☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אשכול אן א טיטל #3634

אשכול אן א טיטל #3634

154 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3634
בלאט: 1 2 3 4

— » מיטוואך מאי 1, 2013 12:57 am

· #110581

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

טעפל » מיטוואך מאי 1, 2013 5:36 am

· #110605
ראשאקאל, ס'איז אמת אדער א ווערטעל?

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 1, 2013 7:00 am

· #110606
אין מיין דמיון זעה איך שוין די פלאקאטן פון קומענדיגע יאר, "בתלת זימני הוי חזקה"...
דאן וועט דאס פארקומען אין די סקולענע ביהמ"ד, ס'וועט זיין פלאץ פאר אלע אלע אלע מענטשען וואס ווילן הערן פון די רבנים וואס אינטערנעט איז.
איך קען נישט פאראויס זאגן וועלעכע יאר דאס גייט געשעהן, אבער אפילו א צדיק לעבט נישט אויף אייביג, צוליב די חטאים פונעם דור, עכ"פ, אויב מר. גאטליב וועט נאך זיין בידידות מיט די סקולענע גבאים, וועט מען קורא שם זיין די מעמד בערך אזוי" כינוס כלל ישרא"ל אברה"ם", אדער "זכור לאברה"ם", אפשר אויך לזכר BMG משגיח, "מתנ"ת אברה"ם".

עכ"פ דאס איז זיכער אז ביי די פינפטע יאר וועט מען מודיע זיין די "פרטים יבואו" דורך די כשר'ע טוויטער, וואס וועט לכאורה גערופען ווערען טVיטערמשומר.

בנוגע די 6 למ"ד'ס, לחזק, להכריז, להתעורר.. איך וועל אלעס נאר געבן, אבער "לאחד"? וואס מיינט דאס? די רבנים גייען זיצען נעבן זייערע ברודער און שוואגערס? נאוואמינסקע רבי וועט באקומען רשות פון דיין ח"ד כ"ץ צו רעדן אפאר ווערטער?
איינער ווייסט פון עפעס אן אחדות וואס האט אויס געבראכען כתוצאה פון פאריאריגען אסיפה?

Atgan » מיטוואך מאי 1, 2013 8:41 am

· #110616
קאווע טרינקער

איינער ווייסט פון עפעס אן אחדות וואס האט אויס געבראכען כתוצאה פון פאריאריגען אסיפה?

אחדות קען נאר געשען ווען מפרובירט צו מאכן פעולות וואס זאלן ברענגן אחדות. פון נישט פרובירן, בלייבט די מצב ווי סאיז.
דאס איז קלאר אז די עסקנים האבן שטארק פרובירט דאס צוצוברענגן, ליידער לא עלתה בידם. אבער דאס איז זיכער אז סאיז קלאר געווארן מי ומי ההולכים און זענען מוכן ומזומן אז סזאל הערשן אחדות ביי כלל ישראל.

אינטערנעט איז א פראבלעם פון גאנץ כלל ישראל, און יעדער וויל א לעזונג וואס דערלייכטערן די פראבלעם.
די איינציגסטע וועג דאס צו טוהן איז רעדן און רעדן און רעדן דערפון, מיט א טראסק, און אפילו מגזם זיין מיט די סכנה. ביז עס ווערט נשרש אין יעדע ערליכער איד.
קיינער קריגט זיך נישט דערויף וויאזוי מדארף דאס לעזן. עס איז נאר די איג"א, וואס שטייט ליידער העכער פון די יראת שמים, וואס לאזט נישט זיך מתחבר זיין צו די כלל.

ווי שטייט ביים רי"ש שי"ן עי"ן? ולפי שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר, ואף אתה הקהה את שניו......

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 1, 2013 8:59 am

· #110617
שלום וברכה.
דברי קאווע עשירים במקום אחר, לויט ווי איך ליין איך דיין ערשטע תגובה אינעם באבוב'ער אשכול, פארשטיי איך אז דו באציסט זיך דא צו אי-הופעת איינע פון די באבוב'ע רביים ביים כינוס.
ס'משמע כאילו אז ס'וואלטען ווען בייידע רביים געווען ביים כינוס, וואלט דאס יא געהייסען אחדות.
לדעתי, אפילו זאלן אלע ספינקא, נדבורנה, סקאליע רבי'ס זיין אונטער איין דאך, אבער די האנט וועלן זיי נישט אויסשטרעקען איינעם צו אנדערען, איז דאס מייל'ן ווייט פון אחדות.
אחדות מיינט נישט אז ביידע זענען אייניג אין מיינונג איבער א געוויסע ענין.

Atgan » מיטוואך מאי 1, 2013 9:28 am

· #110629
יפה אמרת, ביזט גערעכט, ועל כן וועל איך ענפערן וואס איך מיין.
[בד"א, איך האב אויך אבער לאו דוקא געמיינט באבוב, עס איז געווען פילע פראבלעמעם מיט צד שכנגד'ס].

ביי אונז אין די תורה שטייט, וכי ירובון שני אנשים ונגשו אל המשפט וכו'....סאיז דא א אויסגעטראטענע וועג.
האט די תורה געאסר'ט צו האבן מיינונגס פארשידנהייטן? איז דען מעגליך בכלל צו פארמיידן רייבונגן בכל עניני הכלל?
נאר וואדען. סאיז דא א וועג, א תורה'דיגע וועג. צו שליכטן די פראבלעמען.
בשעת ווען צוויי פריוואטע חצרות אדער רביים האבן א געפעכט, וועלכע קען כרגע נישט געסאלווט ווערן מאיזה סיבה שהוא, מיינט נישט אז מדארף וועגן דעם קאליע מאכן אלע אנדערע עניני הדת.
און אויב פעהלט אויס אז ביידע זאלן ערשיינען לחזק המעמד. דארפן ביידע דאס פארשטיין און ערשיינען דארט למען הרבות קדושה בישראל און חומר הענין.
אויב איז דאס נישט גענוג זיך צו דארפן מאחד זיין, נאר זיין פריוואטע איג"א אגענדע שטייט פאר זיינע אויגן, ענדערשט ווי ראטעוועט שארית ישראל הנאבקים על קיומם. ווייס איך נישט וויאזוי מדארף דאס מגדיר זיין אזאן געפירעכץ.

'אחדות' האט אסאך דרגות.
בענינו וואלט 'אחדות' געמיינט, ווען אלע ערשיינען בלי יוצא מן הכלל, אפילו אהנע געבן דאס האנט איינע דעם אנדערן.

מיכאל » מיטוואך מאי 1, 2013 10:02 am

· #110649
atgan

ווי שטייט ביים רי"ש שי"ן עי"ן? ולפי שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר, ואף אתה הקהה את שניו......

צדיק'ל, ווען די הייבסט אן צי ניצען קללות ווי א מיטעל צי שטיל מאכען דיינע בר פלוגתא'ס האסטע מגלה געווען שוין ביים זעקסטען תגובה אז די ביסט דער שאינו יודע לשאול, איז עפען דיר א צווייטע ניק אין טריי צי שרייבען ווי א געהעריגע גרויסע טאטע,

מיכאל » מיטוואך מאי 1, 2013 10:13 am

· #110654
Atgan

אויב איז דאס נישט גענוג זיך צו דארפן מאחד זיין, נאר זיין פריוואטע איג"א אגענדע שטייט פאר זיינע אויגן, ענדערשט ווי ראטעוועט שארית ישראל הנאבקים על קיומם. ווייס איך נישט וויאזוי מדארף דאס מגדיר זיין אזאן געפירעכץ.

אין לייג צי אז ענק זענען די וואס האבען מחליט געווען אז דאס איז די וועג צי ראטעווען כלל ישראל, אין ממילא אלע וואס האלטען אנדרעש קען מען פשוט נישט מגדיר זיין זייער געפירעכץ, אפשער ווילען אנדערע עס באהאנדלען אויף א צווייטע אופן, אפשער קענסטע מיר מסביר זיין ווער ס'האט ענק געשטעלט אפוטרופוס אויף כלל ישראל,

לאמיר דיר געבען צי פארשטיין, נישט יעדער איינער האלט אז א מצוה טאנץ הייסט תיבעל להגמון תחילה, אין נישט יעדער איינער האלט אז אייוועלט אדער קאווע שטיבעל דארפען זיין געפילטערט ווייל טאמער נישט גייט כלל ישראל אינטערגיין,

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 1, 2013 10:15 am

· #110655
שוין. קאווע טרינקער האט מיך שוין געגעבן היינט דעם באסט פארן טאג.
ווי איך פארשטיי איז פאראיאר געווען די כפה עליהם הר כגיגית און יעצט איז עס קיימו וקבלו מה שקבלו כבר.

יואליש » מיטוואך מאי 1, 2013 10:17 am

· #110659
טאמבעל סאס, האסט מיך אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. מכאן מודעא רבה לאורייתא אז פאראיאר איז געווען באונס.

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 10:33 am

· #110668
כטאמבל סאס ועוד לקרא,
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1994">viewtopic.php?f=26&t=1994</a><!-- l -->

ממש א פלא ווי פיהם מכשילתם, מנבאים ואינם יודעים מה מנבאים (ושמא דווקא כן, וד"ל).

Atgan » מיטוואך מאי 1, 2013 10:46 am

· #110672
מיכאל

אין לייג צי אז ענק זענען די וואס האבען מחליט געווען אז דאס איז די וועג צי ראטעווען כלל ישראל, אין ממילא אלע וואס האלטען אנדרעש קען מען פשוט נישט מגדיר זיין זייער געפירעכץ, אפשער ווילען אנדערע עס באהאנדלען אויף א צווייטע אופן, אפשער קענסטע מיר מסביר זיין ווער ס'האט ענק געשטעלט אפוטרופוס אויף כלל ישראל,

לאמיר דיר געבען צי פארשטיין, נישט יעדער איינער האלט אז א מצוה טאנץ הייסט תיבעל להגמון תחילה, אין נישט יעדער איינער האלט אז אייוועלט אדער קאווע שטיבעל דארפען זיין געפילטערט ווייל טאמער נישט גייט כלל ישראל אינטערגיין,

איך ווייס נישט צו וועמען די באזירסט דעם 'ענק'.
מדורי דורות ווייסן מיר אז כלל ישראל ווערט געפירט דורך די גדולי ישראל, און די זקני גדולי ישראל. בבחינת אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא.
אויב גלייבסטו נישט אין דעם, קען 'איך' דיר נישט ממש העלפן, גיי רעד צו איינער וואס איז אין די ליין פון קירוב.

זאג נאר, וועגן איין זינלאזע גוזמא פון עפעס א עסקן, ווערט שוין די גאנצע מערכה א פאנאטישע?

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 10:54 am

· #110676
Atgan
יפה אמרת, ביזט גערעכט, ועל כן וועל איך ענפערן וואס איך מיין.
[בד"א, איך האב אויך אבער לאו דוקא געמיינט באבוב, עס איז געווען פילע פראבלעמעם מיט צד שכנגד'ס].

די אנדערע וואס דו מיינסט מסתמה איז סאטמאר
Atgan
ביי אונז אין די תורה שטייט, וכי ירובון שני אנשים ונגשו אל המשפט וכו'....סאיז דא א אויסגעטראטענע וועג.
האט די תורה געאסר'ט צו האבן מיינונגס פארשידנהייטן? איז דען מעגליך בכלל צו פארמיידן רייבונגן בכל עניני הכלל?
נאר וואדען. סאיז דא א וועג, א תורה'דיגע וועג. צו שליכטן די פראבלעמען.

און טאקע די וועג וויאזוי צו ראטעווען כלל ישראל איז אויך געווען א מיינונגס דעפארענץ.
Atgan
בשעת ווען צוויי פריוואטע חצרות אדער רביים האבן א געפעכט, וועלכע קען כרגע נישט געסאלווט ווערן מאיזה סיבה שהוא, מיינט נישט אז מדארף וועגן דעם קאליע מאכן אלע אנדערע עניני הדת.
און אויב פעהלט אויס אז ביידע זאלן ערשיינען לחזק המעמד. דארפן ביידע דאס פארשטיין און ערשיינען דארט למען הרבות קדושה בישראל און חומר הענין.
אויב איז דאס נישט גענוג זיך צו דארפן מאחד זיין, נאר זיין פריוואטע איג"א אגענדע שטייט פאר זיינע אויגן, ענדערשט ווי ראטעוועט שארית ישראל הנאבקים על קיומם. ווייס איך נישט וויאזוי מדארף דאס מגדיר זיין אזאן געפירעכץ.

און ווי ס'קוקט אויס איז ער נישט געווען אזוי נישט-גערעכט דערמיט, און טאקע דעס יאר קוקט אויס גייט זיין עקסטערע כינוס'לעך. נישט יעדער וואס שטימט נישט מיט מיט די וועג וואס געוויסע האבן אזוי באשלאסן (אפשר צוליב זייער איג"א) דארף ווערן אנגענומען ביי יעדעם איינעם און אז נישט ווערן זיי פארשריגן.
Atgan
'אחדות' האט אסאך דרגות.
בענינו וואלט 'אחדות' געמיינט, ווען אלע ערשיינען בלי יוצא מן הכלל, אפילו אהנע געבן דאס האנט איינע דעם אנדערן.

אחדות מיינט אויך אז מ'ארבייט מיט א יעדעם בעפאר און מ'הערט אויס אלע צדדים און נאכדעם מאכט מען באשלוסן, נישט מ'צווינגט ארויף אויף קהילות אז זיי מיזן זיך צושטעלן ווייל אז נישט איז מען א
Atgan
רי"ש שי"ן עי"ן! ולפי שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר, ואף אתה הקהה את שניו......

שרייבער » מיטוואך מאי 1, 2013 10:58 am

· #110680
Atgan
מיכאל

אין לייג צי אז ענק זענען די וואס האבען מחליט געווען אז דאס איז די וועג צי ראטעווען כלל ישראל, אין ממילא אלע וואס האלטען אנדרעש קען מען פשוט נישט מגדיר זיין זייער געפירעכץ, אפשער ווילען אנדערע עס באהאנדלען אויף א צווייטע אופן, אפשער קענסטע מיר מסביר זיין ווער ס'האט ענק געשטעלט אפוטרופוס אויף כלל ישראל,

לאמיר דיר געבען צי פארשטיין, נישט יעדער איינער האלט אז א מצוה טאנץ הייסט תיבעל להגמון תחילה, אין נישט יעדער איינער האלט אז אייוועלט אדער קאווע שטיבעל דארפען זיין געפילטערט ווייל טאמער נישט גייט כלל ישראל אינטערגיין,

איך ווייס נישט צו וועמען די באזירסט דעם 'ענק'.
מדורי דורות ווייסן מיר אז כלל ישראל ווערט געפירט דורך די גדולי ישראל, און די זקני גדולי ישראל. בבחינת אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא.
אויב גלייבסטו נישט אין דעם, קען 'איך' דיר נישט ממש העלפן, גיי רעד צו איינער וואס איז אין די ליין פון קירוב.

זאג נאר, וועגן איין זינלאזע גוזמא פון עפעס א עסקן, ווערט שוין די גאנצע מערכה א פאנאטישע?

יא, הונדערט פראצענט גערעכט, מדורי דורות ווייסן מיר אז כלל ישראל ווערט געפירט דורך די גדולי ישראל, און די זקני גדולי ישראל. בבחינת אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא.

אבער זייט מעמד הר סיני (דאכט זיך) האט זיך נאכנישט געיאוועט אזא געדאנק פון צוזאמען נעמען 'גאנץ' כלל ישראל אונטער איין דאך און מאכן די זעלבע סארט תקנה פאר מענטשן וואס מיינען אז ווידיא הערט מען און ראדיא זעט מען, מיט מענטשן וואס ביי זיי איז ווידיא א לכתחלה שבלכתחלה

ועל כולם שטייט בראש א לעקוואדער איד וואס איך גלייב נישט אז ביי אים אין די משפחה איז ווידיא א פראבלעם (פארשטייט זיך אן קאמפיוטער) און שרייט אז קוקן א ווידיא ווי חתן כלה טאנצן מצוה טאנץ מיינט "תבעל להגמון תחלה".

נעבעך!!!!

גנדי » מיטוואך מאי 1, 2013 11:02 am

· #110681
Atgan
מיכאל

אין לייג צי אז ענק זענען די וואס האבען מחליט געווען אז דאס איז די וועג צי ראטעווען כלל ישראל, אין ממילא אלע וואס האלטען אנדרעש קען מען פשוט נישט מגדיר זיין זייער געפירעכץ, אפשער ווילען אנדערע עס באהאנדלען אויף א צווייטע אופן, אפשער קענסטע מיר מסביר זיין ווער ס'האט ענק געשטעלט אפוטרופוס אויף כלל ישראל,

לאמיר דיר געבען צי פארשטיין, נישט יעדער איינער האלט אז א מצוה טאנץ הייסט תיבעל להגמון תחילה, אין נישט יעדער איינער האלט אז אייוועלט אדער קאווע שטיבעל דארפען זיין געפילטערט ווייל טאמער נישט גייט כלל ישראל אינטערגיין,

איך ווייס נישט צו וועמען די באזירסט דעם 'ענק'.
מדורי דורות ווייסן מיר אז כלל ישראל ווערט געפירט דורך די גדולי ישראל, און די זקני גדולי ישראל. בבחינת אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא.
אויב גלייבסטו נישט אין דעם, קען 'איך' דיר נישט ממש העלפן, גיי רעד צו איינער וואס איז אין די ליין פון קירוב.

זאג נאר, וועגן איין זינלאזע גוזמא פון עפעס א עסקן, ווערט שוין די גאנצע מערכה א פאנאטישע?

עס ווערט געפירט דורך גדולי ישראל אדער דורך גאטליעב?

יא, וועגן זינלאזע גוזמאות פון דער עומד בראש המערכה, ווערט די גאנצע מערכה א פאנאטישע!

גנדי » מיטוואך מאי 1, 2013 11:08 am

· #110682
@ATGAN

קוק נאכאמאל איבער וואס גאטליעב פרעדיגט. זאג מיר צו ער רעדט צום זאך אדער נישט.

<a class="postlink" href="http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0">http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0</a>

Atgan » מיטוואך מאי 1, 2013 11:09 am

· #110683
איך זעה אז די עולם האט נישט ארויס וואס איך האב געטענה'ט וויל דא ארויסברענגן אפאר נקודות:

א. די כינוס כלל ישראל הויפט ציהל איז געווען פשוט צו מאכן א ויצעקו אז אפענע אינטערנעט איז חזיר טריפה. - צו דעם איז יעדע מודה.
ב. דאס אז די בעסטע וועג צו שרייען, איז במעמד רבבות אלפי ישראל אינטער איין דאך בבחינת קבלת התורה. - צו דעם איז יעדע מודה.
ג. דאס אז די כינוס האט געמאכט א ריזן פארשריט אין דעם ענין, און צענדליגע טויזנטער אידן זענען דענמאלטס נתעורר געווארן צו מאכן א פילטער. - צו דעם איז יעדע מודה.

ובכן: די יעצטיגע קלענערע כינוסים איז פשוט לחזק את הענין נאכמער (און נישט ווייל "סנישט געלונגן..."), און די געוויסע 10 צו 20 צו 30 % פון אידנטום, וואס זענען נאכנישט נתעורר געווארן, זאלן זיי יא נתעורר ווערן יעצט, און די וואס זענען שוין יא נתעורר געווארן זאלן חלילה נישט נאכלאזן פון זייערע קבלות. מ'קען דעך נישט יעדעס יאר צוזאמנעמען יעדער אין סיטי פיעלד וד"ל.

בנוגע די פראבלעמען פון געוויסע עדה'ס פארשידנהייטן, איז קלאר, אינטערנעט איז א סכנה פאר יעדן איד נישט קיין אינטערשיד וועלכע קרייז.
דעם תירוץ איז א אויסרייד, און א פשוט'ע תירוץ ווואס מהאט געניצט.

עד כאן לענ"ד.

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 11:11 am

· #110686
כבודו פונעם סקולענע רבי שליט"א במקומו מונח, אבער פארן רבי'ן קענסטו יעצט אריינטראגן א סידי און זאגן אז דאס איז די אינטערנעט פון גאנץ כלל ישראל און די רבי וועט דאס צוברעכן און נאך זינגן א ניגון אינדערזייט און פטור אנייסעק, מ'האט מקיים געווען דעם ובערת אין רגע...

דזשאוקס אין די זייט, כ'מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן, מייין פוינט איז אז די רבי ווייסט ניטאמאל וואס די זאך אינטערנעט איז, ער האט עס מיט קיין טעקנישאן אין זיין לעבן נישט איבערגעגאנגן, סך הכל ווייסט ער אז ס'איז שעדליך ווייל גאטליב און די אנדערע שרייען אזוי, און נאכדערצו מ'קען הערן דערויף ראדיא (ווי א באטייליגטע בנש"ק האט זיך אויסגעדריקט ביים אבן הפנה פונעם הדר קבלוה)

Atgan » מיטוואך מאי 1, 2013 11:13 am

· #110689
גנדי
@ATGAN

קוק נאכאמאל איבער וואס גאטליעב פרעדיגט. זאג מיר צו ער רעדט צום זאך אדער נישט.

<a class="postlink" href="http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0">http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0</a>

שוין אויבן געשריבן דערוועגן:

זאג נאר, וועגן איין זינלאזע גוזמא פון עפעס א עסקן, ווערט שוין די גאנצע מערכה א פאנאטישע?

אסאך פון די גדולי ישראל וואס זיצן דארט, האנדלן מיט מער קעיסעס פון די פראבלעמען ווי דעם עסקן.
זיי ווייסן וואס אינטערנעט איז, וואס דאס ברענגט צו, און די אמת'ע פראבלעמען דערפון.
זיי ווייסן ער רעדט נאריש, און דאך פארשטייען זיי אז די מערכה איז הייליגע, נישט קיין נפק"מ ווער איז דער שוויצער דערפאר.
אויב מאכט ער א גוטע דזשאב, מעג מען איהם נישט ניצן?

שרייבער » מיטוואך מאי 1, 2013 11:15 am

· #110693
Atgan
איך זעה אז די עולם האט נישט ארויס וואס איך האב געטענה'ט וויל דא ארויסברענגן אפאר נקודות:

א. די כינוס כלל ישראל הויפט ציהל איז געווען פשוט צו מאכן א ויצעקו אז אפענע אינטערנעט איז חזיר טריפה. - צו דעם איז יעדע מודה.
ב. דאס אז די בעסטע וועג צו שרייען, איז במעמד רבבות אלפי ישראל אינטער איין דאך בבחינת קבלת התורה. - צו דעם איז יעדע מודה.
ניין ניין, און נאכאמאל ניין, נישט יעדער איז מודה, די אלע רבנים וואס זענען נישט דארט געווען האלטן נישט אזוי, זאת ועוד יותר, אפילו אסאך וואס זענען יא געווען האלטן אויך נישט אזוי, מען איז נאר געגאנגען, טייל צוליב מיטן שטראם, און טייל צוליב בלית ברירה, און טייל צוליב וואס זייער קאמפאטישן האט געזאגט נישט גיין

ג. דאס אז די כינוס האט געמאכט א ריזן פארשריט אין דעם ענין, און צענדליגע טויזנטער אידן זענען דענמאלטס נתעורר געווארן צו מאכן א פילטער. - צו דעם איז יעדע מודה.

ובכן: די יעצטיגע קלענערע כינוסים איז פשוט לחזק את הענין נאכמער (און נישט ווייל "סנישט געלונגן..."), און די געוויסע 10 צו 20 צו 30 % פון אידנטום, וואס זענען נאכנישט נתעורר געווארן, זאלן זיי יא נתעורר ווערן יעצט.
האלטסט איינער וואס איז נישט נתעורר געווארן פאר א יאר, קען אים נאך עפעס העלפן יעצט?

און די וואס זענען שוין יא נתעורר געווארן זאלן חלילה נישט נאכלאזן פון זייערע קבלות.

מ'קען דעך נישט יעדעס יאר צוזאמנעמען יעדער אין סיטי פיעלד וד"ל. אה דער וד"ל דארף א פירוש

בנוגע די פראבלעמען פון געוויסע עדה'ס פארשידנהייטן, איז קלאר, אינטערנעט איז א סכנה פאר יעדן איד נישט קיין אינטערשיד וועלכע קרייז.
דעם תירוץ איז א אויסרייד, און א פשוט'ע תירוץ ווואס מהאט געניצט.

עד כאן לענ"ד.

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 11:16 am

· #110694
Atgan
איך זעה אז די עולם האט נישט ארויס וואס איך האב געטענה'ט וויל דא ארויסברענגן אפאר נקודות:

א. די כינוס כלל ישראל הויפט ציהל איז געווען פשוט צו מאכן א ויצעקו אז אפענע אינטערנעט איז חזיר טריפה. - צו דעם איז יעדע מודה.

קיין ויצעקו ליידער העלפט נישט
Atgan
ב. דאס אז די בעסטע וועג צו שרייען, איז במעמד רבבות אלפי ישראל אינטער איין דאך בבחינת קבלת התורה. - צו דעם איז יעדע מודה.

געוויסע האלטן אז ביי זיך אין בית המדרש איז בעסער
Atgan
ג. דאס אז די כינוס האט געמאכט א ריזן פארשריט אין דעם ענין, און צענדליגע טויזנטער אידן זענען דענמאלטס נתעורר געווארן צו מאכן א פילטער. - צו דעם איז יעדע מודה.

און אזוי אויך אז די קהלות און מוסדות האבן געמאכט תקנות
Atgan
ובכן: די יעצטיגע קלענערע כינוסים איז פשוט לחזק את הענין נאכמער (און נישט ווייל "סנישט געלונגן..."), און די געוויסע 10 צו 20 צו 30 % פון אידנטום, וואס זענען נאכנישט נתעורר געווארן, זאלן זיי יא נתעורר ווערן יעצט, און די וואס זענען שוין יא נתעורר געווארן זאלן חלילה נישט נאכלאזן פון זייערע קבלות. מ'קען דעך נישט יעדעס יאר צוזאמנעמען יעדער אין סיטי פיעלד וד"ל.

מחזק זיין קען מען נאר מיט א לעיזונג - קום ארויס מיט א פילטער וואס ארבייט
Atgan
בנוגע די פראבלעמען פון געוויסע עדה'ס פארשידנהייטן, איז קלאר, אינטערנעט איז א סכנה פאר יעדן איד נישט קיין אינטערשיד וועלכע קרייז.
דעם תירוץ איז א אויסרייד, און א פשוט'ע תירוץ ווואס מהאט געניצט.

און טאקע יענע קהלות האבן שוין באלד מער מצליח געווען מיט זייערע אייגענע תקנות

-
שרייבער האקט ענדליך אביסל

Atgan » מיטוואך מאי 1, 2013 11:16 am

· #110695
שעפטל
כבודו פונעם סקולענע רבי שליט"א במקומו מונח, אבער פארן רבי'ן קענסטו יעצט אריינטראגן א סידי און זאגן אז דאס איז די אינטערנעט פון גאנץ כלל ישראל און די רבי וועט דאס צוברעכן און נאך זינגן א ניגון אינדערזייט און פטור אנייסעק, מ'האט מקיים געווען דעם ובערת אין רגע...

דזשאוקס אין די זייט, כ'מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן, מייין פוינט איז אז די רבי ווייסט ניטאמאל וואס די זאך אינטערנעט איז, ער האט עס מיט קיין טעקנישאן אין זיין לעבן נישט איבערגעגאנגן, סך הכל ווייסט ער אז ס'איז שעדליך ווייל גאטליב און די אנדערע שרייען אזוי, און נאכדערצו מ'קען הערן דערויף ראדיא (ווי א באטייליגטע בנש"ק האט זיך אויסגעדריקט ביים אבן הפנה פונעם הדר קבלוה)

ס'האט דאכציך די פוסק הרב וואזנער פון בני ברק מעורר געווען אין איינע פון זיינע דרשות:
"מענטשן מיינען אז די רבנים ווייסן נישט וואס דאס איז, מזאגט זיי פשוט, איך וויל דאס מעורר זיין, די רבנים ווייסן ליידער אסאך מער ווי די עמך וואסערע שאדן דאס האט אנגעמאכט וכו'....."

ממילא במחילת כבודך, אפשר ווייסט די סקולענע רבי נישט בפרטי פרטים, אבער ער ווייסט גענוג און נאך

שרייבער » מיטוואך מאי 1, 2013 11:16 am

· #110696
Atgan
גנדי
@ATGAN

קוק נאכאמאל איבער וואס גאטליעב פרעדיגט. זאג מיר צו ער רעדט צום זאך אדער נישט.

<a class="postlink" href="http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0">http://youtu.be/Nb_Yf2ZYDs0</a>

שוין אויבן געשריבן דערוועגן:

זאג נאר, וועגן איין זינלאזע גוזמא פון עפעס א עסקן, ווערט שוין די גאנצע מערכה א פאנאטישע?

עפעס א עסקן? דאס איז דאך דער עסקן בה"א הידוע, דער ערפינדער פונעם פלאן

אסאך פון די גדולי ישראל וואס זיצן דארט, האנדלן מיט מער קעיסעס פון די פראבלעמען ווי דעם עסקן.
זיי ווייסן וואס אינטערנעט איז, וואס דאס ברענגט צו, און די אמת'ע פראבלעמען דערפון.
זיי ווייסן ער רעדט נאריש, און דאך פארשטייען זיי אז די מערכה איז הייליגע, נישט קיין נפק"מ ווער איז דער שוויצער דערפאר.
אויב מאכט ער א גוטע דזשאב, מעג מען איהם נישט ניצן?

שרייבער » מיטוואך מאי 1, 2013 11:17 am

· #110697
Atgan
שעפטל
כבודו פונעם סקולענע רבי שליט"א במקומו מונח, אבער פארן רבי'ן קענסטו יעצט אריינטראגן א סידי און זאגן אז דאס איז די אינטערנעט פון גאנץ כלל ישראל און די רבי וועט דאס צוברעכן און נאך זינגן א ניגון אינדערזייט און פטור אנייסעק, מ'האט מקיים געווען דעם ובערת אין רגע...

דזשאוקס אין די זייט, כ'מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן, מייין פוינט איז אז די רבי ווייסט ניטאמאל וואס די זאך אינטערנעט איז, ער האט עס מיט קיין טעקנישאן אין זיין לעבן נישט איבערגעגאנגן, סך הכל ווייסט ער אז ס'איז שעדליך ווייל גאטליב און די אנדערע שרייען אזוי, און נאכדערצו מ'קען הערן דערויף ראדיא (ווי א באטייליגטע בנש"ק האט זיך אויסגעדריקט ביים אבן הפנה פונעם הדר קבלוה)

ס'האט דאכציך די פוסק הרב וואזנער פון בני ברק מעורר געווען אין איינע פון זיינע דרשות:
"מענטשן מיינען אז די רבנים ווייסן נישט וואס דאס איז, מזאגט זיי פשוט, איך וויל דאס מעורר זיין, די רבנים ווייסן ליידער אסאך מער ווי די עמך וואסערע שאדן דאס האט אנגעמאכט וכו'....."

ממילא במחילת כבודך, אפשר ווייסט די סקולענע רבי נישט בפרטי פרטים, אבער ער ווייסט גענוג און נאך

ווארט א מינוט, לויף נישט אוועק

וואס נאך האט דער פוסק הדור הרב וואזנער געזאגט?
וואס האט ער געזאגט ביים כינוס כלל ישראל? און ווי אזוי האט מען מפרש געווען זיינע ווערטער? און וואס האבן די באטייליגטע דארט געטון צו אינפארסירן זיינע ווערטער?

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 11:18 am

· #110699
Atgan
שעפטל
כבודו פונעם סקולענע רבי שליט"א במקומו מונח, אבער פארן רבי'ן קענסטו יעצט אריינטראגן א סידי און זאגן אז דאס איז די אינטערנעט פון גאנץ כלל ישראל און די רבי וועט דאס צוברעכן און נאך זינגן א ניגון אינדערזייט און פטור אנייסעק, מ'האט מקיים געווען דעם ובערת אין רגע...

דזשאוקס אין די זייט, כ'מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן, מייין פוינט איז אז די רבי ווייסט ניטאמאל וואס די זאך אינטערנעט איז, ער האט עס מיט קיין טעקנישאן אין זיין לעבן נישט איבערגעגאנגן, סך הכל ווייסט ער אז ס'איז שעדליך ווייל גאטליב און די אנדערע שרייען אזוי, און נאכדערצו מ'קען הערן דערויף ראדיא (ווי א באטייליגטע בנש"ק האט זיך אויסגעדריקט ביים אבן הפנה פונעם הדר קבלוה)

ס'האט דאכציך די פוסק הרב וואזנער פון בני ברק מעורר געווען אין איינע פון זיינע דרשות:
"מענטשן מיינען אז די רבנים ווייסן נישט וואס דאס איז, מזאגט זיי פשוט, איך וויל דאס מעורר זיין, די רבנים ווייסן ליידער אסאך מער ווי די עמך וואסערע שאדן דאס האט אנגעמאכט וכו'....."

ממילא במחילת כבודך, אפשר ווייסט די סקולענע רבי נישט בפרטי פרטים, אבער ער ווייסט גענוג און נאך

מיין פריינט הער איבער די אסיפת הרבנים איינס ביי איינס און דו זאג מיר צו זיי ווייסן צו נישט, ס'איז א יו-טוב וועלט, אלעס איז רעקארדירט און יעדער קען עס זעהן

Atgan » מיטוואך מאי 1, 2013 11:21 am

· #110702

סאיז ידוע מאמר החכם:
דער וואס ווייזט נישט רעדט, און דער וואס רעדט ווייסט נישט.
(דאכציך די צאנזער רב האט עס געזאגט בנוגע זמן ביאת המשיח).

מקען עס זעהן בחוש ביי די אסיפות.
די מבינים, זיצן געווענליך שטיל. און די וואס זענען אויפן לעוועל מיט דעם אויבן דערמאנטן עסקן רעדן וועגן סקרי"נס וכו'.

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 11:23 am

· #110705
גאנץ א גוטע וועג ארויס, אבער ביי די פראבלעם דארפן די וואס ווייסן דייקא יא רעדן און אויפקומען מיט א לעהזונג, נישט גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין.

שרייבער » מיטוואך מאי 1, 2013 11:25 am

· #110707
די מאמר החכם איז כמדומה נישט גילטיג דא

אויב ווער ס'ווייסט רעדט נישט, וואס טוסטו אויף מיט די גאנצע אסיפה?

דער עיקר אז די מאגאזינען האבן נאך א פאר בילדער?

שרייבער » מיטוואך מאי 1, 2013 11:27 am

· #110709
מי יתן והי', מען זאל מאכן א אסיפת הרבנים מיט גרויסע סקרינס, און זיי ווייזן וואס אינטערנעט פארקויפט על טהרת הקודש, און "זאגן" וואס מען קען זען שלא על טהרת הקודש, און זיי מסביר זיין דעם פאקט, אז א אינגערמאן וואס זיצט מיט א קאמפיוטער און האט אינטערנעט, וועט פאר כל ממון שבעולם זוכן א וועג זיך צו ליפטערן אויף די אינטערנעט, האסט א ברירה, קענסט אים בלאקן אלע היימישע סייטס דאן עפענט ער אלעס און גייט ווי זיין יצר שיקט אים, אדער ביזטו א בוחר הרע במיעוטו און ער האלט זיך אין די ראמען.

Atgan » מיטוואך מאי 1, 2013 11:39 am

· #110713
שרייבער
די מאמר החכם איז כמדומה נישט גילטיג דא

אויב ווער ס'ווייסט רעדט נישט, וואס טוסטו אויף מיט די גאנצע אסיפה?

דער עיקר אז די מאגאזינען האבן נאך א פאר בילדער?

דער עיקר איז אז סוף פסוק מאכט מען א ויצעקו, און מאיז מעורר דעם עולם אז סאיז סכנות נפשות ישראל.

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 1, 2013 11:44 am

· #110718
איך ווארט שוין איינער זאל מיר מסביר זיין וואס די סכנה איז, אפשר קענסטו מיר ארויסהעלפן?

Atgan » מיטוואך מאי 1, 2013 11:46 am

· #110719
געפילטע פיש
איך ווארט שוין איינער זאל מיר מסביר זיין וואס די סכנה איז, אפשר קענסטו מיר ארויסהעלפן?

נעעה, סנישט קיין סכנה, מ'ווערטלט זיך פשוט דא, נעם נישט ערנסט.

שרייבער » מיטוואך מאי 1, 2013 11:47 am

· #110720
Atgan
שרייבער
די מאמר החכם איז כמדומה נישט גילטיג דא

אויב ווער ס'ווייסט רעדט נישט, וואס טוסטו אויף מיט די גאנצע אסיפה?

דער עיקר אז די מאגאזינען האבן נאך א פאר בילדער?

דער עיקר איז אז סוף פסוק מאכט מען א ויצעקו, און מאיז מעורר דעם עולם אז סאיז סכנות נפשות ישראל.

דאס איז נישט די עיקר, ווייל מען דארף זען די תוצאות פון דעם אויך

דער בעלזער רב ז"ל האט געטייטשט, האויב תמו חרבות לנצח, האויב תמו, דער פיינט ענדיגט זיך אמאל, אבער חרבות לנצח, דער חורבן פון די מלחמה קען בלייבן אויף שפעטער אויך

דעת תורה » מיטוואך מאי 1, 2013 11:53 am

· #110721
שכר מצוה בהאי עלמא - זאגט דער רבי - ליכא... דער טייטש פון בעלזער רב איז א גמרא סוף הוריות.

שרייבער, לדעתי ביסטו הייליג גערעכט מיט דיין פריערדיגע תגובה, איך מיין ספעציעל דעם מאושר פילטער. אין זייערע פראפאגאנדע שרייבן זיי אז זיי פלאנען ארויף צו צווינגען דעם דרגא פילטער אויף יעדן וואס האט געענטפערט דעם אויפפירונג צעטל. איך האף זיי פלאנען נישט למעשה, ווייל הגם דער פילטער מצד עצמו איז א וויכטיגע אויפטוה און אסאך אידן ווילן דוקא די דרגא, אבער ארויף צווינגען אויפן גאנצן כלל איין דרגא פילטער איז אבסורד, און די תוצאה וועט זיין איין זאך, די אינטערנעט פראוויידערס וועלן מאכן דאפלט געלט.

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 12:15 pm

· #110726
מ'קען זיך אזוי טענה'ן און טענה'ן און קיינער וועט נישט אויפווייזן פארן צווייטן,

מיין מיינונג:
האט יעדער געוויסט אז אינטערנעט איז א פראבלעם? יא!
האבן רבנים גערעדט דערפון און פרובירט אויפצוקומען מיט א לייזונג? ווייניג רבנים.
פארוואס? ווייל רוב זענען נישט קיין ארבייטערס!
ווייסן די רבנים אז אינטערנעט איז א פאקט, און רוב כלל ישראל באניצט זיך מיט דעם? ניין!!!!
ווייסן די רבנים אז אין די היינטיגע ביזנעס וועלט איז אינטערנעט א זאך וואס מ'מוז האבן? זיי ווייסן נישט און ס'אינטערסירט זיי נישט.
צו די כינוס האט געהאלפן? זיכער יא! ובפרט ביי די מער ליטווישע ציבור.
צו דאס איז געווען די איינציגסטע מיטל? ווענצעך ביי וועלעכע ציבור, ביי די מארדערנע זעכער.
האבן די באטייליגטע רבנים עפעס געטוהן ממחרת? כמעט נישט.
צו האט די אייגענע תקנות מער אויפגעטוהן? לדעתי יא!
פארוואס מאכט נישט יעדע רב? אדער האבן זיי נישט קיין מוסדות אדער זענען זיי צוריק איינגעשלאפן.
וואס איז זייער פלאן אויף ווייטער? זיי וועלן ווארטן וואס זייערע אנדרייערס זאגן.
וואס וואלט געווען די ריכטיגע לעהזונג? א פריינטליכע פילטער וואס ארבייט, און טאקע שנעל, און איז נישט אזוי רעדיקאל ווי געוויסע ווילן.
פארוואס איז דאס נישט דא? געלט? ניין. סיטי פיעלד האט מער אפגעקאסט.
ס'איז נישטא קיין פראגרעמערס? ס'דא גענוג און נאך.
נאר וואס דען? אדער איז נישטא קיין גרויסע קלייענטל, אדער קיינעם אינטערסירט עס נישט.

המשך יבוא....

ברסלבער » מיטוואך מאי 1, 2013 12:54 pm

· #110739
יוסי געשטעטנער זאגט אויף קול מבשר אז די אמת'ע סיבה פארוואס קאנגרעס האט אזוי שנעל באשטעטיגט אז די סיקוועסטער זאל נישט חל זיין אויף די FAA איז ווייל די קאנגרעסלייט אליין זענען געווארן אפעקטירט פון דעם, ווייל זיי פארן אסאך ארום.
וכן הוא לענינינו, ווילאנג די רבנים וועלן נישט האבן קיין שייכות מיט די אינטערנעט לטב או למוטב, וועלן זיי עס נישט פארשטיין, און זיי וועלן נישט קענען אויפקומען מיט א נארמאלן לעזונג דערויף, אויסער צו מאכן יעדעס יאר אן איינמאליגע מעכטיגע אסיפה וואס טויג אויף כפרות.

שרייבער » מיטוואך מאי 1, 2013 2:03 pm

· #110763
דעת תורה
שכר מצוה בהאי עלמא - זאגט דער רבי - ליכא... דער טייטש פון בעלזער רב איז א גמרא סוף הוריות.

מראי מקום ביטע

משה געציל » מיטוואך מאי 1, 2013 2:05 pm

· #110766
איך מיין מען ברויך עפענען א באזונדערע אשכול אויף די סיבת ההתנגדות להכינוס, געוויסע ניקס זענען דערקעגען ווייל עס איז צו עקסטרים, פאנטאזיע, וכו'. נאכער זענען פארהאן די וואס ווען זייער רבי' וואלט ווען געהייסן גיין וואלטן זיי געלאפן אויף אלע פיר, נאר היות זייער רבי' האט מאיזה טעם שהוא זיך נישט באטייליגט, מיז מען ציען מסקנות פארוואס די כינוס איז צו לינק. הה"ד צוויי אידן דריי דיעות.

מיכאל » מיטוואך מאי 1, 2013 2:17 pm

· #110771
Atgan

ממילא במחילת כבודך, אפשר ווייסט די סקולענע רבי נישט בפרטי פרטים, אבער ער ווייסט גענוג און נאך

טאקע ווייל די רבנים הערען נאר די פראבלעמען אין נישט גענוג פין די נארמאלע זייט דערפין קען אמאל זיין אז די תגובה צי דעם זאל נישט אלעמאל זיין באלאנסירט,

א שיינע צאל וואס זענען קליא געווארען פין די אינטערנעט וואלטען אן די אינטערנעט אויך געטראפען א וועג צי קליא ווערען,

עסקן בדברים » מיטוואך מאי 1, 2013 2:21 pm

· #110774
שרייבער
דעת תורה
שכר מצוה בהאי עלמא - זאגט דער רבי - ליכא... דער טייטש פון בעלזער רב איז א גמרא סוף הוריות.

מראי מקום ביטע

הוריות יד א: אמר לו מי הם הללו שמימיהם אנו שותים ושמותם אין אנו מזכירים אמר ליה בני אדם שבקשו לעקור כבודך וכבוד בית אביך אמר ליה (קהלת ט, ו) גם אהבתם גם שנאתם גם קנאתם כבר אבדה אמר ליה (תהלים ט, ז) האויב תמו חרבות לנצח

רש"י: אמר ליה האויב תמו חרבות לנצח - דמשמע אע"פ שכבר מתו חרבות לנצח ואין יפה להזכירם:

איך אויך » מיטוואך מאי 1, 2013 2:32 pm

· #110777
קאווע טרינקער
אין מיין דמיון זעה איך שוין די פלאקאטן פון קומענדיגע יאר, "בתלת זימני הוי חזקה"...

בתלת אדער בתולת?

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 3:22 pm

· #110786
משה געציל
איך מיין מען ברויך עפענען א באזונדערע אשכול אויף די סיבת ההתנגדות להכינוס, געוויסע ניקס זענען דערקעגען ווייל עס איז צו עקסטרים, פאנטאזיע, וכו'. נאכער זענען פארהאן די וואס ווען זייער רבי' וואלט ווען געהייסן גיין וואלטן זיי געלאפן אויף אלע פיר, נאר היות זייער רבי' האט מאיזה טעם שהוא זיך נישט באטייליגט, מיז מען ציען מסקנות פארוואס די כינוס איז צו לינק. הה"ד צוויי אידן דריי דיעות.

קען זיין, אבער למעשה איז פונעם כינוס ממש גארנישט פארבליבן, פאר די אידן וואס האבן א פילטער האט מען נישט געדארפט אראפפלאשן אזויפיל געלט, ווען מ'ניצט די געלט פאר א גוטע פילטער וועט מען טויזענט מאל מער אויפגעטוהן. די הדר וקבלוה קוקט מיר מער אויס ווי "כדי די קליינע קינדערליך זאלן נישט איינשלאפן" און די וואס האבן זיך ערקלערט אלס כלל ישראל'ס פארזארגערס ווילן נישט זעהן קיין ממלא מקום.

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:45 am

· #111197
נעכטן געהערט אויף קול מבשר 114 אן אינטערוויא מיט איינעם פון לעיקוואד וועגן די מעמד הדר קבלוה אין לעיקוואד, ער זאגט דארט אז מען גייט רעדן פון די נייעסטע פראבלעמען פון טעכנעלאגיע ווי למשל גוגל גלעזער.

גנדי » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:59 am

· #111210
ברסלבער
נעכטן געהערט אויף קול מבשר 114 אן אינטערוויא מיט איינעם פון לעיקוואד וועגן די מעמד הדר קבלוה אין לעיקוואד, ער זאגט דארט אז מען גייט רעדן פון די נייעסטע פראבלעמען פון טעכנעלאגיע ווי למשל גוגל גלעזער.

אין יאר 2020 וועט יעדער יונגע דיין האבן גוגל גלעזער ווען ער קוקט שאלות...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 4:40 pm

· #111328
דא וויל איך מעתיק זיין א וויכטיגער ציטאט פון "צייטליך" אויף אייוועלט.

צייטליך אויף אייוועלט
לכאורה
צייטליך;דו האלטסט נישט אז די כינוס האט אויפגעטוהן? קום-אן (בלע"ז)

נע, איך גלייב נישט אז ס'לוינט אריינצוגיין אין א גאנצע טענה'ריי דערוועגן. פארוואס זאל אזא שיינער אשכול פארדרייט ווערן. אבער (וואס אבער? האסטו נישט יעצט געשריבן אז ס'לוינט נישט זיך צו טענה'ן? אקעי, לאשוין ענדיגן) דאס וואס מ'האט אזויפיל געשוויצט און געארבייט, געספענדט געלט און אזוי איבערגעקערט א וועלט אויף הונדערטער פרטים וכדו' און געמאכט די ריזיגע טראסק האט עס ווייט נישט געברענגט די תועלת וואס מ'האט געהאפט/געפלאנט. ווי ס'איז שוין גלייך אין יענע טעג דערנאך ארויסגעברענגט געווארן אז זיי האבן פארפעלט צו ברענגען א לעזונג צום אינטערנעט פראבלעם. סך הכל האבן די דרשות געשריגן און געליארעמט אז אינטערנעט איז א פראבלעם, א זאך וואס רובא דרובא האבן געוואוסט בעפאר אויך. יענע נאכט האט געדארפט - לויטן פלאן - מיט זיך ברענגען א לעזונג, און ס'האט געפעלט!

אט האלטן מיר א יאר דערנאך און די רבנים זעצן זיך פריש צוזאם און מ'טראכט עצות וואס צו טוען איבער די גרויסע פראבלעם פון... אינטערנעט! יא, גארניקס מער ווי איין יאר נאכן ריזיגן היסטארישן מעמד אין סיטי פיעלד און שוין זיצט און מ'איז דן די זעלבע, גענוי די זעלבע פראבלעם וואס מ'האט דן געווען אין די וואכן בעפאר און ביים גרויסן מעמד.

איז ליבער לכאורה, דו פרעגסט: "דו האלטסט נישט אז עס האט אויפגעטוהן? קום-אן".. איז כאפ מיר נישט אויפן ווארט, געוויס האט עס אויפגעטוען, איך ווייס פון אסאך וואס האבן ארויפגעלייגט פילטער'ס זינט די איבערקערעניש די פארגאנגענע יאר, עס האט אויפגעטוען פאר אסאך יחידים דא און דארט, אבער אין אלגעמיין קען מען עס קלאר נישט קרוינען מיט סוקסעס. ווייטער, די קידוש השם און באטייליגונג פון ציבור איז דייקא יא געווען א מאסיווער סוקסעס, אבער א עצה צו די אינטערנעט פראבלעם האט מען פערפעלט צו שטעלן. למשל:

מ'שטייט און מען פארפירט קעגן סמארטפאונס, טאשן קאמפיוטער'ס און יעדער מיט זיין נאמען דערפאר, אבער זייט וויסן אז די סעלפאונס מאכט מען נישט אין אפיס פון סיי וועלכע רוחניות וועד, נאר עס ווערט געמאכט דורך ריזיגע פירמע'ס ווי סעמסאנג, עפעל, בלעקבערי וכדו'. זיי גייען ביז געציילטע יאר - אדער ווייניגער - מער נישט פראדוצירן קיין פליפ פאון'ס. יא לכאורה, דו גייסט אויך האבן א סמארט-פאון פונקט ווי מיר אין נישט קיין לאנגע צייט פון יעצט! (אקעי, איך וועל שוין דעמאלס האבן א בעסערע..) זיי האבן נישט פאר וועם צו מאכן די פאון וואס דו האסט ביי דיר אין באזיץ. אלזא מ'קען נישט פארפירן דערקעגן ווייל 90 פראצענט בעלי בתים און אינגעלייט אין היימישן קרייז האבן סמארטפאונס. זאגסטע אז מ'זאל פשוט לייגן א פילטער? גוט! אבער להוי ידוע אז קיין געהעריגע פילטער איז נאך - היינט דאנערשטאג פר' בה"ב, תשע"ג - נישט פארהאן!

איך פריוואט האלט אז עס איז סייווי נישטא וואס צו טוען. אינטערנעט איז א חלק פונעם מענטשליכן באניץ פונקט ווי ברויט און שטרימפ. איין זאך, יעדע קהלה און מוסד זאל פארפירן ביי יעדע רעגיסטראציע און האלטן דרשות ווען אימער אז מ'דארף האבן א פילטער אויף אינטערנעט און וויפיל עס וועט אויפטוען הכל ריווח. למשל:

דערציילט מיר א אינגערמאן וואס זיין ווייב איז געגאנגען עטליכע וואכן צוריק צו די דרשות אין זאל פון עטרת אברהם (געמאכט פאר פרויען דורך מוסדות סאטמאר מהרז"ל) און דארט האט מען בעיקר אפגעשראקן די פרויען אז אויב זייערע מענער האבן אינטערנעט אנא פילטער זאלן זיי פשוט און פראסט נישט טראסטן זייערע מענער... די פרויען זענען אהיימגעקומען צושאקלט דערפון און דער אינגערמאן זאגט מיר אז אויפן פארלאנג פון זיין ווייב האט ער ארויפגעלייגט א פילטער אין ארבייט און אויפן פאון (איי-פאון). איז צו וואס וויל איך צוקומען? א גוטע קשיא גראדע.. אה! די תמצית איז אזוי. די ריזיגע אסיפה האט קיין סאך נישט אויפגעטוען, עכ"פ זיכער נישט אויף א מאסנשטאבליכן פארנעם. אויב עפעס, קען אפשר ארבייטן די קלענערע אסיפות וואס יעדע קהלה מאכט פאר זיך (א שטייגער ווי די א.ד. דרשות אין עטרת אברהם) און דעריבער האלט איך (האסטיך מיך געפרעגט, איא?) אז די מעמד הדר קבלוה אין בארא פארק איז ווידעראמאל א טעות ווייל עס רעדט נישט צו קיינעם, נאר ס'איז א צענטראלע זאך.

עניוועי, מיין לאנטש איז אפגעלאפן, איך גיי צוריק צום ציגרעטאל.. כ'מיין, צום ארבייט.

שרייבער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:34 pm

· #111425
איך האב מיך אזוי מתבונן געווען, ס'איז דא צוויי וועגן מלחמה קעגן אינטערנעט

איין וועג, א נארמאלע וועג בעיני, אינטערנעט איז א פאקט, מען דארף עס זען צו האבן אויפן כשר'סטען וועג, עס פילטערן פון שמוץ וכו'.

די צווייטע וועג, שבירתן זו מטהרתן, ס'איז געשחטענע חזיר פלייש וכו'.

יעצט, לויטן ערשטן וועג, פארשטייט מען פארוואס מען דארף נאך א אסיפה, מחזק זיין די פילטערס, ס'קומען ארויס נייע פראגראם'ס, מען דארף פארבעסערן פילטערס, מענטשן רעדן זיך אפ ס'שטאטערט אפ די קאמפיוטער, בקיצור ס'איז דא וואס צו טון.

לויטן צווייטען וועג אבער, אויב שבירתן זו מטהרתן, וואס איז די גאנצע אסיפה, האסט פאר א יאר געהאמערט שבירתן זו מטהרתן, קיינער האט דיך נישט געפאלגט, פארוואס זאל ער דיך יעצט יא פאלגן?, יעצט פעלט דאך נאך דער עוף הפורח אויך, נו מיט וואסערע כח קומסטו?

שעפטל » פרייטאג מאי 3, 2013 9:14 am

· #111542
שרייבער

יעצט, לויטן ערשטן וועג, פארשטייט מען פארוואס מען דארף נאך א אסיפה, מחזק זיין די פילטערס, ס'קומען ארויס נייע פראגראם'ס, מען דארף פארבעסערן פילטערס, מענטשן רעדן זיך אפ ס'שטאטערט אפ די קאמפיוטער, בקיצור ס'איז דא וואס צו טון.

ווען ס'קומט ווען ארויס א פילטער איז דא וואס מחזק צו זיין און בעטן, סטראשענען, הייסן, באפעלן אז מ'זאל עס ארויפלייגן, אבער ס'קומט דאך נישט ארויס! זייט פאריאר דאכצעך מיר איז נישט געווען קיין חדשות בעולם ה'פילטערס! אינטערסאנט אז אויף די ווערעמיגע וואסער איז געווען א מינוט נאכן איסור א גוטע געהעריגע פילטער.
יעצט אנשטאט צוצונעמען א פארק פון די קינדער און דארטן מאכן א כינוס זאל מען שוין איינמאל פאר אלעמאל צאמנעמען אלע פראגרעמערס (די רבנים ווייסן נישט וואס דאס איז, אבער מ'קען זיי זאגן...) און פרובירן אויפצוקומען מיט א פילטער. און ווען ס'איז דא דעמאלטס זאל יעדע קהלה עס אדאפטירן און אנהייבן מיט זייער מהלך וויאזוי זיכער צו מאכן אז יעדער מעמבער און טאטע פון קינדער אין זייער מוסד זאל דאס ארויפלייגן אויף זייער טאשן-קאמפיוטער.

פרענטש וואנילע » פרייטאג מאי 3, 2013 9:46 am

· #111547
א. איך ווייס נישט ווי מענטשען - צוליב נגיעות - קענען לייקענען דעם זון אינמיטען העלען טאג, וואס איז די שאלה צו זאכען האבען זיך געטוישט? ביי די ליטווישע איז אפגערעדט, מוסדות וואס האבען קיינמאל נישט געהאט קיין תקנות אויף די זאכען זענען געווארען שטרענג אויף די זאכען, ספעשעלי אויף קאמפיוטערס אינדערהיים, און שטיבער וואס האבען קיינמאל נישט געקערט פאר דעם האבען ארויסגעווארפען פון שטוב די כלים שונים ומשונים, פילע ביזנעסעס און אפיסעס מיט ארבייטערס יונגעלייט פרויען און מיידלעך האבען נישט געלייגט קיין קאפ און צייט צו אינסטאלען פילטערס אויף די ארבייטערס קאמפיוטערס האבען זינט די כינוס געלליגט מעכטיגע פילטערס און אזוי ווייטער, והדברים ידועים

ב. סאטמאר האט באוויזען א "משומר" פילטער וואס האט פארשידענע לעוועלס, און האט שוין פילע הונדערטער קאסטומערס אויפגעסיינט צו זייער גרויס צופרידענהייט, און די פארלאנג וואקסט פון טאג צו טאג

ג. די וועד משמרת (סאטמאר) האט שוין אינסטאלט פילטערס אויף איבער זעקס טויזענט! סעלפאונס (זעכציג טויזענט לפי נוסח הגעלע זשורנאליזם..), און די ליסט וואקסט מיט יעדע טאג.

ד. די מוסדות וואס האט געבעטען אויסצופילען די אפליקעישען (בראש סאטמאר) האבען נישט פארלאנגט פון די מענטשען קיין ספעציפיק פילטער, ווי משומר אד"ג, זיי ווילען אבער וויסען אז מ'האט א פילטער אויף די כלים, דעטס אלל

ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..

ודי למבין » פרייטאג מאי 3, 2013 9:48 am

· #111549
שאלת תם: וואס איז שלעכט אין k9?

שרייבער » פרייטאג מאי 3, 2013 10:17 am

· #111554
ודי למבין
שאלת תם: וואס איז שלעכט אין k9?
בלאט: 1 2 3 4