☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

173 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #34
בלאט: 1 2 3 4

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:16 am

· #83835
מיר זעט אויס אז ער ברענגט ארויס זייער שטארק די יראת ההוראה פונ'ם משנה ברורה לעומת די זעלבסט זיכערקייט פונ'ם ערוך השולחן.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:18 am

· #83837
לעיקוואד
איני בסוגיא עכשיו, אבל פשוט שיש לחלק בין מי שאוכל משהו שהוא אסור משום כמה איסורים שונים, כמו שבת וטומאה וכו', לבין מי שמדבר דיבור אחד שהוא גם לשון הרע וגם רכילות וגם ארור אשר לא יקים, והוכח תוכיח , והדרת פני זקן, וכו', כל מיני לאוין לא קשורים שהח"ח מנה ברשימה שלו.
מה פשוט??
כמו"כ מנה הח"ח לאוין כאלה שאפשר להאשים בו את כל מי שעובר על כל חטא שבתורה, כמו מה שכתב שעובר על מ"ע של את ה' אלקיך תירא, שזה בוודאי לא נכון.
SO WHAT??
וכמו"כ למשל שכותב שעובר גם על ביטול תורה, שזה ג"כ לא נכון כי מצד ביטול תורה מותר לדבר דברים בטלים ולשוה"ר.
מנא לך היתר זה על ביטול תורה? האם אתה מתכוין לדברי האבן האזל הידועים אבל המחודשים?
בקיצור על רוב הרשימה של הח"ח יש לערער אפילו אם נקבל שזה דומה למשנה של חמש חטאות, וכאמור נראה שיש לחלק ולדון בזה הרבה.

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:51 am

· #83847
א- פשוט שלמשל אם יש איסור מיוחד על גזילה ואיסור מיוחד על עושק, שלא כל מי שעושק עובר גם על גזל. כי בשביל מה צריך איסור מיוחד? ואינו דומה לחמש חטאות. ובזה צריך לעיין כל מצווה בפנ"ע אם דומה וכאמור איני עומד בסוגיה זו כרגע.

ב- כבר כלל הרמב"ם בסהמ"צ שאין למנות אזהרות הכוללות כל התורה במנין המצוות, כי אם נמנה כך הרי לכל מצוה אלפי אזהרות. בכלל כבר העירו שהח"ח עירבב בין הלכה ואגדה והמציא בכלל מצוות ואזהרות חדשות מתוך המקראות מדעתו.

ג- גם בלי האבן האזל והאור שמח (שדווקא כלל לא מחודש כלפי דין התלמוד והרמב"ם ומנהג ישראל בכל הדורות, אלא כלפי ההבנה המעוותת במצות תלמוד תורה של כמה אחרונים), הכוונה שאין קשר בין זה לזה, כמו למשל שזה שאסור לקחת ברבית לא הופך את זה לגזל, כי יש מערכות שונות. וה"ה זה שאסור לדבר לשוה"ר לא עושה שממילא הוא חייב ללמוד תורה, כי כלפי החוב של לימוד התורה הרי הוא עסוק עכשיו, וע"ד שאמרו רשע הייתי וטרוד ביצרי, ואין חיוב ללמוד תורה בשעה שאינו אפשר לו, וזה שאסור לדבר לשוה"ר אינו משפיע על ההגדרה כלפי ביטול תורה שלגבי זה הוא עסוק (מה שמביא בזה מהגר"א על דין וחשבון שוב פשןט שהוא אגדה או כלפי שמיא ולא הלכה).

וכאמור יש כאן מה לעיין על כל הרשימה הענקית של הח"ח שכנראה בעיון מדוקדק בסוף נישאר רק עם שלש או ארבע לאוין שיש לחשוב עליהם בכלל. וזה עוד לפני שנבין שכל ענין לשון הרע אינו הלכה אלא מוסר.

והזכרתי שמפורסם בעולם בשם החזו"א שאכן חלק על הרשימה הזאת , איני זוכר כעת פרטים, מי שיודע שיביא כאן. אולי אחפש בהמשך.

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:56 am

· #83849
יאיר
מיר זעט אויס אז ער ברענגט ארויס זייער שטארק די יראת ההוראה פונ'ם משנה ברורה לעומת די זעלבסט זיכערקייט פונ'ם ערוך השולחן.

איך וויל נישט זיין קיין מחוצף, אבער אפשר איז דער יראת הוראה טאקע געווען ריכטיג. אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט נאר צדקות, נאר אויך א געוויסע חסרון הבנה שרשית, ער האט טאקע נישט געקענט פקסנען און פארדעם האט ער נישט געפסקנט. קען זיין טאקע אז דער צדקות איז געווען שולדיג אויף דעם , הגם איך מין אז ווער עס פארשטייט טאקע זעהט מען דאס אדורך זיין צדקות אויך, און דער ח"ח זעהט מעןנישט קיין שום פלאץ ער זאל האבען געווען א חריף ומבין עניין. אבער בפועל האט עס געברענגט צו א שטארקער חוסר הבנה בהלכות ושרשי הסוגיות.

ועוד, יראת הוראה איז א שיינע זאך אפשר פאר זיך, אבער אויב אזוי מאך זיך נישט דער פוסק הדור. לאז דער ארבעט פאר ווער עס טרויט זיך יא צו פסקנען. וואס איז יעדער שולדיג אז דו געטרויסט זיך נישט?

בקיצור, עס איז נישט סתם ירתא הוראה נאר עפעס אסאך טיפער און מער אידיאלאגיש פון דעם.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 1:12 am

· #83853
וואס איז געלעגן אונטער די יראת הוראה לאזט זיך דעבאטירן. מעגליך אז עס איז דא איין סיבה וואס שטעקט סיי אונטער די יראת ההוראה און סיי אונטער זיין התייחסות צו סוגיות און ראשונים און פסוקים. בכל אופן איז טאקע א מאדנע זאך אז בשעת ער זאגט אז ער איז נאר א מעתיק מיט אביסל הוספות, נעמט ער דעם ריכטער'ס האמערל אין די האנט און איז מכריע אויף רעכטס און לינקס. והוא פלא. פון די אנדערע זייט, איז דאס א גרויס חלק תלוי אין כלל ישראל, אויב זיין ספר איז געווארן אויפגעכאפט, מסתם איז דאס וואס מען זוכט, א פשוט'ע ברחל בתך הקטנה ספר וואו מען גיבט אן אייניגע ווארט פאר יעדע הלכה צוגלייך, אן קיין לומדות'ן און הבנות. מעגליך דערפאר האט ער אזויפיל מכריע געווען, פשוט כדי א געווענליכער בעל הבית זאל נישט ווערן צומישט פון אזוי פיל שיטות און זאל נאכאלס קענען וויסן וואס די הלכה דארף אויסקומען. און למעשה מיין איך אז מען רעכנט זיך טאקע נישט צופיל מיט זיינע הכרעות. גראדע טראכט איך איבער איינער פון די גרויסע פוסקים היינט וואס האט אויך ענליכע חסרונות וואס דו דערמאנסט איבער דעם משנה ברורה און ער האלט זיך פאר א מיראי הוראה אנכי, אבער ער באטראכט זיך יא אלס א פוסק הדור.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 2:20 am

· #83869
און אזוי שטילערהייט האט ער אויך פארפאסט אזא כעין רי"ף "ליקוטי הלכות" אויף סדר קדשים און מועד מסכתות וועלכע זענען נוגע דיני קדשים. מיט א קורצע ביאור, אין וועלכע ער נעמט דארך די פסקים פון דעם רמב"ם און איז מכריע וויאזוי צו פסק'נען.
און נאך צענדליגע קונטרסים'לעך און ספרים'לעך וועלכע נעמט סוף כל סוף צייט מחבר צו זיין, צווישן זיי דער ספר "אהבת חסד" א מייסטערווערק בפני עצמו. אויך דארף ארויסגעברעגנט וועןר דעם ספר מחנה ישראל פאר דעם אידישן סאלדאט, והוא כעין קיצור שו"ע עם הנהגות פרקטיות לחיל.
די אלע זאכן אינאיינעם ווייזן אז דער חפץ חיים ז"ל איז געווען אן עלוי, אהן עלוי'שע כחות איז נישט מעגליך דאס אלעס מחבר צו זיין, און אזוי איז ער טאקע געווען באקאנט אלס קינד "דער זשאלטעווער עילוי!".

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 4:31 pm

· #83978
וייז מיר איין שטיקל אין די אלע ספרים וואס וייזט אויף עפעס א טיפער פארשטאנד אדער חריפות.
די אלע ספרים וואס איך קען זענען גאנץ פשוט. איך זעה אין ערגעץ נישט קיין עליוישקייט ביי עם. אלע ספרים זיינע זענען מער וייניגער צאמגעשטעלט מקורות, אדער מפתח זיין רעיונות אויף גאר א פשוטער אופן. יעדער עוורידזש יונגערמאן וואס האלט דערביי קען דאס מאכן.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 8:51 pm

· #84024
לשון הרע נישט פער ווארט - תורה יא
מוח שליט
בזכרוני אז דער חפץ חיים זאל האבען אויסגערעכענט וויפיל ווערטער מען קען ארויסזאגען אין איין מינוט אין האט געציילט לאוין עקקארדינגלי. לפי הבנתי איז עס נישט תלוי אין די סכום פין ווערטער. עס איז איין מעשה של סיפור רע על חבירו. אפשר קען מען עס צושטעלען צו דין עדות בענין כיון שהגיד, אז ווילאנג ער האלט נאך אינמיטן מגיד זיין הייסט אלעס איין לאנגע הגדה.

און
יאיר
און פארוואס האט דער גר"א געהאלטן אז יעדע ווארט תורה איז א מצוה? אפשר ווייל יעדע ווארט תורה האט אן אייגענע קדושה, אבער איך ווייס נישט אויב דאס איז שייך לגבי מצות ודברת בם. אויך, ס'איז נישט מסתבר אז יעדע ווארט האט באמת א קדושה, אויסער ביי תורה שבכתב וואס איז אנגעבליך געשריבן געווארן מיט שמות הק'.


אז מען איז מדייק געווען אין לשון פון דעם ח"ח זעהט מען, אז אה"נ לגבי תורה איז דא א מצוה בכל תיבה ותיבה, אזוי ווי דער גר"א שרייבט בשם הירושלמי. אבער לגבי לשון הרע איז דער איסור נאר אויף "כל סיפור וסיפור"!!. ומכל מקום, לגבי דעם איסור פון ביטול תורה, דהיינו פארלוסט פון מצוות לימוד התורה האט ער פארלוירן בכל תיבה ותיבה א מעגליכקייט פון מקיים זיין מצוות ת"ת.
דא האט איר איין ביישפיל פון דעם ח"ח'ס הבחנה!

בייגעלייגט זעהט דעם שטיקל.
📎 Capture.PNG

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 11:56 pm

· #84061
לויט דעם קומט אויס אז אויף יעדע עבירה איז מען עובר הונדערטער לאוין ווייל מ'וואלט געקענט לערנען אין די צייט און יעדע ווארט תורה איז קעגן טויזנט מלאכים זינגען שירה קעגן טויזנט מאל טעם גן עדן קעגן טויזנט מאל לערנען א בלאט גמרא שבת פארטאגס מיט א הייסע גלאז קאווע פון א כלי שני.

היימישער ליטוואק » פרייטאג פעברואר 1, 2013 12:02 am

· #84063
הונדערטע עשין

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 1, 2013 12:05 am

· #84065
מ'זאגט נאך בשם הגר"א ז"ל אז דאס איז דער פירוש אויף "דין וחשבון", דין איז פשוט א דין אויף די עבירות; חשבון איז פשט מען רעכנט אויס וואס דער מענטש וואלט געקענט אויפטון אין די צייט פונעם זינד...

יאיר » פרייטאג פעברואר 1, 2013 12:08 am

· #84067
און מען זאגט נאך בשם די גמרא אז איינער וואס רעגט זיך אויף ווען דער באס פארט אוועק פאר זיינע אויגן ווייל א משוגענער האט אים געבעטן א קוואדער איז אזוי ווי ער וואלט געדינט עבודה זרה.

שומרים » פרייטאג פעברואר 1, 2013 10:07 am

· #84106
איך בין נייגעריג צו די וואס טענה'ן אז אין ספרי ח"ח ליגט נישט קיין חריפות האבן ריכטיג געלערנט זיינע ספרים,
ווייל מיר האט עס אויך געמאכט אזא רושם אויבן אויף, אבער זייט איך האב מיך אריינגעלייגט אין זיינע ספרים זעה
איך א מוראדיגע חריפות, א גאנצע ספר חפץ חיים מיט אלע הלכות בפרטיות ווען ס'איז כמעט נישט געווען קיין מקורות
אויף דעם, אין משנה ברורה אויב לערנט מען פארדעם די ט"ז מ"א זעט מען קלאר ווי יעדע שוועריגקייט האט ער אויסגעגלעט
חוץ זיין גרויסע בקיאות אין אלע פוסקים (אן קיין אוצר החכמה) און אין זיין ביאור הלכה זעט מען ווי קלאר ס'האט געדארפט שטימען
ביי אים אלע פרטים לויט די מקורות אין גמרא.

diff » פרייטאג פעברואר 1, 2013 11:32 am

· #84121
There is a reason why all these lavin etc. are not said openly in tora. Hashem did not want to outsmart us, with our naase venishma. They were given to chachamim that where only allowed to pass on verbally to yeshiva talmidim.

מאראנצןזאפט » פרייטאג פעברואר 1, 2013 3:25 pm

· #84161
שומרים
איך בין נייגעריג צו די וואס טענה'ן אז אין ספרי ח"ח ליגט נישט קיין חריפות האבן ריכטיג געלערנט זיינע ספרים,
ווייל מיר האט עס אויך געמאכט אזא רושם אויבן אויף, אבער זייט איך האב מיך אריינגעלייגט אין זיינע ספרים זעה
איך א מוראדיגע חריפות, א גאנצע ספר חפץ חיים מיט אלע הלכות בפרטיות ווען ס'איז כמעט נישט געווען קיין מקורות
אויף דעם, אין משנה ברורה אויב לערנט מען פארדעם די ט"ז מ"א זעט מען קלאר ווי יעדע שוועריגקייט האט ער אויסגעגלעט
חוץ זיין גרויסע בקיאות אין אלע פוסקים (אן קיין אוצר החכמה) און אין זיין ביאור הלכה זעט מען ווי קלאר ס'האט געדארפט שטימען
ביי אים אלע פרטים לויט די מקורות אין גמרא.

👍 אויסטעליש גוט ארויסגעברענגט, דאס איז גענוי וואס איך קרעכטץ שוין דא א גאנצע וואך מיט גוטן און מיט בייזן, אויף אלע ע' לשונות, און איך בין שוין באלד הייזעריג.
ווי לאנג מ'לערנט משנה ברורה וייל מ'מודאך לערנען הלכה... זעט עס אויס ווי א שמאלקעפיגע ספר, אבער אז מ'לערנט עס בעיון עמוק האט דאס אן אנדערן טעם. און ווי איר זאגט "אלעס שטימט לויט די מקורות פון די גמ'".
בכלל איז זיס צו באמערקן ווי חכמי הארטסקרולדותא באניצן זיך מיט'ן משנה ברורה פשוט מסביר צו זיין פארנעפלטע גמרות וואס מ'טרעפט נישט פאר זיי קיין ביאור אין "ערגעץ" ביז צום משנה ברורה, א זייטיגע טובת הנאה פונעם ספר.

diff » פרייטאג פעברואר 1, 2013 4:40 pm

· #84181
His work is remarkable, his guidelines are very useful, and his mussar is beautiful mamesh unprecedented. But as long the sefer is not rebutted by a renowned posek, it is maybe beth shamai and not lehalacha.

diff » זונטאג פעברואר 3, 2013 9:26 am

· #84260
משלי פרק-ג משלי - רש''י
{ל} אל תריב עם אדם . להתלונן עליו : אם לא גמלך רעה . שעבר על המצוה הכתובה בתורה ואהבת לרעך כמוך ( ויקרא יט ) ומי שהוא רשע רשאי אתה לשונאו Does this agree with his sefer

פאר הדור » זונטאג פעברואר 3, 2013 10:41 am

· #84269
ב,ה

דבר הגרי"א הנקין על "ערוך השולחן" לעומת "המשנה ברורה" המוזכרים בתחילת האשכול מובאים בשו"ת בני בנים ב' בחלק הנספחים, 'מאמר א': אמרי מרן הגאון ר' יוסף אליהו הענקין זצ״ל', עמ' ר"ט (210 בעמודי היברובוקס), אותיות י'-י"ב: <a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=21434&st=&pgnum=210">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=210</a>

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:10 pm

· #357331
יידל
בשם דעם גרויסן פוסק הרב יוסף אליהו הענקין זצ"ל (שו"ת בני בנים ב, ח) ברענג הרב ענקין נאך אז ער האט אויך אזוי גע'טענה'ט אין פאר די פאלגנע סיבות: קודם כל, דער ערוך השלחן איז ארויסגעקומען הערשט נאכן משנה ברורה, און אין פאקט ברענגט דער ערוך השלחן אפט דעם משנה ברורה'ס שיטה פארן שרייבן זיין אייגענע. נו, איז דאך דער ערוך השלחן א פולקאמער "בתראי" אין פולען זון פון ווארט - האבנדיג געזען וואס דער משנה ברורה שרייבט.


ווער קען דא ארויסהעלפן, עפעס שטומט נישט דא אינעם אשכול. כמדומה איז דער ערוך השלחן געווען פאר דער משנה ברורה. און אין דעם עוז והדר פרישע מהדורא, וואו דער עולם האט געטענה'ט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צוזאממישען צוויי פוסקים. דארט שטייט דאך אז די "פסקי משנה ברורה" איז דארט ווי די משנה ברורה איז חולק מיט אים אדער דארט וואו די משנה ברורה האט עפעס מוסף געווען. אויב איז דער משנה ברורה געווען פאר דעם ערוך השלחן וואלט ער נישט געקענט חולק זיין אויף אים.

ערוך השלחן איז געבוירן געווארן תקפ"ט און איז נסתלק געווארן תרס"ח - אין עלטער פון 79 יאר.
משנה ברורה איז געבוירן געווארן תקצ"ט, און איז נסתלק געווארן תרצ"ג - אין עלטער פון 94 יאר.

דער ערוך השלחן איז געווען 10 יאר עלטער פונעם משנה ברורה. סא פארוואס איז דער ערוך השולחן א פולקאמער בתראי. עכ"פ זיי האבן געלעבן אין כמעט די זעלבע צייט סא אפשר איז נישך שייך דא בתראי.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:21 pm

· #357333
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
דער ערוך השולחן האט ארויסגעגעבן צוביסלעך זיין ספר אהנגעהויבען פון חושן משפט
די חלקים אויף אורח חיים האט ער אנגעהויבען צו ארויסגעבען פון תרסה-1905
די משנה ברורה איז ארויסגעקומען תרסד איין יאר פארדעם

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 5:10 pm

· #357367
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
יעצט דורכגעליינט דער אשכול, נאך דעם וואס פרייוויליג האט עס ארויפגעברענגט.

הרב לעיקוואד האט געבויט א סולם ערכים, א לייטער פון ווירדע'ס, און עפ"י דעם אפגעווישט א ספר וואס כלל ישראל על כל חכמיה וסופריה האט פארהייליגט. איך פארשטיי דער תאווה דערצו, אבער זיין שכל זעט מיר אויס אז ס'איז געגאנגען שלאפען אין די תגובות.

דער גדלות פון דער משנה ברורה, און אלע זיין ספרים, איז דאס וואס מ'ברענגט פון בריסקער רב אז קיין שטותים זענען נישט דא. ד.ה. אז ער האט א שפראך וואס איז שטארק קענטיג אז ס'איז מיט א ריזיגע דקדוק. ער מיינט גענוי וואס ער האט געשריבען, פונקט וויאזוי ער האט עס געשריבען. דער דקדוק איז אויך ניכר בעליל אין משנה ברורה. כמעט וואס ער ברענגט נישט קיין אייגענע ווערטער. ער קומט אונז זאגען די ווערטער פון די אחרונים מיט זיין פארשטאנד און הכרעות. און דער וואס קען גוט די סוגיות פאראויס, קען זיך לייכט איבערצייגען דער ענין. דאס איז א מהלך פון חכמה און עניוות צוזאמען, זיך אינגאנצען אונטערלייגען דער סוגיא אן אריינלייגען די אייגענע חידושים און שפראך.

ווען חכמים גדולים זענען איבערגענומען פון א חיבור, דארף מען כאטש האבען דער שכל נאכצופארשען פארוואס. קיינער איז נישט געבוירען געווארען א ראדינער חסיד, און קיין סבה חיצונית האט קיינער נישט זיך איינצורעדען עפעס אויף איהם. פשוט'ע שכל זאגט אונז אז זיי האבען עפעס געזען דארט. מ'דארף אבער נישט גלויבען. ווען מ'לערנט זיין ספר מיט א צוגאנג אז דא שטעקט עפעס חשוב, קען מען זיך אליינס איבערצייגען. ווען מ'לערנט איבערפלעכליך קען מען מאכען אזעלכע לעיקוואד סטייל גרייזען.

אין די ישיבה ווי איך האב געלערנט, האט דער ראש ישיבה געהאט תקופות וואס ער האט פארגעלערנט ח"ח נאכ'ן דאווענען מיט א גרויסע פלפול. ער פלעגט פרעגען און קלערען פונקט ווי אין יעדער חלק פון לערנען. בכלל איז קענטיג אין ח"ח אז ער זוכט א ריינע הלכה, נישט סתם געשאסען. ער שרייבט אין הקדמה פארוואס ער ברענגט פון שע"ת פון רבינו יונה, הגם ס'איז א מוסר ספר, ווייל ס'איז קענטיג אז ער איז נישט ארויס פון גדרי ההלכה. אין ח"ח איז דאס אויך קענטיג. עכ"פ קען איך זאגען אז מ'איז יא מפלפל אין ח"ח און דער חלקת בנימין האט טאקע א חיבור אויף דעם.

מיט די גאנצע מערכה פון הרב הנקין קען מען זיך לייכט דינגען. דער ערוך השלחן איז געשריבען געווארען אויף א לייכטער אופן. זיין פלעמעניק (הרב מאיר בר אילן) שרייבט אז ער האט עס געשריבען מער ווייניגער פון זכרון און איין מאל. איך בין שטארק נתפעל פון דער ספר, אבער צו דער משנה ברורה וואס ער האט גע'ארבעט יארען און יארען איז עס נישט קיין צושטעל. פארפאלען, פון ארבעט קומט רעזאלטס.

דער פסקי תשובות איז א שאנדע פאר כלל ישראל. און דאס אז מו"צ'ן נוצען עס מאכט עס פאר א צרה גדולה. עס איז א נח מיט זיבען גרייזען על כל קוץ וקוץ. יעדער וואס קוקט איהם אביסל נאך קען זע'ען אז ס'איז א חמור נושא ספרים, מראה מקומות אן קיין שום תוכן, וע"ע כאן. ער פעלשט מראה מקומות און פארדרייט זיי אין גרויסען, אן קיין טראפ פאראנטווארטליכקייט.

לעיקוואד'ס טענה 'ווער האט געזאגט אז מ'דארף זיך רעכענען מיט אלע אחרונים?' איז אבסורד ביז גאר. ער האלט זיך א חברותא מיט דער ח"ח, כאילו ער שמועסט עפעס אויס מיט איהם, און פון דעם האט ער געבויט א תורה שלמה. פאר דער ח"ח איז אנגעקומען האט מען שטארק געשעצט די תורה פון אסאך גדולי ישראל פון נאך דער באר היטב. דער פמ"ג ועוד זענען שטארק ארויפגעקוקטע ספרים און ער האט געפיהלט נויטיג צו פארפאסען א ליקוט פון די אלע שיטות. ער איז דען דער וואס איז איינגעפאלען דער ענין צו שעצען ספרי האחרונים? דאס איז דער חידוש פון דער ח"ח וואס לעיקוואד האט געזען? ער קומט טוהן א געוויסע ארבעט, און נישט קיין אנדערע, און פון די ארבעט זעט מען זיין גדלות.

לעיקוואד האט אויך אריינגעלייגט אין זיין סולם ערכים אן אנדערע ענין. א הלכה ליקוט פון נאך דער ערפינדונג פון עלעקטער וואס דערמאנט עס נישט, איז שוין א פעלער. (איך זוך נאך הלכות עלעקטער אין ערוך השלחן) מאן יימר? וואס האט עס מיט'ן משנה ברורה? נישט דאס איז ער געקומען טוהן, נישט דאס איז זיין תכלית און נישט פאר דעם האט מען פארהייליגט זיין חיבור.

נאך א נערישקייט פון לעיקוואד איז זיין בליק אויף דער גר"א. ער קוקט איהם אן אלס איינער וואס ס'האט איהם איין זאך געפעלט, ער האט זיך נישט געווייגט ביי מאטעל זילבער. ווען דער גאון וואלט זיך נישט אזוי נעריש געמאכט און ער וואלט זיך אריינגערוקט צווישען די אונגארישע אויבערחכמים אין תולדות יהודה, מיט אלע כתה א' מלמדים אין לעיקוואד (דער שטאט) וואס זעצען זיך.צו ביי זיין ראש חודש פראוועראציע'ס, וואלט ער בעסער פארשטאנען. דער ח"ח האט געהאט עפעס א מופת ביים גר"א און דעריבער איז ער געווארען א חסיד, און ער האט געצווינגען זיין פארטיי אויף כלל ישראל מיט זיין ברענגען פסקי הגר"א להלכה. ס'דוכט זיך אז די אבסורדיטי רעדט שוין פאר זיך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 5:43 pm

· #357369
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
ליטוואק איך זעה נישט קיין סיבה צו דיין אטאקע אויף לעקוואד דא חוץ פון דעם וואס ער האט אהנגערירט די אדמורים דיינע
איך בין לאו דוקא מסכים מיט איהם אבער סך הכל ברענגט ער ארויס א סברה אז דער משנה ברורה איז נישט קיין טיפע לומדישע ספר און ער האט געוויסע טענות אויף זיין הכרעות קענסט דיך דינגען מיט איהם אבער מאטל זילבער קומט נישט אריין דא...
בנוגע צום עצם נידון איז לדעתי נישט שייך מדמה צו זיין צווישן משנה ברורה און ערוך השולחן עס איז צוויי וועלטן דער משנה ברורה ברענגט אראפ אלא דיעות און פרובירט מכריע צו זיין און גייט לאו דוקא אייביג אריין אין די עומק הסוגיא
ווידער דער ערוך השולחן לערנט דעם גאנצן סוגיה אויף זיין מהלך און ברענגט נישט דוקא אראפ אלע דיעות נאר וואס ער האלט פאר אמיתית הסוגיה און ער שניידט דוירך די גאנצע סוגיה פון אהנהייב ביזן סוף
אגב מאיר בר אילן איז געווען זיין אייניקל

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:26 pm

· #357371
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
איך האב קלאר מסביר געווען פארוואס איך זאג אז לעיקוואד האט זיך פארזע'ען זיין שכל, און איך זעי נישט קיין סבה אז דו זאלסט לייכט אוועק מאכען א דעה מיט א זאג אז ס'איז מיין אדמור און פערטיג. אז דו האסט עפעס שכל'דיג צו זאגען, זאג. איך בין דא נישט דער נושא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:19 pm

· #357378
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
איך זעה לעקוואד זאגט אז די משנה ברורה איז נישט קיין שטארקע ספר און דאס איז א סברה וואס מען קען מסכים זיין אדער זיין מחולק אבער דו טוהסט נישט דאס דו ברענגסט נאר מעשיות פון בריסקער רב און עפעס וועגן תולדות יהודה וואס איך זעה נישט קיין שום קשר צום נושא עס קוקט אויס פונקט ווי אן אהרוני שיסט צוריק ווען מען רעדט אויף זיין רבי
דו ווילסט זיך דינגען מיט איהם אדרבה אבער מיט מעשיות פון בריסקער רב מיט תולדות יהודה שיינט מעהר אז דיין נושא איז דער מחוצף לעקוואד ווי איידער די שטארקייט פון ספר משנה ברורה

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:21 pm

· #357379
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
אז דו זעסט נאר האלבע זאכען, הן פון לעיקוואד הן פון מיר, קען איך דיר נישט העלפען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 12:21 am

· #357396
דאכט זיך אז רב ש"ך האט געהאלטען אז מען מאכט פין גר"א א גרעסערע צימעס פין וואס ער איז געוועהן.

דער גר"א ווייזט זעלטן אויף זיינע שיטות באריכות, איגנארירט אחרונים, ממילא האט ער נישט דאס לעצטע ווארט.

דער חפץ חיים, האט ארויס געוויזן א שטארקע אפולגיטקע צום גר"א, כלומר, אפגעזעהן צו ער איז גערעכט צו נישט, פסק'נט ער ווי אים.

ממילא, דער ערוך השלחן וואס טוט עס נישט, איז מער קריטיקעל, און גייט נאך דער אמיתית הדברים איז א בעסערע ספר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 4:08 am

· #357400
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
איך פארשטיי נישט דער וואודרידזשע רב. לויט מיין אפשעצונג איז דער מציאות פארקערט. ביי ליטווישע, ביז דער דור האחרון אין בני ברק, האט מען נישט אנערקענט דער מציאות פון א פוסק אחרון. אלס האט געמוזט זיין לויט די הבנה פון דער פוסק און קיינער איז נישט געקרוינט געווארען מיט אן אפענע טשעק. מ'האט מכריע געווען מסברא און לויט די סוגיא דעלמא, און קיין קלארע גאנג איז נישט געווען, נאר יעדער ת"ח עפ"י דעתו.

דער דברי חיים האט דאך שטארק נישט געהאלטען פון דער מהלך, און ער האט איינגעפיהרט דער קלארע צוגאנג פון מאכען א רשימה פון פוסקים און נאכגייען דער רוב. דאס האט א שטארקע ענדעלקייט צום צוגאנג אז מ'נעמט א שפעטערע פוסק און מ'באקרוינט איהם אלס פוסק אחרון ואין אחריו כלום. אין בני ברק האט מען אויך געוואלט דער באקוועמליכקייט און מ'האט גענומען דער קרוין וואס חסידים האבען געלייגט אויפ'ן שועה"ר און געלייגט אויפ'ן משנ"ב (ס'בלייבט אבער שווער וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה מיט נעגעל וואסער)

דאס פארדרייען דער סיסטעם אויף צוריק, כאילו דאס בלינדקייט צום סוגיא פון די הלכה שטאמט גאר פון די משנה ברורה אידען, זעט מיר אויס אן איבערטייטשונג פון היסטורי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 7:34 am

· #357401
מאכסט אויף אפאר זאכען.

א. דברי חיים האט געהאלטען מען גייט נאך רוב פוסקים.

נישט אמת. מקור?

ב. חסידים האבן געקרוינט דער שעה"ר.

נישט אמת. איה"נ, נישט די זאגסט עס.

ג. היינט האבן חסידים גענומען דער קרוין און געגעבען דער משנ"ב.

נישט אמת.

וואס יא?

חסידים האבען פיל דרך ארץ פאר אנדערע פוסקים, ליטווישע נישט. וויבאלד ליטווישע זענען גרויסע בעלי גאווה.
ממילא ליטוואקעס זענען געוועהן געוואוינט צו פסק'נען פין בויך ארויס.
איינמאל דער חזון איש וכנופיא דיליה איז איינגעפאלן צו מאכען דער מעתיקי השמועה בולשיט האבן די ליטוואקעס אויפגעגעבן דער בויך מהלל און געמוזט געבען דער גר"א מעתיקי השמועה סטאטוס און ממילא טוהן אלעס ווי עס שטייט דארט.

חסידים האבען קיינמאל נישט געטוהן ווי עס שטייט אין שועה"ר, דער דברי חיים למשל ברענגט אים אמאהל א יובל, ווייל גערעכענט האט מען זיך מיט דער פוסקים לפי גודלם, אבער קיינמאל באקומט נישט א פוסק מעתיקי השמועה סטאטוס, און קיינמאל איז מען נישט גענוג גרויס אליין מיט די פארשטיקענע ליטווישע גאות.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 7:54 am

· #357402
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
איינער פון די פלעצער ווי מ'קען טרעפען דער דברי חיים איז ח"א חו"מ י"ז, והדברים מפורסמים

ווען האט זיך אנגעהויבען דער ליטווישע גאות? ביים מהרש"ל? ביים חלקת מחוקק? דער ווילנא גאון איז דער ערשטע פון די פארשטינקענע בעלי גאווה שהתחיל לדבר בגודל מעלת עצמו? וויאזוי האט זיך עס אנטוויקעלט?

ס'איז מיר געפערליך וויכטיג צו וויסען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 9:54 am

· #357407
איין זאך קען איך געבען פאר'ן וואודרידזשע רב אז זיין טענה שטימט מיט זיין אלגעמיינע שיטה, און ס'איז מעגליך דער מציאות האט טאקע מיט דעם.

דאס אריגינעלע אידישקייט איז נישט קיין ייכטער זאך. יעדער ריר דארף מען אפלערנען פון תורה מיט איהר כללים וויאזוי זיך צו פיהרען. אין דעותיהם שוות און מיר קענען זיך נישט פארלאזען אויף א צווייטען, מ'דארף אליינס זיך ספראווען מיט'ן יצר הרע און מיט די הלכה. ס'איז שווער ואי אתה בן חורין ליפטר הימנה. מה עשו? מ'האט איינגעפיהרט אן ענין פון פארטיי, וואס ער נעמט קעיר פון אלע נושאים. דו זיי נאר א חלק פון די פארטיי, און דארט וועסטו אלס לייזען. דו דארפסט זיך נישט שלאגען מיט די יצר הרע, פאלג נאר די תקנות און אזוי איז עס ערלעדיגט. מיט הלכה איז אויך אזוי. טרעף דיר א שטאט אין מזרח אירופה און פיהר זיך 'מנהגי *****' און פטור אן עסק. דער מיט זיין דרכי חיים ושלום און דער מיט זיין שערי הלכה ומנהג, איינער מיט קונטרס מנהגי בעלז און דער פערטע גאר מיט מנהגי קאמארנא. אלס פטור צו ווערען פון זיך דארפען פלאגען אין לערנען און אמת'דיג האבען א דעה. און ס'האט זיך ווייטער אנטוויקעלט אז אין הלכה האט מען געמאכט א שועה"ר אלס דער פוסק אחרון, נישט ווייל ס'האט אויסגעפעלט פאר לימוד ההלכה, נאר פאר'ן באקוועמליכקייט פון נישט דארפען אמת'דיג מחליט זיין. אין ליטא האבען די זאכען נישט עגזיסטירט, מ'האט ניטאמאל געוואוסט פון אזא מציאות. יעדער רב האט מחליט געווען לויט זיין לערנען קענטניס, און אסאך דעות זענען ארויסגעקומען.
דער ערוך השלחן איז טאקע א ספר אויף די אלטע שטייגער, הגם ער איז דער ערשטע וואס שרייבט אין זיין מהלך. ער האט אליינס אפגעלערנט די סוגיא און אליינס איז ער ארויסגעקומען מיט זיין מסקנא. זאל א צווייטער זיך דינגען. פאר א פולקאמער ע"ה וואס וויל זיך ווייזען אלס א יודע ספר, איז עס א געוואלדיגע המצאה און פון דעם קען ער ווערען א בקי בכל חדרי התורה.
דער ערשטע 'בעל גאווה' הרב חיים וואלאזשינער האט שוין שטארק גע'ארבעט אז מ'זאל זיך בעיקר פארלייגען אויף די סוגיא מיט איהר ראשונים, און ווייניג מיט די פוסקים, מיט זיין באקאנטע זאג "די וועלט זאגט אז לערנען פוסקים אהן די סוגיא איז ווי עסען א תבשיל אהן פלפלים, און איך זאג אז עס איז אזוי ווי עסן פלפלים אהן תבשיל". און אזוי האבען זיך אלע געפיהרט כמבואר בספריהם, און דער ערוך השלחן אויך.
דער משנה ברורה איז דער ערשטע זיך אזוי שטארק צו קימערען מיט די דברי הפוסקים, אבער אויך נישט בלינדעהייט. ער האט זיך שטארק באמיט צו קומען צו א הכרעה אין די זאכען, און אין די זאכען איז נישט דא קיין קלארע געזעצען וויאזוי צו מכריע זיין, ודבר זה ניתן לכל תלמיד חכם כפי דרכו.

דער וואודרידזשע מערכה קעגען פארטייען גילט אויף די נייעם מהלך פון פסק. דאס פאראייניגען אלע חסידישע אידען אלס נאכפאלגער פון דער שועה"ר, ווי אויך אלע ליטווישע אידען אלס נאכפאלגער פון דער משנ"ב איז דער זעלבע קטנות און שלעכטס פון פארטייען.

בני ברק מיט איהר שמאלע בליק, בפרט פון די חזו"א'ניקעס, האט געמאכט א תורה שבכתב פון יעדער האלבע מימרא פון דער חזו"א, אן אריינצוקוקען אין די פנימיות פון זיין מימרות און וואס ער וויל באמת ארויס ברענגען. ער אליינס האט נישט געהאלטען אז מ'דארף פארמאכען די מויל פאר סיי וועמען, כמבואר בספרו בכמה וכמה מקומות. ער האט געגעבען פאר'ן משנ"ב א גרויסע הערכה אז מ'זאל וויסען אז ס'איז נישט אבי געשאסען, ס'איז דער הכרעה פון אן אדם גדול וואס האט שטארק געמאסטען זיין ווערטער און געשריבען וואס ער האט אמת'דיג געהאלטען. פון דעם ביז פוסק אחרון שאין להרהר אחריו, איז זינלאז און נעריש, און פון דעם איז געווארען דער ווידערשטאנד פון אנדערע צו לייגען דער ערוך השלחן אין דער פאסטען. ביידער זענען טפשות'דיג און קטנות'דיג.

אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 12:55 pm

· #357415
ליטוואק פון בודאפעסט
איינער פון די פלעצער ווי מ'קען טרעפען דער דברי חיים איז ח"א חו"מ י"ז, והדברים מפורסמים

ווען האט זיך אנגעהויבען דער ליטווישע גאות? ביים מהרש"ל? ביים חלקת מחוקק? דער ווילנא גאון איז דער ערשטע פון די פארשטינקענע בעלי גאווה שהתחיל לדבר בגודל מעלת עצמו? וויאזוי האט זיך עס אנטוויקעלט?

ס'איז מיר געפערליך וויכטיג צו וויסען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אז גדולים יחידים וואס זענען גענוג גרויס זיך צו קענען קריגען אויף ראשונים, איז איבעראל געוועהן, דער ראגאטשאווער איז געוועהן א חסיד און קריגט אויף דער נו"כ אהן א פראבלעם, אבער ביי די ליטווישע איז דאס א נחלת הכלל, וואס יעדע ראצער רעדט זיך איין אז טאמער זיין קטנות המוחין פארשטייט עפעס נישט, קריגט מען אהן א פראבלעם.

און פין דעם איז געווארען דער מהלך אז מען ארבעט אויס סוגיות און מען מאכט אייגענע הכרעות מיט הלכות, אפי'פארקערט פין שולחן ערוך.

ר' משה אין די תשובות ליידט אויך אויף דער מחלה, מיט איין פרט אנדערש אז ער זעצט איין פשטים אין מחבר און רמ'א עס זאל שטימען מיט זיין מהלך אין די סוגיא, אפילו עס איז קלאר אז נישט דאס האבן זיי געמיינט. איין ערך הקטנת גז ביו"ט לדוגמא. און מקוואות בור ע"ג בור. אחרונים מיינען ביי אים גארנישט. ער ברענגט נישט אפילו. ווען א שואל ברענגט, פראבירט ער צו מאכען אוקימתות.

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 1:10 pm

· #357420
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
אויב איינער ליידט אויף א מחלה איז עס דו, נישט ר' משה זצ"ל.
די איראניע מיט דיין תגובה איז, אז מכלומר קומסטע זיך אננעמען פאר גדולי תורה און דו טוסט פארקערט.

ווער איז מחליט אז מ'טאר נישט קריגן אויף ראשונים? און ווער איז מחליט אז מ'טאר נישט קריגן מיט דעם מחליט?

טאמער ר' משה האט געהאט פלייצעס איז עס געווען מכח זיין גאונות און התמדה וואס איז נישט געווען זיינס גלייכן בדורו.
ווער עס האלט אז ער איז דער בר פלוגתא פון ר' משה איז מכובד צו קענען כאטש א הונדערטסטל פון וואס ער האט געקענט און כאטש א הונדערטסטל פון זיין קלארקייט.

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 5:12 pm

· #357430
ליטוואק. אויף רוב טענות דיינע האט מען זיך שוין דא אויסגעטענה'ט, איך וועל זיך נאר שטעלן אויף דאס גופא אויף וואס דו טענה'סט אז דער משנה ברורה איז געשריבן מיט א ערנסטקייט ווס. דער ערוך השולחן וואס איז געשריבן מיט א לייכטקייט, וואס נניח אז ס'איז אמת, איז דאך דאס גופא שווער, פארוואס האט דער בעל ערוך השולחן, וואס איז דאך לדברי הכל געווען א גאון הגאונים, אפגעשריבן אויף כל התורה כולה א לייכטער ספר? איז דאס נישט קיין ראיה אז ער האט געהאלטן אז הלכה איז א לייכטע זאך? פארוואס גופא איז דער נייער מהלך פון דעם משנה ברורה צו קאנאנעזירן חומרה'לעך און פארוואנדלען כלל ישראל אין ראבאטישע הלכה קוועטשערס, (עד כדי נעמען אזא הערליכע ווירד ווי די מצוה פון נישט רעדן לשון הרע, און עס פארוואנדלען אין טרוקענע הלכה ספר, מיט א פארמעסט וויפיל לאווין מען קען ציילן) — געווארן אנגענומען איבער די ביז דאמאלטס אנגענומענע מהלך אז הלכה איז מער בייגעדיג לפי המקום והזמן?
דער תירוץ וואס אנדערע דא האבן שוין אנגעמערקט אז דאס האט צו פארדאנקן דעם חזון איש'ס סטיל אידישקייט, איז גאנץ מסתבר על הלב.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 5:17 pm

· #357432
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
איך האב נישט געזען מיין טענות.

איך האב נישט געזאגט צו געמיינט אז דער ערוך השלחן איז געשריבען מיט א לייכטזיניקייט.
איך האב יא געזאגט אז דער משנה ברורה האט נישט געזוכט אנצופילען א ספר, ווי היינטיגע מלקטים, נאר גענומען אחריות פאר דאס וואס ער ברענגט. הגם ס'זעט אויס לייכט, ס'איז א שווערע ארבעט געווען, און ס'איז קענטיג פאר דער וואס טראכט אביסל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דעת תורה » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 7:10 pm

· #357448
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
"געהאלטן אז הלכה איז א לייכטע זאך"?

ערוה"ש קאווערט נישט נאר או"ח ח"א, ער שרייבט אויך אויף הל' שבת, יו"ד ח"א וב', און אבן העזר. די הארבסטע שאלות וואס גרעניצן זיך מיט איסורי כרת וסקילה.

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 7:18 pm

· #357450
האסט געשריבן אז דער ערוך השולחן איז געשריבן אויף א לייכטער אופן. און דאס גענוצט פאר א סיבה פארוואס ער'ז נישט געווארן אנגענומען.

נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 7:23 pm

· #357451
ליטוואק פון בודאפעסט


דער דברי חיים האט דאך שטארק נישט געהאלטען פון דער מהלך, און ער האט איינגעפיהרט דער קלארע צוגאנג פון מאכען א רשימה פון פוסקים און נאכגייען דער רוב. דאס האט א שטארקע ענדעלקייט צום צוגאנג אז מ'נעמט א שפעטערע פוסק און מ'באקרוינט איהם אלס פוסק אחרון ואין אחריו כלום. אין בני ברק האט מען אויך געוואלט דער באקוועמליכקייט און מ'האט גענומען דער קרוין וואס חסידים האבען געלייגט אויפ'ן שועה"ר און געלייגט אויפ'ן משנ"ב (ס'בלייבט אבער שווער וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה מיט נעגעל וואסער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פונקט פארקערט פונעם דברי חיים זעט מען קלאר אז ער האלט נישט פון פוסק אחרון, הגם טאקע אלס א פארקערטע סיבה, אז פונקט ווי דער דברי חיים האלט אז מ'קען נישט באשלוסן קיין הכרעות אנטקעגן די גדולי האחרונים א שטייגער ווי דער נוב"י אדער פמ"ג פון לערנען אליין די סוגיא אזוי איז פשוט אז ער האלט אז מ'קען נישט אליין מכריע זיין בין גדולי הפוסקים און מכ"ש נישט קרוינען איינעם אלס דער פוסק אחרון נאר לויט רוב דעות, וזה מפורש בדבריו.
דאס איז סך הכל אין קאנטראסט צו די מיינונג אז יעדער ת"ח קען אליין דורכאקערן די סוגיא און קומען צו אייגענע החלטות. און דאס איז דאך שוין א דבר פשוט וואס איז מוסכם ביי די אחרונים אז מ'איז נישט בכח צו קריגן אדער מכריע זיין נגד הראשונים אלס די כבוד וואס מ'גיט זיי אפ. דאס טוט די דברי חיים בימיו אויסברייטערען פאר די גדולי הפוסקים האחרונים.
ולעצם הענין איבער גיבען פרעפרענץ פאר איין ספר הלכה איבער די אנדערע מיין איך אז ס'איז פשוט אז דאס איז געזאגט געווארן באופן אז מ'קען זיך נישט פארטיפן אין די סוגיא, צו א בעה"ב וכדומה, גיט מען אים א עצה ווי ס'איז בעסער נאכצוקוקען און פארשטייט זיך יעדער וועט האלטן אנדרעש פונקט ווי יעדער קען האלטן אנדרעש וועלכע מורה הוראה איז בעסער צו פרעגן שאלות, און דאכט זיך אז מענשטן וואס פרעגן שאלות אין הלכה באגנוגען זיך אויך מיט פרעגן נישט מער ווי איין רב.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 7:51 pm

· #357454
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
שמערל
האסט געשריבן אז דער ערוך השולחן איז געשריבן אויף א לייכטער אופן. און דאס גענוצט פאר א סיבה פארוואס ער'ז נישט געווארן אנגענומען.

ציטיר ביטע, ווייל איך טרעף עס נישט.

אגב, ס'איז מיר א כבוד אז לכבודי ביסטו צוריק. אפשר בלייבסטו א וויילע מיט אונז?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 8:15 pm

· #357456
ליטוואק פון בודאפעסט

מיט די גאנצע מערכה פון הרב הנקין קען מען זיך לייכט דינגען. דער ערוך השלחן איז געשריבען געווארען אויף א לייכטער אופן. זיין פלעמעניק (הרב מאיר בר אילן) שרייבט אז ער האט עס געשריבען מער ווייניגער פון זכרון און איין מאל. איך בין שטארק נתפעל פון דער ספר, אבער צו דער משנה ברורה וואס ער האט גע'ארבעט יארען און יארען איז עס נישט קיין צושטעל. פארפאלען, פון ארבעט קומט רעזאלטס

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 8:37 pm

· #357458
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
אקעי, יעצט זעי איך מיין טעות.

איך האב נישט געמיינט לייכטזיניקייט צו הלכה, נאר צום ספר. דער ח"ח האט גע'ארבעט יארען לאנג, דער ערוך השלחן נישט. דאס איז קענטיג אינעווייניג

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 12:22 am

· #357482
עס מוז זיין ער האט געארבעט זייער לאנג, עס איז מוכח מתוכו, איבער דעם איז דא סתירות, ווייל עס איז אריבער א זמן שכחה פין איין פסק צו די נעקסטע.

למשל אין הלכות שבת פסק'נט ער אז די פלג המנחה רעכענט מען לויט עלות און צאת, אין הלכות חנוכה פסק'נט ער אז מען רעכנט נץ און שקיעה, מוז דאך זיין אז עס האט גענומען לכל הפחות צוועלעף חדשים פין הלכות שבת ביז הלכות חנוכה.

וכהנה רבות.

טייערע ברודער » דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:32 am

· #359415
לענ"ד נאך א זאך וואס מ'דארף געדענקען איז אז דער הייליגע חפץ חיים זי"ע האט געהאט איין גרויסע פראבלעם - ער איז געווען א געפערליכע שרייבער. זיינע ספרים זענען נישט מסודר (השוה ל'שמירת שבת כהלכתה' למשל), ער ברענגט נישט דער גאנצע רקע (השוה ל'ערוך השלחן' או אפי' שועה"ר), זיין פסק קומט נישט ארויס קלאהר (השוה לשועה"ר ועוד). דאס איז גילטיג סיי אויף חפץ חיים, סיי אנדערע קונטרסים אין הלכה און אפילו משנה ברורה.
וגם לרבות א ספר וואס איז געשריבן על סדר שו"ע איז שווער ארויס צו נעמען הלכה דערפון. אויב מ'וויל א גרינגע ספר צו לערנען הלכה איז א ספר על סדר שו"ע נישט דער מקום. דער וואס וויל לערנען הלכה מיט א הבנה אין ראשונים בפי' הסוגיות, מיט דער פסק פון טושו"ע און דער הסבר פון אחרונים - איז דער משנ"ב אולי א גוטע סיכום. איינע וואס וויל לערנען הלכה על הסדר ווייל זיין זמן איז נישט פריי פאר דער גאנצע בילד, וואלט אן אנדערע ספר געווען בעסער.

דאס נעמט נישט צו דער גדלות פון דער חפץ חיים, נישט זיין כח הפסק, נישט זיינעדיג מקובל ביי אסאך צדיקים אלס א ממשיך המסורת בהלכה.

לענ"ד.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:48 am

· #359418
דער ברודער דער טייערע האט פארזען א וויכטיגע נקודה.

א חלק פון די מעלה און חשיבות פון די ספרי ח"ח אויף הלכה איז זיין געוואלדיגע הכנעה צו די תורה און איהר דקות. ער באנוצט זיך נישט מיט זיין לשון וויאוי ער וואלט עס פארשטאנען, ער באנוצט זיך אלס מיט די לשונות פון די פוסקים וואס פון זיי ברענגט ער. והא ראיה, אין זיין ספרי מוסר ווען ער שרייבט יא זיין אייגענע לשון, איז עס געוואלדיג קלאר.
הן אמת, ער איז נישט געקומען מאכען תלמידי חכמים פון עמי הארץ, און ער ברענגט נישט אראפ די מקורות פון די סוגיות און די ראשונים, נאר די פוסקים, און דעריבער איז ערוך השלחן א בעסערע ספר אויף צו ווערען בארעכענט א תלמיד חכם אן צו פיהל לערנען. אבער פאר זיין ציל פון צוזאמען ברענגען די פוסקים אין די נושא אויף וואס ער רעדט, האט ער געטוהן בדוקא אזוי.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 12:57 pm

· #359431
איי פרעגט די וועלט א קשיא...ווי קומט בערל בעל עגלה צו געבן א לייק פאר דעם ליטוואק...?!

נאר מיין געוואלדיגע ליעבשאפט צום חפץ חיים און זיינע ספרים. און זיינע הייליגע מידות, וועלכע שיינען ארויס אפילו פון דעם טעקסט פון די משנה ברורה. און אפילו פונ'ם שער הציון...! פאר מיר איז דער ביאור הלכה פונקט געניג גוט צו פארשטיין די שקלא וטריא פון א פסק הלכה. (אפילו ווען מ'לערנט נישט טור-ב"י)...!

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 10, 2017 4:19 pm

· #359446
berlbalaguleh
איי פרעגט די וועלט א קשיא...ווי קומט בערל בעל עגלה צו געבן א לייק פאר דעם ליטוואק...?!

נאר מיין געוואלדיגע ליעבשאפט צום חפץ חיים און זיינע ספרים. און זיינע הייליגע מידות, וועלכע שיינען ארויס אפילו פון דעם טעקסט פון די משנה ברורה. און אפילו פונ'ם שער הציון...! פאר מיר איז דער ביאור הלכה פונקט געניג גוט צו פארשטיין די שקלא וטריא פון א פסק הלכה. (אפילו ווען מ'לערנט נישט טור-ב"י)...!


ממש א חידוש, אפילו דיין הבנה אין א ענין ביסטו גרייט אוועק צוגעבען פאר דעם משנה ברורה.

גיב נאר אכטונג ווען די רופסט דיך אהן אז אין משנה ברורה שטייט אז מען דארף מאכען א שהכל אויף קאווע ווייל די מילך איז די עיקר, ווערט נישט אויפגעברויזט ווען דער עולם לאכט..

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:09 pm

· #359480
דו קענסט ביטע אנצייכענען וואו דער משנה ברורה זאגט דאס. איך וויל עס אדורכלערנען. און זעהן אויב ווירקליך דאס איז זיין כונה. ווען איך וויל מיך אונטערהאלטן, האביך בעסערע זאכן ווי דער משנה ברורה. איין ארטיקל אין בלאט פון ..."הרב"...ש.ב. מרגליות טוט דעם דזשאב אויף דעם וואונדערליכסטן אופן... 😂 🙄

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 1, 2020 9:26 pm

· #450196
יידל
דער פראבלעם פון משנה ברורה, טענה'ט ער איז, אז ווען מ'פרובירט צו געפעלן יעדעם בלייבט מען אויסגעשפילט פון ביידע זייטן...

איך ווייס נישט פארוואס מ'רופט דעם משנה ברורה א פוסק, ער פסק'נט זייער זעלטן, די איינציגסטע וואס ער זאגט יא איז צו א בעל נפש זאל מחמיר זיין און צו מ'קען מקיל זיין בדיעבד, אויסער דעם פסק'נט ער כמעט גארנישט.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 1, 2020 9:54 pm

· #450201
טעמפא
[ציטאט אראפגענומען]

זאג'זשע הרב פריעד. איר וואלט געזאגט דאס זעלבע אויף "פסקי תשובות" אדער אדער אויף נטעי גבריאל"?

טעמפא: ס'איז טאקע א מהלך אין א שפרונג אין יארן פון חפץ חיים ביז'ן נטעי גבריאל. נאר די פסקים פון נטעי גבריאל האבן ביי מיר א ספעציעללן חשיבות. אויסער די קלארקייט מיט וואס ס'איז געשריבן געווארן. ווייל איך בין געווען אין די פעקטארי ווען מ'האט געמאכט דעם נטעי גבריאל...!

איך האב געלערנט אין די (פאפא) ישיבה אלס יונגער בחור. דער בעל נטעי גבריאל האט דאמאלס געלערנט אין ביהמ"ד אלס גרויסער בחור. זיין התמדת התורה איז כמעט נישט מעגליך צו באשרייבן. מ'האט איהם קיינמאל נישט געזעהן שמועסן אדער קהל'צן. מ'האט נאר געהערט זיין קול תורה. דער ביהמ"ד איז געווען אויף דעם אויבערשטן שטאק. איין שטאק אונטער דעם איז געווען די דארמיטארי. א יעדע נאכט ביניך איינגעשלאפן מיט זיין קול תורה. און פארטאגס. ווי פריה איך בין נאר אויפגעשטאנען (נאך פריער ווי דער אפיציעלער זמן 5:30 פארטאגס) האט מען שוין געהערט זיין קול תורה פון ביהמ"ד...!

לייבל שטילער » דאנערשטאג יוני 4, 2020 12:39 am

· #450491
עס איז נתפעל צו ווערן פונעם 'ערוך השלחן' וואס האט געטוען עפעס וואס זייט די רמב"ם האט קיינער נישט באוויזן, נעמליך, צו שרייבן הלכה למעשה אויף "אלע" חלקי התורה ממש. צווישן די ערוך השלחן - וואס דעקט די ד' חלקי, און די ערוך השלחן העתיד - וואס דעקט זרעים, קדשים און טהרות און הלכתא למשיחא ווי סנהדרין, מלכים וכו'. [כאטש ס'פעלן קליינע חלקים אין ערה"ש, איז עס פשוט פארלוירן געגאנגען, אבער ער האט אויף אלעם געשריבן (למעט א קליינע צאל הל' וואס ער האט אויסגעלאזט צוליב די צענזור, זעה באריכות אין 'תערוך לפני שלחן' פון הר' איתם הנקין הי"ד חלק שני פרק א' וב')].
ס'קומט עכט נישט דא אריין אבער כ'קען מיך נישט איינהאלטען פון ארויסברענגען מיין התפעלות און שרייען:
ממשה עד מיכל לא קם כעפשטיין!

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 4, 2020 12:39 pm

· #450512
עס איז באקאנט אלץ א דבר גדול פין דער רמב"ם און דער ערוך השלחן, מען קען צולייגען דער בית יוסף וואס האט אויך געשריבן דער כסף משנה אויף רמב"ם, און קאווערט כל התורה כולה. דער ב"ח איז כמעט דארט, נאר ער האט נישט געשריבן אויף הלכתא למשיחא.

היינט קען מען צולייגען דער חזון איש. און דער אמת אז דער חזון איש איז מער ווי אלע בעפאר, קיינער האט נישט געשריבען מיט אזא עמקות אויף כל התורה ווי ער.
בלאט: 1 2 3 4