☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » דפוס האלמנה והאחים ראם

דפוס האלמנה והאחים ראם

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2578

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:48 pm

· #71577
דפוס האלמנה והאחים ראם
א קורצע איבערבליק: די באקאנטע דפוס האלמנה והאחים ראם, וועמען מיר האבן צו פארדאנקן די בארימטע ווילנא צורת הדף פון תלמוד בבלי און די אריגינעלע ווילנא פאנט, איז געגרינדעט געווארן אין תקמ"ט, 1789 למספרם דורך א רוסישער איד מיטן נאמען ברוך ראם. ווען ער איז געשטארבן אין תקס"ג, 1803 למספרם, איז די דרוקעריי אריבער צו זיין זון מנחם מן ראם. מנחם מן האט אנגעהויבן דרוקן דעם תלמוד בבלי אין א נייעם אויסלייג בשנת תקצ"ד, 1834 למספרם. דאס האט כידוע געברענגט צו א ריזיגע קאפירייט געפעכט מיט די סלאוויטע דרוקערס אין וועלכע די האלבע וועלט איז געווען אריינגעמישט. די געפעכט האט זיך געענדיגט אין תקצ"ו, 1836 למספרם ווען מ'האט געפונען א סלאוויטע ארבעטער אויפגעהאנגן און די רעגירונג האט דאן פארמאכט כמעט אלע דרוקערייען חוץ ווילנא און זיטאמיר. ווען מנחם ראם איז געשטארבן אין תר"ב, 1841 למספרם, איז די דרוקעריי אריבער צו מנחם מן'ס זון און אייניקל: יוסף ראובן און זיין זון דוד. יוסף ראובן איז געשטארבן אין תרי"ח, 1858 למספרם און דוד בלויז צוויי יאר שפעטער אין תר"כ, 1860 למספרם. ווען דוד איז געשטארבן איז די דרוקעריי אריבער צו זיין אלמנה, דבורה, און צו זיינע צוויי ברודער, חיים יעקב און מנחם גבריאל בני יוסף ראובן. אין 1863 האבן זיי ריברענדעד דעם דרוקעריי אלץ "דפוס והוצאת האלמנה והאחים ראם", און די שוועגערין איז באשטימט געווארן אלס די CEO פון די דרוקעריי.
אט איז א בילד פון דוד'ס אלמנה דבורה (זעט אויס ווי זי גייט מיט שייטל), און איר שוואגער מנחם גבריאל (זעט אויס ווי ער גייט אין הוילן קאפ).

📎 rohm.jpg

אינטערעסאנט אז דא אינדענטיפיצירן דעם מאן אלץ דבורה'ס שווער יוסף ראובן, אבער לכאורה איז די ריכטיגע אינדענטפיקאציע מנחם גבריאל, ערשטנס איז די צייטונג פון ווי די בילדער קומען מסתמא מער באגלייבט און צווייטנס איז מסבר אז די בילדער זענען פון די זעלבע תקופה.

די געביידע אין וועלכע די דרוקעריי איז געווען סטאנציאנירט אין ווילנע
📎 Rohm2.jpg

די ארבעטער אינעם דרוקעריי
📎 Rohm3.jpg

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:52 pm

· #71582
פארגעסן צו שרייבן, קרעדיט פארן ערשטן בילד קומט זיך פאר הרב ש. פון אן די מיין ליין און קומט אריגינעל פון דא, די אנדערע בילדער קומען פון דעת.

עוד מישהו » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 8:20 am

· #71802
הייסט עס קען זיין אז די דרוקער זענען נישט אלע געווען פרום? אדער זענען א חלק פון די ראם משפחה געווארן פארכאפט צו די השכלה?

לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:26 pm

· #72135
יא, די דרוקעריי איז ווייט ווייט נישט געוועהן קיין פרומע דרוק

אסאך השכלה ביכלעך, רומאנען און שאר ירקות האבן זיי געדרוקט

דרך אגב, די סיבה פארוואס זיי האבן געדרוקט די ׳הגהות הרש״ש׳ אין די ש״ס זייערע איז מכח א משפחה קירבה׳שאפט, עטליכע פון די ראם׳ס זענען געוועהן ר׳ שמואל שטראשון׳ס אייניקלעך

יידל » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 3:10 pm

· #72145
[ציטאט אראפגענומען]

קודם כל, א פארראכטענע לינק צו דעם בוך. אגב חורפך האסטו נישט באמערקט אז דער מחבר פונעם בוך איז איינער "הירש וואנעל", און מנחם גבריאל ראם איז סך הכל דער Publisher.

לגבי דיינע אנדערע הערות איז אזוי. די דפים בעצם (וועלכע ווארט גייט אויף וועלכע דף) זענען טאקע באזירט אויף באמבערג'ס ש"ס אבער די צורת הדף, דאס הייסט די אויסשטעל וואס מ'רופט היינט די layout, דאס איז זיכער אייגנס.
דא האסטו באמבערג'ס מס' בכורות און דא האסטו עוז והדר'ס (ווילנא) מס' בכורות, פארגלייך די אויסשטעל פון די דפים וועסטו זען אז זיי זענען נישט די זעלבע.
לגבי די פאנט ביסטו לכאורה יא גערעכט, וכן משמע מוויקיפדיה.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 4:41 pm

· #72164
אנאנים, עס האט נישט מיט געבן מער קרעדיט פאר ש"ס ווילנא, עס איז נאר אן אינטערעסאנטע זאך אז נאר זייער צורת הדף איז אויפגעכאפט געווארן ביי גאנץ כלל ישראל. דאס ווייזט אויף די רעוואלוציענערישע אייגנשאפטן וואס ש"ס ווילנא האט פארמאגט. עס קען זיין אז אין צאל האט עוז והדר צוגעלייגט מער חידושים, אבער אין פראפארציע קעגן די צייט ווען עס איז געדרוקט געווארן איז ש"ס ווילנא געווען פונקט אזא חידוש ווי עוז והדר היינטיגע צייטן, ווייל, די דעמאלטדיגע חידושים זענען געווען בערך אזוי גרויס באיכות.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 8:26 pm

· #72215
הוא הדבר אשר דיברנו, ש"ס וילנא האט איבערגענומען דעם עולם התורה מיט אזא שטורעם, אז נאכדעם וואס מען האט אנגעהויבן קאפירן ש"ס'ן האט מען עפ"י רוב קאפירט דעם וילנא ש"ס צוליב איר פאפולאריטעט. די מאדערנע שטריכן אין ש"ס וילנא ווי די שיינע צורת האות און צורת הדף זענען בלויז געווען די שאר ירקות קעגן די ריכטיגע חידושים, די אומענדליכע הגהות און הוספות אויף וואס די מדפיסים האבן זיך געלאזט קאסטן ריזיגע סומעס געלט און צייט, און האבן געדינגען די גרעסטע מומחים דערויף, און דאס איז וואס האט געשאפן א רעוואלוציע אינ'ם עולם התלמוד.

דעתי הענייה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:33 pm

· #72449
לעמאן דזשוס
יא, די דרוקעריי איז ווייט ווייט נישט געוועהן קיין פרומע דרוק

אסאך השכלה ביכלעך, רומאנען און שאר ירקות האבן זיי געדרוקט

דרך אגב, די סיבה פארוואס זיי האבן געדרוקט די ׳הגהות הרש״ש׳ אין די ש״ס זייערע איז מכח א משפחה קירבה׳שאפט, עטליכע פון די ראם׳ס זענען געוועהן ר׳ שמואל שטראשון׳ס אייניקלעך

נישט סתם משכילים....
אסאך גדולים, און בפרט ביי חסידים האבן זיך מונע געווען פון לערנען דערין (ש אומרים אז דאס איז געווען א תוצאה פון די מחלוקה מיט די סלאוויטא ברודער, אבער דאס איז נאר נוגע צום ערשטען דרוק, נישט צום באקאנטען דרוק).
ושמעתי פון צעהלימער רב שליט"א אז זיין שטוף טאטע, רבי מענדעלע סטראפקובער, האט אפילו דאהי, ווי עס איז כמעט נישט געווען קיין אנדערע, האט ער נישט געוואלט אריינקוקן און קיין ווילנא ש"ס, זאגענדיג, אז עס האט א דין פון א ספר תורה שכתבו מין ( לשון מושאל כמובן).
דרך אגב, ער איז בכלל געווען א גרויסער מבקר אויף ספרים, אפילו אזאלכע וואס זענען אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל, אבער דאס איז נישט אויף איבערצוזאגען.

יידל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 6:25 pm

· #72528
פארוואס נישט אויף איבערצוזאגן?

דעתי הענייה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:40 pm

· #72557
יידל
פארוואס נישט אויף איבערצוזאגן?

וועל איך זאגען איין דוגמא, אויף דיין אחריות, גרייט?

משולם שטיינפעלד » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:44 pm

· #72559
משנה ברורה???

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:45 pm

· #72560
איך בין גרייט צו נעמען אחריות, אויב מיין אחריות איז אזוי גוט ווי יידל'ס.

יידל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:56 pm

· #72567
איך נעם אויך אחריות, כאטשיג יאיר'ס אחריות איז מסתמא צענדליגע מאל מער ווערט.

דעתי הענייה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:07 pm

· #72574
יידל
איך נעם אויך אחריות, כאטשיג יאיר'ס אחריות איז מסתמא צענדליגע מאל מער ווערט.

ווען מען פלעגט נאכזאגען פון משנה ברורה, פלעגט ער זאגן: עס איז פונעם תניא א גאנצער פרק אויף לשון הרע, און דער חפץ חיים וואס זוכט מיט לעכט מקורות דערמאנט אים נישט, פארוואס? ווייל ער האט נישט געוואלט, וויל איך נישט הערן פון אים.
נע, נישט געפערליך.....

משולם שטיינפעלד » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:27 pm

· #72580
האב איך יא צוגעטראפן.

עני אלטע גאליציאנע איד האט אזוי גערעדט פונעם משנה ברורה

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:32 pm

· #72582
משולם שטיינפעלד
האב איך יא צוגעטראפן.

עני אלטע גאליציאנע איד האט אזוי גערעדט פונעם משנה ברורה


זאגט עס עפעס אויף גאליציאנע יידן? אדער אויפן משנה ברורה?

דעתי הענייה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:39 pm

· #72584
לעמאן דזשוס
משולם שטיינפעלד
האב איך יא צוגעטראפן.

עני אלטע גאליציאנע איד האט אזוי גערעדט פונעם משנה ברורה


זאגט עס עפעס אויף גאליציאנע יידן? אדער אויפן משנה ברורה?

לעניית דעתי, איז די ווארט א סעמפל פונעם אמאליגען חסידישן בליק אויף ספרים פון מתנגדים און נישט חסידים, און ילקוט מאורי אור שטייט פונעם טשערנאבלער מגיד, אז ער האט געזאגט, אז מען זאל נישט לערנען קיין ספרים פון מתנגדים, ווייל אפילו אויב זיי זענען באמת געווען גדולים, וויבאלד זיי האבן נישט מסכים געווען צום דרך הבעל שם, זענען זיי פארקראכען פונעם אמת'ן דרך אין עבודת השם.

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:44 pm

· #72587
דעתי הענייה
יידל
איך נעם אויך אחריות, כאטשיג יאיר'ס אחריות איז מסתמא צענדליגע מאל מער ווערט.

ווען מען פלעגט נאכזאגען פון משנה ברורה, פלעגט ער זאגן: עס איז פונעם תניא א גאנצער פרק אויף לשון הרע, און דער חפץ חיים וואס זוכט מיט לעכט מקורות דערמאנט אים נישט, פארוואס? ווייל ער האט נישט געוואלט, וויל איך נישט הערן פון אים.
נע, נישט געפערליך.....

זייער מאדנע, ווייל דער משנה ברורה ברענגט דאך אן א שיעור מאל דעם בעל התניא, און ער ברענגט אפילו איין מאל אראפ דעם דרך פיקודיך (ביאור הלכה סי' רי"ד). אגב, איך האב געהערט אז דער שאפראנער רב פלעגט מקפיד זיין צו רעדן נאך ברכו ביי מעריב, ווייל דער משנה ברורה האלט אז מען טאר נישט אויסרעדן.

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:44 pm

· #72589
שיינע מעשה, פון א רוסיש׳ן חסידישע חסידות איז גארנישט קיין איבערווייז

זיי זיינען אין אלעם, בפרט אין חסידות זייער ראדיקאל. פונקט ווי די אונגארישע רבנים קעגן די שטאטוסקווא. סא אזא מין שארפקייט וואס קומט לכאורה פון א תכונה וואס די פוילישע האבן נישט פארמאגט

פוק חזי טשערנאביל, חב״ד, קארלין ועוד אלע אנדערע רוסיש, ליטווישע חסידות׳ן

דעתי הענייה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:46 pm

· #72590
און איך מוז צולייגן, איך מיין נישט חלילה צו זאגן אז איך האלט אזוי, מה אני ומה חיי, איך זאג נאר מהלך מחשבתם פון אמאליגע חסידים.
אויף דעם ענין איז פאסיג די ווארט וואס האדמו''ר רבי שלמה מבאבוב האט געזאגט אמאל בנוגע די צאנז רוזינע מחלוקה, אז היינט איז דאס נישט קיין מדובר בכלל, ווייל איך בין נישט צאנז און זיי זענען נישט רוזין.
איז מיין איך אז פי כמה קען מען דא זאגן, אונז זעמיר נישט קיין חסידים, און זיי זענען נישט קיין מתנגדים.... וד''ל.

דעתי הענייה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:48 pm

· #72591
יאיר
דעתי הענייה
יידל
איך נעם אויך אחריות, כאטשיג יאיר'ס אחריות איז מסתמא צענדליגע מאל מער ווערט.

ווען מען פלעגט נאכזאגען פון משנה ברורה, פלעגט ער זאגן: עס איז פונעם תניא א גאנצער פרק אויף לשון הרע, און דער חפץ חיים וואס זוכט מיט לעכט מקורות דערמאנט אים נישט, פארוואס? ווייל ער האט נישט געוואלט, וויל איך נישט הערן פון אים.
נע, נישט געפערליך.....

זייער מאדנע, ווייל דער משנה ברורה ברענגט דאך אן א שיעור מאל דעם בעל התניא, און ער ברענגט אפילו איין מאל אראפ דעם דרך פיקודיך (ביאור הלכה סי' רי"ד). אגב, איך האב געהערט אז דער שאפראנער רב פלעגט מקפיד זיין צו רעדן נאך ברכו ביי מעריב, ווייל דער משנה ברורה האלט אז מען טאר נישט אויסרעדן.

ליין איבער וואס איך האב געשריבען, און משנה ברורה דערמאנט ער אים כמה פעמים, אונטערן נאמען הגר''ז, סטראפקובער רב האט געמיינט אינעם ספר חפץ חיים.

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:54 pm

· #72596
איך פארשטיי, אבער למעשה איז עס אומפארשטענדליך פארוואס ער האט געהאלטן אז דער חפץ חיים האט אים דוקא נישט געוואלט דערמאנען, בשעת אין משנה ברורה דערמאנט ער אים אזויפיל מאל, און בכלל איז דער חפץ חיים געווען סימפאטיש צו חסידים. אויב עס איז אמת אז ער דערמאנט אים טאקע נישט אין חפץ חיים, קלער איך אז די סיבה איז וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז מתנגדים זאלן זיך אפהאלטן פון עס לערנען צוליב דעם.

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:56 pm

· #72598
דרך אגב, אינטערעסאנטע באמערקונג, ממש א זייטיגע זאך

די משנ״ב רופט אים הגר״ז נישט הגרש״ז

היינט בלעטערנדיג דעם הערליכן ספר רב פעלים פון ר׳ יוסף חיים פון באגדאד זעה איך אויך ווי ער רופט אים ׳שו״ע ר׳ זלמן׳

איז זיי נישט באקאנט געוועהן אז זיין נאמען איז געוועהן שניאור זלמן?

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:58 pm

· #72600
יאיר
איך פארשטיי, אבער למעשה איז עס אומפארשטענדליך פארוואס ער האט געהאלטן אז דער חפץ חיים האט אים דוקא נישט געוואלט דערמאנען, בשעת אין משנה ברורה דערמאנט ער אים אזויפיל מאל, און בכלל איז דער חפץ חיים געווען סימפאטיש צו חסידים. אויב עס איז אמת אז ער דערמאנט אים טאקע נישט אין חפץ חיים, קלער איך אז די סיבה איז וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז מתנגדים זאלן זיך אפהאלטן פון עס לערנען צוליב דעם.


נישט מאסגעבנד, קודם כל דאן פארוואס האט ער זיך נישט געפארכט אז מען וועט די משנ״ב נישט קוקן

ב׳ וועלכע ספרים האבן מתנגדים נישט געלערנט מחמת חסידישע מחברים?

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:04 pm

· #72606
קען זיין אז אין גאנץ משנה ברורה איז נישט שייך נישט צו דערמאנען דעם בעל התניא, השערות בעלמא.

דעתי הענייה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:43 pm

· #72623
יאיר
איך פארשטיי, אבער למעשה איז עס אומפארשטענדליך פארוואס ער האט געהאלטן אז דער חפץ חיים האט אים דוקא נישט געוואלט דערמאנען, בשעת אין משנה ברורה דערמאנט ער אים אזויפיל מאל, און בכלל איז דער חפץ חיים געווען סימפאטיש צו חסידים. אויב עס איז אמת אז ער דערמאנט אים טאקע נישט אין חפץ חיים, קלער איך אז די סיבה איז וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז מתנגדים זאלן זיך אפהאלטן פון עס לערנען צוליב דעם.

יש אומרים, אז מתחלה איז ער געווען א מתנגד, נאר שפעטער איז ער יא געווארען נענטער צו חסידות, ממילא אין חפץ חיים וואס ער האט געשריבן פריער, האט ער נישט דערמאנט קיין גדולי החסידים? משא''כ אין משנה ברורה.
דרך אגב, איך האב א קאפי פון א שער בלאט פון ספר אהבת שלום, מיט די חתימה פונעם חפץ חיים.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:52 pm

· #72627
וואלט געווען אינטרעסאנט צו זעהן.

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:00 pm

· #72629
דעתי הענייה, דער סברא וואס דו דערמאנסט לייגט זיך אויפ'ן שכל. אגב, דער חפץ חיים ברענגט אראפ אין ספר שפת תמים א מעשה וואס האט פאסירט מיט ריב"ש (דער בעל שם טוב), און מען האט עס שפעטער צענזורירט. זעט דא דערוועגן.

דעתי הענייה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:28 pm

· #72637
איך וויל עס ארויפלייגן איך ווייס נאר נישט ווי אזוי, איינער ווייסט?

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:44 pm

· #72642
איר האט עס אויף אייער קאמפיוטר איא? עס איז זייער גרינג ,אונטער די תגובה באקסל איז דא א קנעפל 'צולייגען א פייל' קליקט אויף דעם און איר זענט אין ביזנעס.

דעתי הענייה » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:29 pm

· #72861
איך האב פרובירט, אבער עס קומט ארויף "די בילד קען נישט ווערן צוגעלייגט„ א עצה?

דעתי הענייה » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:37 pm

· #72865

דעתי הענייה » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:25 pm

· #72879
א דאנק יענקל פאר ארויסהעלפען

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:11 am

· #73319
יאיר
דעתי הענייה, דער סברא וואס דו דערמאנסט לייגט זיך אויפ'ן שכל. אגב, דער חפץ חיים ברענגט אראפ אין ספר שפת תמים א מעשה וואס האט פאסירט מיט ריב"ש (דער בעל שם טוב), און מען האט עס שפעטער צענזורירט. זעט דא דערוועגן.

איך האב יעצט באמערקט אז הרב אליעזר בראדט אין די ספרים בלאג ברענגט א מאמר פון ר' שמואל אשכנזי וואו ער רעדט וועגן די מעשה. הרב בראדט ברענגט דארט אויך נאך עטליכע אינטערעסאנטע מעשיות בשם זיין זון ר' ליב בנוגע חסידים. איין מעשה איז כדאי נאכצוברענגען, וואס באשטעטיגט די סברא וואס דעתי הענייה האט אויבן דערמאנט.

בעשירות שניו לעת זקנתו היה מחשיב מאוד עדת החסידים, באמרו כי הם בזמנינו ככותל אבנים שנקרא בראנדוואנט שמעמידים בין בתי עץ, שאינה מניחה להתפשטות שריפה, ובימינו שנגף הכפירה פשטה בכל עבר ופאה, ולאלפים שהם מאמינים בד' ובתורתו אבל כמו מתביישים בקיום מצותיה, בריש גלי, בל יהא לשחוק בין הגויים, ובין פרצי עמנו שרבו המלעיגים מכל קודש, עלינו לשבח החסידים שהם אמיצי רוח, עושי דברו ביד רמה, ובפומבי, ועוד הם מגדלים בניהם לתורה ולעבודה כאבותיהם. רוממות אל בגרונם, ולשונם כחרב להשיב להחפשים אל חיקם עשרת מונים בוז וקלון,, ועל כל פשעים, תכסה אהבת ה'... (דוגמא מדרכי אבי זצ"ל, עמ' טו, אות מ).