☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #3395

אשכול אן א טיטל #3395

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3395

— » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:51 am

· #102859

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לעמיל » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:58 am

· #102863
קופערניקוס דו דארפסט נישט נעלם ווערען אונז צו מאכען שמייכלען האסט שוין כמעט געכאפט מכות
פון יעצט ביזז די זומער הער נישט אויף צו שרייבען

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:33 pm

· #102870
אה קופערניקוס איז צוריק בתפארתו,
אבער א ווישער איז דיין פאך? איז דאס א חלק פון די שקר משולשת??...

משה געציל » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:39 pm

· #102918
איך רייב מיך מיינע אויגן!
עני ווישער עוועליבעל קאד איינס?!
קופערניקוס זיסער, ניין! עס האט זיך נישט געלוינט דיין ווישעריי פאר דעם ארטיקל!

גנדי » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:54 pm

· #102921
קופערניקוס דיין שרייבן איז געוואלדיג!

איך שטעל דיר אין מיין ליסטע פון גוטע שרייבערס, גלייך אונטער קטלא קניא. (חוץ אויב די ביסט די זעלבע?)

WE WANT MORE

בעל הבית » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:59 pm

· #102964
WOW זייער שייו עס האט זיך געלוינט צו ווארטען מיר פייגרען פאר אייך

בן תמליון » דינסטאג אפריל 9, 2013 3:34 pm

· #102973
קופערניקעס האסט מזל ביזט צוריק איך האב געהאט אן ערנסטן פלאן צו ארגאניזירן א גענעראלע סטרייק ביז קופערניקעס באווייזט זיך. שוין אפילו געדריקט הכינו צעטליך.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 9, 2013 6:08 pm

· #103008
הוי קופער קופער טייערער, ווילקאמען ריקווערטס מיין ליבע, קום צוריק, מאך דיך היימיש כבשנים קדמוניות, אזש ס'זאל פארגעסן ווערן אז דו ביסט אוועק פון אונז, ולא נודע כי באו אל קרבנה, אן דיר זעמער אלע צנומות דקות שדופות קדים.

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 9, 2013 8:22 pm

· #103053
אוי איז דאס געווען א טיף שטיקל. איך האב ווארשיינליך נישט גענוג געלייענט לעצטנס צו פארשטייען אזוי גוט די טיפקייט פון די ווערטלעך. אבער ס'איז פונקט גענוג געווען צו ארויסהאבן די מדריגה (דיוטא?) טיפקייט מיט וועלכען עס איז געשריבן געווארן.
שכוח קופערניקוס. דאס גאנצע צייט בשעת'ן לייענען דעם ארטיקל איז מיר איין געוויסע תלמודישע טערמין ארום געטאנצן אין קאפ. נו, פיר אויס: "לא לחכמים לחם"
און חלילה ווער נישט צעבראכן. די סיבה מוז נישט זיין וויבאלד זיי זענען נישט אומשטאנד צו ברענגען פרנסה. עס קען זייער מעגליך זיין צוליב וואס זיי ווילן נישט.. פאר חכמים איז וויכטיגער די צייט פון טאג צו טוהן אין חכמה. לערנען וויסענשאפט, ווי איידער סתם צו פארפאטשקען אויף געלט וואס וועט סך הכול מערסטנס ברענגען נאך אביסל מאטריעלע תאוות. נו. די ברירה איז אין דיינע הענט.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 9, 2013 9:45 pm

· #103081
איבעא להו, מצות וואס אינמיטן טראכטן 'לשם מצת מצוה' קומט אריין און קאפ קאווע שטיבל מחשבות איז כשר?

יאיר » דינסטאג אפריל 9, 2013 9:53 pm

· #103083
נולד מאוחר
איבעא להו, מצות וואס אינמיטן טראכטן 'לשם מצת מצוה' קומט אריין און קאפ קאווע שטיבל מחשבות איז כשר?

מיינסט אודאי צו זאגן, אינמיטן קופערניקעווען אין קאווע שטיבל קומט אריין אין קאפ "לשם מצות מצוה" כבת קול בחורב.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 9, 2013 10:20 pm

· #103091
נו שמעוס אויס ביידע צדדים פונעם בני ישיבה?

גנדי » דינסטאג אפריל 9, 2013 10:30 pm

· #103094
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר מאכן מיר א נייע בטחון מאנקי

א STUFFED ANIMAL - עס וועט האבן אן עפענונג און אנגעפילט מיט שוקלוד געלט (פון חנוכה)

מען וועט דאס פארקויפן פאר פסח פאר א סגולה.

ברסלבער » דינסטאג אפריל 9, 2013 10:33 pm

· #103095
צוליב די אפוועזענהייט פון קופערניקוס פאר א שטיק צייט, האב איך פארגעסן אז זיינע מאמרים טאר מען נישט ליינען ווען מען געפינט זיך צווישן אנדערע, און דאס האט מיר געקאסט אביסל בושות, דער יעניגער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך לאך אזוי, גם זו לטובה.

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:26 pm

· #103108
דער כוח הפועל בנפעל אין דיינע מצות... מאשין מצות זענען שוין הייליגער

דענקער » דינסטאג אפריל 9, 2013 11:41 pm

· #103116
גין-גאלד, אנאנים.

ווער קען איבערשרייבן דעם מאמר מיט רעפערענצן?

שמאלץ » מיטוואך אפריל 10, 2013 12:36 am

· #103142
קופערניקס אייזן 👍. איך האב אריינגעטרעטן און קאווע שטיבעל מיט די רעכטע פיס
אזא שטיקעל שמאלץ אראפצולייגען אזש איך שווים ממש אינעם אויל פון די טאפ שמאלץ

מאטי » מיטוואך אפריל 10, 2013 8:44 am

· #103183
קופרניקוס נאך א מזל ביזט צוריק. ווייל אן דיר, האבן מיר ניטאמאהל קיין קופרניקוס וואס זאל כאטש קענען באשרייבן וואס פעלט אונז.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:22 am

· #103196
[ציטאט אראפגענומען]


געוואלדיג!!
👍 👍 👍 👍

אויס מענטש » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:21 am

· #103231
אוי איז ברלסבער גערעכט,
געלאכט ווי א זיבעלע מיט א פרישקייט,
ביי יעדע פרישע איידיע מיט רעכט,
הנאה געהאט פון יעדן ווארט און באדייט,
אפי' פון דעם ספעיס,
אויב דאס איז די קעיס,
האט זיך געלוינט דער צייט,
וואס נישט געוועזן דא די ביסט,
צו ליינען דערנאך אזא גוטס,


אבער גלייב מיר, איך גלייב דיר נישט אויפן ווארט,
ביים שיבער אין מצה בעקעריי ביסטו נישט געווען דארט,
איי ווי יא ? גייט מיר נישט אן,
אבי אין שטיבל ביסטו אויפן אויבן אן,
פיל מאל א ארטיקל גייט מיר אויף די געהירן,
דער וועג פון טראכטן טוט מיר נערווירן,
אבער ווען עס קומט דערנאך א ארטקיל א געשמאקן,
און קופערניקס נעמט זיך פראקן,
ווערן די אלע אשכולות אינטרעסאנט,
און מען שרייבט ווייטער דא האנט ביי האנט,

טו מיר נאר א טובה א קליינע,
אין מאחורי שפאציר אריינע,
מאך דארטן סדר מיט דיין פעדער,
און זיי אונז מהנה מיט ליבע דער שטיבל זאל פארן אויף רעדער,
אויב די גבאים האבן דיר נישט געפענט דארטן דעם טויער,
דארפן זייערע קעפ הענגען אויפן מויער,
מען קען נישט דערלייגן אזויפיל,
אלעס מיט זייערע תקנות שפיל,
אויב איז דער בחינה א פראבלעם,
פרעג נאר דא אין אישי,
קיינער וועט נישט כאפן אז סאיז פישי,

דיינע מצות דעקן אויף דעם טעם הכמוס,
וואס איז דערין געליגן עמוס,
מימות הגזירה ומשנה ראשונה,
פון מאשין מצות וואס ווערט באהאנדלט לאחרונה,
ביי דעם מאשין איז קיין שיבער נישט פארהאן,
און אזא ארטיקל וואלט געווען חבל על הזמן,
וועלן מיר טאקע מהדר זיין אויף האנט מצות לדורות,
כדי קופערניקס זאל אונז דעליווערן סחורות,

אויס מענטש » מיטוואך אפריל 10, 2013 11:32 am

· #103237
יישר כח
די חתימה איז מיוסד דאנק דעם עירמאונט קליפ.

משה געציל » מיטוואך אפריל 10, 2013 9:48 pm

· #103548
[ציטאט אראפגענומען]

נישט געקענט בעסער ארויס ברענגען!

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג אפריל 15, 2013 11:01 pm

· #105193
אנאנים, ס'האט דיר טאקע גענומען גאנצע פינעף טעג צו כאפן משה געציל'ס וויץ ??? האסט אפשר געלערענט אין פ... (ניין כ'האב נישט געמיינט פ... כ'האב געמיינט פייע, פלאצק, פאנעוויטש אדער וואטעווער)

יין שרף » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 2:52 am

· #226711
!REMINDER
[ציטאט אראפגענומען]

בן אדם » מיטוואך יוני 8, 2016 8:54 am

· #337153
ארויפגעברענגט

שעפטאל » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 3:35 am

· #536234
@אנאנים: אזא זיסע אשכול מעג באקומען נאך 2 לייק'ס און אריינגיין אין די לייק'ס ראנגן...
זאל דיין נשמה האבן אן עליה דארטן אין גן עדן..
===

(חברה, נישט געזארגט. ס'גייט נישט פארשפארט ווערן. האפענטליך...)

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:27 am

· #536240
העי, דער רבי האט געלייקט!!!!

שעפטאל » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 3:52 pm

· #536265
שטייט א גראבער ביים בלעמער מיט א פארשלאסענע אַרק.
די אוקשען גייט אהן אין פיהלן קראפט אויפן שווארצן קאווע מארק.

אזוי פיהל ניקים מכל קצוי געקומען מיט עראפלאן, באן, קאר (סערוויס), און מיט בייק'ס.
שמעקי האט גע'בּיד מיט 15 טויזענט לייקס.

אבער שעפטי האט זיך בארעכנט. עטץ מיינט'ס אז כ'בין אינגאנצען צעחוש'ט?
א @אנאנים לייק פארקויפט מען נישט!!!

שאלתיאל » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:52 am

· #536354
וווּנדער איבער וווּנדער, שעפטאל איז מעלה באוב נשמות פון זעליגע ניקים. קענסט מאכן זיי זאלן רעדן אויך? אפשר פרעג אָן צו ס'אמת די לעגענדע פון א ספעציעלע גיהנום סעקשאן פאר קאווע שטיבלער.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:11 pm

· #536357
שאלתיאל
אפשר פרעג אָן צו ס'אמת די לעגענדע פון א ספעציעלע גיהנום סעקשאן פאר קאווע שטיבלער.
זיכער אזוי!
מיט עיר-קאנדישאן אינסטאלד.

ווייל זייער געוויסן טוט זיי כסדר נאגן, כנראה מכח די כסדר׳דיגע זיכן תירוצים אויף די אויפגעבלאזענע חמץ׳דיגע פאברעצירטע ׳אמת׳.

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:47 pm

· #536364
בְּתוֹךְ עַמִּי
שאלתיאל
אפשר פרעג אָן צו ס'אמת די לעגענדע פון א ספעציעלע גיהנום סעקשאן פאר קאווע שטיבלער.
‎זיכער אזוי!
‎מיט עיר-קאנדישאן אינסטאלד.

‎ווייל זייער געוויסן טוט זיי כסדר נאגן, כנראה מכח די כסדר׳דיגע זיכן תירוצים אויף די אויפגעבלאזענע חמץ׳דיגע פאברעצירטע ׳אמת׳.
‎איך… עהעם… גלייב אז ווען דו וואלסט ווען געבוירן א הינדוּ וכדומה און ״אפגעפארן״ דערפון (ואפילו צו אידישקייט), וואלט דיר, לכאורה, דאס געוואוסן פונקט אזוי געפייניגט לעתים אז ״אפשר דאך״, קעגן דיין ״פסח׳דיגע״ אמת וואס דו האסט יעצט (וידוע פּאַסקאַל׳ס געוועט). וכמובן אז דאס זאגט אבסאלוט גארנישט, חוץ פון דעם אז, ווי דר. לין דעווידמאן שרייבט, עפעס וואס איז (שטארק) אינדאַקרינעיטעד פון קינדווייז אָן, ווערט אריינגעגעסן עכ״כ אז עס ווערט סייקאָסאָמעטיק אינעם גוף ממש וגם כי יזקין לא יסור ממנו לגמרי, אפילו וואו ער פארט אפ און זעהט איין בשכלו אז עס איז נישט אזוי.

‏און דאס איז אפילו ביים ענין אמונה במציאות הגיהנום ועונש לנצח, וואס איז בעצם א פראבלעם אפילו בתוך טעאיזם ויהדות (וע״ש אודות ״גיהנום״ בכל האשכול שם).

געדענק, דו ביסט דער וואס טענה׳ט קעגן סמכות הלאגיק והשכל (דורך לאגיק ושכל…) כדי לחזק האמונה. דו ביסט דער וואס וויל בויען א פאזיטיווע גלויבונג אין ״עפעס״, פשוט מכח נעגעיטן דאס סמכות פון כלי השכל - א טענה וואס איז בכלל נישט מכריח דיין פאזיטיווע ״עפעס״. דאס קען פארקומען ווי ״זוכן תירוצים״ אויף צו מחזק זיין דאס וואס דו האלטסט אלס ״אמת״.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:31 pm

· #536381
@מי אני
כ׳פארשטיי נישט?!
איך האב דיר דעליווערט אן עיר-קאנדישן זאלסט עס קענען ניצן לעת מצוא (כידוע דארפן אפילו צדיקים דורכגיין עפעס גיהנום/נהר דינור צו קענען גיין העכער) און דו ווארפסט מיר עס צירוק אין פנים...??

מיינסט טאקע אז כ׳בין אזא פילוסוף ווי דיר? נישט אייביג ווילעך עפעס אויפווייזן... אמאל ווילעך סתם אזוי א טובה טון א אידן און ס׳טוט מיר וויי אז מ׳וויל נישט נעמען.

אקעי, אז האסטעס שוין יא גענומען צו חקירה, דאן העליך דיר פרעגן/זאגן: ווייז מיר אָן א סייט ווי מענטשן וואס האבן אפגעלאזט א געוויסע רעליגיע/סיסטעם קומען כסדר אויסשמועסן און דרעשן און זיך מחזק זיין אז זיי האבן גארנישט פארלוירן, ענליך צו וואס טוטסעך דא אפ....! [כ׳גלייב אז ס׳נישטא].

אלפא » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:30 pm

· #536389
א קליינע גוגל זוך... נישט דורכגעקוקט

שעפטאל » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:46 pm

· #536396
שאלתיאל
וווּנדער איבער וווּנדער, שעפטאל איז מעלה באוב נשמות פון זעליגע ניקים. קענסט מאכן זיי זאלן רעדן אויך? אפשר פרעג אָן צו ס'אמת די לעגענדע פון א ספעציעלע גיהנום סעקשאן פאר קאווע שטיבלער.
כאנישט אנגעקומען צום ערשטען דור, אבער געזעהן אויגן וואס זעהן זייערע אויגן.

זעהנדיג ווי שעות פון ארבעט אויף פילאזאפיע און סייענס, אמת'ע חקירה, ריכטיגע פארש ארבעט ווערט נישט געליינט און אפרישיעטעט אזוי שטארק ווייל ס'איז נישט סאדיגערע פאליטיק אדער אין שמייכל. ווי אויך זעהנ'דיג אז דעם נייעם דור איז מער געפיהליש, ס'מער נישט אזוי רמזים'דיגע קאוד שפראך ווי א האלבע ווארט וועגט מער פון אפאר אשכולות. האבן זיי זיך געריקט צום וואטסאפ. אבער כמעט אלע פון זיי ליינען נאך די זאפטיגע אשכולות פון צייט צו צייט. זיי זענען אבער עלטער פון אונז און צו מעטשור אויסצוגיסן ענערגיע לבטלה זיך צו טענה'ן, אונז קליגער מאכן אויף זאכן וואס זיי האבן שוין סייווי געשריבן אמאל.

אין גיהנום איז קיינער פון זיי ניט אנגעקומען, [יאפ. (ק)נאלידש איז פאווער. 🙂 ]

א שיינעם צאהל איז אין גן עדן בהאי עלמא, זיי האבן אויסגעפיגרט א מהלך החיים, זענען מיט חברה וואס טראכטן ווי זיי, זענען נישט פארשקלאפט אינעם סיסטעם, אבער אויכעט נישט פארהאסט אדער אנגעקוקט ווי רשעים, זיי דאווענען אינעם קאווע שטיבל פון @תוהו ובוהו. (איינער דערציילט מיך: דעם יאהר ר"ה האבעך באמערקט ווי איינער פון זיי קוקט אריין אין א ביכל וואס איז מסביר AI בשעת'ן תקיעות..)

גאר א קליינעם צאהל זענען (נעבעך..) צוריק אינעם סיסטעם ווי ווייט מעגליך, ווייל דאס ארבעט פאר זיי די בעסטע, הגם זיי האבן נאכאלס נישט ליב קיין קאטשעניא.

אסאך האבן שוין אויפגעהערט זיכן תירוצים פאר אלע קשיות, שלום געמאכט מיטן מצב, זיי לעבן פאר זיך אין זייער אייגענעם וועלטל.
--

כ'וואלט געטראפן דעי פונעם ערשטן גראופ אויב זיי וואלטן אראפגעקוקט ממקום מנוחתם צו מיך, ווייל זיי האבן שוין אויסגעטרעטן א נייעם גאר אלטן וועג פון לעבן.
--

דערווייל בלייבט פאר דעי וואס קומען אהער מיט די זעלבע סיבה ווי די ראשונים..

1. אריין וואנדערען אין אלטע אשכולות פון די אמאליגע לייבן.
[אשכול ביי אשכול על הסדר, צו ס'איז אין העמק, צו אין וויסענשאפט, וכדו'. (צו אין א שמייכל..) אדער נעמען ניק ביי ניק און דורך גיין זיינע אשכולות ביים זיך הודעות פון דעם באניצער.]

2. מכבד זיין די קלוגע וואס זענען נאך דא פונעם ערשטן דור, אדער וואס וואלטן אריינגעפאסט דארטן. (ניין, כ'גיי זיי נישט טעגן, יעדער ווייסט און זעהט אליין ווער זיי זענען.)