלאס.
אונז האמיר גענוג און נאך מעלות אויסער דעם, אויב ווילען זיי טאקע ווארפען א גיטע ליכט אויף אונז דארפען זיי נישט גיין ביז דארט, עס איז דא גענוג שטאף ביז דארט.
קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 8, 2013 9:49 am
· #78536
נוי יארק
אונז האמיר גענוג און נאך מעלות אויסער דעם
זיי מסביר?
ניו יארק » דינסטאג יאנואר 8, 2013 10:19 pm
· #78678
אז מען רעדט שוין, אויב ווילט איר וויסען פון ווי ר' הערשל שרייבער קומט, קוקט נאר אויף זיין וועבסייט וועסטו זעהן אז ניטאמאל ענגליש האט ער געקענט. גאנץ אונטען זעה אז די ליגעל קארפארעטשיען נאמען איז:  B & H Foto & Electronics Corp
און יעצט האט ער א ביזנעס וואס איך מיין אז מען קען עס באצייכענען אלס די גרעסטע חרידישע ביזנעס. (קיין עין הרע)
📎 Screenshot_2013-01-08-21-52-24-1.png
געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 8, 2013 11:31 pm
· #78685
מוז אזוי זיין, קוקט אויס די באלעבאטעם פון די וועבסייטס האבן אויך געלערענט אין די זעלבע חדר.
foto.com
fotosource.com
איינער זאל זיי א טובה טוהן און אויפמערקזאם מאכן אויף זייער ספעלינג מיסטעיק.
משה געציל » דינסטאג יאנואר 8, 2013 11:45 pm
· #78687
געפילטע פיש
מוז אזוי זיין, קוקט אויס די באלעבאטעם פון די וועבסייטס האבן אויך געלערענט אין די זעלבע חדר.
foto.com
fotosource.com
איינער זאל זיי א טובה טוהן און אויפמערקזאם מאכן אויף זייער ספעלינג מיסטעיק.
די דאמעין photo איז שוין ווארשיינליך געווען פארכאפט, בבחינת 1877Karsforkids
Starbucks » מיטוואך יאנואר 9, 2013 12:22 am
· #78696
[ציטאט אראפגענומען]
דער חילוק צווישן בעסט ביי און B&H איז אז ביי בעסט ביי ארבעטן בעיקר יונגאטשעס קוים פון היי סקול ארויס, און וואס קען מען שוין פארלאנגען פון אזוינע חברה, ביי B&H אן די אדער הענד ארבייטן אידן פול פון זיי בעלי כשרון, געזעסענע בעלי משפחה, וואס צוליב זייער שוואכע עדוקעישן קענען זיי קיין בעסערע דזאב נישט באקריגן. די זעלבע יונגעלייט אין אן אנדער געזעלשאפט וואלט רוהיג געקענט ארבייטן אויף וואל סטריט צו אין סיי וואספארא וואלקן קראצער אין מאנהעטן.
בדחן » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 1:06 am
· #78921
אפגזען צו ביסט יא גערעכט אדער נישט, עס איז נישט די אשכול דאס פלאטץ זיך מעמיק צו זיין דערין,
קומט דיר א מעדאל פינעם מרה שחורה פאר האבן סוקסעס צו טרעפן און אזא פאזעטיווע ארטיקעל עפעס גאר שטארק נעגאטיוו, און עס גאר פראבירן צו מאכען די נקודה פון די ארטיקעל.
שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 7:51 pm
· #79111
סטארבאקס, די חילוק איז בלויז אין די טרעינינג, און אין די געטריישאפט פון ארבייטער.
בן תמליון » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:07 pm
· #94926
דעיוויד ברוקס אין נ"י טיימס איבערן ארטאדאקסישן ציבור
אן אפ-עד קאלום אנאליז איבערן ארטאדאקסישן ציבור באזירט אויף זיין באזוך אין "פאמאגראנעט". זיין אנאליז איז פאזעטיוו ער ברענגט ארויס ווי דער ציבור וואקסט און אונזער לעבן חאטש ארומגענומען מיט מאדערענע טעכנאלעגיע איז אלעס באזירט אויף תורה געזעצן. זיין אויספיר:
Mostly, I notice how incredibly self-confident they are. Once dismissed as relics, they now feel that they are the future.
אידיש: מערסטנס באמערק איך ווי שטארק זעלבסט זיכער זיי זענען. אמאל געווען אוועקגעמאכט ווי פארצייטישע פארבלייבענישן, פילן זיי יעצט אז זיי זענען דער עתיד.
http://www.nytimes.com/2013/03/08/opini ... l?hp&_r=1&
זר זהב » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:10 pm
· #94927
אינטערעסאנט. שכח. איך האב נישט געוויסט אז ער שרייבט עפעס אנדערש ווי וועלטליכע פאליטיק.
בן תמליון » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:25 pm
· #94930
זר זהב
אינטערעסאנט. שכח. איך האב נישט געוויסט אז ער שרייבט עפעס אנדערש ווי וועלטליכע פאליטיק.
יא אינטערסאנט. איך בין נייגעריק וויאזוי דער ארטיקל איז צושטאנד געקומען, ווער איז דער סאלאווייטשיק זיין באגלייטער? אגב די הונדערטער קאמעענטס איז אינפארמרטיוו וואס מען מעג שטודירן אויב וויל מען באמת פארשטיין געם דרויסענדיקע בליק אויף אונז און ווי מען דארף פאררעכטן. איך גלייב נישט אז געשטטעטנער און שפילמאן זענען די ריכטיקע קאנדידאטן פאר דעם דאזיקן צוועק.
זר זהב » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:27 pm
· #94931
די ערשטע חלק זעהט אויס מער ווי אן אדווערטייזמענט. ס'מעגליך אז פאמאגרענעט האט אים אינווייטעד
יידל » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:34 pm
· #94960
בן תמליון
אן אפ-עד קאלום אנאליז איבערן ארטאדאקסישן ציבור באזירט אויף זיין באזוך אין "פאמאגראנעט". זיין אנאליז איז פאזעטיוו ער ברענגט ארויס ווי דער ציבור וואקסט און אונזער לעבן חאטש ארומגענומען מיט מאדערענע טעכנאלעגיע איז אלעס באזירט אויף תורה געזעצן. זיין אויספיר:
Mostly, I notice how incredibly self-confident they are. Once dismissed as relics, they now feel that they are the future.
אידיש: מערסטנס באמערק איך ווי שטארק זעלבסט זיכער זיי זענען. אמאל געווען אוועקגעמאכט ווי פארצייטישע פארבלייבענישן, פילן זיי יעצט אז זיי זענען דער עתיד.
http://www.nytimes.com/2013/03/08/opini ... l?hp&_r=1&
א שרייבערין אין פארווערטס פארגינט נישט דאס ביסעלע שבח
http://blogs.forward.com/forward-thinki ... -orthodox/
יידל » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:35 pm
· #94962
בן תמליון
זר זהב
אינטערעסאנט. שכח. איך האב נישט געוויסט אז ער שרייבט עפעס אנדערש ווי וועלטליכע פאליטיק.
יא אינטערסאנט. איך בין נייגעריק וויאזוי דער ארטיקל איז צושטאנד געקומען, ווער איז דער סאלאווייטשיק זיין באגלייטער?
הרב מאיר סאלאווייטשיק, א שטערן אין די וועלט פון מאדערן ארטאדאקסי
יואליש » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:50 pm
· #94971
בן תמליון
זר זהב
אינטערעסאנט. שכח. איך האב נישט געוויסט אז ער שרייבט עפעס אנדערש ווי וועלטליכע פאליטיק.
יא אינטערסאנט. איך בין נייגעריק וויאזוי דער ארטיקל איז צושטאנד געקומען, ווער איז דער סאלאווייטשיק זיין באגלייטער? אגב די הונדערטער קאמעענטס איז אינפארמרטיוו וואס מען מעג שטודירן אויב וויל מען באמת פארשטיין געם דרויסענדיקע בליק אויף אונז און ווי מען דארף פאררעכטן. איך גלייב נישט אז געשטטעטנער און שפילמאן זענען די ריכטיקע קאנדידאטן פאר דעם דאזיקן צוועק.
בקיצור נמרץ: א סוסקסעספולע פי אר קאמפעין קען נאר געשעהן אויב די פי אר קאנסולטענט האלטן פאר די אויגן דריי באזונדערע קאטאגריעס פון אויפירונג און נעמן א באזונדערע שטעלונג און לייזונג פאר איטליכער:
1) אמת'ע הערליכע אספעקטן פון אונזער געמיינדע, למשל מיטגעפיל און פאמיליע און חסד און קריימלאז, צופרידענהייט פון קינדער און ערוואקסענע כו'. דאס פארדינט ווי מער קאווערעדש ווייל ס'איז אמת און ס'אינספירירט יעדען בר נש.
2) אומפארשטענליכע אויפירונג וואס א דרויסענדיגער מחמת חסרון ידיעה לערענט אפ נעגעטיוו, אבער באמת איז עס פאזיטיוו אדער נוטראל, א שטייגער ווי ווינטער'דיגע קליידער אים זומער, נישט טראגן קיין זייגער אים שבת, סעגרעגירטע פארזאמלונגן און שמחות. דאס פאדערט אן אויפקלערונגס, סיי די סיבות דערצו און סיי אז רוב מענטשן האבן בכלל נישט קיין פראבלעם דערמיט, אדרבה, דער עולם וויל גארנישט אנדערש.
3) באמת נעגאטיווע ערשיינונגן (ווען מ'באניצט זיך מיט צוואנג צו אינפאסירן אויפירונג, די לעכערליכע אדער אומעקזעסטירענדע עדיוקעשאן וואס מ'גיט, הויכע רעגירונג'ס צדקה קאסע באנוצער, אראגאנץ צו וויסענשאפט ווען ס'שמעקט נישט, איגנאראנץ לגבי די פסיכילאגיע ארום מאלעסטעשאן, בלינדע פארטיידיגונס פון אנגעבליכע קרימינאלן כו'). דאס קען נישט פארטיידיגט ווערן און דאס בעסטע פי אר מיטל איז אייגענטליך אריינצוקוקן אין זיך זעלבט און צולייגן מחשבה ווי מ'קען זיך באמת פארבעסערן.
מ'קען נישט נעמען אן עדיטוד ווי מ'סעלאברירט מידיא קאווערעדש פון קאטאגאריע 1, מ'אטאקירט (אנשטאט מסביר זיין) די מאטיווען אונטער 2, און מ'שרייט קאזק הנגזל און אנטעסעמיטיזם אויף קאטאקאריע 3. אין פאקט, אטאקירן מאטיוון פון מידיא איז לעכערליך (פאר ווער ס'קען די ביזנעס) און גיט די פנים פון איינער וואס איז אויף די דיפענסיוו און זיכט צו פארדרייען די שמועס (זיכער ברויך מען האלטן א אויג אויף מידיא בייעס, ס'זענען דא ריזיגע ארגאנאזאציעס, פארטיי'ישע און אומפארטי'אישע, וועלכע טוהן אט דאס. אבער דאס קען נישט ווערן די סטראטעגיע ווען מ'ווערט געכאפט אין א סקאנדאל. יעדע מידיא קאנסומער קען דורכזעהן די ספין.) אויך קען מען נישט דיקטירן וועלכע אספעקטן פון אונזער לעבן די מידיא זאל באהאנדלן. פונקט ווי אלע סעקטארן פון געזעלשאפט, זענען מיר אויסגעשטעלט צו שבח, קריטיק און סתם נוטראלע באהאנדלונגן.
און צום לעצט, יעדע פי אר סטראטעגיע וואס רעכענט זיך אויף "פארטיידיגן" קאטאגאריע 3, און זיין נאיוו און האפן אז מ'קען דאס ספינען פאזיטיוולי דורך יעדעס מאל מאכן א קאשע פון קאטאגאריע 1 מיט קאטגארי 3 (ער איז נישט שולדיג אין די קריים ווייל מיר האבן א חסד ארגענאזאציע און ער פלעגט גיין צו אבות ובנים מיט די קינדער) און ניצן קאטאגארי 2 צו צייגן אז די מידיא כאפט זיך אבי אן און אונז (ביי זיי איז א שטריימעל און זימער אויך פאני, זיי הייבן אונז נישט אן צו פארשטיין) - וועט זיין א דורכפאל. אונזערע ווארטזאגער וועלן פארלירן קרעדעביליטי אזוי ווי דער איראקער אינפארמאציע מיניסטער אפי אויף קאטאגאריע 2.
שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:16 pm
· #94978
WOW יואליש, קלאר אפגעטיילט, מיט א שכל הישר, ווי שטענדיג.
חשבון » פרייטאג מערץ 8, 2013 4:06 pm
· #95003
הערליך שיין יואלי
יאיר » פרייטאג מערץ 15, 2013 1:17 am
· #97308
אן ארטיקל איז ערשינען אין דער פארווערד, אונטער'ן שרייענדן קעפל "ס'איז דא אידישקייט אויסער ארטאדאקסיע, ברוקס!" וואו די שרייבערין, jordana horn, קריטיקירט ברוקס פאר'ן ארויסהייבן די ארטאדאקסן אז דוקא זיי האבן א ספיריטועלע נאנטקייט צו גאט און צו די תורה, בעת זי אלס קאנסערוואטיווע רעליגיעזע היט אויך די וויכטיגע מצוות און איז זייער שטאלץ מיט איר אידישקייט און זי פלאנצט עס איין אין אירע קינדער. עס איז איראניש אז צו די זעלבע צייט איז זי מודה אז קאנסערוואטיזם האט נישט מצליח געווען אריינצוברענגען ענטוזיאזם אין אידישקייט ביי איר יוגנט, און אז די קאנסערוואטיווע און רעפארמער באוועגונג שרימפט אלס איין. זעט אויס אז 'איז יא דא עפעס א סוד וואס די ארטאדאקסן האבן און די קאנסערוואטיוון פארמאגן נישט.
יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 6:27 pm
· #98957
כ'ווייס נישט אויב ס'איז פאזיטיוו, נעגאטיוו אדער נוטראל.
The American Shtetl
Uriel Heilman
בני ברית מאגאזין חודש האביב 2013
(ס'קוקט אויס פון וויקיפעדיע אז דער שרייבער איז א זוהן פון סעם היילמען, וועלכער ווערט אפט ציטירט אין די ניו יארקע פרעסע איבער חסידישע אנגעלעגענהיייטן)
berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:33 pm
· #99001
געפילטע פיש
מוז אזוי זיין, קוקט אויס די באלעבאטעם פון די וועבסייטס האבן אויך געלערענט אין די זעלבע חדר.
foto.com
fotosource.com
איינער זאל זיי א טובה טוהן און אויפמערקזאם מאכן אויף זייער ספעלינג מיסטעיק.
אויב דו רעדסט פונ'ם ווארט "פאטא" געספעללט מיט אן "עף" שטאטס א "פי עיטש", איז עס נישט קיין מיסטעיק. ס'איז א "טרעידמארק". ביי א טרעידמארק איז אנגענומען צו ספעללן אנדערש ווי לויט'ן דיקדוק.
berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:48 pm
· #99009
יואליש
כ'ווייס נישט אויב ס'איז פאזיטיוו, נעגאטיוו אדער נוטראל.
The American Shtetl
Uriel Heilman
בני ברית מאגאזין חודש האביב 2013
(ס'קוקט אויס פון וויקיפעדיע אז דער שרייבער איז א זוהן פון סעם היילמען, וועלכער ווערט אפט ציטירט אין די ניו יארקע פרעסע איבער חסידישע אנגעלעגענהיייטן)
האפנטליך איז ער מער אביעקטיוו און פאזיטיוו אין זיינע באריכטן פון זיין טאט'ן, פראפעסאר היילמאן וועלכער שרייבט שטארק אומנוצבארע ארטיקלען און מיינונגען איבער חסידים און חסידות. זיינע רעפארטס און אפשאצונגען זענען נישט ערשטהאנטיג. ס'איז ווי איינער באשרייבט עקזאטישע חיות. מ'קען איהם (פראפעסאר יודא היילמאן( הערן אויף די סעריע "האסידים, עי לייף עפארט און אויף אנדערע פלעצער וואו ער לאזט הערן זיינע נעגאטיווע מיינונגען.".
געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:20 am
· #99126
יואליש
כ'ווייס נישט אויב ס'איז פאזיטיוו, נעגאטיוו אדער נוטראל.
The American Shtetl
Uriel Heilman
בני ברית מאגאזין חודש האביב 2013
(ס'קוקט אויס פון וויקיפעדיע אז דער שרייבער איז א זוהן פון סעם היילמען, וועלכער ווערט אפט ציטירט אין די ניו יארקע פרעסע איבער חסידישע אנגעלעגענהיייטן)
אויב איז עס נעגאטיוו איז עס נאר ווייל ס'דא נעגאטיווע זאכן אין אונזערע קאמיוניטי, אזוי ווי ס'דא אין יעדע קאמיוניטי פאזיטיווע און נעגאטיווע שטרייטן. איך מיין ער פראבירט א באגילדן אביסל, ציענדיג אביסל אונז צו לייגן אין א פאזיטיווע בליק, ער געט א בליק אריין אין די 'שטעטל', אבער ער לאזט די לייענער אליין מחליט זיין.
געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:20 am
· #99127
berlbalaguleh
געפילטע פיש
מוז אזוי זיין, קוקט אויס די באלעבאטעם פון די וועבסייטס האבן אויך געלערענט אין די זעלבע חדר.
foto.com
fotosource.com
איינער זאל זיי א טובה טוהן און אויפמערקזאם מאכן אויף זייער ספעלינג מיסטעיק.
אויב דו רעדסט פונ'ם ווארט "פאטא" געספעללט מיט אן "עף" שטאטס א "פי עיטש", איז עס נישט קיין מיסטעיק. ס'איז א "טרעידמארק". ביי א טרעידמארק איז אנגענומען צו ספעללן אנדערש ווי לויט'ן דיקדוק.
נישט קיין מיסטעיק??? מיינסט עס נישט ערענסט! כ'חליש!
berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:07 pm
· #99146
געפילטע פיש
berlbalaguleh
געפילטע פיש
מוז אזוי זיין, קוקט אויס די באלעבאטעם פון די וועבסייטס האבן אויך געלערענט אין די זעלבע חדר.
foto.com
fotosource.com
איינער זאל זיי א טובה טוהן און אויפמערקזאם מאכן אויף זייער ספעלינג מיסטעיק.
אויב דו רעדסט פונ'ם ווארט "פאטא" געספעללט מיט אן "עף" שטאטס א "פי עיטש", איז עס נישט קיין מיסטעיק. ס'איז א "טרעידמארק". ביי א טרעידמארק איז אנגענומען צו ספעללן אנדערש ווי לויט'ן דיקדוק.
נישט קיין מיסטעיק??? מיינסט עס נישט ערענסט! כ'חליש!
מיין סארקאזם דעטעקטאר (כ'יהאב עס באקומען אויף משלוח מנות) האט זיך גאר שטארק צופיפן ווען כ'האב געליינט דיין תשובה. כ'האף אז דו האסט נישט געחלש'ט. אויב יא. זאג מיר דיין אדרעס. כ'על קומען (בל"נ) דיך אויפמונטערן.. 😳 😂
יידל » מאנטאג מאי 6, 2013 7:58 pm
· #112404
אן ארטיקל אויף די ניו יארק טיימס בלאג איבער משגיחים און כשרות http://dinersjournal.blogs.nytimes.com/ ... d=tw-share
איך אויך » מאנטאג מאי 6, 2013 8:43 pm
· #112415
נישט ווערט דער קליק אפילו.
עס עפעס » מאנטאג מאי 6, 2013 9:52 pm
· #112449
איך אויך
נישט ווערט דער קליק אפילו.
העי העי, נישט אזוי ברוגז
קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 1:13 am
· #112531
דער איד וואס ווערט געזעהן גלייך אנהויב, איז דער באקאנטער CPA, א תלמיד חביב פון פאפא רב ז"ל. Jacob Oberlander
יואליש » דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:19 am
· #119526
דאס געשמאקע זייט פונעם חרידישן קאמיוניטי טשולענט טאפ.
http://www.wnyc.org/articles/wnyc-news/ ... permarket/
דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:40 pm
· #119682
קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים, דער אידישע מידיע איז גארנישט בעסער ווי דער גויעשע צו בארעדן אדער בכלל צו איגנארירען פארשידענע קהילות, ואכמ"ל.
יואליש » מוצ"ש יוני 1, 2013 11:49 pm
· #120111
א יליד מאנראו און וויליאמסבורג אן ארטיסט
http://www.thejewishweek.com/arts/visua ... g-bushwick
קאווע טרינקער » מוצ"ש יוני 1, 2013 11:54 pm
· #120113
זי בענקט זיך נאך א שטיקל קוגל....
אוי, כמה גדולים דברי חכמי קרעטשניף אז קוגל איז יסוד היהדות...
יואליש » זונטאג יוני 2, 2013 12:25 am
· #120125
דאס קוגל פלאם צאנקעט נאך.
berlbalaguleh » זונטאג יוני 2, 2013 1:44 am
· #120165
דולה ומשקה
קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים, דער אידישע מידיע איז גארנישט בעסער ווי דער גויעשע צו בארעדן אדער בכלל צו איגנארירען פארשידענע קהילות, ואכמ"ל.
איגנארירן איז לכאורה ערגער פון בארעדן, לפענ"ד. נאר דער (אלטער) איד האט משום יראת שמים מקיים געווען ביידע זאכן. ר'האט געוויינליך אנגעהויבן אזוי: "כל ליצנותא אסורא בר מליצנותא דעבודה זרה"... ובכן די... (פיל אין דע בלענקס( שקצים,ציונים, עוכרי ישראל, חסידים פון דעים און דעים רעבין, דער באוואוסטער מגלה פנים בתורה שלא כהלכה און עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן, קאנסערוואטייוער שייגעץ, ציוניסט, חוטא ומחטיא. וכו, וכו,... און האט אויסגעפיהרט. אבער ביי אונז איז אלעס פיין און וואויל.
בלאט: 1 2 3 4