☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » OJPAC א נייע ארגאנעזאציע

OJPAC א נייע ארגאנעזאציע

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2913

בן תמליון » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:15 pm

· #86127
OJPAC א נייע ארגאנעזאציע
איך האב מיר אנגעשטאלפערט אין א נייע וועב סייט וואס טוט פאבליק רילעשאנס פארן היימישן ציבור, א זאך וואס איז לאנג אווער דא. איך ווייס נישט ווער עס שרייבט דא און וואס איז אונטער דעם אבער זעט אויס א גוטן אנהייב. זאל ער האבן הצלחה לייקט איהם אויף פעיסבוק פאללאוט איהם אויף טוויטער. וחפץ ה' בידינו כו'.

<a class="postlink" href="http://ojpac.org/">http://ojpac.org/</a>

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:18 pm

· #86129
א דאנק פאר פאריכטען און צולייגען די פרטים.

אוי טאטי » מאנטאג פעברואר 11, 2013 8:34 pm

· #86195
כ׳הער אז יוסי געשטעטנער איז שטארק אינוואלווד דערין.

קאמפיאטער » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:12 pm

· #86198
וואס פשט פין די נאמען?

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:02 pm

· #86227
לכאורה א ווערטער שפיל אויף AIPAC.

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:16 am

· #86241
זאל דער אויבערשטער זיי געבן אסאך ברכה און הצלחה, און נאך אסאך מער סייעתא דשמיא, זיי זאלן אויך נאר זאגן דאס וואס מען דארף

איינער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 7:56 am

· #86267
אוי טאטי
כ׳הער אז יוסי געשטעטנער איז שטארק אינוואלווד דערין.


ס׳דערקענט זיך.

נייגעריגער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 9:05 am

· #86271
קאמפיאטער
וואס פשט פין די נאמען?

זיי רופן זיך Orthodox Jewish Public Affairs Council!

ידען » פרייטאג פעברואר 22, 2013 3:20 pm

· #89944
OJPAC
OJPAC
איז

Orthodox Jewish Public Affairs Council

מע האט שוין געשריבען אביסעל אין א אנדערע אשכול וועגען די נייע ארגאניזאציע אבער מע דארף א עקסטערע אשכול פאר דעם.

יוסי געשטעטנער איז נישט א נייע נאמען. ער איז א שרייבער שוין א סאך יארען, און ער האט זייער א גוטע שטארקע חיתוך הדיבור און רעט א סאך אויף קול מבשר נייעס.

דא אין קאווע שטיבל האט מען שוין א פאר מאל געשריבען אז די חסידישע אידען דארפען האבען איינעם וואס זאל קלאר מאכען אויף די מידיע אז נישט אלעס וואס זיי שרייבן איז אמת און אז קיינער ביי די חסידישע נעמען זיך נישט אליינס אן, וועט מען אלע מאל בלייבען פארשעמט אין די מידיע.

יוסי איז קיינמאל נישט שטיל און האט געמאכט א נייע ארגאניזאציע וואס זאל טוהן די ארבעט, און זיי צוריק שרייבען אדער ענפערען.

איך ווייס נישט וויזוי ער גייט עס טוהן און אויב די מידיע וועט זיך מאכען וויסענדיג פון איהם אבער איך זעה אז ער גייט גיין נאך געלט.

פון זיין וועבסייט

Mission

OJPAC’s mission is to help enhance the standing of the Orthodox Jewish Community in the Media and in the eyes of the General Public.

Below are some of the steps that we utilize, depending on funding:

- Provide accurate information to the general public and media about the Orthodox Jewish Community

- Provide useful information to members of the Orthodox Community on key and contentious issues; thus steering the public debate in the right and productive direction

- Provide information and strategies to community leaders and activists how to approach the general public and media on key issues

- Call out journalists and media for inaccurate reporting of stories regarding the Orthodox Community

- Organize civil yet effective community action for fair reporting

- Provide money-valued awards to news agencies and independently to individual reporters who are outstanding in fair reporting on the Orthodox Jewish Community

- OJPAC does not act as a PR team for anyone who gets caught up in the law. Similarly, OJPAC is not a replacement of responsible PR strategies that Orthodox Jewish institutions are obligated to provide and fund for their respective missions.


ווער נאך איז מיט איהם?

ער מאכט עס אליינס?

איז עס א גוטע זאך?
דא איז זיין וועבסייט
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.ojpac.org">www.ojpac.org</a><!-- w -->

חשבון » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:29 pm

· #89958
ווען מ'זאל נעמען זיין רצון און עס אנטון מיט יידלס קאפ און בענדזשעמין'ס שריפט און קופערניקעס הומער וואלט געווען א דבר השלום

יאיר » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:54 pm

· #89966
Provide accurate information to the general public and media about the Orthodox Jewish Community

איך האף אז זיי גייען דאס נישט טון. מיר זעט אויס אז זיי גייען נישט קענען ביידן צופרידנשטעלן, אויב זאגן זיי למשל אז זיי זענען פאר דעם כינוס פאר וועבערמאן, האבן זיי דאך געטון מער שאדן ווי נוצן, אויב זאגן זיי אז נישט, וועט יאסעלע אים אנגיסן מיט א טעפל הייס וואסער.
בכל אופן, איך וואונטש זיי אסאך הצלחה.

נייגעריגער » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:57 pm

· #89967
פארוואס עפענען א נייע ווען ס'איז שוין דא אן אשכול: OJPAC א נייע ארגענעזאציע? מ'קען דאך דארט ווייטער גיין?

ידען » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:59 pm

· #89968
גערעכט.
ישר כח.

אוי טאטי » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:47 pm

· #91376
עפעס זעהט מען שוין פון זיי.
<a class="postlink" href="http://ojpac.org/?p=260">http://ojpac.org/?p=260</a>

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:24 pm

· #91398
דער אמת איז, אז יעדע פאזיטיווע זאך דארף מען מחזק זיין, זאל דער באשעפער אוודאי העלפן אז דער ארגענעזאציע זאל עכ''פ אנהאלטן ביזן הייליגן יו''ט שביעות הבעל''ט.

איך האב געוואלט פרעגן די אינטעליגענטע קאווע טרינקער, וואס האלט איר גייט די ארגענעזאציע אויף טאן?

למשל: נאך אזא וועבערמאן מעשה, אדער נאך אזא מיילך שפיצער מעשה, נאך אזא חיים האלפערן מעשה? גייט די מידיע זיין שטיל? גייען זיי דען נישט אויפשפילן דער קאנסערוועסיע אויפן נעגעטיווסטע אויפן וואס איז נאר שייך? פארוואס ווייל OJPACK זאל מאריך ימים זיין ווען פאפלעצירן א קליפ? וואו איז דער שכל דערפון?
בכלל די מידיע זאגט אוי און אזוי, און OJPACK זאגט אזוי און אזוי, וועמען גייט א נארמאלע מענטש גלייבען? וועמענס געשיכטע וועט ער ענדערש אפקויפן?

וואס איז די מעשה דא? מען קטנ'ט אויף אונז, און מען זאג אונז אז עס רעגנט גאר?

נייגעריגער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:45 pm

· #91402
גראדע קוקט אויס אז ojpac האטצעך גאנץ גוט אוועקגעשטעלט! זעסט דאך אז ביים שפיצער אדער היילפרין קעיס זענען זיי נישט אזוי "קלוג" ווי יוסי געשטעטנער צו לויפן רעדן צו די מידיע, נאר ביים צניעות אנקלאגע וואס איז קלאר אנקעגן אידישע אינטערעסן [נישט ווי די אויבנדערמאנטע וואס זענען אלע יחידים וואס אפשר...] און איז אויכעט א סאבזעקט וואס א גוי קען פארשטיין, האבן זיי ארויסגעלייגט דעם רעדיו עד!

קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:54 pm

· #91405
וואס קען א גוי פארשטיין?

קען דען א גוי פארשטיין, אז ווען איינער האט א ביזנעס אפען פאר די פאבליק, און קוקט ארויס בכליון עינים אז א קאסטומער זאל עפעס קויפן, ענדליך קומט אריין א קאסטומער, און דער אייגענטומער פונעם געשעפט הייבט איר אן צו פארדרייען א ספאדיק, אז דאס קלייד איז צו שמאל און די שטרימפ צו דין, און דאס לאנג שייטל מיט די מעיקאפ ברענגט אין אים אריין חמימות, דאס פארשטייט א גוי????

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:03 pm

· #91471
אוי טאטי
עפעס זעהט מען שוין פון זיי.
<a class="postlink" href="http://ojpac.org/?p=260">http://ojpac.org/?p=260</a>

די שאלה איז נאר ווי מ'גייט עס טאקע הערן.... אויף טוויטער שרייבט ר' יוסף אז ס'ווענדט זיך אין געלט...

נפתלי » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:12 pm

· #91480
קאך_לעפל
וואס קען א גוי פארשטיין?

קען דען א גוי פארשטיין, אז ווען איינער האט א ביזנעס אפען פאר די פאבליק, און קוקט ארויס בכליון עינים אז א קאסטומער זאל עפעס קויפן, ענדליך קומט אריין א קאסטומער, און דער אייגענטומער פונעם געשעפט הייבט איר אן צו פארדרייען א ספאדיק, אז דאס קלייד איז צו שמאל און די שטרימפ צו דין, און דאס לאנג שייטל מיט די מעיקאפ ברענגט אין אים אריין חמימות, דאס פארשטייט א גוי????

ווער פארדרייט א קאפ? סך הכל רעדט מען דא פון א צעטל וואס די געשעפטן האבן ארויסגעהאנגען,
קיינער פארדרייט נישט קיין קאפ פאר קיין קאסטומערס וואס זענען אין געשעפט נישט קיין חילוק וויאזוי זיי גייען אנגעטוהן,

מאך עס נישט דראמאטיש!

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:14 pm

· #91483
[ציטאט אראפגענומען]

געשטעטנער

נייגעריגער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:45 pm

· #91499
נפתלי
קאך_לעפל
וואס קען א גוי פארשטיין?

קען דען א גוי פארשטיין, אז ווען איינער האט א ביזנעס אפען פאר די פאבליק, און קוקט ארויס בכליון עינים אז א קאסטומער זאל עפעס קויפן, ענדליך קומט אריין א קאסטומער, און דער אייגענטומער פונעם געשעפט הייבט איר אן צו פארדרייען א ספאדיק, אז דאס קלייד איז צו שמאל און די שטרימפ צו דין, און דאס לאנג שייטל מיט די מעיקאפ ברענגט אין אים אריין חמימות, דאס פארשטייט א גוי????

ווער פארדרייט א קאפ? סך הכל רעדט מען דא פון א צעטל וואס די געשעפטן האבן ארויסגעהאנגען,
קיינער פארדרייט נישט קיין קאפ פאר קיין קאסטומערס וואס זענען אין געשעפט נישט קיין חילוק וויאזוי זיי גייען אנגעטוהן,

מאך עס נישט דראמאטיש!

נפתלי איז גערעכט, די פראבלעם איז די צעטל וואס פארלאנגט א געוויסע צניעות קאוד, און דאס ברענגן זיי ארויס אינעם קורצן עד - אז גאר אסאך פאבליק און רעגירונג פלעצער האבן א דרעסינג קאוד איז וואס איז דער ויצעקו אז מיר דיסקרימענירן!
קאך לעפל האקט!

נפתלי » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:49 pm

· #91502
קאך_לעפל
דער אמת איז, אז יעדע פאזיטיווע זאך דארף מען מחזק זיין, זאל דער באשעפער אוודאי העלפן אז דער ארגענעזאציע זאל עכ''פ אנהאלטן ביזן הייליגן יו''ט שביעות הבעל''ט.

איך האב געוואלט פרעגן די אינטעליגענטע קאווע טרינקער, וואס האלט איר גייט די ארגענעזאציע אויף טאן?

למשל: נאך אזא וועבערמאן מעשה, אדער נאך אזא מיילך שפיצער מעשה, נאך אזא חיים האלפערן מעשה? גייט די מידיע זיין שטיל? גייען זיי דען נישט אויפשפילן דער קאנסערוועסיע אויפן נעגעטיווסטע אויפן וואס איז נאר שייך? פארוואס ווייל OJPACK זאל מאריך ימים זיין ווען פאפלעצירן א קליפ? וואו איז דער שכל דערפון?
בכלל די מידיע זאגט אוי און אזוי, און OJPACK זאגט אזוי און אזוי, וועמען גייט א נארמאלע מענטש גלייבען? וועמענס געשיכטע וועט ער ענדערש אפקויפן?

וואס איז די מעשה דא? מען קטנ'ט אויף אונז, און מען זאג אונז אז עס רעגנט גאר?

אלא מאי פיר אויס....
מ'דארף איינשפאנען די גרעסטע שרייבער פון אלע גויאישע צייטונגען, זיי אלע אינטערשמירן זיי זאלן ארבעטן פאר אונז, עפענען א צייטונג וואס זאל אונטערברענגן די פאוסט, טיימס, און דעילי ניוס,
האבן א פי.אר. קאמפאני וואס וועט נישט סתם לאזן לויפן עדס אויף די ראדיאו און ניוס פעיפערס נאר וועט האבן אינערליכע צוטריט צו יעדע פאלאטישאן, פאבליק פיגור און סעלעבערטי, אזוי וועט קיינער זיך נישט דערוואגן אונז צו אטאקירן, לאזן לויפן עדס אין טיימס סקווער, ארגאנאזירן צוזאמקומפטן אין יעדע געגענט וואו די גרעסטע מאכטפולסטע רעדנערס וועלן מסביר זיין פאר יעדע גוי וואס א חרדי'שער איד איז, און ארויסברענגן די שיינקייט פון אונזער לעבן, בקיצור מ'וועט ברעינוואשן די גויאישע גאס און האלטן א שטארקע קאנטראלירבארע האנט אויף יעדע זאך וואס ס'זאל געזאגט און געשריבן ווערן איבער אונז.

סאו שנייד די קרעפלעך, OJPAC איז א ריכטיגע שריט אויפן גוטן ריכטונג, ביז יעצט האט קיינער גארנישט געטוהן און ב"ה אז איינער האט גענומען די לייצעס אין די האנט, דאס איז די ערשטע און אפשר איינציגסטע זאך וואס קען געטוהן ווערן פון אונזער זייט, עפענען א וועבזייטל און פארשפרייטן זיין עקזיסטענץ, לויפן עדס אויף די ראדיאו, שרייבן אפ-עדס און עדיטאריעלס אין די צייטונגען,
איך וואונטש זיי אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא און איך האף אז ס'וועט זיך זיי אויסארבעטן און מיט די צייט וועלן זיי אויסברייטערן זייערע פעולות לטובת הכלל.

נייגעריגער » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:59 pm

· #91511
טאקע א שיינע עד!
לויט וויאזוי זיי אליין שרייבן אויפן וועבזייטל, איז עס ערשט געפלאנט צו ארויסלאזן אויף די לופט קומענדיגע וואך.
ויהי רצון שיצליחו במשימתם!

חשבון » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:03 pm

· #91514
לאמיר האפן זיי זאלן מצליח זיין און אויפטון

אביגדור » פרייטאג מערץ 1, 2013 12:54 pm

· #91748
הא.

נייגעריגער » פרייטאג מערץ 1, 2013 1:10 pm

· #91760
דער מאגאזין האט גראדע גארנישט מיט געשטעטנער, ער איז פשוט אינטערוויאוט געווארן דארט!
דער גאנצער נושא פונעם מאגאזין איז שוין ברייטער אויסגעשמועסט געווארן אין אן אנדערן אשכול!

אביגדור » פרייטאג מערץ 1, 2013 1:58 pm

· #91779
שכויח, ואנכי לא ידעתי.