☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הרב עובדיה יוסף ספראוועט זיך מיט די האלאקאסט

הרב עובדיה יוסף ספראוועט זיך מיט די האלאקאסט

155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3528
בלאט: 1 2 3 4

מוח שליט » מאנטאג אפריל 29, 2013 3:22 pm

· #109885
[ציטאט אראפגענומען]
פונקט ווי דאס אז די בענקעל וואס דו זיצט אויף איז ממש ממש לופט, נאר גאר א קליינע משהו "חומר", איז אויך שווער אראפצושלינגען. נאכדערצו ווען איך האב מיך יעצט גיט צוקלאפט דערפון.
אמת מיר לעבן מיט דעם אז א בענקעל איז א שטיק חומר, חאטש סייענטיפיקלי ווייסן מיר אז עס איז לופט בצירוף מיט אן ענערגיע פעלד וואס לאזט נישט ליכטיגקייט דורך גיין. און לאזט אויך נישט די ענערגיע פעלד פון מיין האנט דורך גיין.
דאס זעלבע קען מען זאגן אויף דעם טיפערן שאלה פון קאנשעסנעס, כדלעיל.
קופי טייערער, אויב האסטו נישט קיין געדולד מער צו שמועס, קענסטו דאס זאגן. דו דארפסט נישט מודה זיין אויף פטור צו ווערן פון מיר 😃

מוח שליט » מאנטאג אפריל 29, 2013 3:28 pm

· #109888
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין קאנשעס אז עס איז דא א לייק, אבער איז דא אן "עכטע" לייק? 🙂

מוח שליט » מאנטאג אפריל 29, 2013 3:42 pm

· #109893
אויב מיר זענען מסכים אז די "עכטקייט" איז אז נישט מער אז מען איז קאנשעס. איז דאך זה מה שיש. דאס איז אלעס וואס מיר זאגן ווען מען זאגט "ריאלעטי".
מען קען עס לכאורה מדמה זיין צו ווען א מענטש חלומ'ט. די גאנצע "עכטקייט" דארט איז דאס אז ער איז קאנשעס פון אן עולם ומלואו.
באמת גערעדט מיר האבן נישט קיין שום וועג צו וויסן אז מיר חלומ'ן נישט. סאך מער פון דעם, דער וואס טענה'ט אז עס איז מער עכט ווי א חלום, קען אפי' נישט מסביר זיין וואס אייגענטליך ער וויל מוסיף זיין דערמיט. זאג מיר איין עכטקייט וואס קען נישט זיין און מיין חלום. נמצא אז נישט נאר ער קען נישט אויפווייזען אז מיר חלומ'ן נישט. ער קען אפי' נישט מסביר זיין וואס אייגענטליך ער וויל אויפווייזען. וואס מיינסטו מער עכט ווי די קאנשעסנעס דערפון? כדלעיל.
איז פונקט ווי ביי א חלום פארשטיין מיר פשוט אז דער קאנשעסנעס איז דער וואס "באשאפט" דעם חלום. און די אלע גופים אינעם חלום זענען פשוט די ווילען פונעם קאנשעסנעס צו זיין קאנשעס אויף דעם אופן [נניח לרגע אז דער חלום איז תלוי אין די בחירה פון דעם בעל החלום דהיינו תלוי אין דעם קאנשעסנעס]. איז דא אויך די זעלבע.
קאנשעסנעס איז די שורש פון דעם חלום וואס מיר רופען וועלט.
מסכים?

מוח שליט » מאנטאג אפריל 29, 2013 3:46 pm

· #109895
איך האב קודם געוואלט מסביר זיין אביסל שיטת האיידיליזם.
פארשטייט זיך אז עס זענען דא גענוג שאלות דערויף. מען דארף זיך אוודאי בעסער באפאסען וואס מיר מיינען ווען מיר זאגען די ווארט קאנשעסנעס.
דו ווילסט דוקא גיין ביז גלגול? I'm game.
קענען מיר reconvene אביסל שפעטער. איך דארף א ברעיק. און אויך וויל איך דעם גלגול ענין בעסער צאמנעמען.

יאיר » מאנטאג אפריל 29, 2013 7:56 pm

· #109981
ס'טווט מיר לייד אז איך קען נישט געהעריג מיטהאלטן דעם שמועס. מיין קי באור'ד איז צובראכן און כ'מוז שרייבן דורך on screen keyboard. איך האב אבער גרויס הנאה פון דעם שיינעם שמועס. לאמיר נאר פרעגן א שנעלע שאלה פון ר' מוח שליט: צו איז מיין חלום נעכטן נאכט וועגן עכבר שחציו דג וחציו אדם געווען די זעלבע אמת ווי איינשטיין'ס רעלאטיוויטי טעאריע? ביידע זענען נאר צושטאנד געקומען דורך קאנשעס לדבריך, און איך זע נישט מיט וואס מיין קאנשעס איז שוואכער ווי איינשטיין'ס.
מיינע אנדערע הערות וועלן מוזן ווארטן.

יאיר » מאנטאג אפריל 29, 2013 9:30 pm

· #109998
די גאנצע זעג איז דאך נאר אין הכרה. א הכרה'דיגע שניידן האט געטוישט דעם בוים.

מוח שליט » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:35 pm

· #110040
קופי, מען זעהט קלאר אז די יסוד פון אלעם איז הכרה. ווען יאיר וואלט מכיר געווען אז איך בין גערעכט וואלט דאך געווען אלסדינג מסודר. נו, אין לך ראי' גדולה מזו אז בהכרה תלי' מילתא.

און יעצט צום שמועס.
איינמאל מען פארשטייט אביסל די לאגיק פון איידיליזם איז אייביג גוט צו ניצען דעם 'חלום' אלס א משל. חלום שפיגעלט אפ די גאנצע בריאה. דאס גאנצע עולם ומלואה וואס געשעהט אינעם חלום איז באשאפן דורך קאנשעסנעס. דעריבער איז דאס א גוטע tool צו פארשטיין די רעאליטי וואס איז אויך נישט מער ווי א דרגא פון קאנשעסנעס.
יאיר וויל וויסן וואס איז די חילוק פון א האלבען עכבר ביז איין שטיין. יאיר היקר, זיי דיך מצייר אז אט די דיסוקוסיע דא האסטו אין דיין חלום, און דארט פרעגסטו מיר דיין קשיא. ביטע זאג מיר וויאזוי דו וואלסט עס מסביר געווען דארט. דערנאך שטעל עס צו צו דעם 'עכט'ן' חלום אונזערע דא. אפשר וועט העלפען אויב אין דיין חלום האסטו נישט קיין נגיעה צו קיין שום צד. 😉
דאס זעלבע קופי, כלפי דיין טענה פון חומר. איך קען דיר ענטפערן מיט הסברים, אבער עס איז מסתמא דאס גרינגסטע אז דו ביסט דיך מצייר א חלום ווי מען אפערירט אויף איינעמ'ס מוח. אדער ווי מען צומזיקט איינעמ'ס מוח. אין דעם חלום וועט דאך אוודאי די מוח פון דעם אדם הניזק פארלירען אירע פונקציאנס. אין דאס אלעס איז כולו מכח די הכרה פונעם בעל החלום, ניין?. נמצא אז דאס גופא איז די מהלך וואס די חלום איז אויסגעשטעלט. וכל זה אכניס בקל בחלום.
און יעצט העמיר גיין חלומ'ן פאר ריעל.
נ.ב. דו מיינטס דיקארט, נישט קאנט. cogito ergo sum - I think therefore I am.
קאנט איז גראדע דער וואס זאגט אז עס איז יא דא אן "עכטע" מציאות, וואס מיר קענען קיינמאל נישט צוקומען דערצו. The thing in itself. ווי עס קוקט מיר אויס טענה'ן שפעטערע [שאפאהועיר ניטשע ועוד] אויף קאנט אז ער דארף פטור ווערן פון די "זאך פאר זיך". אבער מיר זענען דאך יעצט נישט אינטערסירט צו זיין אומר דבר בשם אמרו. מיר זענען דן די "זאך פאר זיך" אהן קיין ברענד נעימס.

הוגה » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:52 pm

· #110047
איך האב ערשט יעצט גענומען די מי אפצוליינען די לאנגע מגילות פון די לעצטע צוויי טעג. כ'דאנק גאט אז איך האב נישט געדארפט אדורך מאכן די פיינפולע שפאנונג נאר איך בין אנגעקומען צו א מער-ווייניגער געדעקטע טיש.

די גאנצע נושא וואס מח שליט שרייבט איז חידושים ביי מיר (טראץ דעם וואס דא דארט האב איך געטראפן פרטים וואס איך האב שוין געזעהן.) אשר על כן בעט איך שיין, ביטע צייכן אן אפאר גוטע מקורות, לינקס בלע"ז אדער ביכער אז מ'זאל געהעריג קענען אדורך לערנען די נושא באריכות.

מיר ווארטן מיט שפאנונג צו הערן ווי אזוי דאס וועט מאניפיסטירט ווערן אין מסביר זיין און באשטעטיגן גילגולים, און דורך דעם פארענטפערן די האלעקאוסט.

איין שאלה נאר, לפי דער שיטה, איז דא א וועג ווי אזוי מען קען טוישן די קאנטשענס? למשל, איך האב א שוועגערין וועם איך קען נישט דערליידן, קען איך ארבייטן אויפן קאנטשענס (פון א יעדעם פארשטייט זיך) איר צו פארקריפלן? אדער עכ"פ איר צוגעבן אפאר הונדערט פונט?

אן עי סיריעס נאוט, עס איז געווען א פילם אין די ניינציגע יארן וואס קען העלפן מסביר זיין די טעאריע. די פלאט פונעם פילם (די טרומאן שאו) איז וועגן אן ערוואקסענע מענטש וואס געפונט אויס אז זיין גאנצע לעבן איז בעצם נאר א טעליוויזיע שאו. פון ווען ער איז געבוירן איז ער ארום גענומען מיט באהאלטענע קאמערעס, אלע מענטשן ארום אים, זיין משפחה, זיין ווייב, זיינע טיטשערס, ביזנעס קאלעגן, שכנים וכדומה זענע געדינגענע אקטארס. די גאנצע וועלט וואטשט אים פאר אינטערטעינמענט.

ביי דעם מענטש איז זיין וועלט געווען ריאליטי, טראץ דעם וואס די גאנצע וועלט האט געוואוסט אז עס איז נאר א שאו.

איין שאלה/הערה, לויט דער טעאריע איז לכאורה נישטא קיין דיפערענץ צווישן פערסעפשאן און ריאליטי, גארנישט און אלעס איז רעלאטיוו, ווייל אלעס איז ריאליטי און ריאליטי איז בעצם גארנישט.

עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס מענטשן זאלן עס נישט קענען מקבל זיין, עכ"פ לכתחלה.

מוח שליט » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:27 am

· #110060
עס איז מסתם דא גאר א סאך פילמ'ס על דרך זה. איך מיין אז פון די מערסטע באקאנטע איז די Matrix. דארט קומט אויס אז איינמאל מען פארשטייט אז דאס גאנצע רעאליטי איז נאר א קאמפיוטער סעט אפ, פארשטייט מען אז אלע הגבלות זענען נישט קיין עכטע הגבלות.
איך האב נישט יעצט אויף די רגע קיין ביכער אדער לינקס. איך וועל פרובירען נאכצוזוכען.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:49 am

· #110070
ערגעץ האט איינער ציגעברענגט פונעם בל שם טוב. אז מקען מיט די מיינד טוישן די מציאות.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:01 am

· #110080

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:04 am

· #110084
יא דאס האב איך געמיינט.
הוגה ליין דארט.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:10 am

· #110087
איך בין נישט קיין גרויסע מפלזוף, אבער לאמיר פראבירן אביסל צו פארשטיין, די ערשטע מאל האסטו מיר פארלוירן ביי די טענה'רייען מיט לעיקוואד איבער זיין ביטול צו איידיעליזם, האב איך יעצט איבערגעליינט און פראבירט אויסצופילטערן נאר די פיליזאפישע שטיקלעך.
מוח שליט
איך וויל אבער דיך פרעגן, ענטפער דו דערויף. מאך א thought experiment. אויב איך האב דא א בוים וואס אלע איר אפעקטס אויף מיין און יעדעמ'ס קאנשעסנעס איז מבוטל. קיינער איז נישט קאנשעס אז עס קלאפט אריין ליכט ענערגיע אינעם אויג. מען איז נישט קאנשעס אז עס קלאפט אריין עלעקטראמאגנעטיק ענערגיע אין די האנט ווען מען "טאפט" עס אהן. מיר זענען גאר קאנשעס אז די האנט גייט פשוט דורך די שטח אהן קיין שום שטער. אלע תוצאות ותוצאי תוצאות וואס קענען מיך און יעדעם מאכן בעקיפן קאנשעס אז דא איז דא א בוים, ווערט בטל. אנשטאט דעם איז דא א קאנשעסנעס אז דא איז דא הוילע לופט. אלעס וואס מען וואלט געשפירט [ליין -מען איז קאנשעס] אויב דא זאל זיין הוילע לופט, שפירט מען יעצט. מען וועט שפירען און זיין קאנשעס פון אלע תוצאות ותוצאי תוצאות וואס הוילע לופט דא מאכט שפירען. וויל איך דיך פרעגן, ביטע ענטפער די שאלה. מיט וואס איז עס אנדערש ווי ווען עס איז נישט דא קיין בוים בכלל? מיט וואס איז עס אנדערש ווי ווען דא איז "טאקע" דא נאר הוילע לופט?

איך מיין אז דו מאכסט דא א גרויסע שפרינג פון האבן א קאנשענס פון א נישט בוים, צו נישט האבן קיין קאנשענס פון א בוים.
לאמיר איבערגיין דיין thought experiment.
1) אויב זע איך אז א זאך וואס איך האב א קאנשענסנעס אז דאס עקזעסטירט נישט, עקזעסטירט טאקע נישט. (כדוגמת העץ שאינו, או השולחן שנעשה ספסל)
2) פון דעם קומט אויס אז חומר אן קאנשענסנעס איז קיין חומר נישט.
און איך ווייס נישט ווי אזוי דו קומסט אן פון פוינט 1 צו 2. 1 זאגט אז אויב זאגט מיר מיין קאנשענס אז דא איז נישט דא קיין בוים, קען איך עם גלייבן אז דא איז טאקע נישט דא קיין בוים, אזוי ווי דו זאגסט א בלאט שפעטער "מיין גאנצע thought experiment איז ווען יעדעם איינעמ'ס קאנשעסנעס שפירט לופט דא, נישט בוים", די פוינט איז אז איך אבזערוו לופט, וואס איז היפך בוים. און אלמלא דו ווילסט מיר זאגן אז באמת איז יא דא א בוים גייט עס מיר נישט אן ווייל צו מיר האט עס גארנישט, ווייל מיין קאנשענעס גייט עס סייווי נישט משנה זיין.
פונקט צוויי זאגט אבער גאר אנדערש, אז יעדע זאך צו וואס איך בין נישט קאנשענס, עקזעסטירט באמת נישט, אלע ווייטע גאלאקסיס וואס זענען נישט אין די אבזערוויבעל יוניווערס עקזעסטירן נישט, ווי אויך די שיפע שמייכלען און איינגעהאלטענע לאכערייען פון האלב ביסמעדרעש ווען א טוילעט פאפיר ציט זיך פון מיין שיך, עקזעסטירט אויך נישט ווייל איך בין נישט קאנשענס דערצו.
[ציטאט אראפגענומען]

מיט די בלויע בין איך מסכים, אבער וואס איז מיר מכריח צו גלייבן אין די רויטע? אקאמס רעיזער? איך זע נישט ווי אזוי דאס זאל מיך מכריח זיין צו גלייבן א זאך וואס איז ווייט פון גרינג אנצונעמען, רחוק מן השכל אזוי ווי קוואנטאם פיזיקס, און קוואנטאם פיזיקס וואלט מען קיינמאל נישט אנגענומען אן קיין ראיות מוחיכות, וואס דא איז אוממעגליך צו האבן ראיות מוחיכות לכאן או לכאן, מטבע הדברים, ווייל וויבאלד אונז אלע געפונען זיך אין די (אנגעבליכע) אילוזיע איז אוממעגליך פאר אונז ארויסצוקריכן דערפון און קוקן אויב ס'איז טאקע נאר אן אילוזיע.

מוח שליט
קופי, מען זעהט קלאר אז די יסוד פון אלעם איז הכרה. ווען יאיר וואלט מכיר געווען אז איך בין גערעכט וואלט דאך געווען אלסדינג מסודר. נו, אין לך ראי' גדולה מזו אז בהכרה תלי' מילתא.

און יעצט צום שמועס.
איינמאל מען פארשטייט אביסל די לאגיק פון איידיליזם איז אייביג גוט צו ניצען דעם 'חלום' אלס א משל. חלום שפיגעלט אפ די גאנצע בריאה. דאס גאנצע עולם ומלואה וואס געשעהט אינעם חלום איז באשאפן דורך קאנשעסנעס. דעריבער איז דאס א גוטע tool צו פארשטיין די רעאליטי וואס איז אויך נישט מער ווי א דרגא פון קאנשעסנעס.

איך האב נישט קיין פראבלעם צו הערן אז די גאנצע בריאה איז נישט מער ווי א חלום, און אלעס ווערט באמת געפירט דורך א גרויסע שרעקעדיגע שד און מיר זענען נישט מער ווי א סומולאציע אין זיין גרויסן קאמפיוטער. אבער איך האב נישט גארנישט וואס זאל מיר שטופן דערצו, אפצולאזן מיין גאנצע האב און גוטס, און גיין וואנדערן אל ארץ לא זרועה, ווען איך האב נישט קיין שום ראיה, הוחכה אדער עפעס וואס זאל מיר זאגן אז די מציאות וואס איך זע מיט די אויגן איז נישט עכט.
דאס אז דו זעסט אז זיי גייען אלעמאל צוזאמען מיינט נישט אז איינס איז גורם אדער באשעפט די אנדערע, כדתניא Correlation does not imply causation.

יאיר » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:17 am

· #110092
מוח שליט
יאיר וויל וויסן וואס איז די חילוק פון א האלבען עכבר ביז איין שטיין. יאיר היקר, זיי דיך מצייר אז אט די דיסוקוסיע דא האסטו אין דיין חלום, און דארט פרעגסטו מיר דיין קשיא. ביטע זאג מיר וויאזוי דו וואלסט עס מסביר געווען דארט. דערנאך שטעל עס צו צו דעם 'עכט'ן' חלום אונזערע דא. אפשר וועט העלפען אויב אין דיין חלום האסטו נישט קיין נגיעה צו קיין שום צד.

בקיצור, ביידע זענען די זעלבע וואליד. נישטא קיין אבסאלוט אמת. נישטא אזא זאך ווי דמיונות. צוויי מאל צוויי מוז נישט זיין פיר, ס'קען אויך זיין פינף - אדער פופציג - אויב ס'איז א גאר טיפער חלום.
האב איך ריכטיג ארויס דיין מסקנא? (אן אריינגיין אין דיינע ראיות).

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:26 am

· #110097
געפילטע, אפלאזן דיין האב און גוטס, וואס עפעס ? אין דיין חלום האסטו צער און הנאה, סכאפט נישט קיין נפק''מ לגבי אפלאזן אלעס ווי אזוי מיר פארשטיין עקזיסטענס.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:30 am

· #110099
כ'האב עס געזאגט אין הייפאטיטקל זין פון ווארט.

יאיר » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:32 am

· #110100
[ציטאט אראפגענומען]

אויב מיין טראכטן איז מיר גענוג פארלעסליך צו ברענגען א ראיה אז איך עקזיסטיר, פארוואס קען נישט מיין טראכטן זיין גענוג פארלעסליך ווען עס זאגט מיר אז עס איז דא אן אביעקטיווער אבסאלוטער אמת אפילו אויב איך וואלט נישט עקזיסטירט?

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:41 am

· #110105
ווייל ס'נישט קיין ראיה, דיין טראכטן זאגט דיר נאר אזוי סאך, אז ס'דא א "דו" וואס טראכט, וואס דער "דו" איז, איז שוין מוטל בספק.

יאיר » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:49 am

· #110107
געפילטע פיש
ווייל ס'נישט קיין ראיה, דיין טראכטן זאגט דיר נאר אזוי סאך, אז ס'דא א "דו" וואס טראכט, וואס דער "דו" איז, איז שוין מוטל בספק.

אבער דו האסט גענוצט דיין 'טראכטן' כדי צו ברענגען א ראיה (פון דיין טראכטן אליין) אז דו עקזיסטירסט, מוז זיין אז דו האלטסט אז דיין טראכטן איז א גוטע TOOL צו ברענגען ראיות אויף די מציאות. אויב אזוי, מיין טראכטן זאגט מיר אויך אז ס'איז דא אן אבסאלוט אמת. ממילא, אויב ווילסטו זיין אן עכטער סקעפטיק, האסטו נישט קיין ראיה אז דו עקזיסטירסט, ווייל עס איז א גלגל החוזר, דו קענסט נישט נוצן דיין טראכטן איידער דו ווייסט אז דו עקזיסטירסט, אבער דו קענסט נישט וויסן אז דו עקזיסטירסט אויב נוצטו נישט דיין טראכטן.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 2:00 am

· #110109
ביז א געוויסע עקסטענט, האסט אן אנדערע וועג ווי אזוי איך זאל קענען טראכטן אן דעם וואס איך זאל עטוואס עקזעסטירן?

באמת, לויטן סאליפסיסט אין מיר, וואס איז די פוינט פון מיך זיך טענה'ן מיר דיר? דו ביסט דאך נישט מער ווי פרי דמיוני, וועם גיי איך דא איבערצייגן, מיין אייגענע דמיון?

יאיר » דינסטאג אפריל 30, 2013 2:06 am

· #110110
געפילטע פיש
ביז א געוויסע עקסטענט, האסט אן אנדערע וועג ווי אזוי איך זאל קענען טראכטן אן דעם וואס איך זאל עטוואס עקזעסטירן?

באמת, לויטן סאליפסיסט אין מיר, וואס איז די פוינט פון מיך זיך טענה'ן מיר דיר? דו ביסט דאך נישט מער ווי פרי דמיוני, וועם גיי איך דא איבערצייגן, מיין אייגענע דמיון?

זע מיין הוספה.
מוח נעמט אונז דא אויף א רייד. לויט זיין פילאזאפיע עקזיסטירט ער נישט, און מ'קען זיך נישט טענה'ן מיט איינעם וואס עקזיסטירט נישט 🙂.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 2:20 am

· #110116
יאיר
אויב ווילסטו זיין אן עכטער סקעפטיק, האסטו נישט קיין ראיה אז דו עקזיסטירסט, ווייל עס איז א גלגל החוזר, דו קענסט נישט נוצן דיין טראכטן איידער דו ווייסט אז דו עקזיסטירסט, אבער דו קענסט נישט וויסן אז דו עקזיסטירסט אויב נוצטו נישט דיין טראכטן.

וויאזוי קען איך טראכטן אויב איך עקזעסטיר נישט?

יאיר » דינסטאג אפריל 30, 2013 2:31 am

· #110121
געפילטע פיש
יאיר
אויב ווילסטו זיין אן עכטער סקעפטיק, האסטו נישט קיין ראיה אז דו עקזיסטירסט, ווייל עס איז א גלגל החוזר, דו קענסט נישט נוצן דיין טראכטן איידער דו ווייסט אז דו עקזיסטירסט, אבער דו קענסט נישט וויסן אז דו עקזיסטירסט אויב נוצטו נישט דיין טראכטן.

וויאזוי קען איך טראכטן אויב איך עקזעסטיר נישט?

דאס איז א לאגישע קשיא, און פאר איך ווייס אז איך עקזיסטיר איז נישטא קיין לאגיק.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 2:52 am

· #110125
ווער איז די "איך" וואס ווייסט נישט אויב דו עקזעסטירסט?

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:17 am

· #110137
סאיז טאקע דא א יש גורסין 'איי טינק דערפאר איי טינק'. צי זאגן דערפאר ''איי עם'' איז שוין טאקע צי סאך געזאגט.
עפעס איז זיכער דא אויב סדא א טראכטער.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:28 am

· #110189
אדער I think, therefore I think I exist.

די שליסל צום שאלה איז אויב די זאך וואס טראכט מוז זיין אז זי עקזעסטירט, אויב האלטסטו אז א זאך וואס עקזעסטירט נישט קען טראכטן, דאן ביסטו גערעכט, ווייל דעקהארט קומט מיטן פרעמיס אז א זאך וואס טראכט, מוז סאמהאו עקזעסטירן. ניטשע, היום, און נאך האבן טאקע געהאלטן אנדערש.

מוח שליט » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:26 pm

· #110271
געפילטע פיש
איך בין נישט קיין גרויסע מפלזוף, אבער לאמיר פראבירן אביסל צו פארשטיין, די ערשטע מאל האסטו מיר פארלוירן ביי די טענה'רייען מיט לעיקוואד איבער זיין ביטול צו איידיעליזם, האב איך יעצט איבערגעליינט און פראבירט אויסצופילטערן נאר די פיליזאפישע שטיקלעך.
מוח שליט
איך וויל אבער דיך פרעגן, ענטפער דו דערויף. מאך א thought experiment. אויב איך האב דא א בוים וואס אלע איר אפעקטס אויף מיין און יעדעמ'ס קאנשעסנעס איז מבוטל. קיינער איז נישט קאנשעס אז עס קלאפט אריין ליכט ענערגיע אינעם אויג. מען איז נישט קאנשעס אז עס קלאפט אריין עלעקטראמאגנעטיק ענערגיע אין די האנט ווען מען "טאפט" עס אהן. מיר זענען גאר קאנשעס אז די האנט גייט פשוט דורך די שטח אהן קיין שום שטער. אלע תוצאות ותוצאי תוצאות וואס קענען מיך און יעדעם מאכן בעקיפן קאנשעס אז דא איז דא א בוים, ווערט בטל. אנשטאט דעם איז דא א קאנשעסנעס אז דא איז דא הוילע לופט. אלעס וואס מען וואלט געשפירט [ליין -מען איז קאנשעס] אויב דא זאל זיין הוילע לופט, שפירט מען יעצט. מען וועט שפירען און זיין קאנשעס פון אלע תוצאות ותוצאי תוצאות וואס הוילע לופט דא מאכט שפירען. וויל איך דיך פרעגן, ביטע ענטפער די שאלה. מיט וואס איז עס אנדערש ווי ווען עס איז נישט דא קיין בוים בכלל? מיט וואס איז עס אנדערש ווי ווען דא איז "טאקע" דא נאר הוילע לופט?

איך מיין אז דו מאכסט דא א גרויסע שפרינג פון האבן א קאנשענס פון א נישט בוים, צו נישט האבן קיין קאנשענס פון א בוים.
לאמיר איבערגיין דיין thought experiment.
1) אויב זע איך אז א זאך וואס איך האב א קאנשענסנעס אז דאס עקזעסטירט נישט, עקזעסטירט טאקע נישט. (כדוגמת העץ שאינו, או השולחן שנעשה ספסל)
2) פון דעם קומט אויס אז חומר אן קאנשענסנעס איז קיין חומר נישט.
און איך ווייס נישט ווי אזוי דו קומסט אן פון פוינט 1 צו 2. 1 זאגט אז אויב זאגט מיר מיין קאנשענס אז דא איז נישט דא קיין בוים, קען איך עם גלייבן אז דא איז טאקע נישט דא קיין בוים, אזוי ווי דו זאגסט א בלאט שפעטער "מיין גאנצע thought experiment איז ווען יעדעם איינעמ'ס קאנשעסנעס שפירט לופט דא, נישט בוים", די פוינט איז אז איך אבזערוו לופט, וואס איז היפך בוים. און אלמלא דו ווילסט מיר זאגן אז באמת איז יא דא א בוים גייט עס מיר נישט אן ווייל צו מיר האט עס גארנישט, ווייל מיין קאנשענעס גייט עס סייווי נישט משנה זיין.
פונקט צוויי זאגט אבער גאר אנדערש, אז יעדע זאך צו וואס איך בין נישט קאנשענס, עקזעסטירט באמת נישט, אלע ווייטע גאלאקסיס וואס זענען נישט אין די אבזערוויבעל יוניווערס עקזעסטירן נישט, ווי אויך די שיפע שמייכלען און איינגעהאלטענע לאכערייען פון האלב ביסמעדרעש ווען א טוילעט פאפיר ציט זיך פון מיין שיך, עקזעסטירט אויך נישט ווייל איך בין נישט קאנשענס דערצו.
די גאנצע פוינט איז צו פרעגן וואס מיינט עקזיסטענץ. דעריבער בעט איך פרוביר פשוט איבערצוגיין מיין שאלה און ענטפערען.
קוק איבער די דייעלאג וואס איך האב געהאט מיט קופערניקעס, און זעה אז אויב מען איז מסכים אז בהכרה תלי' מילתא, און אויב איז דא הכרה פון לופט און 'נישט בוים', דאן זאגסטו לגמרי גארנישט גארנישט ווען דו באווארענסט אז "באמת עקזיסטירט יא א בוים". אדרבא טראכט פון די ווייטע גאלאקסיס. אויב זאג איך דיר אז אט די ווייטע גאלאקסיס האט קיינער קיינמאל נישט קיין הכרה אין זיי באיזשהו אופן שיהיה, נישט לעבר נישט להבא, נישט במישור נישט בעקיפון. אויף אזאנע גאלאקסיס ווערט אבער שווער צו פארשטיין וואס מיינט בכלל אז זיי עקזיסטירען.
עס קען זיין אז עס איז לייכטער צו טראכטען די שאלה מיינער באופן אז דו ביסט דיך מצייר אז עס איז נאר דא איין איינצלענע זאך אויף די וועלט. [איך ווייס אז עס איז נישט שייך אבער טראכט נאר אזוי פאר א רגע] יעצט דער זאך האט אבער א פראבלעם, קיינער קיינער איז נישט קאנשעס פון עס. וועסטו נאך אלץ זאגן אז בעצם עקזיסטירט עס נאר מיר זענען נישט קאנשעס? אויב יא וועל איך דיך פרעגן וואס מיינסטו צו זאגן אז "עקזיסטירט"? אויב דו ווייסט אז מען איז נישט קאנשעס פון די "זאך" קיינמאל קיינמאל נישט לעבר נישט להבא, וואס זאגסטו ווען דו זאגסט "אבער אמתדיג עקזיסטירט עס"? עס איז אזויווי איינער זאל פרעגן "אבער אמתדיג, איז די זאך ווייט אדער נאענט". פארשטייט זיך אז דאס גאנצע מושג פון ווייט און נאענט איז ביחס צו עפעס אנדערש. אויב איז נישט די ייחס דעמאלט איז נישט שייך די ווערטער ווייט/נאענט. וה"ה כאן לגבי עקזיסטענץ.

ווי פריער דערמאנט, איז די נעקסטע סטעפ זיך מעמיק צו זיין וואס איז דאס הכרה/קאנשעסנעס. באמת זענען אלע מיינע ווערטער אויף די נושא ביז אהער זייער נישט פונקטליך. ווייל באמת איז די אוועקשטעל פון די מושג קאנשעסנעס בכלל נישט מובן. ווי גלייך עס איז דא א מיסטעריעזער 'איך' וואס האט קאנשעסנעס. וואס טוהט זיך ביים סאמע ערשטע קאנשעסנעס מיינע, ווער אדער וואס, איז דער 'איך' וואס איז קאנשעס?
עס קוקט מיר אויס אז קאנשעסנעס איז דאס אז עס געשעהט א שינוי פון א מצב הקדום, און בעיקר העיקרים אז ביידע מצבים זענען דא צוזאמען. טאקע איינגעטיילט און מוגדר באופן זמן אדער מקום, אבער איך האלט ביידע אין קאפ צוזאמען.
עס איז דאך פשוט אז ווען מען זאגט "שינוי", רעדט מען פון ביידע מצבים, די אלטע און די נייע. אט דאס איז די אייגענשאפט וואס קאנשעסנעס האט איבער אלעס אנדערש. ווען איך האק אויפען טיש און צוברעך עס, איז מצד די מצב פונעם טיש יעצט, גארנישט געשעהן קיין שינוי. די טיש האט נישט קיין הכרה פון א פריערדיגע מצב ביז א יעצטיגע. מצד די טיש איז דא א טויטע וועלט, א וועלט וואס גארנישט "געשעהט" קיינמאל. און דאס איז באמת נישט קיין וועלט בכלל. הגע בעצמך, אויב זאג איך אז עס איז דא א חפץ וואס טוהט נישט אפעקטירן גארנישט קיינמאל, נישט מיך נישט קיינעם, און אויך נישט קיין צווייטע חפץ, וועט מען דאך אוודאי פארשטיין אז עס איז פונקט ווי די חפץ עקזיסטירט נישט. און אויב איז עס לכל דבר ווי עס עקזיסטירט נישט, דאן עקזיסטירט עס טאקע נישט. ווייל אויב מיט די ווארט עקזיסטענץ לייגסטו לגמרי גארנישט צו דא [דו זאגסט דאך אז עס איז לכל דבר אזוי ווי עס עקזיסטירט נישט] דעמאלט איז די ווארט עקזיסטענץ א הוילע לערע ווארט, עס איז סתם געהאקט אין קאפ. ממש לא אמר כלום.
קומט אויס אז מצד חפצים וואס האבען נישט דעם יכולת פון ענטהאלטען ביידע מצבים, איז די ווארט "עקזיסטענץ" נישט גילטיג. נאר מצד אז עס אפעקטירט עפעס, איז די ווארט יש בו ממש. וכמבואר לעיל, איז 'אפעקטירען' נאר שייך ווען ביידע מצבים זענען דא. [אדרבא פרוביר צו רעדן פון סטריקטלי איין מצב, און רעד אויך פון אפעקטירן, אוממעגליך. אפעקטרין מיינט אז עס טוישט פון א' צו ב', נמצא דו רעדסט פון צוויי מצבים.]
נאר הכרה, וואס פאר וואטעווער ריזען ענטהאלט ביידע מצבים, איז שייך אפעקטירן, און דערפאר, עקזיסטענץ. כלומר, ווען מיר זאגן הכרה מיינט מען די מציאות פון האבען צוויי מצבים באנעזאם.

די וויכטיגסטע פון אלעם וויל איך נאך אויסרעכענן פארוואס איך שרייב די גאנצע נושא דא. אולטימעטלי איז מסתם די תירוץ 'פארוואס נישט'. ווער ווייס.

הוגה » מיטוואך מאי 1, 2013 12:06 am

· #110556
בקיצור די הכרה איז קובע די ריאליטי. בין איך גערעכט? איז ריאליטי אפהעניג אין די הכרה פון יעדעם און אלעס? אדער קען די הכרה פון א יחיד,קובע זיין ריאליטי פאר אים?

מוח שליט » מיטוואך מאי 1, 2013 1:16 pm

· #110745
הוגה
בקיצור די הכרה איז קובע די ריאליטי. בין איך גערעכט? איז ריאליטי אפהעניג אין די הכרה פון יעדעם און אלעס? אדער קען די הכרה פון א יחיד,קובע זיין ריאליטי פאר אים?

לאמיר זיך מצייר זיין אז לעיקוואד חלומט זיך א חלום. ער חלומ'ט זיך א חלום ווי מוח שליט [אוי, דאס איז שוין א בייזע חלום] זיצט דא מיט קופערניקעס, נולד מאוחר, געפילטע פיש, און הוגה, און דיסקוטירען איבער אונזער עכטע וועזן. ווער קען דען אויפווייזען אז מיר זענען נישט אין קיין חלום.

נו מיר זיצען אין זיין חלום אויף קאווע שטיבל און מיר שפעקולירן. מוח שליט כאפט אז דאס גאנצע מעשה איז נאר א חלום [דאס אז עס איז לעיקוואד'ס חלום כאפט ער פון א רמז וואס לעיקוואד שרייבט אין יעדע תגובה זיינע]. קודם קומט אויס אז באמת זענען מיר אלא לעיקוואד. לעיקוואד האט זיך פשוט מצמצם געווען און אויסגעשטעלט אויף פארשידענע כאראקטערס. זייענדיג פון איין זייט א חכם און פון די אנדערע זייט א בעל החלומות, האט יעדע כאראקטער זייער א ספעציפישער קאמפליצירטער אויסשטעל.

עס איז פשוט אז דער בעל החלום איז בעל הבית אויף די גאנצע חלום דא. די שאלה איז וואס טוט זיך מיט מוח שליט. ער האט געכאפט אז עס איז חלום און אז באמת איז אלעס לעיקוואד, וגם מוח שליט בתוכו. ער איז לעיקוואד. דא ווערט נולד [במאוחר?] א שטיקעל פראבלעם. לעיקוואד האט אויסגעשטעלט זיין חלום באופן אז יעדער כאראקטער מיינט אז ער איז אט דעם כאראקטער ולא אחר, מיט אלא הגדרות והגבלות וואס דער כאראקטער האט. קומט יעצט צו גיין מוח און פארשטייט אז בעצם איז ער לעיקוואד. איז דאך לכאורה אזוי, די מינוט ער פארשטייט אז באמת איז ער לעיקוואד איז ער דאך מערער אויף דעם גאנצען הגבלה פון מוח שליט. ער זאגט אז דאס וואס ער זעהט זיך אלס מוח שליט, איז נאר אן אקט. אן אקט פון לעיקוואד, וואס ער איז דאך דאס אליין. פלוצים דערזעהט ער אויב אזוי אז ער איז נישט מוגבל אלס מוח שליט.

פארשטייט זיך אז לעיקוואד בצורת לעיקוואד וועט לוחם זיין בכל כוחו קעגן אזא אויפדעקונג, הלמאי דו הרג'סט מיר מיין חלום און מיין חתימה. אבער מוח איז הוא באחת, מיר זענען איינס שרייט ער.
נו, אויב איז ער לעיקוואד דאן האט ער דאך אלע כוחות פון לעיקוואד, ניין? התינח ווילאנג א כאראקטער מיינט באמת אז ער איז דער מוגבלדיגער כאראקטער, פארט די חלום על מי מנוחות. יעדער טוהט די תפקיד בצורה וואס לעיקוואד האט זיך אויסגעחלומט און אויסגעשטעלט. אבער דא איז דא איין מחוצף וואס זאגט בלא. דער מחוצף זאגט אז מיר אלע זענען בעצם לעיקוואד און מיר אלע קענען טוהן וואס מיר ווילען אהן קיין שום הגדרות, פונקט ווי לעיקוואד אליין קען, קענען מיר אויך. ווייל מיר זענען דאך באמת לעיקוואד.

ניין, שרייט קופערניקעס. האם מפני שאנו חושבים נעשה מעשה? אפי' נניח ביסט גערעכט מסברא אבער לעיקוואד דער מגדיר הגדרות האט דאך דיר געמאכט מיט א פונקטליכע הגבלה והגדרה.
איי איי קופי, ענטפערט מוח שליט, זיי מהפך הקערה על פיה, גיי ארויס פון theocentricity און גיין אריין אביסל אין anthropocentricity. דו האסט דאך אט דאס ממש געטוהן איינמאל.
דו דארפסט פשוט כאפען אז איך, מוח שליט-דער מחוצף, איז לעיקוואד זעלבסט. ער אליין, בצורת מוח שליט, דינגט זיך מיט זיך. נמצא אז אין דעם פארום פון מוח שליט איז ער אליינס דער וואס זאגט אז די מציאות איז נישט וויאזוי ער האט געמאכט בכלליות. איז דאך אויב אזוי ברצותו מצמצם וברצותו מתפשט, הוא מותיב והוא מפרק.

המשך יבוא כשיבוא...

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 1, 2013 1:26 pm

· #110748
איך האב נאכנישט געליינט דיין פריערדיגע תגובה פון דינסטאג, איך ברויך אביסל יישוב הדעת וואס איך פארמאג נישט יעצט אויפן מאמענט, אבער אויב איז אונזער גאנצע עקזיסטענץ א חלום פון מארטין לוטהער קינג, וואס האלט מיר אפ פון נעמען דעם רויטן פיל, און אדורכוואקן א וואנט מעטריקס סטייל?

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 1, 2013 5:48 pm

· #110844
ענדליך דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, פארדאן מיי איגנארענס, אבער די טעאריע זאגט אז עס זענען דא 7 ביליאן באזונדערע קאנטשעס'ער?

אויב יא, איז ווי אזוי האבן זיי זיך אלע אפגעשמועסט אז במקום פלוני גייט מען זיין קאנטשעס פון א בוים?

אפשר ווילסטו טאקע זאגן אז עס איז נאר דא איין קאנטשעס, הנקרא גאט אדער אלוקות, וואס ער איז קאנטשעס פון 7 ביליאן ציורים, און ער איז זיך מצמצם אין כל מיני דמויות, אזוי ווי לעיקוואד אין זיין חלום.

אבער אנצוקומען פון דעם צו גלגול איז לכאורה אביסל שווער, אויב איז אלוקות איין רגע קאנטשעס פון מוח שליט און א רגע דערנאך איז ער קאנטשעס פון א בהמה, מיינט עס נישט אז מח איז געווארן א בהמה, עס מיינט אז די ידיעה פון מח האט זיך גענדיגט און עס האט זיך אנגעהויבן א נייע ידיעה פון א בהמה.

נעכטן האט מיר איינער געזאגט אז ער איז מקנא פב"פ והלואי וואלט ער געווען יענעם, האב איך איהם געזאגט וואס הייסט 'דו' וואלסט געוואלט זיין יענעם? ווער איז דער דו? ווען דו ביסט ווען יענעם איז דאך נישט דא קיין דו, און אפשר איז יענער טאקע א 'דו' וואס מען האט געמאכט 'יענעם'?

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 1, 2013 9:15 pm

· #110928
ונבנתה העיר


נעכטן האט מיר איינער געזאגט אז ער איז מקנא פב"פ והלואי וואלט ער געווען יענעם, האב איך איהם געזאגט וואס הייסט 'דו' וואלסט געוואלט זיין יענעם? ווער איז דער דו? ווען דו ביסט ווען יענעם איז דאך נישט דא קיין דו, און אפשר איז יענער טאקע א 'דו' וואס מען האט געמאכט 'יענעם'?

סטרינג טעאריע.

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 1, 2013 11:10 pm

· #111002
איך האב נאכנישט געלערנט 'סטרינג', אבער צו באווארענען: איך האב נאר געמיינט צו זאגן אז אפשר איז יענער טאקע איינער וואס וואלט ווען געדארפט זיין א 'דו' און דיין תאוה איז מקויים געווארן אז ער איז 'יענער'?

אלא מאי? מען קען נישט זאגן דו ווילסט זיין יענער, דו קענסט נאר זאגן אז יענער זאל זיין און איך נישט, פונקט ווי ס'איז נישט שייך צו זאגן א גראז זאל זיין א בהמה, די מערסטע וואס דו קענסט זאגן איז אז ס'זאל נאר באשאפן ווערן בהמות און נישט קיין גראז.

(ואולי קען מען דאס אויך נישט זאגן נאר פונעם פרעים רעפרענס פונעם קריעיטאר, אבער וואס קען די גראז אליין זאגן? ס'זאל נישט זיין אזא היכי תמצא פון קריעישאן וואס רופט זיך 'גראז' און מען וועט עס משלים זיין מיט בהמות? ס'איז ווי כ'זאל זאגן אז איך האלט נישט ביים עסן און אנשטאט דעם וועל איך עס משלים זיין מיט צוברעכן א בייק.)

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 1, 2013 11:26 pm

· #111014
ונבנתה העיר
ענדליך דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, פארדאן מיי איגנארענס, אבער די טעאריע זאגט אז עס זענען דא 7 ביליאן באזונדערע קאנטשעס'ער?

אין פיליזאפיע איז דא מערערע שיטות, סאליפסיזם זאגט (ווי איך פארשטיי מיט מיין דעת בעה"ב) אז די איינציגסטע זאך וואס קעזעסטירט בוודאות איז מיין מחשבה\קאנשענס, אויסער דעם איז אדער מוטל בספק, אדער עקזעסטירט עס נישט, געוואנדען אין וועלכע פראקציע פון פיליזאפיע מ'געהערט. דערנאך איז דא נאך מיני איידיעליזם'ס וואס רעדט יא פון מאלטיפעל קאנשענסעס, איך פארשטיי נישט פונקטליך, עפעס אזוי.

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 1, 2013 11:39 pm

· #111028
הער איך.
געפילטע פיש
אין פיליזאפיע איז דא מערערע שיטות, סאליפסיזם זאגט (ווי איך פארשטיי מיט מיין דעת בעה"ב) אז די איינציגסטע זאך וואס קעזעסטירט בוודאות איז מיין מחשבה\קאנשענס, אויסער דעם איז אדער מוטל בספק, אדער עקזעסטירט עס נישט, געוואנדען אין וועלכע פראקציע פון פיליזאפיע מ'געהערט.

און לויט דעם בין איך א יחיד בעולמי? איך בין גאט אליין, בונה עולמות ומחריבן אין מיין קאנטשעס?

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:06 am

· #111043
ס'דא אזא דערהער. עכ"פ אז אויסער דיין קאנשענסנעס איז א no mans land, ס'איז אוממעגליך צו וויסן וואס ס'גייט באמת פאר ווייל ס'איז אוממעגליך פאר אונז, אין אונזער סטעיט אוו קאנשענסנעס צו זען אינדערויסן פון די קאנשענסנעס, פונקט ווי דו קענסט נישט אין א חלום וויסן אז דו חלומ'סט.

מוח שליט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:56 pm

· #111236
ונבנתה העיר
ענדליך דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, פארדאן מיי איגנארענס, אבער די טעאריע זאגט אז עס זענען דא 7 ביליאן באזונדערע קאנטשעס'ער?

אויב יא, איז ווי אזוי האבן זיי זיך אלע אפגעשמועסט אז במקום פלוני גייט מען זיין קאנטשעס פון א בוים?

אפשר ווילסטו טאקע זאגן אז עס איז נאר דא איין קאנטשעס, הנקרא גאט אדער אלוקות, וואס ער איז קאנטשעס פון 7 ביליאן ציורים, און ער איז זיך מצמצם אין כל מיני דמויות, אזוי ווי לעיקוואד אין זיין חלום.

ווי אויבען דערמאנט, קאנשעסנעס איז די מציאות פון קענען האבען צוויי געגנווארטיגע מציאות'ן בהעלם אחת. דאס נעמט זיך דורכ'ן באמערקן די דזשאוק פון יעדע מציאות מיט אירע הגדרות. עפעס אז מען נעמט גארנישט ערענסט. גארנישט איז נישט עטשט אין סטאון, אפי' א סטאון עטשינג אויך נישט. די אלע הגדרות זענען אקט'ן אין א פלעי, כאראקטערס אין א חלום, אין א געים. איז דאך אויב אזוי פשוט אז עס איז נישטא קיין צוויי קאנשעסנעס'. צוויי געשעהט ווען יעדע איינס איז מוגדר מיט איר פונקטליכע הגדרות. דאס איז דער היפך פון וואס קאנשעסנעס שלאגט פאר. דו דארפסט נישט נוצען די ווארט אלוקות, אויב דו ווילסט נישט. עס קען מאכען נערוועז געוויסע מענטשען דא. פאר אזעלכע מענטשען קענסטו עס רופן די אחדות פון נירוואנא.

[אגב, דאס פארענטפערט לעיקוואד'ס טענה [איך רעד פון די 'עכטע' לעיקוואד, אין די 'עכטע' קאוועשטיבעל], אז קיינער פון די פילאזאפען האבען נישט געלעבט מיט די מושגים פון אידיליזם. אויף דעם וואלט איך געענטפערט, די פאר ביליאן בודדהיסטס במשך הדורות יוכיח. זייער לעבן איז אויסגעשטעלט ארויסצגיין פון הגדרות והגבלות פון 'עכטע' מציאות. ]

ונבנתה העיר
אבער אנצוקומען פון דעם צו גלגול איז לכאורה אביסל שווער, אויב איז אלוקות איין רגע קאנטשעס פון מוח שליט און א רגע דערנאך איז ער קאנטשעס פון א בהמה, מיינט עס נישט אז מח איז געווארן א בהמה, עס מיינט אז די ידיעה פון מח האט זיך גענדיגט און עס האט זיך אנגעהויבן א נייע ידיעה פון א בהמה.

דיין קאנשעסנעס פון איין רגע צום צווייטן איז פונקט אזוי אפגעטיילט ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. אמאל א מלאך, אמאל א גלח. אמאל שנאה, אמאל אהבה. די חילוק פון "דו" זייענדיג א וואך אלט, ביז "דו" יעצט, איז אפשר א גרעסערער חילוק ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. נישט נאר פון א מענטעל שטאנדפונקט, אויך פון א פיזישער שטאנדפונקט. עס איז כמעט נישט דא קיין איין איינציגע צעל אין דיין יעצטיגע פיזישער גוף, וואס האט אויך עקזיסטירט אין דיין גוף זייענדיג א וואך אלט. מען איז נאר מוסיף אין דעם יעצטיגען אקט א קאנשעסנעס וואס רופט זיך זכרון. מען האט א קאנשעסנעס, אויף א שוואכערען אופן, פון די פריערדיגע מצבים, און מיט דעם מאכט מען עס פאר איינס. פונקט ווי דו קענסט זיין אן אקטיאר אין פלעי, און זיין היינט מוח שליט און מארגען א בהמה, און דער מאחד פון ביידע איז די זכרון וואס מאכט דיך אקטן ווי נעכטען און היינט איז איינס, אזוי קען קאנשעסנעס במלואה אויך מאכען דעם זעלבען אקט. דאס רופט זיך גלגול.

מוח שליט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:00 pm

· #111240
געפילטע פיש
ונבנתה העיר
ענדליך דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, פארדאן מיי איגנארענס, אבער די טעאריע זאגט אז עס זענען דא 7 ביליאן באזונדערע קאנטשעס'ער?

אין פיליזאפיע איז דא מערערע שיטות, סאליפסיזם זאגט (ווי איך פארשטיי מיט מיין דעת בעה"ב) אז די איינציגסטע זאך וואס קעזעסטירט בוודאות איז מיין מחשבה\קאנשענס, אויסער דעם איז אדער מוטל בספק, אדער עקזעסטירט עס נישט, געוואנדען אין וועלכע פראקציע פון פיליזאפיע מ'געהערט. דערנאך איז דא נאך מיני איידיעליזם'ס וואס רעדט יא פון מאלטיפעל קאנשענסעס, איך פארשטיי נישט פונקטליך, עפעס אזוי.

ווען א סאליפסיסט קומט צו מיר און זאגט מיר אז זיין שיטה איז אני ואפסי, זאג איך אים אז די גרעסטע פירכא איז מיין "אני".
זיין שיטה זעלבסט זאגט דאך אז איך דארף האלטן אז "אני ואפסי". איז דאך דאס סותר זיין "אני ואפסי".
ווי אויך איז מיין טענה אז פונקט ווי דו ביסט בהכרח מסכים צו דיין עקזיסטענץ איז פארוואס פארשטייסטו נישט אז איך קען פונקט אזוי עקזיסטירען. אז דו זעהסט נאך איינער פונקט די זעלבע ווי דיר איז דאך מסתבר אז ער איז פונקט אזא מחותן ווי דיר.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 1:33 pm

· #111251
פארוואס? וואס איז מיר מוכיח אז מוח שליט עקזעסטירט און איז נישט א פראדוקט פון מיין פאנטאציע, מער ווי דעם בוים וואס מיין קאנשענסנעס ברענגט אריין אין עקזיסטענס?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 2, 2013 5:40 pm

· #111351
מוח שליט
ונבנתה העיר
ענדליך דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, פארדאן מיי איגנארענס, אבער די טעאריע זאגט אז עס זענען דא 7 ביליאן באזונדערע קאנטשעס'ער?

אויב יא, איז ווי אזוי האבן זיי זיך אלע אפגעשמועסט אז במקום פלוני גייט מען זיין קאנטשעס פון א בוים?

אפשר ווילסטו טאקע זאגן אז עס איז נאר דא איין קאנטשעס, הנקרא גאט אדער אלוקות, וואס ער איז קאנטשעס פון 7 ביליאן ציורים, און ער איז זיך מצמצם אין כל מיני דמויות, אזוי ווי לעיקוואד אין זיין חלום.

ווי אויבען דערמאנט, קאנשעסנעס איז די מציאות פון קענען האבען צוויי געגנווארטיגע מציאות'ן בהעלם אחת. דאס נעמט זיך דורכ'ן באמערקן די דזשאוק פון יעדע מציאות מיט אירע הגדרות. עפעס אז מען נעמט גארנישט ערענסט. גארנישט איז נישט עטשט אין סטאון, אפי' א סטאון עטשינג אויך נישט. די אלע הגדרות זענען אקט'ן אין א פלעי, כאראקטערס אין א חלום, אין א געים. איז דאך אויב אזוי פשוט אז עס איז נישטא קיין צוויי קאנשעסנעס'. צוויי געשעהט ווען יעדע איינס איז מוגדר מיט איר פונקטליכע הגדרות. דאס איז דער היפך פון וואס קאנשעסנעס שלאגט פאר. דו דארפסט נישט נוצען די ווארט אלוקות, אויב דו ווילסט נישט. עס קען מאכען נערוועז געוויסע מענטשען דא. פאר אזעלכע מענטשען קענסטו עס רופן די אחדות פון נירוואנא.

[אגב, דאס פארענטפערט לעיקוואד'ס טענה [איך רעד פון די 'עכטע' לעיקוואד, אין די 'עכטע' קאוועשטיבעל], אז קיינער פון די פילאזאפען האבען נישט געלעבט מיט די מושגים פון אידיליזם. אויף דעם וואלט איך געענטפערט, די פאר ביליאן בודדהיסטס במשך הדורות יוכיח. זייער לעבן איז אויסגעשטעלט ארויסצגיין פון הגדרות והגבלות פון 'עכטע' מציאות. ]

ונבנתה העיר
אבער אנצוקומען פון דעם צו גלגול איז לכאורה אביסל שווער, אויב איז אלוקות איין רגע קאנטשעס פון מוח שליט און א רגע דערנאך איז ער קאנטשעס פון א בהמה, מיינט עס נישט אז מח איז געווארן א בהמה, עס מיינט אז די ידיעה פון מח האט זיך גענדיגט און עס האט זיך אנגעהויבן א נייע ידיעה פון א בהמה.

דיין קאנשעסנעס פון איין רגע צום צווייטן איז פונקט אזוי אפגעטיילט ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. אמאל א מלאך, אמאל א גלח. אמאל שנאה, אמאל אהבה. די חילוק פון "דו" זייענדיג א וואך אלט, ביז "דו" יעצט, איז אפשר א גרעסערער חילוק ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. נישט נאר פון א מענטעל שטאנדפונקט, אויך פון א פיזישער שטאנדפונקט. עס איז כמעט נישט דא קיין איין איינציגע צעל אין דיין יעצטיגע פיזישער גוף, וואס האט אויך עקזיסטירט אין דיין גוף זייענדיג א וואך אלט. מען איז נאר מוסיף אין דעם יעצטיגען אקט א קאנשעסנעס וואס רופט זיך זכרון. מען האט א קאנשעסנעס, אויף א שוואכערען אופן, פון די פריערדיגע מצבים, און מיט דעם מאכט מען עס פאר איינס. פונקט ווי דו קענסט זיין אן אקטיאר אין פלעי, און זיין היינט מוח שליט און מארגען א בהמה, און דער מאחד פון ביידע איז די זכרון וואס מאכט דיך אקטן ווי נעכטען און היינט איז איינס, אזוי קען קאנשעסנעס במלואה אויך מאכען דעם זעלבען אקט. דאס רופט זיך גלגול.


אויב וואלט איך געהאט א פריוואטע קאנטשעס (און איך שהוא וואלט געווען א 'איך' וואס איז קאנטשעס בנפרד פון די אנדערע 7 ביליאן קאנטשעס'ער - וכמבואר ברמב"ם ריש ספר היד בענין הפרדת שכלים נבדלים השוין בענינם) קען איך פארשטיין דער קשר וואס דער 'איך' מאכט צווישן זיין זכרון פון זיין נעכטיגן קאנטשעס ביז זיין היינטיגן (און פון דעם אנקומען צו גלגול).

אבער אז עס איז נאר דא איין צענטראלע קאנטשעס וואס איז קאנטשעס פון מח שליט, פון א הייליגע קוה אין אינדיע און פון א ציגארעטל, איז וואס איז משדך איינס צום צווייטן? וואס איז מחליט אז מח שליט איז א גלגול פון בן גוריון ווייל דער לעצטער איז א זכרון אינעם קאנטשעס הכללי, אפשר איז ער די קוה אין אינדיע?

בנוגע די פיזישע שינויים, שאני התם אז עס טוישט זיך צוביסלעך א משהו אויף אמאל, און דאס גייט שוין אריין אין יאנקל'ס שיף.

הוגה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 5:45 pm

· #111354
מוח שליט
דיין קאנשעסנעס פון איין רגע צום צווייטן איז פונקט אזוי אפגעטיילט ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. אמאל א מלאך, אמאל א גלח. אמאל שנאה, אמאל אהבה. די חילוק פון "דו" זייענדיג א וואך אלט, ביז "דו" יעצט, איז אפשר א גרעסערער חילוק ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. נישט נאר פון א מענטעל שטאנדפונקט, אויך פון א פיזישער שטאנדפונקט. עס איז כמעט נישט דא קיין איין איינציגע צעל אין דיין יעצטיגע פיזישער גוף, וואס האט אויך עקזיסטירט אין דיין גוף זייענדיג א וואך אלט. מען איז נאר מוסיף אין דעם יעצטיגען אקט א קאנשעסנעס וואס רופט זיך זכרון. מען האט א קאנשעסנעס, אויף א שוואכערען אופן, פון די פריערדיגע מצבים, און מיט דעם מאכט מען עס פאר איינס. פונקט ווי דו קענסט זיין אן אקטיאר אין פלעי, און זיין היינט מוח שליט און מארגען א בהמה, און דער מאחד פון ביידע איז די זכרון וואס מאכט דיך אקטן ווי נעכטען און היינט איז איינס, אזוי קען קאנשעסנעס במלואה אויך מאכען דעם זעלבען אקט. דאס רופט זיך גלגול.


איך האב געווארט בכליון עינים צו זעהן ווי אזוי דער רייד וועט אונז ארייננעמען צו פארשטיין גילגולים, ועכשיו שבאתה פארשטיי איך עס נישט. ווי אזוי קומסטו אן פון דא:
פונקט ווי דו קענסט זיין אן אקטיאר אין פלעי, און זיין היינט מוח שליט און מארגען א בהמה, און דער מאחד פון ביידע איז די זכרון וואס מאכט דיך אקטן ווי נעכטען און היינט איז איינס,

צו דא:
אזוי קען קאנשעסנעס במלואה אויך מאכען דעם זעלבען אקט. דאס רופט זיך גלגול


?????? 😕

הוגה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 5:51 pm

· #111355
נעכטן האב איז מיר נולד געווארן אזא שאלה. דו נוצט אלץ די משל פון "חלום" און א "פלעי". לאמיר קוקן אויף די מענטש וואס נעמט LSD, ער מיינט בשעת מעשה אז ער איז א פייגל וואס פליט אים די הימלן, קענסטיך מיט אים נישט טענה'ן ווייל ביי אים, אין זיין פערספעקטיוו, און אין זיין קאנטשענס איז ער א פייגל, ער וועט דיך אפילו אנצייגן ווי ער פליט. דאס מיינט אבער נישט אז במציאות איז ער א פייגל. וואס מאכט דער אנגעדראגטע מענטש א "מענטש" און נישט א "פייגל"? די פאקט וואס ווערט באשטעטיגט דורך אלע אנדערע מענשטן ארום אים.

איך האף אז ענק פארשטייען מיין פירכא.

מוח שליט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:35 pm

· #111399
געפילטע פיש
פארוואס? וואס איז מיר מוכיח אז מוח שליט עקזעסטירט און איז נישט א פראדוקט פון מיין פאנטאציע, מער ווי דעם בוים וואס מיין קאנשענסנעס ברענגט אריין אין עקזיסטענס?
אקקעמ'ס רעיזאר
אז דו זעהסט צוויי די זעלבע זאכן האסטו נישט קיין רעכט אויסצוטראכטען אז זיי זענען אנדערש. איינמאל דו ביסט מכריח עפעס אויף דיר, איז ווילאנג דו האסט נישט קיין הכרח, מיזטו אננעמען דאס זעלבע אויף א צווייטען וואס איז אייניק מיט דיר.
אבער בעיקר טענה איך צום סאלפיסיסט מיין ערשטע טענה. איך קען נישט אהנעמען וואס דו זאגסט ווייל "איך" בין מוכיח פונקט דאס פארקערטע פון דיר. "איך" ווייז אויף פאר מיר, אז לשיטתך איז עס נישט "אתה ואפסך" נאר עס איז "אני ואפסי". און דאס איז ממש א סתירה צו דאס וואס דו זאגסט.
אמת אז מיין ערשטע סטעפ אין הבנה איז ענליך צום סאלאפיסט. איך זאג אויך אז אלעס איז קאנשעסנעס. אבער איך נעם ארויס דעם "איך". נישט אז אלעס איז "מיין" קאנשעסנעס, נאר אז אלעס איז קאנשעסנעס. דער קליינע נקודה טוישט גאר אסאך. עס טוישט אויך וואס מען מיינט ווען מען זאגט אז אלעס איז קאנשעסנעס. דער סאליפיסט מיינט קאנשעסנעס פאר אן אמת. ער איז קאנשעס און דאס איז עס. איך אבער מיין נאר שולל צו זיין די אביעקטיווער אפגעטיילטקייט פון זאכן. די ווארט ווי עס ברענגט זיך ארויס דאס בעסטע איז קאנשעסנעס. אז אלעס איז א חלום, אלעס איז נאר א צורה פון קאנשעסנעס, נישט קיין אביעקטיווער מציאות פאר זיך, נישט קיין אמת'ע אפגעטיילטער עקסטערע זאך.
מיין שלילה איז אבער שולל אויך דעם "איך". די ווארט קאנשעסנעס ניץ איך כעין משל פון א וועלט פון פעלדער און וועלדער וואס באמת איז נישט אפגעטיילט בהחלט. דאס איז באמת וואס קאנשעסנעס איז.
וועסטו דאך אוודאי פרעגן לויט מיר, אבער "ווער" איז קאנשעס? וועל איך דיר ענטפערען אז ניצען די ווארט "איך" לייגט גארנישט צו. מיר זענען נאר אזוי צוגעוואוינט צו הגדרות אז מיר מיזען אריינווארפען אן 'איך' אינעם מיקס. חאטש דער איך העלפט גארנישט צו די הבנה עס שטיפט נאר דעם וואגן ווייטער. טראכט ביים ערשטען קאנשעסנעס, ווער/וואס איז דער איך? מיר דארפן פשוט אויפהערן מיינען אז עקזיסטענץ איז נאר די הגדרות פון זאכן. פונקט פארקערט, הגדרות זענען נאר ווי עס ענדיגט זיך. עס איז קיינמאל נישט די מציאות כשלעצמו. עס טייטשט אפ דעם אקט.

די פראבלעם מיט סאליפסיזם איז אז מען האלט פון אן "איך" אהן קיין הוכחה. איך זאג פארן' סאלאפיסט, אדרבא, זיי טאקע שולל אלעס וואס איז נישט מוכרח. ובכן זיי טאקע שולל די יתד בל תמוט פון "איך". "איך" איז א מענטעל קאסטראקט וואס האט נישט קיין האפט.
מען האט נישט קיין רעכט צו זאגן פוינט נומער צוויי, ווען מיט דעם ערשטען פוינט וואס דו זאגסט סייווי, איז אלעס מוסבר [דאס איז בעצם אסאך שטערקער ווי אקקעמ'ס רעיזאר, ואכ"מ]. דו דארפסט סייווי מסכים זיין צו א דערהער פון קאנשעסנעס. ווען מיר זאגען קאנשעסנעס, מיינער מיר ארויסצוברענגן אז מיר רעדען פון זאכן וואס זענען נישט אביעקטיו אפגעטיילט איינער פון אנדערען מיט א פעסטקייט. אז עס איז אלעס א חלק פון די אקט וואס קאנשעסנעס האט זיך יעצט אויסגעשטעלט. [אפי' דער וואס האלט אז עס איז דא אביעקטיוע אפגעטיילטע מציאות איז דאך מודה אז עס איז דא אזא זאך ווי ריין קאנשעסנעס, למשל א חלום. און דעמאלט רעדט מען פון מציאות'ן וואס איז בעצם אלעס א חלק פון דעם איינעם קאנשעסנעס. דאס איז דאך די הגדרה פון קאנשעסנעס]. קאנשעסנעס איז די ווארט וואס מען ניצט ווען מען וויל זאגן אז עס איז דא א מאחד, אז באמת זענען די אלע וועלדער און פעלדער נישט קיין ווילד פרעמדע זאכן וואס לא קרוב זה אל זה, נאר זיי זענען באמת אלע א חלק פון לעיקוואד'ס חלום, דהיינו א חלק פון דעם איין ענטיטי וואס מיר רופן לעיקוואד. דאס איז אלעס וואס מיר זאגן מיט די ווארט קאנשעסנעס.
נמצא אז מיר אקצעפטירן אז מען קען זיין גרעסער און מער ווי דאס וואס מען ברענגט ארויס כרגע, מער ווי וואס מען אקט יעצט אויס, אז די געוויסע אקט, די געוויסע פארום פון א קאנשעסנעס פון אהבה עזה לדוגמא, איז נישט די גאנצע אמת פון די זאך.

איינמאל דו אקצעפטירסט דאס, שטימט שוין די בריאה כולה. איך, דו, הוגה, ונבנתה, זענען אלעס אקטן פון קאנשעסנעס. אקטן פון דעם קאנשעסנעס פלעי. אן אקט מיינט אז דאס איז לאו דוקא דער גאנצער זאך, עס איז קען זיין אז עס איז נאר א חלק פון עס.
[אגב - דאס מיינט בכלל נישט צו זאגן אז אונזער עקזיסטענץ איז עפעס נישט אזוי אמתדיג. איך זאג נאר אז די אפגעטיילטקייט איז נישט אזוי אמתדיג. דאס אז איך אקט אויס היינט א קעניג און מארגען אן עבד, היינט א קינד און מארגן אן ערוואקסענער, מיינט אז די אפגעטיילטקייט פון קינד ביז ערוואקסענער איז נישט אזוי עכט. עס איז אז די אקטן זענען נישט די עצם. אבער די שורש פון ביידען איז שוין גאר עכט. יעדער אקט האט אן אקטיאר. אלע אקטן זענען באמת באמת לעיקוואד. ווען איך בין גערעגט איז עס מיך און ווען איך האב ליב איז עס מיך. די אקט איז נאר אן אקט, אבער דער אקטיאר איז דא אייביג.
דער אקטיאר איז קאנשעסנעס. דהיינו א מציאות וואס איז מאחד אלע אקטן. דהיינו די נאמען וואס מיר געבן פאר עקזיסטענץ דאן ווען מיר שאקלען זיך אפ פון זאגן אז עס איז דא אביעקטיווער אפגעטיילטע מציאות'ן. חאטש אוודאי אויב מיר ווארפען אוועק אביעקטיווער הגדרות קען מען נישט געבן א נאמען דערפאר. מיט'ן דעפינירען איר מאכסטו דאך יא א הגדרה מוחלטת. אין דע ענד איז אלעס נאר אוועקצונעמן די ידיעות פון הגדרות. צו זאגן וואס נישט, אבער נישט וואס יא. תכלית הידיעה שלא נדע. מען לעבט א לעבן פון עקזיסטענץ אהן קיין הגדרות. קען זיין אזא זאך? פשוט - אז דו לעבסט מיט אן אמת'ע נישט וויסענדהייט, ווייל דו ווייסט דאך באמת נישט, נו, ביסטו דאך דארט. דהיינו דו זעהסט נישט אין די אלע אקטן, אן עצם. בלייבסטו דאך מיט דעם אז עס איז אקטן ולא יותר. פשוט ווייל דו זעהסט נישט מוכרח אז עס איז מער ווי אן אקט.]

איז אויב דו אקצעפירסט א מין מציאות ווי קאנשעסנעס סייווי, איז פארוואס זאל מען צולייגן אז עס אויך דא א עכטער אביעקטיווער אפגעטיילטע מציאות וואס איז ממש לא נגע ולא פגע איינס צום צווייטן, און וואס איינס איז לגמרי נישט גורס דעם צווייטן? מיט די הבנה פון קאנשעסנעס אליין שטימט דאך תבל ומלואה. ווי האט מען אויב אזוי א רעכט מוסיף צו זיין און באשאפען נייע זאכן, ווען אהן דעם שטימט דאך די וועלט?
באמת איז די טענה נישט נאר א טענה פון מהיכי תיתי. די טענה איז אסאך מער. דו שטעלסט אוועק א מציאות ווי יעדע זאך איז אביעקטיו און אפגעטיילט. און מצד איר מציאות אנערקענט דאס גארנישט נישט חוץ פון איר עקזיסטענץ. שטעלסטו דאך אוועק א וועלט פול מיט סותרים אהדדי. דעמאלט האב איך אויף דיר די זעלבע טענה ווי אויף דעם סאלאפיסט. יעדע מציאות שרייט אני ואפסי, יעדע מציאות איז סותר אז א צווייטע זאך עקזיסטירט בכלל. אויב איז א טיש באמת א זאך פאר זיך איז דאך אין דעם וועלט פון "טיש" נישטא אזא זאך ווי חוץ טיש. און "באנק" ווייטער, שרייט די זעלבע. דאס איז א מהלך וואס שטימט נישט מיט זיך אליין. וכן נמי איז אין די וועלט פון מוח שליט נישט שייך בכלל עפעס אינדערויסען פון זיין וועלט. דהיינו אויב איז מיין אביעקטיווער מציאות מיין אייגענע מוגדר'דיגע איך, דעמאלט איז דאך פשוט נישט מעגליך אז איך זאל זיין עפעס אנדערש ווי וואס איך בין. דעמאלט איז דער סאלאפיסט ביטער גערעכט. ער שרייט אז מצד אים אין זיין הגדרה איז א סתירה מניה וביה צו זאגן אז ער קען עקספעריענסן עפעס אינדערויסען פון זיין הגדרה. עס איז ווי זאגען אז א טיש איז אויך א באנק. עס איז סותר די געזעץ פון non-contradiction. נאר ווען מען פארשטייט אז דער איך, דער מוח שליט, איז אן אקט, דעמאלט קען בעומק זיין אז דער טיפער נקודה פון מוח שליט [דאס וואס איז טיפער פון דעם 'מוח-שליט' אקט], עקספירענסט עפעס אינדערויסען פון מוח שליט, ווייל בעצם איז די אינדערויסען עכט יא ער בעומק.

בקיצור איך ווייס נישט......

מוח שליט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:39 pm

· #111400
ונבנתה העיר

אבער אז עס איז נאר דא איין צענטראלע קאנטשעס וואס איז קאנטשעס פון מח שליט, פון א הייליגע קוה אין אינדיע און פון א ציגארעטל, איז וואס איז משדך איינס צום צווייטן? וואס איז מחליט אז מח שליט איז א גלגול פון בן גוריון ווייל דער לעצטער איז א זכרון אינעם קאנטשעס הכללי, אפשר איז ער די קוה אין אינדיע?.

דו קענסט מיר מסביר זיין וואס מאכט דיך היינט די זעלבע "דיך" ווי ווען דו ביסט געווען א טאג אלט?

ווען איך זאג אז עס איז אן אקט פונעם קאנשעס הכללי collective consciousness, מיינט דאס באופן method acting. דער מוח שליט כאראקטער אין דעם חלום פון לעיקוואד איז אינגאנצען מוגדר ווי מוח שליט. אמת עס קען זיין אז ער קען אריינדרינגען טיפער און זעהן אז ער האט געלעבט אין א טעות. אבער זיין יעצטיגע לעוועל זעהט ער זיך פאר מוח שליט.
אין דעם הגדרה פון מוח שליט ליגט א קאנשעסנעס פון א זכרון פון איין און דרייסיג יאר. פונקט ווי מען געבט א מענטש א נייע אידענטיטי געבט מען אים אויך אן עבר.
עס קוקט אויס סייענס פיקשען. אבער אדרבא זאג דו וואס קאנעקט מיך באמת מיט מיין קינדישע יארן.
די שיף פון יאנקל איז דען א תירוץ?

מוח שליט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:40 pm

· #111401
הוגה
נעכטן האב איז מיר נולד געווארן אזא שאלה. דו נוצט אלץ די משל פון "חלום" און א "פלעי". לאמיר קוקן אויף די מענטש וואס נעמט LSD, ער מיינט בשעת מעשה אז ער איז א פייגל וואס פליט אים די הימלן, קענסטיך מיט אים נישט טענה'ן ווייל ביי אים, אין זיין פערספעקטיוו, און אין זיין קאנטשענס איז ער א פייגל, ער וועט דיך אפילו אנצייגן ווי ער פליט. דאס מיינט אבער נישט אז במציאות איז ער א פייגל. וואס מאכט דער אנגעדראגטע מענטש א "מענטש" און נישט א "פייגל"? די פאקט וואס ווערט באשטעטיגט דורך אלע אנדערע מענשטן ארום אים.

איך האף אז ענק פארשטייען מיין פירכא.

און אויב איז ער אליינס אויף דער וועלט?

הוגה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:51 pm

· #111408
אפילו אויב ער איז אליינס אין די וועלט ווערט עס נאך נישט קיין מציאות. ביי אים ווערט עס יא א מציאות, אבער נישט אין די וועלט. והא ראיה, ווען ער איז נישט אליינס איז ער במציאות א מענטש און נישט קיין פייגל.

מוח שליט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:04 pm

· #111414
הוגה
אפילו אויב ער איז אליינס אין די וועלט ווערט עס נאך נישט קיין מציאות. ביי אים ווערט עס יא א מציאות, אבער נישט אין די וועלט. והא ראיה, ווען ער איז נישט אליינס איז ער במציאות א מענטש און נישט קיין פייגל.

מאי אולמא האי מהאי? און אויב וועלן ביליאן מענטשען זיין אויף LSD?
לענ"ד איז די תירוץ צו מען איז א מענטש אדער א פייגעל, אויב קען ער גיין מיט זיין ריעליטי אלל דע וועי. אויב וועט דאס קיינמאל נישט זיין מופרך מצד עצמו, דעמאלט לעבט ער פונקט אזא לעגיטימער עקזיסטענץ ווי איך און דו.
וויאזוי זאגט נאר די רמב"ם אז דער אמת ווערט נישט מער ווייל מיליאן מענטשען האלטן פון איר, און נישט ווייניגער ווייל נאר איינער זאגט אזוי. 😃
איך מיין אבער אז ער וועט זיך בהכרח אנשטויסען מיט זאכן וואס וועלן נישט שטימען מיט זיין דמיון, ניין? פשוט ווייל ער האט נישט אויסגעארבעט פון פאראויס וויאזוי צו דמיונ'ן יעדע מציאות אז עס זאל נישט סותר זיין זיין רעאליטי. ער וועט אנהייבען פליען און צוברעכן הענט און פיס, דאס וועט נישט שטימען מיט זיין אויסגעבויטע רעאליטי.

הוגה » פרייטאג מאי 3, 2013 12:22 am

· #111500
למעשה איז דאס א חידוש. די גאנצע מעשה. קיינער קומט נישט אויף מיט אזא הסבר און טעאריע במושכל ראשון. דאס האט געמוזט נתברר (אדער נולד) ווערן נאך דעם וואס איינעם האט עפעס געבאדערט מיט די מושכל ראשון און האט נישט געפונען קיין אנדערע ערקלערונג אויסער די ערקלערונג.

וואס איז שווער/שלעכט מיט די מושכל ראשון?

ב.ד.וו. כ'מיין אז עס איז צייט צו טוישן די נאמען פונעם אשכל אז עס זאל זיין מער צוגעפאסט צום נושא.

מוח שליט » פרייטאג מאי 3, 2013 1:55 pm

· #111627
הוגה,

דאכט זיך אז מיין לעצטע לאנגע תגובה איז אביסל נישט מסודר. עס קוקט מיר אבער אויס יעצט אז וואס אנבעלאנגט גלגול דארף מען נישט צוקומען צו די גאנצע איידיליזים תורה. הא לך וואס כ'האב פריער געשריבען דערוועגן.

דיין קאנשעסנעס פון איין רגע צום צווייטן איז פונקט אזוי אפגעטיילט ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. אמאל א מלאך, אמאל א גלח. אמאל שנאה, אמאל אהבה. די חילוק פון "דו" זייענדיג א וואך אלט, ביז "דו" יעצט, איז אפשר א גרעסערער חילוק ווי פון מוח שליט ביז א בהמה. נישט נאר פון א מענטעל שטאנדפונקט, אויך פון א פיזישער שטאנדפונקט. עס איז כמעט נישט דא קיין איין איינציגע צעל אין דיין יעצטיגע פיזישער גוף, וואס האט אויך עקזיסטירט אין דיין גוף זייענדיג א וואך אלט. מען איז נאר מוסיף אין דעם יעצטיגען אקט א קאנשעסנעס וואס רופט זיך זכרון.פונקט ווי ווען מען געבט א מענטש א נייע אידענטיטי געבט מען אים אויך אן עבר. מען לייגט אריין אין זיין קאפ א זכרון דהיינו א קאנשעסנעס, אויף א שוואכערען אופן, פון די פריערדיגע מצבים, און מיט דעם מאכט מען עס פאר איינס. פונקט ווי דו קענסט זיין אן אקטיאר אין פלעי, און זיין היינט מוח שליט און מארגען א בהמה, און דער מאחד פון ביידע איז די זכרון וואס מאכט דיך אקטן ווי נעכטען און היינט איז איינס, פונקט ווי דו האלטסט דיך פאר די זעלבע 'איך' ווי דיינע קינדישע יארן פשוט אלס א זכרון קאנשעסנעס וואס דו האסט יעצט. אזוי קען דאך משה האבען א זכרון קאנשעסנעס פון א מציאות פון יאנקל.

אדרבא זאג דו וואס קאנעקט דיך באמת מיט דיין קינדישע יארן? מיט וואס ביסטו דער זעלבער? וועסטו זעהן אז די זעלבע זאך וואס איז דיך מאחד פון אלס קינד, קען אויך מאחד זיין צוויי אנדערע מענטשן.

אבער אחרי שובי נחמתי, ווייל אויב דו האלטסט פון מאטירעליזם, באופן אז די גאנצע 'איך' דיינער איז א פאנקשען פון דיין פיזישער צאמשטעל, דעמאלט אויב איז בטל דיין פיזישע צאמשטעל, איז דיין 'איך' אויך בטל אויף אייביג.

שוין, גענוג זיך ארומגעקוילערט מיט גלגול.

מיר איז אייביג שווער געווען דאס וואס מען סטראשעט מיט אן עונש פון גלגול. האט מען ליב לעבן אדער נישט? אויב נישט, איז דאך מיתה נישט קיין סטראשע, און אויב יא, איז גלגול נישט קיין סטראשע.

למעשה האלט איך יא שטארק פון די איידיליזם תורה. נישט בתור שיטה חיובי, נאר דוקא מכוח ווייל עס זאגט די ווייניגסטע, כמו שכתבתי למעלה. אויף א פראקטישען אופן רעדט עס צו מיר אויף אזוי פיל אז איך וויל עקספיריענסן לייף אהן די אלע הגדרות. פונקט ווי א beloved זאגט צו איר lover אז זי וויל לאזען איר געפילען פון ליבע דוקא אהן ווערטער. זי וויל עס דוקא נישט באופן הגדרה. אזוי וויל איך עקספיריענסן לייף. איך וויל עס נישט לעבן דורך צושטעלן עס צו עפעס אנדערש, וואס דאס איז הגדרות. איך וויל פשוט די מציאות זעלבסט. נאר דעמאלט איז געלעבט. איך וויל נישט פילוזופירן און מגדיר זיין יעדע מציאות, איך וויל עס פשוט לעבן. און דאס געשעהט דוקא ווען אלע הגדרות זענען נישטא. א הגדרה איז פארטייטשט דאס לעבן, עס איז נישט דאס לעבן זעלבסט.

פוןדעסטוועגןדאך » פרייטאג מאי 3, 2013 2:25 pm

· #111638
מוח שליט
איך וויל נישט פילוזופירן און מגדיר זיין יעדע מציאות, איך וויל עס פשוט לעבן.
פארוואס?
בלאט: 1 2 3 4