☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » האט איר געוואוסט אז?...

האט איר געוואוסט אז?...

163 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3444
בלאט: 1 2 3 4

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 3:54 am

· #104449
האט איר געוואוסט אז?...
אז דער בעסט סעללינג קאר אין דער וועלט איז... ניין, נישט דער האנדא אקארד. און ניין, נישט דער טאיאטא קעמרי. נאר וואס יא? דער פארד פאקוס! פארד האט פארקויפט א 1,020,410 פון זייערע פאקוס מאדעל אינעם יאר 2012.

טאיטע קאראללע איז דער 2'ט טאפ סעללער אין די וועלט.

דא איז די ליסט ווייטער. און פארוואס ס'אזוי פאפולער.

ברעט מענינג » זונטאג אפריל 14, 2013 8:22 am

· #104464
ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!

ברוין » זונטאג אפריל 14, 2013 10:02 am

· #104474
קעראלע האט זיך פארקויפט דאס מערסטע וועגן די ווייניג געז וואס דאס ניצט לכאורה

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 1:50 pm

· #104538
ברעט מענינג
ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!

אויב דער ני פאוסט פארקויפט מער פונעם טיימס מיינט עס אז די פאוסט איז בעסער?

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 14, 2013 3:12 pm

· #104584
ברעט מענינג
ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!


ברוין
קעראלע האט זיך פארקויפט דאס מערסטע וועגן די ווייניג געז וואס דאס ניצט לכאורה


די שאלה איז וואס מיינט בעסער. דאס איז "רעלאטיוו" לויטן קאסטומער. איינער וויל ענדערש קליין, איינער גרויס. איינער א סמאאד רייד, איינער ספארטי.

אין עוורידזש איז דער טאיאטע קעמרי גאר א גוטער קאר, אבער האט שוין פארלוירן דעם גלאנץ נאכדעם וואס די קאמפעטישאנס האבן זיך גענומען צו אירע ביינער, און היינט צו טאגס איז די קעמרי נישט בעסער ווי די אקארד, פארד פיוזשען, אדער ניסאן אלטימא וכדומה.

דער פארד פאקוס דרייווט דאס בעסטע פון צווישן אלע קליינע קארעלעך (טאיאטע קאראלע, האנדא סיוויק, ניסאן סענטרא, שעווי קראז, און דאדזש דארט). עס פילט געוואלדיג אין האנט, עס קלעבט צום ראוד, און איז מורא'דיג רעספאנסיוו צו דרייווער אינפאטס, און בנוסף פארנוצט ער ווייניג גאז צוליב די קליינע סייז (הגם נישט ווייניגער ווי אנדערע), און פארגעס נישט אז אין יוראפ/מיטל מזרח און אזוי אויך אין טשיינע זוכט מען בכלל קליינע קארעלעך, נישט גרעסערע, ממילא איז פארשטענדליך ווי אזוי פארד האט מצליח געווען צו פארקויפן אזויפיל.

זר זהב » זונטאג אפריל 14, 2013 8:25 pm

· #104723
אז איינער וואס פארקויפט טשיז ווערט אנגערופן אין די ענגלישע שפראך א 'טשיז-מאנגער'?...

מאן דאמר » זונטאג אפריל 14, 2013 10:21 pm

· #104764
איינע פון די גרעסטע אטראקציעס פונעם קאראלע, איז איר היסטאריע פון רעלאטיווע קליינע קאסטן וואס עס קאסט איר אויפצוהאלטן, און איר ׳רילייעביליטי׳ ,דאס מיינט, אז אפילו אויב עס האט נישט די פיטשיווקעס וואס אנדערע אויטאס אין איר קלאס האבן, ווי למשל די jetta, לוינט זיך פאר א מענטש דאס צו קויפן, ווייל עס וועט אים יעדן אינדערפרי נעמען צו די ארבייט אנע קונצן, און עס וועט אנציען פון 2 ביז 3 הונדערט טויזענט מייל
אויב איז עס אויפגעהאלטן ווי רעקאמאנדירט.

ונבנתה העיר » מאנטאג אפריל 15, 2013 3:02 am

· #104890
יואליש האט דא מגלה געווען די מקור פונעם טעטריס ניגון, לעצטענס האביך צו מיין גרויס שאק זיך דערוואוסט אז מיין לאנג-יעריגע פארהאסטע באס-ריקווערטס-פארן ניגון איז גאר פונעם גרויסן ביעטהאובען.



-------

און אז מען רעדט שוין, פון וואו קען איך די תנועה פון 1:48 ?

ונבנתה העיר » מאנטאג אפריל 29, 2013 2:30 am

· #109703
די סימבאל פון מוסד פלעגט האבן אויף זיך די פסוק [משלי כ"ד] בתחבולות תעשה לך מלחמה, היינט האט עס די פסוק [משלי י"א] באין תחבולות יפל עם ותשועה ברוב יועץ.

הא? יו קענט סעי אז די ציונים האבן נישט א גוטן טעיסט...

📎 imgres.jpg
📎 images.jpg
למעשה כאפ איך זיך יעצט אז עס האט א ערנסטן טעות, אין פסוק שטייט 'יפל' מיט א פ' קמוצה.

איך אויך » מאנטאג אפריל 29, 2013 7:00 am

· #109707
די ערשטע האלב האב איך געוואוסט, די צווייטע נישט.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 29, 2013 12:43 pm

· #109785
הערה צו ונבנתה העיר
איבער דיין הערה אז דער נייער סלאגאן פון "מוסד" איז גרייזיג ווייל אין פסוק (אין משלי) שטייט "יפל" מיט א "פא " קמוצה און ביי זיי איז עס מיט א"חולם" איז נישט קיין ראי'. ווייל אין "מאדערן היברו" האבן זיי א סאך ווערטער משנה געווען פון וואס ס'איז געשריבן אריגינאל. לדוגמא דאס ווארט "חדשים"--פלוראל פון חודש. שרייבט זיך אין עברית "חודשים".

היימישער ליטוואק » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:38 pm

· #109815
דאס טוט מען כדי עס זאל נישט דארפן קיין גניזה.

לעיקוואד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:12 am

· #144483
(זיי מיינען מרמז זיין אז וואס איז אמאל געווען 'בתחבולות תעשה מלחמה' איז נתהפך געווארען צו 'באין תחבולות יפל עם'?)

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:15 pm

· #144730
ברעט מענינג
ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!

כ'ווייס נישט צו ער איז בעסער. אבער ער פארנוצט ווייניגער געז.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:21 pm

· #144733
berlbalaguleh
איבער דיין הערה אז דער נייער סלאגאן פון "מוסד" איז גרייזיג ווייל אין פסוק (אין משלי) שטייט "יפל" מיט א "פא " קמוצה און ביי זיי איז עס מיט א"חולם" איז נישט קיין ראי'. ווייל אין "מאדערן היברו" האבן זיי א סאך ווערטער משנה געווען פון וואס ס'איז געשריבן אריגינאל. לדוגמא דאס ווארט "חדשים"--פלוראל פון חודש. שרייבט זיך אין עברית "חודשים".

אבער למעשה קענמען חקר'נען נאך טיפער אז ס'איז טאקע גרייזיג. ווייל "יפל" מיט א קמץ איז צוליב א סיבה. (באין תחבולות). און "יפול" מיט א וואו איז א נבואה.

petergrifin » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:47 am

· #145562
זײער בקיצור
📎 IMG-20130826-WA0000.jpg

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:01 pm

· #169081
א קאלטע וועטער ברענגט נישט א cold?

דאס איז א מיטאס וואס לאזט זיך עפעס נישט אויסרייסן, אבער די פאקט איז אז ארויסגיין אהן א מאנטל, אפי' נאסערהייט, וועט אייך נישט מאכן פארקיהלט, די קאלד - פונקט ווי די פלו - איז א וויירוס, און מען דארף ווערן אנגעשטעקט פון איהר כדי צו ווערן פארקיהלט, אז נישט וועט אייך כל שלג דעלמא נישט העלפן, לייגט אייך שלאפן נאך א שאוער מיט די עירקאנדישן אויף היי און איהר וועט אויפשטיין געזונט און פריש.

איי דער חוש איז דאך מעיד אז אין ווינטער ווערט מען מער פארקיהלט? דאס איז א תוצאה פון זייטיגע אומשטענדן וואס שאפן זיך אינעם ווינטער סעזאן, עס זענען דא אין דעם עטליכע טעאריעס, די הויפט ביאור איז ווייל אין ווינטער איז מען מער אינדערהיים און די פענסטער זענען פארמאכט, ממילא כאפט זיך די וויירוס שנעלער אריבער פון איינעם צום צווייטן [און לויט דעם איז גאר פארקערט, ווען מען וואלט זיך מער געדרייעט אויף די גאס וואלט מען ווייניגער פארקיהלט געווארן...], נאך א טעאריע איז אז די וויירוס געפונט זיך באקוועמער אין טרוקענע לופט ווי אין די פייכטע זומער לופט.

דר"א, ווען מען באקומט א קאלד ווערט מען דערנאך אימיונד צו דעם ספעציפישן קאלד, קיין סאך וועט עס אייך אבער נישט העלפן ווייל עס זענען דא איבער 200 מיטגלידער במשפחת הקאלד, און פארדעם מאכט מען נישט קיינע וואקסינען קעגן זיי.

עכ"פ איהר קענט זיך משמח זיין אויף די גאס כבגן עדן מקדם און גארנישט וועט אייך פאסירן.

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:05 pm

· #169083
מיר האט א דר. געזאגט אז די גוף איז ביזי ווארם די גוף ממילא האט ער נישט זיינע כוחות צי פייטען די וויירוס. ציליב דעם איז עס מער שכיח ווען ס'קאלט.

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:07 pm

· #169084
יא, אויך איינע פון די טעאריעס, די אמת איז מן הסתם א צירוף פון אלע צוזאמען.

ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:29 pm

· #171616
'אמר רב יהודה אמר רב' איז נישט טייטש 'רב יהודה האט געזאגט בשם רב', מען דארף זעצן די ווערטער אזוי: אמר רב יהודה - רב יהודה האט געזאגט [פון דא און ווייטער הייבט זיך אהן ר"י ווערטער]: אמר רב - רב האט געזאגט.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:39 pm

· #171619
מיכיתיתי?

ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:46 pm

· #171620
1. אמר ר"י אמר רב איז נישט 'טייטש' ר"י האט געזאגט בשם רב.

2. אז מען טייטשט יעדע ווארט פאר זיך קומט אזוי אויס.

3. דו האסט א בעסערע פשט?...

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:49 pm

· #171621
אמת

רויטע וואנצעס » מוצ"ש יאנואר 4, 2014 9:59 pm

· #173336
ונבנתה העיר
א קאלטע וועטער ברענגט נישט א cold?

דאס איז א מיטאס וואס לאזט זיך עפעס נישט אויסרייסן, אבער די פאקט איז אז ארויסגיין אהן א מאנטל, אפי' נאסערהייט, וועט אייך נישט מאכן פארקיהלט, די קאלד - פונקט ווי די פלו - איז א וויירוס, און מען דארף ווערן אנגעשטעקט פון איהר כדי צו ווערן פארקיהלט, אז נישט וועט אייך כל שלג דעלמא נישט העלפן, לייגט אייך שלאפן נאך א שאוער מיט די עירקאנדישן אויף היי און איהר וועט אויפשטיין געזונט און פריש.

איי דער חוש איז דאך מעיד אז אין ווינטער ווערט מען מער פארקיהלט? דאס איז א תוצאה פון זייטיגע אומשטענדן וואס שאפן זיך אינעם ווינטער סעזאן, עס זענען דא אין דעם עטליכע טעאריעס, די הויפט ביאור איז ווייל אין ווינטער איז מען מער אינדערהיים און די פענסטער זענען פארמאכט, ממילא כאפט זיך די וויירוס שנעלער אריבער פון איינעם צום צווייטן [און לויט דעם איז גאר פארקערט, ווען מען וואלט זיך מער געדרייעט אויף די גאס וואלט מען ווייניגער פארקיהלט געווארן...], נאך א טעאריע איז אז די וויירוס געפונט זיך באקוועמער אין טרוקענע לופט ווי אין די פייכטע זומער לופט.

דר"א, ווען מען באקומט א קאלד ווערט מען דערנאך אימיונד צו דעם ספעציפישן קאלד, קיין סאך וועט עס אייך אבער נישט העלפן ווייל עס זענען דא איבער 200 מיטגלידער במשפחת הקאלד, און פארדעם מאכט מען נישט קיינע וואקסינען קעגן זיי.

עכ"פ איהר קענט זיך משמח זיין אויף די גאס כבגן עדן מקדם און גארנישט וועט אייך פאסירן.


<a class="postlink" href="http://newyork.cbslocal.com/2014/01/04/experts-getting-outside-during-the-winter-could-help-you-fight-the-flu/">http://newyork.cbslocal.com/2014/01/04/ ... t-the-flu/</a>

רפאל » מאנטאג יאנואר 6, 2014 3:08 pm

· #173965

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:11 am

· #184199
צרויה, די מאמע פון יואב, איז געווען א שוועסטער מיט דוד המלך.

מאטי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:15 am

· #184203
Cronyism בתפארתה. מקור?

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:22 am

· #184204
סוף פרק.
מאטי
Cronyism בתפארתה.

ס'האט זיך נישט צו גוט אויסגעלאזט.

מאטי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:36 am

· #184207
לויט די אומשטענדן אויב איז ער געבליבן שר צבא פאר גאנצע פערציג יאר ביזן טויט פון דוד המלך הייסט דאס זייער גוט געענדיגט. אמנון, אבשלום זענען געהארגעט געווארן, אוריה החיתי .... שוין לאמיר נישט רעדן.

petergrifin » מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:14 pm

· #184284
מאטי
אוריה החיתי .... שוין לאמיר נישט רעדן.


אכשר דרא..

שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 2, 2014 5:15 pm

· #187914
אז @berlbalaguleh קען אמאל שרייבען א תגובה אן די סמייליס??????????????
כ'האב פריער געזעהן אזאנץ, כ'זאג צי, כ'האב אויך נישט געגלייבט מיינע אויגן.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 2, 2014 5:19 pm

· #187915
שטילע אינגערמאן
אז @berlbalaguleh קען אמאל שרייבען א תגובה אן די סמייליס??????????????
כ'האב פריער גאזעהן אזאנץ, כ'זאג צי, כ'האב אויך נישט געגלייבט מיינע אויגן.

כ'גלייב נישט, א לינק ביטע

שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 2, 2014 5:24 pm

· #187918

ברסלבער » זונטאג מערץ 2, 2014 5:32 pm

· #187921
אל תזכור לנו עוונות ראשונים... די תגובה האט ער שוין געשריבן מיט איין א האלב יאר צוריק. ער האט שוין לאנג תשובה געטוהן דערויף...

דער (פינטעל) איד » זונטאג מערץ 2, 2014 10:15 pm

· #187981
אז ס'דא אין עסן געשעפטן עטליכע סארטן פון איין מין מאכל פון איין און דע זעלבע פראדעצירער מיט צוויי באזונדערע הכשרים. דער וואס איז מכשיר איינע איז נישט מכשיר דאס צווייטע. וואס איז עס?

ווער עס ענטפערט באקומט א ? נו שוין

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 2, 2014 11:53 pm

· #188001
בלום'ס און בלומיס.

ליבערס און שווארץ.

ועוד ועוד ועוד.

דער (פינטעל) איד » זונטאג מערץ 2, 2014 11:55 pm

· #188002
איחוד פעלד
בלום'ס און בלומיס.

וואס הייסט? געב מער דיטיעלס

דער (פינטעל) איד » מאנטאג מערץ 3, 2014 8:16 pm

· #188267
קיינער ענטפערט נישט קיינער איז נישט אינטרעסירט אין מיין לייק 😠 😢

דער (פינטעל) איד » מאנטאג מערץ 3, 2014 8:19 pm

· #188269
ס'דא סענדווישעס אין געשעפט פון האט בייגל. האט בייגל האט א סטאר אין ברוקלין אויך און מ'קען אויך קויפן זייערע זאכן אין גראסערי'ס. זייער טונא און אייער סענדווישעס האבן התחדות הרבנים הכשר, זייער קרימטשיס/לאקס סענדוויש האט אודווארי השר. ווייל התאחדות וויל נישט געבן א הכשר אויף פיש מיט מילכיג אויסגעמישט.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 3, 2014 8:51 pm

· #188284
נישט געוואוסט. אינטערסאנט. ייש"כ.

ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:19 pm

· #194702
די אופן הטהרה פון נגעי בתים איז פונקט ווי ביי א מענטש, מיט שתי צפרים וכו'.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:52 pm

· #194709
אז ונבנתה לערנט חומש רש"י.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 12, 2014 5:28 pm

· #205757
די גזרה אויפן דור המדבר צו שטארבן איז נאר געווען אויף די וואס זענען געווען צווישן 20 און 60, די וואס זענען געווען עלטער פון 60 זענען נישט געווען בכלל הגזרה.

petergrifin » זונטאג יולי 6, 2014 12:22 am

· #210106
אז אלע אידן לײנען די פאסט (mail) מוצ״ש פאר הבדלה?

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 30, 2014 2:58 pm

· #214564
'המהולל ברוב התשבחות' מיינט נישט מיט רוב אבער נישט אלע, עס מיינט מיט די פילע לויבונגען.

'כי רוב מעשיהם תוהו' מיינט נישט רוב אבער נישט אלע, עס מיינט זייערע פילע מעשים זענען תוהו.

בשבילי! » מיטוואך יולי 30, 2014 3:06 pm

· #214566
זיכער זיכער. אזוי האט מען געלערנט, מ'קען נישט זאגן אויף השם 'אלע', ווייל דאן ווערט עס באגרעניצט, און דעם באשפער'ס לויב איז בלי גבול

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 30, 2014 3:24 pm

· #214568
אויב וואלט דאס געווען די כוונה איז 'רוב' א שוואכע עצה.

בשבילי! » מיטוואך יולי 30, 2014 3:37 pm

· #214571
און רוב מיינט פילע, דאס האב איך געמיינט. לייק יו סעי

דריידל » מיטוואך יולי 30, 2014 4:02 pm

· #214582
אז רובא דרובא איז ווייניגער ווי רוב

דריידל » דאנערשטאג יולי 31, 2014 2:49 pm

· #214849
די איסור פון אותו ואת בנו איז אויף א מאמע מיט'ן קינד כאטשיג עס איז א לשון זכר (אותו)
בלאט: 1 2 3 4