קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידישקייט
149 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3341
קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידישקייט
שלא כדרכי וועל איך עפענען אן אשכול אן זאגן מיין פערזענליכע דעה, כ'וועל אראפלייגן בקיצור נמרץ אן איבעי' מיט ביידע צדדים, ווער עס האט עפעס א תא שמע אדער א מהלך אינעם נושא איז מכובד צו נעמען דעם עמוד אין זינגען א שטיקל.
כ'האב געזעהן דעם אחרון של פסח ווינער רב'ס ז' אדר דרשה ווי ער איז זיך שטארק מתמרמר איבער די אפגעפארענע בחורים אין אינגעלייט פראבלעם, אינמיטן צוקאכט ער זיך אז ער קען פשוט נישט משיג זיין די אכזריות וואס די חברה באגייען אנטקעגען זייערע עלטערן, די עלטערן גייען דאך צוגרינד פון צער און ווייטאג איבער זייער פארלוירן קינד, און ווי איז זייער כרחם בן על אב?
אויבן אויף האט ער א שטארקע טענה, סוף כל סוף טוען דאך די אלע מומר לתיאבון'ניקעס און אפגעפארענע די אלע זאכן צוליב תאוות אדער באקוועמליכקייטן, טא וואו איז זייער געפיל צו זייערע טאטע און מאמע? וועגן אביסל באקוועמליכקייט לייגסטו אריין דיין טאטע און מאמע אין קבר?
וכאן הבן שואל: איז דאס טאקע אזוי שווארץ און ווייס?
אז א אינגערמאן דיסיידט אז ער וויל גיין אן מיט א געשטיצטע בארד און פאות, א בלויע העמד אינדערוואכן, און זיין ווייב זאל זיך נישט שערן, און ער האלט אז די חסיד'ישע טראגע און מנהגים שטימט מער מיט פוילן תרכ"ה, און די טאטע א רעבע-זכרונה-לברכה איד צוגייט פאר צער ווי קאצקע צוקער אין א קאווע, ברויך ער זיך רעכענען דערמיט? גייט דאס אריין אין זיינע מאראלישע פליכטן וואס ער האט צו זיין טאטע און מאמע? אדער אפשר קען מען זאגן אז די פליכט צו א טאטע און מאמע ענדיגט זיך ווען עס האנדעלט זיך ווען די עלטערן ווילן ארויפצווינגען א לייף סטייל אויף זייער קינד?
מען קען נעמען די שאלה נאך ווייטער: וואס טוט זיך אויב דער קינד גלייבט נישט אין גארנישט, ברויך ער נאך אלץ קייען מצה און מרור יעדע ט"ו ניסן, אין זיצן און א סוכה ט"ו תשרי, און גיין מיט א GB בעקיטשע, אלץ כדי נישט וויי צו טוען זיינע עלטערן?
מען קען פרעגן אויף די עלטערן אויך, איז דאס נארמאל אז די עלטערן ווערן משוגע פאר צער אז זייער קינד גייט אוועק פון זייער דרך? איז דאס א לעגיטימע צער? אדער איז דאס א סארט צער וואס מען קען אוועקנעמען מיט א באהאנדלונג פון א פסיכאלאג? און אויב מען קען עס אוועקנעמען מיט א באהאנדלונג קען דאך דער זון טענה'ן אז ס'נישט מיין פראבלעם, ס'ענקערס? אדער אפשר העלפט טאקע נישט קיין באהאנדלונג (אויב די ווייטאג איז וועגן מה יאמרו הבריות מיין איך אז עס העלפט יא אביסל א סעישן-צוויי פון א געניטע פראפעשינאל).
איך האלט אז די וואלסט ווען געדארפט ענדערשער עפענען א אשקול וואס רעדט פון טאטעס וואס אינטערדריקען דאס גיטע יאר זייערע קינדער און אזוי ווערן זיי ליידער אפגעפארען, אבער די אשקול וועל איך לאזן פאר די פראפעשינעלס
עפי"ר א קינד וואס פארט אוועק פון די עלטערנס דרך איז דאס די עלטערנס שולד, זיי האבן אים נישט געגעבן א געשמאקן חינוך, מ'האט דאס קינד אויפגעצויגן מיט טעראר און מ'האט אים נישט נאכגעגעבן זיינע קינדערישע תאוות צוליב מנהגים און חומרות. אז די עלטערן עסן זיך איז טאקע א ווייטיג, אבער זיי זענען זיך אליינס שולדיג.
--
ברעט האקט ענליך
די עלטערען האבען נישט קיין שום רעכט איינצוטיילען פאר די קינדער וואס צו טוהן מיט זייער לעבן.
די קינדער דארפען זיך רעכענען מיט זייערע עלטערן'נס געפילען אויף וויפיל סאיז שייך צווישען זיי און זייערע עלטערן. למשל דער טאטע מעג פאדערן דער קינד זאל רעדן מיט עם מיט דרך ארץ און זאל נישט אוועקמאכען עם אדער זיין לעבנסשטייגער אדער זיך פירען בפניו אויף אן אופן וואס שטערט עם. און דער קינד האט א חיוב מכבד צו זיין זיין טאטע. וואס דער קינד טוט און טראכט פאר זיך האט גארנישט מיט די עלטערן זיינע איינגעלייגט. וכל ערום יעשה בדעת.
דאך קען זיין פעלער וואס מענטשליכקייט פאדערט אז א קינד זאל היטען אלעס לכה"פ לפנים אפילו אויב ער גלייבט נישט אין גארנישט מפני כבוד אביו ואמו ומשפחתו. ואולי לזה רמזו רז"ל באמרם שהושווה כבודם לכבוד המקום.
אנשטאט צי מאכן פאר די קינדער אז די תורה איז א גיטע און זיסע זאך, לערנט מען אויס אז די תורה אין אידישקייט איז כאילו א מין גרויל ח"ו,
נאכדעם ווערן די קינדער אביסל עלטער אין די עלטערן רעדן זיך איין אז פארוואס זייער קינד זעט אויס אזוי ווייל זיינע חבירים האבן עם אזוי געמאכט,
שטארק מעגליך אז ווען די אפגעפארענקייט איז נאר במראה, איז די צער פון די עלטערען נישט מער ווי א תוצאה פון היימישע לחץ, און באמת זענען זיי צופריעדן אז זייער קינד איז צופריעדן מיט זיין ווייב, job, פלאץ וואו ער וואוינט וכו'.
אבער ווען א קינד לאזט אפ שמירת המצוות דאן איז דאס באמת א צער, און די עלטערען פילן זיך שולדיג וכו'.
בנוגע דאס קינד גופא, אויב האט ער אביסל מענטשהייט זאלן זיך אויפירען אידיש בנוכח זיינע עלטערען.
וואסי? פלוצים קען ער נישט קייען מצה? ווען זיין GF רופט אים ארויס פאר א נאכטמאל וועט ער לויפן אויף אלע פיר אפילו ער האט נארוואס געענדיגט עסן..
ברעיט מיינדעד און זר זהב, כ'קען אזעלכע וואס זענען אפגעפארן אפילו זיי האבן געהאט א פיינע געשמאקע ערציהונג.
לעיקוואוד זאגסט אז ס'זענען דא פעלער וואס מ'דארפ יא זיך רעכענן און היטן אידישקייט אדער פרומקייט לפנים כדי נישט מצער זיין טאטע מאמע, ביטע ערקלער ווען יא און ווען נישט.
קאווע טרינקער, כ'האב נישט געמיינט די מצה אזוי ווייט כ'האב געמיינט די מרור.
נו דערפאר זאג איך נאר "על פי רוב". אפשר איז דאס אויך איבערגעטריבן.. כ'ווייס נישט.
אברהם אבינו ווי אזוי האט ער געדיעלט מיט זיין טאטע תרח?
ברוח ליעקוואד וואלט איך אראפגעלייגט דעם כלל. אויב האלסטו אז דיין טאטע מיינט דאס אמת'דיג, זיי אזוי גוט און שפיל מיט.
איינער קימט מיר אמאל זאגן אז אמאל האט מען מער געשלאגען ווי היינט, און מען איז אויפגעוואקסען מער נארמאל און פארשטענדליך, האב איך עם גענטפערט אז אמאל ווען מען האט געשלאגן א קינד איז ציגעגאנגען מיט ליבשאפט ווי שטארק די פעטש איז נאר געווען, די קינד האט פארשטאנען אז עס קימט זיך עם, אבער היינט נעמט מען זיך שלאגען אן א חשבון פלען ווייל ער איז אין אויפגערעגט יעצט אין ער קימט אהיים אין נעמט זיך אויף די קינדס ביינער פשוט ווייל ער האט נישט אויפגעגעסן די גאנצע סאפיר, און אזוי א נארמאלע זאך יעדן טאג,
און גארנישט די קינד ווערט עלטער אין די טאטע ווייסט ניטאמאל פארוואס ער קיקט אזוי אויס!!
איך שרייב איבער דא מיין אויבערשטע תשובה בתוספת מרובה והבהרה.
איך וויל צוטיילען מיין דעה אויף צוויי חלקים, מעיקר הדין און מער פראקטיש.
מעיקר הדין, וואס וואלט געווען ריכטיג, איז דא א פשוטער און קלארער חילוק לפענ"ד וואס איז קובע וואסארא סארט זאכען א מענטש קען בכלל זיין מחוייב וועגן בין אדם לחבירו'דיגער סיבות ווי כיבוד אב ואם, אדער שלום בית, און בכלל כבוד הבריות.
דער כלל איז פשוט אז יעדער זאך וואס האט בעצם צווישען מיר און דיר האסטו א רעכט מיר מונע צו זיין פון טוהן א זאך וואס שטערט דיר. משא"כ א זאך וואס איז בעצם צווישען מיר און זיך אליינס, אדער צווישען מיר און גאט, האט א צווייטער מענטש נישט קיין שום רעכט זיך אריינצימישען אים דעם. נישט נאר ער האט נישט קיין רעכט מן הדין, נאר מער יסודותדיג, עס איז נישטא קיין שום סיבה עס זאל עם שטערן, און אויב שטערט עם עפעס וואס איך טו פאר זיך, זאל ער נעמן ר' בנימין'ס עצה און מוחל זיין גיין צו א פסיכאלאג זיך אויסקומען מיט דעם. איך ין גארנישט שולדיג דערפאר. למשל אויב וויל איך זיין דיין חבר האסטו א רעכט פאדערן פון מיר איך זיל פוצען מיינע ציינער עס זאל נישט זיין קיין אומאנגענעמער ריח ווען איך רעד מיט דיר. אבער דו האסט נישט קיין שום עסק זיך אריינצימישען און מיר זאגען צו איך זאל ציבינדען קודם די רעכטע שיך אדער די לינקע.
ממילא לנידון דידן, איז פשוט אז די עלטערען האבען נישט קיין שום רעכט איינצוטיילען פאר די קינדער וואס צו טוהן מיט זייער לעבן. די החלטה צו ער זאל זיין א יוד אדער א גוי, געי אדער סטרעיט, פרום אדער פריי, חסידיש אדער ליטוויש, אהרוני אדער זלוני, 48 אדער 45, יאכניש אדער מאדערן, איז דער קינד'ס אייגענע החלטה און האט נישט וואס צו שטערן די עלטערן גארנישט.
די קינדער דארפען זיך רעכענען מיט זייערע עלטערן'נס געפילען אויף וויפיל סאיז שייך צווישען זיי און זייערע עלטערן. למשל דער טאטע מעג פאדערן דער קינד זאל רעדן מיט עם מיט דרך ארץ און זאל נישט אוועקמאכען עם אדער זיין לעבנסשטייגער אדער זיך פירען בפניו אויף אן אופן וואס שטערט עם. און דער קינד האט א חיוב מכבד צו זיין זיין טאטע.
איך מיין אז יעדער נארמאלער מענטש קען בעצם פארשטיין, און מקען עם מסביר זיין, אז דאס איז די מציאות אז מענטשען האבען די אייגענע בחירה און ער קען עקסעפטן אויך איינער וואס איז בוחר אנדערש אפילו עס האלט און גלייבט אז דאס איז ממש שרעקליך. מקען דאס אפילו געבן צו פארשטיין פאר יעדר איינער לפי אמונתו אז אזוי וויל דער אייבישטער וכו'. (ואכמ"ל בהסברים אלו).
יעצט עם כל זה איז דא זאכען וואס זענען טאקע נישט בעצם זאכען וואס דארפען שטערן, דאך איז דאס בעיסיק מענטשליכקייט זיך צוצושטעלן צו יענער'ס מנהגים, ווי חז"ל זאגען לעולם יהא דעתו של אדם מעורב בין הבריות לא יישב בין העומדים ולא יעמוד בין היושבים וכו', און ווי די וועלט זאגט "אין רוים פיר זיך ווי די רוימישער". איז פשוט אז עס זענען דא זאכען וואס מענטשליכקייט פאדערט אז מזאל זיך צושטלען. למשל אז דו ביסט פריי און דו קומסט אריין אין א פרומער שטוב טו זיך אן א קאפל, רעד נישט אויף זיין סעלפאן אינמיטען א שבת סעודה, אויב פאדערט אפילו אנטון א שטריימל טוה זיך אן. און ווי ר' קאווע טרינקער ברענגט ארויס, מרעדט נישט פון אזויפיל, פאר יעדער יומען ביינג קומט זיך אזויפיל רעספעקט. אסאך מאל קען אזעלכע קליינע זאכן זיין אפילו דער שליסעל צו מער יסודותדיגער און כללותדיגער שלום און זיך פארשטיין, אנדערע עקשנן זיך אויף שטותים און ווען מהאט אביסעל שכל קען מען מיט קלייניקייטן ווייזן אז מאיז א מענטש, און סך הכל האט מען זיך אויסגעקליבען א אנדערע מהלך החיים. (שוין, איך סאונד שוין ווי א או טי די מדריך..)
דאס איז אלץ ווען וועלט איז וועלט און מענטשען זענען מענטשען. עס זענען אבער דא פעלער ווי סאיז נישט קיין חכמה צו זיין גערעכט. אפשר טאקע בבית דין של מטה ובבית דין של מעלה וועסטו בלייבען גערעכט, עס איז אבער נאכאלץ נישט ריכטיג צו הרגנען דיינע עלטערן וועגן דעם. אמאל האט איינער צוטוהן מיט אזעלעכע וואס וועלן קיינמאלנישט פארשטיין אפילו מינימאליש די אויבנדערמאנטער סברות. און ער וייזט אז מיט טוהן געוויסע זאכען מאכט ער זיי ממש ביטער דאס לעבן. אין אזא פאל פאדערט דער פשוטער און קלארער מענטשליכקייט זיך אפילו צו מוטשענען אביסל און נישט יענער אזוי מאמלל זיין.
ר' בנימין וויל וויסען פונקטליך פון וועלכע פעלער איך רעד, דאס איז נישט קיין זאך וואס מקען אין דעם מאכען כללים. אזויווי אין רוב מאראלישע דילעמעס, איז נישטא קיין שולחן ערוך וואס קען זאגען פונקטליך אין אזא פאל איז דער דין אזוי און אין אזא פאל אזוי. עס איז תלוי אין אן א שיעור נושאים און גורמים און יעדער קלייניגקייט קען משנה זיין דער דין. פארדעם זאל קיינער נישט פסקנען פאר זיך אליינס און זאל אלעמאל אנפרעגן ביי זיין רב אדער פוסק פאר ער פארט אפ ווען עס איז דא א חשש זלזול הורים ומורים... סיריעסלי, עס איז כמעט אוממגליך צו געבן א הוראה פאר א צוייטער אין אזא זאך. איך קען נאר זאגען אז באופן כללי איז דאס בכלל נישט א מופרכדיגע מהלך אפילו פאר א אפיקורס גמור נישט אויסצוטוהן אפילו די וייסע זאקען אויב ער מיינט אז עס קען שטערן פאר א צוייטער. (איך הער א סברא אז א מענטש וואס פארלירט זיין אמונה און בעצם זיין גאנצע מאראלישע סטרוקטור, איז לפחות אויב בלייבט עם נאך אפילו אפאר קליינע מענטשליכקייטן ווי למשל כיבוד אב, וואס בעצם יעדער מענשט פארשטייט דאס, איז נישט אפגעפרעגט אז ער פירט אסאך פון זיין לעבן ארום דער איין פרינציפ וואס ער האלט) וכל ערום יעשה בדעת וה' יאיר עינינו במאור תורתו. והנלע"ד כתבתי.
נולד, מ'קען נישט ברענגן קיין ראי' פון גרים און בעלי תשובה, ווייל דארט זענען זיי איבערגעצייגט אז עפעס העכערס פאדערט פון זיי צו לעבן אנדערש פון זייערע עלטערן, משא"כ די אפגעפארענע לעבן אנדערש נאר וועגן זייער אייגן באקוועמליכקייט, וואס אויף דעם קען מען האבן א טענה אז די עלטערנ'ס באקוועמליכקייט קומט קודם.
קאווע, אויב איינער גלייבט נישט אין גארנישט דארף ער לעבן זיבעציג יאר א פאלשע לייף סטייל (לדעתו) ווייל זיין טאטע מיינט עס ערענסט ?
ברעיט מיינדעד ס'נישט די נושא דא וויפיל מען האט געשלאגן צו נישט, מיין שאלה איז ווען איינער גייט אוועק ווייל ער איז אנדערש איבערצייגט. (בדרך אגב איך ווייס נישט וואס איז אמאל געווען בעסער, וואס מער די גייסט צוריק אלץ מער האט מען געהאקט פון די קינדער אן קיין טראפעלע אהבה, שטייצעך נישט אלעמאל און נישט איבעראל כ'רעדט בדרך כלל)
לעיקוואוד, שיין מבאר געווען, אבער אין אנדערע ווערטער זאגסטו (אין דיין לעצטע זאץ) אז אויב דער טאטע און מאמע פארשטייען נישט די אלע הסברים אפילו אויפן מינימאלסטן אופן, אדער ווילן זיי נישט גיין פאר פראפעסינאלע הילף, און עסן זיך אויף פאר צער "וואס דאס איז דער פאקטישער מצב ביי רוב רובו פון אזעלעכע פעלער" ברויך ער בלייבן מיט די ווייסע זאקן אין שטריימל כל ימי חייו. אלץ וואס ? אלץ וועלכע מאראלישע סיבה ? כ'מיין ס'שטימט נישט מיט דיינע ערשטע צווי זאצן .
קודם כל האבען דע עלטערן גארנישט מיט דע נאטאר פינעם קינד, מ'זעט זייער גיטע קינדער ביי פראסטע עלטערן און אויך פארקערט, דע קינדער ווערן אזוי געבוירן, (זע רש"י תהילם נ"ח פ' ד') אין א פאל וואס א קינד איז נאך יונג אין פירט זיך נישט אזוי יודיש ווי דע עלטערן ווילן, אין דע עלטערן ווערן שטרענג צים קינד, וועט דע קינד ריוואלטען אין דער מציב וועט ווערן געפערליך, אין יעדער וועט זאגין דע עלטערן זענען צי שטרענג, וואס דאס איז אמת, אבער נישט וועגין דעם איז דאס קינד אזוי ווי ער איז, אין די עלטערן וועלין זוך עסען דאס געזינט וואס זיי זענען אין דעם גארנישט שילדיג, ווען זיי זאלען ארבעטן מיטן קינד לויט זיין נאטאר וועט דע ריזאלט זיין גאר אנדערש, חנוך לנער על פי דרכו, זאגט שלמה המלך, אוודאי טיט דאס וויי, פינגט ווען חלילה א קינד איז בלינד איז נישט שייך ברוגז צי זיין אויפן קינד, דאס זעלבע אויך דא, ווייטער ווען א קינד איז בעסער ווי דע עלטערין זענען, איז דע שמחה גרויס, אבער דאס האט גארנישט מיט דע עלטערין, מ'קען זייער אזאך רעדען פין דעם ענין, א יעדע פאל איז אנדערש, אבער דע עלטערן דארפין זיין גיט אין געטריי צים קינד וועט דע קינד נישט האבן א שנאה צי דע עלטערין, אין נאך איין זאך, דאס וואס דע קינדער לייגען דאס אהן אויף דע מלמדים איז אויך נישט בארעכטיגט, ער איז געבוירין אזוי אין טאר נישט האבין צי קיינעם קיין טענות,, י
הרב פרענקלין.
איך האב געזאגט אז איך קען נישט פסקנען פאר א צווייטער. אבער יא, איך גיב גאנצע רעכט פאר די צד אז איינער וואס גלייבט נישט אין גארנישט זאל בלייבען מיט די שטריימל און וייסע זאקען וועגן סיבות פון בין אדם לחברו. וועגן דעם האב איך געברענגט דער חז"ל הושווה כבודם לכבוד המקום. (שוין, דער גלייבט דאך נישט אין חז"ל, אבער דער רעיון איז מובן) אזויווי פאר השי"ת פארשטייסטו אזא זאך אזוי מעסטו פארשטיין פאר א מענטש.
איך זאג נישט, דער צופרידינקייט פון דער מענטש אליינס איז אויך א פאקטור, ווי אויך פיל אנדערע פאקטארען, און זייער אסאל ווענדט זיך אין דער פרעזנליכער מצב , אבער דער צד איז בכלל נישט מופרך.
איך מיין אז אסאך מענטשען וואס האבען ספקות וכדו' זענען בפועל מכריע, אפשר מער אינטואיטיב און סובקאנשיסלי, צו בליבען פאר אזעלכע סיבות, און איך האלט נישט אז זיי מאכען זיך נאריש.
אגב, בענדזשאמין, דער חילוק וואס ביסט מחלק לגבי גרים און בעלי תשובה איז נישט תופס לענ"ד וועגן כמה סיבות. קודם כל למעשה איז דאס א החלטה אויף א דרך חיים, יעדער האלט אז זיין דרך החיים איז ריכטיגער. און דער פון וואס מיר רעדן קען גרינג טענה'ן אז פרייהייט וכדומה איז מער ריכטיג און אויסגעהאלטן ווי זיין איינגעצוימט וכו'. נגיעות האט יעדער און עס איז נישט מעגליך מחלק זיין צווישען א החלטה צו זיין מער פרום צו א החלטה צו זיין וייניגער פרום. וואס זאגסטו צו איינער וואס שמד'ט זיך וויל ער איז געווארען איבערגעצייגט אז דאס איז רצון ה'? אדער איינער וואס האט מחליט געווען מאיזה סיבה שיהיה אז שמירת התומ"צ איז עם מרחק פון אייבערשטען?
איך קלער אויף, איך רעד למעשה אז יענער זאל גיי ווייסע זאקען אבער מיט א טעלעפאן אין טאש, און אינדערהיים זאל ער עסן נבילות וטריפות יום כיפור שחל להיות בשבת פאר נעילה. די זאכען שטערן דאך נישט פאר זיינע עלטערן ווילאנג זיי וייסען נישט. סך הכל זאל ער שפילען דער שפיל.
בעצם איז דאך עס אוודאי נישט נוגע דא פאר קיינעם ווען מען רעדט פון גענצליך אפפארן ל"ע, אזא איינער קומט נישט אהער פרעגן הדרכה ווייל ווען יא וואלט מען דאך אים געזאגט און מסביר געווען ער זאל יא בלייבן א איד.
די שאלה איז אבער אליבא דאמת גאר שטארק נוגע ביי יעדן כמעט, בפרט אויב דער פאטער האט א נאטור אריין צו רעדן אין דאס לעבן פון די פארהייראטע קינדער. לעיקוואוד האט זייער שיין געזאגט, אבער ער רעדט פן זיין קוקווינקל ווי שמירת התווהמ"צ איז א הנאה און ער דאנקט דעם אייבערשטן ביי אתה בחרתנו, וואס וועט אבער לעיקוואוד דנן טאן אויב דער פאטער זיינער עסט זיך פאר צער אז ער האט א סמארטפאון? עס איז דא אידן וואס ביי זיי צו גיין מיט א מאדערן לבוש איז זיי אזוי וויכטיג ווי פאר דיר א סמארטפאון.
מיט אלע רעספעקטן פאר די אלע שרייבערס דא. דער וויענער רב זאגט אז דער בחור'ל זאל "טראכטן" פון זיינע עלטערן - דהיינו, איז די מצב ממש געפערליך, דאן נעם אראפ די זאכן און אנטלויף, מסכים. אבער, בדרך כלל איז דאס נישט אזוי טערריבל, סאו טראכט פון דיינע עלטערן אויך. דו ביסט נישט קיין כופר הכל, נאר דו ווילסט אביסל לייכטער מאכן, דיינע עלטערן זענען אויך נישט קיין היטלערס, נו, זיי זיך אביסל מתגבר און שטופ דאס אדארך כדי צופרידנצושטעלן אויף ווי ווייט מעגליך דיינע עלטערן.
דאס איז זייער א מאראלישע און עטישע בקשה צו א קינד.
וכל שכן ווען מ'רעדט צו א יונגע בחור וואס האט נישט קיין ספעציפישע אמונה קריזיס, נאר סתם בהפקירא ניחא ליה.
לעיקוואדאגב, בענדזשאמין, דער חילוק וואס ביסט מחלק לגבי גרים און בעלי תשובה איז נישט תופס לענ"ד וועגן כמה סיבות. קודם כל למעשה איז דאס א החלטה אויף א דרך חיים, יעדער האלט אז זיין דרך החיים איז ריכטיגער. און דער פון וואס מיר רעדן קען גרינג טענה'ן אז פרייהייט וכדומה איז מער ריכטיג און אויסגעהאלטן ווי זיין איינגעצוימט וכו'. נגיעות האט יעדער און עס איז נישט מעגליך מחלק זיין צווישען א החלטה צו זיין מער פרום צו א החלטה צו זיין וייניגער פרום. וואס זאגסטו צו איינער וואס שמד'ט זיך וויל ער איז געווארען איבערגעצייגט אז דאס איז רצון ה'? אדער איינער וואס האט מחליט געווען מאיזה סיבה שיהיה אז שמירת התומ"צ איז עם מרחק פון אייבערשטען?
ווען איינער איז טאקע איבערצייגט אז דער רצון השם איז אז ער זאל זיך שמד'ן, האט ער די זעלבע מאראלישע רעכטן ווי ווען איינער ווערט (להבדיל) א בעל תשובה ווייל ער האלט אזוי איז די רצון השם, הצד השווה שביניהם אז עס איז נישט קיין פארגלייך ווען איינער וועלט אויס א דרך החיים צוליב א העכערע כח וואס לדעתו געוועלטיג דער כח אויף אים און אויף זיין טאטע אינאיינעם, א בחינה פון 'האב והבן מחיובים בכבודו', ווי ביי אונזער פאל וואס סאיז באקוועמליכקייט ווערסעס באקוועמליכקייט און לייפ סטייל ווערסעס לייפ סטייל, ריכטיגער אדער נישט.
א. עס איז נישט שיטה ווערסוס באקוועמליכקייט. נאר שיטה ווערסוס שיטה. דער קינד וועלט זיך אויס דער מערב-וועלטישע שיטה וואס שטעלט מאראליש פערסענאל פרידאם איבער אלעס. דאס איז פונקט אזא שיטה און איז גארנישט מער צוליב באקוועמליכקייט ווי דער טאטע וואס האלט זיך ביי יידושקייט צולי זיין באקוועמליכקייט.
2- יעדער איינער קען אויסטראכטען אז זיין שיטה איז מאנדאטירט דורך גאט און דורך דעם וועט ער רעדן בשמו. פאר איינער וואס איז מפקפק אין דעם זאגט עס גארנישט. איך קען אויך אויסטראכטען אז גאט אליינס האט מיר געהייסען האבען א גוד טיים און יעצט בין איך שוין גלייך מיט דיר.
פאר די עלטערן זאגט מען אז זיי מיזן פירן אן התאחדות-בוך-שטוב צוליב די קינדער, און פאר די קינדער זאגט מען צוליב די עלטערן. הצד השוה שבהן אז מ'וועט ניצן סיי וועלכע טענה, אבי ער זאל אנהאלטן די ווייסע שטרימפ און זי די סיעמס.
אויף דעם שטייט שוין וחי בהם, לא יומתו אבות על בנים ובנים לא יומתו על אבות.
בענדזשאמין גוט געשטעלט. קאווע הערליך, לעיקוואד געניאל. יאנקל ווי שטענדיג גוט.
אבער, פארוואס דארף די באן פארן אויף אזאנע ווייטע שטרעקעס ווי דעת תורה מערקט שוין אן. וואס איז מיט א בענאק וואס באשליסט זיך אז ער וויל דוקא עסן פון הינדלעך וואס זענען דורך א צומת הגידין בדיקה פאר וועטשערע און מצה געברענגט פון די גרעניץ פון קאליפארניע און אריזאנע פאר פת שחרית?
אדער ער וויל פסח פרעסן הגדה קוקיס מיט עפל סיידער און זיך ׳מישן׳ מיט קדם גרעיפדזשוס פאר ד׳ כוסות און ׳יא׳ כאפן חצות די צווייטע נאכט אויף אפיקומן.
אדער ער וויל חלילה אונטערשרייבן אויפן מציצה בפה קאנסענט בויגן און טראגן מיטן עירוב בו בעת דער טאטע מאכט א פייערדיגן על מצות עירוב ערב שבת חוה״מ פסח
אדער דער בענאק וויל גיין שטודירן.......און ברענגן פרנסה בכבוד און דערנאך ׳יא׳ געבן טשאקאלאדן ווען ער מאכט א וואךנאכט זייענדיג עובר אויף די ׳וואךנאכט תקנות׳
אדער כהנה וכהנה. און דער ׳טאטע׳ ׳מאמע׳ ׳ווייב׳ ׳שכן׳ ׳ברודער׳ ׳ווילן׳ נישט!
איך האלט אז לעקוואד האט גוט געשריבן,
כ'ווייס נישט פונקטליך אויף וועלכע אנטי נחת עלעמענטן ווינער רב שליט"א האט זיך באצויגן,
און פרענקלין לדעתי פרעגט זייער א כללית'דיגן שאלה,
ס'קלאר אז קינדער זענען נישט עלטערן'ס פארמעגן, און יעדער קינד וועלעכע מאכט איינטריט אויף דער וועלט,
קריגט א באזונדערע בחירה,
ס'דא די סארט צער וואס לעמאן דזשאוס ערווענט, די צער נעמט זיך בדרך כלל פון הונדערט פראצענטישע קליינקעפיגקייט,
און א רעזולטאט פון אן איבריגע דאזע געפילטע פיש ביי שלש סעודות,
נאכדעם איז פארהאן די סטייל פון טיפישע דראפאויטס, וועלעכע מערן זיך ווי מאלעסטערס,
אומוויסענד נארישע יונגאטשעס, וועלעכע קענען נישט ציילן קיין 3,
זייער שמחת החיים איז ווען זיי טוהן זיך אן א צוגעפאסטן געבליטשטע בלויע הויזן, גאלן אפ די בארד איש לפי סטיילו, און באהעפטן א קליין קאפעלע מיט באבי פינס צום ליידיג קאפ,דאס שטרעבן זיי שוין פון כיתה א', און חלומ'ען פון דעם 24 שעה,
שארן זיך צו די געווירצן, זוכען כסדר דזשאבס, שרייען ווי העכער און אפטער דעם פיי ווארט, געבן נישט קיין דעעם,
קענען ענגליש כמעט אויף צו פארשטיין, לעבן אן דאס מינדעסטע חשבון, און "טשילן", געווענדליך גיבן זיי זיך אן אלס "וויקטעמס",
כ'סטאפ שוין, איר וועט נאך באלד זאגן איך רעד פאר קנאה,
פון זייער זייט קענסטו טאפן דעם דופן כלפי צער פאר די עלטערן, ס'נישטא קיין שכל, ס'נשטא קיין געפיל, ס'פשוט נישטא מיט וועמען צו פארהאנדלן,
ווייל די וועלעכע האבן א פראבלעם מיט צער, פייגערן צו ווערן אזוי, און ווערן נישט, דהיינו ווען נישט די צער אישו וואלט יעדער צווייטער בחור
געטאנצן און די גאסן ווי די וואנזיניגע מאניאקן,
למעשה רובא פון די חברה ווערן במילא בעלי תשובה, געווענדליך אין א פארמאט פון זיך קערן צום קרליבאך קולטור וכדומה,
ווידעראום, פון דער טאטע זייט איז צער אין אזא פאל לענ"ד בארעכטיגט, א נישט אידישע טאטע באדערט אויך אזא וואלגאריש הפקירות'דיגן לעבן,
דאס טייטש א נישט געסעטעלט נשמה'לע, פילע טאטעס וויינען צו די חברה זיי זאלן נעמען א דזשאב, און וואלטן זיך אפילו געווינטשן זיי זאלן גיין אין קאלידש און זיך נארמאל סעטלן מיט א לעבן,
נאכדעם איז פארהאן דער אפיקורס, איך שטים זייער צו מיט לעקוואד,
קען זיין אז צער פון אמונה'דיגן שטאנדפונקט איז נישט בארעכטיגט, ווי ישעיהו האט געזאגט פאר חזקיהו המלך, בהדי כבשי דרחמנא למה לך,
למעשה, די שטרעבן פון עלטערן, וועלעכע ווידמען זייער גאנצע לעבן , אויפשטעלן און אויפציען וויפיל שבטי קה עס איז נאר מעגליך, מיט מיה און פלאג, זייער גאנצע לעבן און ציל איז אידישקייט און נאכאמאל אידישקייט, און מיינען בכלל נישט צו פארמערן פאפיולאציע און אלגעמיין,
זיי האבן חרטה פארן געבוירן אזא קינד, ס'דערגייט זיי דאס לעבן,
און עסן עסן זיי דאך דו געזונט נישט ווייל דער קינד איז א קרימאנאל, אדער משוגענער, נאר זיי מיינען גאט,
יעצט איך ווייס נישט צו ס'דארף אזוי זיין, זיי דארפן טאקע פסכילאגישע הילף, אבער די צער איז העכסט פארשטענדליך אז מ'לייגט זיך אריין אין זייער מהלך מחשבה,
עס דארף באטאנט ווערן, אז אין די זעלבע דרשה רעדט דער ווינער רב איבער געבן א געשמאקע פאזיטיווע חינוך און אידישקייט, אין אלץ זיין אויפגעלייגט אין שמייכלדיג אינדערהיים, ס'איז כדאי דורכצוליינען דעם גאנצן דרשה, ווער ס'קען זאל אריינסקענען די גאנצע זאך
אין די זעלבע דרשה זאגט ער דארט א מעשה פון א משגיח וואס האט אים געקאלט זאגן אז א בחור איז מחלל שבת, פארשטיי איך נישט ווי אזוי האלט נאך די ישיבה די בחור אויב איז ער א מחלל שבת? איי העסטו מיר זאגן אז עס איז א ישיבה ווי מיר נמשל, האט ער דען א משגיח???
עפעס מאכט נישט סענס מיט די מעשה.
חז"ל קוקן עס אנדערש אן.
דו וואלסט געשיקט דיין קינד לערנען ביי א מלמד וואס האט אנגעשלאגן א קינד ביז ער איז אוועקגעפאלן א טויטער? אין גמרא שטייט אז אויב מען קען נישט טרעפן א בעסערע מלמד דארף מען.
דער גאנצער נחת טענה איז גאר מאדנע און קוריאז ביז גאר. דער בחור און מיידל ווערן געבוירן כדי צו ברענגען נחת פאר זייער עלטערן, וועלכע זענען אליין געבוירן זייענדיג די זיבעצנסטע קינדער ביי זייערע עלטערן כדי זיי צו ברענגען נחת, נאכדעם האבן זיי חתונה, מיט'ן ציל צו אויפשטעלן לעכטיגע דורות ישרים מבורכים, און דערנאך האבן זיי טאקע הויפענעס מיט קינדער ביז די ווייב כאפט א נערוון בראך, אלס כדי זיי און די זיידע באבע זאלן קענען שעפן נחת, שפעטער וואקסן זייערע קינדער אויף, און זיי ערווארטן אודאי אז זיי וועלן אויך חתונה האבן און ברענגען נאך הויפענעס מיט נחת צו אנשטאפן דעם נחת אקאונט. אבער פלוצים האט זיך דער נחת קייט איבערגעריסן, ער האלט נישט ביים סערווירן דעם טאפ נחת! יעצט קומט ווינער רב מיט א טענה, מען האט דיר דאך באשאפן ספעציעל מיט'ן ציל צו ברענגען נחת, דורך מענטשן וועלכע מען האט אליין באשאפן כדי צו ברענגען נחת, אויב ברענגסטו נישט קיין נחת, פארלירסטו דיין גאנצע זכות קיום.
אבער איין רגע, אויב האט דער טאטע געמעגט באשאפן קינדער פאר זיין אייגענע נחת, פארוואס טאר נישט דאס קינד מחלל שבת זיין פאר זיין אייגענע נחת?
אבער למעשה, האב איך רחמנות אויף די נעבעכדיגע עלטערן, זיי זענען דורך שבעה מדורי גיהנום כדי צו ברענגען נחת פאר זייערע עלטערן, און יעצט ענדליך, ווען עס קומט שוין זייער רייע צו באקומען זייער פארציע נחת וואס זיי האבן זיך ערליך פארדינט נאך אזויפיל יארן ארבעטן און אהיימשיקן די נחת אין קליינע פלאסטיק בעגס צו זייערע עלטערן, באקומען זיי עס נישט, בלייבן זיי קרח מכאן וקרח מכאן. נעבעך.
יאירדו וואלסט געשיקט דיין קינד לערנען ביי א מלמד וואס האט אנגעשלאגן א קינד ביז ער איז אוועקגעפאלן א טויטער? אין גמרא שטייט אז אויב מען קען נישט טרעפן א בעסערע מלמד דארף מען.
יעזור ד'.
יאירדער גאנצער נחת טענה איז גאר מאדנע און קוריאז ביז גאר. דער בחור און מיידל ווערן געבוירן כדי צו ברענגען נחת פאר זייער עלטערן, וועלכע זענען אליין געבוירן זייענדיג די זיבעצנסטע קינדער ביי זייערע עלטערן כדי זיי צו ברענגען נחת, נאכדעם האבן זיי חתונה, מיט'ן ציל צו אויפשטעלן לעכטיגע דורות ישרים מבורכים, און דערנאך האבן זיי טאקע הויפענעס מיט קינדער ביז די ווייב כאפט א נערוון בראך, אלס כדי זיי און די זיידע באבע זאלן קענען שעפן נחת, שפעטער וואקסן זייערע קינדער אויף, און זיי ערווארטן אודאי אז זיי וועלן אויך חתונה האבן און ברענגען נאך הויפענעס מיט נחת צו אנשטאפן דעם נחת אקאונט. אבער פלוצים האט זיך דער נחת קייט איבערגעריסן, ער האלט נישט ביים סערווירן דעם טאפ נחת! יעצט קומט ווינער רב מיט א טענה, מען האט דיר דאך באשאפן ספעציעל מיט'ן ציל צו ברענגען נחת, דורך מענטשן וועלכע מען האט אליין באשאפן כדי צו ברענגען נחת, אויב ברענגסטו נישט קיין נחת, פארלירסטו דיין גאנצע זכות קיום.
אבער איין רגע, אויב האט דער טאטע געמעגט באשאפן קינדער פאר זיין אייגענע נחת, פארוואס טאר נישט דאס קינד מחלל שבת זיין פאר זיין אייגענע נחת?
אבער למעשה, האב איך רחמנות אויף די נעבעכדיגע עלטערן, זיי זענען דורך שבעה מדורי גיהנום כדי צו ברענגען נחת פאר זייערע עלטערן, און יעצט ענדליך, ווען עס קומט שוין זייער רייע צו באקומען זייער פארציע נחת וואס זיי האבן זיך ערליך פארדינט נאך אזויפיל יארן ארבעטן און אהיימשיקן די נחת אין קליינע פלאסטיק בעגס צו זייערע עלטערן, באקומען זיי עס נישט, בלייבן זיי קרח מכאן וקרח מכאן. נעבעך.
This nachas system you described sound like a big Ponzi Scheme
למעשה גלויב איך אז די חילוק דארף זיין גאנץ א שארפער; כל זמן די שינוי פונעם קינד איז א זאך וואס אויסערליך בלייבט ער נאמן לשם ולתורתו ולתורת אבותיו דאן איז דער טאטע נישט בארעכטיגט אויף קיין שווערע געפילן פארקערט ער דאס קינד איז דאן אויף די פוס און אפילו ער האט אנדערע טערמינען אין פארשידענע אספעקטן ארום און ארום די פינטעלע! והבן. און דאן על אף בפנימיות איז ער פארפוילט האט עס באמת מיטן טאטן, ווייל ער האט באמת נישט מצליח געוועהן איבערצוגעבן און שפינען דעם קייט ווייטער, פארט וועט דער טאטע דאך נישט וויסן דערפון און ממילא נישט ליידן דערפון אויף די וועלט. עכ״פ.
אויב אבער מאכט דאס קינד דראסטישע אויסערליכע שינויים לטב ולמוטב דאן איז כמעט מן הנמנע אז עס זאל פארשאפן אומגעהויערע אומבאקוועמליכקייטן און פראקטישע קאנסעקווענצן פאר די טאטע און גאנצע שימפאכע ארום און ארום און דערפאר-ווי לעיקוואד זאגט-איז נארמאל צו בלייבן ׳מאראליש׳ און עסן נבילה אין מקדאנעלדס און זיך שאקלען ביי מנחה ערב שבת אין שיל. פשוט זיינע געשוויסטער זאלן קענען שידוכים טון און זיינע עלטערן זאלן נישט דארפן שטעקן די פנים אין לעכלעך וואס איז נישט פארהאנען...
ביזט זיך סותר. דו גייסט יא מיט די גמרא אדער נישט?
במחילת כבודכם, מיין איך אז איר גייט אריבער דאס שטריקל און איר מאכט די זאכן ערגער וווי עס איז.
מענטשן האבן נישט קיין קינדער "בלויז כדי צו האבן א נחת מאשין". ריכטיג, יעדער וויל זעהן נחת, און עס איז נישט קיין פעלער, און א אמת'דיגער ערליכער איד וויל זעהן ערליכע דורות, און דאס וואונטשט מען ביי יעדע שמחה, דורות ישרים ומבורכים ע"ד ישראל סבא וכו',
כ'האב שוין ערגעץ אויסגעשמועסט אין שטיבל, אז ווען השי"ת זאל וועלן אז יעדער מענטש זאל געבוירן ווערן מיט א אייגענע בחירה און נאכדעם אליינס מחליט זיין א וועג אין לעבן, צי ער וויל ווערן א איד צו נישט, און צי וועלכע חסידות ער וויל געהערן, א.א.וו., וואלט ער אים אראפגעשיקט אויף דער וועלט גענצליך אליינס, און אים געגעבן דדים אין די ציינער ס'זאל פיטערן האניג און מילך, ביז ער קומט צום אייגענעם שכל און פארמאגט א כח הבחירה.
למעשה האט דער באשעפער יא באשאפן א מענטש צו עלטערן וועלכע גיבן זיך אוועק פאר זייערע קינדער, בדמים תרתי משמע, מיט קאפ, מח, כח און צייט. און די (אידישע) עלטערן זענען מצווה געווארן אויף חינוך. און חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו. און מיר האבן א תורה וועלכע זאגט אונז וואס מיר מעגן יא טון און וואס איז פארבאטן. און יעדער נארמאלער מענטש ווען ער אינוועסטירט אזויפיל - אפילו בלויז אין א גשמיות'דיגע פראדוקט - איז נאר נארמאל אז ער וויל זעהן אביסעלע פרוכט פון זיין הארעוואניע. און ס'איז נישט ריכטיג צו חוזק מאכן אז ער ארבעט פאר א פראדוקט אזוי לאנג ווייל ער וויל זעהן א נחת פאבריק...
ממילא, איז זיכער אז עלטערן האבן אלע רעכטן צו וועלן האבן נחת, און וועלן זעהן זייער קינד זיך פירן בדרך הישר. אבער עס איז קלאר אז זייער אסאך עלטערן אביוזן דעם רעכט, און פארלאנגען צופיל אויף פלעצער וואס דארט האט ער שוין נישט קיין רשות אריינצוקריכן. א קינד מעג גיין צו א צווייטן רבי'ן, עסן יענעמ'ס מצות אויב זיין רב ערלויבט אים, און האבן אנדערע הנהגות, ווילאנג עס איז נישט שרעקליך אנטקעגן זיין חינוך און שטעכט אויס די אויגן פון די עלטערן. אבער צו זאגן אז ווען א טאטע זעהט א קינד נוצן שב"ק א טעלעפאן האט אים עס נישט א רעכט צו וויי טון? אויב האט איינער נאר א ברעקעלע יראת שמים, ווי קען ער אפילו טראכטן אזוינס?
חכמים הזהרו בדבריכם!
מצטרף לדברי הריחני.
און אפילו ביי גוים איז דא א געוויסער מינימאלער שיעבוד וועלכע א קינד האט צו זיינע עלטערן, געוויסע זאכן וואס ער וועט נישט טוהן, עכ"פ נישט ברבים, צוליב זיי. ער וועט נישט הייראטן מיט געוויסע צוליב רעספעקט פאר זיינע עלטערן.
דאס איז א בעיסיק מאראלישער פארשטענדליכער חיוב.
יאיר,
איר מאכט טאקע גוט ליצנות פון "נחת", אבער ס'מער ווי דעם.
א טאטע וויל טוהן וואס איז גוט פאר'ן קינד. ער האלט אז דער חינוך וואס ער געבט איז טאקע לטובת דעם קינד, ווייל אויב ס'נישט לטובתו ווי קומט עס אז א טאטע זאל טוהן עפעס וואס איז נישט גוט פאר זיין אייגן אך עצמי ובשרי. ווען דאס קינד שטויסט אבער אינעם חינוך דארט ווי ס'טוהט וויי, ווייזט דאס קינד פאר'ן טאטע אז דער חינוך האט נישט געטויגט פאר איהם און ס'נישט געוועהן לטובתו, און דאס איז וואס ס'טוהט וויי פאר'ן טאטע.
אגב, נאכ'ן זעהן דעם לוזער טווערסקי קליפ אין נעשיונעל געאגראפיק, האלט איך אז א טאטע דארף נאך פיהל מער ווייטאגן ווען זיין קינד פאלט ארויס, ווייל דער לוזער נעבעך זעהט אויס עפעס אזוי מין צושרויפט אז ס'איז א פחד, און קיין שום טאטע וויל נישטזעהן זיין קינד וואוינען און רעדן אזוי ווי יענער פארשוין. (איר האט אמאהל געהערט א אינטעלעגענטע מענטש רעדן בנשימה אחת פון "דארווין" און פון "אראנדזע פאפוטשען"?)
איך קען איינער וואס סטראשעט זיינע קינדער אז ער גייט פאר מאכן די נאמבער פין קול מבשר ביי זיי אינדערהיים, ווייל זיינע קינדער ווערן ממש אפגעפארן פין טאג צי טאג ער זעיט עס ממש בחוש! 😂
די אשכולות דא ווערן מער און מער לופטיג.
מאן אמר חדא ומאן אמר חדא ולא פליגי.
בענזשאמין פרעגט אויב מען האט א רעכט? על פי תורה? על פי דינא דמלכותא?
פאקט איז אז רוב עלטערן וואס פארמאגן א אפגעפארן (יש כמה מדרגות בזה, איש איש כפי דרגא דיליה) קינד איז זקנה קופצת עליהם, זיי הייבן אן צו ליידן אויף דעפרעסיע, נעמען צו וואג, די הארץ הייבט אן אונטערצוהינקן וכו.
אויב דיר באדערט עס נישט, נא פראבלעם, בי מיי געסט, קיינער וועט דיר נישט סוען.
די שאלה, צו ער מעג טון וואס ער וויל, און זיך נישט רעכענן מיט זיינע עלטערן קומט בכלל נישט פון דעם קינד אויסערגעווענליכע אויסגערענכקייט,
עס איז דא אזא זאך ווי רעספעקט, און ווער עס פארמאגט דאס, ווייס זייער גוט ווי אזוי שיינערהייט צו גיין אין די וועגן וואס ער וויל, און אויך רעספעקטירן זיין טאטענס מהלך ,
דער פרומסטער טאטע, קען שעפן נחת פון זיין מאדערן קינד, ווילאנג יענער איז א מענטש, און מען זעהט אז ער האט פשוט אויסגעקליבן אן אנדערן לעבנסשטייעגר, אבער א שטייגער.
די וואס טוען די אלע זאכן און בהפקרות, אט די זענען גורם צער פאר זייערע ארומיגע באופן אכזרי מאוד, און רוב מאל דארפן זיי נאך צוקומען צו די גאנצע משפחות טובות, און ווי ווינדערליך יעדער העלפט זיי.
אונטערטשע שורה זייער ווייניג פון די וואס זענען אוועק געגאנגען פון זייער ארגינעלן חינוך, האבן דאס געטון מיט אזא חשבון, און פלאן נישט צו פארשאפן קיין צער, נאר פשוט דאס איז מיר בעסער, אז מען זאל נישט קענען האבן טענות אויף זיי, נאר מצד אנגעווייטאגקייט און פארדרייטקייט וואס פירט זיי ביז אן עקסטרעם פון זיך נישט רעכענען מיט יענעם'ס געפילן.
א קינד וואס פארשטייט זיך כל ימיו מיט זיינע עלטערן, הן מצד די די ריכטיגע אהבה פון עלטערן צו קינדער, וואס איז ווייל דאס איז מיין קינד אפגעזען זיין רוחניות'דיגען אדער גשמיות'דיגען מצב, און כמים פנים אל פנים די אהבת הבנים אל אבותם, בלייבט אלץ גוט מיט זיינע עלטערן און זיי מיט אים, דאס ליגט אין די בריאה, און ווילאנג זייטיגע נטיות קומען נישט אריין, בלייבט דאס כביום היוולדה.
הרב שמעקדיג ראיתי דבריך הנעמים ונהנתי מאוד מאוד יישר כח
חילך לבי קופאי
כ'מיין אז דער עולם פארקריכט. דער שמועס איז נישט צו עלטערן האבן רעכט צו האב צער (כאילו זיי דארפן איינעמס רשות דערפאר). די שמועס איז צו קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנס צער, און אויב יא צו וועלכע דעגרי, ווען זיי פאסן באשלוסן איבער זייער לעבנסשטייגער.
עוד ועוד
א טאטע וויל טוהן וואס איז גוט פאר'ן קינד. ער האלט אז דער חינוך וואס ער געבט איז טאקע לטובת דעם קינד, ווייל אויב ס'נישט לטובתו ווי קומט עס אז א טאטע זאל טוהן עפעס וואס איז נישט גוט פאר זיין אייגן אך עצמי ובשרי.
זיכער אזוי. אבער דו רעדסט עכשיו שנברא.יאיר איז דן אויפן עצם באשליס צו באשאפן א קינד יש מאין. דאס איז א באשליס געמאכט ריין פאר עלטערן'ס פארגעניגן ברוחניות או בגשמיות, ווארום דאס קינד איז נאכנישט דא אז מ'זאל קענען זאגן אז מ'זיכט איר טובה. ווער רעדט נאך ווען מ'האט א קינד בלויז ווייל אין ביהמ"ד שישקעט מען שוין אז זיין אינגסטע גייט שוין אין פלעי גרופע.
פארוואס זאל מען זיך נישט דארפן רעכענען מיט די עלעטרנס צער???
לדעתי דארף מען שוקל זיין די הפסד הצער כנגד שכרה
און זיין גרייט צו נעמען די צער פון די זייינע אייגענע קינדער הבעל"ט {אדער כלב און קאץ} אינעם עתיד
@יידל, אויב איז די צער באגרינדעט און אננעמבאר דאן איז אוממאראליש זיך אויפצופירן מיט עלטערן ציגאנעריש! ווירדן איז העכער אלעם. פאר מער עיין ביוצרות לשבועות בקטע כבד את אביך.
תורה'דיג - בהנחה אז דער שואל איז משועבד צו איר - איז דער ענטפער יא, ער דארף זיך רעכענען מיט זייער צער. הגם אלע פוסקים זענען כמעט איינשטימיג אז א טאטע האט נישט קיין רעכט איינצוטיילן פאר א קינד וואס צו טאן, זאגן זיי אבער אז בפניו טאר מען נישט כדי אים נישט מצער צו זיין. צער גייט אריין בגדר יראה און נישט כיבוד, און הגם פון כיבוד איז דא אופנים וואס מקען זיך ארויסדרייען, אבער פון צער - יראה, נישט.
מאראליש, אן קיין תורה, גייט אריין בגדר די אשכול אויב סאיז שייך בכלל אזאנס.
שמעקעדיגבמחילת כבודכם, מיין איך אז איר גייט אריבער דאס שטריקל און איר מאכט די זאכן ערגער וווי עס איז.
מענטשן האבן נישט קיין קינדער "בלויז כדי צו האבן א נחת מאשין". ריכטיג, יעדער וויל זעהן נחת, און עס איז נישט קיין פעלער, און א אמת'דיגער ערליכער איד וויל זעהן ערליכע דורות, און דאס וואונטשט מען ביי יעדע שמחה, דורות ישרים ומבורכים ע"ד ישראל סבא וכו',
כ'האב שוין ערגעץ אויסגעשמועסט אין שטיבל, אז ווען השי"ת זאל וועלן אז יעדער מענטש זאל געבוירן ווערן מיט א אייגענע בחירה און נאכדעם אליינס מחליט זיין א וועג אין לעבן, צי ער וויל ווערן א איד צו נישט, און צי וועלכע חסידות ער וויל געהערן, א.א.וו., וואלט ער אים אראפגעשיקט אויף דער וועלט גענצליך אליינס, און אים געגעבן דדים אין די ציינער ס'זאל פיטערן האניג און מילך, ביז ער קומט צום אייגענעם שכל און פארמאגט א כח הבחירה.
למעשה האט דער באשעפער יא באשאפן א מענטש צו עלטערן וועלכע גיבן זיך אוועק פאר זייערע קינדער, בדמים תרתי משמע, מיט קאפ, מח, כח און צייט. און די (אידישע) עלטערן זענען מצווה געווארן אויף חינוך. און חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו. און מיר האבן א תורה וועלכע זאגט אונז וואס מיר מעגן יא טון און וואס איז פארבאטן. און יעדער נארמאלער מענטש ווען ער אינוועסטירט אזויפיל - אפילו בלויז אין א גשמיות'דיגע פראדוקט - איז נאר נארמאל אז ער וויל זעהן אביסעלע פרוכט פון זיין הארעוואניע. און ס'איז נישט ריכטיג צו חוזק מאכן אז ער ארבעט פאר א פראדוקט אזוי לאנג ווייל ער וויל זעהן א נחת פאבריק...
ממילא, איז זיכער אז עלטערן האבן אלע רעכטן צו וועלן האבן נחת, און וועלן זעהן זייער קינד זיך פירן בדרך הישר. אבער עס איז קלאר אז זייער אסאך עלטערן אביוזן דעם רעכט, און פארלאנגען צופיל אויף פלעצער וואס דארט האט ער שוין נישט קיין רשות אריינצוקריכן. א קינד מעג גיין צו א צווייטן רבי'ן, עסן יענעמ'ס מצות אויב זיין רב ערלויבט אים, און האבן אנדערע הנהגות, ווילאנג עס איז נישט שרעקליך אנטקעגן זיין חינוך און שטעכט אויס די אויגן פון די עלטערן. אבער צו זאגן אז ווען א טאטע זעהט א קינד נוצן שב"ק א טעלעפאן האט אים עס נישט א רעכט צו וויי טון? אויב האט איינער נאר א ברעקעלע יראת שמים, ווי קען ער אפילו טראכטן אזוינס?
חכמים הזהרו בדבריכם!
דער לאגישער פראבלעם מיט דעם צוגאנג איז אז לויט דעם דארפן אלע קינדער פון די גאנצע וועלט בלייבן בערך אין דעם גדר וואס די עלטערן האבן זיי אוועקגעשטעלט, ווייל ווי קענסטו אויסטון דעם טורבאן פון קאפ אויב דיין מוסלעמענישער טאטע וועט האבן צער דערפון, און ווי קענסטו אויפהערן גיין אין קירכע יעדן זונטאג אויב דיין קריסטליכער טאטע וועט זיך רייסן די האר פון קאפ אז זיין זון איז אראפ פון וועג?
אין די גוי'אישע וועלט איז א העכסט נארמאלע זאך צו טוישן דראסטיש דעם לייף סטייל ווי אזוי מען איז אויפגעוואקסן. די עטיטוד ביי אונז אז מען טאר נישט ארויסגיין פונ'ם גדר צוליב מאראלישע סיבות נעמט זיך פון די פארקרימטע און פארדרייטע מהלך אין אמונה און אין אידישקייט, אז יעדער אפיקורס איז א פשוט'ער בעל תאוה וועלכער ווייסט גאנץ גוט דעם אמת ביי זיך אין הארץ, און פון די פעלערדיגע לאגיק אז וויבאלד איך גלייב אז איך בין געווען מחוייב דיר צו געבוירן און דיר צו אויפציען על פי תורה ממילא מוזטו אויך גלייבן אז דו טארסט נישט ווידערשפעניגן אין מיר.
פונדעסטוועגן ביסטו גערעכט אז למעשה גלייבט דער טאטע אין די פעלערדיגע אמונה, און דערפאר וועט ער האבן משונה'דיגע צער דערפון, ממילא אלס מאראל מוז זיך דער קינד רעכענען דערמיט, עס איז אודאי נישט גרע פון דעם וואס א מאראלישער מענטש רעכנט זיך מיט'ן צער פון סיי וועלכן בעל חי.
יידלכ'מיין אז דער עולם פארקריכט. דער שמועס איז נישט צו עלטערן האבן רעכט צו האב צער (כאילו זיי דארפן איינעמס רשות דערפאר). די שמועס איז צו קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנס צער, און אויב יא צו וועלכע דעגרי, ווען זיי פאסן באשלוסן איבער זייער לעבנסשטייגער.
דער ענטפער איז קליפ און קלאר: קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנ'ס ווייטאג און צער מיטן גרעסטן מאס וואס איז שייך דאס איז א מאראלישער פליכט וואס ליגט אין נאטור פון די מענטשהייט צו מכבד זיין די וואס האבן דיר געטראגן ניין חדשים געהארעוועט און געפלאגט דיר צו זען אויפוואקסן און וועט אייביק דיר פילן ווי א חלק פון זיך און וועט טוהן וואס ער קען פאר דיר. אויף די שאלה צו וועלכע דיגרי? דער שמועס דא איז זייער ווילד צושפרייט, נאכצוגיין די עלטערנס קאפריזן און משוגעת'ן איז מען זיכער נישט מחויב און א קינד מוז נישט זיין אזוי פרום ווי זיין טאטע חאטש מען דארף פרובירן צו מינימיזירן זייער צער ווי ווייט מען קען. אבער ווען עס קומט צו בועט זיין אינעם גאנצן עבר און יהדות בפומבי ווי עס גייט געווענליך וואלט איך רעפראזירט די פראגע אזוי: איינער גיבט דיר צווי אויסוואלן, 1) שטעך אריין א מעסער גראד און דיין מאמע'ס ווייך הארץ 2) גיי וואין אין טורא בורא אגאנץ לעבן מיט א טורבאן אויפן קאפ. איך מיין יעדעס קינד מיט א טראפ מענטשליך הארץ וועט אויסוועלן דאס צווייטע.
לעמאן דזשוס@יידל, אויב איז די צער באגרינדעט און אננעמבאר דאן איז אוממאראליש זיך אויפצופירן מיט עלטערן ציגאנעריש! ווירדן איז העכער אלעם. פאר מער עיין ביוצרות לשבועות בקטע כבד את אביך.
ביזט נישט גערעכט. צער איז נישט אדער יא באגרינדעט אדער נישט. א מענטש קען ווערן בצער פון סיי וואס, און קיינער האט נישט קיין רעכט איינטיילן פאר א צווייטן ווען יא צו זיין בצער און ווען נישט. א קינד האט אבער יא רעכט דן צו זיין ווען זיך צו רעכענען מיטן טאטנ'ס צער און ווען נישט, ועל זה אנו דנין. (איך וויל בעיקר ארויסברענגן אז די אלע וואס אפילירן צום רעכט פון די עלטערן צו זיין בצער פארקריכן פונעם ענין, ווייל ס'איז נישט נוגע פארוואס דער טאטע איז בצער און מיט וואספארא רעכט. עס איז אבער יא נוגע ווי ווייט א קינד דארף זיך רעכענען מיטן טאטנ'ס צער).
איך האב דעם ווינע רב'ס דרשה נאכנישט געליינט, סאו ווייסעך ניטש פונקטליך אויף וואס ער באציט זיך, און צו וועם ער רעדט, איך זעה נישט אז די צו וועם ער וויל כלומרשט רעדן זאלן האבן אפילו א טשאנס דאס צו ליינען.
אבער מיינע צוויי צענט וועל איך צוווארפן,
קודם דער אייבישטער זאל אונז אפהיטן מיר זאלן דאס נישט אדורך גיין, נישט קיין חילוק ווי ווייט. כמעט יעדער מענטש האט זיך זיינע גייד-ליינס און טאמער איינע פון זיינע קינדער ברעכן דאס אדורך באדערט עס אים שטארק.
און אזוי אויך ווילאנג איינער גייט דאס נישט אדורך איז זייער גרינג צו שרייען אזוי צו אזוי. מ'קען קיינעם נישט באשילדיגן.
יעצט איבער די רעדע אז עלטערן אליינס זענען שילדיג דערין, אינטערסאנט איז אז א טאטע קען האבן אכט זין און די ערשטע דריי זענען פיין. די פערטער האט געגליטשט, די נעקסטע דריי זענען ווידער גוט, און דער אכטער פארט שוין ווייטער אין אן אנדערע ריכטונג. פארוואס איז דאס? האט טאקע דער טאטע ביי די צוויי קינדער אריינגעלייגט עפעס אנדערשט ווי ביי די איבריגע זעקס?
(יא ס'קען אמאל זיין אז די צוויי האבן געהאט שוואכע קעפ, אדער אנדערע שוואכקייטן און מ'האט דאס נישט גוט געהאנדעלט, אבער למעשה זעהט מען עס אויך ביי גאר גוטע קינדער און פלוצים ביי די 16-17 כאפן זיי א גליטש)
צוריק צום נושא, ס'האט מיר אמאל א טאטע וואס איז דאס אדורך געזאגט, "מיין זון וויל נישט אננעמען וואס אונז האמער אים געלערנט, צו ס'באדערט מיר? יא! ס'פאסט מיר? זעכער נישט! אבער איט העפענס! זיץ אבער נישט ביי מיר אינדערהיים און טוה וואס דיין הארץ באגערט. ער איז א לוזער מליזער, האט נישט ווי זיך צודרייען, האלט נישט ביים ארבייטן, און ווען ער מאכט יא געלט שפענד ער דאס אויס אז ס'בלייבט אים נישט איבער פאר רענט פאר א צווייטע דירה, זיצט ער מיר ביי מיר אינדערהיים, עמי בבית אבער וויל טוהן וואס ער פארשטייט איז ריכטיג און קיינער טאר אים נישט איינטיילן! יא! ביי מיר אינדערהיים איז נישטא קיין הגדה סענדוויטש קוקיס פסח, איך גיי שוין נישט אריין אז ער זאל דאס נישט אריינברענגן, אבער אז דו ברענגסט שוין יא, פארוואס דארפסטו עס דייקא עסן אין קאך און אלע געשוויסטער זאלן דאס זעהן? יא! ביי מיר אינדערהיים וואטשט מען נישט קיין מאווי'ס, ווילסט דוקא יא? לאז נישט דיין די ווי די מאשין און אלע ערליי דיסקס זיך וואנדערן איבעראל!"
די געשריי פון דעם פאטער זאגט עפעס, צענדליגע בחורים און מיידלעך זיצן און פרעסן ביי זייערע עלטערן סאפערס, שבתים און ימים טובים און ווילן גאר אז אלעס זאל גיין לויט זייער געשמאק, דו בענאק! דו פארשטייסט אז יעדער מענטש איז אינטיידעלט צו טוהן וואס ער וויל? דיין פאטער איז נאך עני טיים אזוי אינטיידעלט צו פירן זיין שטוב -וואס ער צאלט און האלט אויס- ווי אזוי ער וויל. אדער שטעלסטו דיך צו אדער זיי מוחל פנו מקום!
ס'דא עלטערן וואס גייען דאס אדורל און דאך האלטן זיי אז ח"ו מ'טאר נישט סורקירן די קינדער, ווי לאנג זיי דרייען זיך נאך ביי דיר אין שטוב זענען די טשאנסן אז זיי וועלן נאך האלטן אסאך מער ווי זיי וואלטן ווען זיי מאכן ווען שבת פאר זיך. אבער זייער ווייטאג קען קיינער נישט פארשווייגן. צו זיצן אינדערהיים און שפאצירט זיך אריין א מחלל שבת שטינקענדיג פון ציגרעטליך (כ'בין אפשר געגאנגן צו ווייט...) צו ער הערט אפשר נאר אויס א געים אויפן קליינעם ראדיא זיינע, צו דאס קינד קומט סתם אהיים צו די סעודה און פארקויפט זיין אידילאגיע ווען ס'זיצן נאך אנדערע געשוויסטער, האט א טאטע אלע רעכטן צו זיין פארווייטאגט און אפילו שרייען!
איך וועל מסיים זיין מעין הפתיחה, דער פון אויבן זאל אונז נישט פריווען דערמיט! אמן!
בן תמליוןיידלכ'מיין אז דער עולם פארקריכט. דער שמועס איז נישט צו עלטערן האבן רעכט צו האב צער (כאילו זיי דארפן איינעמס רשות דערפאר). די שמועס איז צו קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנס צער, און אויב יא צו וועלכע דעגרי, ווען זיי פאסן באשלוסן איבער זייער לעבנסשטייגער.
דער ענטפער איז קליפ און קלאר: קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנ'ס ווייטאג און צער מיטן גרעסטן מאס וואס איז שייך דאס איז א מאראלישער פליכט וואס ליגט אין נאטור פון די מענטשהייט צו מכבד זיין די וואס האבן דיר געטראגן ניין חדשים געהארעוועט און געפלאגט דיר צו זען אויפוואקסן און וועט אייביק דיר פילן ווי א חלק פון זיך און וועט טוהן וואס ער קען פאר דיר. אויף די שאלה צו וועלכע דיגרי? דער שמועס דא איז זייער ווילד צושפרייט, נאכצוגיין די עלטערנס קאפריזן און משוגעת'ן איז מען זיכער נישט מחויב און א קינד מוז נישט זיין אזוי פרום ווי זיין טאטע חאטש מען דארף פרובירן צו מינימיזירן זייער צער ווי ווייט מען קען. אבער ווען עס קומט צו בועט זיין אינעם גאנצן עבר און יהדות בפומבי ווי עס גייט געווענליך וואלט איך רעפראזירט די פראגע אזוי: איינער גיבט דיר צווי אויסוואלן, 1) שטעך אריין א מעסער גראד און דיין מאמע'ס ווייך הארץ 2) גיי וואין אין טורא בורא אגאנץ לעבן מיט א טורבאן אויפן קאפ. איך מיין יעדעס קינד מיט א טראפ מענטשליך הארץ וועט אויסוועלן דאס צווייטע.
יעצט גייסטו שוין אריין אין א צווייטן שמועס. מיין מאמע איז נישט קיין צדיקת פארן מיך האבן און ערציען - זי האט מיך
געוואלט האבן! און אויב וואלט זיך מיך נישט ערצויגן וואלט זי געווען א רשע'נטע: אראפגעברענגט א קינד און געלאזט הפקר. מיינע עלטערן זענען געווען מאראליש מחויב מיך צו ערציען און מיך צו ליבן וויבאלד זיי האבן מיך געבוירן. אודאי דארף איך זיי מכיר טובה זיין, אבער עד כדי צו לעבן מיין לעבן די וועג וויאזוי זיי דיקטירן? האט גארנישט מיט מאראל נאר מיט עגאיזם מצד די עלטערן (נישט אז דאס נעמט אוועק פונעם קינד'ס עגאיזם, אבער פארוואס מוז דער קינד זיין מער צדיק פונעם טאטן?)