☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » היכי תמצא'ס און רידלס פון תורה'דיגע נושאים

היכי תמצא'ס און רידלס פון תורה'דיגע נושאים

235 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3450
בלאט: 1 2 3 4 5

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 2:51 pm

· #104565
היכי תמצא'ס און רידלס פון תורה'דיגע נושאים
וואו ווערט גערעדט וועגן האר וואס וואקסט אויף די נאז?

משה געציל » זונטאג אפריל 14, 2013 3:03 pm

· #104573
לגבי אפווישען די נאז אין שבת וווען עס איז דא חשש אז ער גייט תולש זיין די שער. (ערגעץ אין שכ"ו דאכט זיך, רעדט די משנ"ב דערפון).

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 3:07 pm

· #104581
איך מיין נישט דאס, איך רעד פון האר "אויף" די נאז. ביטע ברענגן מקורות.

משה געציל » זונטאג אפריל 14, 2013 4:03 pm

· #104605
רבי יצחק בעל החוטם?

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 4:21 pm

· #104615
היימישער ליטוואק
איך מיין נישט דאס, איך רעד פון האר "אויף" די נאז. ביטע ברענגן מקורות.


אף לא הביאה אסתר?

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 4:24 pm

· #104616
נגע בכ"ד ראשי אברים - אחד מהם זה האף.

בנגע היה שתי שערות.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 4:31 pm

· #104619
גאנץ פיין גאנדי.
עיין מס' נגעים פרק ו' משנה ז' ובתוספת יו"ט שם. וז"ל התפארת ישראל בבועז אות ו' "ומש"כ רבינו הראב"ד שבראשי אברים אין גידול שער, במכ"ר זה היפך המוחש, דהרי בראש החוטם של זקנים יש לפעמים שערות קטנות כדי לקרוץ בזוג"

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 5:09 pm

· #104635
א מענטש אליינס אין א צימער, קען עובר זיין אויף איסור עריות און איז חייב סקילה בבית דין!
אין צימער איז גארנישט דא, חוץ צוויי עדים וועלכע קוקן אריין, און גיבן התראה דארך א פענסטער.

בן תמליון » זונטאג אפריל 14, 2013 5:22 pm

· #104641
היימישער ליטוואק
א מענטש אליינס אין א צימער, קען עובר זיין אויף איסור עריות און איז חייב סקילה בבית דין!
אין צימער איז גארנישט דא, חוץ צוויי עדים וועלכע קוקן אריין, און גיבן התראה דארך א פענסטער.


המערה באחוריו איז חייב אלץ משכב זכר. סנהדרין

בן תמליון » זונטאג אפריל 14, 2013 5:28 pm

· #104645
איך האב געזען דער רוגוטשובי איז מסביר פארוואס זרע לבטלה איז חמור ווי ערוה, עס איז אביזרייהו דערוה פון המערה בעצמו וואס איז ווי ערוה ממש.

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 5:29 pm

· #104646
וואס?? זיי ביטע מסביר!!

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 5:30 pm

· #104647
היימישער ליטוואק
גאנץ פיין גאנדי.
עיין מס' נגעים פרק ו' משנה ז' ובתוספת יו"ט שם. וז"ל התפארת ישראל בבועז אות ו' "ומש"כ רבינו הראב"ד שבראשי אברים אין גידול שער, במכ"ר זה היפך המוחש, דהרי בראש החוטם של זקנים יש לפעמים שערות קטנות כדי לקרוץ בזוג"


וואס מיינט "כדי לקרוץ בזוג" ?

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 5:32 pm

· #104648
היכא תימצא צו מאכן א נאך ברכה אויף אן אנדערן פלאץ און יוצא זיין לכתחילה? (נישט א בורא נפשות)

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 5:33 pm

· #104649
@גאנדי, עיין נגעים פ"ד מ"ד.
@בן תמליון 👍 זייער גוט. למ"ד משמש מת חייב.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 5:36 pm

· #104650
@זר, מ'איז אייביג יוצא (לדינא), די שאלה איז אלעמאל נאר צו מ'איז מחויב צוריקצוגיין. אבער יוצא איז מען. עיין משנ"ב קפ"ד סק"ה.

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 5:38 pm

· #104651
אמת, אבער ווען כ'זאג "לכתחילה" מייניך צו זאגן אז ער דארף נישט צוריקגיין אפילו בעפארן מאכן די נאך ברכה

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 5:38 pm

· #104652
היימישער ליטוואק
א מענטש אליינס אין א צימער, קען עובר זיין אויף איסור עריות און איז חייב סקילה בבית דין!
אין צימער איז גארנישט דא, חוץ צוויי עדים וועלכע קוקן אריין, און גיבן התראה דארך א פענסטער.


א פרוי וואס לערנט דף היומי אויף עברית אויפן אינטערנעט אויפן אייפון בשעת זי האט א באנדענע, 2 PC KNIT, זאקן אהן סימס און אראנדז סליפערס...

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 5:41 pm

· #104654
זר זהב
היכא תימצא צו מאכן א נאך ברכה אויף אן אנדערן פלאץ און יוצא זיין לכתחילה? (נישט א בורא נפשות)


אשר יצר?

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 5:42 pm

· #104655
יא יא

סארי פאר'ן מאכן א וויץ אין אזא ערנסטן אשכול, כאמיר נישט געקענט "איינהאלטן".

בן תמליון » זונטאג אפריל 14, 2013 5:42 pm

· #104656
זר זהב
וואס?? זיי ביטע מסביר!!


סנהדרין נ"ה המערה בעצמו איז חייב שתים משום שוכב ונשכב. די גמרא זאגט בקושי אי אפשר נאר במשמש מת. (פאר אידיש טייטש ברויך מען גיין אין אחורי הפרגוד).

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 5:44 pm

· #104658
וועלכע ברכה מאכט מען לכחילה נאך חצות לילה. מען וויל דאס מאכן נאר איינמאל אין לעבן.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 5:46 pm

· #104660
אשר צג אגוז?

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 5:49 pm

· #104663
היימישער ליטוואק
אשר צג אגוז?


זג אדער צג?

איך געדענק שוין נישט...

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 5:51 pm

· #104665
איך האב עס נישט געמאכט? מ'קען נאך מאכן?

בן תמליון » זונטאג אפריל 14, 2013 5:57 pm

· #104667
ווען מעג א איד חתונה האבן מיט צוויי שוועסטער אויף איינמאל? (רמז: מחבר מפורשת).

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 14, 2013 6:03 pm

· #104669
בן תמליון
ווען מעג א איד חתונה האבן מיט צוויי שוועסטער אויף איינמאל? (רמז: מחבר מפורשת).

הוספה צום רמז: מחבר נישט אין אבן העזר...

איך לאז איבער געלעגנהייט צו ענטפערן פאר אנדערע (און, ניין איך בין נישט בן תמליון...)

בן תמליון » זונטאג אפריל 14, 2013 6:13 pm

· #104674
היימישער ליטוואק
בן תמליון
ווען מעג א איד חתונה האבן מיט צוויי שוועסטער אויף איינמאל? (רמז: מחבר מפורשת).

הוספה צום רמז: מחבר נישט אין אבן העזר...

איך לאז איבער געלעגנהייט צו ענטפערן פאר אנדערע (און, ניין איך בין נישט בן תמליון...)


יא. רבותי אכן נודע הדבר מיר האבן א תורה ריז דא אין שטיבל והיימישע ליטוואק שמו.

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 14, 2013 6:13 pm

· #104675
בן תמליון
ווען מעג א איד חתונה האבן מיט צוויי שוועסטער אויף איינמאל? (רמז: מחבר מפורשת).


גיורת'ן?

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 14, 2013 6:15 pm

· #104676
ווען דארף מען דאווענען שמונה עשרה דריי מאל?

בן תמליון » זונטאג אפריל 14, 2013 6:19 pm

· #104677
איחוד פעלד
בן תמליון
ווען מעג א איד חתונה האבן מיט צוויי שוועסטער אויף איינמאל? (רמז: מחבר מפורשת).


גיורת'ן?


ביי געווענליכע גיורתן איז דא משום שאר, אבער אין די ריכטונג איז דער ענטפער.

בן תמליון » זונטאג אפריל 14, 2013 6:42 pm

· #104683
איחוד פעלד
ווען דארף מען דאווענען שמונה עשרה דריי מאל?


לא התפלל מנחה ערב ראש חודש מתפלל של ר"ח שתים ואם לא הזכיר יעלה ויבוא בראשונה צריך לחזור ולהתפלל.

משה געציל » זונטאג אפריל 14, 2013 11:06 pm

· #104785
בן תמליון
איחוד פעלד
בן תמליון
ווען מעג א איד חתונה האבן מיט צוויי שוועסטער אויף איינמאל? (רמז: מחבר מפורשת).


גיורת'ן?


ביי געווענליכע גיורתן איז דא משום שאר, אבער אין די ריכטונג איז דער ענטפער.

אחיות רק מן האב וגיורת'ן, ביי דעם האט מען הישט גע'אסר'ט אלטס שאר.

משה געציל » זונטאג אפריל 14, 2013 11:10 pm

· #104787
וואס איז א מצוה צו עסן מיט מאסטערד?

תחכמוני » זונטאג אפריל 14, 2013 11:18 pm

· #104789
מתנות כהונה

ודי למבין » זונטאג אפריל 14, 2013 11:19 pm

· #104791
א קרבן דארף מען עסן מיט חרדל כדרך שהמלכים אוכלים, אזוי דאכט זיך איז דא עפעס א גמרא

ודי למבין » זונטאג אפריל 14, 2013 11:19 pm

· #104792
וואס לייגט מען אריין אין מאל, מען עסט דאס נישט, און מען מאכט אויף דעם א ברכה?

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 11:20 pm

· #104793
א שופר

תחכמוני » זונטאג אפריל 14, 2013 11:21 pm

· #104794
שופר?

משה געציל » זונטאג אפריל 14, 2013 11:21 pm

· #104795
ודי למבין
א קרבן דארף מען עסן מיט חרדל כדרך שהמלכים אוכלים, אזוי דאכט זיך איז דא עפעס א גמרא

נאר די מתנות כהונה וואס גייט פאר די כהנים ווי חז"ל דרש'נן 'למשחה' כדרך שבני מלכים אוכלים.

גנדי » זונטאג אפריל 14, 2013 11:27 pm

· #104800
ודי למבין
וואס לייגט מען אריין אין מאל, מען עסט דאס נישט, און מען מאכט אויף דעם א ברכה?


מציצה בפה

משה געציל » זונטאג אפריל 14, 2013 11:31 pm

· #104802
ביי דיר אין ביהמ"ד מאכט דער מוהל די ברכה אקב"ו 'על מציצה'?

ודי למבין » זונטאג אפריל 14, 2013 11:58 pm

· #104816
ווי שטייט ביים דאווענען פון א מענטש וואס איז געפלויגן און די לופטן?
ווי ביים דאווענען רעדט מען צו די מלאכים?
ווי איז די מקור אז ביי מכת בכורות זענען די עלסטע פון אלע אקסן פון די מצריים אויך געשטארבן?

בן תמליון » זונטאג אפריל 14, 2013 11:59 pm

· #104818
ווען איז מותר צו עסן א דג טמא פשוטו כמשמעו?

ודי למבין » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:02 am

· #104820
שנמצא בדג טהור

בן תמליון » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:06 am

· #104821
ודי למבין
שנמצא בדג טהור


יא און נאר יוצא מדג טהור זאגט דער ש"ך ס"ק ל"א.

דעת תורה » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:21 am

· #104830
ודי למבין

ווי איז די מקור אז ביי מכת בכורות זענען די עלסטע פון אלע אקסן פון די מצריים אויך געשטארבן?


מזאגט עס יעדן טאג ביים דאווענען: מבכור אדם עד בכור בהמה

מאטי » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:36 am

· #104837
היכי תימצא תינוק נימול ליום אחד?

מאטי » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:42 am

· #104839
היכי תימצא בועל אשת איש בעדים והתראה ונפטר בלא עונש כלל

גנדי » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:45 am

· #104840
משה געציל
ביי דיר אין ביהמ"ד מאכט דער מוהל די ברכה אקב"ו 'על מציצה'?


ווען די טאטע איז אליין די מוהל און די מוצץ...

דעת תורה » מאנטאג אפריל 15, 2013 12:46 am

· #104841
moti107
היכי תימצא בועל אשת איש בעדים והתראה ונפטר בלא עונש כלל


באשתו אמרו...
בלאט: 1 2 3 4 5