☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » דבורה פעלדמאן און איר בוך

דבורה פעלדמאן און איר בוך

80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #252
בלאט: 1 2

קרעמער1 » זונטאג מערץ 25, 2012 12:55 pm

· #2616
דבורה פעלדמאן און איר בוך
ס'איז מיר א פלא אז איך טרעף נישט דא קיין אשכול דערוועגן ווען אין אלע היימישע זייטלעך בארירט מען די נושא יעדער אויף זיין שטייגער.
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=16604">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=16604</a>

<a class="postlink" href="http://balboos.com/forum/index.php">http://balboos.com/forum/index.php</a>

(אויב ס'איז יא דא ביטע לינקען אהין)

איך האב נישט דורכגעליינט דאס ביכל און באמת קען מען נישט גיין אפפרעגן יעדע שטות און שקר וואס זי שרייבט. כ'וועל בלויז צוברענגען א דרשה וואס זי האט געהאלטן פארגאנגענעם דאנערשטיג נאכט
<a class="postlink" href="http://deborahfeldman.tumblr.com/post/19779331843/jacob-gluck-filmed-my-appearance-at-chulent-last">http://deborahfeldman.tumblr.com/post/1 ... ulent-last</a>

קודם א קורצע לימוד זכות אויף איר: ווי יעדער ווייסט האט זי געהאט זייער א שווער לעבן, זי האט אסאך דורכגעמאכט אין די יוגנט וכו' וכו' ממילא קען מען איר נישט דן זיין, בפרט ווען זי האט דאס בלויז געטוהן פאר געלט.


זי פארענטפערט זיך דארט אז וועגן דעם רעספעקטירט זי נישט די פריוואטקייט פון איר מאן, ווייל ער האט איר געוויזן אז ס'איז "אקעי" נישט צו רעספעקטירן פריוואטקייט.

קודם כל יעדער פארשטייט אז ס'איז נישט קיין פארגלייך פון רעדן צו אפאר חברים אדער רבנים ווי צו באשרייבן אין א בוך וואס גייט ארויס אין די גאנצע וועלט.

והשנית איז אזוי, די טעמע פון אויספלוישן יעדעמס פריוואטע פראבלעמען איז באמת א זאך וואס שטערט אסאך מענטשן ביי אונז (ובתוכם אני הקטן), און עס ברויך אפשר א תיקון. אבער איך גלויב אז דאס איז בערך אזוי אין יעדע "טייט קאמיוניטי", און מען ברויך אינאכט נעמען אז דאס קומט נישט פון שלעכטיגקייט נאר פון טיילווייז א ווילן העלפן יענעם און אפשר אמאל סתם נייגעריגקייט.
אבער ס'איז אמת אז דאס אריינשטופן די נאז אין יעדעמס טעפל ברויך א שטיקל תיקון, און באמת ווערט דאס אטאמאטיש בעסער ווי גרעסער דער היימישער עולם ווערט.


נאך א זאך וואס זי זאגט: אז בלויז די מענער "ענדזשויען" די חסידישער לעבן. זיי קענען טאנצן הקפות בשעת זיי מוזן שטיין און קוקן פון ווייבער-שוהל...

דאס ברענגט מיר בלויז זיך צו דערמאנען ווי שטארק איך פלעג מקנא זיין מיין שוועסטער ווען איך פלעג דארפן גיין אין שוהל - אדער אין חדר ביי א שניי - און זי פלעגט בלייבן אינדערהיים וכדו', און ווי זי פלעגט מיר מקנא זיין ווען איך האב געהאט די יונגעלישע פריוויליגיעס בלא בלא בלא...

אבער ווען כ'בין אביסל עלטער געווארן האב איך אנערקענט אז יעדע זאך האט זיך זיינע מעלות און חסרונות. און ס'איז דא זאכן וואס מען קען מיטן בעסטן ווילן נישט טוישן ממילא ברויך מען פרובירן ארויסצונעמען דאס בעסטע וואס מען קען פונעם מצב וואס מ'שטייט.


אויף דעם וואס ס'איז דא גראבע שקרים אין איר בוך, פרעגט זי פארוואס מען פאקוסט אויף דעם ווי איידער אויף די מעשה זעלבסט (איר הערט א פראגע?), און זי טענה'ט אז אויב עס איז ווען אזוי פול מיט שקרים ווי מען זאגט (און ס'איז... נאר איין זאך: מען טראגט נישט די קינדער צום דאקטאר! איר הערט?) וואלט מען געמאכט א ריקאל דערויף!

כאילו ווייניג פיקציע ביכער זענען פארהאן אויף די פאליצעס, און די רעגירונג האלט קאנטראל אויף יעדע בוך צי עס שרייבט אמת אדער נישט...

ס'איז גראדע שוין געווען אן ארטיקל אין די דעילי ניוס איבער אירע ליגנס <a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/hasidic-jews-brooklyn-blast-deborah-feldman-unorthodox-memoir-pure-fiction-article-1.1030825#ixzz1nsXwhmhY">http://www.nydailynews.com/new-york/has ... z1nsXwhmhY</a>. און די אויסטערלישע שקרים האבן למעשה היבש אונטערגעמינעוועט די פאפולערקייט פונעם ביכל אזש זי האט שוין געמוזט גיין געבן א טשאלנט אוופטריט...

המשך יבוא בל"נ

לאדיך אפ » זונטאג מערץ 25, 2012 1:01 pm

· #2618
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
קרעמער1
די טעמע פון אויספלוישן יעדעמס פריוואטע פראבלעמען איז באמת א זאך וואס שטערט אסאך מענטשן ביי אונז (ובתוכם אני הקטן), און עס ברויך אפשר א תיקון. אבער איך גלויב אז דאס איז בערך אזוי אין יעדע "טייט קאמיוניטי", און מען ברויך אינאכט נעמען אז דאס קומט נישט פון שלעכטיגקייט נאר פון טיילווייז א ווילן העלפן יענעם און אפשר אמאל סתם נייגעריגקייט.
אבער ס'איז אמת אז דאס אריינשטופן די נאז אין יעדעמס טעפל ברויך א שטיקל תיקון, און באמת ווערט דאס אטאמאטיש בעסער ווי גרעסער דער היימישער עולם ווערט.

זייע שיין ארויס געברענגט. רכילות איז גאר א האבע זאך, און ס'קען באמת פארמיאוסן ווען מ'האלט מיט אזא פרשה פון די נאנט, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין. איך האלט גראדע אז דאס וואס פעלדמאן האט נישט דעהאט קיין שום פראבלעם צו שרייבן אין איר ביך פון גאר אינטימשע זאכן ('בעדרום סחורה' וד"ל) שטאמט אויך פון די משוגעת אז אלע שמוציגע לאנדרי קען מען וואשן ברבים. ויה"ר שילמדו תועים בינה.

גדעון » זונטאג מערץ 25, 2012 1:12 pm

· #2620
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
מענין לענין, האט איינער מער פרטים איבער די טשולענט קלוב? ווער פירט עס אן אא"וו

קרעמער1 » זונטאג מערץ 25, 2012 1:15 pm

· #2621
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
ס'איז שוין געווען ברייט באשריבן אין נ"י טיימס, פארווערטס און ווי נישט

עפן ביטע א באונדערע אשכול דערוועגן כדי נישט אוועקצופארן דא פונעם ארגינעלן נושא

ידען » זונטאג מערץ 25, 2012 1:32 pm

· #2625
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
איר שלעכטע לעבן האט זי געהאט פאר איר חתונה.

נאכן חתונה האט איר צומישטע קאפ איר פארדרייט דאס לעבן, וואס וועט אנהאלטן ווי לאנג זי לעבט.

Maxwell » זונטאג מערץ 25, 2012 6:50 pm

· #2718
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
Her blatant lies have laboriously been dissected by many activists and pundits, including Mr. Shimon Rolnitzky on his blog deborah-feldman-exposed.blogspot.com.
I’ve read her book, and her agenda is more transparent than her current stockings.

קרעמער1 » פרייטאג אפריל 6, 2012 1:27 pm

· #4152
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
אן ארטיקל איבער איר בוך וואס ברענגט ארויס גאנץ גוטע נקודות
[Link broken]

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:00 pm

· #5889
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
ברעיקינג: יעצט געהערט אז ר' משה דוד ניעדרמאן האט אראנדזשירט א לאו סוט אויף דעם בוך, און מ'האט ארפאגענומען איר בוך פון די שעלווס.

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:09 pm

· #5896
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
מקור: א מוקרב צו ר' משה דוד

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:13 pm

· #5900
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
[ציטאט אראפגענומען]

צובראכענע לינק!

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:15 pm

· #5903
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
ביי מיר ארבעט יא די לינק

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:20 pm

· #5905
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
ס'אידאך אנאלטער לינק פון פעברואר 28?

שמואל הלוי » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:21 pm

· #5906
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
שמואל שלום שלמה
ס'אידאך אנאלטער לינק פון פעברואר 28?

נו וואס איז די סתירה, דעמאלס איז געווען די פלאן.
סוף מעשה במחשבה תחילה

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:29 pm

· #5911
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
איך הער. נו, כ'ווארט אויף אן אפדעיט. כ'זע מהאט שוין געמאלדן אויף אייוועלט (מסתמא געזען דא).

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:43 pm

· #5923
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
<a class="postlink" href="http://twitter.com/#!/vosiznies/status/193159381678952448">http://twitter.com/#!/vosiznies/status/ ... 1678952448</a>

הערשל » פרייטאג אפריל 20, 2012 7:54 am

· #5969
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
מיר זעט עס אויס ווי א ווילדער חלום. איז דער טוויטער וואסאיזנייעס רעלייעבל?

קיינער אויסער אים האט עס נישט געמאלדן.

אבי גערעדט » פרייטאג מאי 4, 2012 8:51 am

· #9813
Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך
איינער דערציילט מיר אז א גוי ביי דער ארבעט האט זיך אפגערעדט פאר אים פארוואס די חסידים האבן נישט געקענט טרעפן אביסל מער א בחנ'ט קינד וואס זאל טון אט די דשאב וואס פעלדמאן טוט, פעלדמאן קענט עטס האלטן... האט ער געזאגט וד"ל

חייםהערש » זונטאג יוני 3, 2012 9:22 pm

· #15836
ווייסט איינער וואס זענען די רעכטן אין אמעריקע פון איינעם צו שרייבען פאלשע מעשיות? איז דאס באשוצט אינעם קאנסטיטושען?

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 9:29 pm

· #15838
חייםהערש
ווייסט איינער וואס זענען די רעכטן אין אמעריקע פון איינעם צו שרייבען פאלשע מעשיות? איז דאס באשוצט אינעם קאנסטיטושען?

ווענד זיך אין די קאנטעקסט. הוצאת שם רע איז א הארבע זינד, מ'קען דערפאר צאלן.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 22, 2012 10:10 pm

· #27240
איך האב שוין געשריבן איבער איהר מהות אין אן אנדערן "אשכול": איך קען נאר אזויפיל זאגן אז זי איז נישט אזוי א "וויקטים" ווי זי שטעלט זיך אהער. איך האב ערשטהאנטיגע אינפארמאציע איבער איהר אויפוואקסן. (דורך משפחה פארבינדונגען( ס'איז אמת אז איהר מאמע האט איבערגעלאזט א גאנצע משפחה (א מאן מיט קליינע קינדער( נאכצוגיין איהר קראנקע תאוות. אבער די גאנצע משפחה אריינגערעכנט די עלטערע זיידע און באבע האבן איהר געגעבן זייער א סאך ליבשאפט און אטענשן. ס'האט איהר נישט געפעהלט גארנישט. נאר זי איז אן ":אפארטוניסט". זי גייט ארום פארקויפן דעם שקר אז איהר טאטע איז "מענטל": דאס איז א פרעכער שקר. ער איז א אינגערמאן וואס האט אן אחריות'דיגן דזשאב. ער איז א נהנה מיגיע כפיו און מאכט שיין פרנסה (ב":ה(חוץ פון דעם. איהר עכטער נאמען איז נישט דעברא פעלדמאן. (ווער האט נאך געהערט אז א דיווארסי זאל זיך רופן אויף איהר געוועזענם מאן'ס נאמען( נאר שרה'לע ב. דרך אגב: א אידישער אנפיהרער פון א ראדיא פראגראם האט זי אמאהל געפרעגט "אויב דו זאגסט אז דיין טאטע און מאמע זענען "מענטל" טראכסט דו נישט אז דו ביסט אויך? בכל אופו. אין איהר בוך בראקט זי שקרים און בלבולים אויף כלל ישראל אזוי ווי די אמאהליגע משומדים (רח":ל) האבן געטוהן. אללעס פאר א פאר דאללער. 😠 😠 😠

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:13 pm

· #60311

איינלאדענונג: בארא פארק רעסטוראנט מלוה מלכה מיט דבורה פעלדמאן אנטי-סאטמאר בוך מחברטע

יידל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:34 pm

· #91535
פרידא שטרימפקינד פארציילט איבער א ראונדטעבל אקאדעמישע דיסקוסיע איבער דבורה פעלדמאן'ס בוך, מיט יואל פעלדמאן, מיס פעלדמאן'ס געוועזענע מאן. אינטערעסאנט.

גנדי » מיטוואך אפריל 17, 2013 12:09 am

· #105697
[ציטאט אראפגענומען]


ווער וויל קומען באקומען אן אויטאגראף?

ווער וויל קומען מוחה זיין?

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 14, 2013 2:55 pm

· #125029
ואס איז דער נייער בוך? על הראשונים אנו מצטערים ומוסיפה, אדער דרוקט זי אויס חרטה?

זר זהב » פרייטאג יוני 14, 2013 2:57 pm

· #125030
וואו איז די אנלייק קנעפל ווען מ'דארף עס?

מאראנצןזאפט » פרייטאג יוני 14, 2013 3:04 pm

· #125033
שמעקעדיג
ואס איז דער נייער בוך? על הראשונים אנו מצטערים ומוסיפה, אדער דרוקט זי אויס חרטה?

איבער אירע יארן נאכ'ן פארלאזן די חרדישע געזעלשאפט.
עקסאדאס מיינט גלות.

זר זהב » פרייטאג יוני 14, 2013 3:32 pm

· #125038
[ציטאט אראפגענומען]

וויט אלל דא רעספעקט. די נייעס איז מיר בערך אזוי אינטערעסאנט ווי די נייעס.

בן תמליון » פרייטאג יוני 14, 2013 5:48 pm

· #125062
מאראנצןזאפט
שמעקעדיג
ואס איז דער נייער בוך? על הראשונים אנו מצטערים ומוסיפה, אדער דרוקט זי אויס חרטה?

איבער אירע יארן נאכ'ן פארלאזן די חרדישע געזעלשאפט.
עקסאדאס מיינט גלות.


עקסאדאס מיינט ארויסגיין פון גלות. עס ווערט געווענליך גענוצט פאר א רבים וואס ווערן באפרייט ווי יציאת מצרים הייסט דער עקסאדאס.

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 16, 2013 10:36 am

· #125182
גערעכט, דעמאלט מיינט עס גאולה.

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:07 pm

· #146065
יעצט באקומען איך ווייס נישט אויב עס איז אמת
Breaking! Devorah Feldman was now found dead in her apartment with a self inflicted gun shot wound

No_name » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:12 pm

· #146069
אוי איך בעט ענק, יעדע צוויי וואכן פארט ארום דעי זעלבע טעקסט אויף א צווייטן.

matovu » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:18 pm

· #146070
she just posted this

u know ur still getting under their skin when they spread suicide rumors about u Too bad Isaac and I are chillin at the beach instead

העלא » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 12:41 pm

· #146999
ווער איז די אייזיק מיט וועם זי טשילט?

קורץ און שארף » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:10 pm

· #147019
איר זעקס יעריגע זון.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 8:29 pm

· #163736
image.jpg

ניו יארק » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:29 pm

· #163763
וואס איז דאס?

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:30 pm

· #163764
פעלדמאנ'ס טאטע האט חתונה

בשבילי! » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 5:02 am

· #163795
א טלית א שירעם און א בעזים שטעקן? לאלאלאלאם!!

ניו יארק » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:26 pm

· #164030
ער האט א כלה אויך?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:51 pm

· #164035
איך קען די גאנצע משפחה זייער גוט, זיי קומען יערליך קיין סקווער אויף יום כיפור.
זי מיינט אז מיטן שפייען אויף אונז ווערט זי גרויס, זי איז געקנעטן פון די זעלבע ארטאדאסישע היימישע דזשינס.
איך בין זייער העפי אז איר טאטע האט חתונה נאכאמאל נאכן קייען שטרוי און יסורי הנפש אזוי לאנג, און כ'פלעג עהם אייביג זאגן, ס'קומט גוטע צייטן לאמיר האבן אז ס'איז עהם שוין אנגעקומען..

יצמחפרקני » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:21 pm

· #164466
מזל טוב!

גנדי » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:47 am

· #192801
פראדל וויזעל פארגינט נישט דבורה פעלדמאן. זי האט געשריבען א שוואכע ריוויא אויף די ביכל.

יואליש » מיטוואך מערץ 26, 2014 8:01 am

· #192806
גנדי
פראדל וויזעל פארגינט נישט דבורה פעלדמאן. זי האט געשריבען א שוואכע ריוויא אויף די ביכל.


פון וואנעט ווייסטו א צווייטן'ס מאטיוו? אפשר פארדינט עס א שוואכע ריוויו? האסט געליינט די בוך און האסט א גינסטיגע מיינונג דערויף? טייל מיט, ביטע.

פלעין יודיש » מיטוואך מערץ 26, 2014 9:05 am

· #192814
פארוואס האט זי זיך אזוי ליב ארויסציברענגן מיט ציפלאטשקעטע האר???

גנדי » מיטוואך מערץ 26, 2014 9:38 am

· #192819
דאס איז א ווערטער שפיל פון די דעקל פון איר פאריגע ביכל.

The scandals rejection of my hasidic roots.

גנדי » מיטוואך מערץ 26, 2014 6:59 pm

· #192929
באשטעלט איר נייע ביכל. איך האף עס צו ליינען און איבערגעבן וואס זי שרייבט אויב איינעם אינטערסירט...

יאיר » מיטוואך מערץ 26, 2014 7:23 pm

· #192933
שניידנדיגע ריוויו אין שיקאגא טריביון.

כוכב » מיטוואך מערץ 26, 2014 7:44 pm

· #192938
יואליש
גנדי
פראדל וויזעל פארגינט נישט דבורה פעלדמאן. זי האט געשריבען א שוואכע ריוויא אויף די ביכל.


פון וואנעט ווייסטו א צווייטן'ס מאטיוו? אפשר פארדינט עס א שוואכע ריוויו? האסט געליינט די בוך און האסט א גינסטיגע מיינונג דערויף? טייל מיט, ביטע.

איר ערשטע בוך האט אויך נישט זוכה געווען צו ספעציעלע ריוויוס און די פאפולעריטעט עס האט געקריגן איז געקומען צוליב גענצליך אנדערע סיבות.

כוכב » מיטוואך מערץ 26, 2014 7:54 pm

· #192940
יאיר
שניידנדיגע ריוויו אין שיקאגא טריביון.


Wow
זי כאפט'געבראטנע פעטש אויף א פערזענליכע פארנעם און סווערט נתגלה קלונה ברבים.
ווי האט יענער געזאגט מיין איידעם איז א געזונטער'שוטה אבער דער עיקר פראבלעם איז ער שרייבט אין אלע צייטונגען.
כהאב ארויסגעקוקט אויף דעם טאג וואס סוף הכבוד לבוא, כהאב אבער נישט גערעכנט סוועט קומען אזוי אינגיכן.

גנדי » מיטוואך מערץ 26, 2014 7:59 pm

· #192942
איין שוואכע ריוויא אין שיקאגא טריביון ברענגט נאך נישט אונטער א ביכל.

לאמיר זעהן אויב די ביכל וועט נאכאמאל אנקומען אלץ נוי יארק בעסט סעלער אדער נישט. ימים ידברו.
בלאט: 1 2