נייע חודש'ליכע מאגאזין: 'מצליח'
240 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2927
[ציטאט אראפגענומען]
ווען חוצפה מיט חכמה וואלטן געגאנגען צוזאמען וואלטן מיר שוין לאנג געווען געהאלפענע.
יופי געשטעטנער
👍 👍
😂 😂
איך בין נאר וואס אנגעקומען אהיים מיטן מצליח! 🙄 אויפן ערשטן בליק מאכט עס א שלעכטע רושם ביי מיר. אסאך זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס, למשל א צעבראכענע טאטע האט שוין עספייעט אריינצושיקן א הארץ רייסנדע בריוול אינעם… ערשטן מאגאזין, ווי אויך זענען 70 פראצענט פון די בילדער איבעריג צי אפילו נאריש. א נייע צייטונג וואס רוב ארטיקלען זענען קריטיק געוואנדן קעגן יחידים… דאס אלעס אויפן ערשטן בליק!! קען זיין סוועט זיך טוישן אין מיינע אדער אין זייערע אויגן!?
דער עולם שעלט!
ווען די הינט בילט פארט דער באן...
לאליפאפאיך בין נאר וואס אנגעקומען אהיים מיטן מצליח! 🙄 אויפן ערשטן בליק מאכט עס א שלעכטע רושם ביי מיר. אסאך זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס, למשל א צעבראכענע טאטע האט שוין עספייעט אריינצושיקן א הארץ רייסנדע בריוול אינעם… ערשטן מאגאזין, ווי אויך זענען 70 פראצענט פון די בילדער איבעריג צי אפילו נאריש. א נייע צייטונג וואס רוב ארטיקלען זענען קריטיק געוואנדן קעגן יחידים… דאס אלעס אויפן ערשטן בליק!! קען זיין סוועט זיך טוישן אין מיינע אדער אין זייערע אויגן!?
כאב עס געטראכט צו קויפען אבער איך וויל הערען ווער סע האט עס שוין געקויפט זאל זאגען וואס מע קען דארט לייענען.
די דעקעל זעהט אויס שיין און סע האט פיקטשערס פון דריי מענטשען, יופי, שפילמאן און היינס...,
בן תמליוןא ספר אויף א חומש.
דאס חומש פעלט זיך אויס אויפן בילד כדי צו שטיל מאכן די טאליבאן. אין לעצטערע יארן איז נישט מעגליך זיך צו רירן אן מורא האבן אז ערגעצוואו אומגעראכטן גייט עפעס א מיליטאנט שרייען שגץ, פוי, רשע, כופר, זונה און סוטה. איז געווארן סטאדארט אפערעטיג פראסידשור צו צייגן כשר'ע מעלה גרה סימנים. א חומש אין אפיס, א ברוך השם און רח"ל אין א נייעס, וכו' ווען נישט ס'ליינט זיך נישט אזוי גרינג פון א דורכגעווייקטן צייטונג, וואלטן אלע צייטונגן ליתר שאת גע'טובל'ט אלע קאפיס גלייך פון דרוק.
א געניט אויג כאפט אויף אז דאס איז אלעס שאו שפילעריי און ווינדאו-דרעסינג, אזא לא יחרץ געלט פאר די טאליבאן, וואס די מידיא צאלט מ'זאל זיי לאזן מנוחה. איי, ס'אינסאלט די אינטעלעזשענס פון די ליינער? דאס איז א קליינע פרייז צו צאלן כדי צו בלייבן אין ביזנעס. דער שטערן האט געכאפט די מכות, און צוזאמען האבן אלע פובליקאציעס געכאפט דעם פארטל.
שוין האב איך גענומען א מצליח צוזאמען מיט מיין משלוח מנות ארדער. איך מיין עס איז נישט כדאי צו נעמען צום הארצן בכלל, איך זעה מער א קאמעדישער טאבלעט בלאט פון א פאר "וואנעביס" יונגעלייט. דאס שרייבן איז גאנץ שוואך אבער זאלן זיי פרובירן און זיין מצליח. איך קוק עס אן שיין אז היימישע חברה נעמען א פעדער און שרייבן און חלומן און האבן גענוג קאנפידענס צו לייגן בילדער פון זיך.
בןתמליון, פיינע אויפפאסונג.
זייער אינטערעסאנט די מורא׳דיגע זעלבסטזיכערקייט זיך צו דערקלערן ראש לימבאו פון די יודן אין עמי מאגאזין...לויפן פאר א קאנגרעס זיץ...נישט אינעם סטעיט נאר טאקע אינעם הויז פון רעפרעזענטאטן, יא, ווייל דער פון ראקלענד טוט א שוואכע דזשאב לאל....דערנאך זיך פיקטשערן מיט קארל ראוו אליינס פשיהא!
וויפיל יאר האט ראלניצקי געשריבן און גע׳עסק׳נט ביז ער׳ט דער ערשטע מאל געכאפט אז ער פארדינט א בילד מיט עריק קענטאר?!
פאר חודש אדר, אדרבה....אז ער וויל דוקא זאל ער מצליח זיין געזונטערהייט! מיטן מצליח און מיטן אודזשעיפעק!
One thing is for sure if yossy wants to be matzlich he should ignore this chevre from willi like klar. cause if not 'ken er shoin tzimachen' cause he is never gona be able to satisfy them!!
גראדע האב איך עס גיקויפט און פאר די ערשטע אויסגאבע האט ער מיך געכאפט ,שיינע ארטיקלעך און רייך ביישריבן און געוואלדיגע נושאים , איך ווינטש אים ער זאל "מצליח " זיין און ס'איז זיכער ווערט די 4.50 , די פיקטשערס פון זיך אליין איז א אביסעל טא מאטש
מ'קומט דא אריין גאנץ שארף קעגן אים. איבערגעטריבענע גיאות ברענגט צו ברעכן, אמת. אבער ער האלט נאר ביי זיין ערשטע אויסגאבע פארוואס נישט געבן א טשענס אז ער אליין זאל זיך סעטלן מיט א מהלך?
די פראבלעם איז אז אלע דריי ארטיקלן אויפן קאווער רעדן פון כמעט די זעלבע נושא אזוי אז די גאנצע מאגאזין שיינט ווי איין לאנגער ארטיקל. כ'וואלט געגליכן מער דייווערסיטי.
חשבוןמ'קומט דא אריין גאנץ שארף קעגן אים. איבערגעטריבענע גיאות ברענגט צו ברעכן, אמת. אבער ער האלט נאר ביי זיין ערשטע אויסגאבע פארוואס נישט געבן א טשענס אז ער אליין זאל זיך סעטלן מיט א מהלך?
Farvuss nisht s'kust gelt? !!
Yiden yossy has internet and 'vurshienlech' lient er do so y bash him so mush, someone hut zich genimen the mie tzi efenen a tzietung in yiddish vus intz lechtz mir azoi shtark. baklapt men aim azoi the biener??
Nochdaim raigt men zich az no body kimt aros fin the lecher.. Look somebody did come out in m'bamakelt aim!!
Yossy CHAZAK V'EMOTZ!!!
gehlungenחשבוןמ'קומט דא אריין גאנץ שארף קעגן אים. איבערגעטריבענע גיאות ברענגט צו ברעכן, אמת. אבער ער האלט נאר ביי זיין ערשטע אויסגאבע פארוואס נישט געבן א טשענס אז ער אליין זאל זיך סעטלן מיט א מהלך?
Farvuss nisht s'kust gelt? !!
Yiden yossy has internet and 'vurshienlech' lient er do so y bash him so mush, someone hut zich genimen the mie tzi efenen a tzietung in yiddish vus intz lechtz mir azoi shtark. baklapt men aim azoi the biener??
Nochdaim raigt men zich az no body kimt aros fin the lecher.. Look somebody did come out in m'bamakelt aim!!
Yossy CHAZAK V'EMOTZ!!!
אז די שרייבסט ענגליש, ביטע שרייב אין ענגליש. עס איז שווער צו לייענען אידישע ווערטער אין ענגלישע אותיות.
ישר כח
געלונגען. איך מיין יוסי קען נישט אזא הויעכע ענגליש.. לאל
יידלדי פראבלעם איז אז אלע דריי ארטיקלן אויפן קאווער רעדן פון כמעט די זעלבע נושא אזוי אז די גאנצע מאגאזין שיינט ווי איין לאנגער ארטיקל. כ'וואלט געגליכן מער דייווערסיטי.
העראויס, ער איז נישט שולדיג אז די דריי נייעסן זענען די הויפט נייעס ביי כלל ישראל. טשארלס היינס מיט די צניעות זאלן נעקסטיים אפרוקן זייערע פראבלעמען און פונאדערשיידן אין צוויי מאנאטן....
sunbargehlungenחשבוןמ'קומט דא אריין גאנץ שארף קעגן אים. איבערגעטריבענע גיאות ברענגט צו ברעכן, אמת. אבער ער האלט נאר ביי זיין ערשטע אויסגאבע פארוואס נישט געבן א טשענס אז ער אליין זאל זיך סעטלן מיט א מהלך?
Farvuss nisht s'kust gelt? !!
Yiden yossy has internet and 'vurshienlech' lient er do so y bash him so mush, someone hut zich genimen the mie tzi efenen a tzietung in yiddish vus intz lechtz mir azoi shtark. baklapt men aim azoi the biener??
Nochdaim raigt men zich az no body kimt aros fin the lecher.. Look somebody did come out in m'bamakelt aim!!
Yossy CHAZAK V'EMOTZ!!!
אז די שרייבסט ענגליש, ביטע שרייב אין ענגליש. עס איז שווער צו לייענען אידישע ווערטער אין ענגלישע אותיות.
ישר כח
Every good thing 'kimt on shver. Nisht geferlich!!
לעמאן דזשוסיידלדי פראבלעם איז אז אלע דריי ארטיקלן אויפן קאווער רעדן פון כמעט די זעלבע נושא אזוי אז די גאנצע מאגאזין שיינט ווי איין לאנגער ארטיקל. כ'וואלט געגליכן מער דייווערסיטי.
העראויס, ער איז נישט שולדיג אז די דריי נייעסן זענען די הויפט נייעס ביי כלל ישראל. טשארלס היינס מיט די צניעות זאלן נעקסטיים אפרוקן זייערע פראבלעמען און פונאדערשיידן אין צוויי מאנאטן....
און וואס וועט יאסעלע סוכטמאכער טון ביזדערווייל?
הייסט איך בין פון די וואס מ'איז חושד אז איך האב עפעס א שייכות מיט דעם אויסגאבע? דאס איז אן אינסאלט.
איך זאג איין זאך גיב אים א טשענס. דעטס אבאוט איט
חשבוןהייסט איך בין פון די וואס מ'איז חושד אז איך האב עפעס א שייכות מיט דעם אויסגאבע? דאס איז אן אינסאלט.
איך זאג איין זאך גיב אים א טשענס. דעטס אבאוט איט
די האסט שוין מער ווי 20 תגובות. 😉
טייערער הרב שפילמאן שליט"א
קודם כל וויל איך אויסדרוקן א יישר כח בשם אלע אונזערע חברים דא אין קאווע שטיבל אז איר האט גענומען די מי צו בארייכן כלל ישראל מיט נאך א פרישע אויסגאבע אויף דער אידישער שפראך. מיר אדמייערן דיין עפארט, און בכלל אז א יונגערמאן טוט עפעס צו דער זאך פאר פרנסה שעצן מיר אים אלע.
אויף דיין פערזענליכער פארלאנג אויף דער צווייטער זייט פון מצליח אז דו טוסט איינלאדענען דעם עולם זיך צו לאזן הערן א"כ גם אני אענה חלקי. והנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו, מיינע ווערטער זענען ריין קאנסטראקטיוו קריטיק, בבחינת תשועה ברוב יועץ, וטובים השנים מן האחד, אבער אן די מינדעסטע שמץ זלזול ח"ו.
1.קודם איז דא די נקודה וואס איז שוין היפש בארירט געווארן דורך אנדערע דאס איז די אויסוואל פון ארטיקלען, מ'קען זאג אז כמעט אלע האבן די זעלבע פעסימיסטישע נאכטעם פון מקוה נייעס, אויסער די הלברשטאם ארטיקל, דאס איז שוין א קאפיטל היסטאריע, אבער ער זיצט דארט ווי אן אבל צווישן חתנים, ער געפינט זיך נישט עפעס דאס פלאץ, ווער האט מיך דא אהערגעלאדנט און פארוואס, און וועמען מאך איך קלוגער מיט וואס איך פארצייל.
2. נאך א נקודה וואס שוין בארירט איז א זאך וואס רופט זיך "רעפיוטישעיס", א שרייבער דארף "זייער" אבאכט געבן זיך נישט איבערצו'חזר'ן, אפילו פון איין פאראגראף צו דער צווייטער, און כל שכן נישט פון איין ארטיקל צו דער צווייטער. אז דו האסט אן עדיטאריעל מיטן קעפל "מיר וועלן דאס אויך איבערלעבן" האט נישט קיין שום זין אז דו זאלסט איבער'חזר'ן דעם סלאגאן אינמיטן די היינס ארטיקל, און נאך מיט די זעלבע ביליגע רעטאריק אקעגן נחום ראזענבערג דאס איז אויסגעדראשענע גאסיפ און אינטערעסירט נישט קיינעם, און אויך נישט ווען דו רעדסט פון דעם 2000 יעריגן גלות.
די זעלבע איז מיט די סטעטעסקאפ ארטיקל, דו קריטיקירסט בלומבערג, גיבסט אים שיינע טיטלען מעדעצינישע צאר וכדו', זייער שיין, אבער פארוואס זאל איך דאס אלעס דארפן איבערליינען עטליכע בלעטער שפעטער?!
3. די גראמאטיק. עס איז מיר שווער צו גלייבן אז איר האט שוין אמאל געשריבן פאר א פראפעסיאנעלער רעדאקטער, ווייל ער וואלט אייך אין איין מינוט אויפגעוויזן אז איר זענט פשוט נישט באהאווענט אין די סאמע יסודות פון גראמאטיק, אזעלכע חילוקים ווי די ווערטער, און אין, די דו, אלץ אלס, ווי וואו, און נאך, וואלט איר געוואויר געווארן אויב סיי וועלכער עקספיריענסט מגיה וואלט אייך א אמאל מגיה געווען.
בכלל זענען דא אויסנאם אסאך "טייפאוס" און גרייזן וואס נעמט אוועק די אפעטיט צו ליינען.
און נאכדעם איז דא אסאך ווערטער וואס איר זענט פשוט נישט באקאנט וויאזוי היינטיגע שרייבער לייגן דאס אויס א משל: ספעציל, קריטיג, גראפיג, טויזענטער, סאטמארע, אמעריקאנע, און פילע נאך, די אלע שטרעכעלעך וואס דו מאכסט פון אויבן ' זענען אומוויכטיג, ואטו כי רוכלא. נאך א כלל פאר א ווארט וואס הויבט זיך אן מיט אן 'א' אדער 'ע' ווי למשל עראפלאן, אפוטרופוס, שרייבט מען "אן" נישט "א", רוב "ה" קענסטו ארויסנעמען טוהסט, זעהסט, וכו' ס'פעלט נישט אויס.
4. בנין נערים סתירה. א בלינדער זעט אז אלע ארטיקלען האבן דעם זעלבן שרייבער, חוץ אפשר די אנהויב פון זעליג ברוקלינער'ס ארטיקל איז א צווייטער, אבער שפעטער נעמט איר איבער. איז קודם כל איז דא א כלל פון "פראפיזיציע" וואס דאס לערנט ווען מ'ניצט די ווערטער דעם, דאס, די, דער, און נאך פארשידענע פרטים אין גראמאטיק וואס איז זענט נישט באקאנט. אויף דעם איז די עצה אז מ'לערנט קען מען.
און נאך א נקודה ס'איז אביסל א דקות'דיגע ענין אבער כ'וועל פרובירן מסביר זיין לאות הוקרה, יעדע פאראגראף דארף האבן א קאמפאזיציע, א טאקט אן אויסלאגע, למשל מ'קען שרייבן: פרעזידענט אבאמע וועלכע איז א שווארצער וועלכע האט געווינען א צווייטן טערמין וועלכע האט געפירט א קאמף מיט די רעפובליקאנער וועלכע האט געפירט אז מ'זאל נישט דארפן אראפגליטשען דעם פיסקל קליף וועלכע וואלט געווען א געפאר פאר די אמעריקאנער בירגער וועלכע וואלט געשניטן דזשאבס וכו', אדער קען מען זאגן די זעלבע זאך מיט א שענערער אפעטיטליכער אויסלאגע: פרעזידענט אבאמא איז ווי באקאנט דער ערשטער שווארצער פרעזידענט. נאכ'ן געווינען זיין צווייטן טערמין האט ער זיך ארויסגעלאזט אין א העפטיגן קאמף אקעגן די רעפובליקאנער צו פארמיידן די אזויגערופענע "פיסקל קליף" וואס וואלט שווער אויסגעקלאפט אויף די אמעריקאנער באפעלקערונג וכו'.
איר כאפט דעם חילוק? דאס ניצן "וועלכע" עטליכע מאל אין א פאראגראף ברענגט ממש צום לאכן, און בכלל, פאר א זכר שרייבט מען "וועלכער" און פאר א נקיבה אדער א רבים שרייבט מען וועלכע.
5. די זעלבע איז מיט אן ארטיקל, עס דארף האבן אן אנהויב, א סוף, און אן אינדערמיט, מ'קען נישט מישן, דו הייבסט אן מיט די היסטאריע פון "היינס" דו ווערסט פארשוואונדן, נאכדעם קומסטו צוריק צו זיין יוגנט, ס'קלאפט נישט. בכלל דארפסטו בלייבן מיט דיין מעסעדזש, איך קען נאך "אלץ" (נישט אלס) נישט באשליסן אויב דו האלטסט אז היינס איז גוט אדער נישט.
6. בנגוע די אינטערוויו. געבסט עס א נאמען "כלל ישראל אונטער אטאקע" (מ'שרייבט נישט אינטער, נישטא אזא ווארט, און אגב כ'האב נישט געזען היימישע שרייבער זאלן ניצן דאס ווארט יארע), אפשר מעג איך וויסן וואס איז די אטאקע? און פון וועמען?, בסך הכל איז דאס אן ארעמער ארטיקל איבער יוסי'ס לעבנס געשיכטע אן אסאך פרטים, קאנטרעוועריסאלע ווי נישט קאנטרעווערסיאלע, זיינע געגט'ע עלטערן, זיין שטודירן אין קאלעדזש, זיין רעדן אויף קול מבשר, זיין העלפן א סענאטאר וואס איך געדענק נישט דעם נאמען, זיין ארבעטן פאר די עמי, זיין וועבזייטל, זיין טוויטער אקאוינט, און בעיקר זיין לויפן פאר קאנגרעסמאן... בקיצור ס'האט נישט קיין חידושים (אויסער אז יוסי האט א נייע דזשאב...) רוב זאכן איז שוין געשטאנען אין דער עמי און א טראפקעלע רעדט ער אז די מידיא האט אונז פיינט, אויך נישט אויף אן אינפארמאטיווע אופן, און שוין.
(בכלל איז יוסי נישט דער מענטש וועמען מ'דארף איצט אינטערוויאוען אפשר הייקינד, נידערמאן, איך ווייס נישט וועמען אבער ער קומט נישט קיין סאך אריין אינעם בילד)
און אז דו ווילסט באשרייבן א נייע ארגאניזאציע, און סך הכל אינפארמירסטו דיינע ליינער אז ס'האט שוין א פי.או. באקס און מ'קען שיקן נדבות, מאכסטו חוזק פון די אלע וואס האבן אינוועסטעט 4.50.
צום שלוס וויל איך דיר זאגן "לך בכחך זה", מצליח וועט נאך זיין איין טאג תמים גאנץ אן א פעלער, דו טוסט גוטס, און מיר וואונטשן אלע דו זאלסט מצליח זיין.
אוהבך,
מ"ז
און זיי נישט מגיה דעם ארטיקל ווייל קיינער האט נישט געצאלט דערפאר... און נאך א נקודה מ'שרייבט קיינמאל נישט מער אדער ווייניגער ווי 3 פינטעלעך אזוי... און נאך א טעות מ'שרייבט נישט מושן נאר מישן, אריינגעמישט, צומישט וכו'.
מאראנצןזאפט ביזטו געשטאנען אונטער מיין טיר דעם פרייטאג נאכט און אונטערגעהערט מיינע אויסברוכן אויפ׳ן ׳מצליח׳??
מאראנצןזאפט׳ס לאנגע מגילה...
ועוד איך האב נישט קיין אהנונג נישט וואס דער מאגאזין וויל? די ארטיקלען האבן נישט קיין אנהייב, קיין אריינפיר, און קיין שלוס... די בילדער האבן נישט קיינע ווערטער אונטער זיך....שוין ביים ערשטן אויסגאבע לאזט זיך. דער מאגאזין וואיל גיין און וויצלט ארום מיט די ליינער...עס עפענט זיך א מאגאזין אן קיין אויספירליכע ארטיקל איבער וועלכן חלל זי איז אויסן אנציפולן! עס מעלדט מיט פאטאס איבער א שטאב קארעספאנדאטן וואס וועלן ארומפליען אמעריקא פאר עס באריכט עפעס זאכליך פון די נאנט!!
קופי, יישר כח פאר די לייק און פאר די קאפלימענטן, ולהוי ידוע איך האב נישט געהאט דעם מצליח פאר מיר, כ'האב נאר געשריבן פון זכרון. איך וויל טאקע ארויסברענגען אז הרב שפילמאן איז אן ערשטקלאסיגער גראפיק דעזיינער בבחינת 2 טאמבס אפ.
קודם כל: ווען שפילמאן האט געשריבן אז יעדער איז העפליך געלאדנט צו קאמענטירן האט ער צוגעשטעלט א ספעציעלער אימעיל אדרעס ווי מען קען שרייבן. דאס אז דו שרייבסט די אלע נעגעטיווע קאמענטארן, און קריטיק אין פובליק, מיינסטו דערמיט זיכער נישט זיין טובה, און דאס איז א בלויזער קנאה אויסברוך, וואס אויף דעם קען מען בלויז זאגען: יצא עינך! און דער הונט בילד און דער באן פארט ווייטער.
דאס אז געשטעטנער האט שוין דערמאנט עטליכע פוינטס אין עמי, מיינט נאכנישט אז עס קען נישט דערמאנט ווערן אין 'מצליח', ווייל נישט יעדער ליינט עמי ביי אונזער עולם.
מען זעהט קלאר אויף די פערזענליכע אטאקעס קעגן יוסי און שפילמאן אז דא רעדט מען פון וויסטע אומפארגינערס און אומצופרידענע פארזאנען. ס'איז דא א שפריך ווארט: If you have a problem with me, tell me. Not everybody else
ווען דו מיינסט ווען זיין טובה און סוקסעס וואלסטו געשיקט דיינע הערות צום אימעיל. און נישט עס פובלוצירט אין קאווע שטובל.
אבער באמת איז א שאד זיך צו האמפערן מיט דיר, דער באן וועט ווייטער פארן, איך גלויב דו פאר מיסטעיק'ס וועלן פארראכטן ווערן, און מיר אלע ווינטשן אים ער זאל טאקע "מצליח" זיין. ווי איך הער גייט עס ב"ה שטערקער ווי געראכטן. איין ארטיקל נאך דו אנדערע זענען פיל מיט תוכן, שכל'דיג און פארזיכטיג געשריבן, איך זעה דאס האסטו יא באמערקט אז ביי דער היינס ארטיקל ווייסטו נישט צו ער איז קעגן היינס אדער פאר היינס, דאס דוכט זיך מיר איז א קאמפלימענט פארן שרייבער וואס האט עס געשריבן פארזיכטיג און געניט.
אהרן יוסל איך קען דיר פון ישיבה א ווארעם הארץ, א בר דעת, וועסט אוודאי מצליח זיין, איבערהויפט מיט דיין זעלטענע קוראזש און כח להשפיע, איך פערזענליך קען מעיד זיין, אן ערליכע אינגערמאן, אן קיין פשרות, א קעמפער אלל דע וועי, פארוואס ס'איז ריכטיג. ס'איז א שאד אייער מערכה, שפילמאן וועט אייך עניוועי איינשלינגען אי"ה
כ'קען קוים ווארטן פאר דו קומענדיגע אויסגאבע איך גלויב ס'וועט איבערשטייגען די ערשטע, יאופ, סאיז ווערד געווען די 4:50
כלל ישראל אונטער שווערע אטאקע פון מאראנצן-זאפט
ווי שוין פאראויסגעזען דורך אונזערע געניטע פאליטישע ראטגעבער, איז אונזער וועלט בארימטע אויסגאבע, דער אומאפהענגיקער שופר של איל פון גאנץ כלל ישראל וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך די מאכטפולע ארגאניזיציע וואס ארבעט אימערמידליך צו באשיצן אידישע קינדער, געקומען אונטער א ווילדע אטאקע פון דעם טרויעריג בארימטן קריטיק צאר "מאראנצן-זאפט." מיט דעם וואס מאראנצן זאפט אטאקירט די איינציגע שופר פון כלל ישראל וואס פארטרעט די שווערע הונדערטער טויזנטער מאסן וואס זענען פאראייניגט אקעגן די מלחמת חרמה וואס מיר האבן אויסצושטיין פון אונזערע שונאים, נעמט ער אוועק דער איינציגער מיטל וואס איז פארבליבן זיך צו שיצן אקעגן די שווערע קאנאנען וועלכע זענען געצילט אויף אונז. דערמיט האט ער זיך צוגעשטעלט מיט די שונאי הדת וואס ארבעטן שוין איבער צוויי טויזנט יאר צו צוטרעטן דאס יהדות החרדית פון דעם ארטאדאקסישן אומאפהענגיקן אידנטום, און אלס רעזולטאט איז יעדעס אידיש נפש פון גאנץ גרעיטער ניו יארק אונטער א באלדיגע סכנה פון אונטערגאנג.
דער קריזיס איז בליץ שנעל אויפגעכאפט געווארן דורך די געטרייע עסקנים פון די וועלט בארימטע מאכטפולע או דזשעי סטימולוס פעק. וואס האבן תיכף ומיד געמאלדן אז זיי נעמען אן די בעסטע מיטלען צו באקעמפן דעם שרעקליכן מצב אין וואס כלל ישראל געפינט זיך זינט די ווילדע אנטיסעמיטישע ווערטער וואס מאראנצן-זאפט האט געלאזט פאלן, און אויפ'ן ראט פון א שטאב פון געניטע פאבליק רילעישאנס פראפעסארן האט מען באלד צוזאמגעשטעלט א פעטיציע צום ווייסן הויז וואס פאדערט אויף פון פרעזידענט אבאמא צו פערזענליך אינטערווענירן און ארויסגעבן אן עקזעקוטיוו ארדער וואס וועט ארויפלייגן א פארבאט אויף מאראנצן-זאפט צו שרייבן אין קאווע שטיבל. עס ווערט אונטערגעשטראכן אין דעם נוסח פונ'ם פעטיציע אז דאס בעסטע וואלט געווען אויב מען אסר'ט אים דאס גאנצע באנוץ פון א קיעבאורד, ווייל לויט די הויגעשעצטע פראפעסיאנאלן ווערט געשאצט אז מאראנצן טוט אפ זיין שעדליכע ארבעט דורך א קיעבאורד, און דורך דעם נייעם פארבאט וואס וועט ווערן אנגערופן "שפילמאנ'ס געזעץ" און וועט אסר'ן פאר דעם טרויעריג בארימטן מאראנצן-זאפט צו פארמאגן א קיעבאורד, וועט מען אומשעדליך מאכן דעם נייעם געפאר אין וואס גאנץ כלל ישראל איז ליידער אויסגעשטעלט, בשעת מיר ווייסן נישט וואס די נעקסטע מינוט וועט ברענגען אזוי לאנג ווי מאראנצן האט נאך צוטריט צו א קיעבאורד.
אבער נישט געזארגט, טייערע ברידער, א דאנק די נארוואז געגרינדעטע מאכטפולע ארגאניזאציע און די וועלט בארימטע צייטשריפט איז דער מצב ביי גאנץ כלל ישראל נישט אזוי ווי אמאל ווען מיר האבן נישט געהאט קיין שום ווארט אין די הויכע פענסטער אין וואשינגטאן, נאר יעצט דארפן מיר בלויז זאגן "מיר פארטרעטן מצליח", און אלע טויערן פון די הויכע אינסטאנצן פאר וועמען דער מצליח ווערט איבערגעזעצט אויף ענגליש מדי חודש בחדשו ווערט געעפנט אן קיין שום שוועריגקייטן. ובשם ה' נעשה ונצליח!
סתם פאר די העק אוו איט. טעקסט מיר א חבר פריער מיט א לינק צו דעם אשכול און שרייבט דו מוזט זען ווי שמעון ראלניצקי מיט אהרן יוסל שפילמאן רייסן זיך ביי די קעפ אויף קאווע שטיבל. איך בין פארשטייט זיך אריינגעקומען, זע איך 2 ניקס אויף די אפענסיווע און דעפענסיווע. איז קודם כל זאל קלארגעשטעלט ווערן - פון עקספיריענס - אז נישט ווייל מאראנצן זאפט רייסט אזוי אראפ 'מצליח' ווער ער שמעון ראלניצקי, און נישט ווייל 'אדוואקאט' נעמט זיך אן פאר 'מצליח' ווערט ער אהרן יוסל שפילמאן. די וועלט איז היינט גענוג ברייט און גרויס אז ס'זענען דא נאך מענטשן, לצד זה ולצד זה, וואס האבן א מיינונג אין יעדע נושא, און נישט ווייל זיי רעדן אזוי קלאר און שארף מיינט דאס אז זיי זענען די באטראפענע.
יעצט בנוגע דעם עצם מאגאזין האב איך געליינט דעם מצלחי און מאראנצן זאפט'ס אנאליז שטעלט זיך ארויס צו זיין זייער גערעכט, און איך האלט ווי יאנקל אז דאס איז קאנטסראקטיוו קריטיק און נישט סתם א נעגאטיווער אטאקע. אדרבא קיינער האלט נישט אז ביי אויסגאבע נומבער 1 דארף עס שוין זיין א דבר השלם, ער האט א לאנגע וועג צו גיין, און מיטן הילף פונעם ציבור קען ער עס מאכן.
אז מ'רעדט שוין, די טייפאו'ס האבן מיך ממש אויפגערעגט, אפן און גראבע טייפאו'ס וואס מ'זעט שוין נישט אפילו אין בלאט היינט צוטאגס... וועגן די ארטיקלען איז יש ויש, אבער ווי שוין ערווענט זענען אלע ארטיקלען זייער מלחמה'דיג, כלל ישראל איז אונטער אטאקע, היינס אונטער אטאקע, וויליאמסבורגער געשעפטן אונטער אטאקע, יאנקל ראזענבוים אונטער אטאקע, דער עדיטאריעל שטיפט אונז אונטער אן אטאקע. עס מעגן אויך זיין אביסל סאלידערע ארטיקלען נישט נאר אזאכע ווילדער דראמא שטיקלעך. (נניח אז ער וויל גיין אויפן סטייל פון "בינה", וואס האט יעדע וואך איין טאפיק וואס זיי קענטן אויס לארכה ולרחבה מיט עטליכע ארטיקלען, דארף ער נאך אויך א תיקון גדול ואכמ"ל)
עכ"פ, עס בלייבט צום האפן אז אויף נעקסטע חודש וועט ער זיך פארבעסערן, און מיר וועלן זיין מער ווי צופרידן צו קענען צוריקקומען נעקסטן חודש דערציילן פארן ציבור די גוטע נייעס אז 'מצליח' האט מצליח געווען...
נ.ב. איך ווארט נאך אלץ תשובה צי איינער ווייסט וואס די ארגענעזאציע OJPAC גייט טון.
סוואלט באמת געווען א פארגעניגען צו זעהן ווי די צוויי רעדאקטארן ראלניצקי און שפילמאן רייסן זיך ארום, צוויי שארפע פערזאנען מיט פליסיגע פעדערן. אבער כ'מיין אז דאס וועט נישט אזוי שנעל פאסירן. לויט וויפיל איך ווייס זענען זיי זייער נאנט איינעם מיטן אנדערן, און שטיצן זיך אונטער איינעם דעם צווייטן זייער שטארק.
ווען איך האב געפרעגט שפילמאן צו ער שרייבט אויף קאווע שטובל האט ער מיר געזאגט אז אויב באשלוסט ער זיך צו לאזן הערן אויף קאווע שטובל, וועט ער שרייבן אדער אונטער זיין נאמען אהרן יוסף שפילמאן, אדער אונטער מצליח. און ער וועט זיך נישט אויסבאהאלטן. לאמיר האפן ער וועט באשליסן ארויפצוקומען דא, כ'מיין דער עולם וואלט דערפון שטארק הנאה געהאט.
בנוגע די ספעלינג מיסטעיקס זאגט ער אז ער ווייסט דערפון, און סאיז געווען א טעכנישע פעלער וואס וועט אי"ה מער נישט פאסירן, ער האט איצט אויפגענומען א פרישער עקספיריענס מגיה וואס ווי ער זאגט לייגט ער גאר שטארקע דגוש אז דאס זאל זיך נישט נאכאמאל איבערשפילן. לאמיר טאקע האפן אויף דעם.
איך האב נישט געליינט די אויסגאבע (איך נעם נישט אריין אינדערהיים מאגאזינען אן קיין הכשר) אבער איך מיין אז עס לוינט זיך יא עס ארויסצוגעבן בלויז פאר די געשמאקע אשכול דא, ווי עס גיסן זיך גוטע ווערטער און רעיונות פון ביידע צדדים.
ברסלבער(איך נעם נישט אריין אינדערהיים מאגאזינען אן קיין הכשר)
ווי למשל?
נאר דעם שטערן/שפאקטיוו? 😛
צוגעטראפן, חכם עדיף מנביא...
איז דען דא א מארקעט דערפאר? אפילו ווען סזאל יא זיין געלונגען?
בעיני, איז ער גוט ווי טויט.
שלום עליכם ממרום שלח אש
אביסעל א שרעקעדיגע נאמען
עליכם שלום
אגב,
עס איז א אינטערעסאנטע פענאמען, אבער יעדעס מאל וואס איינער עפענט א נייע זאך וויל איך אז עס זאל זיך פארמאכן.
לכאורה ווייל איך טראכט אונטערן באוואוסטזיין אז דער יעניגער איז דאך ווייניגער געלונגען ווי מיר, מילא האט ער דאך נישט קיין רעכט צו פארשפרייטען דיעות, שרייבעכצער, פראדוקטן וכדומה בעת קיינער קוקט נישט אויף מיר.
דאכט זיך אז רוב עולם דא (די קלוגע און געלונגענע) ליידן דערויף.
איך וויל מיך איינרעדן אז עס קומט ווייל איך פארנעם נישט קיין שלאבערישע זאכן, אבער עס האט לכאורה אביסל מיט קנאה אויך.
ווען יענער מאכט ענדליך צו, געב איך א קרעכץ... נעעבעעך...
און איך לייג מיר צוריק אויף די אנדערע זייט מיט א לייכטע געמיט. ב"ה, כקען ווייטער שלאפן, קיינער יאגט מיר נישט איבער.
איך האב געקויפט די "מצליח" די דעקל איז זייער שיין, אריינגעלייגט און א פלעסטיק כדי מענטשן זאלן עס נישט אויסליינען אין געשעפט און עס נישט קויפן איז א גוטע געדאנק, די גרעפיקס איז אויך נישט אוועקצומאכן, א גאנץ שיין שטיקל ארבעט די ספעלינג מיסטעיקס מעג פאראכטן ווערן, לייגן ווערטער זייער ברייט אויף איין פעידזש האט נישט קיין שום פשט, סתם אנצופולין די פעידזש, אונטערצורייסן טשארלס היינס האסטו אלץ איד נישט געדארפט טון, די ארטיקל ווי די רייסט אראפ נחום איז געוואלדיג, (איינער מעג אים געבן צו הערן וואס ער דארף צו הערן)ביסט א גוטע שרייבער, און צום לעצט זאלסטו אסאך "מצליח" זיין
town1אריינגעלייגט און א פלעסטיק כדי מענטשן זאלן עס נישט אויסליינען אין געשעפט און עס נישט קויפן איז א גוטע געדאנק
פשיהא!!! טאקע א געוואלדיגע איידיע!
ממרום שלח אשtown1אריינגעלייגט און א פלעסטיק כדי מענטשן זאלן עס נישט אויסליינען אין געשעפט און עס נישט קויפן איז א גוטע געדאנק
פשיהא!!! טאקע א געוואלדיגע איידיע!
די שטערן לייגט עס טאקע נישט אין א פלעסטיק און יעדער לייענט עס אין סטאר..
סע אינטערעסאנט אז זיי זענען נאך אין ביזנעס.
אויב מצליח וואלט עס נישט געהאט אין פלעסטיק וואלט איך געקענט אליין זעהן אויב סע אינטערעסאנט, אבער יעצט וועלעך הערען וואס מע שרייבט דא, און זעהן אויב סע ווערט צו קויפען.
ס'איז נישט די ערשטע וואס לייגט עס אריין אין א פלעסטיק, ס'איז דא אסאך צייטונגען.
town1איך האב געקויפט די "מצליח" די דעקל איז זייער שיין, אריינגעלייגט און א פלעסטיק כדי מענטשן זאלן עס נישט אויסליינען אין געשעפט
Excuse me, this is a new magazine and people have a right to see what kind of magazine they are buying for the first time! To put it in a plastic the first time is shameful and shows a lack of confidence!
But good for them. Those idiots who bought it do not deserve those few dollars they spent on it
אריין אין אשכול פארוואס מאנטלויפט פון היימישע געשעפטן
ס'האט זיך מיר געמאכט א פרייע מינוט בין איך א פארסאפעטער געלאפן צום שפיגל. וואס זאל איך אייך זאגן, וויאזוי א מענטשן ליבהאבער זעט אויס ווייס איך נישט, אבער אזויפיל קען איך קלארשטעלן, אז לויט די ערשטע רעזולטאטן בין איך נישט קיין הונט, איך ביל נישט, און איך בין אויך נישט שמעון ראליניצקי...
צום ענין:
מיט'ן גרעסטן רעספעקט פאר הרב קופערניקעס, האב איך אים קאמפלימענטירט פאר זיין ווערק? אפילו איינס? איך האב קאמפלימענטירט זיין "רצון" און דאס ביזטו אויך מודה אז כונתו רצויה, ער וויל גוטס און ער מיינט נישט קיין שלעכטס.
און דער המשך, דא קומט אריין דער חילוק צווישן קאנסטראקטיוו קריטיק און סתם קריטיק.
סתם קריטיק מיינט דו ביזט א לא יוצלח, פערעיאד.
און אלזא?
נישטא קיין אלזא, אין דער ערד זאלסטו גיין, פארוואס? ווייל דו ביזט א לא יוצלח, און האסט גארנישט באקומען ווען מ'האט געטיילט.
קאנסטראקטיוו מיינט אז מ'פארציילט דעם "פארוואס", וואס האט צוגעברענגט דעם קריטיקירעס החלטה, אבער אן דעם סוף פסוק, דעם תבנא לדינא, דעם סך הכל לאזט מען איבער פאר יענעם.
און וואס פאסירט?
אויב יענער איז א נער, וועט ער גיין אין דער וואנט אריין, ביז ער וועט זען אז ער האט נישט קיין קונדן, דעמאלט וועט ער באשליסן אז בעצם בין איך פערפעקט, נאר ס'איז בכלל נישטא קיין מארקעט, איי דער שטערן? וועט מען זיכן א תירוץ, מן הסתם מאכט ער אויך נישט קיין געלט, ער האלט עס נאר אגב, צו קענען צושטעלן חומר פאר דער זמן, וואס דאס איז שוין ענגליש און ס'גייט יא וכו'.
אויב איז ער א פייגן בלעטעל ווי דו רופסט עס, מאכט ער צו דעם מאגאזין נאך איין חודש און באהאלט זיך אין די מייזן לעכער.
און אויב איז ער פארשטענדליך, וועט ער אויפנעמען א פאר גוטע שרייבער, און געבן זיינע ארטיקלען פאר א פראפעסיאנאל איבערצוארבעטן, ביז ער וועט זיך צולערנען.
און דאס וואס דו האלטסט אז מ'קען זיך נישט לערנען איז אבסורד, קיינער ווערט נישט געבוירן קענענדיג אלעס.
און צו אייך הרב אדוואקאט
באמת האב איך אייך נישט געפלאנט צו ענטפערן ווייל ווער איר זענט ווייס איך נישט, אבער דאס איז קלאר אז איר האט עפעס אן אומפארשטענדליכע בלינדע אגענדע, ממילא איז א שאד די מי, אבער אז מ'רעדט שוין.
קיינער איז נישטא קיין הינט, און קיינער בילט נישט דא, קיינער קומט נישט נאך אייך, און קיינער קומט נישט דא נאך קיינעם. קיינער איז נישט מקנא דעם מצליח ווייל ס'איז נישטא קיין סיבה אים מקנא צו זיין, אפגעזען צו דער מאגאזין איז גוט אדער נישט.
מיר קענען טאלערירן דיינע פארנעפלטע אויסברוכן, אפשר אפילו אקצעפטירן, אבער זיכער נישט רעספעקטירן. מיר זענען נישט געוואוינט דא דערצו. א דאנק.
אלע אויגן צוריק אויף די פלעצער, זאל זיין ארדענונג דא.
איך מיין אויך אז די ערשטע אויסגאבע וואלט געמעגט זיין אן א פלאסטיק אז מ'זאל קענען זען בעפארן קויפן
מיין.
נחום ראזנבערג שרייט אז ער גייט פייטן אז 'כלל ישראל איז נישט אונטער אטאקע'. ער וועט נישט לאזן יאסי געשטעטנער אויפברענגען און מסביר זיין פאר די וועלט אז מיר געפינען זיך אונטער אטאקע, ווייל דאס שטערט די מלחמה קעגן פעדעפיליע.
איך ליין אז דער צווייטער מצליח איז ערשינען (ליידער)
ניסן
📎 IMG-20130320-WA0018.jpg
זר זהבאיך ליין אז דער צווייטער מצליח איז ערשינען (ליידער)
פארוואס ליידער? עפעס קלייניגקייטן?! חסידים גייען אנפאנגען צו דינען אין דזשורי! איר ווייסט וואס דאס מיינט?!
איך בין זיכער אז ווען הרב לעפקאוויטש מיט זיין כולל קעפל גייט אנקומען אין געריכט, גייען די ריכטערס ארויסגיין פון התפעלות פון די קליגשאפט וואס די גמרא קעפלעך פארמאגען. איך וועל נישט זיין סופרייזד אז דער הויפט ריכטער שטעלט זיך אויף פון בענקעל און גיבט עס איבער פאר ר' מנשה פילאפ.
און דאס אז בילי טאמפסאן גייט נישט טשעפענען די מציצה בפה איז עפעס אוועקצומאכען? עס ברענגט טשענסעס צוריק צו ברענגען שיטה מקובצת'ן!
ווילסט נאך??? מוטה פראנק זאגט קלאר און דייטליך; "יאך בין נישט קיין רב, רבי', מנהיג, ס"ה א איד וואס האט אמת'דיג ליב יעדעם איינעם"! איך זיך נאך אפאר אזעלכע אידן אויפן ערד קוגעל!
ר' מוטה פראנק איז מחזק "לבנות נשברות"? וואו שאפט מען די צעבראכענע לבנות?
נאר על צד אז ר' לייזר האט געהאט א נפילה.
מצליח, וועט בעז"ה מצליח זיין!
למע"כ ידידינו המכובד עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה הר"ר אהרן יוסף שפילמאן הי"ו
אחדשה"ט
מיר ווילן אייך וואונטשן בשם אלע חברים דא א חג כשר ושמח, ווי אויך טוען מיר אייך גראטולירן פאר אייער צווייטער מצליח.
ביים אדורכבלעטערן מצליח 2# האט זיך מיר אנגעזאמלט פארשידענע הערות והארות, נאר אודאי אז א איד לייגט אריין אזעלכע איבערמידליכע כוחות צו מזכה זיין דעם ציבור איז נישט כדאי מ'זאל אים קריטיקירן ברבים. ממילא פאר ווער ס'איז נייגעריג אין מיינע הערות קען זיך ווענדן אין אישי.
זאלט איר געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן.
אוהבך מוקירך המצפה להצלחתך באמת ובתמים,
מ"ז