☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נארישע אנקעטעס, אבי גערעדט

נארישע אנקעטעס, אבי גערעדט

145 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3279
בלאט: 1 2 3

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:43 pm

· #146594
וויאזוי איז דאס אייך באשערט? (נישט אבי גערעדט)
לכבוד די ימי החג שערט זיך דר'עולם, ווי ספאסט.
מ'קען אסאך אנקעטעס'ן איבער די סטייל פון זיך שערן. אבער יעצט איז די אנקעטע
"ווער שערט אייך אפ?"

1) מקוה איד
2) שכן (ער שערט אייך צוריק?)
3) חבר (ער שערט אייך צוריק?)
4) ברודער / שוואגער (ער שערט אייך צוריק?)
5) בארבער
6) דיין ווייב
7) אליינס

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:54 pm

· #146598
יש להוסיף:
6) דיין ווייב (זי שערט אייך צוריק?) 😉

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:56 pm

· #146599
איך אין דיינע שיך וואלט נישט געטראסט דאס ווייב, זי וואלט כסדר ארייגעשוירן אין די רויטע וואנצעס 'בשוגג'

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:15 pm

· #146612
כא כא כא
Untitled-1.jpg

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:58 pm

· #146639
ווענדט זיך שערן וואס... וועלכע חלק האר.... וד"ל

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:01 am

· #146642
@יין שרף

WELCOME BACK

יין שרף » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:03 am

· #146643
איך בין קיינמאל נישט אוועק! כ'האב אלץ מיטגעהאלטן פונדערווייטענס, נאר משום איזה סיבה האב איך נישט געקענט מגיב זיין.

גיבור » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:37 am

· #146749
איך האב א שכן קלאפט ער אמאל אויף מיין טיר און פרעגט מיר צו איך קען עם שערן
און ער פארענטפערט זיך אז נארמאל שערט עם זיין ווייב אבער יעצט איז עס נישט שייך ווייל ...................

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 5:13 pm

· #146865
ווייסען מיר שוין וואס אייער שכן טוט.
וואס טוט איר?

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 3:23 am

· #146958
ער קלאפט אויף זיין שכנ'ס טיר צו שערן זיין ווייב.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:22 pm

· #147225
קאמענטירער
פון וועלכע סקווער האט איר לעצטענס געהערט די מערסטע? און וואס איז די סיבה דערפאר?
סקווער פלאזא (פראטעסט נגד גיוס בני ישיבה)
*טיימס סקווער (עפעס געווען אין די נייעס צוליב באמבעס)
*ניו סקווער (געווען אין די נייעס צוליב די שריפה)
טאכריר סקווער (א פלאץ ווי מען ערוועלט דעמאקראטישע פירערס)
ככר שבת
ככר זשופניק
יוניאן סקווער

Foursquare

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 4:00 pm

· #148255
זאל אמעריקע מיסילירן סיריע אדער נישט?

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:54 am

· #150003
איר גייט יום כיפור מיט קראקס: באקוועמער? קיהלער? ווייל יעדער גייט? אדער?

איר גייט פאפאטשן: איידלער? פאסט אייך נישט? פרומער? איר האלט ס'איז מער עלעגאנט און איר זענט דאך א בעסערער מענטש? אדער?

איר גייט סניקערס: קיהלער? באקווער? איר געט נישט קיין דעמן? אדער?

סאשי פיש » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:59 am

· #150006
איך גיי מיט קראקס, ווייל עס איז באקוועם, און לופטיג/קיל,
איך מיין אז נישט יעדער גייט מיט קראקס ווייל עס איז נאך אן אראפגעקוקטע זאך אין אסאך מקומות.

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:08 am

· #150009
נב. אויב גייט איר קראקס, וועלעכע קאליר: שווארץ, ליכטיג בלוי, טינקל בלוי, בעיזש, ברוין, ווייס, גרין, געיל, אראנדש, רויט, פינק, פורפיל, אדער קאלירפול. און אויף סיי וואספארא קאליר, פארוואס גייט איר אזוי:

איר געט נישט קיין שניט?
נאר דער קאליר איז געוועזן עוועילעבל?
איר גלייכט באזונדער שטארק דעם קאליר?
איר ווילט דייקא א שרייעדיגע קאליר פאר עטענשאן?
אדער?

סאשי פיש » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:18 am

· #150012
@יואב
עס גרעניצט זיך שוין מיט גילו!!!
דו גייסט דיך ארומדרייען גאנץ יום כיפור און די שולען און אין די גאסען און זאגען אה דעס איז סאשי פיש ער האט געשריבען אז ער גייט מיט די קאליר קראקס, אה דעס איז פלוני אלמוני ווייל ער האט געשריבען אזוי,
איך וואלט געבעטען אז ד גבאים זאלען אויסמעקען די גאנצע אשכול!!!................ 😂 😂 😂

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:20 am

· #150013
סאשי.. דיין אוועטאר פאסט יום כיפור? אדער איז נאך נישט קיין 10 יאר?

איך גיי אמאל קראקס און צומאל פאפאטשן. געווענליך די ערשטע טישעבאוו און די צווייטע יוכ״פ.

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:22 am

· #150014
סאשי פיש
@יואב
עס גרעניצט זיך שוין מיט גילו!!!
דו גייסט דיך ארומדרייען גאנץ יום כיפור און די שולען און אין די גאסען און זאגען אה דעס איז סאשי פיש ער האט געשריבען אז ער גייט מיט די קאליר קראקס, אה דעס איז פלוני אלמוני ווייל ער האט געשריבען אזוי,
איך וואלט געבעטען אז ד גבאים זאלען אויסמעקען די גאנצע אשכול!!!................ 😂 😂 😂

פאר די דריי סמייליס אליין וואלט איך גראדע געזאגט דו ביזט בערל בעל עגלה. למעשה גייט בערל נאך מסתם מיט פאפאטשן פשוט ווייל אזוי גייט ער שוין די לעצטע 40-50 יאר, און ס'האט שוין נישט קיין פשט צו טוישן.

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:43 am

· #150017
יואב, האסט אויסגעלאזט די וואס גייען אין בלויזע זאקן, גייט איר אזוי אויפן גאס אויך? אדער נאר אין סמעדרעש וואו יעדער קען דיר פאר א חאניאק?
און די וואס גייען מיט סנדלים, גייט איר מיט פולע סאנדאלים אזוי ווי די קאלערינג בוך פיקטשערס פון מיצרישע נוגשים, אדער די פליפ פלאפ'ס ווי די ישראלים?

ווען קראקס וואלטן ארויסגעקומען "אינדערהיים" אין מיהאלפאלווא וואלט געווען גאנצעטע מנהגים, גאלדענע וואלט מען זיכער נישט געגאנגען ווייל ס'דערמאנט דאך דעם עגל הזהב, אבער געוויסע רבי'ס וואלטן געגאנגען ווייסע, אנדערע רויטע וואס ווערן אליינס ווייס נאכן גיין לעזעזל, אנדערע געשטרייפטע קאלירן משזר ווי די בגדי כהן גדול בעפארן פשט וירד. נאר די צאנזע גזע רבי'ס וואלטן דוקא געגאנגען מיט פערטל שיך מקיים צו זיין מצות עינוי בהידור...

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:27 pm

· #150027
יואב
סאשי פיש
@יואב
עס גרעניצט זיך שוין מיט גילו!!!
דו גייסט דיך ארומדרייען גאנץ יום כיפור און די שולען און אין די גאסען און זאגען אה דעס איז סאשי פיש ער האט געשריבען אז ער גייט מיט די קאליר קראקס, אה דעס איז פלוני אלמוני ווייל ער האט געשריבען אזוי,
איך וואלט געבעטען אז ד גבאים זאלען אויסמעקען די גאנצע אשכול!!!................ 😂 😂 😂

פאר די דריי סמייליס אליין וואלט איך גראדע געזאגט דו ביזט בערל בעל עגלה. למעשה גייט בערל נאך מסתם מיט פאפאטשן פשוט ווייל אזוי גייט ער שוין די לעצטע 40-50 יאר, און ס'האט שוין נישט קיין פשט צו טוישן.

יואב: שקויעך פאר די קאמפלימענטן. נאר פאר א בעל יועץ, איינער וואס קען אפשאצן א מצב וואלט איך דיך זיכער נישט גענומען. דו האסט אזוי שטארק גע-פלאפט אין דיין אפשאצונג אויף מיר. ווייל איך בין קיינמאל אין מיין לעיבן נישט געגאנגען פאפאטשן. אפילו סניקערס גיי איך נאר תשעה באב און יום כיפור. ביי מיר איז נאר שיך און שטיוול (שבתים ויו"ט(. ס'נאר א ווערטל. ווייל כ'בין (ב"ה) נישט קיין סקווירא חסיד. מיין חסידות האט גענוג אייגענע משוגעת'ן אן צו דארפן זיך בארגן פון אנדערע.
נ.ב.: א יישר כח (און א לייק) ווייל דו האסט מיר געמאכט בשמחה לכ' יום כיפור. דער טאג איז געוועין געפערליך באארינג פריער. 👍 😂

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:47 pm

· #150029
berlbalaguleh

גראדע האב איך געטראכט איר גייט מיט סניקערס. אזאנע דינע שווארצע מיט א ווייסע ברום, און דינע געל-ברוין שטרייף צווישן די ווייס און די שווארץ. ביי אייער דור נאך ווען מ'פלעגט נישט דארפן בארגן משוגעת'ן פון אנדערע חסידות'ער, פלעגן די אונטערטע שורה זיצערס טראגן אזאנע סניקערס. נאר ערב יום כיפור האב איך אייך נישט געוואלט טשעפנען, און פראקלאמירן פונקטליך וויאזוי איר גייט. אבער רצונו של אדם זה כבודו, אז איר האט געוואלט זאג איך דאס יעצט.

ר' בערל לויפט נאך נישט אוועק. כ'האף איר האט שוין א נייע טלית, לכל הפחות א נייער עטרה. זיצט שוין נישט אזוי לאנג מיט אייער ברוינליכע הענגעדיגע עטרה וועלעכע עדות געדענקן דאס נאך אינעם זילבער קאליר.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:39 pm

· #150052
פונקטליך ווען כ'האב געוואלט מגיב זיין אז דו הייבסט אן עפעס צו זאגן צו די זאך האסטו מרא'דיג געפלאפט. אודך כי עניתני. די עטרה אויף מיין טלית און דער טלית אליינס זעען אויס ווי גלייך ס'איז דזשאסט ארויס פונ'ם דילער. גלייבסט נישט? קענסטו קומען קוקן היינט ביינאכט אי"ה אין ---- ביהמ"ד אויף --'טע גאס צווישן---- און ----. 😂 😎 😃

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:48 pm

· #150055
ר' בערל, איר כאפט נישט איך מיין אייער טובה.
איך וויל מ'זאל מיינען @סאשי פיש ביסטו, און אויף סאשי פיש זאל מען מיינען דאס ביסטו.
איך האב פראבירט איינמאל, איר האט אבער געמוזט אהער קומען און זיך צופירן די הענט פאר די גילוי'סטן.
האב איך געפריווט א צווייטן מאל. ר' בערל איך טוה די ארבייט פאר אייך, איך פארלאנג נישט איר זאלט מיטהעלפן. שטערן זאלט איר מיר אבער נישט.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:18 pm

· #150057
יואב
ר' בערל, איר כאפט נישט איך מיין אייער טובה.
איך וויל מ'זאל מיינען @סאשי פיש ביסטו, און אויף סאשי פיש זאל מען מיינען דאס ביסטו.
איך האב פראבירט איינמאל, איר האט אבער געמוזט אהער קומען און זיך צופירן די הענט פאר די גילוי'סטן.
האב איך געפריווט א צווייטן מאל. ר' בערל איך טוה די ארבייט פאר אייך, איך פארלאנג נישט איר זאלט מיטהעלפן. שטערן זאלט איר מיר אבער נישט.

אנטשולדיגט. יעצט בינעך שוין אינגאנצן "קאנפיוז'ד". איר זענט אויס מגלה צו זיין אדער מכסה צו זיין???!!! 😂 😳 🙄

סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:11 am

· #152133
ווען איך האב געלערענט די פרשה פון בראשית זענדיג ווי די וועלט פלעגט זיין איגאנצען אנדערש, איינע פון די זאכען וואס האט געכאפט מיין אויג איז געווען אז מען פלעגט לעבען צווישען 800 - 900 יאר!
וויל איך וויסען צו איינער וואלט געוואלט אז מען זאל היינט לעבען אזוי לאנג?

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:36 pm

· #152153
איך וויל, נישט ווייל איך בין אינטערעסירט צו זיין אויף דעם עולם השקר אזוי לאנג, נאר איך וויל זען וואו די וועלט וועט האלטן דעמאלס. סייענס, מיטל מזרח קאנפליקט, חרדיזם ועוד.

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:59 pm

· #152322
קענסט אפשר האבן ביידע וועל"ט'ן.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 7:15 pm

· #152326
איך מיין אז דעיע מהלך האט בעסערע אויסזיכטן.

משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:57 am

· #152435
וואס האט איר געגעסן היינט פאר וועטשערע?
געפילטע קרויט
געפילטע פיש
זיסע מייערן
פארטרוקענטע קיגל
צולאזטע קאטשעניא
מצטמק ורע'יגער טאשאלענט

שלהי דקייטא קשיא מקייטא...

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:45 am

· #152464
יא יא, כ'בין נאך קיינמאל אזוי פליישיג געווען ווי יעצט...

יואב » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:47 pm

· #153124
אין די יעצטיגע טעג ווען ס'גייט נישט פארביי א צוויי מינוט אן דעם וואס איר זאלט נישט א פראסקע טאן, פארשנעקלען, בלאזן, קלאפן, שמייסן, נייגן אלע רמ"ח אברים, און שאקלן אלע שס"ה גידים אין א פארזוך אפצושטויסן כל שרץ העוף ממינים שונים ומשונים, וועלכע דערגייען דעם מענטשהייט צו א אומדערטרעגליכן קלימאקס. וועלעכעס פון די קריכעדיגע געפליאכטס וואלט איר באצייכנט אלס אייער שונא נומער איינס.

דער שרעקעדיגער בין.
דאס נערווען שפאלטנדע פליג ימ"ש.
די ארכי-בלוט זויגער נאצי מאסקיטא שר"י .
דער עקלהאפטיגער קלעבעדיגער 'לעדי באג' פעך צא טמא.
אדער?

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:18 pm

· #153139
זיכער א בין, ער קען דאס מערסטע שעדיגן

יואב » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:05 pm

· #153159
זר זהב
זיכער א בין, ער קען דאס מערסטע שעדיגן

מאידך גיסה דרייען זיך נישט אזויפיל בינען ווי אנדערע געפליאכצער, מ'קען זיי לייכט הרג'נען משא"כ דער פליג, (מאסקיטא קען מען טאקע אויך), און דריטנס ס'בכלל נישט אזוי שעדליך ווי די איבערגעטריבענע שרעק מ'האט דערצו. ער שטעכט נישט אזוי שנעל, און אפילו ווען ער שטעכט שוין יא.

גורן האט''ד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:39 pm

· #153171
מאסקיטא.ער איז מער מצוי, און שטעכט למעשה מער מאל, און זיינע שטעכערייען לאזן נישט קיין מנוחה.

יואב » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:51 pm

· #153177
גורן האט''ד
מאסקיטא.ער איז מער מצוי, און שטעכט למעשה מער מאל, און זיינע שטעכערייען לאזן נישט קיין מנוחה.

מאידך גיסה בעת דער מאסקיטא גיבט א שוואכע ציפ, קען מען פונעם בין אריינהייבן אן ערענסטער שטאך. מאסקיטאס קען מען צוקלאפן עטליכע אויף א מאל אין רגעים, בעת דער פליג איז כמעט אוממעגליך צו דעריאגן, און דער לעדי באג איז אן עקל וואס שמייסט זיך אן אין דיר, און האט נאך פליגלן אפצוטראגן בעוד מועד.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:05 am

· #153218
בלי שום ספק דער מאסקיטא, ימח שמם. בעת פון א בין האב איך נאך אין מיין לעבן נישט באקומען א שטאך, נאר אדרבה גאר גענאסן פון איר האניג, זענען די מאסקיטאס דומה לזבוב (...) וואו אימער איך גיי און שטיי באווייזן זיי זיך דעם זויערן פרצוף זייערן, און שטעכן אריין אן רחמנות עד זוב דם. עוורידזש באקום איך יעדן זומער איבער 200 מאסקיטא בייטס. שומו שמים וויפיל פארגאסן אידיש בלוט. לבי לבי על חלליהם.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:40 am

· #153231
זיי קומען צו א גוטן שמעק 🙂

די בינען וואס דרייען זיך דא זענען נישט קיין האניג בינען על פי רוב, זיי הייסן יעלאו זשעקעטס דוכט זיך.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 3:10 pm

· #154702
וועט דער איד/צייטונג באריכטן הרב עובדיה'ס ז"ל'ס פטירה?

סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 3:12 pm

· #154703
מסתמא יא אבער נישט אויף די פראנט פעיזש

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 4:40 pm

· #154718
די איד'ס העדליין אויפן בעק דעקל וועט זיין "ש"ס פארטיי זוכט נייע פירער נאכן פארלירן זייער גייסטליכע פירער"
בלאט'ס העדליין וועט זיין "כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא נעמט אנטייל אינעם לויה פונעם ספרדישן גייסטליכע פירער"

מעקע-ניק » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 6:35 pm

· #165268
טראגט איר א שטריימעל ביים חנוכה ליכט צינדען?

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:40 am

· #165357
מוצאי שבת

לעמיל » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:45 am

· #168319
דעי וואכ'ס פרשה איז מרומז ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום. זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך ?

sefish » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:51 am

· #168321
נישט עכט. ס'איז זייער שווער, מיינע ציינער זענען נישט איינמאל ארויסגעפאלן אינמיטן תרגום

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:46 am

· #168327
sefish
נישט עכט. ס'איז זייער שווער, מיינע ציינער זענען נישט איינמאל ארויסגעפאלן אינמיטן תרגום

האסט מקיים געווען:
שינים מקרה = ס'געשעהן א מעשה מיט די ציין.
אחד תר גום = איינס איז געווארן אויסגעריסן פון דיין גאם.
בלאט: 1 2 3