☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווער האט דיר פארציילט וועגן קאווע שטיבל?

ווער האט דיר פארציילט וועגן קאווע שטיבל?

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2903
בלאט: 1 2

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 10, 2013 8:17 pm

· #85891
ווער האט דיר פארציילט וועגן קאווע שטיבל?
לרגל דאס פראווענען א יאר זינט דער עפענונג פון קאווע שטיבל עפען איך אן אשכול וואס דער עולם זאל דערציילן ווער האט זיי געברענגט דא אהער, איך מיין ווי נישט ווי איז עס נישט געוועין אדווערטייזט אין דער בלאט! סא פון ווי זאלסטו וויסן?

איך בין געוואר געווארן פון קאווע, אלץ א ליינער אין איי וועלט טרעף איך איין טאג א גאנצע באלאגאן, איך מיין סומאטאכע, אדער ווי הערשל פריעדמאן רופט עס:כאדאראם! וואס איז? ס'טוט זיך טישן אויף בענק, דער עולם איז פארקאכט! זייט איי וועלט שטייט איז נאך נישט געוועין אזא דערקאכעניש, אזש זייט דאס געקעכטס האט זיך דערקאכט האט זיך נישט געקאכט אזא דערקאכעניש!! דער עולם קומט ארויס פון די לעכער 'גיוואללדדד' ס'האט זיך געעפנט אזא פורום ממש ענליך צו איי וועלט די אויסשטעל! אבער די תוכן איז רחמנא לצלן וואס דארט גייט פאר.. ס'געענדיגט מיט די אלטע מעשיות, דארט מעג מען רעדן פון די ציונים!! נא פוי!! דארט קען מען דערמאנען 'רב קוק' רחמנא לישזבן! דארט קען מען רעדן פון 'סאמאטוכעסנס', בקיצור אן אפענע וועלט, נאו מאר די רויטע מיט די גרינע חברה, נאו מאר דא עליטע מיט שמיטע שרייבערס! ס'צרות ווי א בארג!!
דארט מעג מען רעדן 'אויפן סיסטעם', דארט דרייען זיך משכילים על הבית!! דארט ווערט מען 'אויפגעקלערט', ממש כל באיה לא ישובון.. דארט ווען מען זעהט עפעס אין אן אנדערע בלאג זאגט מען נישט "איך האב עס באקומען אין אימעיל"!!

דאס קעפל האט זיך גערופן "אן אפענער שמועס איבערן צענזור פון איי וועלט".

די חברה האבן זיך אליינס נישט געכאפט וואסערע אדווערטייזמענט זיי גיבן!!

ידען » זונטאג פעברואר 10, 2013 8:35 pm

· #85895
קאצקע ציקער
דארט ווען מען זעהט עפעס אין אן אנדערע בלאג זאגט מען נישט "איך האב עס באקומען אין אימעיל"!!

איך האב באקומען א אימעיל פון א לינק צו די נייע קאווע שטיבל...

נישט פון אייוועלט.

אוי טאטי » זונטאג פעברואר 10, 2013 8:45 pm

· #85896
יאך האב עס אויך געטראפן דארט, אנפאנג האבעך געמיינט אז עס איז בלויז אן איבערגאנג, און עס וועט נישט נעמען לאנג ביז די נייע סייט וועט זיך פארמאכן, זענדיג אבער אז עס נעמט נישט קיין עק צו די שימפערייען דארט, אין די אשכול וואקסט ווי הייוון האב איך באשלאסן יא צו כאפן א בליק, און זען פון וואס מען רעדט דא, זייענדיג דא האב איך מיר ארומגעקוקט, און באשלאסן אז יא דאס איז דאס פלאץ! און תיכף זיך איינגעשריבן, און דא בין איך שוין פארבליבן.
און מען קען זאגן מיט א פול מויל, אז ברוך השם עס איז א פארגעניגן יעדע מינוט וואס מען פארברענגט דא, און כאטש וואס איך האב טאקע נישט געהאט צופיל צייט צו שרייבן, האב איך אבער אסאך הנאה געהאט צו לייענען.
און דא דארף מען טאקע נאכאמאל באדאנקן די מנהלים, אחראים, און יעדער וואס העלפט צו, צו די הצלחה פונעם שטיבל, זאל דער פון אויבן ענק באצאלן בכפלי כפליים, און זאל דער זכות פון אפהיטן אזויפיל אידישע קינדער פון פאשען אין פרעמדע פעלדער, און זיך אנזעהן מיט כל דבר אסור, ענק באשטיין לעולמי עד.

א צופרידענע מיטגליד.

עסן עסט'זיך » זונטאג פעברואר 10, 2013 8:59 pm

· #85897
איך האב גיהערט א יונגרממאן אין שול וואס איז א גרויסער קנאי רעדט זיך אפ אויף א נייע סייט קאווע שטיבל און קרעכציט אז סאיז ממש אפיקירסות און השכלה. איך בין געקומען זעהן הכצעקתה, און עס האט מיר גאנץ פיין אנגעשמעקט. איך זאג נישט, עס מאכט מיר זייער דזשעלעס אויף די גרויסע שרייבער, חכמים מיפלגים, אבער כהאב הנאה צי ליינען יעדע ווארט

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג פעברואר 10, 2013 9:03 pm

· #85900
אינטערעסאנט ביי מיר איז עס געווען פונקט קאפויער, איך האב זיך דערוויסט פון איי וועלט דורך קאווע שטיבל. כ'האב געכאפט א בליק דארט און.. שוין לאמיר נישט רעדן אפשר ביי אן אנדערע געלעגנהייט. [בכלל האט איינער באמערקט די מאדנע נעמען דארט, געלעגער, צומי, באטי, וכו', דאס אליין איז ביכולת צו פארקנאקן דעם אפעטיט].

טעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:39 am

· #85966
כקאצקע ועוד לקרא..ביי דעם ריזיגען סומאכטאנע אפענע שמואס אין אייוועלט.. וגומר בין איך אנגעקומען ווען ס'האט שוין געהאלטען טיעף אינמיטען זיך ארומרצחענען און כ'האב געהאלטען אין איין זעהן וואו מ'באפאלט איינעם אז ער דרייט זיך אין קאווע שטיבל און איז פארנומען מיט אפיקורסות וכו' און כ'האב אנגעהויבן זיכען אין אייוועלט און איך טרעף נישט אזא אשכול, איך טרעף נישט אזא פארום..ביז כ'האב געכאפט און דא אהער געקומען.....והשאר היסטוריה!!! ואידך רגל זיל חמור...

יואליש » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:03 am

· #85968
כ'פלעג זיך דרייען אויף זייער א געמיינע וועבסייט. דארט האט זיך געדרייט א איד און עוסק געווען אין קירוב און געלינקט צו קאווע שטיבל.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:07 am

· #85969
איך מיין איך בין דא אנגעקומען פון א זייטיגע גוגל סירטש, איך האב געזוכט ערגעץ ווי מרעדט וועגן דער איסור אויף דער אינטערנעט צו עס איז טאקע באמת אסור אדער נאר א גדר אדער עפעס אנדערש, און בכלל האב איך געזוכט חומר איבער די אלע אינטערנעט מערכות וענינים. ברענגט מיר ר' גוגל עפעס א סייט אויף אידיש וואס רופט זיך קאווע שטיבעל, און איך ליין דארט ווי מטוט דורך די גאנצער נושא בטוב טעם ודעת, בפרט האב איך הנאה געהאט פון עפעס א מאדנער נאמען וואס רופט זיך געפילטע פיש, וואס האט מסביר געווען אז דער נושא פון דרכא אחרינא איז אינו ענין לכאן און אדרבה, האב איך שוין געוואוסט אז דא איז עפעס אן אינטרעסאנטער סייט, אז איך זאל מחליט זיין צו שרייבען דא האט מיר נאך גענומען אפאר חדשים דאכציך, איך האב די ערשטע תגובות מיינע געשריבען איבער דער נושא פון גיהנום און ראשית חכמה, גלייך האט איינער פארשטאנען אז מיין ניק לעיקוואד איז מרמז אז די גאנצע תורה פון דער עיר התורה ליגט ביי מיר אין טאש, און רופט מיר א תלמיד חכם נעמט זיך דינגען מיט מיר פשט אין עפעס א תולדות, שוין אז איך באקום קאמפלימענטען, בלייב איך שוין דא, כבוד התורה איז נישט אוועקצומאכען.. און די רעסט, דעי סעי, איז היסטארי..

יאיר » מאנטאג פעברואר 11, 2013 5:39 am

· #85977
אהא, איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס ס'האט אויסגעפעלט צו אנשרעקן אזויפיל תמימות'דיגע אידן מיט אזעלכע מוגזמ'דיגע אינקוויזיציע עונשים, יעצט כאפ איך שוין, דער ראשית חכמה האט געהאט א ווייטער בליק, שוין דעמאלט האט ער צוגעגרייט סחורה אריינצושלעפן א לעיקוואוד ביינאונז אין קאווע שטיבל ער זאל אונז איבערגעבן פאר דעם שוואכן דור דעם אמת'ן דרך המסורה לנו מזקנותינו הקדישות אשה מפי אשה מפי חד בר חד עד יהושע בן נון.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:06 pm

· #86031
ענטפער צו קאצקע צוקער
ס'איז דא אן ענליכע מעשה. ס'איז איין יאר געווען זייער א ווארעמער ווינטער אין ניו יארק. און דער עולם איז נישט געפאהרן קיין פלארידע. די בעלי בתים פון די האטעלן האבן געזען אז ס'איז צרות. זענען זיי געגאנגען צו התאחדות וועלכע האט ארויסגעגעבן אן איסור צו פארן קיין פלארידע. האט זיך דער עולם דעמאנט אז מ'דארף פארן.. לענייננו. כאשר יענה אותו כן ירבה וכן יפרוץ. ווי מער זיי וועלן אסר'ן, לייגן אין חרם און באיקאטירן וועט דער קאווע שטיבל אי"ה ווערן שטארקער און גרעסער. 🙄

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:15 pm

· #86034
ווער האט מיר (בערל בעל עגלה) פארציילט פון קאווע שטיבל
דער עולם 'עט נישט גלייבן. נחום הידוע. בכבודו ובעצמו. את חטאי אני מזכיר. איך האב א מיחוש. איך מוז קוקן א יעדן טאג "וואס נחום זאגט". איין טאג, קוקנדיג אין זיין גארבידזש קען, זעה איך צוויי מענטשעלעך זיצן ביי א טיש און שמועסן געמיטליך. (זיי זענען נאך דאמאלס געווען אן די קלאוני היטעלעך) דאס האט געצויגן מיין נייגעריגקייט. און "די רעסט איס היסטארי" .

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:20 pm

· #86035
יואליש
כ'פלעג זיך דרייען אויף זייער א געמיינע וועבסייט. דארט האט זיך געדרייט א איד און עוסק געווען אין קירוב און געלינקט צו קאווע שטיבל.

שוין. מיט קומען קיין קאווע שטיבל האבן מיר שוין יוצא געווען "החזירינו בתשובה שלימה לפניך" אויך. חוץ פון דברי תורה, מוסר וחסידות.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:23 pm

· #86037
יואליש
כ'פלעג זיך דרייען אויף זייער א געמיינע וועבסייט. דארט האט זיך געדרייט א איד און עוסק געווען אין קירוב און געלינקט צו קאווע שטיבל.

איך כאפ נישט דעם וויץ

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:10 pm

· #86055
איך געדענק נישט 100%, אבער כמעט זיכער אז איך האב זיך אויך דערוואוסט פונעם שטיבל דורך אייוועלט, גענוי ווי פילע אנדערע דא.

יידל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:19 pm

· #86057
אן אימעיל פון א חבר, שרייבט ער מיר: kaveshtiebel.com, יידל וועסט הנאה האבן. וכך הווה. (אזוי איז מיר אויך איינגעפאלן זיך א נאמען צו געבן יידל).

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:39 pm

· #86081
געהערט האך איך פון א ידיד, ביןם איך ארויף אויף גוגעל דאס זוכן, אבער זעהט אויס דער GPS האט נישט געארבעט, ס'האט מיר נישט געוויסן ווי אזוי אנצו קומען, לאמיר געדענקען דאס איז געוועהן סך הכל א וואך נאכדעם וואס מ'האט האט אונז אנגעהויבען סערווירען פיינע ווארימע קאווע בחנם, מעשה שהיה כך היה צוויי וואכען שפעטער בין איך געווארען א מיטגליד, ווי איך שעפ נאך ביז עד היום הזה פון אירע קאווע.

אוי איך געדענק נאך ווען...
קאווע שטיבל האט געהאט בלויז איינצעלע אשכולות,
ווייניגער אפטיילונגען
מ'האט געדארפט ווארטן ביז עס איז צוגעקומען א 'רעאקציע'
די מנהלים האבען נאך געקענט יעדן ביים נאמען
דער היימישקייט, אוי...

איינער » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:10 pm

· #86124
לעיקוואד
איך מיין איך בין דא אנגעקומען פון א זייטיגע גוגל סירטש, איך האב געזוכט ערגעץ ווי מרעדט וועגן דער איסור אויף דער אינטערנעט צו עס איז טאקע באמת אסור אדער נאר א גדר אדער עפעס אנדערש, און בכלל האב איך געזוכט חומר איבער די אלע אינטערנעט מערכות וענינים. ברענגט מיר ר' גוגל עפעס א סייט אויף אידיש וואס רופט זיך קאווע שטיבעל, און איך ליין דארט ווי מטוט דורך די גאנצער נושא בטוב טעם ודעת, בפרט האב איך הנאה געהאט פון עפעס א מאדנער נאמען וואס רופט זיך געפילטע פיש, וואס האט מסביר געווען אז דער נושא פון דרכא אחרינא איז אינו ענין לכאן און אדרבה, האב איך שוין געוואוסט אז דא איז עפעס אן אינטרעסאנטער סייט, אז איך זאל מחליט זיין צו שרייבען דא האט מיר נאך גענומען אפאר חדשים דאכציך, איך האב די ערשטע תגובות מיינע געשריבען איבער דער נושא פון גיהנום און ראשית חכמה, גלייך האט איינער פארשטאנען אז מיין ניק לעיקוואד איז מרמז אז די גאנצע תורה פון דער עיר התורה ליגט ביי מיר אין טאש, און רופט מיר א תלמיד חכם נעמט זיך דינגען מיט מיר פשט אין עפעס א תולדות, שוין אז איך באקום קאמפלימענטען, בלייב איך שוין דא, כבוד התורה איז נישט אוועקצומאכען.. און די רעסט, דעי סעי, איז היסטארי..

לעיקוואד איך בין שטאלץ צו זיין דער מחבר האשכל וואס האט דיך דא אריינגעבלאזן.

און פאר מיר איז געווען די תגובה אויף היידפארק.

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:16 pm

· #86128
זייער אסאך נייע מעמבערס זענען אהער געקומען נאך דעם ווי זיי האבען געזעהן יענע תגובה אויף היידפארק.
לדידי איז דאס געוועהן א מעלה מיט א חסרון אינאיינעם, וד"ל.

איינער » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:28 pm

· #86136
דולה ומשקה
זייער אסאך נייע מעמבערס זענען אהער געקומען נאך דעם ווי זיי האבען געזעהן יענע תגובה אויף היידפארק.
לדידי איז דאס געוועהן א מעלה מיט א חסרון אינאיינעם, וד"ל.

איך פארשטיי נישט די חסרון, היידפארק איז געווען פון די איינציגע "אידישע" סייטס אויפן וועב, און געהאט א שוואכער צענזור ווי אייוועלט. פון ווי זאלן אידישע רעדנער קומען אז נישט פון היידפארק אדער אייוועלט?
איך האב געסטאפט צו שרייבן און ליינען אייוועלט נאכן ווערן צענזוריט עטליכע מאל. איך האב א פאר מאל פראבירט אנצוהייבן נאכמאל, נאר צו ווערן צענזוריט נאכמאל.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:34 pm

· #86139
איינער
לעיקוואד
איך מיין איך בין דא אנגעקומען פון א זייטיגע גוגל סירטש, איך האב געזוכט ערגעץ ווי מרעדט וועגן דער איסור אויף דער אינטערנעט צו עס איז טאקע באמת אסור אדער נאר א גדר אדער עפעס אנדערש, און בכלל האב איך געזוכט חומר איבער די אלע אינטערנעט מערכות וענינים. ברענגט מיר ר' גוגל עפעס א סייט אויף אידיש וואס רופט זיך קאווע שטיבעל, און איך ליין דארט ווי מטוט דורך די גאנצער נושא בטוב טעם ודעת, בפרט האב איך הנאה געהאט פון עפעס א מאדנער נאמען וואס רופט זיך געפילטע פיש, וואס האט מסביר געווען אז דער נושא פון דרכא אחרינא איז אינו ענין לכאן און אדרבה, האב איך שוין געוואוסט אז דא איז עפעס אן אינטרעסאנטער סייט, אז איך זאל מחליט זיין צו שרייבען דא האט מיר נאך גענומען אפאר חדשים דאכציך, איך האב די ערשטע תגובות מיינע געשריבען איבער דער נושא פון גיהנום און ראשית חכמה, גלייך האט איינער פארשטאנען אז מיין ניק לעיקוואד איז מרמז אז די גאנצע תורה פון דער עיר התורה ליגט ביי מיר אין טאש, און רופט מיר א תלמיד חכם נעמט זיך דינגען מיט מיר פשט אין עפעס א תולדות, שוין אז איך באקום קאמפלימענטען, בלייב איך שוין דא, כבוד התורה איז נישט אוועקצומאכען.. און די רעסט, דעי סעי, איז היסטארי..

לעיקוואד איך בין שטאלץ צו זיין דער מחבר האשכל וואס האט דיך דא אריינגעבלאזן.

און פאר מיר איז געווען די תגובה אויף היידפארק.

און איך בין שטאלץ צו זיין די מאדנע נאמען וואס האט עם געשמעקט. אלמלא די גאנצע כינוס כלל ישראל וואלט נאר געווען פאר דעם, דיינו, אפשר איז דאס די ווייטע בליק פון ר' חייא בר אבא, ער האט געוויסט אז מ'וועט ארויסנעמען זיין דרכא אחרינא מימרא פון קאנטעקסט, און אויף קאווע שטיבל וועט מען מגלה זיין ריכטיג פשט אין זיינע ווערטער, און דאס וועט אהער ברענגען הרב לעקוואד, וואס גאנץ עיר התיירע איז ביי עם מונח בקופסה, און וועט אונז קענען מהנה זיין מיט זיינע ידיעות.

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:36 pm

· #86141
איינער
דולה ומשקה
זייער אסאך נייע מעמבערס זענען אהער געקומען נאך דעם ווי זיי האבען געזעהן יענע תגובה אויף היידפארק.
לדידי איז דאס געוועהן א מעלה מיט א חסרון אינאיינעם, וד"ל.

איך פארשטיי נישט די חסרון, היידפארק איז געווען פון די איינציגע "אידישע" סייטס אויפן וועב, און געהאט א שוואכער צענזור ווי אייוועלט. פון ווי זאלן אידישע רעדנער קומען אז נישט פון היידפארק אדער אייוועלט?
איך האב געסטאפט צו שרייבן און ליינען אייוועלט נאכן ווערן צענזוריט עטליכע מאל. איך האב א פאר מאל פראבירט אנצוהייבן נאכמאל, נאר צו ווערן צענזוריט נאכמאל.

צו פארשטיין מיין ווערטער איז נישט דא אין אשכול דער פלאץ.
אבער אז די גייסט אריין אין צימעס קוקט אויף די נעמען פון עטליכע אשכולות אדער די המשך הדברים, וועסטו פארשטיין, דא האט היידפארק פשוט אפגעדינגען א אפטיילונג מיטן נאמען 'צימעס'. הער, ס'נישט אזוי שלעכט אדער קינדעריש ווי היידפארק, אבער די סימנים ווייזען אז עס איז אויף דער וועג.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:41 pm

· #86143
איך האב ברוב חכמתי ובנתי אויסגעפיגערט אן עצה דערפאר, איך גיי נישט אריין אין צימעס. ונהגתי כך למשך 40 יום ונושעתי, והבטחתי לפרסמו לתועלת הרבים.

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:48 pm

· #86144
געפילטע פיש
איך האב ברוב חכמתי ובנתי אויסגעפיגערט אן עצה דערפאר, איך גיי נישט אריין אין צימעס. ונהגתי כך למשך 40 יום ונושעתי, והבטחתי לפרסמו לתועלת הרבים.

ס'נישט אזוי פשוט, דער פאקט איז אז קאווע שטיבל גיבט אכסניה פאר צימעס,
צימעס איז חלק אין א שותף גלייך אויף גלייך מיט אלע אנדערע אפטיילונגען אויף קאווע שטיבל.

דער עיקר מטרה פון דעם אשכול איז:
ווער האט דיר פארציילט וועיגן קאווע שטיבל!

דָּוִד » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:51 pm

· #86146
nobody told me. found it by some link or google search. don't remember

אוהב דעת » מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:54 pm

· #86148
מיט מיר איז די מעשה אזוי: נאך יארן דורך גיין אזויפיל קראנקליכע יסורים, זעהענדיג ווי מיין פאלק גייט אונטער, ס'בלייבט פון אונזער געמיינדע נישט קיין איין נארמאלע מענטש, אלעס ווערט מער משוגע ביי די טאג, אז מקען ממש אראפ גיין פון זינען, האב איך שוין מער נישט געקענט אויסהאלטן, איך האב געפאסט 40 טעג. און צום סוף איז מיר א מלאך געקומען אין חלום, און מיר געזאגט איך זאל נישט זיין אזוי צובראכן, כביכול איז נישט באנקראט, ס'איז נאך איבערגעבליבן א שארית לפליטה..... גיי צו קאווע שטיבל וועסטו טרעפן השם'ס אויסגעוועלטע.

petergrifin » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:19 pm

· #86201
און איך ברוך השם בין נתקרב געװארען גלײך נאך מײן חתונה דורך מײן חשובער שװער און שװאגערס
סײ באזײ אינדערהײם אין סײ אין קאװע שטיבל מיט א װארימקײט א גרויסע ישר כח

נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 11, 2013 10:37 pm

· #86216
מיר האט קיינער נישט דערציילט, איך ווייס נישט וואס דאס איז קאווע שטיבל.
איך ווייס נישט אז ס'עקזיסטירט אזא זאך. אין מיין לעבן נישט אריינגעטרעטן דארט.
האסטו נישט געהערט אזוי האב איך געזאגט היינט אין מקוה.

קאצקע ציקער » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:09 pm

· #86230
petergrifin
און איך ברוך השם בין נתקרב געװארען גלײך נאך מײן חתונה דורך מײן חשובער שװער און שװאגערס
סײ באזײ אינדערהײם אין סײ אין קאװע שטיבל מיט א װארימקײט א גרויסע ישר כח

דיין שווער דרייט זיך אויך אין קאווע שטיבל??רחמנא ליצלן!!

א משפחה פון משכילים..

נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:14 pm

· #86231
petergrifin
און איך ברוך השם בין נתקרב געװארען גלײך נאך מײן חתונה דורך מײן חשובער שװער און שװאגערס
סײ באזײ אינדערהײם אין סײ אין קאװע שטיבל מיט א װארימקײט א גרויסע ישר כח

איך האב א זין און די יארן. דיין שווער האט נישט א טאכטער יעצט?

petergrifin » דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:05 am

· #86240
נולד מאוחר
petergrifin
און איך ברוך השם בין נתקרב געװארען גלײך נאך מײן חתונה דורך מײן חשובער שװער און שװאגערס
סײ באזײ אינדערהײם אין סײ אין קאװע שטיבל מיט א װארימקײט א גרויסע ישר כח

איך האב א זין און די יארן. דיין שווער האט נישט א טאכטער יעצט?

װי גײען זײ זיך טרעפן אויף קאװע שטיבל? 😉 😮

הפך_בה » דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:27 am

· #86242
א חבר האט מיר דערציילט פין קאווע שטיבעל בשעת מיר זענען געפארען צוזאמען צום איחוד פעלד. זייט דעמאלטס ליין איך דא גאנץ אפט, מיט גרויס הנאה.

עס דערמאנט פון די באקאנטע מעשה ווי א בעל עבירה איז געגאנגען צום גלח זיך מתוודה זיין אויף זיין זנות עבירות. ער האט זיך אבער צוריקגעהאלטן פון זאגן מיט וועם ער האט מזנה געווען. דער גלח האט פרובירט ארויסשלעפן א נאמען פון אים, און האט אים אנגעפרעגט אויף פארשידענע פרויען וואס האבן זיך צו אים שוין מתודה געווען אויף זייערע מעשים טובים. אבער הוא באחת, ער האט נישט געוואלט אריינדרייען דעם פרוי אין א פאסטקע. דער גלח האט אים געזאגט אז ווילאנג ער זאגט נישט אויס האט ער נישט קיין כפרה. פון דעם גלח'ס שטוב איז ער ארויס אן אפגעשמיסענער, דא האט ער זיך מבייש געווען פארן גלח, און דא האט ער אפי' נישט קיין כפרה. איבערעדענדיג דאס מיט זיין גוטע חבר האט ער זיך געטרייסט, מילא א כפרה האט ער נישט, אבער כאטש האט ער זיך איינגעהאנדעלט אפאר נייע אדרעסן 😃

בונעס איירעס » דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:30 am

· #86243
איך גלייך פארצייטישקייטן און גיין בדרכי אבות, האב איך געזיכט א אידיש היימישע ווערץ הויז און מיין געגענט, האב איך אריינגעלייגט אין אידיש די ווערטער "קאווע שטיבל" פאר גוגול, איך קען דאך וויליאמסבורג מיט אירע געגענטער ארום, איך ווייס דאך אז סאיז לשוא צו זיכען אזאנס אבער האב איך געקלערט, אפשר דאך וועט עפעס דאך זיך געפינען אין די וויליאמסבורגער עריע, איך זאל נישט דארפן פארן פאר א קאווע אין א ווערץ הויז ביז די קליינע שטעטלעך אין איסטערן יוראפ ווי די אידישע קרעטשמיסטן האבן אנגעפירט זייערע ווערץ הייזער, און הערט דאס איז ארויף געקומען...א "קאווע שטיבל" אין מיין נאז אריין!! אזוי נאנט צו מיין עריע אזאש אפי' אין מיין געלעגער אריין!

טעפל » דינסטאג פעברואר 12, 2013 2:27 am

· #86255
פארוואס האסטו געזוכט אין בונעס איירעס א קאווע שטיבל אין וויליאמסבורג??

יואליש » דינסטאג פעברואר 12, 2013 5:22 am

· #86261
דולה ומשקה
געפילטע פיש
איך האב ברוב חכמתי ובנתי אויסגעפיגערט אן עצה דערפאר, איך גיי נישט אריין אין צימעס. ונהגתי כך למשך 40 יום ונושעתי, והבטחתי לפרסמו לתועלת הרבים.

ס'נישט אזוי פשוט, דער פאקט איז אז קאווע שטיבל גיבט אכסניה פאר צימעס,
צימעס איז חלק אין א שותף גלייך אויף גלייך מיט אלע אנדערע אפטיילונגען אויף קאווע שטיבל.

דער עיקר מטרה פון דעם אשכול איז:
ווער האט דיר פארציילט וועיגן קאווע שטיבל!

זינט איר עקזיסטענץ, האב איך באזיכט צוויי מאל אין צימעס. איך ווייס אפי' נישט אז ס'עקזיסטירט. כ'געדענק ווי כ'בין אינטערגעשפרינגן בשעתו ווען די אחראים האבן מיט חכמה ערפינדן א מהלך וויאזוי צו מאכן צימעס פון די קינדערישע שמועסן אן נעמען די גרינגע מהלך פון צענזור אבער כבודם במקומם מונח עס פארפאקן ערגעץ אין די הרי חושך ווי ס'איז לא שלטה בה עינה.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 12, 2013 1:53 pm

· #86329
הפך_בה
א חבר האט מיר דערציילט פין קאווע שטיבעל בשעת מיר זענען געפארען צוזאמען צום איחוד פעלד. זייט דעמאלטס ליין איך דא גאנץ אפט, מיט גרויס הנאה.

עס דערמאנט פון די באקאנטע מעשה ווי א בעל עבירה איז געגאנגען צום גלח זיך מתוודה זיין אויף זיין זנות עבירות. ער האט זיך אבער צוריקגעהאלטן פון זאגן מיט וועם ער האט מזנה געווען. דער גלח האט פרובירט ארויסשלעפן א נאמען פון אים, און האט אים אנגעפרעגט אויף פארשידענע פרויען וואס האבן זיך צו אים שוין מתודה געווען אויף זייערע מעשים טובים. אבער הוא באחת, ער האט נישט געוואלט אריינדרייען דעם פרוי אין א פאסטקע. דער גלח האט אים געזאגט אז ווילאנג ער זאגט נישט אויס האט ער נישט קיין כפרה. פון דעם גלח'ס שטוב איז ער ארויס אן אפגעשמיסענער, דא האט ער זיך מבייש געווען פארן גלח, און דא האט ער אפי' נישט קיין כפרה. איבערעדענדיג דאס מיט זיין גוטע חבר האט ער זיך געטרייסט, מילא א כפרה האט ער נישט, אבער כאטש האט ער זיך איינגעהאנדעלט אפאר נייע אדרעסן 😃

די מעשה'לע ווערט דערציילט איבער א בארימטן רבי'ן. וואס ער פלעגט ארויסגעבן תיקוני תשובה פאר באל אוויירעניקעס. איין טאג זענען געקומען צוויי חבירים ארויסנעמען א תשובה. זאגט איין חבר פאר'ן צווייטן איכ'ל אריינגיין צום רבי ערשט. אויב ס'וועט זיין א גוטע תשובה וועסטו אויכעט אריינגיין. האט איהם דער רבי געפרעגט "האסט אפשר געטון די עבירה מיט די פרוי וואס וואוינט אויף ...סטריט: אפשר מיט די פון יענעם אפארטמענט בילדינג אויף ...עוו"? וכו'. ווען ר'איז ארויס געגאנגען פון רבי'ס שטוב האט איהם דער חבר געפרעגט "וואס פארא תיקון תשובה האסטו באקומען פון רבי"? האט ער געענטפערט. " א תשובה אפשר נישט אבער כ'האב באקומען א פאר נייע אדרעססן!

איך אויך » דינסטאג פעברואר 12, 2013 9:45 pm

· #86439
איך בין אויך אנגעקומן אהער פון יענע אשכול הידוע אויף אייוועלט.

משה געציל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:15 pm

· #86598
איך בין נישט הונדרעט פראצענט זיכער, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז הערשל פר"מ האט אינטערוויאוט באריסטא'ן אויף קול מבשר. איינער געדענקט וועלכע נומבער עס איז?

לעמיל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:24 pm

· #86600
משה געציל
איך בין נישט הונדרעט פראצענט זיכער, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז הערשל פר״מ האט אינטערוויאט בארסיסטא׳ן אויף קול מבשר. איינער געדענקט וועלכע נומבער עס איז?

נישט ברייער האט אים איבער געגעבען די ווארט?

קאצקע ציקער » מאנטאג יוני 29, 2020 2:12 pm

· #453301
חברה כאפטס א בליק אויף דעם אשכול ס'איז ציקער זיס ווי זיי רעדן פון אונדז אנפאנג אשכול און די נביאות זייערע אז די קאווע שטיבל גייט נישט אנהאלטן צו לאנג

<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=16787">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=16787</a>

יהודי פשוט » מאנטאג יוני 29, 2020 3:19 pm

· #453306
Re: ווער האט דיר פארציילט וועגן קאווע שטיבל?
קאצקע ציקער
חברה כאפטס א בליק אויף דעם אשכול ס'איז ציקער זיס ווי זיי רעדן פון אונדז אנפאנג אשכול און די נביאות זייערע אז די קאווע שטיבל גייט נישט אנהאלטן צו לאנג

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=16787&start=25
אדער טויג נישט עפעס מיט דעם לינק, אדער האבן זיי שוין פארמאכט יענעם אשכול

קאצקע ציקער » מאנטאג יוני 29, 2020 3:27 pm

· #453307
פאראכטן

דולה ומשקה » דאנערשטאג יולי 2, 2020 2:21 pm

· #453563
ווער ס'האט מיר געזאגט פון קאווע שטיבל געדענק איך שוין נישט, אבער דאס איז זיכער אז קאוועשטיבל האט מיר געזאגט פון 'פאליש' זכרונה לברכה.
איי יייי ייייי יייי איי סעגעווען גוטע צייטן....

דוראק » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 4:38 am

· #457064
קיינער האָט מיר ניט דערציילט איבער קאַווע שטיבל. איך בין געפאַלן אַהער בדרך צופאַל (בלשון החסידות – בהשגחה פרטית). איך בין אַ שטאַרקער ליובאָווניק פון דער אידישער שפּראַך, האָב איך געוועלט זען ווי מ'רעד עס אינדרויסן פון אונזערע קרײזן. במציאות, האָט קאַווע שטיבל אַ סך אַ שענערער אויסשטעל פאַר אײוועלט (היינו – ס'שײנט בעסער פאַר די אויגן). ווען איך וואָלט מלכתחילה וויסן די חילוקים פון קאַווע שטיבל ביזל אײוועלט, וואָלט איך מסתמא גיין אין אײוועלט (בטבע בין איך מער אַ מצומצמדיקער איד), נאָר אַזוי ווי איך בין געפאַלן אַהערצו, און איך פיל זיך שוין היימיש מיט די חברי השטיבל, בין איך שוין געבליבן דאָ... אַצינד פיל איך זיך שוין היימיש מיט די חברי השטיבל, און מיר איז גוט דאָ, צו וואָס דאַרף איך גיין זוכן פרעמעדע גליקן?

און פון דעם זעט מען רבותי, ווי וויכטיק עס איז אויפצוהיטן אַ שיינעם אויסזען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:11 am

· #457074
דוראק

וואגן זאלסטו צו גיין קיין אייוועלט!

און וואגען זאלסטו צו שרייבן אויף אייוועלט די תורת חב"ד דיינער. מ'וואלט דיר אויסגעשפארט נאך איין טאג, פאר'ן זיך נישט אננעמן פאר'ן נשתכחה באוועגונג.

דוראק » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:17 pm

· #457160
כל באיה לא ישובון...

מנחם ציון » זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:28 pm

· #457383
איך בין אנגעקומען אהער דורך איינע פון די פי די עף ביכלעך, וועלכע פלעגן ארויסקומען בעפאר די וועקער עפאכע. ווי די פה-סח'ס, און קאווע געלעכטער.

די ביכלעך זענען געווען נכסי צאן ברזל ביינונז אין ישיבה, און פון איטליכער בעסקיסע האט מען געהערט אויסשיסענדע געלעכטער און יענע תקופה ווען עס האט צירקולירט ביים עולם

אבער אחוץ די הומאריסטישע ארטיקלען זענען געווען עטליכע מדע באזירטע ארטיקלען, איבער געדאנקען, פיזיקס, אידעאלאגיעס, איך ווייס נישט וויפיל אינטערעסע דאס האט געהאט ביים עולם אבער מיר האבן זיי זיכער געכאפט
איך געדענק ווי איך האב מיר איינגעהאנדלט אלע אנדערע קונטריסים פון דא אין ספרים שאנק, איך האב מיט דורשט דורכגעליינט לא המדרש עיקר אלא המעשה, און אמר ונבנתה, איך בין אויף זיי געזיצן (עלי כורסיה דאשתא פארשטייט זיך...) מיט א כובד ראש, און בעיון רב דורך גענומען די געדאנקען

איינמאל האט מיר מיין פאטער געפאקט דערמיט אינדערהיים, ער האט עס געזעהן ארויסשטעקן פון מיין וועסטל בוזעם, א טאג שפעטער פרעגט ער מיר וואס דאס איז, און פון ווי איך האב עס
מיין טאטע איז גראדע א לייכטער מענטש און פארנעמט אסאך,האב איך אים געזאגט דעם ריינעם אמת, אז דאס דרייט זיך ארום אין ישיבה, און איך האב ליב די סארט שרייבעריי..
איך געדענק ווי ער זאגט מיר: דו ווייסט וואס דאס אנטהאלט? עס איז זייער שעדליכע מאטריאל.. איך וויל נישט זאגן, אבער ס'קען אפי' זיין כפירה....
איך האב אים געקענט פארשטיין, ער האט לכאורה גערעדט ספעציפיש פון די "color war אין הימל" ארטיקל פון ונבנתה, און איך האב אויך נישט געכאפט דער געדאנק וואס ונבנתה וויל ארויסברענגען, כדרכו של ונבנתה'ס ארטיקלען....
האב איך אים געזאגט אקעי, איך האב נישט געוואוסט, איך האב געמיינט אז דער גאנצער קונטרס באשטייט פון רעלאטיוויטי גאטונג ארטיקלען (אויך געווען אין יענער קונטרס)... שוין ער האט עס קאנפיסקירט און פארטיג
אבער דער ברען צו באזוכן קאוועלע איז נישט פארשוואונדן.....
עס האט נאך געדויערט א וויילע ביז ווען איך האב מיר גענומען די קוראזש צו נעמען א חלק, און זיך אנגיסן א גלעזל. אבער יא... אלעס האט זיין צייט

אישתישבי » זונטאג אוגוסט 23, 2020 6:46 pm

· #457398
מיין פריעדיגע ניק האט מיר פארציילט..

מנחם ציון » זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:02 pm

· #457403
איך קען נישט דיסיידן אויב די מיינסט עס סארקעסטיקלי אדער נישט

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 11:46 pm

· #457507
מנחם ציון
איך בין אנגעקומען אהער דורך איינע פון די פי די עף ביכלעך, וועלכע פלעגן ארויסקומען בעפאר די וועקער עפאכע. ווי די פה-סח'ס, און קאווע געלעכטער.

די ביכלעך זענען געווען נכסי צאן ברזל ביינונז אין ישיבה, און פון איטליכער בעסקיסע האט מען געהערט אויסשיסענדע געלעכטער און יענע תקופה ווען עס האט צירקולירט ביים עולם

אבער אחוץ די הומאריסטישע ארטיקלען זענען געווען עטליכע מדע באזירטע ארטיקלען, איבער געדאנקען, פיזיקס, אידעאלאגיעס, איך ווייס נישט וויפיל אינטערעסע דאס האט געהאט ביים עולם אבער מיר האבן זיי זיכער געכאפט
איך געדענק ווי איך האב מיר איינגעהאנדלט אלע אנדערע קונטריסים פון דא אין ספרים שאנק, איך האב מיט דורשט דורכגעליינט לא המדרש עיקר אלא המעשה, און אמר ונבנתה, איך בין אויף זיי געזיצן (עלי כורסיה דאשתא פארשטייט זיך...) מיט א כובד ראש, און בעיון רב דורך גענומען די געדאנקען

איינמאל האט מיר מיין פאטער געפאקט דערמיט אינדערהיים, ער האט עס געזעהן ארויסשטעקן פון מיין וועסטל בוזעם, א טאג שפעטער פרעגט ער מיר וואס דאס איז, און פון ווי איך האב עס
מיין טאטע איז גראדע א לייכטער מענטש און פארנעמט אסאך,האב איך אים געזאגט דעם ריינעם אמת, אז דאס דרייט זיך ארום אין ישיבה, און איך האב ליב די סארט שרייבעריי..
איך געדענק ווי ער זאגט מיר: דו ווייסט וואס דאס אנטהאלט? עס איז זייער שעדליכע מאטריאל.. איך וויל נישט זאגן, אבער ס'קען אפי' זיין כפירה....
איך האב אים געקענט פארשטיין, ער האט לכאורה גערעדט ספעציפיש פון די "color war אין הימל" ארטיקל פון ונבנתה, און איך האב אויך נישט געכאפט דער געדאנק וואס ונבנתה וויל ארויסברענגען, כדרכו של ונבנתה'ס ארטיקלען....
האב איך אים געזאגט אקעי, איך האב נישט געוואוסט, איך האב געמיינט אז דער גאנצער קונטרס באשטייט פון רעלאטיוויטי גאטונג ארטיקלען (אויך געווען אין יענער קונטרס)... שוין ער האט עס קאנפיסקירט און פארטיג
אבער דער ברען צו באזוכן קאוועלע איז נישט פארשוואונדן.....
עס האט נאך געדויערט א וויילע ביז ווען איך האב מיר גענומען די קוראזש צו נעמען א חלק, און זיך אנגיסן א גלעזל. אבער יא... אלעס האט זיין צייט

ס'מיר גוט...

זאג אים אז כ'זאג נאר וואס מען הייסט מיר זאגן. אז מען איז אנגעבונדען אויבן, פאלט מען נישט אונטן. באותה שעה קשור הי'.

סקרן » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:13 pm

· #459578
דולה ומשקה
ווער ס'האט מיר געזאגט פון קאווע שטיבל געדענק איך שוין נישט, אבער דאס איז זיכער אז קאוועשטיבל האט מיר געזאגט פון 'פאליש' זכרונה לברכה.
איי יייי ייייי יייי איי סעגעווען גוטע צייטן....

איז דא א נייע פאליש אדער ווערצהיוז?
בלאט: 1 2