איך האב דעם ווינע רב'ס דרשה נאכנישט געליינט, סאו ווייסעך ניטש פונקטליך אויף וואס ער באציט זיך, און צו וועם ער רעדט, איך זעה נישט אז די צו וועם ער וויל כלומרשט רעדן זאלן האבן אפילו א טשאנס דאס צו ליינען.
קען זיין איך בין נישט גערעכט, אבער ווי איך (וואלט ווען געוואלט) פארשטיי(ן) האט דער ווינער רב זיך מער באצויגן צו די דאזיגע וואס זיצן ביי זייערע עלטערן אין שטוב און עסן זיי אויף לעבעדיגערהייט
כ'מיין אז דער עולם פארקריכט. דער שמועס איז נישט צו עלטערן האבן רעכט צו האב צער (כאילו זיי דארפן איינעמס רשות דערפאר). די שמועס איז צו קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנס צער, און אויב יא צו וועלכע דעגרי, ווען זיי פאסן באשלוסן איבער זייער לעבנסשטייגער.
יידל פרעגט א שווערע שאלה, ווייל איך גלויב אז רוב קאווע שטיבל ליינער גלויבן - אדער עכ"פ האפן - אז דער דרך התורה איז דאס ריכטיגע, ממילא איז אודאי אז א קינד דארף זיך רעכענען ווען זיין טאטע עסט זיך אויף ווייל ער טוט דאס אומריכטיגע! איך וואלט געפרעגט די שאלה פארקערט, ווען א טאטע עסט זיך אויף ווייל ער איז פריי און זיין זון ווערט פרום, דארף זיך אויך דאס קינד רעכענען דערמיט? אביסל אנדערש, אויב א קינד נעמט אן א חסידות וואס זיין טאטע וויל נישט דארף ער זיך אויך רעכענען? קצרן של דברים, וואס איז דער עיקר נוגע איז אויב א מענטש טוט ריכטיג אדער נישט. און דער תורה האט שוין אנגעזאגט אז א טאטן פאלגט מען נאר ווען ס'איז נישט בניגוד די תורה. בכלליות איז דא א שטיקל טעות אין מצות כיבוד אב ואם כאילו מ'דארף "פאלגן" דעם טאטן. ס'איז נישטא אזא מצוה, און א מענטש קען טוען וואס ער וויל און אריינפייפן אין זיין טאטן. כיבוד מיינט מכבד זיין, עניני הגוף ווי געבן צו עסן און קליידונג, און נוהג כבוד זיין ווי נישט זיצן אויף זיין פלאץ וכו'. כ'האף כ'האב מיך גוט מסביר געווען.

מיר האלטן דאך דא א טריט שפעטער, און א טעכנישן פאל, ווען דאס קינד אנטזאגט זיך צו היטן די תורה.
אויף דעם האב איך ערווענט אז רוב קאווע שטיבל ליינער גלויבן אז די תורה איז דאס ריכטיגע. איך האב נישט קיין כוח איבערצו'חזר'ן און ס'זעט מיר אויס אז איר האט נישט געליינט אדער נישט פארשטאנען מיין תגובה.
מען קען פרעגן אויף די עלטערן אויך, איז דאס נארמאל אז די עלטערן ווערן משוגע פאר צער אז זייער קינד גייט אוועק פון זייער דרך ? איז דאס א לעגעטימע צער ? אדער איז דאס א סארט צער וואס מען קען אוועקנעמען מיט א באהאנדלונג פון א פסיכילאג? און אויב מען קען עס אוועקנעמען מיט א באהנדלונג קען דאך דער זון טענה'ן אז ס'נישט מיין פראבלעם ס' ענקערס ? אדער אפשר העלפט טאקע נישט קיין באהאנדלונג (אויב די ווייטאג איז וועגן מה יאמרו הבריות מיין איך אז עס העלפט יא אביסל א סעישן צוויי פון א געניטער פראפעשינאל).
ווי איז די עלטערנ'ס גערעכנטקייט פאר די צער פונ'ם קינד? א קינד וואס איז ליידער געקומען צו א מסקנא אז שקר הנחילו לנו אבותינו איז דעך זיין צער אונגעהויער גרויס. נישט נאר האט ער פארשווענדעד זיין בעסטע קינדערישע יארן אויף שטותים והבלים (לדעתו) דארף ער נאך יעצט טראגן דעם דאגה פון די עלטערנ'ס הרגשים? יעצט אז ער דארף ארויסגיין אין די וועלט פון ריאליטעט איז די איינציגע זאך וואס איז עם וויכטיג - צו וויסן מער פון חכמת העולם, זיין פעיג געהעריג פאר פרנסה, זיין אן אנטשטענדיקע מענטש, נישט תלוי בדעת אחרים אדער מתנת בשר ודם, האבן די אלע אויסגעהארעוועטע בלעטער גפ"ת עם עפעס אויף דעם געגרייט?
ספעציעל דער בענאקעס וואס זענען ביי די עלטערן אינדערהיים, און ווען זיי האבן נאר עטוואס פארדינט שפענדן זיי דאס באלד אויס אויף הוליערייען, איז ער דען פעיג צו פירן אן אייגענע ווערטשאפט? ערגעץ ווי וואלט דעך געפאסט פאר די טאטע מאמע צו בילדן דעם קינד אויף מער א עמאציאנעלע געזונטע לעבן ער זאל צו דעם נישט צוקומען - קיין חילוק אויב ער בלייבט פרום אדער נישט!!!
איז דא עפעס א דין וחשבון פאר דעם צער וואס די עלטערן האבן גורם געווען פאר דעם אפגעשייגעצטן קינד? האבן נאך די עלטערן עטוואס א רעכט צו פארלאנגן סיי 'סארא גערעכנטקייט אויפ'ן זייט פון די קינד?
אברהם אבינו האט געדיעלט מיט זיין טאטן מייט דרך ארץ. אבער אין די זעלבע צייט אויפווייזנדיג פאר איהם אז זיינע איידיעס פון גלייבן אין די געטשקעס זענען אבסורד. ווי ס'ווערט געברענגט אין מדרש די מעשה . אז אברהם אבינו ה אט צוהאקט אללע געטשקעס און אריינגעלייגט די האק אין די הענט פונ'ם עלטסטן און חשוב'סטן און געזאגט פאר זיין טאטע אזא תירוץ אז ער זאל אליין איינזען די נארישקייט פון זיין גלויבן.
אויף דעם האב איך ערווענט אז רוב קאווע שטיבל ליינער גלויבן אז די תורה איז דאס ריכטיגע. איך האב נישט קיין כוח איבערצו'חזר'ן און ס'זעט מיר אויס אז איר האט נישט געליינט אדער נישט פארשטאנען מיין תגובה.
נאכאמאל, דו האלטס אז א אפיקורס טאר נישט מצער זיין זיין טאטע ווייל רוב ק"ש זענען יא מאמינים?

ניין, איך האלט אז רוב קאווע שטיבל וועלן האלטן אז א קינד האט נישט קיין רעכט צו ווערן אן אפיקורס אפגעזען צו דער טאטע עסט זיך אויף אדער פרייעט זיך דערמיט, פשוט ווייל ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. ווי אויך האלט איך אז רוב קאווע שטיבל וועלן האלטן אז א קינד מעג היטן שמירת התורה והמצוות, אפילו על צד אז דער טאטע האלט עס נישט אויס. ממילא האלט איך איז דער גאנצער שמועס איבער דעם צער פונעם טאטן אביסל אומרעלעוואנט, נישט דאס איז דער מובחן.
כ'מיין אז דער עולם פארקריכט. דער שמועס איז נישט צו עלטערן האבן רעכט צו האב צער (כאילו זיי דארפן איינעמס רשות דערפאר). די שמועס איז צו קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנס צער, און אויב יא צו וועלכע דעגרי, ווען זיי פאסן באשלוסן איבער זייער לעבנסשטייגער.
דער ענטפער איז קליפ און קלאר: קינדער דארפן זיך רעכענען מיט די עלטערנ'ס ווייטאג און צער מיטן גרעסטן מאס וואס איז שייך דאס איז א מאראלישער פליכט וואס ליגט אין נאטור פון די מענטשהייט צו מכבד זיין די וואס האבן דיר געטראגן ניין חדשים געהארעוועט און געפלאגט דיר צו זען אויפוואקסן און וועט אייביק דיר פילן ווי א חלק פון זיך און וועט טוהן וואס ער קען פאר דיר. אויף די שאלה צו וועלכע דיגרי? דער שמועס דא איז זייער ווילד צושפרייט, נאכצוגיין די עלטערנס קאפריזן און משוגעת'ן איז מען זיכער נישט מחויב און א קינד מוז נישט זיין אזוי פרום ווי זיין טאטע חאטש מען דארף פרובירן צו מינימיזירן זייער צער ווי ווייט מען קען. אבער ווען עס קומט צו בועט זיין אינעם גאנצן עבר און יהדות בפומבי ווי עס גייט געווענליך וואלט איך רעפראזירט די פראגע אזוי: איינער גיבט דיר צווי אויסוואלן, 1) שטעך אריין א מעסער גראד און דיין מאמע'ס ווייך הארץ 2) גיי וואין אין טורא בורא אגאנץ לעבן מיט א טורבאן אויפן קאפ. איך מיין יעדעס קינד מיט א טראפ מענטשליך הארץ וועט אויסוועלן דאס צווייטע.
מען קען אויך שטעלן די פראגע פארן מאמע, איינער גיבט דיר צוויי אויסוואלן 1) שטעך אריין א מעסער אין דיין קינד'ס ווייך הארץ, 2)דיין קינד וועט אפלעבן אנדערש ווי דיר שמעקט גליקליך און צופרידן, איך מיין יעדעס מאמע מיט א טראפ מענטשליך הארץ וועט אויסוועלן דאס צווייטע.
דאס וואס עטליכע האבן שוין דערמאנט אז מיט דעם וואס מען האט קינדער און מען גיבט זיך אוועק פאר זיי מיינט מען זיך מער ווי דאס קינד, איז אינטערעסאנט אז דער חובת הלבבות זאגט דאס קלאר ארויס, און ער ברענגט ארויס אז פונדעסטוועגן דארף מען זיי מכבד זיין ווייל למעשה טוען זיי כסדר טובות מיט'ן קינד:
חובת הלבבות שער ג' פרק א'
טובת האב על בנו, מן הידוע כי הוא מכווין לתועלת עצמו בו. כי הבן נתח מהאב עם עוצם תקוותו בו. והלא תראה כי הוא מרגיש עליו יותר מגופו במאכלו ובמשתהו ובכסותו, ולדחות כל נזק מעליו. ונקל בעיניו סבול הטורח והיגיעה בעד מנוחתו, עם מה שהוטבעו עליו האבות מן הרחמים והחמלה על בניהם. ועם כל זה חייבה התורה והשכל על הבן העבודה והכבוד והיראה.
צווישען די וואס די שאלה איז אדרעסירט צו, געפונען זיך פילע וואס לפי זייער פארשטאנד איז זייער לעבנס שטייגער באמת מער געשמאק און מער אויסגעהאלטן ווי די וואס די עלטערן האבען אריינגעבראטן, צו ווייל די עלטערנס גאנצער גלויבינג איז לעכערליך אין זייער אויג. אדער די גאט פין די עלטערען האט זיך אנגעטון א געשמאקערן היטל. און אנשטאט א גאט פארכטיגען גאנג האבן זיי בוחר געווען אין א גאט ליבענדען. זיי האבען א גוד טיים אין זיין וועלטעל אין ליבען איהם דערפאר.
איז דאן די פראגע: לאמיר שוין זאגן אז איך וועל מפקיר זיין מיינע אויסגעהאלטענע מער געשמאקקייט צו פארמיידן אומבאקוועמליכקייט די עלטערען. אבער ווי האב איך א רעכט צו מפקיר זיין, און אוועקרויבן, די געשמאק פין מיינע קינדער און ווייטערדיגע דורות, צו האב איך א רעכט צו מאכן טויזעטער מענטשען ווייניגער באקוועם כדי די עלטערן זאלן נישט ברויכן מאכן די עדזשאסטמענט? " לפיכך נברא אדם יחידי, ללמדך... כאלו קים עולם מלא. לפיכך כל אחד ואחד חיב לומר, בשבילי נברא העולם" מיר טארן נישט פארגעסן די ערענסטקייט, אז גיב עס א קורצע פאר 100 יאר וועל מיר האבן מיליאנען אייניקלעך "א וועלטעל" וואס מיר האבן א קליינעם שטופ געגעבן אין א געוויסע ריכטונג. ( בדרך מליצה: "בשבילי" נברא העולם. און מיין "שביל" און מיין גאנג, ווערט איצט באשאפען א נייער וועלטעל.)
א צוייטער שאלה איז, צו מאכט מען טאקע נישט די געוויסע טוישן כדי נישט צו גורם זיין צער פאר די עלטערן, אדער מיר זענען בעצם אומבאקוועם מיט טשעינדזש. מיר רופן דאס נאר אן מיט די אויבערפלעכליכע נעמען. עלטערן, ווייב, און שפעטער אין לעבען קינדער, מחותנים וכו. אבער נעם אוועק די סיבות וועלן ארויסקומען אנדערע אומבאקוועליכקייטן פין טשעינדזש. און נאך אלעם איז די אמתע סיבה ווי דער נודע ביהודא שרייבט שוין, בזמננו נתקטנו הביצים, האבן מיר נישט די balls צו מאכן די טויש.
עס איז שוין צייט, אז איינע פון די הרבנים המעוררים, זאלן שוין רעדן פון דעם פראבלעם, אז טאטע'ס האב אבנארמאלע ערווארטיגען פון די קינדער, און דאס פירט צו אומזינסטע צער ועגמת נפש.
נאר אן הערה: דער וואס פארשטייט אז אפילו א קינד האט אינגאנצען אן אנדערע אמונה ווי זיין טאטע דאך האט ער א מאראלישער חיוב צופרידענצושטעלן זיין טאטע, ווייל בין אדם לחבירו זיין א מענטש בלייבט אלעמאל. מוז אוודאי פארשטיין אויך פארקערט, אז א טאטע האט א חיוב זיך צו פירען מענטשליך צו זיין זון אפילו אז ער האט אן אנדערע אמונה פון עם. די סיבה וואס איך האב געשריבען וועגן דער חיוב פונ'ם זון איז נאר ווייל וועגן דעם האט מען געפרעגט, אבער אוודאי איז אויף דער טאטע ליגט פונקט די זעלבע פליכט צו זיין א מענטש נישט קיין חילוק וואסארא אמונה אדער לעבנסשטייגער זיין זון וועלט זיך אויס.
[וועסטו פרעגן, אויב אזוי איז דאך א סתירה, אויב דער טאטע דארף זיין א מענטש הייסט דאך אז דער טאטע האט נישט קיין רעכט צו פאדערן פונ'ם זון, איז חזר הדין אז דער זון קען טון וואס ער וויל. איז דער תשובה אז דער מאראלישער פליכט פון א מענטש צו א צווייטער איז נישט סימעטריש, איך האב א חיוב צו זיין א מענטש אויך צו דער וואס איז נישט א מענטש צו מיר, כל זמן סאיז נישט עובר א געוויסער גבול. ואכמ"ל נקודה זו]
עס איז שוין צייט, אז איינע פון די הרבנים המעוררים, זאלן שוין רעדן פון דעם פראבלעם, אז טאטע'ס האב אבנארמאלע ערווארטיגען פון די קינדער, און דאס פירט צו אומזינסטע צער ועגמת נפש.
נאר אן הערה: דער וואס פארשטייט אז אפילו א קינד האט אינגאנצען אן אנדערע אמונה ווי זיין טאטע דאך האט ער א מאראלישער חיוב צופרידענצושטעלן זיין טאטע, ווייל בין אדם לחבירו זיין א מענטש בלייבט אלעמאל. מוז אוודאי פארשטיין אויך פארקערט, אז א טאטע האט א חיוב זיך צו פירען מענטשליך צו זיין זון אפילו אז ער האט אן אנדערע אמונה פון עם. די סיבה וואס איך האב געשריבען וועגן דער חיוב פונ'ם זון איז נאר ווייל וועגן דעם האט מען געפרעגט, אבער אוודאי איז אויף דער טאטע ליגט פונקט די זעלבע פליכט צו זיין א מענטש נישט קיין חילוק וואסארא אמונה אדער לעבנסשטייגער זיין זון וועלט זיך אויס.
מ׳רעדט דאך דא אז ביים טאטן אין הויז זאל זיך דאס קינד רעכענען מיט די געפילן פון זיינע עלטערן און זאל אביסל אויסבאהאלטן זיין מהלך החיים.
אויך פארקערט דער טאטע זאל זיך רעכענען מיט דעם קינדס געפילן וואס דו זאגסט לגבי וועלכער ענין? מיינסט זיכער נישט אז אויב דער קינד שעמט זיך מיטן פאנאטישן טאטן אז דער טאטע זאל באהאלטן זיין מהלך החיים פונעם קינד,וואס דאס איז דער דבר והפיכו פון טאטן וורס קינד וואס דו פרובירסט צו מאכן. ווידער אז דער טאטע זאל אים נישט פארשרייען פארשעמען נא פארשטייט זיך אזוי, דאס איז נישט דער דבר והפיכו חוץ אויב די רעדסט לגבי דעם קינדס חוצפה און זילזל צום טאטן דאן הער איך דיין דבר והפיכו.
Interesting that Eisav is mentioned here negative. When he and his children dress and behave their best in front of parents and never answer back. They should follow this first.