אייוועלט שוין מיט עטליכע יאהר צוריק.
איך האב געליינט א לאנגע צייט בעפאר מיר האבען צום נייעם יאהר זיך אנגעשלאסען, זאל זיין מיט מזל און ברכה.
איך האב געליינט א לאנגע צייט בעפאר מיר האבען צום נייעם יאהר זיך אנגעשלאסען, זאל זיין מיט מזל און ברכה.
מנחם ציוןדי ביכלעך זענען געווען נכסי צאן ברזל ביינונז אין ישיבה, און פון איטליכער בעסקיסע האט מען געהערט אויסשיסענדע געלעכטער און יענע תקופה ווען עס האט צירקולירט ביים עולם
איינמאל האט מיר מיין פאטער געפאקט דערמיט אינדערהיים, ער האט עס געזעהן ארויסשטעקן פון מיין וועסטל בוזעם, א טאג שפעטער פרעגט ער מיר וואס דאס איז, און פון ווי איך האב עס
מיין טאטע איז גראדע א לייכטער מענטש און פארנעמט אסאך,האב איך אים געזאגט דעם ריינעם אמת, אז דאס דרייט זיך ארום אין ישיבה, און איך האב ליב די סארט שרייבעריי..
איך געדענק ווי ער זאגט מיר: דו ווייסט וואס דאס אנטהאלט? עס איז זייער שעדליכע מאטריאל.. איך וויל נישט זאגן, אבער ס'קען אפי' זיין כפירה....
איך האב אים געקענט פארשטיין, ער האט לכאורה גערעדט ספעציפיש פון די "color war אין הימל" ארטיקל פון ונבנתה, און איך האב אויך נישט געכאפט דער געדאנק וואס ונבנתה וויל ארויסברענגען, כדרכו של ונבנתה'ס ארטיקלען....
האב איך אים געזאגט אקעי, איך האב נישט געוואוסט, איך האב געמיינט אז דער גאנצער קונטרס באשטייט פון רעלאטיוויטי גאטונג ארטיקלען (אויך געווען אין יענער קונטרס)... שוין ער האט עס קאנפיסקירט און פארטיג
אבער דער ברען צו באזוכן קאוועלע איז נישט פארשוואונדן.....