☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אשכול אן א טיטל #3634

אשכול אן א טיטל #3634

154 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3634
בלאט: 1 2 3 4

newkave » פרייטאג מאי 3, 2013 10:18 am

· #111555
ודי למבין
שאלת תם: וואס איז שלעכט אין k9?


היימישע יודן מאכן נישט קיין געלט דערויף.

שרייבער » פרייטאג מאי 3, 2013 10:20 am

· #111556
פרענטש וואנילע

ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..

פרענטש, איך מיין עס יעצט אמת'דיג, איך בין נישטא צו טשעפענען, איך פרעג פלעין ווייל איך וויל פארשטיין, למשל איך בין א ליטוואק

איך פרעג א פשוטע קשיא
דאס איז קלאר אז סאטמאר האט געהאט א מורא'דיגע התעוררות דורך די כינוס, מיין שאלה איז אבער
ווי קומט דאס טאקע אז סאטמאר די וואס זענען אלעמאל די ערשטע לכל דבר שבקדושה האבן נישט אליין געהאט א התעוררות עפעס צו טון, ווי לאנג ס'איז נישט אויפגעשטאנען עפעס א לעקוואדער יונגערמאן און אנגעדרייט א מצב? האבן זיי נישט געזען דעם חורבן מיט די אייגענע אויגן?
מען רעדט דאך דא נישט פון ווערעם אין וואסער, מען רעדט דאך דא פון זאכן וואס יעדער שיש לו מח בקדקדו זעט

איך פרעג באמת ווייל איך וויל פארשטיין, ממילא כדי ס'זאל נישט אנקומען אין צימעס בעט איך חוץ פרענטש זאל קיינער נישט ענטפערן (זר דו מעגסט אויך....)

שרייבער » פרייטאג מאי 3, 2013 10:24 am

· #111557
newkave
ודי למבין
שאלת תם: וואס איז שלעכט אין k9?


היימישע יודן מאכן נישט קיין געלט דערויף.

מ'דארף באשאפן א מולטי לייק קנעפל פאר אזא ענטפער, און איך מיין אז דאס איז דער ריכטיגער ענטפער

איך פלעג האבן J NET, מיטוואך למשל האט עס געארבעט שטייט, פארוואס? ווייל דעמאלטס גייען די אידישע צייטונגען אין דרוק (נישט קיין וויץ, און איך בין נישט געווען דער איינציגסטער)

היינט האב איך K9, מיין חבר האט געלייגט א פעסווארד, און פיניש, איך בין געבלאקט, אוודאי האב איך אפשענס וואס איך וויל לאזן אפן, אבער איך האב א פילטער, דעם וואס דו האסט מורא ער וועט אלעס אפן לאזן, דער האט נישט קיין פראבלעם דיך איבערצוקלוגן אין האבן צוויי סערוויסעס, אטו ברשיעי עסקינן? דער פילטער איז געמאכט אז ווען דו האסט א שוואכע מינוט זאלסטו נישט דורכפאלן.

שעפטל » פרייטאג מאי 3, 2013 11:16 am

· #111572
פרענטש וואנילע
א. איך ווייס נישט ווי מענטשען - צוליב נגיעות - קענען לייקענען דעם זון אינמיטען העלען טאג, וואס איז די שאלה צו זאכען האבען זיך געטוישט? ביי די ליטווישע איז אפגערעדט, מוסדות וואס האבען קיינמאל נישט געהאט קיין תקנות אויף די זאכען זענען געווארען שטרענג אויף די זאכען, ספעשעלי אויף קאמפיוטערס אינדערהיים, און שטיבער וואס האבען קיינמאל נישט געקערט פאר דעם האבען ארויסגעווארפען פון שטוב די כלים שונים ומשונים, פילע ביזנעסעס און אפיסעס מיט ארבייטערס יונגעלייט פרויען און מיידלעך האבען נישט געלייגט קיין קאפ און צייט צו אינסטאלען פילטערס אויף די ארבייטערס קאמפיוטערס האבען זינט די כינוס געלליגט מעכטיגע פילטערס און אזוי ווייטער, והדברים ידועים

יא פארדעם האב איך דא געשריבן אז פאר די ליטווישע איז דעס געווען קריטיש וויכטיג און פאר זיי האט דאס יא געהאלפן.
פרענטש וואנילע
ב. סאטמאר האט באוויזען א "משומר" פילטער וואס האט פארשידענע לעוועלס, און האט שוין פילע הונדערטער קאסטומערס אויפגעסיינט צו זייער גרויס צופרידענהייט, און די פארלאנג וואקסט פון טאג צו טאג

ג. די וועד משמרת (סאטמאר) האט שוין אינסטאלט פילטערס אויף איבער זעקס טויזענט! סעלפאונס (זעכציג טויזענט לפי נוסח הגעלע זשורנאליזם..), און די ליסט וואקסט מיט יעדע טאג.

דעס קענסטו פארקויפן דא און פאר וועם די ווילסט, אבער קיינע פון מיינע ידידים אנהענגערס פון מהרז"ל האבן נישט קיין פראבלעם צו קוקן דעם יו-טוב קליפ וואס פארט ארום, און קיינער פרעגט נישט איבער וואס ס'שטייט אינעם לינק וואס איינער שיקט.
פרענטש וואנילע
ד. די מוסדות וואס האט געבעטען אויסצופילען די אפליקעישען (בראש סאטמאר) האבען נישט פארלאנגט פון די מענטשען קיין ספעציפיק פילטער, ווי משומר אד"ג, זיי ווילען אבער וויסען אז מ'האט א פילטער אויף די כלים, דעטס אלל

און מיט א רואיגקייט ענטפערט יעדער די פילטער וואס קומט אים ארויף אויפן געדאנק די ערשטע און דארטן ענדיגט זיך עס...
פרענטש וואנילע
ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..

ווי שרייבער האט שוין געפרעגט, פארוואס דאס האט געדארפט געשעהן פארשטייט נישט קיינער....
אבער איך וויל צולייגן, אז נאר דאס און טאקע דייקא נאר א אייגענע אסיפה מיט תקנות אין די מוסדות קען העלפן צום מערכה, פארדעם האט מען קיין כינוס נישט געדארפט מאכן, נאר אזא אסיפה אין די אייגענע בית המדרש.

יידל » פרייטאג מאי 3, 2013 2:02 pm

· #111632
דער בראשור וועלכע איז ארויסגעקומען אין בעפארברייטערונג צום מעמד הדר קבלוה

📎 brochure1.jpg

📎 brochure2.jpg

📎 brochure3.jpg

📎 brochure4.jpg

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 3, 2013 2:04 pm

· #111633
כ'בין אביסל צומישט. פאראיאר האבן זיי געשריבן "ס'ברענט א פייער, מ'דארף דאס פארלעשען.."
היי יאר שרייען זיי "דער פייער דארף ווייטער ברענען..."

יידל » פרייטאג מאי 3, 2013 2:05 pm

· #111634
צווייטע העלפט בראשור

📎 brochure5.jpg

📎 brochure6.jpg

📎 brochure7.jpg

📎 brochure8.jpg

פרענטש וואנילע » פרייטאג מאי 3, 2013 2:23 pm

· #111637
[
שרייבער
פרענטש וואנילע

ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..

פרענטש, איך מיין עס יעצט אמת'דיג, איך בין נישטא צו טשעפענען, איך פרעג פלעין ווייל איך וויל פארשטיין, למשל איך בין א ליטוואק

איך פרעג א פשוטע קשיא
דאס איז קלאר אז סאטמאר האט געהאט א מורא'דיגע התעוררות דורך די כינוס, מיין שאלה איז אבער
ווי קומט דאס טאקע אז סאטמאר די וואס זענען אלעמאל די ערשטע לכל דבר שבקדושה האבן נישט אליין געהאט א התעוררות עפעס צו טון, ווי לאנג ס'איז נישט אויפגעשטאנען עפעס א לעקוואדער יונגערמאן און אנגעדרייט א מצב? האבן זיי נישט געזען דעם חורבן מיט די אייגענע אויגן?
מען רעדט דאך דא נישט פון ווערעם אין וואסער, מען רעדט דאך דא פון זאכן וואס יעדער שיש לו מח בקדקדו זעט

איך פרעג באמת ווייל איך וויל פארשטיין, ממילא כדי ס'זאל נישט אנקומען אין צימעס בעט איך חוץ פרענטש זאל קיינער נישט ענטפערן (זר דו מעגסט אויך....)


הגם דו מיינסט עס בכלל נישט אזוי "אמת"דיג", ס'שמעקט נישט תמימו'דיג, אבער דו פרעגסט אזוי שיין און איידעל וועל איך ענטפערען..

יא, די אלע היימישע קהילות ווי סאטמאר האבען געוואוסט פון דעם פראבלעם/פראבלעמען, יא, די מנהיגי ישראל האבען געטוהן אסאך פעולות אקעגען די אינטערנעט און אנדערע כלי משחיתים, און האבען גאר אסאך אויפגעטוהן אין די עבר, והמפורסם אין צריכין ראי', אבער.. דאך אין אזא פאריאגטע וועלט און ראש ראש לעבען , ווי מ'לעבט אין געוויסע בחינות אין עולם התוהו וואס יעדער פארט מיט'ן שטראם און שטעלט זיך נישט ריכטיג אפ צו מאכען חשבון און בויען גדרים וסייגים, אפילו ווען די מוסד אדער קהילה פארלאנגט עס, צו ווייל מ'האלט אז ס'איז נישט אזוי געפערליך וכדומה, במילא זענען אויכעט דא אזעלכע וואס וועלען "אויסשפילען די מוסד אדער קהילה", און אפילו ווען מ'זעהט איין די שעדליכקייט, נעמט מען זיך
נישט דערצו, נאר מיט געוואלד, און דער כינוס איז געוועזען די "געוואלד" די וועיק אפ קאלל, און האט פאקטיש געברענגט א גרויס התעוררות, און האט פאקטיש געברענגט א גרויס השתנות ווי אויבען דערמאנט, און האט אויפגעעפענט די אויגען פון פיל וואס האבען נישט געוואוסט די אמת'דיגע שעדליכקייט און סכנה פון די כלים..

סליחה שקצרתי במקום שאולי אמרו להאריך, וקבל האמת ממי שאמרו וכמות שהוא

נ.ב. די כינוס איז נישט איינגעפאלען פאר "עפעס א ליטוואק", דער "ליטוואק" איז אקטיוו מיט "עפעס חסידים" יארען לאנג אין די ענינים, ווי מ'ארבעט האנט ביי האנט אויפצוטוהן לקדש שם שמים, און דער "ליטוואק" איז נישט אויפגעשטאנען איין טאג מיט א זיסען חלום, די "איינפאל" איז געקומען נאך מערערע אסיפות פון רבנים אדמורי"ם וגדולי ישראל, און איז דערנאך געשטיצט געווארען דורעך רוב רובם פון רבי'ס און רבנים פון אלע שיכטען און קרייזען, (חוץ א קליינע מיעוט - כידוע).

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 3, 2013 2:30 pm

· #111639
וואו זענען די נייע אינגעלייט וואס האבן פאריאר נישט געהאט קיין נסיונות?

און זיי גלייכן צו די חיוב אלס תושב ב"פ צו קומען צו וואקסינען, האבן זיי שוין פארלוירן פראפעסער שפירא און קעניג חזקיהו, זיי גייען נישט אנטייל נעמען אין די מאסן וואקסינאציע.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 3, 2013 4:04 pm

· #111660
דער גליון איז אביסל געשלאגן מיט גרייזן.
קעמפן??
קעמפפן!
און אזוי ווייטער.
ווען שלמה אליעזר מייזעלס איז אריינגעקומען פאריאר מיט זיינע שרעקעדיגע 'קדושים תהיו בהקהל נאמרו' צעטליך האט זיך די זאך גענומען פארן.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 5, 2013 1:26 am

· #111777
פרענטש וואנילע
א. איך ווייס נישט ווי מענטשען - צוליב נגיעות - קענען לייקענען דעם זון אינמיטן העלן טאג, וואס איז די שאלה צו זאכן האבן זיך געטוישט? ביי די ליטווישע איז אפגערעדט, מוסדות וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין תקנות אויף די זאכען זענען געווארן שטרענג אויף די זאכן, ספעשעלי אויף קאמפיוטערס אינדערהיים, און שטיבער וואס האבען קיינמאל נישט געקערט פאר דעם האבן ארויסגעווארפן פון שטוב די כלים שונים ומשונים, פילע ביזנעסעס און אפיסעס מיט ארבייטערס יונגעלייט פרויען און מיידלעך האבען נישט געלייגט קיין קאפ און צייט צו אינסטאלען פילטערס אויף די ארבייטערס קאמפיוטערס האבען זינט די כינוס געלייגט מעכטיגע פילטערס און אזוי ווייטער, והדברים ידועים.

ב. סאטמאר האט באוויזען א "משומר" פילטער וואס האט פארשידענע לעוועלס, און האט שוין פילע הונדערטער קאסטומערס אויפגעסיינט צו זייער גרויס צופרידענהייט, און די פארלאנג וואקסט פון טאג צו טאג.

ג. די וועד משמרת (סאטמאר) האט שוין אינסטאלט פילטערס אויף איבער זעקס טויזענט! סעלפאונס (זעכציג טויזענט לפי נוסח הגעלע זשורנאליזם..), און די ליסט וואקסט מיט יעדע טאג.

ד. די מוסדות וואס האט געבעטען אויסצופילען די אפליקעישען (בראש סאטמאר) האבען נישט פארלאנגט פון די מענטשען קיין ספעציפיק פילטער, ווי משומר אד"ג, זיי ווילען אבער וויסען אז מ'האט א פילטער אויף די כלים, דעטס אלל.

ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..


אקעי, נאכן אדורכלייענען די וואך "דער איד" מיט די גאנצע טאראראם, בין איך געקומען צו די מסקנא אז פרענטש האט נישט קלאר ארויס די זאך. לאמיר עס צונעמען.

קודם כל וויל איך קלאר מאכן, אז מצד אחד בין איך זייער פאר העלפן אידישע קינדער זיך האלטן הייליג, און כ'וועל צוהעלפן וואס מעגליך צו אזא מערכה, אויב ס'איז אויף א נארמאלן אופן, צו גאט און צו לייט. מצד שני פארנעם איך נישט אזעלכע וואס גייען מיט קאפ אין וואנט אריין מיט צוגעמאכטע אויגן, און שרייען בלויז לשם שרייען ווי וואנזיניגע, וואס ברענגט די פארקערטע פון א תועלת. און אויך בין איך געגן צווינגען ערוואקסענע מענטשן. לאז יענעם זיך אליינס מטפל זיין מיט זיין בחירה (עכ"פ ווילאנג עס איז נישט נוגע זיינע קינדער).

אצינד די קומענדיגע וואך גייען פארקומען קלענערע כינוסים "לשם שמים", הדר קבלוה, וואו מען גייט זיך צוזאמענקומען אויסצושרייען די וויי געשריי פון כלל ישראל. פשוט מתפלל זיין צו ה', ווייל קיין עצות איז נישטא (?), און מ'גייט ווידעראמאל אסר'ן די אלע כלים שונים. אבער ווי צו גיסן אויל אויפן פייער, נאכן מאכן א תקנה לנשים, רופט מען יעצט צוזאמען די אינגערע קינדער, אין וומסב"ג פאר עלטערע מיידלעך, אין מאנסי גייען אויך קומען די תשב"ר פון די חדרים, און אין סאטמאר זענען אלע עלטערן פארפליכטעט צו קומען בלי שום יוצא מן הכלל, און זיי זאגן עס קלאר אז זיי ווילן די קינדער זאלן פארשטיין די הארבקייט פון די זאך און זאלן אפהאלטן די עלטערן (!) פון זיי ווייזן א שיינע ווידיאו...

עכ"פ, לענינינו. לאמיר נעמען דעם באשרייבונג די וואך אין דער איד און עס צולייגן צו פרענטש-וואנילעס הסבר אויבן, און זעהן וויפיל סתירות עס מאכן זיך, און ווי ווייט מענטשן גייען אין וואנט אריין.

ערשטנס, די איסור אויף היים קאמפיוטערס. דאס האט מען גראדע אין קרית יואל אויך געמאכט. א קאמפיוטער איז נאר מותר אויב איז עס נישט קאנעקטעד צום אינטערנעט, ד.ה. איינער טייפט אדער איז מגיה (וואס נאך קען מען טאן אויסער דעם אנע אינטערנעט?) און גיט יעדע מהדורה צום דרוקער מיט א USB דרייוו, נישט ח"ו דורך אינטערנעט אדער אימעיל. מיט א קאנעקשאן איז בשו"א נישט ערלויבט. בדיעבד מוז עס דוקא ווערן געפילטערט דורך וועד משמרת. לאמיר מעתיק זיין לשון קדשם:

📎 yid (1).JPG

📎 Untitled-1.jpg

דער פראבלעם: דער עולם מוטשעט זיך פאר פרנסה. מען קען ממש נישט באצאלן די שכר לימוד און קעמפ קאסטן פון די קינדער-געבענטשטע משפחות, בפרט נאכדעם וואס כידוע אז בירטה קאנטראל איז נישט אנגענומען ביי אונזער קאמיוניטי, כמובואר היטב במקומות אחרים. גוט באצאלטע פרנסות איז אויך שווער צו טרעפן, ווייל ביי אונז לערנט מען דאך גארנישט אויס, אויסער שיסן אראנזש שאלאכץ אויפן טיטשער, וואס גם כי יזקין שיסט מען אייער אויף די מתנגדים, און פון זיין א רעזשיסטער אין א געשעפט פאר 8 דאלער א שעה קלעקט נישט פאר דאס מינימום. אבער דער מוסד פארלאנגט דאך שכר לימוד בכל תוקף ועוז, אז נישט שיקט מען אהיים די קינדער און מען טיילט נישט קיין רעפארט קארדס. נאכן זיך מוטשען און זוכן, טרעפט מען ענדליך א פארט-טיים דזשאב אדער פאר די עקרת הבית, וואס מען קען טון פון דערהיים אויפן קאמפיוטער, אבער... עס איז אסור. אסור!!

נו שוין, קען מען נישט. מ'האט דאך קינדער, און מען האט מורא אולי אולי וועט זיך מאכן אז זיי וועלן אויסשפילן די עלטערן. איך וועל נישט קריגן דערויף, די רבנים זענען די דאזיגע וועלכע באקומען די פאון קאלס פון די אלע צעבראכענע עלטערן. הע מי אנכי, ווער בין איך, צו וואגן און טראכטן אנדערש.

טראכט דער יונגערמאן, אם כן, לאמיך גיין מאכן אפאר סעילס, זיך ארומקוקן אין די מארקעט היינט. מען האט א סמארטפאון ביי זיך אין טאש, אדער א טאבלעט אינעם אויטא, די קינדער רירן עס נישט אן, ביקש לישב בשלוה, אבער קפץ עליו רוגזם של העסקנים, מען טאר נישט האבן קיין שום דעווייס, עס ברויך ווערן א בושה אריינצוברענגען אזעלכע זאכן אין ביהמ"ד, לא יזכר ולא יפקד. ווער רעדט נאך אויב האסטו א ענדרויד (וואס איז די מערסט גייענדע היינט ביי אונזער עולם)? דאס טארסטו בכלל נישט האבן, אפילו דו האסט א געלט שאדן, אלעס ווייל 'משומר' האט נאך נישט קיין גוטן פילטער דערפאר.

וזה לשונם:

📎 YID_77.jpg

וואס איז גאר מאדנע, אז דער איד אליין ווייסט אז די אלע זאכן איז בלויז געווארפן זאמד אין די אויגן, און זיי מאכן חוזק פון זיך אליינס. וויפיל פון זייערע ארטיקלען ווערן געשריבן אויף היים קאמפיוטערס און געאימעילט צו זיי, און וויפיל אויף סמארטפאונס? וויפיל אדווערטייזמענטס ווערן געמאכט אויף היים קאמפיוטערס?

און ווי צו מגלה זיין פאר די ליינערס די חוזק, קוקט וואס זיי שרייבן אין זייער אייגענע עדיטאריעל, צום סוף:

📎 yid (7).JPG

און זיי האבן נאך אן ארטיקל שפעטער ווי אזוי צו שפארן באטערי אויף סעלפאונ'ס, און זיי שרייבן די באקאנטע עצות, ווי צב"ש אויסלעשן די עפפס פון די בעקגראונד, אויסלעשן ווייפיי.. האלא? צו וועמען רעדסטו דא? מאכסט א חוכא וטלולא פון דיר אליינס! מיר האבן דאך נישט קיין סמארטפאונס..... ווער נאך אזוי ווי ענק ווייסן אז כמעט וואס איז שוין נישט בנמצא קיין אנדערע טעלעפאנען, נאר סמארטפאונס, ועוד מעט איז שוין דאס ביסעלע אויך נישטא. וואס מאכסטו זיך נאריש? היפאקריטיש??

אונטערשטע שורה, הרב פרענטש וואנילע. סאטמאר/משומר וויל דייקא יא זייערע אייגענע פילטערס סיי אינדערהיים און סיי אין ביזנעס. זיי פרובירן אסר'ן איינאמל און נאכאמאל ענינים וואס איז נישט בסדר, גזירות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה... ס'וועט נישט ארבעטן אויף אזא אופן.

זר זהב » זונטאג מאי 5, 2013 1:43 am

· #111787
אייזן שמעקעדיג... איין האנט ווייסט נישט וואס דער צווייטער טוט הא? אבער נישט אינגאנצן. מיינסט אומזוסט האט מען געמאכט א קהילות אפטיילונג?... דער ארטיקל וועגן שפארן באטעריען איז דעך אין די מעין אפטיילונג. ס'פאר צוויי אנדערע אוידיענצן... סארא לצנית עניוועי. ס'אלעס בי עס.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 5, 2013 1:59 am

· #111793
גראדע פאר א טשעינדזש, איז די וואך - אנדערש ווי געווענליך - די גאנצע ריזיגע ארטיקל אנטקעגן די אינטערנעט געווען אויפן ערשטן אפטיילונג, און די אלע זאכן וואס איך האב אויבן געשריבן איז געווען אין די זעלבע פאר בלעטער.
און סתם פאר אינטרעסאנטקייט, איך האב נאך נישט אנגעקוקט דעם "מוסדות" אפטיילונג.

זר זהב » זונטאג מאי 5, 2013 2:00 am

· #111794
אה. איז טעיתי, כ'האב עס נישט באמערקט בכלל.

גנדי » זונטאג מאי 5, 2013 2:12 am

· #111803
געפילטע פיש
וואו זענען די נייע אינגעלייט וואס האבן פאריאר נישט געהאט קיין נסיונות?

און זיי גלייכן צו די חיוב אלס תושב ב"פ צו קומען צו וואקסינען, האבן זיי שוין פארלוירן פראפעסער שפירא און קעניג חזקיהו, זיי גייען נישט אנטייל נעמען אין די מאסן וואקסינאציע.


זיי האבן מיר יעצט מעורר געווען אז איך זאל פארלאנגען פון מיין מוסדות און קהלה צו צווינגען די חברה וואס ווילן נישט געבן קיין וואקסינען פאר זייערע קינדער...

טעפל » זונטאג מאי 5, 2013 4:50 am

· #111843
שמעקעדיג הערליך, אזוי שיין צוצונעמען א נושא, ס'איז נישטא קיין שום פילטער פאר ענדרויד??

יואליש » זונטאג מאי 5, 2013 5:05 am

· #111845
ווער האט זיך געגלייבט א יאר צוריק ביי די קבלת התורות טעכנעלאגיע אז אין קנאפע צוועלעף חדשים וועט אייפאן מאכן די כשר'ע ליסטע? די באן יאגט פאראויס און שלעפט די עסקנים ביי די בערד פון הונטערוואלאכץ.

ר' שמחה » דינסטאג מאי 7, 2013 5:50 am

· #112560
פארוואס האב איך א אויסקוק אויף די אלע בעפארשטייענדע קלענערע אסיפות ווי חזרה אויף א געלונגענע פורים שפיל, אפשר וועגען די ווערטער הדר קבלוה ?

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 6:21 am

· #112566
וויסט איינער, גייט אין ירושלים דאמעריקע "וויליאמבורג" אויך פארקומען אזא הדר קבלוה אסיפה? אויב יא, ווען?

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 8:21 am

· #112590
שלשלת
וויסט איינער, גייט אין ירושלים דאמעריקע "וויליאמבורג" אויך פארקומען אזא הדר קבלוה אסיפה? אויב יא, ווען?

כשיתרצו שני הצדדים.

Atgan » דינסטאג מאי 7, 2013 9:39 am

· #112603
ווי ס'שיינט, גייט דאנערשטאג זיך גיסן הארצרייסענדע טרערן, בשעת די העכסטע מאמענטן פונעם מעמד - מסתמא ביי די תפילת השל"ה.
עס איז ערווארטערט אז די טרערן גייט גיסן פון איבעראל, איבער גאנץ ניו יארק, ווי אימער ס'נאר דא א היימיש איד גייט ער מיטהאלטן די טרערן.

אין קורצן: אקו וועטער זאגט אז סקומט א גאס פון הימל, כוואונשט די ארגאניזירער אסאך הצלחה. זאל די רבוש"ע העלפן אז סזאל נישט רעגענען דאן.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 7, 2013 1:11 pm

· #112702
די מאפע פון די סדר הבאסעס, איז גענומען פון גוגל-מעפס.
פארוואס זאל נישט, כאטש אזא הייליגע ארג. ווייזען פאר די וועלט אז מ'קען אן דעם????

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 1:35 pm

· #112719
היינט טעמא דרבי'שע חתונות אויף יוטוב.

וואס מיינסטו? וועט מען קענען זעהן א קליפ פון די הדר קבלוה אויפן אינטערנעט תוך כדי דיבור פונעם תם ונשלם?

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 1:37 pm

· #112721
ראקלענד - $10 א זיץ
📎 05.jpg 📎 02.jpg

היימישער ליטוואק » דינסטאג מאי 7, 2013 1:40 pm

· #112724
אדער גיבן קרעדיט פאר גוגל-מאפס.קאם

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 1:40 pm

· #112725
[ציטאט אראפגענומען]


איך האף אז דאס איז נישט אמת. קודם כל קען מען לייקענען אז מען האט א קאמפיוטער בכלל, און נאכדעם ווילסט מיר זאגן אז זיי גייען מיר מחייב זיין נעמען א משומר פילטער פאר $30-40 א חודש?

היימישער ליטוואק » דינסטאג מאי 7, 2013 1:47 pm

· #112727
איך זע נישט קיין חתימה פון רבנים, ראשי ישיבה אדער אדמורי"ם. מי רואה אלו אינם יוצאים ויוצא?

היימישער ליטוואק » דינסטאג מאי 7, 2013 10:51 pm

· #112871
באקומען אין אישי

Dear all

Baruch Hashem It's leibedik here in Boro park

The city lamp posts have huge posters hung on them, calling upon klall Yisrael etc. to participate in a called for Asifa at 18th avenue park.. Booklets were also placed at the minyan factories.
It doesn't give a list of names of rabbonim who are requesting people to come. -Only an anonymous "Ichud Hakhillos" bshem "Hakadosh Baruch Hu asher lo chafetz bmos hammess ki im bshuvoh midarko... etc."

The advertisements also include a huge map of streets in Boro Park with bus routes for rides to the holy asifa. The booklet did not credit the source of the map information from which it is plagiarized, but i am almost certain that the map is downloaded from the internet. It even shows churches and businesses, just like the maps at google or mapquest.


This fakery bothers me especially because there is supposed to be an umdanah (a presumed fact of human nature) that "Ain adam morish shekker lbanav" ; and that it is impossible to fool 600,000 Jews. If chas vshalom, tens of thousands of Heimesher Yidden are fooled by a poster then it would be attacking the strength of the mesorah. ch"v

Oyf simchos Imy"H

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 8, 2013 7:52 am

· #112945
Update
היות ס'רעגענט זייער שטארק יעצט, און דאס קען חלילה שטערן דעם רצון השם זאל זיין בפועל היינט נאכט, האבן די רבנים געבעטן אז מען זאל נישט מזכיר זיין גבורות גשמים ביי שמו"ע, און אוודאי נישט שואל זיין ביי ברך עלינו.

אבי גערעדט » מיטוואך מאי 8, 2013 8:09 am

· #112947
פארוואס האט מען דא אזא שנאה צו די מערכה?? אויב גייט עס אויפטון אויף אפאר אידן צו אפילו נאר איין איד צו מוסיף זיין קדושה וטהרה האט זיך שוין געלוינט די גאנצע זאך, נאך אלעם דארף דאך משיח האבן צו וועמען צו קומען.
אויב האבן די מתנגדים דא מורה אז זיי וועלן נישט קענען האבן מער קיין געהעריגע אינטערנעט, עטס דארפטס נישט מורה האבן, עס איז בדרך הטבע נישט שייך צו קאנטראלירן דאס

אךשמח » מיטוואך מאי 8, 2013 8:43 am

· #112950
מעמד הדר קבלוה
📎 מעמד קבלוה 1.jpg 📎 הדר קבלוה 2.jpg

מאראנצןזאפט » מיטוואך מאי 8, 2013 9:04 am

· #112955
אך, רבי הערשל הלפרין איז א נערוון קראצער.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 8, 2013 9:27 am

· #112963
קאווע טרינקער
היות ס'רעגענט זייער שטארק יעצט, און דאס קען חלילה שטערן דעם רצון השם זאל זיין בפועל היינט נאכט, האבן די רבנים געבעטן אז מען זאל נישט מזכיר זיין גבורות גשמים ביי שמו"ע, און אוודאי נישט שואל זיין ביי ברך עלינו.

איך ווייס נישט וויאזוי מ'פירט זיך ביי חסידים, אבער ע"פ שולחן ערוך איז מען נישט מזכיר גבורות גשמים פון פסח אן, און אוך בעט מען נישט שאלת גשמים פון פסח.

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 8, 2013 9:36 am

· #112965
אבי גערעדט
פארוואס האט מען דא אזא שנאה צו די מערכה?? אויב גייט עס אויפטון אויף אפאר אידן צו אפילו נאר איין איד צו מוסיף זיין קדושה וטהרה האט זיך שוין געלוינט די גאנצע זאך, נאך אלעם דארף דאך משיח האבן צו וועמען צו קומען.
אויב האבן די מתנגדים דא מורה אז זיי וועלן נישט קענען האבן מער קיין געהעריגע אינטערנעט, עטס דארפטס נישט מורה האבן, עס איז בדרך הטבע נישט שייך צו קאנטראלירן דאס

איך האב נישט מורא פאר מיין פערזענליכע אינטערנעט, אבער איך האב מורא פאר מיין געזעלשאפט, ס'באדערט מיר שטארק אז מיר קענען גיין אזוי מיטן קאפ אין וואנט, אז די רבנים צו וועם טויזענטער מענטשען קוקן ארויף זאלן זיין אזוי קורצזיכטיג, און זיך לאזן פארפירן פון פראפאגאנדע וואס האט מיט ריאליטעט קיינמאל קיין שייכות נישט געהאט.
ליתר פרטים עיין כאן, מ'האט שוין איבערגעקייט די אלע טענות פאראיאר, און קיין סאך האט זיך נישט געטוישט.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 8, 2013 12:30 pm

· #113015
וואספארא היתר איז דאס דאווענען מנחה מעריב אויף די גאס?
הלכה מפורשת אין שלחן ערוך אסר'ט דאס!
ממילא אין סיטי פילד, איז דאך מוקף מחיצות, אין ס'איז א טירחא אהיימצוגיין שפעט וכו', אבער דא 8:45 איז נעילה, רב לייפער וועט מסתמא פארציילען א מעשה פון זיין נדבורנא באבע, און שוין, 8:50 וועט זיך דערעולם פארשפרייטן צוריק למנוחתם, און דאווענען מעריב, מיט יעלה ויבוא בבית מדרשם אזויווי יעדען טאג נאך קביעת עתים, 9:45 אדער אביסל שפעטער לכבוד ליל שישי.
סתם מעריב אין די וועלט אריין? אין א מייק ווי די רעפארמער! רחמנא ליצלן!
והיינו תמיהה דמנחה, קען דר'עולם נישט דאווענען איידער די מעמד, יעדער וואס קומט שפאצירט אריבער לכל הפחות 16 בתי מדרשים.

און די ברכה "ונזכה להעמיד לגיון של מלך הראוים לקבל פני משיח".. ווייסען זיי נישט אז ס'תלוי אין שטיצן קרן הצלה און אין שטיצן נכדי ר"ר אלימלך?

(מיר גרוילט די חילוק פון "הרב הגאון" צו "הרה"ג", פוי)

ברסלבער » מיטוואך מאי 8, 2013 1:08 pm

· #113020
והיה בצאתם בשלום מן הקינות יריעו כל העם בקול גדול, זה הס"מ והאינטערנט הלך למיתה, ואנחנו נכנס ונלך לחיים טובים ולשלום.
לשנה אחרת כשיקום הס"מ לתחי' יקבעו ויעשו עוד אסיפה ומעמד, וכן יחזור חלילה עד שנזכה לקבל פני משיח וכו'

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 8, 2013 1:09 pm

· #113022
מאראנצןזאפט
אך, רבי הערשל הלפרין איז א נערוון קראצער.

נישט מיינע נערווען.
נאר פאר ווער ס'הערט אים אויס...
דאס ביסל בחירה וואס דו האסט שוין יא, נוץ אויס.

שעפטל » מיטוואך מאי 8, 2013 3:13 pm

· #113068
סקווירא מאכט זינטאג ביי זיך אין לאנד

נולד מאוחר » מיטוואך מאי 8, 2013 3:13 pm

· #113070
איך זוך א נדבן פאר די צען דאללער.
די רבי ז''ל וואלט קיינמאל נישט געלאזט בעטען געלט פאר אזא כינוס.

אויב יעדער מאכט זייער אייגענע פארוואס זאלן מיר נישט האבן א כינוס דא אין שטיבעל.

ענן כבד » מיטוואך מאי 8, 2013 7:15 pm

· #113178
נישט געזארגט, אויב קויפט מען א טיקעט וועט מען נישט דארפן צאלן מקוה געלט דעם חודש

איך אויך » מיטוואך מאי 8, 2013 7:26 pm

· #113179
אזוי ווייט?

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 8, 2013 10:38 pm

· #113252
חברה, אין 24 שעה האלט מען שוין נאך אלעמען. till then take it easy.

יואליש » מיטוואך מאי 8, 2013 11:14 pm

· #113272
היות איבעראס יאר איז אן עיבור יאר, און ביז ער"ח סיון וועט האבן דורכגעגיינגען י"ב חדש, א שיעור שכחה, ממילא וועט מען מיזן מאכן די יערליכע אסיפה פריער.

שלשלת » דאנערשטאג מאי 9, 2013 12:10 am

· #113281
לויט ווי איך הער, וועט אי"ה די אסיפות "הדר קבלוהו" אויך נישט איבערהיפן די עיר ואם בישראל וויליאמסבורג
א פלאץ איז שוין דא, ווי סוועט קענען אריינגיין רבבות אידן, דאס איז נישט די פראבלעם...
די איינציגע דעטאל וואס מען דארף נאך אויסארבעטן איז די דעיט, ווען ס'גייט פארקומען.
לוי ווי די עסקנים גיבן איבער, וועט זיך עס נישט זוימען צו לאנג. די אסיפה וועט פארקומען ממש בקרוב - כשיתרצו שני הצדדים
ביז דעמאלס, וועלן מיר מוזן ווארטן

ציניקער פרעגן, פארוואס קען נישט די וויליאמסבורגע אסיפה אפגעהאלטן ווערן אינעם "ארמארי" געביידע אויף מארסי, און יעדע פראקציע זאל זיצן אין די האלב וואס באלאנגט צו זייער קהלה, נדבת הגאווערנאר ירום הודו.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:01 am

· #113292
משה געציל
איך מיין מען ברויך עפענען א באזונדערע אשכול אויף די סיבת ההתנגדות להכינוס, געוויסע ניקס זענען דערקעגען ווייל עס איז צו עקסטרים, פאנטאזיע, וכו'. נאכער זענען פארהאן די וואס ווען זייער רבי' וואלט ווען געהייסן גיין וואלטן זיי געלאפן אויף אלע פיר, נאר היות זייער רבי' האט מאיזה טעם שהוא זיך נישט באטייליגט, מיז מען ציען מסקנות פארוואס די כינוס איז צו לינק. הה"ד צוויי אידן דריי דיעות.

משה געציל » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:48 am

· #113299
[ציטאט אראפגענומען]

לץ איינער! דו פאקסט מיר אינעם נטעי גבריאל אריין!
ער"ח סיון נקבע ע"י רבנא דבאראפארקא מאנסיא ולעיקווידא, ליום הכינוס השנתי, שבו כונסים ומקהילים כל תושבי העיר לשמוע דברים חוצבים וחציבים, לוהטין ולהיבין, לעמוד על נפשם ועל זרעם, מסכנת הטעכנעלאגיע.

י"א דהיום נקבע על שם ולזכרון המעמד הנשגב שבו התכנסו אלפי רבבות ישראל (גם לרבות כלביהן...) בעיר שדה, לשמוע של"ס תורה מאדמרא דזשיבאע, ודברי כבושין ממרנא דסגלא.

בווילאמסבורג לא נהגו מעולם לכנס את העם. ויש שנתנו טעם לשבח, דתערובות איסור בבע"ח אפילו באלף לא בטיל. ויש שכתבו דמחמת תערובות איסור אין לאסור הואיל והאיסור אינו בכלל בריה, אבל ישראל עם קדושים החמירו על עצמם אפילו על טיפת תערובות כשעורה.

יש שכתבו דבימינו אלה דכבר נעקר הטעכנעלאגיע המשחית ממחנינו אין לאסוף את העם, דאף בימים ההם פקפקו הרבה בדבר הזה לכנוס יהודים עם כיפת סרוגות בחדא מחתא עם אלו שלא כרעו לבעל ולא שינו את לשונם, והוראות שעה לאותו דור היתה. אולם דעת רוב הפוסקים, דאין לשנות, ובפרט שבשנות האחרונות נשתרבב ל"ע במחנינו הכלי הטמא הנקרא ריקארדע"ר שבכלי כזו אפשר לקלוט שיחות לא כשרות ר"ל, ורבים חללים הפילה.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:04 am

· #113324
פיין פיין,,, אבער מיט אזא גרויסע פענע וואס דו האסט איינגעקויפט, ווארט איך ('ך רעדט בשם דר'עולם) פאר א לענג'ס און א טיפ'ס.

משה געציל » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:13 am

· #113330
איך בין צו פארנומען מסדר זיין מיין מקום ביים כינוס שלא לבייש את החסידים...

טשולענט » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:44 am

· #113333
-
📎 IMAG0094-1-1-1-1-1.jpg

טשולענט » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:16 am

· #113342
די פריערדיגע בילד איז א טיילווייזע מאפע וויאזוי עס וועט אויסזעהן היינט ביים מעמד הדר קבלוה אין ראקלענד באולדערס, געט א קוק אין וועלכע סעקשן די רבנים וועלן זיצן
בלאט: 1 2 3 4