☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווען וועט שוין זיין ריינקייט אין מקואות?!?

ווען וועט שוין זיין ריינקייט אין מקואות?!?

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1295
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:25 pm

· #30708
מקוה איד, קודם שלום וברכה.

זייער שיין באשריבן. מען טוט טאקע נישט אפרישיעטן די גבאים, זיי הערן בלויז טענות און מענות שטענדיג.
גראדע אין די מקוה וואו איך גיי איז טאקע די וואסער קריסטאל ריין.

אבער דא האט מען בארעדט די שמוציגע אונטערטינקערס, נישט די גבאי צדקה... עם כ'מיין מקוה אידן.

נס קאווע » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:31 pm

· #30710
שמעקעדיג
אנטשולדיגט רבי קלאר,
דו מאכסט עס 20 מאל ערגער ווי ס'איז...
איך בין אויך א מתנגד צו די אלע זאכן, און גיי געווענליך אויך אין שאוער בעפאר (אויסער אין די 9 טעג, שטייצעך), אבער איך האלט אז דו טרייבסט איבער.

ווי לאנג איז שוין דא אזא זאך ווי א שויער אין די מקוה?
ווי אזוי איז געווען אלע דורות?
ווי אזוי האבן זיך אלע אידן געפירט אין אלע דורות?

מיר זענען געווארן זייער געספוילט. שוין צו שטארק. נישט יעדער איז פארשוויצט, נישט יעדער מוז העבן יעדן טאג א שויער, נישט יעדער שטינקט און קראצט און איך וויל נישט זאגן ווייטער...
ס'איז טאקע פאראן מענטשן וואס גייען נישט אין שויער כמעט קיינמאל, און שמעקן טאקע אוועק, די עקסטרעמע פעלער פון דעם רעד איך נישט.
קארעקט מי איף איי עם ראנג; אבער א געווענליכער מענטש וועלכער האלט זיך ריין, און ארבעט נישט שווער פיזיש צו ווערן פארשוויצט, זיין ביסעלע שווייס ווערט בטל באלף אין די ריינע מקוה וואסער.

ס' ווערט געברענגט איך גידענק נישט ווי אז מ' פלעגט גיין זיך וואשן נאך די מקוה און נאכדעם האט מען געזאגט אז די שויער (צו ווערעווער מ' האט זיך געוואשן) איז מטהר האט מען עס מבטל געווען, די פרומע ניצן עס אסאך צו אסר'ן די נאכן מקוה שויער, אידאך דאס שוין א אלטע זאך צו שויערן נאך די מקוה נישט פון היינטיגן יאר הונדערט

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:44 pm

· #30719
תשובה ל'מקוה יוד
איך האב געהאט א גרויסע הנאה פון דיין פאוסט. איך וויל מקיים זיין דייו בקשה אז וער ס,באמערקט אן אינטערעסאנטע מודעה זאל דאס ארויפלייגן: ובכן: איך האב באמערקט א מודעה אין צוויי מקוואות אין א געוויסע שטאט (איך זאג אפילו נישט אין וועלכע מדינה(אמעריקע אדער ענגלאנד( "סאיז שטארק פארבאטן נישט אריינצוגיין אין מקוה פאר מען גייט אין שויער
נ.ב. ביידע זענען מסתמא פון'ם זעלבן מקור. דער סגנון הלשון פון אידיש איז געוואלדיג!
נכתב בצדי צדדים: איך האב נישט געברענגט קיין "קוואוט" ווייל ס'איז צו לאנג.":

שרייבער » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:43 pm

· #30747
berlbalaguleh

איך האב עס געזען סיי אין אמעריקא און סיי אין ענגלאנד

היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:50 pm

· #30751
נס קאווע
ס'ווערט געברענגט איך געדענק נישט ווי אז מ'פלעגט גיין זיך וואשן נאך די מקוה און נאכדעם האט מען געזאגט אז די שויער (צו ווערעווער מ' האט זיך געוואשן) איז מטהר האט מען עס מבטל געווען, די פרומע ניצן עס אסאך צו אסר'ן די נאכן מקוה שויער, אידאך דאס שוין א אלטע זאך צו שויערן נאך די מקוה, נישט פון היינטיגן יאר הונדערט

גמרא, מסכתא שבת, איינס פון די י"ח דבר וואס חז"ל האבן גוזר געווען.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 3:15 pm

· #30757
שרייבער
berlbalaguleh
"סאיז שטארק פארבאטן נישט אריינצוגיין אין מקוה פאר מען גייט אין שויער

איך האב עס געזען סיי אין אמעריקא און סיי אין ענגלאנד

ווי אין אמעריקא האסטו דאס געזעהן?

שרייבער » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 5:00 pm

· #30840
איך אויך
שרייבער
berlbalaguleh
"סאיז שטארק פארבאטן נישט אריינצוגיין אין מקוה פאר מען גייט אין שויער

איך האב עס געזען סיי אין אמעריקא און סיי אין ענגלאנד

ווי אין אמעריקא האסטו דאס געזעהן?

אויב איך האב נישט קיין טעות, איך מיין אין סאטמאר ב"פ 53 מקוה, כאפ מיך נישט ביים ווארט, איך מיין נאר אזוי, און בויב נישט דארט עפעס א אנדערע מקוה אין ב"פ, אבער ס'דאכט זיך אז דארט

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 5:02 pm

· #30844
שרייבער
איך אויך
שרייבער
berlbalaguleh
"סאיז שטארק פארבאטן נישט אריינצוגיין אין מקוה פאר מען גייט אין שויער

איך האב עס געזען סיי אין אמעריקא און סיי אין ענגלאנד

ווי אין אמעריקא האסטו דאס געזעהן?

אויב איך האב נישט קיין טעות, איך מיין אין סאטמאר ב"פ 53 מקוה, כאפ מיך נישט ביים ווארט, איך מיין נאר אזוי, און בויב נישט דארט עפעס א אנדערע מקוה אין ב"פ, אבער ס'דאכט זיך אז דארט

יאפ אין סאטמאר ב"פ 53 מקוה איז דא אזא צעטל, (געווען זעכער)
בלאט: 1 2