☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » נייע חודש'ליכע מאגאזין: 'מצליח'

נייע חודש'ליכע מאגאזין: 'מצליח'

240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2927
בלאט: 1 2 3 4 5

יידל » זונטאג מערץ 24, 2013 4:12 pm

· #99881
כאטשיג איך טו נישט עגריען מיט אלעס וואס מאראנצןזאפט האט געשריבן (זאג איבער נאכאמאל וואס באדערט דיר וועגן באבוב'ע רבי?) דאך האב איך אים געלייקט וויבאלד עס איז מיר ממש געווען פיינליך צו ליינען דעם אויסגאבע.
נאך א נקודה צוצולייגן צו מ"ז'ס ליסטע: ביי אינטערוויוס (מוטה פראנק, בארבער, טאמפסאן) הערט איר נישט אויף צו שפרינגן צווישן איר און דו, אייך און דיך א.א.וו.

מאראנצןזאפט » זונטאג מערץ 24, 2013 4:13 pm

· #99882
"באבובער רב" איז דער ריכטיגער טיטל, אבער איר זענט גערעכט איטס נאו ביג דיל!

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 24, 2013 4:29 pm

· #99885
מאראנצן דו ווארפסט דא צוזאמען, אויב דאס איז נאר "בקיצור", דאן ווי אזוי קוקט שוין אויס דיין אריכות.. א געוואלדיגע ארבעט!
יידל'ס הערה איבער "ללבנות הנשברים" האט מיר געמאכט אויספלאצן... כ'פארנעם נאך א מיסטעיק, אבער אזוינס א גוטס?

דו שרייבסט:
אונזערע ליינער זענען מפונקים און מ'קויפט נישט אבי עפעס.

מיט דעם בינעך מחולק, והבלאט יוכיח.

מאראנצןזאפט » זונטאג מערץ 24, 2013 4:40 pm

· #99888
כ'בעט דיר! מיט אלע חסרונות פון דער בלאט (קוק אין צימעס וויפיל איך האב זיי קריטיקירט) איז עס נאך אלץ א פראפעסיאנלע ארבעט מיט יארן עקספיריענס. ווי אויך האבן זיי א באזע פארטייאישע ליינער.
איך מיין בעיקר דער בליק, דער אידישער פלאם, און צייטשריפט, וואס זענען אלע געווען גאנץ גוטע אויסגאבעס און האבן נישט געקענט אנגיין, ווייל מ'דארף זיין גאר גוט.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 24, 2013 4:57 pm

· #99891
צייטשריפט איז אונטערגעגאנגען צוליב אומ-פראפעסיאנאליזם? כ'גלייב נישט. איך האב נאכנישט באגעגנט א בעסערע אויסגאבע. איך בין נישט דער גרויסער מבין, אבער דאס איז באמת דאס בעסטע וואס איך האב געזעהן, און איך בענק זיך שטארק דערנאך!

קרעקער » זונטאג מערץ 24, 2013 5:37 pm

· #99902
מאראנצן
דו ענדיגסט אויכט נישט
סאו וואס ווילסטו יעצט? מצליח זאל זיך פארמאכען? ער זאל אויפנעמען שרייבערס? מגיהים? גראפיקערס?
עצה עם וואס צו טוהן
ער ליגט שוין דא מיט א צענער לכל הפחות

יידל » זונטאג מערץ 24, 2013 5:45 pm

· #99914
ווען מצליח'ס ארטיקלן וואלטן זיך אזוי "נישט געענדיגט" ווי מאראנצןזאפט'ס תגובה, וואלט ער גוט געשטאנען. אבער אויב ווילסטו דוקא עצות, אט זענען מיינע רעקאמענדאציעס: אויפנעמען א פראפעסיאנאלן מגיה, אויפנעמען א טייפסעטער אדער א גראפיקער וועלכער קען אויך די טייפסעטינג מלאכה, און אויפנעמען לכל הפחות נאך איין שרייבער חוץ דער רעדאקטער זעלבסט.

יידל » זונטאג מערץ 24, 2013 5:46 pm

· #99915
שמעקעדיג
צייטשריפט איז אונטערגעגאנגען צוליב אומ-פראפעסיאנאליזם? כ'גלייב נישט. איך האב נאכנישט באגעגנט א בעסערע אויסגאבע. איך בין נישט דער גרויסער מבין, אבער דאס איז באמת דאס בעסטע וואס איך האב געזעהן, און איך בענק זיך שטארק דערנאך!

איך מיין אויך אז דער צייטשריפט איז געווען א געוואלדיגער מאגאזין, און איז לכאורה אונטערגעגאנגען צוליב מיסמעדעזשמענט ווי איידער פארלוסט פון קאסטומערס.

מאראנצןזאפט » זונטאג מערץ 24, 2013 6:37 pm

· #99924
קרעקער
מאראנצן
דו ענדיגסט אויכט נישט
סאו וואס ווילסטו יעצט? מצליח זאל זיך פארמאכען? ער זאל אויפנעמען שרייבערס? מגיהים? גראפיקערס?
עצה עם וואס צו טוהן
ער ליגט שוין דא מיט א צענער לכל הפחות


איך האב שוין געשריבן וואס ער זאל טוען. גיי צוריק אביסל וועסטו אנמערקן. בקיצור, ער דארף אן ערנסטן מגיה, און א פראפעסיאנאל וואס זאל אים שטיין צו דער האנט.

מאראנצןזאפט » זונטאג מערץ 24, 2013 6:40 pm

· #99926
@שמעקעדיג איך פלעג אויך הנאה האבן פון דער צייטשריפט.
כ'האב עס בלויז געניצט אלס א משל ווי שווער ס'איז אנצוגיין אינעם קליינעם אידיש רעדנדער מארקעט. קוים וואס דער שטערן - וואס איז א כליל המעלות נאך אלע דרשות פון יאנקל - קען אנגיין. (ווער געדענקט נאך ווען ער האט זיך צוזאמענגעשטעלט מיט צייטשריפט).

זר זהב » זונטאג מערץ 24, 2013 8:23 pm

· #99946
מי כעמך ישראל, דער עולם ווארפט געלט אין מיסט אויף סאפאמארישע דרעק. אנשטאט צו באוויינען די 5 דאללאר גיט מען אים נאך פרי אדווייז.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 24, 2013 8:28 pm

· #99948
ללבנות נשברות!
📎 5678.JPG

חשבון » זונטאג מערץ 24, 2013 10:23 pm

· #99966
טייערע מצליח, פארגאנגענע חודש האב איך דיך פאטיידיגט איך האב זיך געשלאגן פאר דיר איך האב געשריגן אז מ'זאל דיר געבן א שאנס. איך האב געגלייבט אז דו ביסט ניי און דו וועסט אויסהערן וואס אנדערע זאגן און זיך צושטעלן דערצו.

יעצט זינק איך פאר בושה, האסט מיר געווארפן א קראקס אין פנים. האסט מיך געמאכט פארלירן יעדע ביסל טראסט אין דיר פארוואס????

פארוואס זאלסטו נישט הערן וואס עלטערע בעסערע און געלונגערע פון דיר האבן צו זאגן??? דו מאכסט מיך זינקן פאר בושות פארן דיך פארטיידיגן פארוואס טוסטו עס צו מיר?

וויי וויי

וואלפה » זונטאג מערץ 31, 2013 2:28 am

· #100542
איך האב הנאה פון איהם כאטש ער קען נאך א ביסל שארפענען זיין פענסיל, ווייל ער איז נישט אזוי באקסעדיג (אפשר וועט עס קומען מיט די צייט, אבער איך רעדט כעת) לדוגמה ווען א.י. שפילמאן שרייבט אינם ניסן דיגע מצליח וועגן די גלויבער טראגעדיע ברענגט ער ארויס שטארקע ווערטער וועגען די "נייע" געבוירענע קינד, נישט אזוי ווי אנדערע וואס האבן נישט גורס געווען א קינד אינם עקסעדענט...

וז"ל......יונגע בלוט קאכט און זידט אויפ'ן אייז-פארפרוירענעם אספאלט, ימים פון הייסע אידישע טרערן פארפרוירן צו קאלטע אייז-שטיקער, א יונגע עופה'לע קעמפפט מיט מאשין-געטריבענע הארץ-קלאפעניש, צו קענען ברענגען א טרייסט פאר די פאמיליע, א קדיש זאגער פאר זיינע פארשניטענע עלטערן וועמען ער וועט קיינמאל נישט קענען... זון גובט אירע לעצטע שטראלן, וועטער טעמפראטורן טוישן זיך צו די נידעריגע ציפערן, און ערוועקט פריש די נעכטיגע געפילן - א טאטע...א מאמע... נאכנישט קיין מאמע... א פרוי.... א אינגעלע למזל טוב.... יא! מען קען זיי אנרופן "טאטע און מאמע"... און פון הימל קענען זיי זאגען: 'מיין קינד".... אויפן פינסטערן בארג אינעם בית החיים צאנקן די ליכטליך, ס'איז שווארץ, א פריש פארפאלק געברענט צו זייער אייבוגער רוה, למנוחת עולמים, טויזנטער געזעגענען זיך מיט צער, און טיפע עגמת נפש, אוי א קלעם, א בראך, ווער וועט דאס אינגעלע אויפציען?... ווער וועט דאס אינגעלע א גלעט געבן, און בארואיגען אין וויגעלע? דאס מוטערליכע ליבשאפט וואס נאר א מאמע קען געבן איז עפעס וואס איז א טייל פונעם נישט ווייטער פארגאנגענהייט, הילד, דער אומשולדיגער תינוק, פיצי, און הילפלאז, פאכעט מיט זיינע קליינטשיגע הענטליך, און זוכט פאר מאמי, אבער זי איז נישטא אים צו בארואיגען, גלעטן, און וויגלען... ערגעץ-וואו אין איינע פון די הויעכע-וואלקן קראצער געביידעס, אין שפיטאל, קלאפט ס'הערצעלע, אין א פארזוך צו ברענגען א טרייסט פאר זיין נארוואס געווארענע פאמיליע, וואס זארגען אזוי פאר אים, וואס פארלאזן אזויפיל טרערן פאר אים... און קוקן ארויס אז ער זאל זיך ערהוילן, און אנטוויקלן, ערנערן און אויפוואקסן, נאר דו שעפעלע, דו קליינער פיצי אומוויסנדער פייגעלע, וועסט קענען עטוואס א טרייסט ברענגען צו דיינע אידישע געשוויסטער, דאס ליבליכע ווארעמע הימלישע האנט, פונעם אבי היתומים טוט דיר היטן, און גלעטן מיט א הימלישע פאטערליכע ליבע, מיין קינד! אלעס האט א חשבון! וויין שעפעלע וויין, ביזט אבער נישט אליין, יא ביזט נאך קליין, דו אלס קיילכעדיגער יתומל, טוט נענטער ברענגען די גאולה שלימה, ווען איך וועל מיר אנטפלעקן צו מיינע זיסע שעפעליך אין גלות, כלל ישראל, מיין ליבלונג, מיט וועמען איך טוה שטאלצירן, איך ווייס ס'איז שווער, עמו אנוכי בצרה, קעמפפט נאך אביסעלע מער, דאס זייגערל שטעלט זיך נישט אפ, דו פארניכטעטע קארס אויף קענט עוו. בלייבן נישט אויפן שאסיי, דאס קאפעלע, און ברילן, און אנדערע זאכן וואס געהערן צו די קרבנות זענען שוין אוועקגענומען געווארן, דער אפקלאנג פון די היסטערישע סירינעס זענען איינגעשטילט, אבער ענקער געוויין ליבע שעפעליך הערט זיך נאך אויבן אין הימל, ענקערע היסטערישע געשרייען ווערן נישט איינגעשטילט, דער רבש"ע וויל מיר זאלן בלייבן אידישע קינדער, א קאפעלע אויף קענט עוועניו, - אוי, בלייבט אידן..... ברילן צווישן ברוכווארג. - אוי, היט אייך דו אויגן... גלויבער - טוט גלויבן אין מיר, פארלירט נישט אייערע אמונה, קערט זיך צוריק צו מיר, היט אייער שפראך, אייער אויסדרוק, האלט אייך אפ פון רעדן ניבול, ווייל יונגע קינדער ווערן דערפון פארשניטן.... אונזער פיצי עלנדע ברודערל איז געבליבן לעבן, אבער איז קריטיש... דער רבש"ע וויל זעהן צו מיר האבן דערהערט דעם מעסעדזש... די נומערן שפרונגען ארויף אין אראפ.... לויט יעדע קרעכץ, הירור תשובה. גוט ווארט, ריינע מחשבות, פון אונז זיינע ברודער און שוועסטער...
ווען די נשמה'לע וואלט געקענט רעדן וואלט ער אוודאי געשריגען אין זיין יונגע רחמנות'דיגע שטימעלע: ברודער און שוועסטער, איך וויל לעבן... איך וויל זיין א געזונט קינד ווי יעדער איינער...איך האב נישט קיין מאמע וואס זאל מיר גלעטן און בארואיגען, נאר איר קענט מיר גלעטן, מיט אייערע מעשים טובים... א יעדע ריינע מחשבה איז נאך א גלעט פאר מיר... א יעדעס מאל וואס דו שטארקט זיך אויף דיין דיבור, מחשבה און מעשה איז דאס נאך א ליבליכע קוש צו מיר, פיצינקע עופה'לע... איך האב נישט קיין טאטע וואס זאל מיר באגלייטן אויף דעם שווערן וועג, ווייל טאטי האט מיר איבערגעלאזט נאך בעפאר איך האב אים געקענט זעהן... ברודער און שוועסטער, נאר אייערע מעשים טובים וועלן מיר קענען באגלייטן, גלעטן, און בארואיגען... א יעדע קלאפ וואס מיין עטליכע מאנאטיגע הערצעלע גוט איז געוואנדן לויט יעדע מעשה וואס איר טוט, איך בעט דיר: גוב מיין הערצעלע נאך א קלאפ.... טוה נאך א מצוה'לע... און נאך א קלאפ.... היט איך אפ אין קדושה און צניעות... און אוי.... נאך א קלאפ.... לאזט פאלן נאך א טרער.... גוט מיר לעבן.... דורכן ווייזן ליבשאפט צו אנדערע אידישע קינדער.... יא! ב"ה, איך ליג מיר דא אליין, זיי זענען געגאנגען, און איך בין געקומען... טאטי, מאמי... אויבן האט עטס א שטארקע כח, איר קומט דאך פון אט דער פינסטערע וועלט,.וכ"ו

מיין מיינונג » זונטאג מערץ 31, 2013 4:47 am

· #100574
מיט מיר איז ער פארטיג. דער איד האט מיך שרעקליך דיסעפוינטעד מיטן נישט נעמען עדווייס פון דא צו פאררעכטן זיינע טעותים, און באגייט זיי נאכאמאל ביתר שאת ויתר עז. די ספעלינג טעותים האבן מיינע אויגן צונומען און די גרעמער האט מיך געמאכט ברעכן. איך בין שוין מוחל די ריזיגע בילדער פון כבודו הרמה והגדולה הרב שפילמאן ירום הודו, אזוי אויך די ביליגע פראפעגאנדע פון בנימין בארבער (איך זאג ביליג ווייל עס איז נאריש געשריבן און די בילדער צום ארטיקל זאגן נישט גארנישט חוץ אז ער דארף כבוד), און איך בין שוין אויך מוחל די נידריגע רעזעלוציע בילדער. איך בין אבער נישט מוחל דאס פארהאנקען דעם ליינער מיט אזוינע גראבע שרעקעדיגע ספעלינג מיסטעיקס. דאס הייסט רעכט זיך געשפילט מיט אונזער אינטעליגענץ.

איך וואונטש הרב שפילמאן אסאך הצלחה אויף ווייטער, אבער מיינע פינעף דאללער האט ער בדרך הטבע פארלוירן מהיום והלאה.

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 31, 2013 9:41 am

· #100578
מיט מיר איז ער אויך פערטיג, איך האב געקויפט דעם ערשטן, געבראכן, זיך פארעקלט אין פערטיג.

אבער עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז דא רעדט מען פון א וואן מען בענד, דער איינער שפילמאן שרייבט, טייפט איז מגיה, מאכט די גראפיקס אין דיסטרוביוט איר, הכל בכל מכל ווערט געמאכט דורך די זעלבע צען פינגער.

פארוואס טאקע? דאס איז שוין אינזער שולד, וויבאלד דער ציבור קויפט נישט, אין דער אינגערמאן איז נישט אינטערעסירט צו אינוועסטירן 40-50,000 דאלאר אין א פראדוקט וואס האט שוואכע שאנסן צו מאכן גרויסע רווחים, אצינד ווען ער ארבעט אליינס אן קיין עקסטערע הוצאות, קען ער כאפן דעם דופק אין זען ווי ער קען זיך עפארדן צו עקספענדען. (א ריזיגע טעות, אבער פארט קען מען אים פארשטיין)

פארדעם איז דא די אלע גרייזן, וויבאלד ס'נישטא קיין מגיה, אין פארדעם האבן אלע ארטיקלען ס'זעלבע פנים, וויבאלד ס'די זעלבע שרייבער וכו.

אה און שיעור פארגעסן, פארדעם איז דא אזוי באנטש פיקטשערס פון אים אויפן דעקל, און אינעווייניג, וויבאלד ס'נישטא קיין רעדאקטערס אדער עדאטאריעל באורד וואס זאל אים שיינערהייט מסביר זיין אז ס'איז מש...

town1 » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 3:38 pm

· #101330
איך האב די חודש געקויפט די צווייטע מצליח, ברוך השם זייער א שיינע ארבעט אנגעהויבן ביי די אינטערסאנטע אינטערויוו מיט הרב בנימין בארבער וועגן אידן זאלן גיין אויף רזשורי דינסט, דערנאך די אינטערויוו מיט הרב מוטה פראנק וועגן היימישע נשמות וואס פאלן ליידער אוועק, עס איז געווען פול מיט בטחון, דערנאך די אינטערויוו מיט ביל טאמפסאן אויך זייער אינטערסאנט, די מעשה וועגן דוב הייקינד ווען די מידיא האט אים אינטערגעריסן, די ארטיקל וועגן די פילאטלאזע פליגערס איז געווען גאנץ אינטערסאנט, נאר די בילד ווי די יונגל וויינט פאסט נישט פאר א אידישע אויסגאבע, די ארעסטאנט וואס איז געווען אויף די פריי און זיך צוריק אריינבאקומען אויך גאנץ אינטערסאנט,

שעפטל » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 4:08 pm

· #101342
איך וועל ווייטער מסתמה קויפן דעם מצליח פשוט ווייל איך האב ליב צו ליינען,
נישט אז איך וויל נישט הערן וואס דער עסקן נמרץ ר' בנימין בארבער יר"ה האט צו זאגן, איך קען אים מסתמה הערן אויף קול מבשר, און דזשורי וועט ער נישט איינפירן אין ראמען פון אן אויסגאבע..
איבער די לעגענדארע היסטאריע איבער טאמפסאן וועל איך ליינען אויף וויקיפידיע און ווי אויך אין די צייטונגען ווען זיינע סקאנדאלען וועלן ארויסקומען, זיינע צוזאגן און ליב האבן איז פשוט פאליטיקל!
בקיצור די צוויי ארטיקלן זענען זייער טריקן.
הרב מוטה פראנקס ארטיקל איז מיר עפעס נישט קיין חדשות געווען,
דוב הייקינד איז שוין געווען באשריבן אפילו אין אלע אידישע צייטונגען.

רייקערס און די בארבארישע טורמעס איז א גאנץ גוטע ארטיקל.

ווי ער האט מיך יא געכאפט איז געווען די "דראון" ארטיקל. און טאקע דארט האט ער מיך ארויסגענומען פון די גלייזן, איינס די וועג פון שרייבן, דער שרייבער לויפט זייער אומ'מסודר, אהער און אהין. און ס'ארגסטע פון אלעס איז די דאפעלטע שטיקלעך. ער באשרייבט די זעלבע זאך (איבער שפיאנירן אין ניו יארק) אויף צוויי פלעצער.

ווי איך האב אנגעהויבן, איך וועל עס ווייטער שטיצן ביז איך וועל אויך כאפן א קראקס אין פרצוף (חשבון איך לאך נאך)

אביגדור » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 4:51 pm

· #101371
מער נישט.

וואלפה » דינסטאג אפריל 23, 2013 8:52 am

· #107899
א גוטן תירוץ פארן ארויסקומען שפעט,
דו ערשטע מענטש וואס איך זעה אז ער האט פארדינט פון די באסטן מאראטאן טעראר אטאקע...

בנוגע טעותים, קוקענדיג צוריק אויף אלטע שטערןס, האט ש. ר. געהאט גרויסע און גראבע טעותים, אפילו נאכן זיין צוויי יאר אין ביזנעס, און היינט איז ער זייער שטארק און קלאר אן קיין איבריגע פינטל.
מצליח דארף מען אפשר אויך געבען א שטיק צייט זיך אויסצושארפן, נאכדעם פאסן א באשלאס.
📎 IMG-20130423-WA0005.jpg

אבי גערעדט » דינסטאג אפריל 23, 2013 9:15 am

· #107901
congratulations!! הער רעדאקטער פאר:
די ערשטע אינטערעסאנטע קאלירפולער דעקל
די ערשטע אויסגאבע אן בילדער פון דיין שיינקייט
די ערשטע אויסגאבע מיט נארמאלע נושאים
וכו וכו.
אי"ה דעם חודש פארדינסטו צוריק א קויפער, צוליב די שטארקייט פון דיין זייט אויסצוהערן קריטיק, און פרובירן צו פארבעסערן
מיר האפן נישט צו ווערן אנטוישט

אריק » דינסטאג אפריל 23, 2013 9:45 am

· #107905
הייבט שוין אן אויסצוקוקען ווי א קאמפעטישאן פאר "דער בליץ"...

בדחן » דינסטאג אפריל 23, 2013 8:45 pm

· #108195
עס האט שוין א איסור?

ידען » מיטוואך אפריל 24, 2013 11:19 am

· #108325
בדחן
עס האט שוין א איסור?

די בליץ שרייבט אז זיי זענען נישט אין די איסור....

מאראנצןזאפט » מיטוואך אפריל 24, 2013 12:03 pm

· #108339
יאנקל איך וועל אי"ה שרייבן א ריוויו ווען ס'וועט זיין צו באקומען אין מיין גראסערי. אויף פיי סעמאך פארשטייט זיך...

היסטאריקער » מיטוואך אפריל 24, 2013 12:55 pm

· #108354
מאראנצןזאפט
יאנקל איך וועל אי"ה שרייבן א ריוויו ווען ס'וועט זיין צו באקומען אין מיין גראסערי. אויף פיי סעמאך פארשטייט זיך...



מאראנצן זאפט (אז דאס איז דיין נאמען הייסן דאך דיינע קינדער אויך אזוי) קויפסטו אויך אויף פ״ס?

מאראנצןזאפט » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:04 pm

· #108370
נו וואס די שאלה בכלל? מיינסט איך בין עפעס א נגיד ווי עם, איך קען מיך עפעס ערלויבן בלוקרוס אינשורנס. אלעס איז ב"ה מיט'ן זעלבן פלאסטישן קארטל. אין שפיטאל, אין אפטייק, אין גראסערי, און זאל נישט אויסגערעדט זיין, קאפלעך און ציצית ביי דער מקוה איד, און ערב פסח מצות ביים משמש שטיבל.

פיקציע » מיטוואך אפריל 24, 2013 4:16 pm

· #108432
[ציטאט אראפגענומען]

קאמענדירן? וואס איז די באדייט פון די ווארט?

בן תמליון » מיטוואך אפריל 24, 2013 7:56 pm

· #108464
[ציטאט אראפגענומען]


עס איז נישט אידיש למעשה נאר ענגליש. מען ברויך א באזונדער שמועס צו עס איז אויסגעהאלטן צו פאראידישן ענגלישע ווערטער וואס עס איז נישט א געהעריקע עקוויווילאנט אין אידיש. איך וואלט געזאגט אז יא, וואס זאגט איר?

זר זהב » מיטוואך אפריל 24, 2013 8:57 pm

· #108472
ס'קלאר נישט א ווארט אין אידיש פאר די באדייט. אין אידיש מיינט קאמענדירן א קאמענדיר וואס פירט א מיליטער. מ'קען אבער יא שרייבן ''רעקאמנדירן''.

בן תמליון » מיטוואך אפריל 24, 2013 9:11 pm

· #108475
גערעכט עס איז נישט יעצט פאקטיש אן אידיש טערמין, פארט אבער אז מיר פאראידישן דעם ענגלישן commend וואס מיינט לויבן/באגריסן, וועט זיין אן אידיש ווארט קאמאנדיר, רעקאמאנדיר און קאמענדיר.

זר זהב » מיטוואך אפריל 24, 2013 9:23 pm

· #108477
אבער אידיש האט נישט די לוקסוס וואס ענגליש, דארט טוישט איין אות די באדייט (פון א E צו א commend ,A איז לויבן, command איז א פירער) אבער אין אידיש וועסטע ביידע שרייבן אין איין אויסלייג "קאמענדיר"..

עס עפעס » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:41 am

· #108634
זר זהב
אבער אידיש האט נישט די לוקסוס וואס ענגליש, דארט טוישט איין אות די באדייט (פון א E צו א commend ,A איז לויבן, command איז א פירער) אבער אין אידיש וועסטע ביידע שרייבן אין איין אויסלייג "קאמענדיר"..


אין אידיש ווען מ'וויל שרייבן א מיליטערישער קאמאנדיר, שרייבט מען "קאמאנדיר" מיט אן אל"ף, נישט "קאמענדיר" מיט אן ע'.

פארט איז "קאמענדיר" נישט קיין אידישע ווארט, און ס'איז טאקע מאדנע צו זעהן וויפיל ענגלישע ווערטער עס זענען אין די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן אלס אידישע ווערטער, ווי צב"ש האב איך געזען ערגעץ "מען מינגלט מיט שונאי הדת", אדער עפעס ענליכעס דערצו, ווען יעדער ווייסט אז "מינגלען" איז אן ענגלישע ווארט.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:09 am

· #108642
מצליח אויפ'ן וועג צו שלימות!
עספיעט צו ליינען די ערשטע 2 ארטיקלען.

קודם כל א סלעפ פייוו פאר אונזער אי"ש מצליח פאר'ן נעמען די זאך אין דער האנט אריין. מ'זעט אז ס'איז דברי נשמעים, ענד די קרעדיט איז עלל מיינס ענד יורס...
די גרייזן זענען ב"ה אסאך אסאך לייכטער כאטש נאכנישט קיין שלימות. די צווייטע זייט האט איר עפעס א קפידה נישט צו מגיה זיין. ווייל קריטיג, גראפיג, און איינלעדענונג, פיגורירן דארט ווייטער מיט שטאלץ.
נקוט האי כללא, אויב דארף מען זייער אכט געבן אויף גרייזן, איז דאך מכש"כ ווען ס'קומט צו דעקלעך און קעפלעך דארט פאדערט זיך א זהירות יתירה.

צום ענין, חלילה נישט קיין קריטיק, בלויז ברודערליכע צוזאמגערעדאכטס און פלייצע געזעצאכס.

1. די סטעטעסקאופ ארטיקל איז זייער צום ענין. כ'האב הנאה געהאט צו ליינען די דורכפעלער פונעם ניו יארק פאוסט. אבער דאס וואס דו שרייבסט וועגן ארי' לייב גלאנץ אז זיי האבן דאס געדעקט עטליכע וואכן איז א גוזמא, ווי איך געדענק האט דער בלאט זיך דעמאלט געפארעט דערמיט, און ס'איז געווען נאר עטליכע טעג.
נאך א נקודה, איך ווייס נישט אויב ס'פעלט אויס ארייצומישן נחום ראזנבערג. קודם כל איז דאס א הרחק מן הכיעור'דיגע נושא וואס איז נישט וויכטיג צו פילעווען דערמיט. מ'האט אים איינמאל אפגע'חרם'ט, געשריבן עטליכע עדיטאריעלס און דעטס עבאוט איט. עס דארף נישט פארנעמען דעם סדר היום.
ספעציעל אז איר האט שוין געווידמעט טינט און פאפיר דערוועגן אינעם ערשטן מצליח, כאפ איך נישט די נחיצות איבערצודרעשן. ס'איז נישט עק וועלט, אבער ס'נעמט אוועק פונעם פראפעסיאנליטעט.

2. די נאורט קאריע ארטיקל איז מיר געווען העכסט אינפארמאטיוו, הגם ס'איז מיר קאלט געווארן פון די בארבארישקייטן, אבער קיין פראבלעם. די פראבלעם איז נאר אז דאס קעפל וואס רעדט וועגן א שוועל פון א מלחמה צווישן אמעריקא מיט קארעא, האט ממש נישט קיין שייכות מיט'ן ארטיקל וואס רעדט וועגן די פארפאלגענישן פונעם קארעאר פאלק.

3. כללים פון פרעפאזיציע קענט איר לערנען אינעם ביכל "אידיש ווערטער אוצר" מהודרא ב'.

4. לאמיך אייך אויסזאגן א סוד, אלס און אלץ זענען צוויי ווערטער. אלס ניצט מען אלס ראש ישיבה, אלס באס דרייווער, אלס נאכט וועכטער. און אלץ מיינט שטענדיג, אייביג. און אמאל אלעס, אזויווי אלץ ווייסער.

אבער נאכאמאל, ס'זיכער אז מצליח איז אויפ'ן בארג ארויף מיט'ן צושטעלן אינהאלטסרייכע ליטעראטור, וכל הכבוד.
המשך יבוא ווען די צייט וועט ערלויבן.

בן תמליון » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:12 am

· #108644
עס עפעס
זר זהב
אבער אידיש האט נישט די לוקסוס וואס ענגליש, דארט טוישט איין אות די באדייט (פון א E צו א commend ,A איז לויבן, command איז א פירער) אבער אין אידיש וועסטע ביידע שרייבן אין איין אויסלייג "קאמענדיר"..


אין אידיש ווען מ'וויל שרייבן א מיליטערישער קאמאנדיר, שרייבט מען "קאמאנדיר" מיט אן אל"ף, נישט "קאמענדיר" מיט אן ע'.

פארט איז "קאמענדיר" נישט קיין אידישע ווארט, און ס'איז טאקע מאדנע צו זעהן וויפיל ענגלישע ווערטער עס זענען אין די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן אלס אידישע ווערטער, ווי צב"ש האב איך געזען ערגעץ "מען מינגלט מיט שונאי הדת", אדער עפעס ענליכעס דערצו, ווען יעדער ווייסט אז "מינגלען" איז אן ענגלישע ווארט.


א א געוואלד מיט ווערטער ווערן פיין אידיש לעצטנס. דער דייטש אין דער איד האט שוין יארן פאראידישט "פרוסטרירט" און "פרוסטראציע". ער'ט געמאכט אן גלגול פון frustration.

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:51 am

· #108663
עס עפעס
זר זהב
אבער אידיש האט נישט די לוקסוס וואס ענגליש, דארט טוישט איין אות די באדייט (פון א E צו א commend ,A איז לויבן, command איז א פירער) אבער אין אידיש וועסטע ביידע שרייבן אין איין אויסלייג "קאמענדיר"..


אין אידיש ווען מ'וויל שרייבן א מיליטערישער קאמאנדיר, שרייבט מען "קאמאנדיר" מיט אן אל"ף, נישט "קאמענדיר" מיט אן ע'.

דאס איז א לשון יחיד. פאר א לשון רבים קען מען זעהן געשריבן קאמענדירן. "מיליטערישע קאמענדירן".

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:55 am

· #108664
איך מיין מ'שרייבט קאמאנדירן. אפשר פירט מען אריבער דעם שמועס ביי שפראך און גראמאטיק, לאמיר זיך האלטן צו מצליח. האט דאס שוין איינער געקויפט? האט איינער עפעס א מיינונג צו זאגן?

אבי גערעדט » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:08 pm

· #108669
מאראנצןזאפט
איך מיין מ'שרייבט קאמאנדירן. אבער פירט מען אריבער דעם שמועס ביי שפראך און גראמאטיק, לאמיר זיך האלטן צו מצליח. האט דאס שוין איינער געקויפט? האט איינער עפעס א מיינונג צו זאגן?


געקויפט און הנאה געהאט, וויאזוי האט איינער געזאגט דא? ער ווערט א קאמפעטישן פארן בליץ.
זיין גראפיקס איז געוואלדיג, איך וואלט געזאגט אז ס'איז אפילו שענער ווי דער שטערן.
דער באסטאן געשיכטע האב איך געליינט אין די צייטונגען פאריגע וואך, און די אנטוויקלונגען וויל איך ליינען די וואך, סא וואס פונקטליך דארף איך טון מיט די ארטיקל אין מצליח?

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:24 pm

· #108670
און בכלל איז זיין ארטיקל איבער נארט קארעא אדער די טאליבאן למשל, טאקע אין איינקלאנג מיט וואס מ'האט אדאפטירט/פראקלאמירט אין די ארטאדאקסישע מקוואות?

איי מיען, זיין מאטטא קלעבט צו זיין מאגאזין ווי ארבעס צו דער וואנט..

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 12:45 am

· #109156
מצליח, אויפ'ן וועג צו שלימות 2!
5. די באסטאנער דראמא, הערליכע ארטיקל. כ'הייב אן ליינען און עפעס לויפט מיר אין קאפ, אזא דעי זשא ווא, האב איך דאס שוין געלייינט? ביז איך האב געטראפן א האר ענליכער ארטיקל אין א קעסטעלע אין דער איד דף 10.
א קאמישער פערצופאל, ביידע שרייבער האבן איבערגעזעצט דעם זעלבן רויטערס אדער עי. פי. ארטיקל.

6. דער ווארשעווער בילד. שוין געדעקט געווארן אין יעדער חרדיש'ער אויסגאבע אויפ'ן פלאנעט. יעצט געקומען די ראי' פאר מצליח.

7. קריב דעד, די ערשטע האלב, ממש הוילע קאנספיראציעס, ערגער ווי ברסלבערס אשכול.

8. טאליבאן, נישט געליינט.

אנאנים, צופרידן? כ'האב עס געטוען פאר דיר. איך בין שוין לאנג זאט פון דער מצוה.

בכל אופן, מצליח וואקסט און בליעט מיט יעדער פארבייגייענדע אויסגאבע, ענד ווי וויש הימ אל דע בעסט ענד לאטס אוו האטסלאכע.

אביגדור » זונטאג אפריל 28, 2013 9:16 am

· #109249
אזוי זעהט אויס.

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 3:39 pm

· #109398
ניטש, שמיטש, ס'פאראינטערעסירט נישט קיינעם, מ'רעדט נישט יעדן טאג פון די זעלבע זאך, און א שמחת תמיד.
שרייב דיין חתימה ערגעץ און איך וועל דיר אפגעבן דיין ערליך פארדינטן לייק.

אשר פריו יתן בעתו, זה שאינו יא בקאווע שטיבל אלא מערב שבת לערב שבת.

אביגדור » זונטאג אפריל 28, 2013 3:51 pm

· #109409
אפשר טאקע.

זר זהב » זונטאג אפריל 28, 2013 3:53 pm

· #109411
האהא ס'לעבעדיג, איים לאווין איט!!

מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 4:25 pm

· #109429
סוויטהארט, האלד יור הארסעס.
מיר ביידע זענען אויף דער זעלבער זייט מטבע און מיר האבן זיך פשוט נישט פארשטאנען, מיך האט זיך געדאכט אז דו האלטסט גאר אז די ערשטע צוויי זענען געווען בעסער ווי די דריטע. עס איז קלאר נישט אזוי.
זיין קעפל איז די נארישסטע זאך פון דער גאנצער מצליח. עס איז קריטיקירט געווארן דורך כ'מיין קופערניקעס אינעם ערשטן בלאט פון דעם אשכול און יוצא געווען, איך בין נישטא פאר דעם.
ער איז דא ווייל ער וויל מאכן פרנסה. אויב ס'דא א מארקעט פאר נאך אן אויסגאבע דוגמת דער שטערן דארף מען פרעגן אין די געשעפטן, איך בין נישט באקאנט.
איך האב אים פרובירט ארויסצוהעלפן ס'זאל נישט זיין קיין בזיונות. און ער ווערט אביסל בעסער. רעדן פון בלומבערג טויזנט מאל, און דער גאנצער וועג וויאזוי, איז געווען איינע פון די זאכן וואס פלעגט מיר ביים ליינען רויט מאכן אנשטאט אים אליין.
סתם ארטיקלען הוידל בוידל קלאץ ווי די וואך, זאל אים וואויל באקומען, איי דאנט קעיר.

זר, העפי?

עס עפעס » זונטאג אפריל 28, 2013 8:49 pm

· #109553
מאראנצי זאגט שטארק.

אין פארגלייך צו זיינע צוויי ערשטע אויסגאבעס איז ער דאסמאל גאר גוט.

מען האלט ביי אזא שטאפל אין אידישע ליינווארג אז קיינער קעירט שוין נישט פאר א "ניטש" און אפילו די וועלכע זאגן אז זיי האבן כלומר'שט א געוויסע ניטש אויסגעהאמערט, וועלן זיי רוב מאל דורכפאלן זיך צו האלטן דערצו.

אחרי ככלות הכל, האלט איך אבער אויך אז ער זאל אראפנעמען דעם byline וואו ער דערקלערט זיך אלס "שופר", און פשוט שרייבן "מאנאטליכע אויסגאבע וכו וכו וכו". ס'מאכט עס גאר קינדיש און ס'געבט דעם אויסזעהן ווי ער פארטרעט עפעס א פארטיי אדער פראקציע צווישן אידן.

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 28, 2013 9:29 pm

· #109579
איך מיין אז אנשטאט שופר זאל ער זיך רופן אתרוג פושקע אדער תפילין בייטל.

smart » זונטאג אפריל 28, 2013 10:05 pm

· #109606
אוי געפילטע זאגסטו גוט

איך מיין אנשטאט שרייבען "שופר פון ארדאקסישע אידענטום אין אמעריקע"

זאל ער ענדערש שרייבען:

אתרוג פון מאראקא פאר די אמעריקאנע אידענטום...

newkave » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:11 am

· #117167
עס איז ארויסגעקומען א נייע 'מצליח'
האט איינער דאס שוין געזען?

משגיח » דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:55 pm

· #117371
מצליח פון די חודש
📎 ma.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5