נייע חודש'ליכע מאגאזין: 'מצליח'
240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2927
נייע חודש'ליכע מאגאזין: 'מצליח'
אין די קומענדיגע טעג קומט ארויס א נייע חודש'ליכע מאגאזין מיטן נאמען 'מצליח',
די מאגאזין ווערט ארויסגעגעבן דורך די נייע ארגאניזאציע
OJPAC,
די מאגאזין וועט האבן אין זיך אינטערסאנטע ארטיקלען, אנאליזן, און אפהאנדלונגען וועגן אלץ און אלעמען, און בפרט וועגן די לעצטיגע געשעהנישען ביי כלל ישראל.
אין א שמועס מיט די ארויסגעבער, גיבן זיי איבער אז זיי לייגן אריין איבערמידליכע כוחות, אז עס זאל שוין זיין צובאקומען אויף מארגן אי"ה.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן.
עמי סטייל, עס גייט זיין אויפן פארמאט ווי די עמי, בינה.
וועלכע שפראך?
אידיש.
נו, עני אפדעיטס? קומט עס טאקע ארויס היינט?
וועט אי׳ה זיין צובאקומען מארגן אין די געשעפטן, די פרייז וועט זיין $4.50.
עס וועט זיין צובאקומען אין גאנץ נ.י, קענעדע, לאנדאן.
בילד פון דעקל?
אוי טאטיעמי סטייל, עס גייט זיין אויפן פארמאט ווי די עמי, בינה.
עמי און בינה זענען הימל און ערד.
יאיראוי טאטיעמי סטייל, עס גייט זיין אויפן פארמאט ווי די עמי, בינה.
עמי און בינה זענען הימל און ערד.
עס איז די זעלבע ׳פארמאט׳! ׳מעלות׳ איז אויך די זעלבע ווי די צוויי..
און צו איבער'חזר'ן יאנקל'ס שאלה, אויף וועלכער שניט איז עס?
אויף דעם האב איך געשריבן, עמי סטייל.
אהא, כ'האב געליינט צו שנעל. וואס מיינט עמי סטייל, קאנטראווערסיעלע ארטיקלען?
דאס וועל איך אויסגעפונען מארגען אי׳ה, כ׳זאג נאר נאך וואס איך האב געהערט פון די ארויסגעבער.
יאיראון צו איבער'חזר'ן יאנקל'ס שאלה, אויף וועלכער שניט איז עס?
די שניט פון G&G
מ'קען פאלאוען אויף טוויטער @MatzliachM
ווי איך פארשטיי זענען די ארויסגעבער יוסי געשטעטנער אין אהרן יאסל שפילמאן
דאס איז א מעסעדזש וואס איז נעכט'ן ארומגעפארן אויף די טעלעפאנען:
אויסשליסליכע ספעציעלער פראיעקט: כלל ישראל אונטער אטאקע!
ערווארט מיט שפאנונג, בקרוב אין די געשעפטן, 'מצליח מאגאזין', מאנאטליכע פובליקאציע פאר בלויז: $3.99
צום געזעגענען: דער ניו יארקער געזונטהייט צאר. א מעיאר אדער א דיקטאטור?
אויספירליכע אינטערוויו מיט'ן חרידי'שער פי.אר. סטראטעגיסט און זשורנאליסט ר' יוסי געשטעטנער. איבער דער לעצטיגער קריזיס.
באהאנדעלט די נעגעטיווע דעקונג אין די אלגעמיינע מידיא קעגן דעם ארטאדאקסישן אידענטום. און טיילט מיט זיינע פערזענליכע אויפטוהן אויפ'ן פובליק רילעישאנס פראנט.
א בליק איבער דעם נייעם ארגאניזאציע: 'או.דזשעי.פעק.' ארטדאקסישער אידישער פובליק אפפעירס קאונסיל. Ojpac.org געגרינדעט אין ליכט פון די שווערע מצב וואס כלל ישראל לעבט אצינד איבער. ווער שטייט אינטער איר? און וואס איז דער ציל?
דיסטריקט אטוירני קריזיס: ווער איז דאס טשארלעס היינס? און ווער זענען זיינע קעגנער?.
אויספירליכע באשרייבונג איבער די קאנטערווערסיאלע ווירטשאפט אין אפיס פונעם דיסטריקט אטוירני אין לויף פון 25 יאר. אין די אויגען פון די פובליקום.
ארגסטע שולע טראגעדיע אין אמעריקאנער געשיכטע: ניו-לאנדאן שולע אויפרייס מיט 500 סטודענטן טויט.
ולאחיו יאמר חזק: פראגען און ענטפער'ס. ברודער ביסט נישט אליינ'ס! רעדט זיך אויס אייער הארץ, און אייער ברודער וועט אייך ענטפערן.
טראגישע אומקום פון הבחור ארי' האלבערשטאם הי"ד אויפ'ן ברוקלין בריק; פרוי האלבערשטאם קעממפט צו ברענגען פאראנטווארטליכע צו יוסטיץ, און פירט דורך נייער געזעץ. – ווערט באעהרט דורך די עף.בי.איי. און אנדערע פעדעראלע אגענטורן.
לענגערע באשרייבונג איבער דיסקרימינאציע, עגאאיזם, און קארופציע אינערהאלב די ניו יארק פאליציי דעפארטמענט.
אין נאך פולע בלעטער פון דראמאטישע און אינפארמאטיווע ארטיקלן און שילדערונגען, 'מצליח' מאגאזין, יעדן חודש אין די געשעפטן אי"ה.
פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען.
מצליח מאגאזין: פון הינטער די קוליסן...
מצליח מאגאזין: פון הינטער די קוליסן...
📎 געשטעטנער אינטערוויו - מצליח.jpg
אזוי ווי עס קוקט אויס גייט די מאגזין ארויסברענגען אלע עוולות וואס מען איז באגאנגען אנטקעגען אידען, און אויך אלעס שלעכט'ס ביים גויאיש'ען סיסטעם.
און פארשטייט זיך אז זיי גייען מיט דעם מקיים זיין "ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה", און מגייט אזוי סאך אויפטוהן...
"בנין נערים סתירה".
און פארשטייט זיך אז זיי גייען מיט דעם מקיים זיין "ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה", און מגייט אזוי סאך אויפטוהן...
פאר דיין אינפארמאציע, די ארויסגעבער פונעם מאגאזין ווייסן אויך פונעם פאקט אז מיר אידן געפינען זיך אין גלות, און מען דארף אננעמען דעם עול-הגלות מיט ליבשאפט, און מיר זענען נישט דא צו קעממפן מיט די אומת העולם, נאר ליבערשט זיך פירן ערליך און באשיידן און נישט פארלעצן קיין געזעצן, ווייל דינא דמלכותא דינא. און אזוי ארום ברענגען א קידוש שם שמים.
ס'וואלט געווען א שיינע זאך אז דו זאלס'ט צו ווארט'ן ביז דער אויסגאבע ערשיינט, און נאכ'ן ליינען די ארטיקלן זאלסטו לאזן הערן דיין מיינונג, ווייל דערווייל רעדסטו דא פון בלויזע שפעקולאציעס, און ס'וואלט געווען ראטזאם און ריכטיג נישט צו שפינען קיינע פאנטאזיעס בעפאר'ן ליינען דעם מאגאזין. אין בין אין גאר נאנטע פארבינדונגען מיט די ארויסגעבער, און זיי טוהן זייער אחריות'דיג און סענסעטיוו באהאנדלן די אומאיינגענעמע טעמעס וואס איז נוגע כלל ישראל.
או. דזשעי. פעק. וועט נישט דינען אלס א פארטיזאנער גרופע, און דער מאגאזין וועט נישט דינען אלס א שופר אויפצוהעצן די געמיטער צו קעממפן קעגן דעם עשיו שונא ליעקב, די ארטיקלן וועלן נאר ווארפ'ן א ליכט איבער פארשידענע ערנסט'ע טעמעס וואס שפילן זיך לעצטענ'ס אפ, און וואס ס'איז פארבליבן פאר אונז אידן צו טוהן, אויף א ערליכ'ן און אויסגעהאלטענעם וועג, אפצושטילן דעם שרעקליכן און וויסטע העצעריי קעגן דעם חרדיש'ן אידענטום.
מיט דאנק פון פאראויס!
(איך האב נאר גערעדט צו די וואס זענען אינטערסירט צו זיין אויפריכטיג... וד"ל.)
ווי איז די דעקל?
סע גייט זיין אזוי ווי עמי וואס זיכען אלץ קאנראווערשעל זאכן אז זיי זאלען האבען מער קאסטעמערס?
איך ווינטש פארן אדזשעיפעק און פאר זייער מעגעזין מצליח זיי זאלן זיין מצליח! ריליסטיש גערעדט טראכט איך אז די אויסגאבע האט שוואכע שאנסן מצליח צו זיין.
איינער האט שוין געזען די מאגאזין?
געס ווער גייט זיין די ערשטע עדוויטייזער?
the Jewish phone book
פרייטיג?
סע נאכנישט דא.
איך שטיץ עס זייער שטארק!!
איינוועיגס וועט שוין שמעון האבן קאמפאטישאן וועט ער זיכן געשמאקע ארטיקלן..
כ'מיין נישט ח"ו קיין שלעכטס, דאכט זיך אבער אז דער שפילמאן האט א שטיקל היסטאריע פון פארמאכן מאגאזינען (ליין עפענען פאר איין אויסגאבע..). איך האף אז דאסמאל רעדט זיך עס שוין פון עפעס ערענסט, ווייל די אלע אויסגאבעס וואס ער האט ארויסגעגעבן ביז יעצט זענען געווען אויסטערליש אינטערעסאנט, עס האט פשוט נישט מאריך ימים געווען.
צווייטענס וויל איך פארשטיין וואס דער OJPAC איז, וואס גייען זיי אויפטון, ווער פינאצירט דאס, ווער זענען די פירער דערפון?
וועלכע מאגאזינען האט ער שוין געעפנט?
יאירוועלכע מאגאזינען האט ער שוין געעפנט?
מיין מיינונגכ'מיין נישט ח"ו קיין שלעכטס, דאכט זיך אבער אז דער שפילמאן האט א שטיקל היסטאריע פון פארמאכן מאגאזינען (ליין עפענען פאר איין אויסגאבע..). איך האף אז דאסמאל רעדט זיך עס שוין פון עפעס ערענסט, ווייל די אלע אויסגאבעס וואס ער האט ארויסגעגעבן ביז יעצט זענען געווען אויסטערליש אינטערעסאנט, עס האט פשוט נישט מאריך ימים געווען.
צווייטענס וויל איך פארשטיין וואס דער OJPAC איז, וואס גייען זיי אויפטון, ווער פינאצירט דאס, ווער זענען די פירער דערפון?
לויט וויפיל איך ווייס, האט נאכנישט שפילמאן ארויסגעגעבן קיין איין אויסגאבע וואס זאל זיך האבן פארמאכט. וואס איז יא אמת איז אז ווען ער האט געהאט א חלק אין א פראיעקט איז עס געווען סוקסעספול, דראמאטיש און אינטערסאנט. אויסנוצענדיג זיין רייכער טאלאנט קע"ה, אויף פארשידענע פראנטן.
לעצטענ'ס האט ער געהאט ארויסגעגעבן א איינמאליגע אויסגאבע מיטן נאמען 'המצב' וואס ס'איז געווען א בילדער מאגאזין וואס האט געדעקט דער מלחמה צווישן מדינת ישראל און כאמאס מיט אייניגע חדשים צוריק, און ווי איך הער איז עס געווען א שטארקער סוקסעס. (איך פערזענליך האב עס געקויפט און באמת שטארק הנאה געהאט דערפון) מיט איבער א יאר צוריק האט זיך געהאט געעפענט א אידישער נייעס-וועב-זייטל, און ווי איך האב געהערט האט שפילמאן בלויז ארויסגעהאלפן מיטן עפענען דעם וועבסייט, פון דארט און ווייטער האט עס גארנישט געהאט מיט אים קיין שייכות.
דער שפילמאן איז איינע פון די גרינדער פון דעם נייעם מאכטפולן ארגאניזאציע OJPAC - זייענדיג א טשאפלעין אין שפיטאל, און א עסקן פאר מערערע אידישע ארגאניזאציעס, א ענערגישער מאן וואס וועט קעמפפן ביז'ן סוף פאר וואס איז ריכטיג (פערזענליך מיטגעהאלטן) ארבעטענדיג מיט מערערע לאו אינפארסמענט אגענטורן איז ערווארטעט אז דער ארגאניזאציע וועט זיין א סוקסעס, און אויפטוהן דאס ריכטיגע. מיר וואונטשן אים און זיינע קאלעגעס פיל הצלחה און סייעתא דשמיא.
נו וועלעכע פרייטיג קומט עס ארויס?
איצט אנגעפרעגט ביי די באהערדע, מארגען שפעט אין טאג וועט עס זיין צובאקומען אין די געשעפטן בעזר השם.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/YossiGestetner/status/304333707895005185/photo/1">https://twitter.com/YossiGestetner/stat ... 85/photo/1</a>
אדוואקאט
דער שפילמאן איז איינע פון די גרינדער פון דעם נייעם מאכטפולן ארגאניזאציע OJPAC
מאכטפולען?
יידלאדוואקאט
דער שפילמאן איז איינע פון די גרינדער פון דעם נייעם מאכטפולן ארגאניזאציע OJPAC
מאכטפולען?
you ask a question on a commercial ?
pls
😎
איך הער אז די פארשפעטונג קומט צוליב דעם וואס זיי האבן נאך געוואלט אריינכאפן צו באשרייבן די לאו-סאוט אנטקעגן די געשעפטן.
הערשל קלאר און צימערמאן הייבטס אויף א קול מחאה און ווארפטצעס ארויס פונעם הייליגען רבינס זבראכא'ס שטאט
אינעווייניג.
📎 e78cae5aee7095e39c338cd8f7f5e93b.jpg
נאך.
📎 5c0875619f25b022b3a5d8a8d71dc1cb.jpg
א זייטיגע באמערקינג
איז נישט שווער צו זיצען אין אפיס א גאנצע טאג מיט א פארמאכטע לאנגע רעקל?
יוסי האט נישט געקענט אראף לייגען זיין קאפ וואסער אויף די קאווער?
ער וויל ווערן אזוי פאפולער ווי רוביא..
אדער נאכמאכן בוש (און נישט אובאמא) וואס איז שטענדיג געזעצען אין אוועל אפיס מיט א רעקעל
א ספר אויף א חומש.
[ציטאט אראפגענומען]
קופערניו איך האלט נישט זיי מען זאל שוין אטאקירן גיב זיי א שאנס. מיר אלע דא זענען שטארק פאר אינגעלייט זאלן שרייבן פריי און פרובירן כשרונות לאמיר איהם שטיצן און ליינען און אז מיר זעען וויכטיק וועלן מיר איהם הילכיק קריטיקרן דא על גפי מרומי קרת השטיבל. דער עיקר איז יעדער קען שרייבן מה שישים השם בפיו.
בן תמליעלע איז גערעכט געב עם א טשענס ער וועט זיך שטעלען אויף די פיס
אויב קלאר וצימערמאן מעגען זיך רופען שופר פון כלל ישראל פארוואס טאר ער נישט?
גיי פראסקע אן קלאר
יא קופי, איך האלט אויך אזוי, מיט תמליונ'ס זון און האול-ווהיט קרעקער.
מען איז פארנומען שרייען אז קיינער טוט נישט, נישטא קיין ווארט-זאגער פארן יהדות החרדית,
לאמיר זעהן וואס וועט ער ברענגען צום טיש, ונזכה ונחי' ונראה.
און אויסער דעם, אויב גייסטו טיילן הילכיגע פראסקעס אין פנים, קען ער רופן די פאליציי, און והנה, א דריטע סומאטוכע וועט געבוירן ווערן למז"ט.
שמעקעדיגיא קופי, איך האלט אויך אזוי, מיט תמליונ'ס זון און האול-ווהיט קרעקער.
מען איז פארנומען שרייען אז קיינער טוט נישט, נישטא קיין ווארט-זאגער פארן יהדות החרדית,
לאמיר זעהן וואס וועט ער ברענגען צום טיש, ונזכה ונחי' ונראה.
און אויסער דעם, אויב גייסטו טיילן הילכיגע פראסקעס אין פנים, קען ער רופן די פאליציי, און והנה, א דריטע סומאטוכע וועט געבוירן ווערן למז"ט.
איך גלייב נישט אז ער וועט דאס טון צו א 540 יעריגע מענטש.
קופי, שוין ווידעראמאל!
לו יהא כדבריך, קען ער זיך עפעס אליינס באשאפן כשרונות?
ער נעמט די כוחות וואס ער האט באקומען פון הימל, און טוט די בעסטע לויט זיין יכולת. קודאס פאר איהם! אדרבה, ממנו ילמדו וכן יעשו!!
וואס נאך קען מען פארלאנגען פון אים?
די בעלי יכולת און בעלי כשרון טוען דאך נישט גארנישט. ווי אנאנים שרייבט: "מיר איינגעמאכטע ליליפוטן לאזן אונזערע כשרונות פארוועלקט און פארטרוקנט ווערן צוליב דעם געזעלשאפטליכן פאראליז פון מה יאמרו הבריות"...
קופיקא, עפעס דריקט דיר דא.... און דו קאכסט אפ א זאווערוכע...
אז דו האסט א בעסערע עצה, לאמיר הערן.
אפשר ווילסטו זיך אריינשטעלן אין זיינע שיך, און טון צו דער זאך?
קרעקעראדער נאכמאכן בוש (און נישט אובאמא) וואס איז שטענדיג געזעצען אין אוועל אפיס מיט א רעקעל
