די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט
123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #739
די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט
מיט עטליכע וואכן צוריק איז פארגעקומען א ריזיגער כינוס, ביים כינוס האט מען זייער פראמינענט פארגעשטעלט אן הלכה'דיגן איסור אויף דעם אינטערנעט פון הרב וואזנער. נאך דעם כינוס האט מען פארשפרייט די פסק און די ציייטונגען און אויף די ווענט פון אלע שולן.
שטעלט זיך די פראגע פון וואו שטאמט די הלכה, קען איינער ארויס שיסן אן א הלכה, און ווייל ער איז דער אזויגערופענער פוסק הדור, איז דאס איז עס!
די היפאקריטישקייט איז נאך אסאך מער פון די וואס ניצן די "עפ"י הלכה", די וואס פארפירן אז נחמיה וועבערמאן איז א צדיק ווייל עס איז נישט קיין "צוויי כשר'ע עדות" און די
אייוועלטניקעס, וואס האבן געשריבן אז עפ"י תורה טאר מען נישט גלייבן די מעשה אויף דעם מערדער פון לייבי קלעצקי ווייל עס נישט דא קיין צוויי עדות, וואו זענען די חברה פארשלאפן? קיינער פרעגט נישט פון וואו נעמט רב וואזנער אזא הלכה? איז דער אינטערנעט בכלל א כלי וואס קען חל זיין אן איסור? האט סאפטווער בכלל א ממשות? פאר ווער עס ווייסט נישט, אינטערנעט איז נישט מער ווי א סאפטווער פראטאקאל, וואס ערמעגליכט די קאמוניקאציע פון קאמפיוטערס.
און אנדערן
אשכול שרייבט "געפילטע פיש"
געפילטע פישלאמיר איבערגיין די גמרא און פארשטיין די סוגיא אביסל.
די גמרא איז אין חזקת הבתים (בבא בתרא נז ע"ב): ועוצם עיניו מראות ברע, א"ר חייא בר אבא זה שאין מסתכל בנשים בשעה שעומדות על הכביסה, היכי דמי? אי דאיכא דרכא אחריתא רשע הוא ,אי דליכא דרכא אחריתא אנוס הוא, לעולם דליכא דרכא אחריתא ואפ"ה מיבעי ליה למינס נפשיה.
רש"י: שאין מסתכל - כשהוא הולך על שפת הנהר:
היכי דמי - דמשתבח ביה קרא אם עוצם עיניו דמשמע שאם לא יעצים עיניו אינו לא צדיק ולא רשע:
אי דאיכא דרכא אחרינא - ואזיל בהך:
רשע הוא - ואף על פי שעוצם עיניו שלא היה לו לקרב אלא להרחיק מן העבירה דקיימא לן חולין (דף מד:) הרחק מן הכיעור:
אנוס הוא - אם מסתכל דרך הליכתו ואונס רחמנא פטריה ולמה מזקיקו הכתוב להעצים עיניו דמדמשתבח ביה קרא שמעינן דצריך לעצום עיניו:
למינס נפשיה - להטות עיניו לצד אחר והיינו דמשתבח ביה קרא דאי אניס נפשיה חסיד הוא:
קודם כל זאלסטו וויסן אז די אי איכא דרכא אחריתא ווערט נישט געפסקן'ט להלכה, די רמב"ם (הלכות איסורי ביאה כא) שרייבט: "וכן אסור לאדם להסתכל בנשים בשעה שהן עומדות על הכביסה" ער שרייבט אבער נישט אז מ'טאר נישט גיין אויף אזא גאס אפילו באיכא דרכא אחריתא.
וואס קען מען יא ארויס נעמען פון דעם גמרא, אז אי ליכא דרכא אחרינא דארף ער מעיקר הדין נישט אוועק קוקן און ער וועט נישט הייסן קיין רשע, טאמער קוקט ער יא אוועק, איז משמע פון רש"י ד"ה היכי דמי הייסט ער א צדיק, און די פסוק וועט מעיד זיין אויף עם אז ועוצם עיניו מראות ברע, אבער קיין חיוב איז זיכער נישט דא.
יעצט לעניננו, לאמיר איינזעצען אז בנשים בשעה שעומדות על הכביסה מיינט שמוציגע וועבזייטלעך, זאגט די גמרא עוצם עיניו מראות ברע א"ר חייא בר אבא זה שאין מסתכל אין שמוץ אויפן אינטערנעט, פרעגט די גמרא היכי דמי? אי דאיכא דרכא אחריתא רשע הוא, טאמער קען ער גיין אויף א ריינעם וועבזייטל און באקומען די זעלבע אינפארמאציע דארט, רשע הוא, ,אי דליכא דרכא אחריתא אנוס הוא, טאמער איז דאס די איינציגע וועג אנצוקומען צו די אינפארמאציע איז ער דאך אן אונס, זאגט רש"י אנוס הוא - אם מסתכל דרך הליכתו ואונס רחמנא פטריה ולמה מזקיקו הכתוב להעצים עיניו דמדמשתבח ביה קרא שמעינן דצריך לעצום עיניו, ענטפערט די גמרא לעולם דליכא דרכא אחריתא ואפ"ה מיבעי ליה למינס נפשיה אז טאמער האט מען נישט קיין ברירה איז נאך אלץ א שיינע זאך אוועקצוקוקן און ער וועט הייסן א צדיק טאמער קוקט ער אוועק.
איך מיין אז פשט איז אז איינער וואס אינסטולירט א פילטער זאגט אויף עם די פסוק ועוצם עיניו מראות ברע און רש"י רופט עם א צדיק, אבער קיין חיוב איז נישט דא, כנלענ"ד.
געפילטע פיש האט עס זייער פיין ארויסגעברענגט, איך וועל נאר ניצן אביסל אנדערע ווערטער.
א קאמפיוטער וואס איז פארבינדן מיט די אינטערנעט, איז אנגעקינפט אין אזא הייוועי נעץ מיט פארשידענע וועגן, מען ניצט דעם בראוזער (אזוי ווי די קאר) אנצוקומען צו וועלכען קאמפיוטער/סערווער דו ווילסט. קיינער גייט נישט אסרן דעם גאנצן הייוועי סיסטעם (אדער א קאר) ווייל עס איז דא טמא'נע הייוועיס. מען וועט זאגן אז מען טאר נישט גיין צו די הייוועי וואס איז טמא, די זעלבע מיט די אינטערנעט די סייטס וואס זענען טמא טאר מען נישט גיין.
איך ווארט אויף א הלכה'דיגן ביאור ביז דאן איז "אין כאן לא איסור.."
די שאלה איז אויב ווען א מענטש ווייסט אז ווען ער וועט גיין אויף א געוויסע מקום וועט ער זיין א אונס עובר זיין אויף סיי וועלכע עבירה, צו ער מעג גיין.
און לגבי די אינטערנעט, א איד וואס ווייסט ער וועט זינדיגן טאמער האט ער אינטערנעט, מעג ער האבן אינטערנעט?
ביסט גערעכט עס איז באמת נישט שיין מצד הרב וואזנער אז ער האט זיך נישט אדורכגערעדט מיט דיר פארן ארויסגעבן זיין פסק.
עס איז נישט שיין ארויסצוגעבן א פסק אן פארשטיין די מהות פון אינטערנעט און אן מסביר זיין אויף וואס די פסק איז געבויט.
ווי זאגט מען נאך פון א גדול? ער האט נישט קיין קשיות ער זיכט תירוצים (איך זאג נישט קיין מוסר פאר קיינעם און איך בין מיט גארנישט בעסער אבער רעד מיך נישט איין אז אויב קומט רב וואזנער ארויס מיט א תשובה פון פופציג בלעטער פול מיט מראה מקומות וועט עס עם מאכען א נפק"מ כהוא זה מיט וויפיל און ווי ער דרייט זיך אויפן נעט סאו פליז קאט די קרעפ.)
רב וואזנער מעג פסק'ענען וואס ער וויל, און ווער ס'וויל מעג אים פאלגן.
די שאלה איז נאר צי זיין פסק איז מחייב גאנץ כלל ישראל ווייל מען רופט אים פוסק הדור,
לאדיך אפעס איז נישט שיין ארויסצוגעבן א פסק אן פארשטיין די מהות פון אינטערנעט און אן מסביר זיין אויף וואס די פסק איז געבויט.
נו איך זאג דאך אויך אז עס איז טאקע נישט שיין פון רב וואזנער.
איחוד פעלדדי שאלה איז אויב ווען א מענטש ווייסט אז ווען ער וועט גיין אויף א געוויסע מקום וועט ער זיין א אונס עובר זיין אויף סיי וועלכע עבירה, צו ער מעג גיין.
און לגבי די אינטערנעט, א איד וואס ווייסט ער וועט זינדיגן טאמער האט ער אינטערנעט, מעג ער האבן אינטערנעט?
די אינטערנעט מאכט קיינעם נישט זינדיגן. עס זענען דא סייטס וואס מען קען אנקומען דורך די אינטערנעט וואס טייל מענטשן זאגן אז עס מאכט זינדיגן.
[ציטאט אראפגענומען]
הייסט עס אז רב וואזנער (וואס איז באקאנט איבעראל אלס זעלטענר איידעלער איד) דארף זיך ביי דיר קומען לערנען א מוסר שמועס אויף הלכות בין אדם לחבירו, שיין דערלעבט.
איך אויךביסט גערעכט עס איז באמת נישט שיין מצד רב וואזנער אז ער האט זיך נישט אדורכגערעדט מיט דיר פארען ארויסגעבן זיין פסק.
איך אויךהייסט עס רב וואזנער (וואס איז באקאנט איבעראל אלס זעלטענר איידעלער איד) דארף זיך ביי דיר קומען לערנען א מוסר שמועס אויף הלכות בין אדם לחבירו, שיין דערלעבט.
העלאו, רב וואזנער איז נישט גאט. און אונז זעמיר נישט זיינע באשעפנישען.
העלאו, דער גאט פון וועם דו רעדסט האט אמאל געגעבן פאר דאס אידישע פאלק אזא מין זאך וואס רופט זיך די תורה (יו קנאו וואט איי מיען, די בייבעל ענד די טאלמוד עטכ.) האסט אמאל געהערט פון דעם? און דו ווייסט אז אין אט די תורה שטייט אז מען דארף פאלגן די חכמים שבדור?
פראפעסאר שפירארב וואזנער מעג פסקענען וואס ער וויל, אין ווער ס'וויל מעג אים פאלגען, די שאלה איז נאר צי זיין פסק איז מחייב גאנץ כלל ישראל ווייל מען ריפט אים פוסק הדור,
אויפן סמך פון רב וואזנער פסק איז פארגעקומן ווילדע אויסברויכן אין בתי מדרשים די לעצטע וואך צוויי, און א טייל מוסדות גרייטן זיך ארויס צו ווארפן קינדער. איז עס נישט מער ווי רעכט, מען זאל קענען זען פון ווי זיין פסק שטאמט און האבן א וויכוח וועגן דעם?
נישט דו, אפשר קען זיך קארלסבורגער רב מתווכח זיין מיט אים.
איך אויך, איך וויל ח"ו נישט זיין קיין מבזה ת"ח אבער יו אר פושינג טו הארד. הרב וואזנער איז אלעס וואס דו זאגסט, אבער עפטער אלל האב איך מיין דיין און מיין רב, און איך גלייב שווער אז איך בין מחוייב צו פאלגן רב וואזנער אשטאט מיין רב אדער דיין. די חילוק פון פופציג בלעטער מיט מקורות און איין בלאט מיט "תקנות הדור" איז אז די פופציג בלעטער וואלט געוויזן אז רב וואזנער רעדט פון וואס ער ווייסט, מה שאין כן א פעידזש מיט תקנות שרייט ארויס אז דאס האט אים אן עסקן ערקלערט. נאכדערצו ווען מ'זעט אז ס'גאר א מחלוקת העסקנים צו לדעת הרב וואזנער מעג מען בדיעבד האבן אינדערהיים לצורך עבודה און צו מ'מעג אריינגיין אין א הויז ווי מ'איז עובר אויף די תקנות. ביי דע וועי, אויב קענסטו מער ווי פינף מענטשן וואס גייען נישט אריין מער אין שטובער פון מענטשן וועלכע האבן סמארטפאונס וועל איך זיין זייער שאקד.
די גרעסטע ראיה אז די המון עם האט נישט אנגענומען די פסק פון הרב וואזנער איז די גרויסע עולם גאטפארכטיגע אידן וועלכע זענען נאך אלץ אויף אייוועלט, טוויטער, עמעזאן וכו' בזמן וואס הרב וואזנער האט געזאגט אז מ'מעג אך ורק לצרכי פרנסה.
Amazon איז פרנסה.
וואס מיינט אז א ״גרויסע עולם״ האט נישט אנגענומען זיין פסק? סע מאכט די פסק פאר ווערטלאז?
אז מע איז צוגעבינדען און פארקניפט צו די אינטערנעט מיינט גארנישט אז סע ווערט מותר.
איך זאג נישט אז מותר אדער אסור אבער דעס איז נישט קיין ראי׳.
הרב איינער
איך ווייס נישט וואס דיין אויסברויך איז, האט דיר איינער עפעס געצווינגען לכבוד הרב וואזנער'ס פסק?
דו טו וואס דיין רב הייסט דיר, אויב דיין רב נעמט אן וואס הרב וואזנער זאגט גיי זיך דיך מתווכח מיט דיין רב
בעיני איז כבוד הרב וואזנער גדול עד מאד, ועכ"ז האב איך נישט גענומען די מי דורכצוקוקן וואס ער האט געשריבן, ווייל איך האב שוין א פסק הלכה פון מיין רבין, ממילא איז מיר כלל נישט נוגע וואס ער שרייבט (כבודו הגדול במקומו מונח) אויב איז ער מיקל, גיי איך נישט מער מיקל זיין פון וואס מיין רבי זאגט, און אויב איז ער מחמיר גיי איך נישט מער מחמיר זיין וואס מיין רבי זאגט
ממילא איך פארשטיי כלל נישט וואס די מאלער דא איז
ונשובה אל הראשונות, דאס איז געווען איינע פון די יסודות'דיגע טענות בנוגע דעם כינוס, יעדער האט זיך זיין רב און זיין מורה הוראה, וואס גייט א צווייטער רב מיך מחייב זיין ווען איך פאלג נישט מיין אייגענעם רב, צו מיין אייגענער רב זאגט נישט אזוי
ידעןAmazon איז פרנסה.
וואס מיינט אז א ״גרויסע עולם״ האט נישט אנגענומען זיין פסק? סע מאכט די פסק פאר ווערטלאז?
אז מע איז צוגעבינדען און פארקניפט צו די אינטערנעט מיינט גארנישט אז סע ווערט מותר.
איך זאג נישט אז מותר אדער אסור אבער דעס איז נישט קיין ראי׳.
עמעזאן איז
נישט פרנסה! אויב יא, דאן האבן די כולל יונגעלייט די זעלבע רעכט צום אינטערנעט ווי בעלי בתים, און דאס איז קלאר אין די ווערטער פון הרב וואזנער אז כולל יונגעלייט טארן נישט האבן קיין אינטערנעט צוטריט בשו"א! עמעזאן איז פריוואטע שאפינג, דיין פרנסה איז נישט תלוי אין דעם (חוץ אז דו האסט א עמעזאן סטאר). דו קומסט מיר שוין פאר ווי די אייוועלט חברה וואס טענה'ן אז אייוועלט איז לצורך פרנסה ווייל אן א סייט ווי מקען זיך אויסגעבן קען מען נישט האבן א קלארן קאפ צום ארבעט... אויך מיר א צורך פרנסה.
איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס כולל יונגעלייט זאלן נישט טארן האבן קיין אינטערנעט פונקט ווי אנדערע. מסתבר אז ווייל ווייניג כולל יונגערלייט מאכן די פרנסה אויפן טאשן קאמפיוטער, אפי׳ אויב זיי האבן יא א ביזנעס אויף אינטערנעהעט.
פראפעסאר שפירארב וואזנער מעג פסקענען וואס ער וויל, אין ווער ס'וויל מעג אים פאלגען, די שאלה איז נאר צי זיין פסק איז מחייב גאנץ כלל ישראל ווייל מען ריפט אים פוסק הדור,
Wow you are 100% rite.
ידעןאיך פארשטיי טאקע נישט פארוואס כולל יונגעלייט זאלן נישט טארן האבן קיין אינטערנעט פונקט ווי אנדערע. מסתבר אז ווייל ווייניג כולל יונגערלייט מאכן די פרנסה אויפן טאשן קאמפיוטער, אפי׳ אויב זיי האבן יא א ביזנעס אויף אינטערנעהעט.
וויפיל געלט דארף מען מאכן אז ס'זאל אריינגיין בגדר פרנסה?
gehlungenפראפעסאר שפירארב וואזנער מעג פסקענען וואס ער וויל, אין ווער ס'וויל מעג אים פאלגען, די שאלה איז נאר צי זיין פסק איז מחייב גאנץ כלל ישראל ווייל מען ריפט אים פוסק הדור,
Wow you are 100% rite.
ער איז 100 פראצענט גערעכט און דו גיסט אים א דיסלייק?
שרייבערהרב איינער
איך ווייס נישט וואס דיין אויסברויך איז, האט דיר איינער עפעס געצווינגען לכבוד הרב וואזנער'ס פסק?
דו טו וואס דיין רב הייסט דיר, אויב דיין רב נעמט אן וואס הרב וואזנער זאגט גיי זיך דיך מתווכח מיט דיין רב
בעיני איז כבוד הרב וואזנער גדול עד מאד, ועכ"ז האב איך נישט גענומען די מי דורכצוקוקן וואס ער האט געשריבן, ווייל איך האב שוין א פסק הלכה פון מיין רבין, ממילא איז מיר כלל נישט נוגע וואס ער שרייבט (כבודו הגדול במקומו מונח) אויב איז ער מיקל, גיי איך נישט מער מיקל זיין פון וואס מיין רבי זאגט, און אויב איז ער מחמיר גיי איך נישט מער מחמיר זיין וואס מיין רבי זאגט
ממילא איך פארשטיי כלל נישט וואס די מאלער דא איז
ונשובה אל הראשונות, דאס איז געווען איינע פון די יסודות'דיגע טענות בנוגע דעם כינוס, יעדער האט זיך זיין רב און זיין מורה הוראה, וואס גייט א צווייטער רב מיך מחייב זיין ווען איך פאלג נישט מיין אייגענעם רב, צו מיין אייגענער רב זאגט נישט אזוי
שרייבער, עס קוק מיר אויס אז די לעבסט אין א באבעל. רב וואזנער'ס פסק ווערט ארויף געצווינגען אויף כלל ישראל. די פסק ווערט גענוצט פאר אלע קהילות, רוב פון זייערע רבי'ס קענען לערנען ווייניגער פון דיר און מיר, און זייערע פסקים באשטייט פון מעשיות פון זייער עלטערן/זיידעס. אפילו דיין רבי וואס דו האלטסט ער קען יא געבן א פסק איז שטארק אינפלואנסט פון דעם פסק.
יידלידעןאיך פארשטיי טאקע נישט פארוואס כולל יונגעלייט זאלן נישט טארן האבן קיין אינטערנעט פונקט ווי אנדערע. מסתבר אז ווייל ווייניג כולל יונגערלייט מאכן די פרנסה אויפן טאשן קאמפיוטער, אפי׳ אויב זיי האבן יא א ביזנעס אויף אינטערנעהעט.
וויפיל געלט דארף מען מאכן אז ס'זאל אריינגיין בגדר פרנסה?
מע דארף עס פרעגן פון די פוסקי הדור. דערווייל זעהט אויס ווי זיי האבן קלאר געמאכט אז א כולל מאן טאר בכלל נישט האבן די כלים אפי׳ אויב זיין גאנצע הכנסה (אויסער די גראבע טשעקס פונעם כולל 🙄 ) איז פון די אינטערנעט.
און וואס איז מיט די פילע זאכן וואס איך קויף דורך די אינטערנעט?
עלקטעראניקס, פעמפערס, און נאך אסאך זאכן וואס איך שפאר מיך זייער אסאך געלט דורך די נעט, און סע העלפט צו אז איך זאל נישט דארפן זוכן א side job, איז עס אויך אביסל פרנסה?
הרב איינער
אפשר צייגסטו מיר ווי עס ווערט ארויפגעצווינגען אויף כלל ישראל? ווייל ער ליגט אין א פול פעיזדש אין די צייטונגען? KDC קעמרע ליגט אויך אין פול פעיזדש
ווידער אויב האסטו א קינד אין א מוסד, און דער מוסד באשליסט אנצונעמען דעם פסק, מיינט דאס אז דאס האט מיטן נשיא פונעם מוסד, ווייל קיין איין מוסד וואס האט א רב העכער זיך זוכט נישט צו נעמען קיין פסקים פון א פרעמדן רב נאר אויב דער אייגענער רב באפעלט, איז קום מיר צוריק צום ערשטן פונקט וואס איך האב פריער געשריבן
בנוגע דיין לעצטע שורה וועל איך דיר ענטפערן אין אישי
שרייבער
איינער האט גערעדט פון הרב וואזנער אבער אויך פון אנדערע רבנים וואס האבן זייער מורא פונעם אינטערנעט.
מעג איך פרעגן אויף וואס די רבנים האבן געבעיסט 40 יאר צוריק אן איסור אויף טעלעוויזיאן וואס אלע חרדי'שע אידן האבן אנגענומען כמשה מיסיני ?
איך באצי מיך בעיקר אויפן פתיחת האשכול וואס ער האט געהאט טענות אויף הרב וואזנער, האב איך אים געזאגט אז ער האט זיין אייגענעם רב, און אויב זיין אייגענער רב נעמט אן הרב וואזנערס פסק זאל ער מיט אים טענה'ן
למעשה איז ער טאקע געפארן צו אנדערע רבנים, אבער אויב האט ער א פראבלעם מיט זיין אייגענעם רב, איי קען נאט העלפ הים
ער קען טרייען צו סוויטשן צו איינעם וואס האלט אנדערש
איך ווייס נישט וויפיל מאל עס ארויס צוברענגען, רוב רבנים האבן נישט וואס אריין צו רעדן דא, ווייל די אינטערנעט איז צו נייע, אז זיי זאלן האבן א מעשה פון זייערע טאטע/זיידע. ממילא האבן די אייגענע געשטעלטע אפוטרופוסין פון כלל ישראל גענומען רב וואזנער'ס פסק און געמאכט פון דעם א "פסק הדור". און רוב רבנים וועלן פשוט אנווייזן אויף דעם פסק פאר זיי וועלן נעמען שריט.
אין צוריק צום פונקט פון נעמט זיך דעם פסק? ביטע אויב איינער קען פארענטפערן די פסק. אן פרעגן צו איך האב רעכט צו צווייפלן רב וואזנער פסק.
וואס הייסט אייגענע געשטעלטע אפוטרופסין?
שוין א אלטע שאלה, וואס דארף עכט א עקסטערע אשכול,
״ווער שטעלט די רבנים?״
סיי דא וואס מע דערמאנט אסאך מאל וועגן רבנים און אז סע דא פאלטשע פון זיי, און אויך רעד מען אסאך פון דעם אין די בתי מדרשים, אז די רבנים זענען פאפערס און לעבען אויף יענעם׳ס געלט און בויען זיך אויף די גרעסטע עשירות און מליכות אלעס אויף די ארעמע מענטשן שווער אויסגעהארעוועטע געלטער.
די שאלה איז וויזוי קען עס זיין?
נאך אלעם איז אין מלך בלא עם און אן די אלע חסידים קען די רבי גארנישט טוהן, און אויב איז מען אזוי נאריש און מע שטאפט זיי מיט געלט איז מען זיך אליינס שולדיג און זיי דארפן זיין טפשים עס נישט אויסצונוצען.
זאג מיר נישט אז סע אזוי ווי די Dictators וואס באצווינגען די מענטשן ווייל after all ווייסט יעדער אז סע נישט אזוי און בפרט דא אין אמעריקע קעמען נישט אזוי טוהן.
ידען
זאג מיר נישט אז סע אזוי ווי די Dictators וואס באצווינגען די מענטשן ווייל after all ווייסט יעדער אז סע נישט אזוי און בפרט דא אין אמעריקע קעמען נישט אזוי טוהן.
שוין ווייטער נישט פון די נושא. איך וועל נאר אנווייזן צו א תגובה פון
יואליש.
ס'איז דא וואס טענה'ן אז ס'איז דא א רעיס צו ווייזן ווער ס'איז מער עקסטרעים
לענ"ד (געבויט אויף ויפיל איך האלט מיט) זענען די פאקטן אנדערש
ס'איז דא א פאר עסקנים וואס גייען ארום צו די רבנים און פרובירן צו מאכן דאס ערגסטע עד כדי אסרן אינטערנעט כלל וכלל, מען זאל צוריקגיין צו תשנ"ה, נאר נישט אלע רבנים לאזן זיך, ווער ס'טוט דורך דאס ענין און ווייסט דער צורך דערפון אסר'ט עס אויף א וועג ס'זאל זיין א גזירה שיכולים הציבור לעמוד בה, ווער ס'ווייסט נישט צופיל דער צורך אסר'ט אין די וועלט אריין, ביודעי ובמכירי קאמינא
אפשר וואלט כדאי געווען אהערצוברענגן די דעת תורה פון הרב וואזנער, און דורכגיין סעיף ביי סעיף, און זען מיט וואס דער ציבור איז נישט מסכים, כ'מיין אז דאס אז ס'פעלט אויס עפעס א פילטער צום אינטערנעט וועט יעדער מסכים זיין, די קריאת תגר איז נאר אויף די ענפים ארום, נו לאמיר עס אויסשמועסן און זען וואס שטערט אונז
שרייבערס'איז דא וואס טענה'ן אז ס'איז דא א רעיס צו ווייזן ווער ס'איז מער עקסטרעים
לענ"ד (געבויט אויף ויפיל איך האלט מיט) זענען די פאקטן אנדערש
ס'איז דא א פאר עסקנים וואס גייען ארום צו די רבנים און פרובירן צו מאכן דאס ערגסטע עד כדי אסרן אינטערנעט כלל וכלל, מען זאל צוריקגיין צו תשנ"ה, נאר נישט אלע רבנים לאזן זיך, ווער ס'טוט דורך דאס ענין און ווייסט דער צורך דערפון אסר'ט עס אויף א וועג ס'זאל זיין א גזירה שיכולים הציבור לעמוד בה, ווער ס'ווייסט נישט צופיל דער צורך אסר'ט אין די וועלט אריין, ביודעי ובמכירי קאמינא
וואס גייט פאר אונטער די קוליסן ווייס איך נישט, וואס איך זע איז. אז ביידע סאטמאר'ס פראבירן איבער צושטייגן איינעם דעם צווייטן.
ס'זעט נישט אויס אז רב וואזנר רעדט סטריקטלי הלכה, איטס ok ער מעג רעדן השקפה פינקט ווי רב וואקססמן און רב דן. די פראבלעם איז נאר אז פאר'ן עולם רעדט מען איין אז ס'איז אן הלכהדיגע פסק,דאס איז גענימען עדווענטידזש פין די המון עם'ס אימוויסנקייט.
דעס אליינס איז א גוטע משל אז די המון עם דארף האבן אינטרנטעעע,נישט פאר ביזנעס נישט פאר פלעזשער, פשוט צי אנהאלטען אידשקייט מען זאל קענען דיסקאסן אין פארשטיין וואס איז אסור וואס איז מותר, וואס איז הלכה וואס איז השקפה, וואס איז סתם קולטור אין וואס איז הפך אידישקייט.
ח"ו אוועקצימאכן אזא גאון וגדול ווי רב וואזנער ס'קען זיין אז פאר רב וואזנר האט מען איינגרעדט אז אין אמעריקע איז דא שטיבער וואס האבן גרויסע סקרינס מיט אינטרנעטעעע ארום די גאנצע הויז וכד' סאיז נאר א משל.
יעדער פארשטייט אז היינטיגע צייטן קען מען נישט געבן א בלענק טשעק פאר פוסקים אין גדולים, משום גזירה אז עס וועט זיך טרעפען א פוסק אדער גדול וואס וועט נישט מיינען לשם שמים.
משל למה הדבר דומה בלומבערג וויל אסר'ן צי פארקויפען גרויסע קאפס זיסע געטראנקן. די זאך אליין איז א דבר טוב קען זיין, אבער אויב לאזט מען עם אסרן דאס קען ער מארגן אסרן צי פארקויפן גרויסע פארציאעס בשר אין איבער מארגן גרויסע קאפי'ס אין אזוי ווייטער.
אדרבה איז דען דא אזאך וואס איז אסור בדריסת רגל אין גאנצן הויז נישט נאר די חדר ווי די איסור געפינט זיך (כמיין אפי א שטוב ווי סגעפינט זיך זיך די זאך אליינס (א אשה) איז נישט אסר בדריסת רגל , סאיז נאר אסר יחוד ) זאל ווערן מותר פאר פרנסה?
אפשר ארבעטן שבת זאל ווערן מותר פאר פרנסה?
אויב איז דא אן ערענסטער פארשטייט יעדער אז פרנסה איז נישט היתר פאר אונדז ארטעדאקסן!
ס'באקנט די מחלוקת הפוסקים איבער געבן די האנט פאר א פרוי לצורך מוסחר, ביי אונדז איז עס געבליבן יהרג ואל יעבר.
אלא מאי מרעדט נישט פין הלכה.
ווי איז די מיסט קאסטן?
איך וויל זעהן וואס מע האט געמעקט.
ידעןווי איז די מיסט קאסטן?
איך וויל זעהן וואס מע האט געמעקט.
זעט אויס ס'געווען אזוי שלעכט אז אפילו אין מיסקסטען קען ער נישט גיין, אזוי ווי די רשעים וואס זענען נישט זוכה צו גיין אין גיהנום.
וואס גייט דא פאר איך האב גארנישט געלינקט אין גארנישט געשריבן אומאיידעל
וואס האט מען געמעקט אין פארוואס איז עס נישט אין מיסט קאסטן?
נולד מאוחרוואס גייט דא פאר איך האב גארנישט געלינקט אין גארנישט געשריבן אומאיידעל
וואס האט מען געמעקט אין פארוואס איז עס נישט אין מיסט קאסטן?
איך מיין אז מ'האט געמעקט געפילטע פיש, נישט דיר. אה, געפילטע פיש קאמפלעינד שוין
דא.
קאמפלעין? חס ושלום, סך הכל בין איך דא א אומגעצאלטע מעמבער, ס'מיר נאר געפאלן ווי שנעל ס'געלונגען אריינצוטרעינען א נייע אחראי.
געפילטע פישקאמפלעין? חס ושלום, סך הכל בין איך דא א אומגעצאלטע מעמבער, ס'מיר נאר געפאלן ווי שנעל ס'געלונגען אריינצוטרעינען א נייע אחראי.
אשפג. 😃
יידלנולד מאוחרוואס גייט דא פאר איך האב גארנישט געלינקט אין גארנישט געשריבן אומאיידעל
וואס האט מען געמעקט אין פארוואס איז עס נישט אין מיסט קאסטן?
איך מיין אז מ'האט געמעקט געפילטע פיש, נישט דיר. אה, געפילטע פיש קאמפלעינד שוין
דא.
סדארף נישט זיין אין מיסט קאסטן אלעס וואס מ'מעקט?
ווי אזוי זעסטו וועם מ'האט געמעקט?
נולד מאוחריידלנולד מאוחרוואס גייט דא פאר איך האב גארנישט געלינקט אין גארנישט געשריבן אומאיידעל
וואס האט מען געמעקט אין פארוואס איז עס נישט אין מיסט קאסטן?
איך מיין אז מ'האט געמעקט געפילטע פיש, נישט דיר. אה, געפילטע פיש קאמפלעינד שוין
דא.
סדארף נישט זיין אין מיסט קאסטן אלעס וואס מ'מעקט?
ווי אזוי זעסטו וועם מ'האט געמעקט?
פריער האב איך נישט געזען וועמענ'ס תגובה איז פארמעקט, פשוט איך האב נאך עפסיעט צו זען געפילטע פיש'ס תגובה בעפאר עס איז "אוועקגענומען" געווארן. יעצט אבער זעט מען שוין במלוא הדרה ווער עס האט געשריבן די "אוועקגענומע" תגובה. איך פרעג די זעלבע לגבי מיסט קאסטן.
צוריק צום ענין
נולד, די זאגסט עפעס, אבער דער פאקט איז אנדערש, עס איז קלאר פארשפרייט אלס הלכה מדין תורה, און וויבאלד רב וואזנער איז נישט מוחה איז דאס זיין ווילן.
יישר כח רב איינער וואס האט ארויפגעברענגט דעם טאפיק, מיר האט עס אויך אינטערעסירט, און לאמיר דא מגיב זיין מיט וואס איך בין ארויסגעקומען.
קודם כל, דארף מען וויסן אז מקענישט ציען קיין מסקנות פון א קשיא, ביים בארג סיני האבן מיר אלע געזאגט נעשה ונשמע, קודם ווועלן מיר טהון דערנאך וועט מען פארשטיין, אז עס איז עפעס שווער מיינט נישט אז אין כאן לא איסור... דער איסור איז דא, נאר מען מעג און מ'מוז פארשטיין, תורה היא וללמוד אני צריך, און אויב וועט מען נישט פראבירן צו יורד זיין לסוף דעתו וועלן זיין וואס וועלן פארדרייען זיינע ווערטער ולבסוף וועט נאך ארויסקומען מכשולים ח"ו.
צווייטענ'ס, אויף רב וואזנער קען מען נישט זאגן אז ער פארשטייט נישט דער מהות פונעם אינטערנעט וכדו', פאר ווער עס ווייסט איז רב וואזנער'ס שו"ת ספרים פול מיט שאלות אויף עניני טעכנאלאגיע און דארט איז איינע פון די הויפט פלעצער פון ווי מ'פסקנט אלע היינטיגע שווערע שאלות וואס מאכן זיך כסדר אין די ענינים, חוץ מזה ער מוז טאקע נישט זיין דיין רב אבער א פוסק הדור איז ער, נישט ווייל דער בלאט האט אים אזוי באקרוינט נאר ווייל דער רב איז שוין עוסק אין פסקענען שאלות איבער זיבעציג יאר! און ער האט שוין ארויסגעגעבן 10 שו"ת בענדער, ער איז געווען און איז נאכאלס פארמישט אין יעדע שווערע שאלה בעניני הכלל אין די לעצטע 70 יאר, אנגעפאנען פון די עגונה שאלות נאך די צווייטע וועלט מלחמה ביז צו הלכות סעקיוריטי קעמרע'ס, איבעראל זענען זיינע פסקים אנגענומען, ער האט שוין אדורכגעשוויצט אלע פאליטיק'ס און מחלוקת'ר, און אויך בהשקפה איז נישטא איינער וואס זאל אויף אים חולק זיין אינעם אשכנזישן פעלד, און בעיקר פארוואס מען דארף יא אויסהערן זיין פסק איז וויבאלד עס איז געזאגט געווארן ברוב עם, די פסק איז פארשפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט און קיינער איז נאכנישט ארויסגעקומען מיט א ביאור אקעגן דעם, סא מוז זיין אז יש דברים בגו, און סתם זאגן אז דער פסק איז אהן קיין פשט איז לעכערליך, נאר מ'מוז עס עס קודם אננעמען און דערנאך טרייען צו פארשטיין, אויב קומסטו אויף מיט א ביאור פארקערט קען מען דעמאלט זיך טענה'ן.
און בנוגע צו ענטפערן אביסל דיינע תמיהות אויפ'ן הלכה איז אזוי, עס איז דא דריי מין איסורים 1) איסורי אורייתא וואס די תורה האט אונז ג'אסר'ט, 2) איסורי רבנן וואס די רבנים האבן ג'אסר'ט, און דאס איז כולל אלע גדרים וסייגים וואס די רבנים בכל דור ודור זענען אויף אונז מגדיר, 3) איסורי רשות וואס דער תורה האט אונז געזאגט קדושים תהי' - קדש עצמך, אפילו זאכן וואס מן הדין איז נישט אסור איז נאכאלס דא א ענין פון אפשיידן, והכלל, אזאך וואס מען דאף נישט במוכרח איז אסור, איי פארוואס האבן די רבנן נישט געמאכט איעדע רשות אלס א איסור? וועגן צוויי סיבות, איינס ווייל סנישט פאר יעדן גלייך, און צווייטנ'ס ווייל די רבנן האבן נישט גוזר געווען א זאך וואס אין רוב הציבור יכולים לעמוד בה.
דעט סעד, איז גוט צו וויסן אז אזאך וואס די רבנן אסר'ן איז אלעמאל אויפן מענטש און נישט אויפן זאך, ממילא איז נישט שייך צו פרעגן צו מ'קען אסר'ן א קאנעקשען אדער פראטאקאל, ווייל די רבנים אסר'ן אונז נאר אויף זיך צו באנוצן דערמיט, און זיי קענען דיסיידן וואס און וויפיל ס'פעלט זיך אויס צו אסר'ן דעם מענטש כדי צו האלטן די גדרי הקדושה אויף א העכערע לעוועל, און אז די וועסט מדייק זיין בדברי רב וואזנער וועסטו זעהן אז ער אסר'ט נאר "השתמשות באינטערנעט", און נישט די אינטערנעט אליינס, העפענס טו בי אז פון אלע רעדנער'ס און אוסרים מאכט נאך זיינע ווערטער די מערסטע סענס, אלע זיינע ווערטער שטומען מיטן מציאות, און ער אסר'ט נישט קיין זאכן וואס אין רוב הציבור יכולים לעמוד בהם, נישט קיין חילוק וואס די צעטעלעך ווילן דיר פארקויפן.
עטליכע טעותים וואס איך הער אנלייגן אויף דברי רב וואזנער און עס איז פאלש. 1) ס'דא מודעות וואס זאגן אז לויט רב וואזנער מוז מען האבן א היתר פון א רב כדי צו נוצן דעם אינטערנעט, דאס איז שקר גמור, רב וואזנער זאגט אז ווער עס איז איבערצייגט אז ער ברויך עס קען עס נוצן, און מיט א פילטער כמובן, ער גיט דעם טראסט פאר א מענטש אליינס מחליט צו זיין. 2) ער רעדט נישט פון דעם קאמפיוטער אין שטוב בכלל, ער זאגט נאר אז אינטערנעט אינדערהיים אהן א פילטער איז "אסור", און אפילו מיט א פילטער איז דעתו אז מען זאל נישט אבער ער "אסרט" עס נישט! 3) ער רעדט גארנישט פון כולל אינגעלייט אדער כלי קודש, יעדער האט די רעכט צו טהון ביזנעס, און א ביזנעס מוז בכלל נישט מאכן געלט.... 4) אסאך מאכן דעם טעות אז ער האט ג'אסר'ט אלעס חוץ ביזנעס, דאס איז א טעות, ער האט בכלל נישט גערעדט פון איינער וואס האט שוין יא בדרך היתר צו מ'מעג ארויפגיין אויף אנדערע זאכן צו נישט (וואס אפילו ביי איסורי אורייתא ווי שבת איז דא כסדר די שאלה פון מוסיף זיין, אדער כיון שהותרה לצורך ועוד ואכמ"ל), גערעכט אז מ'טאר נישט נוצן ווען עס איז אינגאנצן נישט פאר ביזנעס, אבער אויב האט מען שוין ,רעדט ער דארט גארנישט דערוועגן, פשוט ווייל עס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה, אבער איינער וואס וויל קען מחמיר זיין.
און נאך איין זאך וואס מיט דען וויל איך מסיים זיין, אזוי ווי רב ידען האט אויבן געזאגט, זייער זייער אסאך אינגעלייט זענען היינט עדיקטעד צום אינטענעט, און פאר אזעלכע איז א איסור שוין ליידער נישט גענוג כידוע, אבער ב"ה אז עס איז דא הילף פאר ווער עס וויל.
איי פארוואס האבן די רבנן נישט געמאכט איעדע רשות אלס א איסור?
ווייל דעמאלטס וואלט דער נייער איסור געדארפט א פרישן גדר! אם כן אין לדבר סוף... אזוי האב איך געזען אמאל שטיין.
דאט קאם, האסט באקומען א לייק ווייל דו רעדסט דברים של טעם. איך בין נאכנישט קאנווינסד אז טאקע דאס האט רב וואזנער געמיינט. עלמער דארפן איבערהערן די דרשה שטייטעליך ובמתינות.
2) ער רעדט נישט פון דעם קאמפיוטער אין שטוב בכלל, ער זאגט נאר אז אינטערנעט אינדערהיים און אין אפיס אהן א פילטער איז "אסור"
איך לייג דא צו די פי.די.עף. פון רב וואזנער ווייל לדעת גייט עס שויו באלד נישט האבן.
📎 wosner.pdf
די לייגסט אריין רב וואזנער פסק אין די קאטגאריע פון איסורי רבנן.
איינער זאל מיר העלפן, וויאזוי ארבייט דאס, ווען באקומט רעכט צו האבן די כוח רבנן ארויס צו געבן איסור וואס יעדער מוז פאלגן אן קיין ביאור אויף אלטע
יסודות.
10 בענדער שו"ת ספרים.
פארמישט אין יעדע שווערע שאלה בעניני הכלל אין די לעצטע 70 יאר (עפ"י עדות דאטקאם).
בהשקפה איז נישטא איינער וואס זאל אויף אים חולק זיין אינעם אשכנזישן פעלד (לויט דאטקאם).
זאגן זיין איסור/פסק ברוב עם.
שכוח פאר ברענגן די טראנסקריפט פון די דרשה דארט זעט מען קלאר אנדערש ווי די שרייבסט
אבער אפילו דעם אינטער-נעט מיט א פילטער דעתינו
על דעת תורה אז מען זאל אים נישט ברענגען אין שטוב,
נאר צו מקום עבודה כדאי מונע צו זיין מכניס זיין דעם
אינטער-נעט אין א אידישע שטוב.
אויב חלילה וחלילה עס טרעפן זיך נאך פורצי גדר וואס
וועלן נישט מרחק זיין דעם אנדזשעקס?? דעם אסון פון
אינטער-נעט, איז א איסור גמור על פי התורה אריינצוגיין
אין זייער שטוב!