נארישע אנקעטעס, אבי גערעדט
145 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3279
זר זהבכ'האב אויך געוואלט צולייגן דעם "קרעפעל פשעטל". כאב אבער נישט געוויסט צי דאס גייט אין יעדע הויף.
טאקע ביים חזון איש איז דער מנהג נישט געווען מקובל אפיציעל, אבער דאכציך אז א שטיקל תורה האט מען געקענט הערן פון עם עניטיים, און מסתמא ביים עסן די קרעפלעך אויך.
וואס איז אייער באליבטסטע פרוכט?
ביטע יעדער זאל פארטיסיפעיטען און ענטפערן. ספאסט אייך נישט?
מיינע איז ''מענגא''
זר זהב
מיינע איז ''מענגא''
👍
דאס מיינט אז דיין פעיווארייט פרוכט איז אויך מענגא?
זר'לע, 8 טויזנט תגובות איז דיר נישט גענוג?
פון מיין זייט זאל מען ארויפלייגן א האלד אויף די תגובות קאונט. אא"וו (אין אנדערע ווערטער) איך זאל שרייבן, און די נומערן זאלן נישט ארויפגיין. כ'שרייב פאר די פאן נישט פאר קיין נומער ציהל
Grapefruit
נו ווער נאך? ביטע שטימט.
די פרוכט וואס איר ליבט דאס מערסטע זאגט אסאך וועגן אייערע גענעס, און אפקטירט אייער בייאעלעקטריקאל
מאראנצן(זאפט).
עפל אדער בלעקבעריס, איך האלט נאך אינמיטן מחליט זיין.
מיין בעסטע פרוכט איז די פרוכטבארן מצוה.
רבותי ערענסט ערענסט. געפילטע, בלעקבעריס עסט נישט קיינער, נישט מעגליך צו רייניגן פון ווערים.
מ'קען עס אבער פילטערן, עפל פילטערט זיך שווערער.
נו, נא, נעה ליצנות.......................נו זאג שוין! מיינסט אז פרוכט איז קאמפעטישאן מיט געפילטע פיש? ס'צוויי אנדערע קאטעגאריעס
קאווע טרינקערמיין בעסטע פרוכט איז די פרוכטבארן מצוה.
סוי איך קען אננעמען אז דו מיינסט די 'באר' פרוכט?
פאפייע אדער פאטשי
וועדשטיבעל אנקעטע
יעדער זאל שרייבען וועלכע וועדשטיבעל ער האט די מערסטע ליב
מיינע איז טאמעטא
אריק שרון
זר זהבנו, נא, נעה ליצנות.......................נו זאג שוין! מיינסט אז פרוכט איז קאמפעטישאן מיט געפילטע פיש? ס'צוויי אנדערע קאטעגאריעס
קאמפעטישען? נעה, קיינמאל נישט. חוץ אויב די מייער וואס שטייט אזוי שטאלץ ווי א קינד ביים חימוש סעודה אויפן שפיץ פישל הייסט אויך א פרוכט.
@סושי פיש, טאמעטא איז א פרוכט!
גלייב עס אדער נישט!!
איז זיי מוחל וועהל אויס א וועדזשטעבל
איך גלייך מער עגבניות ווי טאמאטען והחזיר יבין
והציונים יבין כצ"ל.
מיין וועדזשטעבעל איז ספינעטש
איך האב געוואלט שרייבען אוואקאדא אבער צו מיין מזל זע אז עס איז אויך א פרוכט
גיי איך שרייבען עגפלענט
בעיקר וויפעל זאכען מען מאכט דערפון
זר זהבמיין וועדזשטעבעל איז ספינעטש
זר, איך האב געוואוסט אז כ'קען מיט דיר נישט וועטשערען...
אז וועסט ארויסקומען מיט מיר וועל איך איינגיין אויף באקסער, איך בין סאפט
זר זהב@סושי פיש, טאמעטא איז א פרוכט!
גלייב עס אדער נישט!!
איז זיי מוחל וועהל אויס א וועדזשטעבל
דער באקאנטע שפריכווארט
"Knowledge is knowing that a tomato is a fruit. Wisdom is knowing that a tomato doesn't belong in a fruit salad."
ווינטער, אראנדזש (מאראנצן בלק"ש)
זומער, וואסערמעלאנע, אבער א גוטן פערזשעך אדער פלוים איז אויך פיין.
טרויבן ווען ס'איז הארט.
פליז זאג מיר נישט מען קען פיקן נאר איינס.
כאב נישט ליב עגפלענט און ספינעטזש.
וואס זאגט עס איבער מיינע גענעס?
וויאזוי זאגט יאנקל מיללער: נאך א מזל איך גלייך נישט ספינעטש, ווייל פעך, ס'דאך גרויליג!
שמעקעדיגוואס זאגט עס איבער מיינע גענעס?
מיט דעם האב איך געוואלט צוציען די בייאלאגישע ליינער זיי זאלן אנטיילנעמען אין די אנקעטע. ס'נישט געלונגען 😠
פרישע אנקעטע
אויב חלילה וואלסט געבוירען געווארן א 'נישט איד' חלילה חלילה. (נאר פאר דאס ארויסזאגן מוז איך פאר איך גיי ווייטער זאגן ברוך אתה ה' שלא עשני גוי) אין וועלכע לאנד וואלסטע געוואלט וואוינען? א ארטאדאקסישער איד האט דאך נישט צופיל אויסוואהלן.
איך וואלט גע'פיק'ט דענמארק.
פליז גיבט אפ אייער שטימע
טעקסעס
איז דאך ווייטער אמעריקע
עס מוז זיין אונדרויסען פון אמעריקא? איך האב ליב אמעריקא אבער ניו יארק האב איך פיינט
אקעי. און פארוואס עפעס די שמייליגע טעקסעס?
זיי זענען גוט פאר ביזנעס
קרית יואל
קאווע טרינקערקרית יואל
וואס איז דא דארט?
זר זהבאקעי. און פארוואס עפעס די שמייליגע טעקסעס?
דא האסטו עטליכע סיבות, קוק די ערשטע פאר תגובות פון דעם לינק:
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=588539#p588539">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 39#p588539</a>
כ'וועל זיין די איינציגסטע שבת גוי!
סאטמאר רב ציון. קאווע וויל זיין נאנט
האלאנד
זאג ארויס וואס דו טראכסט... אמסטערדאם....
פאריז..
וועלכע איז ענדערש?
וועלכע וואלט איר גענומען?
רויטע קוועטשער אן קיין שאלה. די גרינע באטאן גייט מיר נישט מאכן טאפעלט גליקליך ווי די רויטע. און אויב פארליר איך קען איך נישט לעבן מיט די חרטה געפילן אז כ'וואלט געדארפט קוועטשען די גרינע. אויב וואלט איך אבער געהאט אפאר מעלאנעס אין באנק, לפחות צען צוואנציג, דעמאלס וואלט איך יא געקוועטשט די גרינע, ווייל איין מיליאן איז נישט אזוי סאך ווערט פאר א מאלטי מיליאנער, און כ'קען לעבן מיט די שאנס פון 50% 100 מיליאן.
מאך די עקספערימענט אויף רויט = זיכער א פעני, גרין = 50% א דאלער, וואלט יעדער זיכער געקוועטשט גרין, אויב וואלטו געמאכט רויט = זיכער א טרילאן, גרין = 50% הונדערט טריליאן, וואלט יעדער זיכער געקוועטשט רויט. סך הכול ווענדט זיך וואו דו שטייסט אויפן וועלט.
קלאר און גוט
קורץ און שארף
ארויסגעברענגט
איך האלט די זעלבע
!!!!!
קלאר און גוט
קורץ און שארף
ארויסגעברענגט
איך האלט די זעלבע
פרישע אנקעטע
פון וועלכע סקווער האט איר לעצטענס געהערט די מערסטע? און וואס איז די סיבה דערפאר?
סקווער פלאזא (פראטעסט נגד גיוס בני ישיבה)
*טיימס סקווער (עפעס געווען אין די נייעס צוליב באמבעס)
*ניו סקווער (געווען אין די נייעס צוליב די שריפה)
טאכריר סקווער (א פלאץ ווי מען ערוועלט דעמאקראטישע פירערס)
ככר שבת
ככר זשופניק
יוניאן סקווער