מענין לענין באותו ענין. כ'האב פונקט היינט געטראפן עמיצן וואס האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף מיר. כ'האב טאקע אפגענומען זיינע קאנטאקט דיטעליס און מ'וועט אנהאלטן בקשר. ער איז אויפגעוואקסן אין א פרייער היים אין תל אביב. ער האט אטענדעד א בית ספר ממלכתי וואו מ'האט געלערנט תנ"ך טרוקן - נישט מיט קיין רעליגעיזע אויסטייטש. שפעטער זענען זיינע עלטערן דורכגעגאנגען א פעיז, האבן זיי געצויגן זיך צו א פרומערע געגנט און דארט האט ער געלערנט אין א מאדערן ארטאדאסישע ישיבה, האט ער זעהר הנאה געהאט פון די געפיהל און טעם וואס מ'האט אריינגעלייגט אין די פסוקים. בקיצור, ער האט אנגעהויבן פארשטיין בעסער די אנדערע זייט און ס'האט אים געכאפט. ביז זיין פאמיליע האט זיך געצויגן צו אייראפע ווען ער איז פערצן יאר געווארן און דעמאלט האבן זיי אים געשיקט צו א סטעטיט סקול אוואו רוב קלאס זענען קריסטן געווען. דאס האט אים שוין ממש דערלייכטיקט און גורם געווען ער זאל נאר מוסיף זיין ידיעות און פרעספעקטיוו. ער זאגט נישט נאר האט עס אים געמאכט פרעגן פארוואס דער קריסט גלייבט נישט אין וואס ער גלייבט און זוכט אים נאך איבערצומאכן נאר עס האט אים זעלבסט אויך געמאכט ריפלעקטן ער זאל 'זיך' בעסער פארשטיין. יעצט איז ער א חסיד פון מעדיטאציע און דער בודא. שוין, דאס אלץ איז נישט נוגע צו וואס איך וויל רעדן מתוך שיחי אתו.
דער מושג פון עפטער לייף זאגט ער קומט פון די עגיפטער, אונזערע באצווינגער פון וועמען מיר זענען אנטלאפן נישט לאנג צוריק. ווען די ארטיגע האבן געמאכט דעם טויש פון
פאנגער-איינזאמלער צו
אגרעריען, איז דערמיט די שפע געוואקסן, די מענטשן זיך געמערט און מ'האט מער צייט באקומען. נו, ווייסן מיר וואס געשעהט אויב האט מען צופיהל פרייע צייט. מ'הויבט אן טראכטן און פרעגן קשיות. און אז מ'פרעגט קשיות איז עס גורם צו אומסטאביליטעט אין געזעלשאפט און א געפאר פאר די לידערס. ברענגט אבער די ציוויליזאציע טויש אויך א פארמירונג פון קלאסן. אלזא, האט דער העכערער קלאס ערצייגט די
BOOK OF THE DEADמיט א מעשה און א טראדיציע פון א חיים לאחר המות, א שרעקעדיגע טייך און נאך אבסטיקעלס אדורכצומאכן, אנצוקומען לצד השני צו די טוב הצפון און א קובץ לחשים און סגולות צו געדענקען אזוי מ'זאל זוכה זיין לחיי עולם. די בוקס האבן ספעציעלע סופרים געשריבן אויף פאפיירוסן און ווער ס'האט געצאלט די מעות קדומה פאר די פאפיירוס, געשריבן אין היראגליפיע אדער היראטי, האט זוכה געווען צו דעם חלקה..עםם..כמיין.. די ביכל באהאלטן צו ווערן צוזאמען מיט אים אין דער טויטן קאסטן, אדער געהאנגען צו ווערן אויף די וואנט פון זיין טיומב. א האלבע יאר'ס סאלערי האבן די אינטרעסירטע געדארפט צאלן זיך איינצוהאנדעלן דעם סם החיים. וכל הקדים זכה. כ'גלייב נישט ס'געווען אזוי סימפל, "אינווענטעד", אבער מסתמא האט זיך עס ביסלעכווייז עוואלווד, כעין זה, אין לויף פון עטליכע מילעניע.