משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
173 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #34
משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
און אן
ארטיקל אויף הרהורים בלאג שרייבט הרב ארי ענקין אז די מציאות איז היינט אז די "ישיבישע" וועלט פאררעכנט דעם משנה ברורה אלץ פוסק אחרון, און די נישט-ישיבישע וועלט (די מער באלעבאטישע נישט-חסידישע עולם) קוקט ארויף צום ערוך השלחן אלץ פוסק אחרון. הרב ענקין וויל טענה'ן אז פאר'ן ערוך השלחן קומט זיך די משפט הבכורה.
ער הייבט אן מיטן פשוטן הסבר, אז בעת דער משנה ברורה פארנעמט זיך מיט מלקט זיין די לעצטיגע שיטות פון די פוסקים און אחרונים אן מבחין צו זיין אין די יסודות פון זייערע פסקים, טוט דער ערוך השלחן מברר זיין יעדע שאלה פון זיין מקור אין די גמרא און אין די ראשונים. דער פראבלעם פון משנה ברורה, טענה'ט ער איז, אז ווען מ'פרובירט צו געפעלן יעדעם בלייבט מען אויסגעשפילט פון ביידע זייטן... דאס הייסט, דער משנה ברורה וואס פרובירט זיך רעכענען מיט אלע גדולי הפוסקים פון פאר אים, קומט אפט צו צו אבסורדע חומרות וואס זענען אויף קיינעם'ס געדאנק נישט ארויפגעקומען. מה שאין כן דער ערוך השלחן האט זיך זיין אויסגערעכנט מהלך. ער זעט וויאזוי ס'שיינט אים פון די גמרא, ראשונים און די פריערדיגע פוסקים, און על פי זה פסק'נט ער די הלכה.
בשם דעם גרויסן פוסק הרב יוסף אליהו הענקין זצ"ל (שו"ת בני בנים ב, ח) ברענג הרב ענקין נאך אז ער האט אויך אזוי גע'טענה'ט אין פאר די פאלגנע סיבות: קודם כל, דער ערוך השלחן איז ארויסגעקומען הערשט נאכן משנה ברורה, און אין פאקט ברענגט דער ערוך השלחן אפט דעם משנה ברורה'ס שיטה פארן שרייבן זיין אייגענע. נו, איז דאך דער ערוך השלחן א פולקאמער "בתראי" אין פולען זון פון ווארט - האבנדיג געזען וואס דער משנה ברורה שרייבט. צווייטענס, טענה'ט הרב הענקין זצ"ל, איז בעת דער משנה ברורה פארנעמט זיך נאר מיט אורח חיים, דעקט דער ערוך השלחן אלע פיר חלקי שולחן ערוך. די מעלה דערפון איז אז אזוי האבן מיר איין קאנסיסטענט מהלך פון אנהייב ביזן סוף, און מיר דארפן נישט שפרינגען פון איין מהלך אין פסק צו א צווייטע.
נאך א מעלה וואס דער ערוך השלחן האט איבער משנה ברורה, זאגט הרב הענקין זצ"ל, איז אז דער ערוך השלחן געבט זיך פיל מער אפ מיט די הלכה'דיגע יסודות פון די פארשפרייטע מנהגים. און צום לעצט, דער מחבר פון משנה ברורה איז טאקע געווען א גרויסער תלמיד חכם, אבער ער איז למעשה נישט געווען קיין יושב על מדין, א רב וואס דארף פסק'נען שאלות. דער מחבר פוונעם ערוך השלחן, לעומת זה, איז געווען א רב אין דערפאר האט ער מער פארשטאנען וויאזוי זיך צו באנעמען מיט פראקטישע הלכה'דיגע שאלות.
נאך עטליכע אינטערעסאנטע פונקטן וואס הרב ענקין דערמאנט נישט, ווערן ארויסגעברענגט אין די תגובות צום ארטיקל. איין תגובה לויטעט אז דער חילוק צווישן דעם ערוך השלחן אין די משנה ברורה זענען אז דער ערשטער האט באשיינפערליך א "כוח הפסק" וואס נעמט זיל בפשטות פון זיין א שטאט'ס רב און פארשטיין די צורך פון א קהילה, בעת דער חפץ חיים איז געווען באוואוסט מיט זיין יראת ההוראה. און מען זעט טאקע פיל מאל מער דעם אויסדרוק "ובעל נפש יחמיר" אונעם משנה ברורה ווי אין דעם ערוך השלחן. הרב יואל רייך בשם הרב הערשל שעכטער ברענגט אויך ארויס א שטארקע נקודה, נעמליך, דער משנה ברורה איז טאקע נערך געווארן בהדרכת דעם חפץ חיים, אבער א גרויס טייל איז געשריבן געווארן דורך אנדערע. דערפאר קען מען צומאל טרעפן סתירות אין פסק וכדומה. מה שאין כן דער ערוך השלחן האט איין מענטש אליינס געשריבן מהחל ועד כלה.
ביי חסידים איז אויך דער משנה ברורה געווארן אנגענומען אלץ פוסק אחרון, חוץ במקום וואו דער בעל התניא קריגט זיך. דער פראבלעם איז נאר אז אנשטאט לערנען ביידע אין פארשטיין ביידענ'ס שיטה, לערנט מען אין א משנה ברורה "עם פסקי בעל התניא", וואס איז דאך נישט דער בעל התניא'ס חיבור נאר א ליקוט פון זיין חיבור. ווי באוואוסט קען מען דעם שולחן ערוך הרב נישט לערנען אויף איין פיס, אין כל שכן נישט פון א ליקוט בתחתית העמוד.
רעדנדיג פון ליקוטים פון פסקים, איז דא דער פלאץ צו דערמאנען דאס וואס עוז והדר האט געטון בנוגע דעם ערוך השלחן לעומת דעם משנה ברורה. אין זייער מהדורה פון "ערוך השלחן" האבן זיי ארייגעדריקט "פסקי המשנ"ב", ערקלערנדיג אין דעם הקדמה אז היות דער משנה ברורה איז דאל פאררעכנט אלץ פוסק אחרון איז כדאי צו האבען דעם משנה ברורה'ס פסק פאר די אויגן בשעת מען לערנט ערוך השלחן. לענ"ד איז דאס אן עולה נוראה, בפרט נעמנדיג אין באטראכט אז דער ערוך השלחן האט געזען די אלע פסקים און ווען ער האלט זיי גענוג חשוב ברענגט ער זיי פארן געבן זיין אייגענעם פסק, און פיל מאל שפירט ער ניטאמאל פאר וויכטיג צו ברענגען דעם משנה ברורה'ס פסק. יעצט, אז איינער וויל נעמען דעם משנה ברורה אלץ זיין פוסק - ווער קען אים דען אפשטעלן? אבער גיין אריישטופן דעם משנה ברורה פאר איינער וואס וויל זיך באנוצן מיטן ערוך השלחן אין פנים אריין?
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
א שאד זיין מיה און פלאג, כלל ישראל האט זיך קיינמאל נישט צוזאמגעזעצט דן זיין וועמענס פסקים מען זאל מקבל זיין. דאס איז אן ענין גראד פון הימל אריין אז א מחבר זאל די זכיה האבן אז עס זאל זיין הלכה כמותו, און אנפארטשונעטלי (...) האט דער חפץ חיים דערצו זוכה געווען, נישט דער ערוך השלחן.
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
[ציטאט אראפגענומען]
זאג'זשע הרב פריעד. איר וואלט געזאגט דאס זעלבע אויף "פסקי תשובות" אדער אדער אויף נטעי גבריאל"?
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
[ציטאט אראפגענומען]
פיין, כ'וועל אייך דאס נאכגעבן. אבער וואס זאגט איר לגבי "שמירת שבת כהלכתו" פון הרב נויבירט? אפילו אויף אידיש האט מען עס איבערגעזעצט!
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
איך ווייס נישט משנה ברורה אדער ערוך השולחן, ביי מיר אין שטוב איז מיין רעבעצין דער פוסק אחרון. 😂
סיריעסלי, יש"כ ר' יודל. איטס פעסינעיטינג.
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
[ציטאט אראפגענומען]
פארגעס נישט די קינג דשעימס בייבל.
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
[ציטאט אראפגענומען]
ווייל אזוי האבן די לערערענס און פריציבעלס מחליט געווען? ס'נישט קיין קונץ מלקט צו זיין אלע חומרות בעניני צניעות אין אריין לייגן אין א ספר. פליז, מאך עם נישט פאר קיין פוסק אחרון נאר וועגען אפאר סקולס הייסן ליינען זיין ספר, כ'וויל נישט מ'זאל נעמען אלע מיינע באבעס אין אריין שליידערען אין גיהנום אין אויפקאכן זייערע "אויפגעדעקטע" איברים.
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
א דאנק הרב יידל פאר דעם אינטרעסאנטען נושא אין גיט אראפ געלייגט, אבער מציאות הדברים, איז דער משנה ברורה מער אנגענומען, דאס קומט צוליב וואס דער ערוך השלחן שרייבט לפעמים אין געוויסע הלכות זייער לקולא, הגם ער ארבעט זיי אויס מצד הלכה נישט מצד השקפה, האט אבער דאך די "מנהג המדינה געטוהן אנדערש, אין ס'האט אריינגעברענגט א אנדערע קוק אויף דעם ערוך השלחן.
דער ערוך השלחן ווערט געניצט ווען מ'דארף אים... דער סאטמארער רב ברענגט אים אין די תשובה פון שיעור מחיצה, און דער חזון איש ברענגט לגבי די שאלה פון כשרות הבאפעלו.
עס איז א קינדערישקייט צוצוגלייכן די 2 חיבורים, אדער אפילו זיי אריינשטעלן אין אין איין שאנק
דער חפץ חיים האט זיך געמוטשעט 28 יאר אויף זיין חיבור און בדרך כלל איז עס מזוקק שבעתיים
דער למדן און בעל הבית טרעפן זיך דארט דאס פלאץ צוגלייך (א חידוש פאר זיך).
כמעט יעדע סוגיא בעניני מועד ווערט דארט בארירט מיט א בריייטקייט און עמקות מלא חידושים אמיתיים על דרך האמת.
משא"כ דער ערוך השלחן וועט יעדער בי בר רב דחד יומא באמערקן ווי ס'איז געשלאגן מיט קרומקייטן, מאדנעקייטן, און קרויאזקייטן, אין יעדן סימן. און אן אומפאר4שטענדליכע אויבערפלעכליכקייט באגלייט דעם גאנצן ספר פון דעקל צו דעקל, וכבודו במקומו מונח.
אדרבה לערנט גוט אדורך איין סימן אין שו"ע אנגעהויבן פון די גמ' בעיון ובעמל און דערנאך עפענט אן ערוך השלחן, בדוק ומנוסה עשרות פעמים.
שו"ת משנה הלכות חלק י סימן יט
(בתשובה להג"ר יהודה הרצל הנקין, נכד הפוסק המפורסם הרב יוסף אליהו הנקין ז"ל)
בסימן ו' הביא שם לפסוק כערוך השלחן נגד המשנה ברורה בענין... וכתב דשמע מהגמו"ז זצלה"ה שגדול כחו בהלכה יותר מהמשנה ברורה ובמקום שחולקין יש לפסוק כהערוך השלחן, ובשם רב אחד כתב עוד דהערוך השלחן מביא דברי המ"ב א"כ הו"ל בתראי נגד המ"ב, ולפענ"ד ההלכה כמ"ב חדא דהמ"ב הוא גברא דמרי סייעא ונתקבלו דבריו בתפוצות ישראל והשנית... ועוד בו שלישיה דהערוך השלחן לא מביא שום ראי' נגד המחצית השקל והקצש"ע ושאר האחרונים שפסקו... אלא כתב שאינו רואה שום טעם להרוצים להחמיר... אבל הרי שאר הפוסקים ראו טעם לשבח לאסור... וא"כ אפילו אם נחמיר כעה"ש נגד המ"ב אבל להקל מאן ספוק בכל מקום בדרך כלל.
מאראנצןזאפטדער ערוך השלחן ווערט געניצט ווען מ'דארף אים... דער סאטמארער רב ברענגט אים אין די תשובה פון שיעור מחיצה, און דער חזון איש ברענגט לגבי די שאלה פון כשרות הבאפעלו.
עס איז א קינדערישקייט צוצוגלייכן די 2 חיבורים, אדער אפילו זיי אריינשטעלן אין אין איין שאנק
דער חפץ חיים האט זיך געמוטשעט 28 יאר אויף זיין חיבור און בדרך כלל איז עס מזוקק שבעתיים
דער למדן און בעל הבית טרעפן זיך דארט דאס פלאץ צוגלייך (א חידוש פאר זיך).
כמעט יעדע סוגיא בעניני מועד ווערט דארט בארירט מיט א בריייטקייט און עמקות מלא חידושים אמיתיים על דרך האמת.
משא"כ דער ערוך השלחן וועט יעדער בי בר רב דחד יומא באמערקן ווי ס'איז געשלאגן מיט קרומקייטן, מאדנעקייטן, און קרויאזקייטן, אין יעדן סימן. און אן אומפאר4שטענדליכע אויבערפלעכליכקייט באגלייט דעם גאנצן ספר פון דעקל צו דעקל, וכבודו במקומו מונח.
אדרבה לערנט גוט אדורך איין סימן אין שו"ע אנגעהויבן פון די גמ' בעיון ובעמל און דערנאך עפענט אן ערוך השלחן, בדוק ומנוסה עשרות פעמים.
אנטשולדיגס, אבער האקט נישט אין קאפ.
מפני כבודו של החפץ חיים והתקבלות חיבורו בכלל ישראל וועל איך נישט ארויסשרייבען וואס איך האב צו זאגען אין דעם געביט עד הסוף, אבער איך האב געהאט ערנסט א קלער אז איר האט זיך פארמישט און מחליף געווען די נעמען ערוך השולחן מיט משנה ברורה.
לעיקוואוד האט אנגערירט א האקעלע נקודה ביי מיר. איך וויל שוין פון לאנג וויסן וואס עס איז דער יחוס פון משנה ברורה מער ווי למשל פסקי תשובות.
לעיקוואדמאראנצןזאפטדער ערוך השלחן ווערט געניצט ווען מ'דארף אים... דער סאטמארער רב ברענגט אים אין די תשובה פון שיעור מחיצה, און דער חזון איש ברענגט לגבי די שאלה פון כשרות הבאפעלו.
עס איז א קינדערישקייט צוצוגלייכן די 2 חיבורים, אדער אפילו זיי אריינשטעלן אין אין איין שאנק
דער חפץ חיים האט זיך געמוטשעט 28 יאר אויף זיין חיבור און בדרך כלל איז עס מזוקק שבעתיים
דער למדן און בעל הבית טרעפן זיך דארט דאס פלאץ צוגלייך (א חידוש פאר זיך).
כמעט יעדע סוגיא בעניני מועד ווערט דארט בארירט מיט א בריייטקייט און עמקות מלא חידושים אמיתיים על דרך האמת.
משא"כ דער ערוך השלחן וועט יעדער בי בר רב דחד יומא באמערקן ווי ס'איז געשלאגן מיט קרומקייטן, מאדנעקייטן, און קרויאזקייטן, אין יעדן סימן. און אן אומפאר4שטענדליכע אויבערפלעכליכקייט באגלייט דעם גאנצן ספר פון דעקל צו דעקל, וכבודו במקומו מונח.
אדרבה לערנט גוט אדורך איין סימן אין שו"ע אנגעהויבן פון די גמ' בעיון ובעמל און דערנאך עפענט אן ערוך השלחן, בדוק ומנוסה עשרות פעמים.
אנטשולדיגס, אבער האקט נישט אין קאפ.
מפני כבודו של החפץ חיים והתקבלות חיבורו בכלל ישראל וועל איך נישט ארויסשרייבען וואס איך האב צו זאגען אין דעם געביט עד הסוף, אבער איך האב געהאט ערנסט א קלער אז איר האט זיך פארמישט און מחליף געווען די נעמען ערוך השולחן מיט משנה ברורה.
צוויי דריי עקזאמפלען וואלטען צוניץ געקימען דא.
יקירי שליט"א, אין דרכי לבוא בויכוחים כי הבדל הדעות יש להם גורמים מוקדמים של רבות בשנים ואין בכח של ראי' לשנות, כי כל ראי׳ יש לה מסילות רבות, לכן מונח קיים אצלי למנוע מלהשיב. (קו"א חזו"א)
יאירלעיקוואוד האט אנגערירט א האקעלע נקודה ביי מיר. איך וויל שוין פון לאנג וויסן וואס עס איז דער יחוס פון משנה ברורה מער ווי למשל פסקי תשובות.
שאל פעם ר’ לייב, בנו של ה”חפץ חיים” את אביו: “אבא, האם ידעו ויבינו בני הדור הלומדים כמה יגיעות יגעת וכמה עמל ותלאה השקעת בעבודתך בכל סימן וסימן?.
השיב לו אביו: “וכי מה אכפת לי אם לא יהללו אותי ואם לא יבינו להעריך את עבודתי ולהכיר לי טובה על כך? מה בכך? האם כדי שיחזיקו לי טובה אני עמל? הלא כל מגמתי היא לכבוד ה’ - והוא רואה בעמלנו”. (”החפץ חיים חייו ופעליו”, עמ’ ר”ט)
מיץ תפוז,
איך האב נישט געזאגט אז איך זע נישט די ארבעט וואס דער חפץ חיים האט אריינגעלייגט, איך זאג נאר אז איך זע נישט אז זיין חיבור זאל זיין אזויפיל בעסער ווי פסקי תשובות. דער פסקי תשובות האט אויך אריינגעלייגט א געוואלדיגע יגיעה ביז עס איז ארויסגעקומען א דבר השלם.
ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, און דער פסקי תשובות איז היינט דער פוסק אחרון.
כדי צו פארשטיין וואס מיינט פוסק אחרון: ווען איינער האט א שאלה, און ער איז גענוג תלמוד חכם צו קוקן אין א ספר און וויסן וואס צו טוהן, איז פאר די קריג געוועהן דער סדר אז מען האט ארויסגע'פסק'נט פין שו"ע, דאס הייסט מען האט געקוקט אין מג"א, און אזוי האט מען געטוהן, וכן ביו"ד, האט מען געקוקט אין ש"ך און אזוי האט מען געטוהן, איך קען אויף דעם ברענגען ראיות פון מנהגים פון אמאהל וכו'.
נאך דער מלחמה, אפשר אביסל פריער, איז דער משנה ברורה געווארן דער פוסק אחרון, דארט האט מען געקוקט און אזוי האט מען געטוהן. עס קען זיין אז חסידים האבן נישט געטוהן וואס ער ברענגט בשם הגר"א, און מען האט אכטונג געגעבן אויף זיינע הכרעות טאמער האט ער גע'פסק'נט ווי איין שיטה צוליב דער גר"א, אבער מען קען זאגן אז רוב בנין ומנין פון אשכנזים האבן גענוצט דעם משנה ברורה ווי א האנט ביכל, און וואס מען האט געוואלט וויסן האט מען דארט אריין געקוקט און אזוי געטוהן.
לגבי דעם ערוך השלחן, קען זיין אז געוויסע גדולים און תלמידי חכמים וואס האבן פארשטאנען מער, און האבן געוואוסט ווי אזוי מען לערנט אים אפ, האבן אים מער ליב געהאט און האבן געפסק'נט ווי אים, אבער דאס איז נישט געוועהן וואס דער רוב האט געטוהן.
לגבי דער חילוק פון משנה ברורה און ערוך השלחן איז אזוי. דער משנה ברורה איז א מלקט, ער ברענגט פון אחרונים, די ליסטע איז געדריקט אין דעם אנהייב פונעם ספר, ער ברענגט פון אלע, הן חסידים ליטאים אשכנזים וכו'. דאס מאכט אים פאר א עניו, איינער וואס שרייבט נישט גאנצע ספרים נאר צו קענען שרייבן וואס ער האלט. ער שרייבט מיט דרך ארץ אויף יעדעם איינעם, אוודאי קען ער זיין מחולק מיט איינעם, אבער מיט דרך ארץ און עניוות. דער סארט שרייבן איז זייער אטראקטיוו פאר "יעדעם איינעם". אונז ווייס מיר ווי פיינט אונז האבן אויסצוהערן איינער וואס איז נישט נוהג כבוד צו יענעמ'ס שיטות...... 😳 😳 😳
דער ערוך השלחן, איז אבער דער היפוך. ער איז מלא אני ואפסי. לא מיבעי' איז ער נישט נוהג כבוד צו קיין אחרונים, קען ער מכריע זיין פארקערט פין מחבר און דער רמ"א, ווייל "ער" האלט פארקערט, ועוד ועוד. ריינע ליטווישע ווארע. קיין גרויס כבוד און הערצה קומט נישט פון א געשרייבעכץ כעין זה.
פאר דעם סיבה איז דער ערוך השלחן נישט אנגענומען געווארן. איך געדענק איך פלעג אלץ אינגל לערנען מיט מיין טאטע ערוך השלחן, אונז האבן אדורך געלערנט גאר אסאך סימנים. אלץ איז אויסגעקומען ווי ער קריגט אויף אנדערע מיט א שטארקייט און א פעסטקייט. קען זיין אויף מיר האט עס געהאט א שטארקע השפעה...............
און צום שלוס: דער פסקי תשובות איז גאר א שטארק ספר, מער ווי איין מאל רעדענדיג מיט גאר אסאך מורה הוראות, איז מיר אויסגעקומען אז זיי נוצען עס גאר אסאך. א מורה הוראה דארף זיין היבש נאריש נישט צו קוקן דארט, ווי ער טוט אלץ אדורך מיט א קלארקייט, הלכות וואס זענען שווער און נישט קלאר טוט ער אדורך פין די גרעסטע פוסקים ביז די קלענסטע, מברר די שיטות, אזוי אז יעדער האט א בענעפיט פון דארט קוקן.
דער פסקי תשובות איז אויך א עניו, שרייבט אלעס מיט דרך ארץ אויף יעדעם איינעם, און איז מסכם צווישן יעדעם. אביסל דארף מען ליידן פין זיין ביאלא זיידע, אבער אויסער דעם איז ער גאר גוט. און נאך אביסל איז ער דער פוסק אחרון, ווען איינער גייט וועלן וויסן א פסק וועט ער דארט קוקן.
יאירמיץ תפוז,
איך האב נישט געזאגט אז איך זע נישט די ארבעט וואס דער חפץ חיים האט אריינגעלייגט, איך זאג נאר אז איך זע נישט אז זיין חיבור זאל זיין אזויפיל בעסער ווי פסקי תשובות. דער פסקי תשובות האט אויך אריינגעלייגט א געוואלדיגע יגיעה ביז עס איז ארויסגעקומען א דבר השלם.
למה נקרא שמו 'יאיר' מפני שמאיר עיני חכמים
צר לי מאוד ולמשמע אוזן דאבה נפשי אז אזא באגאאבטער שרייבער זאל פרעגן אזא שאלה
דער משנה ברורה איז א טיפער ספר יסוד פרי עמלו מאחד מן הגדולים בדורו דור דעה וסמכו עליו כל גדולי דורו כהגר"ח והגרי"א, ולאחריו כהחזו"א הגרח"ע, בליווי יראתו הקודמת לחכמתו המפורסם, און אומאויפהערליכער יגיעה עצומה פון צענדליגער יארן.
ביאור הלכה איז א מבהיל'דיגער לומדישער ווערק און אין געוויסע זינען טראגט עס רעוועלוציאנערישע ווירדן פון אסיקא שמעתתא אליבא דהילכתא באופן יוצא מן הכלל ומקום הניחו לו מן השמים להתגדר בדיני מועד והמסתעף וכמה פעמים פתח שערי אורה במקום שלא דשו בו אחרים.
דער פסקי תשובות איז א שיינער ליקוט, מלאכת מחשבת פון א וואוילער יונגערמאן א בנש"ק מיט א גוטע סטעף, (וי"א שספר זה הוא בגדר ספר שאינו מוגה ואסור להחזיקו הביתה, והטעותים בסברא, ובציון, ובהעתקה, ובהבנה, המה למאות ולאלפים וכמה פעמים מצינן בין העלים אביזריהו של גילו פנים בתורה שלא כהלכה).
נאך אביסל גייט מען שרייבן, "ומי לנו גדול ממרן בעל פסקי תשובות שישב על כל טיפת דיו ז' נקיים ויגע בדם לבבו הטהור להוציא מתחת ידו חיבור מנופה ומתוקן מכל שיג ושיח וכל נגע ומחלה, ומי יבא אחרי המלך להרהר אחרי הפוסק אחרון שכל רז לא אניס ליה ואסור לחלוק עליו והשומע יונעם ותבא עליו ברכת טוב וההיפך בהיפך וד"ל ודו"ק."
מען קען קאמפערן דעם פסקי תשובות צו דעם חלק "משנה ברורה", און דאס אויך מיט רעזערוואציעס ווייל דער פ.ת. איז שטארק ביזי מיט מנהגים וכד' על חשבון ההלכה, ממילא הלכה מענטשן האבן אביסל ווייניגער הנאה, אבער דאך.
משא"כ צו דעם חלק פון ביאור הלכה, דהיינו בירורים עמוקים מיוסדים מהגמרא וגדולי הראשונים, אין דעם אספעקט איז אפילו נישטא קיין מעטש.
והוא הדין נמי לגבי דאס מברר זיין א שאלה און מכריע זיין הלכה כדברי מי, איז אויך עפעס וואס דער משנה ברורה טוט כאחד האחרונים הפוסקים, משא"כ דער פ.ת.
יאירנאך אביסל גייט מען שרייבן, "ומי לנו גדול ממרן בעל פסקי תשובות שישב על כל טיפת דיו ז' נקיים ויגע בדם לבבו הטהור להוציא מתחת ידו חיבור מנופה ומתוקן מכל שיג ושיח וכל נגע ומחלה, ומי יבא אחרי המלך להרהר אחרי הפוסק אחרון שכל רז לא אניס ליה ואסור לחלוק עליו והשומע יונעם ותבא עליו ברכת טוב וההיפך בהיפך וד"ל ודו"ק."
האלט איר טאקע אז כלל ישראל איז אזוי נאריש?!! צו ווייסט איר נישט אז דער שומר ביים טיר פון בית מדרש פון ר' גמליאל שטייט נאך דארט און פארטיילט די זיץ פלעצער אין די היסטאריע ביכער איש איש כפי מהללו.
כלל ישראל האט א 70 מעשער זיפ און זייערט דורך אירע כאראקטערן און פלאצירט זיי לויט זייער אמת'ע עהרע.
דער שאגת ארי' כערכו הרמה, און דער שארפער תלמיד חכם אין שטאט מיץ וואס האט מקנא געווען דאס רבנות און האט אפגעפרעגט די שבת הגדול דרשה פון שאגת ארי', פאר אים האט מען אויך אוועקגעלייגט א שטיל, ער איז געבליבן גערעכט, און אויף זיין קבר וואקסט אומגעשניטענע גראז, און אויפ'ן מציבה איז אויסגעקריצט פה נטמן איש צודק.
מאראנצןזאפטיאירמיץ תפוז,
איך האב נישט געזאגט אז איך זע נישט די ארבעט וואס דער חפץ חיים האט אריינגעלייגט, איך זאג נאר אז איך זע נישט אז זיין חיבור זאל זיין אזויפיל בעסער ווי פסקי תשובות. דער פסקי תשובות האט אויך אריינגעלייגט א געוואלדיגע יגיעה ביז עס איז ארויסגעקומען א דבר השלם.
למה נקרא שמו 'יאיר' מפני שמאיר עיני חכמים
צר לי מאוד ולמשמע אוזן דאבה נפשי אז אזא באגאאבטער שרייבער זאל פרעגן אזא שאלה
דער משנה ברורה איז א טיפער ספר יסוד פרי עמלו מאחד מן הגדולים בדורו דור דעה וסמכו עליו כל גדולי דורו כהגר"ח והגרי"א, ולאחריו כהחזו"א הגרח"ע, בליווי יראתו הקודמת לחכמתו המפורסם, און אומאויפהערליכער יגיעה עצומה פון צענדליגער יארן.
ביאור הלכה איז א מבהיל'דיגער לומדישער ווערק און אין געוויסע זינען טראגט עס רעוועלוציאנערישע ווירדן פון אסיקא שמעתתא אליבא דהילכתא באופן יוצא מן הכלל ומקום הניחו לו מן השמים להתגדר בדיני מועד והמסתעף וכמה פעמים פתח שערי אורה במקום שלא דשו בו אחרים.
דער פסקי תשובות איז א שיינער ליקוט, מלאכת מחשבת פון א וואוילער יונגערמאן א בנש"ק מיט א גוטע סטעף, (וי"א שספר זה הוא בגדר ספר שאינו מוגה ואסור להחזיקו הביתה, והטעותים בסברא, ובציון, ובהעתקה, ובהבנה, המה למאות ולאלפים וכמה פעמים מצינן בין העלים אביזריהו של גילו פנים בתורה שלא כהלכה).
קודם א ייש"כ פאר די ווארעמע קאמפלימענטן.
עס איז אמת אז דער משנה ברורה איז א ספר יסוד, און איך האב היבש איבערגעטריבן מיט'ן עס מדמה זיין צום פסקי תשובות, אבער למעשה גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס אין געוויסע קרייזן איז דער משנה ברורה ממש כתורה מסיני. שווער צו זאגן אז די סיבה איז ווייל עס איז א מבהיל'דיגע לומדישע ווערק און עס איז לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא. איך מיין אז שולחן ערוך הרב, לדוגמא, שטייגט איבער דעם משנה ברורה פיל מער סיי אין לומדות אין סיי אין אסוקי שמעתתא, און איך מיין נישט חלילה צו מגרע זיין פונ'ם משנה ברורה.
יאירמאראנצןזאפטיאירמיץ תפוז,

אם כנים זענען מיר אויפ'ן זעלבן בלעטל....
אני מאמינ'ס איז נאר 13, און אלעס וואס ווערט צו געלייגט איז אמונה טפילה.
ואת והב בסופה אמרו קידושין ל' ב'.
היימישער ליטוואקמען קען קאמפערן דעם פסקי תשובות צו דעם חלק "משנה ברורה", און דאס אויך מיט רעזערוואציעס ווייל דער פ.ת. איז שטארק ביזי מיט מנהגים וכד' על חשבון ההלכה, ממילא הלכה מענטשן האבן אביסל ווייניגער הנאה, אבער דאך.
משא"כ צו דעם חלק פון ביאור הלכה, דהיינו בירורים עמוקים מיוסדים מהגמרא וגדולי הראשונים, אין דעם אספעקט איז אפילו נישטא קיין מעטש.
והוא הדין נמי לגבי דאס מברר זיין א שאלה און מכריע זיין הלכה כדברי מי, איז אויך עפעס וואס דער משנה ברורה טוט כאחד האחרונים הפוסקים, משא"כ דער פ.ת.
אמת אז קיין ביאור הלכה איז נישטא אין פסקי תשובות, אבער דו האלטסט אז דער פסקי תשובות וואלט נישט געקענט מכריע זיין און שרייבן ווהדעת נוטה כבעל משנה ברורה, ובעל נפש יחמיר לשיטת שו"ע הגר"ז?
יאירהיימישער ליטוואקמען קען קאמפערן דעם פסקי תשובות צו דעם חלק "משנה ברורה", און דאס אויך מיט רעזערוואציעס ווייל דער פ.ת. איז שטארק ביזי מיט מנהגים וכד' על חשבון ההלכה, ממילא הלכה מענטשן האבן אביסל ווייניגער הנאה, אבער דאך.
משא"כ צו דעם חלק פון ביאור הלכה, דהיינו בירורים עמוקים מיוסדים מהגמרא וגדולי הראשונים, אין דעם אספעקט איז אפילו נישטא קיין מעטש.
והוא הדין נמי לגבי דאס מברר זיין א שאלה און מכריע זיין הלכה כדברי מי, איז אויך עפעס וואס דער משנה ברורה טוט כאחד האחרונים הפוסקים, משא"כ דער פ.ת.
אמת אז קיין ביאור הלכה איז נישטא אין פסקי תשובות, אבער דו האלטסט אז דער פסקי תשובות וואלט נישט געקענט מכריע זיין און שרייבן ווהדעת נוטה כבעל משנה ברורה, ובעל נפש יחמיר לשיטת שו"ע הגר"ז?
לדעתי איז דער ביאור הלכה דער שוואכער חלק פין משנה ברורה.
שוואך, און נישט קיין גרויסע לומדות, אפאר דיוקים דא און דארט, גארנישט משוגע צו ווערען.
קיין גרויסע לומדות איז טאקע נישטא (ומהאי טעמא קשה לי על בעל מיץ תפוזים שהגדיר את המשנה ברורה בזה"ל 'געוואלדיגע לומדות' עכ"ל), אבער איך אפרישיעיט זייער שטארק די קלארקייט מיט וואס ער צונעמט א נושא, עס איז מער ווי סתם דיוקים, עס איז אפגעלערנט די ראשונים מיט א בהירות און דייקנות אויף א אייגנארטיגע שטייגער. איך מיין אז טאקע וויבאלד ער איז נישט געווען קיין ראגאטשאווער מח האט ער געהאט געדולד זיך צו אפגעבן מיט אזעלכע לשונות און הבנות.
רבותי, איר רעדט נארישקייטן. איך זאג נישט אז יעדעס שטיקל בה"ל איז הו נאוס וואט. אבער גאר אסאך שטיקלעך דארף איר זיי באטראכטן כאילו דאס איז א קיצור פון א תשובה געשריבן מיט א בירור יסודי. מיט ראיות און הכרעות.
איך בין גרייט צו עפענען א אשכול ביאור הלכה ווי מען וועט אדורך טוהן שטיקלעך ביאור הלכה אבדזעקטיוו אהן קיין לולא דמסתפינא'ס און עפר אני תחת כפת רגליו וכו'.
היימישער ליטוואקרבותי, איר רעדט נארישקייטן. איך זאג נישט אז יעדעס שטיקל בה"ל איז הו נאוס וואט. אבער גאר אסאך שטיקלעך דארף איר זיי באטראכטן כאילו דאס איז א קיצור פון א תשובה געשריבן מיט א בירור יסודי. מיט ראיות און הכרעות.
דו קלערסט אז א עוורעזש ביאור הלכה איז שטערקער ווי א געווענליכע תשובה אין באר משה?
תפוס לשון ראשון.
מאראנצןזאפט
למה נקרא שמו 'יאיר' מפני שמאיר עיני חכמים
צר לי מאוד ולמשמע אוזן דאבה נפשי אז אזא באגאאבטער שרייבער זאל פרעגן אזא שאלה
דער משנה ברורה איז א טיפער ספר יסוד פרי עמלו מאחד מן הגדולים בדורו דור דעה וסמכו עליו כל גדולי דורו כהגר"ח והגרי"א, ולאחריו כהחזו"א הגרח"ע, בליווי יראתו הקודמת לחכמתו המפורסם, און אומאויפהערליכער יגיעה עצומה פון צענדליגער יארן.
.
איך האב מורא אז דער סיבת הערצת המשנה ברורה איז נישט "בליווי יראתו הקודמת", נאר לגמרי "בזכות" יראתו, הקודמת לחכמתו כפשוטה.
סתם אזוי, איך שטעל זיך פאר אז דער ערוך השולחן האט זיך אויך געמוטשעט צענדליגער יארען צו מאכען זיין חיבור בייגעה עצומה, איך וייס נישט וואס דו ווילסט דא פון דער חפץ חיים'ס יגיעה.
בכלל, איז דער חפץ חיים לכאורה געווען דער ערשטער "גדול הדור" און "פוסק הדור", וואס איז מוכתר געווארען בערך בדרך שהמכתירים היום את הטיטלאך האלו. (ויש מחלוקת היסטוריונים אם בזמנו כבר היה גדול הדור או שהגדול הדור הבא הכתירו רטרואקטיבית כדי להראות שיש לו מסורה וסמכות, ואין זה משנה לעניננו שהוא התקבלות ספרו שהיה בוודאי אחרי גדול הדור הבא). וממילא איז שווער צו ברענגען ראיות פון אופן הקבלות ספרו בכלל ישראל שעס זאגט עפעס אויפן ספר אליינס.
שוין,
אכתוב מקצת מן הבעיות היסודיות שיש במשנ"ב. והוא רחום יכפר עון וכו'.
א- אין לו שום צורה נורמלית של חתירה לעומק ושרשי הסוגיות, ער איז נישט מחלק צווישען א כלל און א פרט, צווישען א עיקר און א טפל, הכל הוא מביא באותו דרך ובאותו צורה. מי שפותח שולחן ערוך הרב, או ערוך השולחן, רואה מיד בהתחלת כל סימן את שרש ועיקר הסוגיא, מה הפסוק, הגמרא, הראשונים, לא רק בציטוטים והבאות, אלא עמידה על שרשי הנידונים והנושאים, בבהירות עצומה. וממילא לפי זה הם נותנים תמונה ברורה על הסוגיא ויכולים להכריע עפ"ז בספקות. במשנ"ב אין מאומה מכל זה. אם יש לעתים הקדמה לסימן הוא מלוקט מאחרוני אחרונים ואין בו שום בהירות חדשה בסוגיא.
ב- אין לו שום דרך הכרעה נורמלית בין הפוסקים. ההכרעות שלו מבוססות או על חסידות, כלומר שהוא חסיד של הגר"א למשל ממילא יש להכרעות הגר"א משקל גדול אצלו בלי שום סיבה רק כי הוא חסיד של הגר"א. ובדרך כלל כלל אינו מכריע בין דעות שונות, אלא תמיד עושה כזה משחק שלכתחילה יחמירו כדעת כל הפוסקים, ובדיעבד כדעת מקצתם. אפילו הבית יוסף, שהוא אבי השיטה לא להכריע לפי הסוגיות אלא לפי כללים ומנין בפוסקים, לפחות עשה לעצמו כלל ברור ודי הגיוני ללכת לפי ב' מג' עומדים, במשנ"ב אין גם זה, אלא תמיד הכרעות ליקוטיות כאלה בין מג"א לגר"א לט"ז בלי שום סיבה עיונית וענינית. וכמעט תמיד להחמיר, כידוע שלהחמיר אינו קונץ, גם עם הארץ יכול להחמיר.
ג- העולם שלו קטן וצר, קליינשטעטלדיג, כאילו הוא ממאן בכלל להכיר במציאות העולם שבה הוא חי. את זה רואים בכל ספריו בהלכה באגדה ובכל תחום. מי שמבין יודע שהבעיה של ההלכה בימינו אינו בחסרון עוד ספר ליקוט שילקט את הפוסקים שבאו אחרי הבאר היטב (כמ"ש בהקדמת המשנ"ב, מה שמראה גם על כ"כ חוסר הבנה, וכי אם בעיניו באר היטב זה בעצם ליקוט טוב, וכללו אפילו במשנ"ב, והמשנ"ב לא נצרך אלא כי לאחר הבאר היטב נדפסו עוד כמה אחרונים , מי אומר שצריך לעיין בכל האחרונים שנדפסו? ובשלמא אם היה מביא את הכרעותיהם כלפי שאלות חדשות שנתחדשו, ע"ד מטרת הספר פסקי תשובות, ניחא, אבל הוא לא עוסק בזה כלל, כדלהלן). הבעיות הם בהתאמת כללי ההלכה למציאות העולם המשתנה כל הזמן. הדבר הזה הוא עסק כל הפוסקים האמתיים שקמו לכלל ישראל, וכל אלו שנחשבים באמת פוסקי הדורות. ועל זה נכתבים ספרי השו"ת הרציניים והחשובים. המשנ"ב פשוט התחמק אפילו מלהזכיר שיש דבר כזה לעקטער בעולם. ואמר לבנו שלא רצה להכניס את עצמו לפולמוס הזה. אבל לא נראה באמת שהבין בכלל את הנושא הזה. ואפשר להאריך בזה הרבה.
רחוק בעיני להאמין שהחזו"א שהיה מגדולי המעיינים בדורות האחרונים (לשון הר"ש פישר "גדול האחרונים") ראה איזה בשורה עיונית בחפץ חיים ובמשנ"ב. נראה ברור שלדברי ההערצה וההערכה שהעריף על הח"ח וספריו ישנם מטרות שונות לגמרי מאשר הערכה על למדנותו. והבקי בכתביו האגדיים של החזו"א ידע למי אני מתכוון, שלחריפות שכלו ודקות עיונו בנושאי הלכה אין זכר וקשר עם המגמות שהוא דוחף בכתביו ההשקפתיים.
ויש להזכיר, שכנראה במציאות חלקים גדולים מתוך החיבור כלל לא כתב הח"ח בעצמו אלא נתן לבנו וחתנו ות"ח שונים לכתוב. כך שהיה לו צוות כתיבה, בדיוק כמו הפסקי תשובות. וכידוע שבנו כותב בתולדותיו שזהו סיבת סתירות שונות שיש בדבריו, בגלל שלעתים לא השתוו במסקנותיהם הכותבים השונים. וחסידי הח"ח החדשים ממאנים להאמין לעדות ברורה כזאת ותחת זאת מעדיפים להתפלפל ולחלק חילוקים מדומיינים לעייל פילא בקופא דמחטא ליישב כל מיני סתירות בדבריו. (בכלל חסידיו לא אהבו את התלדות שכתב בנו, מאחר ועושה אותו יותר מדי אנושי.)
מי שיש לו יד ורגל בעבודות ליקוט דומות, כמו ש"ס ארטסקרול, או אוצר מפרשי התלמוד, וכדומה, יודע שאמנם יש בזה מלאכה וחכמה, ולענ"ד הליקוטים שהזכרתי כלל לא נופלים בערכם מהמשנ"ב. אבל מכאן ועד להיות גדול הדור בזכות זה, רחוק מאד הדרך.
לעיקוואד, דו צושאקלסט יסודות. WOW
keep going
מיך רעגט אויף איין זאך: די אותיות פאר די ס"ק אינמיטען די זאץ - בדי השלחן מאכט דאס נאך, און זיין זוהן אין חלקת בנימין.
איך מיין נישט ח"ו צושאקלען קיינע יסודות. איך מאך נאר קלאר וואס זענען די יסודות און וואס נישט..
און יעצט, בשבחו של ערוך השולחן.
לצערי האב איך נישט אזויפיל געלערנט ערוך השולחן , איך האב אסאך מער געלערנט משנה ברורה, כמנהג הנפוץ, ממילא ווייס איך נישט גענוג איבער עם. איך האב אפילו נישט געליינט אזויפיל תולדות בעל ערוך השולחן. אפשר בזכות דער אשכול וועל איך אראפנעמן דער סעט ערוך השולחן וואס איך האב פון מיין בר מצווה און דורכלערנען אפאר סימנים.
עכ"פ, וועל איך שרייבען א משהו פון אויוון אויף וואס איך געדענק און וואס איך האב געהערט וועגן דער ספר הנפלא ערוך השולחן.
קודם כל, בעוד וואס דער משנה ברורה איז נאר אויף אורח חיים, און אויך פון שולחן ערוך הרב פעלט רוב חלקי השולחן ערוך. איז דער ערוך השולחן אויף אלע פיר חלקי שולחן ערוך, און נישט נאר דעם האט ער אויך געשריבען "ערוך השולחן העתיד" וואס איז כולל אלע הלכות התלויות בארץ און בית המקדש וכו' וואס איז נישט נכלל אין שולחן ערוך. איך מיין אז אויזער דער רמב"ם, איז דאס דער איינציגסטער ספר הלכה וואס נעמט אדורך כל התורה כולה כפשוטו. און דאס אליינס איז א משונהדיגער הישג מצדו (אדער א משונהדיגער חסרון פון אנדערע ספרים).
יעצט דער קלארקייט און בהירות פון דער ערוך השולחן איז אין לשער. אויף צו פארשטיין משנה ברורה דארף מען קודם לערנען דער מחבר, רמ"א, און האפנטליך קען מען פארשטיין דער משנ"ב אן לערנען דער טור וכו'. אפילו שער שולחן ערוך הרב וואס מקען יא ליינען גראד איז עס געשריבען מיט אביסעל א שווערע למדנישער לשון וואס מדארף האלטן קאפ, שלא לדבר אויפן קונטרס אחרון וכו' ווי ער לייגט פאר זיינע בירורים און חידושים וואס אויף דאס צו לערנען דארף מען ממש זיין א למדן און קענען די סוגיא. משא"כ דער ערוך השולחן האט אזא פליסיגע געשמאקע שפראך וואס יעדער בחור'ל קען ליינען, נישט קיין חילוק צו סאיז א סימן אין אורח חיים אדער אין חושן משפט אדער אבן העזר, און קען פארשטיין די גאנצער היקף הסוגיא, פון די גמרות, ביז די עיקרי דעות וסבורת הפוסקים והראשונים, אלץ מיטן הוספת נופך פונ'ם ערוך השולחן וואס האט נישט מורא אנצומערקן וועלכע סברא אדער שיטה איז גלייך און וועלכער איז דחוק, ביזן פראקטישער הלכה למעשה.
יעצט אמת ער נוצט זיך אמאל מיט סברות וואס מקען זיך דינגען אויף זיי, בערך אזויווי ר' משה פיינשטיין'ס תשובות וואס צומאל זאגט ער סברות וואס זענען לאו דווקא מוכרח און ער האט נישט מורא צו פסקנען פון דעם למעשה. זעהט אויס דאס איז געוען דער שטייגער אין ליטא אזוי צו פסקנען. ויש בזה מעלות וחסרונות. אבער מכל מקום ע"פ רוב זענען זיינע סברות זייער גלייך, נישט געקוועטשט, אפשר אפילו בעלבתיש. אבער בעלבתיש איז גארנישט קין חסרון אלעמאל נאר אפשר להיפך.
ובקיצור, איינער וואס זוכט א ספר וואס איז סיי קלאר אין אלע שיטות הקודמים, און איז אויך מעמת די סברות זייערע מיטן נארמאלער שכל און גלייכקייט, וועט דאס טרעפן נאר אין ערוך השולחן. הגם נישט אלע זיינע תורות דארף מען מסכים זיין, לפחות טראכט ער און פרעגט די ריכטיגע שאלות.
איך האב געהערט אמאל פון הרה"ח ר' יעקב מאיר שעכטער זאל זיין געזונט, אז ער האט זיך געמאכט א סדר דורכלערנען גאנץ ערוך השולחן, אפאר מינוט אטאג, ביז ער האט גענדיגט דער גאנצער ספר. ומנה שבחו אז ער פירט דיר אדורך די גאנצע מהלך הענינים פון די גמרא ביז די הלכה למעשה. הגם אז נישט אין אלעס איז הלכה כמותו. וממנו יראו כן יעשו.
כמדומה, אז ר' חיים לייב כ"ץ האט באוצרו א גאנצע חיבור מיט קשיות אויף משנה ברורה.
פאר איינער פין די חסידישע חדר וואס איז געוואינט אנצונעמען די נושאי כלים ווי דער מג"א און דער שולחן ערוך הרב, איז בכלל נישט קיין עסק דער ערוך השלחן. ווייל מען קען אסאך מאהל נישט פארשטיין די פסקי המג"א לויט ווי ער איז מסביר די יסודות.
אויף הלכות פסח האט ער שוין מו"ל געווען א חלק. אויף די משנה ברורה.
דא ווערט עפעס דערמאנט בקצרה.
[ציטאט אראפגענומען]
די 3 פינטלעך פארשטיי איך נאך. די 4'טע ווייס איך נישט די כוונה.
זיי מסביר, ביטע.
לעיקוואדאיך מיין נישט ח"ו צושאקלען קיינע יסודות. איך מאך נאר קלאר וואס זענען די יסודות און וואס נישט..
און יעצט, בשבחו של ערוך השולחן.
לצערי האב איך נישט אזויפיל געלערנט ערוך השולחן , איך האב אסאך מער געלערנט משנה ברורה, כמנהג הנפוץ, ממילא ווייס איך נישט גענוג איבער עם. איך האב אפילו נישט געליינט אזויפיל תולדות בעל ערוך השולחן. אפשר בזכות דער אשכול וועל איך אראפנעמן דער סעט ערוך השולחן וואס איך האב פון מיין בר מצווה און דורכלערנען אפאר סימנים.
עכ"פ, וועל איך שרייבען א משהו פון אויוון אויף וואס איך געדענק און וואס איך האב געהערט וועגן דער ספר הנפלא ערוך השולחן.
קודם כל, בעוד וואס דער משנה ברורה איז נאר אויף אורח חיים, און אויך פון שולחן ערוך הרב פעלט רוב חלקי השולחן ערוך. איז דער ערוך השולחן אויף אלע פיר חלקי שולחן ערוך, און נישט נאר דעם האט ער אויך געשריבען "ערוך השולחן העתיד" וואס איז כולל אלע הלכות התלויות בארץ און בית המקדש וכו' וואס איז נישט נכלל אין שולחן ערוך. איך מיין אז אויזער דער רמב"ם, איז דאס דער איינציגסטער ספר הלכה וואס נעמט אדורך כל התורה כולה כפשוטו. און דאס אליינס איז א משונהדיגער הישג מצדו (אדער א משונהדיגער חסרון פון אנדערע ספרים).
יעצט דער קלארקייט און בהירות פון דער ערוך השולחן איז אין לשער. אויף צו פארשטיין משנה ברורה דארף מען קודם לערנען דער מחבר, רמ"א, און האפנטליך קען מען פארשטיין דער משנ"ב אן לערנען דער טור וכו'. אפילו שער שולחן ערוך הרב וואס מקען יא ליינען גראד איז עס געשריבען מיט אביסעל א שווערע למדנישער לשון וואס מדארף האלטן קאפ, שלא לדבר אויפן קונטרס אחרון וכו' ווי ער לייגט פאר זיינע בירורים און חידושים וואס אויף דאס צו לערנען דארף מען ממש זיין א למדן און קענען די סוגיא. משא"כ דער ערוך השולחן האט אזא פליסיגע געשמאקע שפראך וואס יעדער בחור'ל קען ליינען, נישט קיין חילוק צו סאיז א סימן אין אורח חיים אדער אין חושן משפט אדער אבן העזר, און קען פארשטיין די גאנצער היקף הסוגיא, פון די גמרות, ביז די עיקרי דעות וסבורת הפוסקים והראשונים, אלץ מיטן הוספת נופך פונ'ם ערוך השולחן וואס האט נישט מורא אנצומערקן וועלכע סברא אדער שיטה איז גלייך און וועלכער איז דחוק, ביזן פראקטישער הלכה למעשה.
יעצט אמת ער נוצט זיך אמאל מיט סברות וואס מקען זיך דינגען אויף זיי, בערך אזויווי ר' משה פיינשטיין'ס תשובות וואס צומאל זאגט ער סברות וואס זענען לאו דווקא מוכרח און ער האט נישט מורא צו פסקנען פון דעם למעשה. זעהט אויס דאס איז געוען דער שטייגער אין ליטא אזוי צו פסקנען. ויש בזה מעלות וחסרונות. אבער מכל מקום ע"פ רוב זענען זיינע סברות זייער גלייך, נישט געקוועטשט, אפשר אפילו בעלבתיש. אבער בעלבתיש איז גארנישט קין חסרון אלעמאל נאר אפשר להיפך.
ובקיצור, איינער וואס זוכט א ספר וואס איז סיי קלאר אין אלע שיטות הקודמים, און איז אויך מעמת די סברות זייערע מיטן נארמאלער שכל און גלייכקייט, וועט דאס טרעפן נאר אין ערוך השולחן. הגם נישט אלע זיינע תורות דארף מען מסכים זיין, לפחות טראכט ער און פרעגט די ריכטיגע שאלות.
איך האב געהערט אמאל פון הרה"ח ר' יעקב מאיר שעכטער זאל זיין געזונט, אז ער האט זיך געמאכט א סדר דורכלערנען גאנץ ערוך השולחן, אפאר מינוט אטאג, ביז ער האט גענדיגט דער גאנצער ספר. ומנה שבחו אז ער פירט דיר אדורך די גאנצע מהלך הענינים פון די גמרא ביז די הלכה למעשה. הגם אז נישט אין אלעס איז הלכה כמותו. וממנו יראו כן יעשו.
כמדומה אז אויוון איז א תנור, וואו מ'באקט קיכן, כ'מיין מ'שרייבט אויבן אויף.
ייש"כ. עלמיר פרעגן די בקיאים בחכמת דקדוק היודיש דפה וואס זיי זאגען דערצו.
קיין אנדערע הערות האסטו נישט?
לעיקוואדשוין,
אכתוב מקצת מן הבעיות היסודיות שיש במשנ"ב. והוא רחום יכפר עון וכו'.
א- אין לו שום צורה נורמלית של חתירה לעומק ושרשי הסוגיות, ער איז נישט מחלק צווישען א כלל און א פרט, צווישען א עיקר און א טפל, הכל הוא מביא באותו דרך ובאותו צורה. מי שפותח שולחן ערוך הרב, או ערוך השולחן, רואה מיד בהתחלת כל סימן את שרש ועיקר הסוגיא, מה הפסוק, הגמרא, הראשונים, לא רק בציטוטים והבאות, אלא עמידה על שרשי הנידונים והנושאים, בבהירות עצומה. וממילא לפי זה הם נותנים תמונה ברורה על הסוגיא ויכולים להכריע עפ"ז בספקות. במשנ"ב אין מאומה מכל זה. אם יש לעתים הקדמה לסימן הוא מלוקט מאחרוני אחרונים ואין בו שום בהירות חדשה בסוגיא.
עס איז נישט פעיר צוצושטעלן דעם משנ"ב צום שו"ע הגר"ז און ערוה"ש - זיי שרייבן זייער אייגענעם חיבור, בעוד וואס דער משנ"ב איז א מפרש אויפן שו"ע. טראכט פון מג"א ט"ז, ש"ך סמ"ע, ח"מ ב"ש, ווער הייבט אן מיטן שורש הסוגיא. דאס איז נישט זייער דזשאב. ועוד, אין ביאור הלכה טוט ער דאס הרבה הרבה פעמים. און צוריק צו דאס וואס איך האבן גשריבן אז זיין ארבעט איז געווען צו געבן פאר דעם לערנער/מורה הוראה א דבר השלם, טראכט וואס ער האט געטוהן אין סי' ל"ב אאז"וו.
ב- אין לו שום דרך הכרעה נורמלית בין הפוסקים. ההכרעות שלו מבוססות או על חסידות, כלומר שהוא חסיד של הגר"א למשל ממילא יש להכרעות הגר"א משקל גדול אצלו בלי שום סיבה רק כי הוא חסיד של הגר"א. ובדרך כלל כלל אינו מכריע בין דעות שונות, אלא תמיד עושה כזה משחק שלכתחילה יחמירו כדעת כל הפוסקים, ובדיעבד כדעת מקצתם. אפילו הבית יוסף, שהוא אבי השיטה לא להכריע לפי הסוגיות אלא לפי כללים ומנין בפוסקים, לפחות עשה לעצמו כלל ברור ודי הגיוני ללכת לפי ב' מג' עומדים, במשנ"ב אין גם זה, אלא תמיד הכרעות ליקוטיות כאלה בין מג"א לגר"א לט"ז בלי שום סיבה עיונית וענינית. וכמעט תמיד להחמיר, כידוע שלהחמיר אינו קונץ, גם עם הארץ יכול להחמיר.
פשוט הוצאת שם רע, ער איז מחמיר ביי דאורייתא'ס, ער ברענגט פון ראשונים (צומאל אויך נייע פון נארוואס געדרוקטע כת"י) מכריע צו זיין בין דעות האחרונים, ער איז מבליט דעם דעת הגר"א - א חידוש גדול בפני עצמו ארויסצונעמען פון דעם "ביאור" הגר"א זיין דעת אויף להלכה. (מעגסט האלטן אז פאר דיר איז דאס נישט קיין חשיבות, אבער בארצות ליטא האט דאס גאר א שטארקע משקל, און באמת גם בשאר מקומות שלא ראו בהגר"א את רבם, דאך איז דאס א דיעה פון איינעם פון די גדולי האחרונים.) ובכלל, זיינע הכרעות זענען פראקטיש פאר ערליכע אידן וועלכע זענען מחמיר אויב עס איז נישט קיין טירחא יתירה און עס איז שיטה וועלכע האט א מקום אין הלכה. טא, האט דער משנ"ב געטוהן א סערוויס פאר דעם לערנער, אז ער זאל נישט דארפן קלערן למעשה וויאזוי אומצוגיין, נאר ער איז איהם מכריע דעם דין (מיט א סלענט לחומרא) אויף למעשה.
ג- העולם שלו קטן וצר, קליינשטעטלדיג, כאילו הוא ממאן בכלל להכיר במציאות העולם שבה הוא חי. את זה רואים בכל ספריו בהלכה באגדה ובכל תחום. מי שמבין יודע שהבעיה של ההלכה בימינו אינו בחסרון עוד ספר ליקוט שילקט את הפוסקים שבאו אחרי הבאר היטב (כמ"ש בהקדמת המשנ"ב, מה שמראה גם על כ"כ חוסר הבנה, וכי אם בעיניו באר היטב זה בעצם ליקוט טוב, וכללו אפילו במשנ"ב, והמשנ"ב לא נצרך אלא כי לאחר הבאר היטב נדפסו עוד כמה אחרונים , מי אומר שצריך לעיין בכל האחרונים שנדפסו? ובשלמא אם היה מביא את הכרעותיהם כלפי שאלות חדשות שנתחדשו, ע"ד מטרת הספר פסקי תשובות, ניחא, אבל הוא לא עוסק בזה כלל, כדלהלן). הבעיות הם בהתאמת כללי ההלכה למציאות העולם המשתנה כל הזמן. הדבר הזה הוא עסק כל הפוסקים האמתיים שקמו לכלל ישראל, וכל אלו שנחשבים באמת פוסקי הדורות. ועל זה נכתבים ספרי השו"ת הרציניים והחשובים. המשנ"ב פשוט התחמק אפילו מלהזכיר שיש דבר כזה לעקטער בעולם. ואמר לבנו שלא רצה להכניס את עצמו לפולמוס הזה. אבל לא נראה באמת שהבין בכלל את הנושא הזה. ואפשר להאריך בזה הרבה.
פארגעס נישט אז דער חיבור האט ער אנגהויבן צו שרייבן בערך שנת תרל"ז איך ווייס נישט ווי א צענטראלע נושא אלעקטריק איז דאן געווען. כמה וכמה קאררענט שאלות ברענגט ער יא. פאר אונז היינט זעהט עס אויס אלטמאדדיש. ער ברענגט א סאך תשובות ספרים פון די שפעטערע אחרונים, למשל חת"ס, כת"ס, בית אפרים משכנ"י, שואל ומשיב ועוד.
רחוק בעיני להאמין שהחזו"א שהיה מגדולי המעיינים בדורות האחרונים (לשון הר"ש פישר "גדול האחרונים") ראה איזה בשורה עיונית בחפץ חיים ובמשנ"ב. נראה ברור שלדברי ההערצה וההערכה שהעריף על הח"ח וספריו ישנם מטרות שונות לגמרי מאשר הערכה על למדנותו. והבקי בכתביו האגדיים של החזו"א ידע למי אני מתכוון, שלחריפות שכלו ודקות עיונו בנושאי הלכה אין זכר וקשר עם המגמות שהוא דוחף בכתביו ההשקפתיים.
דער חזו"א האט אסאך השגות אויף כמה פסקים פון דעם משנה ברורה. און דאך זעהט ער אין איהם אלס דער "פוסק אחרון" פון די תקופה. מיר קענען שפעקולירן ביז מארגן אבער דער סוף דבר איז --- "סוף דבר ההוראה המקובלת מפי רבותינו אשר מפיהם אנו חיים כמו מרן הבית יוסף, המגן אברהם והמשנה ברורה, היא הוראה מקוימת כמו מפי סנהדרין בלשכת הגזית" – קובץ אגרות חזו"א חלק ב' איגרת מ"א.
דארפסט צולייגען נאך איין עיקר, אז ------- האט געזאגט אז דער חזון איש גופא איז פוסק אחרון.
קאווע טרינקערדארפסט צולייגען נאך איין עיקר, אז ------- האט געזאגט אז דער חזון איש גופא איז פוסק אחרון.
ניין, איך האלט בכלל נישט פון דעם קאנצעפט "פוסק אחרון", אבער דאכט זיך אז דער חזון איש איז גענוג א גוטע לערנער געווען צו קענען מבחין זיין צו דער משנ"ב איז א גוטע אדער סלאפפי דשזאב.
בד"וו, דער בריסקער רב האט געזאגט אז ער האט א ראיה אז דער משנ"ב איז געשריבן מיט רוה"ק(!), ווייל מ'קען זיך אפשר דינגען מיט איהם אויף טייל פסקים, אבער אין דעם גאנצן חיבור איז נישט פאראן קיין שטות!
וראויים הדברים למי שאמרם.
קאווע טרינקערכמדומה, אז ר' חיים לייב כ"ץ האט באוצרו א גאנצע חיבור מיט קשיות אויף משנה ברורה.
און: כמדומה, אז ר' עקיבא איגר האט באוצרו א גאנצע חיבור מיט קשיות אויף גמרא מיט תוספות.
(און מסתם בעסערע...)אמאל זענען קשיות תירוצים.
Anyhow מיט א ליטוואק הייב איך נישט אן.
איין זאך זעה איך, אז "ליעקוואד" איז נישט ליטוויש.
מיין היימישער ליטוויישער חבר (הגם קאווע טרינקער טענה'ט איך בין נישט קיין ליטוואק, היימיש מיט ליטוויקעס בין איך נאך זיכער, אפילו איך האב דא אפגעשאכטען איינער פון זייערע הייליגסטער קוען..),
איך האב נישט געזעהן אין דיינע ווערטער קיין סאך תשובות אויך מיינע טענות. אמת, אז איך האב אויך נישט געברענגט קיין סאך סימוכין פרטיים לדברי נאר געשריבען באופן כללי, ממילא איז שווער זיך צו דינגען.
ממילא דערווייל לאז איך עס אזוי, ומני ומינך וכו'.
נאר בקיצור, ואכתוב בלשוה"ק כי היא קצרה יותר, זה גופא שהוא לא כתב ספר עצמאי אלא ליקוט על השולחן ערוך הוא קושיא או תירוץ? אולי השו"ע הרב וערוה"ש בגלל שהבינו יותר טוב אכן לא כתבו פירוש על השו"ע.? ולגבי הנו"כ האחרים, נו, לאמיר נישט בארעדן צופיל פריערדיגע, אבל יש ויש, למשל הש"ך אפילו אם לא היה שו"ע בעולם היה חיבור חשוב ומחודש בפני עצמו, שגם מרשה לעצמו להכריע לפי הסוגיות, נו"כ אחרים באמת אינם ברובם אלא פירושים לשו"ע וזה לא אומר שמעכשיו כל מי שכותב ספר בצורת פירוש לשו"ע מקבל פטור לכתוב שטויות?
זה שאינו מתייחס למציאות האקטואלית הוא לא רק שלא מזכיר את חשמל, אלא בכל הספר ובכל ספריו בכלל, למשל ספר חפץ חיים שהוא החידוש העיקרי שלו, שכל הספר הזה הוא ספר טוב אולי למציאות של זמן הגמרא (לפי איך שזה היה נראה בעיני הח"ח) ולא בכלל למציאות של ערים גדולים וכל המציות של זמננו. והציורים שלו מוכיחים זאת. וכך גם בספרו משנ"ב, היו מספיק שאלות חדשות גם בזמנו וגם שהעסיקו את אחרוני זמנו ולא הזכיר מהם מילה אחת, הגם שאתה צודק שהוא מביא אחרונים די מאוחרים, וכבר כתבתי שאיני יודע אם זו מעלה או חסרון.
לגבי צורת ההכרעה שלו יש להרחיב יותר, נכון שלא כל הפוסקים הקודמים לא מכריעים בשכל, אבל כנ"ל שני קושיות זה לא תירוץ. והבאתי את השועה"ר וערוה"ש שכן הכריעו הרבה יותר לפי שרשי הסוגיות. וזה שהיה חסיד של הגר"א עדיין אינו סיבה שכלית להכריע כמותו בדיוק כמו זה שמישהו הוא חסיד של רא"ט לא עושה את זה שכלי שהוא במקרה ושב שההלכה כמותו. בכל אופן המשנ"ב הקצין מאד את השיטה של לא להכריע כלל ולעשות הכל כמעו להחמיר ועם לכתחילה ובדיעבד ובעל נפש יחמיר וכו'. עוד נקודה שבעיני היא העיקרית שכלל אינו מחלק בין שרשי הדברים לענפיהם, שבזה מצטיינים שועה"ר וערוה"ש. אמנם קשה לדבר בזה ללא דוגמאות.
בכללות, וודאי שהמשנ"ב אינו ספר רע מאד, השאלה כאן היא על ההשוואה, ולדעתי אין ספק שמי שמחפש ספר הלכה הגיוני ומובן אמליץ לו שילמד רמב"ם, שועה"ר, או ערוה"ש. וכלל לא יהיה לי הו"א להמליץ על משנ"ב, שמבחינה זו הוא אכן בערך כמו הפסקי תשובות.
דער ווארט וואס דו ברענגסט בשם בריסקער רב, איז אויב איז עס אמת, וואלט איך געזאגט אז דער ווארט איז א ראיה אז בריסקער רב האט נישט געהאט קיין רוה"ק, ווייל ער האט דא געזאגט א גרויסע שטות. קודם כל איך בין נישט זיכער אז עס זענען נישטא קיין שטותים אין משנ"ב, פארשטייט זיך דאס ווענט זיך אין די הגדרה פון א שטות. און צוייטענס, אויך אין ש"ס ארטסקרול האב איך נישט געטראפעו קיין שטותים (כנ"ל, תלוי בהגדרה של שטות), איז לויט דער בריסקער לאגיק איז שוטנשטיין נכתב ברוה"ק.
לגבי דברי החזו"א כבר כתבתי בתגובתי הראשונה מה שאני חושב.
הבהרה: שרש הסוגיא האב איך נישט געמיינט "היסטאריש", וואס די תנאים ואמוראים וכו' האבען געסאגט אויך דעם, נאר לאגיש, כלומר וואס איז די עיקר נקודה ארום וואס עס דרייט זיך די סוגיא. וואס דאס איז לעבנסוויכטיג פאר ווער עס וויל קענען נארמאל די הלכה און פסקנן. אין דעם פרט באקומט דער רמב"ם, שועה"ר, און ערוה"ב, אויסגעצייכנט, ווידער איינער וואס לערנט נאר משנ"ב איז א בחינה פון תנאים מבלי עולם שפוסקים מתוך משנתם בלי להכיר את השרש.
לגבי דעם חזו"א, עס איז שווער צו זאגן וואס ער האט געמיינט. מיר זעט אויס אז אויב האט ער געשריבן מיט אזא וודאות אז דער משנה ברורה מוז פאררעכנט ווערן אויף די זעלבע שורה ווי דער גר"א און דער בית יוסף, איז נישט מסתבר אז ער האט עס נאר געמיינט מכח השקפה. עס איז ענדערש אז ער האט געזען אין זיינע חידושים א וועג ווי אזוי צו אפלערנען א סוגיא מיט א שטארקע בהירות און ישרות (וואס דאס איז לדעתי א שטארקע מעלה פון משנה ברורה וואס אנדערע ספרי ליקוטים האבן נישט), בצירוף מיט דעם וואס עס איז נתקבל געווארן איבעראל, און מיט די צדקות און יראה פון חפץ חיים, האט אים דאס געברענגט צו שרייבן אזא סטעיטמענט.
דער גאנצער שטיקל חזו"א איז בלויז רעטאריק וואס ער האט גענוצט צו משכנע זיין דער צווייטער לקבל דעתו בוויכוח הספציפי שהיה לו. ותו לא מידי. רק עוול המעתיקים שהעתיקו רק את הקטע הזה ולא שאר האגרת העוסק בנושא ההוא עצמו מעוור את העיניים לחשוב כאילו עשה כאן איזה כלל.