☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הרב עובדיה יוסף ספראוועט זיך מיט די האלאקאסט

הרב עובדיה יוסף ספראוועט זיך מיט די האלאקאסט

155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3528
בלאט: 1 2 3 4

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 21, 2013 1:37 am

· #106993
הרב עובדיה יוסף ספראוועט זיך מיט די האלאקאסט
אין א מוצאי שבת אין יאר 2000 חודש אוגוסט, אהן קיין ספעציעלע צוגרייטונגען, האט הרב עובדיה יוסף באשלאסן צו פארענטפערן פאר זיינע טויזנטע פארעהרער די שווערע בייסנדע פראגע וואס פייניגט יעדן גלויביגער: וויאזוי האט דער גוטע באשעפער וואס טוט נאר גוטס, און איז דער מקור פון גוטס, געקענט צולאזן אזא האלאקאסט צו פאסירן? פארוואס האט ער נישט אפגעהאלטן די נאצישע רוצחים פון הרג'ענען מיט מיתות משונות מיליאנען פון זיין אויסדערוועלט פאלק, אסאך פון זיי באהאפטן צו זיין גלויבן, און אסאך פון זיי קינדער וואס האבן נישט טועם געווען דעם טעם פון זינד.

די קרבנות פונעם האלאוקאסט - האט הרב עובדיה מסביר געווען - זענען גלגולים פון זינדיגע נשמות, וואס גאט האט אראפגעשיקט צום גיהנום פון אוישוויץ און טרעבלינקע מיט איין ציהל: זיי אויסצורייניגן פון די אנגעהויפנטע זינד און ערמעגליכן פאר זיי א פארצייאונג (כפרה) און א אייביגע פרידן. די רעיון איז א באקאנטער, אבער דאס אדאפטירונג דערפון, דורך אזא אנגענומענע תורה'דיגע פירער ווי רב עובדיה, האט געטוישט דעם באדייט דערפון, פון זייענדיג ביז היינט א אינטרעסאנטע כאפ פון מחזירים בתשובה, ביזן גענוצט ווערן אלס לעגעטימע ענטפער פאר די ביטערע אומגליק אין אידישע היסטאריע.

די ווערטער האבן אויפגעברענגט א מורא'דיגע צארן צווישן די פרייע. די חסידים פון רב עובדיה, אויך אויב זיי האט עס אויך דערצערנט מיט באדייטנדע אומבאקוועמליכקייט, זענען זיי נאכאלץ ארויסגעקומען זיך אננעמען פאר אים. אין געוויסע אנדערע פרומע קרייזן האט מען נישט אונטערגעשטיצט רב עובדיה'ס תירוץ פארן האלאקאוסט, אבער אין רוב פעלער האבן זיי זיך אויך צוריקגעהאלטן אים צו קאנפראנטירן אפענערהייט דערוועגן.

פון וואו שטאמט דאס גלויבן אין גלגול?

די מקורות ביי אידן פון וואו עס נעמט זיך דער מושג פון גלגול זענען נישט אזוי באגרינדעט. די ערשטע מקור פון גלגול איז דוקא פונעם ווייטן מזרח טייל פון די וועלט. צווישן די הינדוס און בודהיסטן, איז אנגענומען אין זייערע רעליגיעס אז נאכן טויט פונעם ערשטן גוף אין וועלכע די נשמה האט זיך אויפגעהאלטן, גייט די נשמה-נפש אריין אין אנדערע קערפערס, ווען אין יעדן גלגול באזונדער טוט זי פרובירן צו פאררעכטן די שלעכטע מעשים וואס זי האט אפגעטוהן אין די פארגאנגעהייט. לויט וויאזוי איר עבר האט אויסגעזעהן אזוי ווערט באשטימט איר שיקזאל (קארמא) און אויב וועט זי נישט פארבעסערן איר מעשים און זיך דאדורך אויסלויטערן, וועט זי ווידער דארפן מגולגל ווערן און נישט אנקומען צו איר אויסגעווארטעטע אייביגע רוה. (נירוונה).

אינדיע איז א לאנד ווי קראנקהייטן און ארעמקייט איז א שטענדיגע גאסט, און עס איז דא א שטארקע פארבינדונג צווישן די סארט נאטורליכע פייניגונגען און פאטאליזם (דער מושג פון אננעמען אלע געשעהענישן און זאכן אלץ אומפאמיידבאר) וועלכע פירט צו די קאנצעפט פון הימל'דיגע שיקזאל. אויך אין די אלטע יונישע פיליזאפיע טרעפן מיר די מושג פון גלגול. בפרט אין די כתבים פון אפלטון, וואס האט אויסגעמאלן מענטשן וועלכע ווערן מגולגל נאך זייער טויט פאר בעלי חיים.

איז גלגול אין קעגנזאץ מיט אידישקייט?

אין חומש און אין תלמוד איז נישטא קיין זכר פון גלגול. די געדאנק פון שכר ועונש (גוטס און שטראף) אין די תלמוד איז אין קאנטראסט צו די פרינציפאל פון גלגול. וויבאלד שכר ועונש איז פשט, אז דער טויטער קומט אן, אדער אין גן עדן אדער אין גיהנום און נישט אין א נייע קערפער. ווען דער מושג פון גלגול האט צוערשט ערשינען צווישן דאס אידישע פאלק, האט דאס גלייבן אין גלגול אויפגעוועקט א שטארקע קענגערשאפט צווישן די רבנים פון כלל ישראל. אזעלכע רבנישע פערזענליכקייטן ווי רבי סעדיה גאון און רבי יוסף אלבו האבן דאס שטארק אוועקגעמאכט. די רמב"ם האט אפילו נישט דערמאנט דעם רעיון, וואס איז ווארשיינליך גענצליך פרעמד געווען פאר אים. און ווייטער זיין זוהן, רבי אברהם דערמאנט דאס מיט נעגעטיוויזם.

אין די מיטלאלטער איז איינער פון די חכמים אויפגעקומען אז ער קען מיט א פשוטע איבערווייז איבערצייגן אין די סתירה צווישן די אידישע אידילאגיע און גלגול הנשמות – די עקזיסטענץ פון גלגול טוט איבערדרייען תחיית המתים פאר אוממעגליך. וויאזוי קען די נשמה אויפלעבן אסאך גופים אין וועלכע זי איז נתגלגל געווארן אין איר היסטאריע? אלע דארפן דאך אויפצושטיין ווען די צייט וועט קומען?! רבי יהודה אריה פון מודנה אין איטאליע, פון די ראנאסאנס תקופה אין די 16 יאר-הונדערט, האט אפגעחתמ'ט זיין קאנטרעווערסיעלע פסק קעגן די השקפה פון גלגול הנשמות אין די אידישע גלויבן מיט די ווערטער: "אויב סאקרעטעס און פייטעגרוס און זייערס גלייכן האבן געגלייבט אין גלגול, און רוב קדושים און חכמי ישראל, די רמב"ם און רבינו סעדיה גאון, די רשב"א [...] האבן עס פארלייקנט, יהי רצון אז מיין חלק זאל זיין מיט די פארלייקענערס און נישט מיט די גלויביגע".

ווידעראום אנטקעגן די דעות, אין די רייען פון די מקובלים, פונעם רמב"ן ביזן אר"י, איז די געדאנק פון גלגול גאר אנגענומען געווען. מ'קען זאגן אז ס'איז אפילו געווען א פונדאמענט, און עס האט א באדייטנדע ארט אויך אין די ספרי הזוהר.

די רמב"ן אין זיין פירוש צו ספר איוב, פארענטפערט דורך גלגול די אלטע שטארקע השקפה'דיגע קשיא פון איוב די שאלה פון "צדיק ורע לו". לויט זיין הסבר דארט, וואס איז באהאלטן אין די ווערטער אזוי ווי מען איז מרמז א פארבארגענע סוד, שטאמען די יסורים אויף צדיקים פון זייער זינד אין די פריערדיגע לעבנס. אזוי האט די רמב"ן מקדים געוען אהן צווייפל - א ערשטקלאסיגע תורה'דיגע אויטאריטעט אין אידישע היסטאריע אויף וועמען זיך צו פארלאזן – דעם הרב עובדיה יוסף. עס איז וויכטיג אנצומערקן אז די ספר איוב דוקא האט יא געגעבן א קלארע דייטליכע באשיידונג פאר די שאלה אויפ'ן מקור פון שלעכטס, און די רמב"ן האט נישט געדארפט גיין אזוי ווייט ביזן געדאנק פון גלגול הנשמות. לויט ווי ס'שטייט אין ספר איוב איז די סיבה פון איוב'ס ליידן געווען א וויכוח צווישן גאט און דעם שטן, אויב ער וועט נאכאלץ בלייבן באהאפטן צו זיין גלויבונג, טראץ זיינע יסורים. איוב האט געדארפט ליידן כדי אויסצוגעפונען ווער פון זיי עס וועט ארויסגיין א געווינער. דאס איז נישט קיין גרויסע טרייסט פאר דער פארפייניגטער גלויביגער צו וויסן אז די סיבה פאר זיינע ליידענישן, קרענק, פארמעגן פארלוסט, און אויך דאס שטארבן פון זיינע קינדער, איז ווי עס שטעלט זיך ארויס ווי כאילו א אינטערווענץ אין עפעס א הימלישע שענקהויז. דעריבער איז לייכט זיך פארצושטעלן פארוואס דוקא די תנ"כישן דייטליך ארויסגעשריבענע ערקלערונג פאר דעם ליידן-פראבלעם איז אוועקגעשטופט און פארגעסן געווארן, ווי כאילו ס'וואלט אינגאנצן נישט געשריבן געווארן, און אנשטאט האבן אנדערע פארשלאגן - אזעלכע וועלכע זענען קיינמאל דערמאנט געווארן, צווישן זיי די גלגול ערשיינונג, וועלכע איז אנגעקומען פון אינדיע, - פארנומען א צענטראלע חושיבע ארט אין די אידישע השקפה אין דעם געביט.

א ענטפער וואס בארעכטיגט די רוצחים?

צו טוט גלגול אמת'דיג צושטעלן א פארשטענדליכע שיינע הסבר פאר די קשיא אויף די געטליכע דערלאזונג פונעם האלאקאוסט? אויסער די שוואכע מקורות אין די אידישע מסורה צו גלגול, פון פאר די קבלה תקופה, איז נאך דא אסאך אסאך סיבות פארוואס עס צו אטאקירן. צוערשט: דער הסבר למעשה טוט פטר'ן היטלער פון זיין פאראנטווארטליכקייט פארן אויסטיליגונג פון דאס אידישע פאלק. אייכמאן האט זיך אוועקגעשטעלט ווי א ביוראקראט אין היטלער'ס דינסט. צודען קען היטלער זיך אויך בארעכטיגן אזוי, אדורכן טענה'ן אז ער איז געווען א ביוראקראט אינעם אלמעכטיגן באשעפערס דינסט? אייכמאן דער אויסגעשפראכענער געלאטין (טויטליכע שווערד – בוטשער) פון יהדות אייראפע איז געווען אומשטאנד צו זאגן ביי זיין געריכט: "איך דרוק אויס באדויער און צער פארן אדורכפירן דאס פארטיליגונג פון די אייראפעאישע אידן.... אבער איך בין געווען א מיטל-געצייג אין די הענט פון העכערע כוחות ווי מיר און העכערע אויטאריטעטן, און אין די הענט פון שיקזאל וואס ווייסט נישט פון קיין רחמנות" היטלער, מיט א פארטיידיגונג אין געשטאלט פון געטליכע באשטראפונג, וואלט זיך געקענט אויסדרוקן מיט די זעלבע ווערטער ממש.

מיט אט די שוועריקייט האבן זיך שוין געדארפט ספראווען די אידישע דענקער אין פארשידענע צייטן אין לויף פון היסטאריע. אויב יעדעס שטראף אויסגעפירט דורך מענטשליכע הענט, איז געטוהן געווארן מיט גאט'ס רצון, דאן מיט וואס האבן די באשטראפער געזונדיגט, אויב זענען זיי נאר די שליחים פונעם כול יכול. ? די אנגענומענע ענטפער לויטעט אז די געטליכע באשלוס צו ברענגען א עונש אויף עמיצן, איז נישט פארבינדן דאס מינדעסטן, מיטן צווינגען סיי וועלכן מענטש און ארויפלייגן אויף אים דעם תפקיד צו זיין דער באשטראפער. דער וואס פירט אדורך דעם תפקיד (ארבעט) וועהלט דאס אויס מיט א פרייוויליגן ווילן. דער וואס וועט איבערצייגט ווערן מיט דעם הסבר, וועט טענה'ן אז דער נאצישע פיינט האט מעגליך בלויז אויסגעפירט די ווילן פון השגחה, אבער מען קען נישט וועגן דעם, פארמינערן זיין מאראלישע שולד דערין, וויבאלד דאס אויספירן אזא פארכטיגע טאהט, און געטליכע רצון, וואלט נישט געלעגן אויף אים ווען נישט, זיין פרייוויליגע בחירה (טשויס – אויסוואהל)

באשולדיגן די קרבנות?

א צווייטע סיבה צו פארציטערט ווערן פון הרב עובדיה'ס טעאריע פון גלגול איז דאס אז גלייבן אין די ריכטיגקייט פון גלגול הנשמות, איז פשט אז דער וואס ליידט אין איין גלגול באצאלט ערליך אויף זיינע זינד אינעם פריערדיגן גלגול. אין אינדיע דער וואס טוט אפענערהייט זיך דערבארעמען אויף די היימלאזע ארימעלייט און קבצנים וואס זענען פארשעמט אין די אויגן פון די ארטיגע איינוואוינער, איז ערווארטעט צו באקומען א תשובה אז דער ארימאן האט א הימלישע סיבה פארוואס ער טראגט אזא ביטערע שיקזאל. דאס איז א טיפישע בארעכטיגונג, פון א פארשטאפטע הארץ, לויט וויאזוי עס איז פארשטאנען אין די טעאריע פון גלגול ביי די הינדוס. א מענטש וואס ליידט, איז אליין שולדיג פאר זיינע ליידן. מען דארף נישט האבן קיין באווייז אויף דעם באשילדיגונג, מען קען עס נישט קאנטראווערסיעלאזירן. אויב איז דא ליידן איז נישט קיין ספק אז ערגעצוואו אין א ווייטער גלגול איז דא זינד. צו אפלייען דעם השקפה מסביר צו זיין דעם האלאוקאוסט, איז פארהאן ערנסטע אומדערטרעגליכע קאנסקאוונצן,

און דאס איז וואס ערוועקט אזא צארן אויף רב עובדיה. אויב די זינד פון פריערדיגע גלגולים, פארלאנגען אזא הארבע שטראף פון גאז קאמערן, קרעמאטאריומס, און מאסן ברודער-גרובער, לויט וויאזוי עס קומט אויס לויט זיינע ווערטער, אויב אזוי איז די האלאוקאוסט פארשטענדליך און בארעכטיגט אין א באדייטנדע לעוול (שטאפל) און אירע קרבנות זענען זונדיגע וועלכע זענען ראוי פאר א שטראף, און דאס איז א טענה וואס לאזט זיך נישט אראפשלינגען כמעט.

די נעץ פון בארעכטיגן גאט ביים האלאוקאוסט

דאס איז א פראבלעם וואס איז שווער זיך ארויסצודרייען דערפון. אין די אויגן פון די גלויביגע האט די שואה פאסירט אין א תקופה פון א גאט וואס באהאלט זיין עקזיסטענץ "מי כמוך באלים ה'" שטייט אין ספר שמות (טו יא) און אין לויף פון די דורות האבן אידן געדרשנ'ט דעם פסוק מיט ביטערע איראניע "מי כמוך באילמים ה'". מיט א שטומעניש אנטקעגן די ליידן פון זיינע גלויביגע. דאס שווייגן פון גאט טוט צווינגען די וואס גלויבן אין אים, אבער זענען נישט גרייט זיך צו באגענוגן מיטן ציען די אקסלען קעגן גאט'ס מעשים אין היסטאריע און זאגן "איך ווייס נישט" – צו אננעמען איינס פון די דריי מעגליכקייטן (תירוצים). אלע פון זיי אומפארשטענדליך.

די ערשטע איז אז גאט פירט נישט זיין וועלט מיט גערעכטיגקייט, און עס קימערט אים נישט צו פארמיידן אומבארעכטיגטע מענטשליכע ליידן. אזעלכע שרעקליכע פאסירונגען ווי צום ביישפיהל דער שואה, באדערט אים נישט. אפשר טוט מענטשליכע ליידן אפילו צוהעלפן אביסל אין עפעס א וועג פאר גאט, ווי עס האבן געגלייבט למשל די אזטאקים, (אור אלטע רעליגיע) וועלכע האבן געהאלטן אז די גאט פון די זון נויטיגט זיך אין מענטשליכע קרבנות כדי צו שיינען, נאכדעם וואס ער האט פארלוירן בלוט ביים אונטערגיין. די צווייטע מעגליכקייט איז אז גאט איז באמת נישט קיין כול יכול. ער איז נישט געווען בכח אפצוהאלטן די שואה, ווייניגסטנס נישט נאך די באגרעניצונגען וואס ער האט אויף זיך געלייגט, פירענדיג אונזער וועלט. די דריטע איז אז די שואה איז געווען בארעכטיגט.

די ערשטע אויסוואהל, אז גאט האנדלט נישט מאראליש, איז גענצליך פרעמד לויט אידישע געדאנקענגאנג. מ'טרעפט שוין אין ספר בראשית ווי אברהם פרעגט מיט וואונדער "השופט כל הארץ לא יעשה משפט?" (יח כה) דאס גלויבן אין גאט'ס מאראלישקייט איז מעגליך אפ' א גרויסע מתנה וואס די אידן האבן געברענגט דעם מענטש. פאר ציוויליזאציע. פראפ' אבי שגיא, א פארשער אויף אידישע מאראל, טוט אנצייכענען אז ער האט געפונען ווייניג אויסנאמען צווישן אידישע השקפה'דיגע ערליכע דענקער אנבאלאנגט דעם שיטה און איבערצייגונג. צווישן די אויסנאמען שטארצט ארויס די ווערטער וועלכע עס האבן געשריבן א אידישע רב איידערן אומגעברענגט ווערן אין קריג, די רבי פון פיסאנצע, וואס שטייענדיג נעבן די פארכטיגע גאז קאמערן האט ער געפרובט בארעכטיגן גאט מיט עפעס (א פיליזאפיע) וואס האט אים איבערגעדרייט צו זיין נישט גערעכט, לויט אונזער שכל'דיגע אנגענומענע מאראלישע געזעצן. לויט אים דארף דער אויבערשטער נישט זיין גערעכט, ווייל אלע זיינע רצונות (שטרעבונגען) ווי מאדנע אדער אומשכל'דיג עס זאל נאר אויסקוקן זענען גערעכט. – בכלל איז נישטא קיין אמת און גערעכטיגקייט, סיידן וואס דער באשעפער הייסט"

עס דערקענט זיך און עס איז פארשטענדליך די יאוש אין וואס דער פיסאנצע רבי האט זיך געפונען, אבער דאס איז כמעט א איינזאמע קול אין די אידישע גלויביגע וועלט. און ס'קוקט אויס אז ס'איז בעסער אזוי. די פרעזענליכקייט פונעם פיסאנצע רבי איז געווען א שטיק מאראלישקייט און מדות טובות. לויט ווי הרב שלמה קרליבך פארציילט נאך פון דעם רב, וואס איז געהארגעט געווארן אין עלטער פון 54, ווערטער וואס זענען איינגעקריצט אין זיינע תלמידים'ס זכרון "זיסע קינדער, טייערע קינדער, די גרעסטע זאך אויף די וועלט איז צו טוהן א טובה פאר א צווייטן".

מאדערנע אידישע דענקער וואס א פארשוועכונג אין געטליכע מאראל, אדער פארקערט אין די כבוד פון די האלאוקאוסט קדושים, איז זיי צו שווער, זענען אויפגעקומען מיט א לייכטערע תירוץ פון זייער פרעספעקטיוו: אזא וואס טוט פארקלענערן גאט'ס שטארקייט. לויט זיי, האט גאט געליטן ביים שואה צוזאמען מיט זיין פאלק, אבער ער האט זיי נישט געקענט העלפן, נאכדעם וואס עס איז געגיבן געווארן פאר מענטשן די פרייהייט פון אויסוועהלן צווישן גוטס און שלעכטס, האט גאט מער גארנישט געקענט טוהן, נאכוואס די דייטשן האבן אויסגעוועלט אין אבסאלוטע שלעכטס. אזא השקפה, אויב זאלן מיר עס פארברייטערן, וועט אונז פירן אריינצוווארפן גאט אינעם מיסט קאנע פון היסטאריע. וועלכע פלאץ בלייבט נאך פאר אים, אויב די בחירה פון מענטשן איז אלץ וואס איז מחליט?!. אויף דעם אופן פון טראכטן, וועט אויסקומען אז די סארט מענטשן זעען א גאט אין א נאך מער פארטונקעלטען פארנעפלטע פארעם ווי די וואס זעען א גאט וועלכע טוט גורם זיין א רצון וועלכע טוט אינטערווענירן אינעם מענטשליכן באשטאנד.

די זענען כשלעצמם אפשר ארויפגעקוקטע דענקער, אבער די צווישן זיי וואס דערוואגן זיך מיט א פוהלן מויל צו רעדן אין נאמען פון די אידן, אויף אלע דורות, למשל אזעלכע ווי ישעיהו לייבאוויטש (דיסיסד) זענען פנים אנשטעלער. עס איז נישט קלאר אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן, א פאפולערע שאלה צווישן די שאלות וועלכע ווערן געפרעגט אין די חוזרי בתשובה צאמקנופטן, אבער דאס איז קלאר אז א אידישע גאט לויט ווי ער איז אילוסטרירט אין תנ"ך, די תלמוד אין די דורות נאכדעם, טוט נישט באשאפן א היסטאריע וואס ער קען נישט געוועלטיגן אויף איר. עס איז וויכטיג צו אונטערשטרייכן, אז אפילו ווען עס רעדט זיך נישט פון דאס אויסהרגענען א דריטל פונעם פאלק וואס גאט האט אויסגעוועהלט, נאר ווען מ'הרג'ט א יחיד נאר אפילו, וועט מען רוב מאל נישט טרעפן אז די ארגומענט: (טענה) "די שלעכטע שיקזאל פונעם געהר'גטן איז א רעזולטאט פונעם פרייוויליגן בחירה פון דעם רוצח" זאל בכלל פארנעמען א ארט אין די אנגענומענע מקורות פון אונזער מסורה. הלל ווען ער האט געטראפן א קאפ שווימען אויפ'ן וואסער אויבערפלאך האט ער עס אזוי אנגעקוקט: על דאטפת אטפוך, וסוף מטיפייך יטופון" – וויבאלד דו האסט יענעם דערטראנקן האט מען דיך דערטראנקען, און די סוף וועט זיין, דו וואס האבן דיך דערטראנקען וועט מען זיי דערטרענקען. עכ"פ, זעהען מיר, אז דער וואס הרג'ט א מענטש טראגט א שולד דערין, נאר די נרצח איז זיך אים געקומען דעם טויט, ווייל אויב נישט וואלט די השגחה נישט צוגעלאזט מ'זאל אים הרגענען.

בלייבט אלזא איבער איין ברירה. אויב באשולדיגן מיר נישט גאט מיטן פאראנטווארטליכקייט, וויבאלד ער איז שטענדיג גערעכט, און מען קען אויך נישט אוועקנעמען פונעם סצענע, איז נישט פארהאן קיין אנדער אויסוועג נאר צו באשולדיגן די אידישע קרבנות, אדער דאס אידישע פאלק בכלל, פארן געשעהעניש פונעם שואה. און דאס איז טאקע די אנגענומענע תירוץ לויט די פרומע השקפה, כאטש מען האט נישט ליב צורעדן דערוועגן, צוליב פארשטענדליכע סיבות.

ווער האט אויפגעבראכט גאט?

אין די חרדישע וועלט איז אנגענומען דעם הנחה אז השכלה און ציונות האט אויפגעברענגט דעם צארן פון גאט ביז אזוי ווייט, אז ער איז געצווינגען געווען צו ברענגען אויפ'ן פאלק א שרעקליכע אומגליק. דער טענה לויט וועלכע גאט'ס שטראף שטאמט פון די זינד פונעם פאלק – האט א באזיס אין פסוק. די תורה טוט מצייר זיין איינצעלהייטליך וויאזוי גאט וועט זיך נוקם זיין אין זיין זינדיג פאלק, ביז עס וועט הערשן א שרעקליכע הונגער אין וואו עלטערן וועלן אויפעסן זייערע קינדער, אזש ביז דאס אידישע פאלק וועט אין רעזולטאט פון די ביטערע צרות ווערן איבערצייגט אז ס'איז מער נישטא קיין גאט צווישן זיי. למעשה, טוען די גאט בארעכטיגער אינעם שואה, אנצייגן אויף די דאזיגע פסוקים כדי צו ווייזן אז די האלאוקאסט טוט זיי אינגאנצן נישט איבערראשן. גאט האט שוין פון פריער געסטראשעט מיט דעם, אלזא וואו איז שייך צו האבן טענות און זיך וואונדערן דערויף, נאכדעם וואס די ווארענונגען זענען פשוט פארווירקליכט געווארן.

אבער לויט ווי עס איז באקאנט איז נישטא קיין סאך בייוואוינער וואס לויט זיי זאלן עלטערן האבן געזאלט אויפעסן זייערע קינדער ביי די שואה, אבער עס זענען דא באקאנטע ערציילונגען אויף דערשטיקונגען אויף קליינע וויינענדיגע קינדער, אויס מורא זיי וועלן אויסגעבן זייער באהעלטעניש פאר די דייטשן, אזעלכע געשעהענישן ערוועקן א שרעק וואס איז פאסיג און ברענגט גוט ארויס די גרעניצלאזע געטליכע נקמה וואס ווערט פארזיכערט אין צוגעזאגט אין ספר דברים פאר די זונדיגער. די ענין פון די וויינעדיגע קינדער איז אפילו פאר זיך א הלכה'דיגע שאלה, און עס ווערט בדרך כלל געפסקנט אז זיי טראגן א "דין רודף" און מען מעג ארויפלייגן אויף זיי א קושן וואס איז אומשטאנד זיי צו דערשטיקן.

איינס פון די איבערווייזונגען צווישן א באהאלטענע פארבינדונג פון די זינד און די שטראף. צווישן השכלה און די האלאוקאוסט, איז די מדינה וואס האט געברענגט עקזיסטענץ פאר ביידע. דייטשלאנד. מיט דעם, אויב וויל מען טענה'ן אז די דאזיגע קשר ווייזט אויף א געטליכע צייכן צום סיבה פונעם האלאוקאסט. קען מען דאס אפפרעגן. די צאל איבערלעבער אין דייטשלאנד איז געווען רעלעטיוולי הויעך, - א לאנד ווי רוב פון זיי פרייע, - קעגן די צאל אידישע איבערלעבער פון מזרח אייראפע, וועלכע זענען כמעט טאטאל אפגעווישט געווארן. צווישן זיי גאר אסאך פרומע. דוקא די אויפשטייג פון די נאצישע פארטיי אין דייטשלאנד האט ערמעגליכט פאר די דייטשע אידן איינצוזען און פיהלן די גרויסע סכנה וואס לאקערט אויף זיי און זיך לויפן ראטעווען ווילאנג זיי קענען נאך. די קלעם פון די דייטשע אידן וועלכע האבן געזוכט רעפיודזשי האט געצויגן די וועלטס אויפמערקזאמקייט, בפרט נאכן קריסטאל נאכט. ווייניגסטנס האלב פון זיי האבן עמיגרירט. א טייל צו אנדערע לענדער, אבער ווייט פון היטלערס נעגל. ווידעראום די אידן פון מזרח אייראפע האבן קיין שום סימן צו פאראויסזעהן די חורבן וואס דערנענטערט זיך.

אויב גאט האט אויסגעוועהלט אנצופאנגען די שואה פון דייטשלאנד כדי מרמז צו זיין אויף דער מקור פון זינד און שולד, האט ער עס געטוהן מיט א פארכטיגע איראנישן טוויסט, גאנץ טיפיקל פאר אים. און צום סוף האט די שטאפלווייזע אינטערדריקונג אין דייטשלאנד גאר אויסגעהאלפן דוקא די פרייע אידן זיך צו ראטעווען, איבערלאזנדיג די מיליאנע אידן אין מזרח אייראפע אומבאהאלפן, ביז עס איז שוין צו שפעט געווען. און טאקע, תיכף נאכן קריג האט זיך אויפגעשטעלט דער חרידישע פובליצירער משה שיינפעלד און דעקלערט די סיבה פאר וואס דאס אומגליק האט מער באטראפן די חרדים. "כל המקודש מחברו, חרב ממנו יותר", האט ער געשריבן, און ערקלערט אז גאט האט געזוכט א קרבן און אויסגעוועהלט די וואס וואס זענען באהאפט צו אים האון היטן זיינע געבאטן.

די געטליכע דערצערעניש – מיט א היסטארישן בליק

אזוי ווי אייביג, איז נישט לייכט מסביר צו זיין אידישע היסטאריע עס זאל שטימען מיט די פשוטע פשט פון תורת חטא ועונש. די גרעסטע קאטאסטראפע ביזן שואה, אויפשטאנד פון בר כוכבא, האט אויך פאסירט נאר צוליב די אנטשלאסנקייט פון די אידן צו היטן די מצות און זייער אבזאגן זיך מוותר צו זיין אויף מילה. און די אויפשטאנד איז פייערליך געשטיצט געווארן דורך רבי עקיבה דער גרויסע תנא.
די פיוט "אלה אזכרה", וואס ווערט געלייענט אין די שוהלן יום כיפור, טוט אילוסטרירן די איום'דיגע נקמה פון די רומים אין די אידישע גרויסע רבנים, אבער אין א אנאכראניסטישע אופן, און מיט ווייניג צופאסונג צו היסטארישע פונקטליכקייט. די הויט פון רבי ישמאל איז אפגעשינדעט געווארן פון אים לעבעדיגערהייט און געגעבן געווארן פארן הערשער'ס טאכטער וואס האט אים געגלוסט, און אנדערע צדיקים האבן אויסגעהויכט זייערע נשמות מיט ברוטאלע מיתות משונות.
די איינציגסטע, זייער מאדנע בארעכטיגונג דערויף וואס דער שרייבער פונעם פאעט האט מצליח געווען צו געפונען פאר דעם שרעקליכן געשעהעניש איז אז דאס איז א שטראף געווען אויף די זינד פון יוסף'ס פארקויפונג דורך די ברודער, ווי ערציילט אין ספר בראשית. צו באשטראפן די מענטשן וואס האבן נישט אדורכגעפירט דעם זינד, נאך א צייט אריבערגאנג פון באלד טויזנט יאר, איז כמעט ווי צו זאגן אז די האלאוקאוסט איז א שטראף פאר די ברודער קריג בזמן בית שני. לויט ווי עס פארציילט די פיוט, האט גאט ארויסגעוויזן דאס גרעסטע אומגעדולד אויף די וואס האבן אויסגעדרוקט וואונדער אויף די סיבה וואס טוט בארעכטיגען דעם עונש. ווען די מלאכים האבן געשריבן מיט ביטערניש "זו תורה וזו שכרה" האט גאט זיי געסטראשעט אז אויב וועלן זיי נישט שטילשווייגן וועט ער צוריקדרייען די וועלט פאר תוהו ובוהו.

דורכאויס די קרייצצוגן, לויט די טאג ביכער וואס זענען געפונען געווארן, האבן אידן דאן ארויסגעוויזן א אידישע מסירות נפש וואס איז נאך קיינמאל בעפאר נישט געזען געווארן אין אידישע היסטאריע, זיי זענען געשחט'ן געווארן און געשחט'ן זייערע קינדער אבי נישט געטובל'ט ווערן צו קריסטענום. קיינער וועט קיין ספק נישט האבן אין די גרויסע מאס ערליכקייט און מסירות נפש וואס אידן האבן געוויזן אין יענע תקופה, און פונדעסטוועגן דאך איז עס נישט גענוג געווען משכנע צו זיין גאט זיי צו לאזן לעבן בשלווה.

די צרות ת"ח ות"ט וואס כאמעלניצקי'ס מענטשן האבן דורכגעפירט, האבן זיך אפגעשפילט אין פוילן וואס האט צו יענץ צייט געשפרודלט און געלעבט אין תורה. עס זענען געשריבן געווארן אויף די צייטן ערציילוגען און אילוסטרירונגען וועלכע זענען נאך ארגער אפילו פון די וואס זענען געשריבן געווארן אויפ'ן שואה. אינעם ספר "יוון מצולה" וואס דאקומענטירט די האר אויפשטעלנדע ספעקטאקלען און פאסירונגען, האט די מחבר, נתן נטע הנובר, אפגעמאלן א שרעקליכע בילד פון סאדיסטישע פייניגונגען לא יאומן כי יסופר, ווי למשל, דאס עפענען די בויך פון א פרוי ווען זי האט נאך געלעבט, און אריינלייגן א קאץ אינעווייניג. דער ציטאט לויטעט אזוי:

"א חלק פון זיי האט מען אפגעשינדעט די הויט פון זיי און די פלייש זייערע געווארפן פאר די הינט, און א טייל האבן זיי אפגעשניטן די הענט און די פיס און געווארפן (זייערע קערפערס) אויף די וועגן, און איבערגעפארן דערויף מיט וועגענער, און צעטרויטן מיט פערדן, א טייל האבן זיי פארוואונדעט מיט פולע וואונדן, אבער נישט גענוג אויף צו שטארבן דערפון, און ארויסגעווארפן אינדרויסן אז זיי זאלן נישט שטארבן שנעל, און זיי זאלן צאפלען אין זייער בלוט ביז זייער נשמה איז ארויס. אסאך האבן זיי באגראבן לעבעדיגערהייט. זיי האבן געשחט'ן קינדער אין די מוטערס ארעמעס. און אסאך קינדער האבן זיי צעריסן אויף שטיקער אזוי ווי פיש, טראגעדיגע ווייבער, האבן זיי צעשפאלטן זייערע בייכער און ארויסגעצויגן די עובר און צעקאליעטשט זייערע פענימער. א טייל האבן זיי צעריסן די בייכער און אריינגעלייגט א לעבעדיגע קאץ אין בויך און זיי געלאזט אזוי לעבעדיג, דערנאך זיי פארנייט די בויך, און אפגעשניטן זייערע הענט, כדי זיי זאלן נישט קענען ארויסציעהן די לעבעדיגע קאץ פון בויך, און זיי האבן אויפגעהאנגען די קינדער אין די ברוסטן פון זייערע מוטערס, און א טייל קינדער האבן זיי צעשניטן מיט א שפיז, און זיי געבראטן אויפ'ן פייער, דערנאך געברענגט פאר די מאמעס זיי זאלן עסן פון זיי. צומאל האבן זיי גענומען אידישע קינדער און געמאכט פון זיי א בריק אריבערצוגיין אויף זיי"

אויב די האלאוקאסט איז געווען א שטראף אויף השכלה, אויף וואס איז געקומען די שטראף פון גזירת ח"ח ות"ט, אין א לאנד ווי אידן האבן זיך געפלאגט און געהארעוועט אויף תורה, און א נייע רוח איז נאכנישט אריינגעטרעטן?. די פלפול אין תורה איז געווען די אורזאך צו דער אומגליק, האט געענטפערט די דרשן פון יענע תקופה, רבי ברכיה ברך, וואס האט געהאלטן פון א וועג פון לערנען באגרינדעט אויפ'ן שכל הישר, אהן פלפולים זיך איבערצוקלוגן מער פונעם מאס. אין זיין הקדמה צו זיין ספר דרשות על התורה שרייבט ער "און מיט אונזערע אויגן האבן מיר געזען אז פון ווען מ'האט איינגעפירט דער צעמישטער לימוד אין אונזער מדינה, איז געקומען א שרעקליכע צעמישעניש און טונקלקייט אין די וועלט און צרות צרורות" בלייבט נאר איבער זיך צו וואונדערן וואס נאך קענען אלץ זיין די סיבות פאר גאט צו ברענגען אזעלכע פארכטיגע צרות אויף זיין פאלק.

ציונות אדער אנטי ציונות?

אין די רייען פון די תלמידי רב קוק האט מען נישט באשולדיגט השכלה מיטן שואה, אבער באזירט אויף א הארבע השערה אפשר נישט ווייניגער פון די חרדישע – די שואה איז געקומען מיטן ציהל אויסצורייסן דאס אידישע פאלק פון גלות. איר מקור ביי א אונגארישע רב, הרב שלמה טייטכל, אליין א קרבן פון קריג, וואס האט געטענה'ט אז די שואה איז באשטימט געווארן כדי ארויפצוברענגען די אידן וואס האבן זיך פארזוימט אין גלות- צום לאנד. הרב טייטכל אליין האט זיך שארף ארויסגעשטעלט קעגן ציונות פאר'ן קריג, אבער שפעטער צוריקגעצויגן. זיינע קינדער וואס האבן איבערגעלעבט, און אויסגעקליבן צו בלייבן חרדים, האבן פרובירט צו פארגלעטן בדיעבד די רושם פון זיינע ווערטער.

איראניש איז אז די חסידי סאטמער נעמען א פונקט פארקערטע שטעלונג און באשולדיגן, נישט די התנגדות צו ציונות, נאר ציונות אליין אינעם פאראנטווארטליכקייט פארן קריג. ואכן די תלמוד טוט אנווארענען אז אויב וועט דאס אידישע פאלק זיך אנטזאגן פון אננעמען דעם עול הגלות, וועט גאט מתיר זיין זיין בלוט אזוי ווי די חיות פון פעלד. (כתובות קיא א). די חסידי סאטמאר זעען אינעם שואה א שטראף אויף די מרידה פון די ציונים אין גלות, און א פארווירקליכונג פון דער שרעקעדיגע גמרא. דער אידישע חוקר אליעזער שביד, א נויגונגלאזע פיליזאף געווענליך, האט ליב עס צו באצייכענען, דוקא מיט ווערטער גענוצט אינעם פסיכאטרישען פעלד: די מאס פון דער שארפע אידילאגיע איז ווי דער מאס פון פיינטשאפט, און די מאס פיינטשאפט – אזוי טיף ווי די עמאציאנאלע משוגעת וועלכע טוט איר אונטערשטיצן איז.

צום בענעפיט פון דעם גלגול קאנצעפט

צוריקקערנדיג זיך צום הסבר פון רב עובדיה, לויט אים זענען די קרבנות פונעם האלאקאוסט געווען ראוי צו די הריגות און פארגאזונגען זייענדיג גלגולים פון פריעדיגע זינדיגע נשמות.

די רעיון פון גלגול, איז אפשר צוליב אירע מקורות פון די אלטע מזרח, א אפגעפרעגטע זאך וואס שמעקט פון א אלטע פרימיטיווע געדאנקענגאנג, אבער ס'איז כדי אנצומערקן אז עס זענען געווען פרעסטיזשפולע מערב פיליזאפן וואס האבן זיך געטשאטשקעט מיט דעם געדאנק. אפילו שופנהאווער. ס'איז א ספק צו דאס גלייבן אין לעבן נאכן טויט, וואס אפ' אסאך פון צווישן די פרייע גלייבן דערין, שטייט בעסער ווי דאס גלייבן אין גלגול. אפילו ווען די אינדישע-קריסטליכע גרונטן פון די ערשטע זענען מער סאליד.

אויב זאלן מיר אננעמען א קאמפלעטע צוויי חלקים'דיגע קאנצפציע פון א צוזאמארבעט פון די גוף מיטן נפש, וואס לויט איר איז די גוף בלויז ווי א נישטיג קלייד פארן אמת'דיגן "איך" (קוק לולקע ציבעך – ווער בין איך) וואס געפינט זיך אינעם נפש, דאן איז א שטראף פארן נפש אויף אירע זינד אין א אנדערע גוף – קלאר א מאראליש פארשטענדליכע אקט. דאס אבסענץ פון זכרונות פון זינד טוט נישט פארמינערן זיין מאראלישע אחריות צו זיינע זינד. צודען וואלטן מיר פארגעשלאגן צו באפרייען פון לעבנסלענגליכע טורמע א רוצח וויבאלד א שווערע שטיין וואס איז געפאלן אויף אים אין תפיסה האט אויסגעמעקט זיין גאנצע זכרון פונעם זינד וואס ער האט אפגעטאן?. אוודאי נישט! א שולדיגער וואס געדענקט נישט זיין זינד, איז נאכאלס שולדיג. און אמנעזיע וואלט נישט געקענט אפראטעווען אייכמאנען פונעם תליה אין רמלה, אויך אויב וואלט עס אביסל פארמינערט מיט א משהו פונעם סיפוק אויף די גערעכטיגקייט וועלכע איז געטוהן געווארן מיט אים. און דעריבער קען מען אויך זאגן אין א פארקערטע היכי תמצא. א מענטש וואס איז ריין פון זינד, וואס מ'האט איינגעפאלנצט אין זיין זכרון זכרונות וואס לויט זיי איז ער באגאנגען א געפערליכע פארברעכן, א אינטרעסאנטע ערשיינונג וואס מאדערנע פסיכאלאגיע האט איבערגעוויזן אז ס'קען פאסירן – בלייבט אזא איינער נאכאלס ריין פון זינד. די זיכרון טוט נישט באשאפן א שולד אזוי ווי עס טוט עס נישט אויסמעקן.

פון א פרומע שטאנדפוקנט פארמאגט גלגול אפילו א חסד אין זיך. אנשטאט די נפש זאל זיך פייניגן אין די יסורי גיהנום, וואס די השקפה ספרים האבן נאך פאר דאנטה (א איטאליענישע פאעט וואס לייגט אראפ וויאזוי עס זעט אויס די עפטער לייף) נישט געשפארט קיין ווערטער זיי אויסצומשל'ן, ווערט איר געגעבן נאך א טשאנס צו פאררעכטן אירע זינד און צוריקקומען ריין פון זינד צו איר מקור מחצבתה נאכן טויט. ווער וואלט זיך נישט געוואונטשן צו באקומען א צווייטע טשאנס, נאכן אפטוהן א זינד אין זיין לעבן, ער זאל קענען אלץ פאררעכטן פונדאסניי אפ' פאר א טייער פרייז. נאכמער, די רעיון פון גלגול טוט אויך רעפרעזענטירן דעם קאנצעפט פון אינדיווידואלע באשטראפונג. ד.ה "איש בעוונו יומת" (ירמיהו לא כט). די נשמה פון יעדן איינציגן אומגעקומענעם ביים קריג איז זיך ווערט געווען איר גורל, און די שטראף פונעם שואה איז נישט געקומען צוליב א זינד פונעם כלל, ווי למשל פאר'ן פאשען אין פעלדער פון השלה און נישט אין די פעלדער פון ארץ ישראל.

מען קען זאגן אז מ'האט געטוהן א באדייטנדע עולה צו רב עובדיה יוסף. נישט אז די רעיון הגלגול איז א מייסטער ארבעט, אבער עס פאלט גארנישט ווייניגער ווי יעדעס אנדערע באשיידונג און ענטפער צום פראבלעם פון פעלערהאפטיגע ענטפערס אויף גאט און דער שואה.

איבערגעזעצט פון יהודים על הירח

יאיר » זונטאג אפריל 21, 2013 2:16 am

· #107010
א גרויסן ייש"כ פאר'ן זיך נעמען די מיה צו איבערזעצן דעם אינהאלטסרייכן מאמר אויף אידיש. א קליינע נקודה למחשבה: פארוואס באטראכטן מיר דעם האלאקאוסט אלס אזא פראבלעם פאר'ן גלויבנדן איד, בעת עס גאנצע מחנות מיט חיות ווערן פארצוקט יעדן טאג מיט אלע סארטן יסורים שונים ומשונים?

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 21, 2013 2:19 am

· #107013
אפשר ווייל די חיות זענען נישט אונזערע עלטערן, זיידעס באבעס, ברודער און שוועסטער קוזינס און קוזינעס. (עכ"פ נישט פון דער נאנטער היסטאריע)

לעמאן דזשוס » זונטאג אפריל 21, 2013 2:37 am

· #107028
אדער אולי די עובדי׳ יוסף׳ס פון צווישן די חיות זארגן שוין פאר זאכליכע ערקלערונגען פאר די חיות געמיינדע.

הוגה » זונטאג אפריל 21, 2013 3:12 am

· #107034
א הערליכע ארבייט מיטן איבערזעצונג.

איין פראבלעם וואס איך האב מיט דעם ארטיקל טראץ דעם וואס די שרייבער טוט קלאר אדורך די נושא פון אלע צדדים, דאך בלייבט מען מיט די קשיא. סך הכל פירט ער אויס אז די קשיות/טענות אויפן גילגול טעאריע זענען נישט שווערער ווי די קשיות/טענות אויף די אנדערע טענות.

איין צד וואס די שרייבער האט אבער יא אויסגעלאזט איז די טעאריע וואס ווערט אסאך גענוצט אין די ספרי הבעש"ט ותלמידיו, מער לעצטענס דורך ר' אביגדור מיללער, ומקורו ברמב"ם. די תירוץ איז אז לא ישיגוהו משיגי גוף. אין אנדערע ווערטער, א גאט וואס איך קען פארשטיין איז קיין גאט נישט.

אויב איז מעגליך ביטע שוק א לינק צום ארגינעלע ארטיקל. און אויך, ווער איז דאס יהודים על הירח?

איזהו חכם » זונטאג אפריל 21, 2013 2:09 pm

· #107203
״מ׳קען נישט פארשטיין״ איז די זעלבע זאך ווי זאגן
״ס׳איז נישט דא קיין (גשמיות׳דיגער) הסבר״

יאיר » זונטאג אפריל 21, 2013 7:33 pm

· #107373
הוגה


איין צד וואס די שרייבער האט אבער יא אויסגעלאזט איז די טעאריע וואס ווערט אסאך גענוצט אין די ספרי הבעש"ט ותלמידיו, מער לעצטענס דורך ר' אביגדור מיללער, ומקורו ברמב"ם. די תירוץ איז אז לא ישיגוהו משיגי גוף. אין אנדערע ווערטער, א גאט וואס איך קען פארשטיין איז קיין גאט נישט.

אויב איז מעגליך ביטע שוק א לינק צום ארגינעלע ארטיקל. און אויך, ווער איז דאס יהודים על הירח?

דער צוגאנג איז אביסל פראבלעמאטיש. ווייל אויב מיר נעמען אן די הנחה אז מיר קענען נישט פארשטיין גאט, וואס גיבט אונז דער רעכט צו זאגן גענוי וואס גאט וויל יא אדער נישט? לויט דעם מהלך דארף מען אויסמעקן לכה"פ אלע ספרי השקפה, און זאגן אז מיר קענען סייווי נישט פארשטיין גאט און ס'איז א שאד צו פרעגן קשיות און ענטפערן תירוצים.
דאס איז דער ארטיקל: <a class="postlink" href="http://jewsonmoon.wordpress.com/2012/04/16/%D7%94%D7%92%D7%9C%D7%92%D7%95%D7%9C-%D7%94%D7%A8%D7%91-%D7%A2%D7%95%D7%91%D7%93%D7%99%D7%94-%D7%9E%D7%AA%D7%9E%D7%95%D7%93%D7%93-%D7%A2%D7%9D-%D7%94%D7%A9%D7%95%D7%90%D7%94/">http://jewsonmoon.wordpress.com/2012/04 ... %90%D7%94/</a>

יאיר » זונטאג אפריל 21, 2013 7:35 pm

· #107375
טאמבל סאס
אפשר ווייל די חיות זענען נישט אונזערע עלטערן, זיידעס באבעס, ברודער און שוועסטער קוזינס און קוזינעס. (עכ"פ נישט פון דער נאנטער היסטאריע)

דאס ערקלערט אפשר פארוואס מיר האבן א גרעסערע עמאציאנעלע פראבלעם מיט די האלאקאוסט, אבער עס איז נישט משנה לגבי דער טעאלאגישער פראבלעם. לגבי דעם פראבלעם פון שלעכטס קען מען פונקט אזוי פרעגן אויף יעדע זאך פון די נאטור וואס מאכט נישט קיין סענס פארוואס א קלוגער און גוטער גאט טוט עס. און אויב דער תירוץ איז אז עס איז דא א באהאלטענע סיבה ואס מיר פארשטייען נישט, פארוואס ארבעט נישט דער תירוץ ווען עס קומט צו די האלאקאוסט.

אויס מענטש » זונטאג אפריל 21, 2013 7:57 pm

· #107390
וואס גיט אונז אזא ארטיקל צו צי די אמונה ?
פארשטערקערט עס די קשיות?
פרעגט עס אפ אלע תירוצים ?
עס איז געשריבן זייער גוט נישט איבערצולאזן קיין איין תי' און איבערצולאזן די קשיות, און שטילערהייט ציען די מסקנות המחרידות.

רבותי! א תי' איז באמת נישטא! פאר אונזער קליינע מוחות, נאר איין זאך טוט אונז מנחם זיין,
"עוד ישראל חי" נאך אלע פאסירונגען און השמדות איז "עוד ישראל חי"

און ווי עס איז דער לשון היעב"ץ: (בסידורו סולם בית אל חלק ב') מי שיעיין ביחוד ענייננו ומעמדינו בעולם, אנחנו אומה שה פזורה...מה רבים היו צרינו, מה עצמו נשאו ראש הקמים עלינו מנעורינו, להשמידנו לעקרינו לשרשינו... גם לא יכלו לנו לאבדינו ולכלותינו... חי נפשי כי בהתבונני בנפלאות אלה גדלו אצלי יותר מכל ניסים ונפלאות שעשה ה׳ יתברך לאבותינו במצרים ובמדבר ובארץ ישראל, וכל מה שארך הגלות יותר נתאמת הנס יותר ונודע מעשה תקפו וגבורתו. עכ"ד הק'

יאיר » זונטאג אפריל 21, 2013 8:11 pm

· #107393
אויס מענטש, א דאנק פאר דעם גאר אינטערעסאנטן ציטאט פון יעב"ץ, אבער איך מיין אז דאס איז אן ענין פון טענו בחיטין והודו לו בשעורין. קיינער איז חלילה נישט געווען מסופק אין דעם מושג פון עם הנבחר, מיר ווילן בלויז פארשטיין א שווערע קשיא וואס פלאגט אונז. אויב עס איז דא א גוטער תירוץ וועט מען עס מקבל זיין, און אז נישט, וועט מען זיך מוזן באגיין אן דעם, און זיך פארלאזן אז איין טאג וועט אלעס הערליך פארענטפערט ווערן.

אויס מענטש » זונטאג אפריל 21, 2013 8:21 pm

· #107405
יאיר! איך האב געשריבן אזוי ווי איך האב פארשטאנען, און ליינענדיג די תגובות דא און אויף יענעם בלאג, האב איך געזעהן ווי נאך אירע האבן אזוי פארשטאנען,
און וואס מעלת כבודו האט פארשטאנען האב איך שוין געזעהן אין דיין פריערדיגע תגובה,

און אויב דער תירוץ איז אז עס איז דא א באהאלטענע סיבה ואס מיר פארשטייען נישט, פארוואס ארבעט נישט דער תירוץ ווען עס קומט צו די האלאקאוסט.

און שטארק הנאה געהאט, אבער נישט יעדער איז די מדריגה, זיך צו בייגן אזוי.
ובזה אצא בשלום מן האשכול

הוגה » זונטאג אפריל 21, 2013 8:22 pm

· #107406
ר' יאיר, איך פארשטיי נישט וואס די פראבלעם איז. אלע הסברים אין די וועלט וועלן נישט קענען משיג זיין מדי באשעפער. ווי אויך קענען מיר נישט משיג זיין וואס ער וויל און אודאי נישט פארוואס ער וויל. אויב ווילן מיר וויסן וואס די באשעפער וויל דארפן מיר פונה זיין צו אים אליינס שהוא ותורתו אחד. קיינער קען נישט און האט נישט די רעכט צו זאגן וואס די באשעפער וויל, זיכער נישט פאר אנדערע. און אויב טרעפסטו ספרי השקפה וואו עס שטייט עפעס וואס שטייט נישט אין די תורה קענסטו עס ווארפן אין די גארביגזש.

יאיר » זונטאג אפריל 21, 2013 8:45 pm

· #107413
איך האב נאכנישט געטראפן קיין איין ספר השקפה וואו עס שטייט בלויז נאכגעשריבן די תורה, ווען יא וואלט מען דאך נישט געדארפט דעם ספר השקפה. יעדער אזא ספר מאכט דאך גזירה שוות און קל וחומר'ס אויפ'ן באשעפער, ווי למשל אז ער האט אונז געגעבן די תורה כדי ס'זאל נישט זיין נהמא דכסופא, אדער אז די תורה איז געגעבן געווארן כדי אונז צו אויסאיידלען. אויב מ'קען נישט וויסן וואס גאט וויל, דעמאלט האט נישט קיין פשט צו אריינלערנען תורות אין זיינע רצונות.

הוגה » זונטאג אפריל 21, 2013 9:12 pm

· #107422
איז וואס זאגסטו, מען קען אים יא פארשטיין? פרוביר מסביר צו זיין, נישט דוקא די האלאקאוסט, נאר עניטינג.

די אלע הסברים בספרים הקדושים, די אלע אריינלערנאכצער אין די באשעפערס רצון איז נישט קיין סתירה צום לא ישיגוהו משיגי גוף. ביי דער וואס איז למעלה מן המקום והזמן קענען ביידע זיין אמת.

יאיר » זונטאג אפריל 21, 2013 9:16 pm

· #107424
אויב מען קען יא אריינלערנען הסברים אין זיינע מעשים און זאגאר זאגן פארוואס די אדער יענע שטראף איז זיך געקומען, פארוואס ווען עס קומט צו די האלאקאוסט שטעלט מען זיך פלוצלינג אפ און מען זאגט לא ישיגוהו משיג הגוף?

זר זהב » זונטאג אפריל 21, 2013 9:23 pm

· #107428
און מעג מען פארדרייען און פרעגן פארוואס א גוי ליידט אויף די וועלט? מילא א איד איז דא אלע תירוצים, ער קומט דא אפ, פריערדיגע גילגולים. אבער וואס האט דער וואוילער גוי אין באסטאן געטון צו פארלירן ביידע פיס? איז דא תורה'דיגע מהלך אין דעם?

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 21, 2013 9:37 pm

· #107434
ווייל דאן וואלט נישט געווען קיין נסיון, וויבאלד יעדער וואלט איינגעזען אז נאר די איד ליידט.
אלא מאי ווייל אלץ דרייט זיך ארום אים, און כל העולם וכל מה שמתרחש בעולם, אינו אלא בשביל ישראל...
פאלט דאך אוועק די יצר הרע, און די וידע כל פעול וועט געשעהן פריער פון די צייט.

יאיר » זונטאג אפריל 21, 2013 9:49 pm

· #107437
טאמבל סאס
ווייל דאן וואלט נישט געווען קיין נסיון, וויבאלד יעדער וואלט איינגעזען אז נאר די איד ליידט.
אלא מאי ווייל אלץ דרייט זיך ארום אים, און כל העולם וכל מה שמתרחש בעולם, אינו אלא בשביל ישראל...
פאלט דאך אוועק די יצר הרע, און די וידע כל פעול וועט געשעהן פריער פון די צייט.

מען שניידט דעם גוי אפ די צוויי פיס כדי קיינער זאל נישט געוואויר ווערן אז די אידן זענען די עם הנבחר. גאנץ א פיינע פשט'ל.

אויס מענטש » זונטאג אפריל 21, 2013 10:04 pm

· #107445
לגבי דעם גוי קען איך אננעמען דעם תי' פון טבע, אז די וועלט ווערט געפירט בדרך העולם המתנהג בטבע, און ווילט זיך קומען א טערראסיט מיט א באמבע הרשות בידו.
אבער לגבי דעם עם ישראל, וואס זייערע ליידן זענען עפעס למעלה מדרך הטבע, וויל זיך הערן א תי' עפעס מער ווי פשוט טבע.

טאמבל סאס » זונטאג אפריל 21, 2013 10:06 pm

· #107446
יאיר
מען שניידט דעם גוי אפ די צוויי פיס כדי קיינער זאל נישט געוואויר ווערן אז די אידן זענען די עם הנבחר. גאנץ א פיינע פשט'ל.
העי. וויאזוי דערוואגסטו זיך צו פרעגן דערויף.
מיין טאטע א איד וואס זיצט אין לערנט האט מיר אזוי מסביר געווען.
אדער איז פשט, (ג'א) דער בן נח האט זיך אויך זיינע מצות וואס ער דארף היטן; אדער אז ער האט שוין אזוי אריינגעלייגט אין די טבע, איז עס משום לא פליג; אפשר גאר זענען זיי די חסידי אומות העולם.

דעת תורה » זונטאג אפריל 21, 2013 11:38 pm

· #107471
מען קען שפעקולירן, מציע זיין מהלכים און פשטים, ווי לאנג מען קען. אויב שטעלט זיך דער מוח אפ, און מען קען שוין נישט זאגן, מען האט נישט וואס צו זאגן, סאו בי איט. טרייען קען מען אייביג און ווילאנג א נביא זאגט עס נישט אדער די מציאות ווייזט עס נישט איבער, איז עס נישט פרואווד.

לגבי ת"ח ות"ת, לויטן תוספות יום טוב איז עס געקומען ווייל מען האט גערעדט אין שול / נישט געענטפערט אמן. די וועד ארבע ארצות האט ביי א אסיפה דאן תולה געווען דעם ענין אין חיסרון צניעות, און דערפאר מתקן געווען די תקנה אז פרויען זאלן זיך שערן. [דרוש מקור]

לגבי די צווייטע וועלט קריג, וואס פעלט פאר דעם הסבר אז עס איז שוין פארגעזאגט געווארן אין די תורה? אויב זינדיגט מען, קומט א עונש. היל"ת. וואלט עס געווען א דור שכולו זכאי, וואלט מען זיך געדארפט מוטשען צו פארשטיין.

הוגה » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:40 am

· #107499
אלע הסברים בדרכי השם זענען געזאגט געווארן אלץ א מיטל צו מעורר זיין דעם עולם זיך צו פארבעסערן אין עבודת השם אבער נישט ח"ו צו פארענטפערן דעם אייבישטער. אדרבא זאגטס מיר, איז "העמידו דבריהם" א גוטע ענטפער אויף די מיליאנען גע'שחט'ענע ביים חורבן הבית עד כדי כך אז נשים רחמניות בישלו?

אויב הערט איר אז אסאך אידן האבן גערעדט ביים דאווענען אדער פרויען זיך אויפגעדעקט די האר דאן איז שוין בארעכטיגט די שוידערליכע עוולות און רציחות פון ת"ח ות"ט?

דער פאקט אז אידישע פרויען גייען מיט שמאלע געפאסטע קליידער בארואיגט דיך שוין פארוואס משפחת גלויבער איז אזוי טראגיש פארשניטן געווארן? איז דאס דער ק-ל אמונה ואין עול? ווער רעדט נאך פון די מעשה ביי איוב, אלץ ווייל ער האט זיך געוועט מיטן שטן? יעצט איז שוין אלעס פארענטפערט?

אלא מאי, דאס איז א וועג אויסצולערנען די אידן תורה, אבער פארשטיין די באשעפערס דרכים איז אוממעגלעך. ולא ישיגיהו משיגי גוף. אפילו די אריז"ל האט נישט פארשטאנען, טראץ דעם וואס ער האט געהאלטן פון גילגולים.

דאס ברענגט אונז צוריק צום נושא פון גלגולים, אויב האט עס נישט קיין ריכטיגע מקורות, פארוואס האבן די חכמי ישראל געפילט פאר וויכטיג זיך צו באנוצן מיט דער טעאריע ווען עס פארענטפערט למעשה גארנישט?

איך האב פריער פארגעסן צו דאנקען ר' יאיר פארן לינק, איי ריעלי אפרישיעיט איט. דאנקע שעהן.

דעת תורה » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 am

· #107502
די פאקט אז אידן זענען עובר אויף די תורה, דינען עבודה זרה, פארענטפערט שוין די תוכחה מיט אירע אלע שוידערליכע זאכן? די פאקט אז די כנענים האבן זיך אויפגעפירט מיאוס פארענפערט שוין פארוואס ארץ ישראל האט זיי אויסגעשפיגן? איי מין, קאם אן, דאס איז דאך וואס די תורה לאזט אונז הערן, דאס זאגט אונז די תורה, יא, אויב דינט מען עבודה זרה קומט דערפאר א תוכחה. די תורה זאגט נישט קיין ווארט וועגן גלגול, און די זעלבע תורה זאגט תיכף נאך די תוכחה אז אל אמונה ואין עול, צדיק וישר הוא. עס איז זייער קלאר פון די תורה וואס די עונש פאר עבירות זענען.

גלגול דארף מען צו פארענטפערן צדיק ורע לו, נישט רשע ורע לו.

בנוגע גלגול, די חכמי ישראל וואס האבן גענוצט גלגול פאר א הסבר, האבן אבוויעסלי יא געהאלטן פון גלגול, כמבואר בקבלה.

הוגה » מאנטאג אפריל 22, 2013 1:10 am

· #107510
א מלך האט אמאל געשריבן א גזירה אז אויב וועט איינער נישט באצאלו די שטייער וועט מען אים אויסהארגענען אים מיט זיין גאנצע משפחה און אויך זיין גאנצע שטאט, ווייל די קעניג איז א בעל חסד נפלא אבער נאר ווילאנג מען באצאלט די שטייערן אבער איין מאל איינער צאלט נישט איין גייט ער אריבער פון זיין כסא רחמים צו זיין כסא משפט און קעפ וועלן פליען. אזוי איז געשטאנען אין די פונקס המלוכה.

ןיהי היום, איינער האט נישט באצאלט די שטייערן און עס איז געשעהן וואס עס איז געשעהן.

עטליכע געטרייע עבדים האבן זיך געטרויעט צו ווינדערן הויך, וואס איז דא געשעהן מיט אונזער מלך רחום וחנון? פאר אזא עבירה קומט זיך אויסצורצחנן א גאנצע שטאט אנשים נשים וטף?

ויענו אנשי הקאווע שטיבל לאמר. מיר האבן א גוטע תירוץ. די קעניג איז געווען גערעכט, ווייל אזוי האט דאך ער אליינס געווארענט קלאר אינעם פונקס המלוכה. אבער בעצם איז טאקע די קעניג א רחום וחנון.

אההההה האבן אלע געענטפערט, יעצט פארשטייען מיר שוין אלעס, מיר האבן שוין נישט קיין קושיות.

והנמשל מובן מאליו.

רבותי, איר קענט לעבן פינף טויזנט יאר, אנפירקלן די גאנצע אונטערגעוועבאכץ מיט קאווע שטיבל ארטיקלן, איר קענט ברענגן וויפיל פסוקים, מאמרי חזל און פרקי ויואל משה איר ווילט, איר וועט אבער קיינמאל נישט קענען פארענטפערן די דרכים פון באשעפער. און טרייטס עס אפילו נישט צו טון. אנשטאט דעם נעמט ארויס די ספרי ר' אביגדור מילר (אדער אפאר גוטע סייענס ביכער) וועט איר זיך אליינס איבערצייגן אז דער גאט וואס האט באשאפן די וועלט איז וועי טו ביג אז מיר זאלן אים אנהייבן צו קענען םארשטיין.

ולא ישיגיהו משיגי גוף!!!!

הוגה » מאנטאג אפריל 22, 2013 1:33 am

· #107512
היות מען האט מיר אנגעפרעגט אין אישית וועל איך מבאר זיין איין נקודה

ווען איך רעד וועגן ספרי ר' אביגדור מילר, רעד איך איבער זיינע ספרים און מאמרים איבער די חכמת הבריאה. ווען מען לערנט די זאכן קען מען צוקומען צו נאר איין החלטה אז עס איז דא אינטעלידזשענט דיזיין, און נישט סתם נאר אויף א פארנעם וואס מיר קענען נישט משיג זיין. ווייל נאך טויזנטער יארן שטודירן די וועלט, נאכן פארשטיין ווי אלע בריאים מיט די מיליאנען באשטאנדטיילן וואס זיי זענען געמטכט פון, זענען געקניפט און געבינדן אויף א הפלא'דיגע אופן. דאך זענען אלע חוקרים מודה אז זיי זענען נישט אנגעקומען צו פארשטיין אפילו כטיפה מן הים פון די חכמת הבריאה. (און יא, ווען מען לערנט סייענס ביכער, די פאקטן אן זייערע החלטות, קומט מען צו צו די זעלבע מסקנא.)

נו, זאגזשע מיר, אזא מעכטיגע גאט, וואס אזויפיל קלוגע חכמים און חוקרים, צדיקים און פילעזאפן זאגן אז זיי זענען נישט אנגעקומען צו מפענח זיין זיינע מעשי ידיו, קענען מיר עקספעקטן צו פארשטיין זיינע דרכים?

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 22, 2013 4:41 am

· #107521
דעת תורה
די פאקט אז אידן זענען עובר אויף די תורה, דינען עבודה זרה, פארענטפערט שוין די תוכחה מיט אירע אלע שוידערליכע זאכן? די פאקט אז די כנענים האבן זיך אויפגעפירט מיאוס פארענפערט שוין פארוואס ארץ ישראל האט זיי אויסגעשפיגן? איי מין, קאם אן, דאס איז דאך וואס די תורה לאזט אונז הערן, דאס זאגט אונז די תורה, יא, אויב דינט מען עבודה זרה קומט דערפאר א תוכחה. די תורה זאגט נישט קיין ווארט וועגן גלגול, און די זעלבע תורה זאגט תיכף נאך די תוכחה אז אל אמונה ואין עול, צדיק וישר הוא. עס איז זייער קלאר פון די תורה וואס די עונש פאר עבירות זענען.

גלגול דארף מען צו פארענטפערן צדיק ורע לו, נישט רשע ורע לו.

בנוגע גלגול, די חכמי ישראל וואס האבן גענוצט גלגול פאר א הסבר, האבן אבוויעסלי יא געהאלטן פון גלגול, כמבואר בקבלה.

איז שוין בכלל אמאל געווען א דור וואס איז געוען כולו זכאי און עס זענען נישט געווען קיין רשעים? אויב נישט, וועט אמאל זיין אזא זאך?
און אויב יא, האבן אידן געלעקט האניג דעמאלט?

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 22, 2013 8:13 am

· #107526
אין חומש און תלמוד איז נישטא קיין זכר פון גלגול. 


גלגול מן התורה מנין?

"ותהי נציב מלח"

גלגול מן הגמרא מנין?

ונעשין פילין וקופין. דער דור הפלגה איז געווארען מאנקיס. (פילין שטייט אפשר נישט).

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:11 pm

· #107596
אויב קען מען נישט פארשטיין דער אייבישטער, וויאזוי קענסטו וויסען אז זיין רצון איז מיר זאלען היטען תורה וממצוות? וועסטו דען זאגען, עס שטייט אזוי אין די תורה, נו, אפשר איז זיין רצון דווקא אז מיר זאלען נישט פאלגען די תורה, איי סשטייט פארקערט, דו האסט דען א השגה אין דרכי ה'? סאיז נאר א נסיון צו זעהן ווער עס וועט האבען גענוג אמונה און זיך נישט לאזען נארען פון דאס וואס זעהט אויס אז ער וויל אזוי.

יאיר, קודם כל טאקע אויף די בהמות איז אויך שווער, און טאקע די תורה פון גלגול במקורו איז געקומען דאס אויך צו פארענטפערן, אויב א בהמה איז א גלגול פון א מענטש, פארשטייט מען שוין וואס קומט זיך איר עונשים. צווייטענס, יש חילוק בין אדם לבהמה מאחר שאין לבהמה תודעה במובן שיש לאדם, וממילא איז נישט אזא עוולה צו מאכען צער פאר א בהמה ווי פאר א מענטש.

הקטן » מאנטאג אפריל 22, 2013 1:55 pm

· #107629
איך בין מיט הוגה אלל דע וועי. באט איך וויל מוסף זיין איין נקודה: די עצם מושג פון רחמנות אדער רחום וחנון און געפילן אין general איז באשאפן געווארן צוזאמען מיט אונז, ממילא איז די גאנצע קשיא מעיקרא ליתא.
די רב עובדיה פון די חיות האט גאר אנדערע קלאץ קאשעס.

דער תירוץ פון גלגולים all it says is אז מיר האבן נישט די big picture און וועגן דעם פארשטייען מיר נישט. אזוי ווי איינער וואס קומט אריין אין operating room און זעט ווי מען שניידט שטיקער און פאנגט אן שרייען רוצחים!!!

אז ימלא שחוק פינו - קען זיין (און אויב נישט קענסטע פיילן א קאמפלעין)

הקטן » מאנטאג אפריל 22, 2013 2:07 pm

· #107636
לעיקוואד
אויב קען מען נישט פארשטיין דער אייבישטער, וויאזוי קענסטו וויסען אז זיין רצון איז מיר זאלען היטען תורה וממצוות?


איך פארשטיי נישט וויאזוי א computer ארבעט אבער איך פארשטיי דאך אז עס איז בנימצא א computer.
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער זאל פארשטיין אז ער דארף אדער קען פארשטיין.

וועגן דיין שאלה אז אפשר איז די גאנצע תורה א טריק צי זען ווער וועט כאפען אז מען דארף טון just פארקערט - אזא סארט פימפעל פיימען סעד - אפשר. איך וואלט מציע געווען די טרייסט יאזען דאס פאר אן excuse ווען די קימסט אן אויבען אין זיי מודיע דא פארן עולם ווי אזוי ס'האט געראבעט

דעת תורה » מאנטאג אפריל 22, 2013 2:55 pm

· #107661
הוגה
א מלך האט אמאל געשריבן א גזירה אז אויב וועט איינער נישט באצאלו די שטייער וועט מען אים אויסהארגענען אים מיט זיין גאנצע משפחה און אויך זיין גאנצע שטאט, ווייל די קעניג איז א בעל חסד נפלא אבער נאר ווילאנג מען באצאלט די שטייערן אבער איין מאל איינער צאלט נישט איין גייט ער אריבער פון זיין כסא רחמים צו זיין כסא משפט און קעפ וועלן פליען. אזוי איז געשטאנען אין די פונקס המלוכה.

ןיהי היום, איינער האט נישט באצאלט די שטייערן און עס איז געשעהן וואס עס איז געשעהן.

עטליכע געטרייע עבדים האבן זיך געטרויעט צו ווינדערן הויך, וואס איז דא געשעהן מיט אונזער מלך רחום וחנון? פאר אזא עבירה קומט זיך אויסצורצחנן א גאנצע שטאט אנשים נשים וטף?

ויענו אנשי הקאווע שטיבל לאמר. מיר האבן א גוטע תירוץ. די קעניג איז געווען גערעכט, ווייל אזוי האט דאך ער אליינס געווארענט קלאר אינעם פונקס המלוכה. אבער בעצם איז טאקע די קעניג א רחום וחנון.

אההההה האבן אלע געענטפערט, יעצט פארשטייען מיר שוין אלעס, מיר האבן שוין נישט קיין קושיות.

והנמשל מובן מאליו.

רבותי, איר קענט לעבן פינף טויזנט יאר, אנפירקלן די גאנצע אונטערגעוועבאכץ מיט קאווע שטיבל ארטיקלן, איר קענט ברענגן וויפיל פסוקים, מאמרי חזל און פרקי ויואל משה איר ווילט, איר וועט אבער קיינמאל נישט קענען פארענטפערן די דרכים פון באשעפער. און טרייטס עס אפילו נישט צו טון. אנשטאט דעם נעמט ארויס די ספרי ר' אביגדור מילר (אדער אפאר גוטע סייענס ביכער) וועט איר זיך אליינס איבערצייגן אז דער גאט וואס האט באשאפן די וועלט איז וועי טו ביג אז מיר זאלן אים אנהייבן צו קענען םארשטיין.

ולא ישיגיהו משיגי גוף!!!!


בקיצור זאגסטו אז דו האלטסט און פארשטייסט לפי ראות עיניך אז די עונשים וואס די תורה גיט אויף עובר זיין פארשידענע עבירות, הן די עונשים וואס בית דין גיט פאר א יחיד און הן די כלליותדיגע פורעניות אויף כלל ישראל אויב מען האלט נישט די תורה חלילה, איז נישט פראפארשענעל. איך האלט גראדע אז עס איז יא.

עגעין, ביסט גערעכט מיט דעם רעיון אז סאיז נישט מעגליך משיג צו זיין די דרכי ה', (אגב ולא ישיגוהו משיגי הגוף קומט נישט דא אריין כפשוט) אבער צו דעם דארף מען נאר צוקומען ווען עפעס שטימט נישט. ווען א רשע באקומט א עונש, שטימט אלעס, און מען טאר זיך נישט פארמאכן די אויגן און זאגן מיר פארשטייען נישט די דרכי ה', נאר מען דארף אראפ לערנען א מוסר השכל כמבואר איבעראל.

דעת תורה » מאנטאג אפריל 22, 2013 3:03 pm

· #107665
לגבי די שאלה פון חיות ובהמות, איז פון דעם טאקע א תשובה נצחית אויף ווער עס גלייבט נישט אין קיין רעליגיע, און פון דעם פוינט אוו וויו זענען די צער בעלי חיים גרופעס הייליג גערעכט, ווער געט פאר א מענטש א רעכט צו נעמען א אומשולדיגע בהמה און דערהארגענען און נאך גיין אויפעסן זיין פלייש? איי מין דאס איז דאך די נידריגסטע און גרוייגסטע פעולה וואס א מענטש קען טאן, הארגענען א באשעפעניש א יצור, סתם ווייל ער דארף זיין פלייש? היטלער הט אזאנס נישט געטאן.

איז בשלמא אז דו גייסט בצלם אלקים עשה את האדם, און דער קריעיטאר, דער בורא כל האט משליט געווען דעם מין האנושי אויף די אנדערע ראסע באשעפענישן, קען עס נאך גיין, (וכידוע אז ביזן מבול איז טאקע בשר בהמות וחיות געווען אסור, שפעטער האט דער אייבישטער עס מתיר געווען פאר נח ובניו). אבער אויב איז גלייבט מען נישט אין דעם, נאכמער אז מען גלייבט אז מענטשן קומען באמת פון בהמות וחיות, איז דאך דאס א רציחה, און איך רעד שוין נישט פון דעם וואס מען מאכט קאליע דמו ודם זרעיותיו, און אפשר וואלט אין מיליאן יאר ארום פון די בהמה ארויסגעקומען א זיוויג פאר דיין אייניקל...?

קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 22, 2013 3:21 pm

· #107675
דער אשכול איז א דבר בעיתו מה טוב,

און די דאזיגע טעג, צווישען פסח און שביעות, האט מען ליידער אוועק געפירט דאס גאנצע אונגארישען יודענטום, צו די היטלערישע קאלעך אויבענעס, טויזענטער, און טויזענטער אונגארישע יודן, מענער, פרויען, יונג און אלט, תינוקות שלא טעמו טעם חטא, רבנן ותלמידיהם, קהילות קדושות, אלעס איז געגאנגען כצאן לטבח, אלעס האט זיך ליידער געשענגעלט, און די לאננגע רייעס, און אוישביטץ-בירקאנוי, פאר דעם קאלט בלוטיגען רשע, ד'ר מענגעלע ימ''ש, וואס האט מיט זיין צינישער שמייכל, געוויזען מיט די הענד, מי יחיה ומי ימות,

ארץ ארץ אל תכסו דמם.

ווען אלע ימים וואלטען געווען טינט, און אלע ביימער, פעדערן, און אלע הימלן, פארמעט, און אלע איינוואוינער פון די וועלט, שרייבער, וואלט מען נישט געקענט אראפשרייבן, דאס בראך וואס איז דירוך געגאנגען אויפן כלל ישראל, בימי הפרעניות, בשנת תרצ''ט - שנת תש''ה.

די גמרא זאגט: שלהי דקייטא קשיא מקייטא, - סוף זימער, איז ערגער וואו זימער:

די חורבן פון נאך דער חורבן, איז און א געוויסע זין, נאך געווען ערגער וואו דער חורבן אליינס, כלל ישראל האט זיך נאך אלס נישט געהעריג ציריק געכאפט, פון דעם ביטערן חורבן, כלל ישראל איז געבליבן עלענד, און נאקעט, אלע גדולי ישראל, זענען ליידער געגאנגען אויף קידוש ה', און מיר זענען געבליבען עלענדער וואו עלענד.

כלל ישראל האט זיך ארום געדרייט נאך דעם ביטערן חורבן, און גפרעגט למה? פארוואס? למה עשה ה' ככה? פארוואס איז געקימען אויף אונז אזא חורבן? וואס האבן מיר זיך אזוי פארזינדיגט פארן הייליגען באשעפער? אבער ליידער די גדולי ישראל וואס האבן געקענט פארענפערן די דאזיגע שאילות, זענען ליידער אוועק מיטן רויעך, און זייערע פענטעס, איז פארוואנדעלט געווארן פאר ''ריינעם יודען פענטעס זייף" דירוך די מלאכי חבלה בדמות אנשים.

און יודן זענען נעבאך געבליבן מיט קשיות, און נעבאך פארלוירן די אמונה אונעם איין איינציגען באשעפער, נישט איין יוד האט אויף געהערט זאגן שמע ישראל, און נישט 2 און נישט 3, נאר טויזענטער יודן, האבן ליידער פארלאזט, די וועג פון זייערע עלטערען, און האבן פארגעסן, פון דעם הייליגען פסוק, וואס זייער טאטע, מאמע, ברידער, שוועסטער, האבן גשריגען מיט די לעצטע כוחות, פאר די נאצישע רשעים האבן פארקנאקט אויף זיי די שווערע טויערען פון די גאז קאמערען, און זייערע הייליגע נשמות זענען ארויף מיט שטורם, פארן כיסא הכבוד.

און דערנאך איז נאך אונטער געקימען, די שווערסטע פון די שווערסטע, די ציונים האבן באוויזען אויסצופירן די וויזיע פון די כופרים בנימין זאב הערצל שר''י, און זיין שותף מקס נורדאו שר''י, וואס ער שרייבט און זיין טמא'נעם בוך, דער יודן-שטאט, אז די איינציגסטע וועג, וואו אזוי צו לעזן די יודן פראגע, און נאר אז כלל ישראל וועט ווערן ככל הגוים בית ישראל, און אז מען דארף שוין נישט ווארטען אויף משיח, אזוי ווי דער הייליגער באשעפער האט אונז באשוואוירען, נאר מען דארף זיך אליינס אויסלייזן פון גלות רח''ל, און מדינת ישראל איז געווארן א מציאות,.

דא שטייען יודישע קונדער, וואס האט אצינד מיט געמאכט דעם גרעסטען אומגליק, זינט דעם חורבן בית המקדש, עלענד, און צובראכען, אן קיין גדולי ישראל, אן קיין היים, אן קיין שוץ ארט, בעירום ובחוסר כל, פארלוירן די משפחה, פארלוירן די גוטע פריינד, פארלוירן דאס גאנצע האב און גוט'ס, אליין, אליין, אליין, און הערן אז יודישע קינדער האבן א אייגען לאנד, א כלומר'שט מקום מנוחה, וואו מען וועט זיך קענען אוועק לייגען דאס צוזאם געבראכענעם גוף, און זיך טרעפן א שטיקל מקום מנוחה, וואו גרויס און וואו ריזיק איז געווען די נסיון? מיר קענען זיך עס ניטאטמאל פארשטעלן,

לענינו דאס איז זיכער אז די שואה, און אירע נאכווייען איז געווען א נסיון פון הימל, אויס צו פראבירן, דאס אויס פראבירט יודיש פאלק,

און וואו וואויל און ווי ליכטיג וועט זיין ווען משיח וועט קימען, פאר די דאזיגע וואס זענען בייגעשטאנען דעם נסיון?

די שכר פאר די דאזיגע וועלן דאך זיין עד אין לשער, דעמאלס וועלן מיר פרעגן דעם הייליגן באשעפער אליינס, למה? פארוואס? און איך בין זיכער אז ער וועט האבן א תירוץ, אבער סתם אזוי שטיין און פראבירן זיך דערגרינטעווען און זאכן וואס זענען למעלה מהשגתינו, וועט אונז נישט ברענגן און ערגעץ.

לאמיר ביישטיין דעם נסיון, און אויסווארטען מיט געדילד, אויף ביאת משיח, וואס דעמאלס וועלן אונז די אלע גוטע קישות פארענפערט ווערן, עס וועט נישט נעמען צו לאנג.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 22, 2013 4:52 pm

· #107709
דעת תורה
לגבי די שאלה פון חיות ובהמות, איז פון דעם טאקע א תשובה נצחית אויף ווער עס גלייבט נישט אין קיין רעליגיע, און פון דעם פוינט אוו וויו זענען די צער בעלי חיים גרופעס הייליג גערעכט, ווער געט פאר א מענטש א רעכט צו נעמען א אומשולדיגע בהמה און דערהארגענען און נאך גיין אויפעסן זיין פלייש? איי מין דאס איז דאך די נידריגסטע און גרוייגסטע פעולה וואס א מענטש קען טאן, הארגענען א באשעפעניש א יצור, סתם ווייל ער דארף זיין פלייש? היטלער הט אזאנס נישט געטאן.

איז בשלמא אז דו גייסט בצלם אלקים עשה את האדם, און דער קריעיטאר, דער בורא כל האט משליט געווען דעם מין האנושי אויף די אנדערע ראסע באשעפענישן, קען עס נאך גיין, (וכידוע אז ביזן מבול איז טאקע בשר בהמות וחיות געווען אסור, שפעטער האט דער אייבישטער עס מתיר געווען פאר נח ובניו). אבער אויב איז גלייבט מען נישט אין דעם, נאכמער אז מען גלייבט אז מענטשן קומען באמת פון בהמות וחיות, איז דאך דאס א רציחה, און איך רעד שוין נישט פון דעם וואס מען מאכט קאליע דמו ודם זרעיותיו, און אפשר וואלט אין מיליאן יאר ארום פון די בהמה ארויסגעקומען א זיוויג פאר דיין אייניקל...?


וויאזוי איז דאס א תשובה ניצחת? אויב האלטסטו אז אן א גאט זאל דאס מתיר זיין איז דאס אוממאראליש צו הרגנען בהמות, אזויווי עס האלטען טאקע אנדערע, אויך מיט א גאט, איז דאס טאקע אוממאראליש און גרויליג. און דאס איז לדעתי בכלל נישט קיין אפגעפרעגטע שטעלונג. דאס וואס מענטשען פירען זיך נישט אזוי איז נשט קיין ראיה אויף גארנישט. מענטשען האבען אויך געמאכט א שואה. און אויב האלטסטו אזוי העלפט דיר דער גאט נישט קיין סאך אויך אויב ער איז דאס מתיר . בסך הכל ווארפסטו ארויף דער שולד אויף גאט, נו אויף דעם רעדט דאך דער אשכול וועגן די טענה וואס איז דא אויף גאט פארוואס ער מאכט א האלעקויסט. און בכלל באנו לשאלת רעליגיע און מאראל המדובר פה בכמה אשכולות שונים.

אבער לעולם, ביסטו זיך ממש סותר מיניה וביה. ווייל אויב האלסטו אז גאט איז א תשובה אויף מאראל, קומט אויס אין אנדערע ווערטער אז אן גאט און א תורה איז נישטא מאראל. איז ממילא ווי קענסטו האבן טענות אויפ'ן מענטש וואס גלייבט נישט אין גאט וויאזוי ער הרג'עט חיות? אפילו ווען ער הרג'עט מענטשן קענסטו נישט האבען א טענה אויף עם, ווער זאגט דען אז עפעס איז ראנג צו זיין היטלער?

שלישית, איז דא גאנץ פשוט'ע סברות מסביר צו זיין פארוואס עס איז נישט מאראליש צו הרג'נען א מענטש אפילו אז ס'איז יא מאראליש צו הרג'נען בעלי חיים, אויך למ"ד אז א מענטש איז א אייניקל פון א מאנקי.

הקטן » מאנטאג אפריל 22, 2013 4:53 pm

· #107710
דעת תורה
לגבי די שאלה פון חיות ובהמות, איז פון דעם טאקע א תשובה נצחית אויף ווער עס גלייבט נישט אין קיין רעליגיע, און פון דעם פוינט אוו וויו זענען די צער בעלי חיים גרופעס הייליג גערעכט, ווער געט פאר א מענטש א רעכט צו נעמען א אומשולדיגע בהמה און דערהארגענען און נאך גיין אויפעסן זיין פלייש? איי מין דאס איז דאך די נידריגסטע און גרוייגסטע פעולה וואס א מענטש קען טאן, הארגענען א באשעפעניש א יצור, סתם ווייל ער דארף זיין פלייש? היטלער הט אזאנס נישט געטאן.

איז בשלמא אז דו גייסט בצלם אלקים עשה את האדם, און דער קריעיטאר, דער בורא כל האט משליט געווען דעם מין האנושי אויף די אנדערע ראסע באשעפענישן, קען עס נאך גיין, (וכידוע אז ביזן מבול איז טאקע בשר בהמות וחיות געווען אסור, שפעטער האט דער אייבישטער עס מתיר געווען פאר נח ובניו). אבער אויב איז גלייבט מען נישט אין דעם, נאכמער אז מען גלייבט אז מענטשן קומען באמת פון בהמות וחיות, איז דאך דאס א רציחה, און איך רעד שוין נישט פון דעם וואס מען מאכט קאליע דמו ודם זרעיותיו, און אפשר וואלט אין מיליאן יאר ארום פון די בהמה ארויסגעקומען א זיוויג פאר דיין אייניקל...?


אויב א מענטש איז נישט מער ווי א חיה פארשטיי איך אינגאנצען נישט די צער בעלי חיים גרופעס, זייט ווען האסטו טענות אויפו קאץ פארוואס ער באגייט זיך מיט אזא רציחה אויפן מייז. דאס איז די rule of the jungle

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 22, 2013 5:00 pm

· #107714
הקטן
לעיקוואד
אויב קען מען נישט פארשטיין דער אייבישטער, וויאזוי קענסטו וויסען אז זיין רצון איז מיר זאלען היטען תורה וממצוות?


איך פארשטיי נישט וויאזוי א computer ארבעט אבער איך פארשטיי דאך אז עס איז בנימצא א computer.
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער זאל פארשטיין אז ער דארף אדער קען פארשטיין.

וועגן דיין שאלה אז אפשר איז די גאנצע תורה א טריק צי זען ווער וועט כאפען אז מען דארף טון just פארקערט - אזא סארט פימפעל פיימען סעד - אפשר. איך וואלט מציע געווען די טרייסט יאזען דאס פאר אן excuse ווען די קימסט אן אויבען אין זיי מודיע דא פארן עולם ווי אזוי ס'האט געראבעט

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט וויסען דער מציאות פון גאט און נישט זיין מהות, וכמו שהסברת במשל הקאמפיוטער.
אבער אין נישט וויסען וואס ער איז איז דאך אז מקען נישט וויסען זיין רצון, ממילא פרעג איך אז דאס איז א סתירה צו כל התורה כולה וואס איז געבויט אויף די הנחה אז מיר ווייסען יא זייער קלאר וואס איז רצון ה' .

די וועג וואס איך האב געשריבען אז אפשר די תורה נאר א טריק איז נישט ממש קשור צו דער שאלה, איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגען אז גלייבען אין תורה מן השמים העלפט נישט צו פארענטפערן דער שאלה מיינע, וויבאלד מקען טייטשען די תורה אויף פיל וועגן און בכללם אפילו דער אפציע אז סאלץ א טריק צו זעהן אויב מענטשען וועלן זיך מתפתה ווערן צו זאגען אז זיי האבען פארשטאנען דער אייבישטער, כמסתבר מאד פאר ווער עס נעמט אן עד הסוף די הנחה אז מיר פארשטייען עם נישט.

און די תשובה דיינד אז איך זאל דאס זאגע ביים בית דין של מעלה, איז נישט קיין תשובה בכלל נאר א סטראשע, וואס דאס טוט מען בדרך כלל ווען מהאט נישט וואס צו ענטפערן. גראדע, רעדנדיג איבער בית דין של מעלה, קום איך יעצט פון דארט, אבער וואס זיי האבען געזאגט קען איך נישט דא איבערגעבן ווארום מהאט מיר אנגעזאגט אז מדארף אנהאלטן ווייטער די נסיון און לאזען די בחירה פאר מענטשען.

הקטן » מאנטאג אפריל 22, 2013 5:54 pm

· #107745
לעיקוואד
הקטן
לעיקוואד
אויב קען מען נישט פארשטיין דער אייבישטער, וויאזוי קענסטו וויסען אז זיין רצון איז מיר זאלען היטען תורה וממצוות?


איך פארשטיי נישט וויאזוי א computer ארבעט אבער איך פארשטיי דאך אז עס איז בנימצא א computer.
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער זאל פארשטיין אז ער דארף אדער קען פארשטיין.

וועגן דיין שאלה אז אפשר איז די גאנצע תורה א טריק צי זען ווער וועט כאפען אז מען דארף טון just פארקערט - אזא סארט פימפעל פיימען סעד - אפשר. איך וואלט מציע געווען די טרייסט יאזען דאס פאר אן excuse ווען די קימסט אן אויבען אין זיי מודיע דא פארן עולם ווי אזוי ס'האט געראבעט

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט וויסען דער מציאות פון גאט און נישט זיין מהות, וכמו שהסברת במשל הקאמפיוטער.
אבער אין נישט וויסען וואס ער איז איז דאך אז מקען נישט וויסען זיין רצון, ממילא פרעג איך אז דאס איז א סתירה צו כל התורה כולה וואס איז געבויט אויף די הנחה אז מיר ווייסען יא זייער קלאר וואס איז רצון ה' .

די וועג וואס איך האב געשריבען אז אפשר די תורה נאר א טריק איז נישט ממש קשור צו דער שאלה, איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגען אז גלייבען אין תורה מן השמים העלפט נישט צו פארענטפערן דער שאלה מיינע, וויבאלד מקען טייטשען די תורה אויף פיל וועגן און בכללם אפילו דער אפציע אז סאלץ א טריק צו זעהן אויב מענטשען וועלן זיך מתפתה ווערן צו זאגען אז זיי האבען פארשטאנען דער אייבישטער, כמסתבר מאד פאר ווער עס נעמט אן עד הסוף די הנחה אז מיר פארשטייען עם נישט.

און די תשובה דיינד אז איך זאל דאס זאגע ביים בית דין של מעלה, איז נישט קיין תשובה בכלל נאר א סטראשע, וואס דאס טוט מען בדרך כלל ווען מהאט נישט וואס צו ענטפערן. גראדע, רעדנדיג איבער בית דין של מעלה, קום איך יעצט פון דארט, אבער וואס זיי האבען געזאגט קען איך נישט דא איבערגעבן ווארום מהאט מיר אנגעזאגט אז מדארף אנהאלטן ווייטער די נסיון און לאזען די בחירה פאר מענטשען.


איך האב גראדע נישט געמיינט צי סטראשענען, איך האב געוואלט מאכן א פוינט בואט איי געס איי פעלט.
דע וועג ווי אזוי איך זע עס איז - אין א יעדען פאל איז דא א מקום פאר א מענטש זיך מתחכם צי זיין אין ניצען געוויסע פשעטליך. אבער דער יודע מחשבות בני אדם האט געגעבן דעם מענטש שכל הישר אין ער האט בחירה אז ער וויל קען ער ניצען זיין שכל הישר אין אז ער וויל קען ער פרעגן אפשר איז עס נאר א טריק וכדומה

(אפשר טאקע? איך פרעג ווער האט בכלל געזאגט אז איך דארף זיך רעכענען מיט שכל הישר? אבער איך טו אלס אין מיין לעבען לויט שכל הישר ממילא איז פער צי עקספעקטן פין מיר די זעלבע ווען עס קימט צי עבדות ה'. אין איך גלייב דאס וועט מען מאנען פין מיר דארט אויווען אין מיין התכמות האט נישט קיין טשענס)

פין דא אין וואטער מיין שכל הישר הנקרא קאמען סענס:
רצון ה' איז צי גרויס איך זאל פארשטיין - כי לא מחשבותי מחשבותיכם א נברא קען נישט משיג זיין זיין בורא
רצון ה' וואס איז נוגע פאר מיר אין גאט וויל איך זאל וויסען האט ער געשריבען אין זיין תורה, הגם איך פארשטיי דארט אויך נישט פראוואס עס איז וויכטיג פאר גאט אלל איי נאי איז אז ער וויל איך זאל עס טיען (איך קען בוחר זיין אין זאגען איך מיין אז סאיז א טריק)
רצון ה' וואס גאט האט מיר נישט געזאגט איז נישט מיין פריקען ביזנעס

אז איך בין א קליין אינגל אין חדר אין די מנהל הייסט אריינקימען פין הויף פארשטיי איך אז איך דארף אריינקימען חאטש איך הייב נישט אן צי פארשטיין מיין מנהל. מיין מנהל זאגט מיר אויך אויב גיי איך נישט אריינקימען גייט ער מיך קאנסענען - אוי איך פארשטיי נישט פארוואס

(ב.ד. וו. מיין שכל הישר איז אויך סך הכול עפעס וואס איז באשאפען געווארן יש מאין אין די פארעם וואס איז באשאפען געווארן, איך ווייס נישט פארוואס פינקט אזוי. שכל הישר וואלט געקענט זיי אז 2 +2 = 6.8)

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 22, 2013 6:03 pm

· #107749
הקטן, איין באמערקונג. דאס וואס דו רעדסט וועגן רופט זיך אמונה פשוטה. מיט שכל הישר, אדער קומון סנס, האט עס גארנישט איינגעלייגט, און אוודאי אז סענפערט נישט וואס איך האב געפרעגט.

הקטן » מאנטאג אפריל 22, 2013 6:18 pm

· #107755
>> איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט וויסען דער מציאות פון גאט און נישט זיין מהות, וכמו שהסברת במשל הקאמפיוטער.
די זעלבע איז שייך אויף רצון. די קענסט וויסען וואס איז דער רצון ה' ( דארט ווי מען האט דיר מגלה געווען) אבער דאס זאגט נישט אז די קענסט אויך פארשטיין פארוואס וכדומה - והשכל מחייב זה

diff » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:23 pm

· #108071
holocaust
They got permission but were not dictated what to do. Because first, nobody wants to do something when he is dictated every move. Second, If they were dictated, it wasnt them. The best were chosen because diamonds are rescued first.
It was more a rescue mission than a punishment. Very possible our forefathers were praying it happen

kliger » מיטוואך אפריל 24, 2013 6:28 am

· #108280
וואס ווערט פארענפערט מיט גלגול?
ווען די זעסט א באם וואס טוט עבירות ווילסטו אים צורייסן?, אדער די טראכסט אז ער האט נעבעך נישט קיין שכל אדער קיין ידיעות.
ו

הוגה » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:31 am

· #108595
ר' לעיקוואד (און אנדערע מגיבים) כ'האב נישט געהאט קיין צייט צו ענטפערן ביז יעצט אבער ב"ה איך זעה אז לא אלמן ישראל, די שמועס ציט זיך ווייטער.

צוריק צום ארגינעלע שאלה, פארוואס איז געשעהן די האלעקאוסט?

דער שאלה איז א ברייט פארצווייגטע שאלה, ווייל דאס צו פארענטפערן מוז מען פארענטפערן די פאלגענדע:
זעקס מיליאן אידן אויסגעהרג'ט
כמעט גאנץ יהדות אירופא
יהדות אמעריקא, אזיע, אפריקא, מזרח התיכון ועוד בלייבן כמעט גענצליך אומבארירט.
אלע ישיבות אין אירופא אויסגעריסן.
ישיבת מיר און תומכי תמימים זענען די באשעפערס פעט און ווערן פארשוינט.
די הריגות און רציחות זענען געווען באכזריות נוראה
געוויסע האבן איבערגעלעבט זעקס יאר בשער הגיא נאר צו ווערן געהרגט אדער צו שטארבן פון הונגער נאכן קריג.
געוויסע משפחות גענצליך אויסגעריסן, אנדערע גענצליך אומבארירט.
כמעט וואס עס האט נישט איבערגעלעבט קיין איין רב פון פוילין און גאליציע.
ערפינדונג פון די זייקלאון גאז נאר לרגל דער רונדע פון געטליכע גרימצארן.
ליידער א מיעוט אידישע ברודער האבן אליינס איבערגעגעבן אידן לשחיטה.
נאכן קריג רוב איבערלעבער פארלאזן דאס אידישע גלויבונג.
די גאנצע וועלט האט געזעהן (געמיינט) אז די אייבישטער האט אונז פארלאזט.

איך קען אנגיין נאך און נאך, באט יו געט די פוינט.

יעצט ווער וויל וואלונטירן און פארענטפערן די אייבישטער? ווער וויל קומען מסביר זיין אז די אלע זאכן זענען זייער פארשטענדליך און אקצעפטבאר? ווער וויל ווייזן אז אזוי שטייט אין די תוכחה, און אזוי ארום וועט אלעס פארענטפערט ווכרן? ווער וויל מסביר זיין ווי אזוי די פאנישמענט פיט די קריים?

כאטש קומען אנדערע, למשל ר' עובדיה און זאגען אז עס מאכט טאקע נישט קיין סענס, און די איינציגסטע הסבר וואס איז יא דא איז אז גאנץ כלל ישראל זענען געווען גילגולים פון עפעס א דור פון רוצחים רשעים אפקורסים און דאס איז געווען זייער/אונזער תשובת המשקל.

אויב זענט איר צופרידן פון דעם תירוץ דאן זייט מקבל, מיר באפרידוגט עס בכלל נישט, אזוי ווי די שרייבער פונעם ארטיקל ברענגט שיין ארויס.

דאס מיינט אבער נאך נישט אז צוליב דעם גיב איך אויף מיין אמונה, איך גלייב נאך אלץ אז השם השם קל רחום. איך ווייס אז ער האט געגעבן די תורה און האט פארלאנגט אז מיר זאלן עס היטן. איי, וויאזוי שטימט קל רחום, מיט אלע אומפארענטפערטע קושיות?

אויף דעם איז די תשובה אז מיר זענען נישט משיג דעם אייבישטער כלל וכלל. (יא, ולא ישיגיהו משיגי גוף קומט יא דא אריין כפשוטו). מיר מיינען אז רחום מיינט וואס עס מיינט, אבער מיר מוזן געדענקן אז מיר זענען מוגבל און אונזער שכל איז מוגבל, און ממילא קענען מיר נישט אפלייען אונזער מוגבל'דיגע פשט אין רחום צום אייבישטער. אזוי ווי איך האב פריער געשריבן, ביי דער וואס איז למעלה מן המקום ומן הזמן איז רחום מיט כליון נישט קיין סתירה.

וועט איר מיך פרעגן צו איך פארשטיי איין ווארט וואס איך רעד דא. וועל איך אייך ענטפערן אז איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, ווייח ולא ישיגיהו וכו'. מען קען אים נישט משיג זיין און פארשטיין. אויף אזוי פיל פארשטיי איך אבער יא, אז ער איז צו גרויס און איך בין צו קליין אים צו קענען פארשטיין. דא ענדיגט זיך מיין מוגבל'דיגע שכל. ממילא פרוביר איך נישט צו פארענטפערן די האלעקאוסט, ווייל איך ווייס אז איך פארשטיי נישט. עס טוט וויי טאקע, אבער מען קען נישט פארשטיין, עכ"פ היינט, ביז ומלאה הארץ דעה.

אדערווייל, די אייבישטער האט אונז דא ארפגעשיקט מיט שמוציגע זון גלעזער, און מוגבל'דיגע שכל, אבוויעסלי וויל ער אז מיר זאלן טראכטן מיט אונזער שכל (ווען נישט וואלט ער אונז באשאפן אדער מיט עכטע שכל אדער אן קיין שכל) ממילא קוקען מיר אן אלע געשעענישן מיט אונזער גלעזער און אונזער שכל, און מיר נעמען ארויס דערפון וואס מער ברויכן צו עבודת ה' כל אחד כפום דרגתו.

סאטמאר זעהט אינעם האלאקאוסט א צורך תיקון בנוגע ציונות, קוק'ניקעס זעהן א צורך תיקון אין יישוב א"י. אילו ואילו דברי אלוקים חיים כמובן.

אבער מען מוז געדענקן אז ווייל מיר האבן בלויע זון גלעזער מיינט נאך נישט אז די וועלט איז טאקע בלוי. ודו"ק כי קצרתי במקום שצריך להרחיב, אבל הנושא היא עמוק מיני ים ועוד חזון.

הוגה » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:43 am

· #108600
הקטן
לעיקוואד
אויב קען מען נישט פארשטיין דער אייבישטער, וויאזוי קענסטו וויסען אז זיין רצון איז מיר זאלען היטען תורה וממצוות?


וועגן דיין שאלה אז אפשר איז די גאנצע תורה א טריק צי זען ווער וועט כאפען אז מען דארף טון just פארקערט - אזא סארט פימפעל פיימען סעד - אפשר. איך וואלט מציע געווען די טרייסט יאזען דאס פאר אן excuse ווען די קימסט אן אויבען אין זיי מודיע דא פארן עולם ווי אזוי ס'האט געראבעט


יש מקום לומר אז לעיקוואד איז גאר גערעכט מיט זיין קאנספיריסי טעאריע איבער די תורה. (אגב, כמדומני שזה היה כוונת ר' מוטה פראנק במכתב שלו בפייסבוק אודות ר' אליעזר בערלאנד). אבער לאמיר נאכאמאל איבערגיין וואס איך האב געשריבן אין די לעצטע תגובה, היות מיר זענען באשאפן געווארןן און מיר לעבן אין דער מוגבל'דיגע וועלט, אין לנו אלא מה שעינינו רואות, ואזנינו שומעות ושכלינו משיג. ובמופלא ממך אל תעלה.

ועוד, אפילו אויב ס'נישט דא קיין תירוץ אויף לעיקוואדס קושיא, מיינט עס נאך אלץ נישט אז מיר קענען יא פארשטיין די באשעפער. אויב דו פארשטייסט אים יא אדרבא זיים אים מסביר צו מיר, איך מוטשע מיך שוין אויף דער שווערע באשעפער פליאה פאר לאנגע יארן, ואין פותר אותה.

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 7:03 am

· #108613
הוגה
\
יש מקום לומר אז לעיקוואד איז גאר גערעכט מיט זיין קאנספיריסי טעאריע איבער די תורה. (אגב, כמדומני שזה היה כוונת ר' מוטה פראנק במכתב שלו בפייסבוק אודות ר' אליעזר בערלאנד). \.

????

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:42 am

· #108626
הוגה זעה איך האט פאר א פשטות אנגענומען פיסאנצע רבי'ס תירוץ. דארף מען פארשטיין פארוואס רוב האבן עס נישט אזוי פארשטאנען. כ'מיין ווייל לאמיר טראכטן, אויב דער באשעפער'ס רחמנות איז גאר אנדערש ווי אונזער, דארף מען אפשר אנדערש אפלערענען די אל רחום וחנון וואס שטייט אין די י"ג מדות. און ווען מען זאגט אז מיר דארפן זיך מדבק זיין במידותיו של הקב"ה דארף מען זיך בעסער אפשטעלן אריינטראכטן וויאזוי מען מאכט דאס.

און הקטן איז זיך עפעס סותר מיניה וביה, א מינוט זאגסטו דארף מען נוצן קאמען סענס, און א מינוט אמונה פשוטה, מיט ולא ישיגיהו משיגי הגוף. און א מינוט שפעטער, קוקט מען וואס ס'שטייט קלאר אין די תורה. אבער אויב נוצט מען קאמען סענס, פאלן אוועק חלילה אסאך דיני התורה וואס זענען זיך היינט צוטאג סותר מיט קאמען סענס, אבער האבן אמאל זייער גוט געשטימט מיט די אור אלטע קולטורישע געזעצן. און אז ס'איז אמונה פשוטה אן קאמען סענס, דאן וויאזוי ווייסטו וואס גאט וויל פון דיר? וויאזוי ווייסטו אויף וועלכן אופן אפצולערנען די פסוקי התורה פון וואו די דינים ווערן ארויסגעלערנט?!. און וואס איז געווען די חילוק פון די שואה און ת"ח ות"ט?.

הוגה » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:33 am

· #108632
טאמבל סאס
הוגה זעה איך האט פאר א פשטות אנגענומען פיסאנצע רבי'ס תירוץ. דארף מען פארשטיין פארוואס רוב האבן עס נישט אזוי פארשטאנען. כ'מיין ווייל לאמיר טראכטן, אויב דער באשעפער'ס רחמנות איז גאר אנדערש ווי אונזער, דארף מען אפשר אנדערש אפלערענען די אל רחום וחנון וואס שטייט אין די י"ג מדות. און ווען מען זאגט אז מיר דארפן זיך מדבק זיין במידותיו של הקב"ה דארף מען זיך בעסער אפשטעלן אריינטראכטן וויאזוי מען מאכט דאס.


נאכאמאל, אפילו נאכדעם וואס מיר זענען חכמים גענוג צו פארשטיין אז בעצם עצמיתו ווייסן מיר נישט וואס קל מיינט, וואס רחום מיינט א.א.וו. און אפילו ווען מען וואלט יא געקענט פארשטיין די אייבישטערס מידות און דרכים, איז עצם עצמיתו אוממעגליך צו פארשטיין, אפילו בדרך משלודמיון. דאך, היות מיר זענען נברא געווארן אויף דער וועלט, און מיר האבן באקומען די תורה אויף דער וועלט, דארפן מיר עס לערנען, מקיים זיין און אפטייטשן אזוי ווי דער וועלט פארשטייט עס.

ממילא, הדבק במדותיו, די תורה זאגט אז ער איז א רחום מיינט נישט אז דו זאלסט זיין א רחום פונקט ווי אים און אויסהארגנן זעקס מיליאן אידן צוליבן עובר זיין אויף שלש שבועות, נאר עס מיינט זאלסט זיין א רחום כפשוטו. ווייל נאר ער און ביי אים איז מעגליך צו צוזאמשטעלן די ביידע, ער איז א רחום, ער הרגט זעקס מיליאן אידן און עס איז נישט קיין סתירה.

הקטן » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:13 am

· #108645
a) מיין קאמען סענס זאגט מיר אז קאמן סענעס איז די וועג ווי אזוי די game פין לעבן ווערט געשפילט אין דאס איז וואס מען expect פין מיר

b) מיין קאמען סענס זאגט מיר אז א נברא קען נישט פארשטיין זיין בורא (for the time being except that my common senses dictate אז איך בין א נברא אין איך האב א בורא)

c) מיין קאמען סענס זאגט מיר אז דער בורא וויל פין מיר עפעס אויף דער וועלט, אין איך בין דא פאר א שליחות

d) מיין קאמען סענס זאגט מיר אויב מיין בורא וויל עפעס פין מיר שפילט ער נישט קיין טריקס מיט מיר נאר ער שרייבט דאס קלאר ארויס אין זיין תורה אדער פאר משה מסיני. לא בא הכתוב לסתום אלא לפרש, ואין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו

e) מיין קאמען סענס זאגט מיר אז איך דארף נישט פארשטיין פארוואס גאט וויל פין מיר וואס ער וויל ווי למשל אז איך זאל בארען די אויער פין אן עבד עברי (עיין אות b)

f) מיין קאמען סענס זאגט מיר אז איך האב נישט, אין קען נישט, ארויסהאבען די big picture פין די universe. אין איך וועל אייביג האבן Tunnel vision

g) מיין קאמען סענס זאגט מיר אז זאכן מאכן אסך מאל נישט קיין סענס ווען מען זעט נישט די big picture (למשל זען ווי מען שנייט איינעם אויף די בויך אין נישט וויסען אז דער שניידער איז א surgeon, אדער מענטשן ווערן געשלעפט אין גאז קאמער)

h) מיין קאמען סענס זאגט מיר אז "געפיל" "רחמנות" "ליבשטפט" וכו זענען אלע נבראים אין זענען בשאפען געווארן אין זמן (אין וואס איז שייך פארן בורא רעדט מען וויאזוי גאט פירט זיך מיט דער וועלט כמבאר בקבלה וכן הדעת נוטוה אין קיינער איז נישט מחילק מיט פאצעסנע)

ן) מקסז"מ אז ווען עס שטייט אז גאט איז א רחום וחנון at least וואס איז נוגע פאר מיר מיינט דאס בפשטות, אין אויב שטייט הדביק במידותיו מאנט מען פין מיר א רחום וחנון לויט ווי איך פארשטיי עס אין ווי אזוי עס הערט זיך אויף די וועלט (עיין c,d)


שוב ראיתי while איך האב געשריבן האט הוגה זאל זיין געזינט ארויסגעברענגט די נקידות אויף זיין וועג

הוגה » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:40 am

· #108659
הקטן, הערליך שיין און מסודר ארןיסגעברענגט!!!


הקטן

e) מיין קאמען סענס זאגט מיר אז איך דארף נישט פארשטיין פארוואס גאט וויל פין מיר.....


אין חב"ד פלעגט מען זאגן אויף אזעלכע און ענליכע שאלות/קושיות, "אויף א תאווה איז נישט שייך צו פרעגן פארוואס".

הקטן » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:04 pm

· #108668
הוגה
הקטן, הערליך שיין און מסודר ארןיסגעברענגט!!!

אין חב"ד פלעגט מען זאגן אויף אזעלכע און ענליכע שאלות/קושיות, "אויף א תאווה איז נישט שייך צו פרעגן פארוואס".


ש'כוח

נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים

אין טעם ברצון איז די general term

ווערט ווייסט די מקור? סאנד ווי פין קבלה חדר

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:05 pm

· #108684
ענליך צו דעם.
the quarrel
געשריבן דורך חיים גראדה.
אנטהאלט אויך א פיליזאפישער ויכוח ארום דעם האלאקוסט.
בלאט: 1 2 3 4