גוגל נייעס
116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2840
גוגל נייעס
גוגל האט געמאלדן אז זיי האבן באוויזן ארויפצולייגן גרויסע חלקים פון צפון קארעא אויף גוגל מעפס. ביז היינט איז נאר געווען אנגעצייכענט אויף גוגל מעפס וואו די הויפשטאט פיאניאנג איז. דעם דינסטאג האט גוגל ארויסגעגעבן א דעטאלירטע מעפ, וועלכע אינהאלט כמעט אלעס פון סובוועי סטעטישאנס צו די ריזיגע תפיסות-שטעט וועלכע ענטהאלטן 10,000 מענטשן יעדע איינע. דאס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג פאר גוגל וויבאלד צפון קארעא איז א קאמוניסטישע שטאט וועלכע איז זייער סודותפול און איזיאלירט.
בעפאר און דערנאך בילדער פון צפון קארעא אויף גוגל מעפס:

צפון קארעא איז געווען די לעצטע לאנד צו ווערן מאפירט אויף גוגל מעפס. גוגל האט אין א בלאג פאוסט מודה געווען אז די אינפארמאציע איז נישט פערפעקט און געבעטן ווער אימער ס'האט אינפארמאציע זאל דאס סובמיטירן צו גוגל אזוי אז זיי זאלן קענען אויסארבעטן די מאפע די בעסטע ס'שייך.
דריי אינטערעסאנטע פלעצער צו באזוכן ווירטואל אין צפון קארעא (אויף גוגל מעפס) זענען ווי פאלגנד:
[list][*]
הוואסאנג גולאג[/*:m][/list:u]
די גולאג איז א שטאט וועלכע איז איין ריזיגע תפיסה, אין די גרויס פון 212 סקווער מייל. לויט באריכטן זענען דא 10,000 מענטשן אין דעם תפיסה, און די צפון קארעא'ער לעגענדע לויטעט אז קיין איינער האט נאך קיינמאל נישט מצליח געווען צו אנטלויפן פון דעם גולאג.
[list][*]
קים אונג איל'ס קבר[/*:m][/list:u]
דער פארשטארבענער פרעזידענט קים אונג איל און זיין פאטער קים איל סונג זענען באגראבן געווארן אין א פרעכטיגע פאלאץ, וועלכע זיי רופן קומסוסאן אנדענק פאלאץ.
[list][*]
האועריונג גולאג[/*:m][/list:u]
לויט באריכטן זענען 30,000 מענטשן אויף דעם ארט אויסגעגאנגען פון הונגער אום 2012.
וואשינגטאן פאוסט באריכטבאריכט אין "די וואך" מיט לינקסדי עפפ "גוגל טראנסלעיט", וועלכע טוט איבערטייטשן פון איין שפראך צום צווייטן, האט צוגעלייגט נאך 16 שפראכן צו זייער ליסטע, אונגאריש צווישן זיי.
עס האט א נייע פיטשער, אז מען קען כאפן א בילד פון געשריבענע ווערטער און עס אפשיקן צו "גוגל" און זיי שיקן דיר צוריק די טראנסלאציע דערפון.
די אונגארישע זאגן אז מה-דאך ביי "אידיש" פאלט ארויס די ציין ביי גוגל טרענסלעיט, על אחת כמה וכמה ביי אונגאריש זאל דער פון אויבן שומר ומציל זיין.
http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=12340

אין אנדערע נייעס, האט גוגל מעפס (EARTH) אויף אנדרויד צוגעלייגט 3D VIEW אויף די מאפעס.
http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=12339
לויט געוויסע אבער קראנטע באריכטען ערווארט גוגל גאר א גרויסע שפרינג און די סטאק מארקעט. [quote="
זר זהב"]אין א טעלעפאון קאלל צו אינוועסטארס עטליכע טעג צוריק האט גוגל סי אי או סטיוו שמיט גערעדט פון קאווע שטיבעל'ס נייע גוגל זיכעריי אפציע! ער זעהט דעריבער פאר א שטערקערען קומענדיגע פערטעל..[/quote]
די באקאנטע פיטשער פון קענען שיקן פראגעס צו גוגל דורך טעקסט מעסעדזשעס, ווי צב"ש פלייט אינפארמאציע, דירעקציעס, וועטער, וכדומה, איז געענדיגט!
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2418886,00.asp
גוגל פלאנט צו פארשפרייטן וויי-פיי אין צוריקגעשטאנענע לענדער, ווי צב"ש אפריקע און אזיע, נישט דורך קעיבלס, נאר דורך.... בעלאנס וואס פליען אין דערלופטן!
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419509,00.asp
אין אנדערע נייעס, וויל גוגל איבערנעמען די באקאנטע
WAZE GPS, וועלכע סובסקרייבער קענען קאמיוניקירן איינער מיטן צווייטן, ווייל זיי ווילן נישט ס'זאל אריינפאלן בידי זרים, א שטייגער ווי זייער קאמפעטישאן 'פעיסבוק' וכדומה.
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419497,00.asp
עס דרייען זיך שוין ארום שפעקולאציעס איבער
Waze, א איזראעלי קאמפאני וואס האט דיוועלאפט א סאשעל GPS נאוויגאציע עפפ וואס באשטייט פון די באנוצערס פידבעק איבער טרעפיק און ספיד טרעפס. שוין חדשים וואס מ'רעדט אז עפל, פעיסבוק, אדער גוגל גייען עס אפקויפן. די עפפ האט שוין 50 מיליאן באנוצער, און לויט ווי
ס'זעט אויס גייט עס גוגל אפקויפן פארן פאנטאסטישע פרייז פון 1.3 ביליאן דאלער אין די נאנטע צוקונפט, און ווארשיינליך אריינבאקן אין איר עקזיסטירענדע גוגל מעפס.
דאס האבעך געשריבן איין תגובה צוריק, שוין א צייט צוריק...
אבער א דאנק פארן מוסיף נופך זיין מער פרטים.
אה, כ'האב געדענקט אז ערגעץ האט מען שוין גערעדט דערוועגן דא. דאמאלס איז עס נאך געווען בלויזע שפעקולאציעס, יעצט זעט עס אויס מער ערענסט.
א אינטרעסאנטע באריכט פארוואס גוגל וויל זיך צאמשטעלן. ס'איז אינטרעסאנטע נייעס פאר מיר.
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2420199,00.asp
כווייס נישט פארוואס ער רעדט זיך אפ אויף גוגלמעפס. פאר מיר קוקט אויס א מוראדיגע פראדאקט.
נולד מאוחרכווייס נישט פארוואס ער רעדט זיך אפ אויף גוגלמעפס. פאר מיר קוקט אויס א מוראדיגע פראדאקט.
איך בין מיט דיר, נולד. איך האב עס שוין באשריבן אין דעם
GPS אשכול.
דער מסחר איז געשלאסן.
http://mobile.reuters.com/article/idUSB ... 1?irpc=932
מזל טוב מקודשת!
גוגל מעלדט עספארבס איז מסביר פארוואס גוגל האט אזוי שטארק געוואלט דאס געשעפט.
Google glasses
📎 download_20130616_211040.jpg
כהאב געליינט אטיף אייוועלט אן אינטערסאנטע זאך וואס גוגל מאכט.
סהייסט google
loon. רעדט מען שוין ערגעץ דא און שטיבעל דערפון?
גוגל וויל צי שטעלן אינטערנעט פאר די ציריגעבליבנע לענדער וואס האבן קוים לעקטער. לייגן זיי ארויף אויף באלאנס וואס שוועבט און די ליפט די אינטערנעט ריסיווערס, כוויס נישט פינקטלעך. ווער קען מיך איבערנעמען?
נולד מאוחרכהאב געליינט אטיף אייוועלט אן אינטערסאנטע זאך וואס גוגל מאכט.
סהייסט google
loon. רעדט מען שוין ערגעץ דא און שטיבעל דערפון?
דאשמעקעדיגגוגל פלאנט צו פארשפרייטן וויי-פיי אין צוריקגעשטאנענע לענדער, ווי צב"ש אפריקע און אזיע, נישט דורך קעיבלס, נאר דורך.... בעלאנס וואס פליען אין דערלופטן!
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419509,00.asp
גוגלס מעפ אפדעט איז קאל
נולד מאוחרגוגלס מעפ אפדעט איז קאל
נישטאמאל געוואוסט דערוועגן. א דאנק.
סאיז אויף קאמפוטער און מאביל
boxcoverנולד מאוחרכהאב געליינט אטיף אייוועלט אן אינטערסאנטע זאך וואס גוגל מאכט.
סהייסט google
loon. רעדט מען שוין ערגעץ דא און שטיבעל דערפון?
דאשמעקעדיגגוגל פלאנט צו פארשפרייטן וויי-פיי אין צוריקגעשטאנענע לענדער, ווי צב"ש אפריקע און אזיע, נישט דורך קעיבלס, נאר דורך.... בעלאנס וואס פליען אין דערלופטן!
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419509,00.asp
אפשר קען מען זיי בעטן זיי זאלען דאס צושטעלן אין אזוינע צוריקגעשטעלטע געגנטער ווי צב"ש מאה שערים, ווילאמסבורג, בני ברק, און מאנראו. ווי דער פארשקלאפטער ציבור בעט זיך פשוט פאר אביסעל אינטערנעט עקסעס וואס די יו ען האט שוין אנערקענט אלץ א בעיסיק יומען רעכט.
ספעציעל זינט סענדי זענען מיר לויט אלע פעדעראלע באריכטען דא און וויליאמסבורג, געטראפען געווארן עפעס אויף א מוסשטאבליכען פארנעם,
מיר זענען נאך נישט זיכער צו מען קען בכלל פליען א באלון העכער וויליאמסבורג אזוי סכנהדיג איז דא, ווען סעוואלט געוועין א פראגראם פאר אינטענעט וואלט וויליאמסבורג געוועין נומער איינס.
לעיקוואדאפשר קען מען זיי בעטן זיי זאלען דאס צושטעלן אין אזוינע צוריקגעשטעלטע געגנטער ווי צב"ש מאה שערים, ווילאמסבורג, בני ברק, און מאנראו. ווי דער פארשקלאפטער ציבור בעט זיך פשוט פאר אביסעל אינטערנעט עקסעס וואס די יו ען האט שוין אנערקענט אלץ א בעיסיק יומען רעכט.
דו ביזט גערעכט. אגב כ'האב שוין אמאל געטראכט א דאס וואלט געווען א אָריגינעלער איינפאל פאר די מאושר קאמפאני צו פאַרזאָרגן גאנץ וויליאמסבורג מיט פרייע ווייפיי, געפילטערד מיט זייער פראדוקט פארשטייט זיך, און דאס וועט זיי גיבן די ברענד-דערקענונג.
נא, מאושר אינקוויזאטארן, עטץ לייענטס דאך דא, נעם עס אן ממי שאמרו. די פרייע ווייפיי וועט שוין דינען אלס מיין קאמישאן.
[ציטאט אראפגענומען]
מאך זיכער אז ס'איז טאקע גוגל און נישט עפעס א סקעם.
גוגל גיבט יעצט ארויס א אפדעיט צו אנדרויד, ווערזשאן 4.3
עס גייט נישט האבן קיין גרויסע חידושים פאר רוב המון עם, אבער איינע פון די מעלות וואס גוגל זאגט - און קען בענעפיטירן אונז אידן, אז אידישע שפראך (רעכטס-צו-לינקס) וועט ארבעטן פיל בעסער ווי סיי ווען אין אנדרויד'ס היסטארי.
http://www.pcmag.com/slideshow/story/31 ... at-s-new/7
סאיז געווארן שמעלער אבער אויך העכער, פון דעם רעדט קיינער נישט
[ציטאט אראפגענומען]
די נייע נעקסוס 7 גייט טאקע זיין די ערשטע צו נוצן דעם נייעם אנדרויד ווערזשאן 4.3. זיי וועלן אויך אפגרעידן די פריערדיגע נעקסוס צו דעם ווערזשאן, ווי אויך די לעצטערע טעלעפאנען, ווי צב"ש די גאלעקסי S4.
עס וועט נאך נעמען אפאר טעג - אויב נישט וואכן - ביז די נייע נעקסוס 7 טאבלעט וועט זיך געפינען אין די געשעפטן.
די פרייז גייט ארויף מיט 30 טאלער, פון 200 צו 230 פאר די ביליגסטע 16 ג"ב מאדעל, און $270 פאר די 32 ג"ב. שפעטער וועלן זיי אויך ערצייגן איינס פאר $350 וואס וועט האבן 4G אינטערנעט סערוויס, און עס וועט ווערן פארקויפט אנ-לאקד, אזוי אז מען וועט עס קענען נוצן סיי אויף ווערייזאנ'ס נעטווארק, און סיי עי.טי.& טי., און טי.מאובילס. עס וועט אויך האבן דאפעלט רעם (RAM), צוויי ג"ב ארויף פון איינס, פאר מער פלאץ פאר עפפס וכדומה.
איך קען נאך נישט אויסגעפינען צי מען וועט קענען צולייגן דערצו א מייקרא SD קארטל. ווארשיינליך נישט. (אז יא קען דאך יעדער קויפן די ביליגע ווערסיע און צולייגן א קארטל פאר פיל ביליגער).
וועט זיין אוועילעבל אנליין אין 4 טעג ארום, july 30'
און תיכף דערנאך אין געשעפטן ווי בעסט ביי
מ'וועט נישט קענען צילייגן א עס די קארטל
גוגל האט זיך דערשראקן פון די רבנים חרם אויף ענדרויד, אין די נייע אפדעיט וועט זיין מעגליך אנצושטעלן מאלטיפעל יוזערס וואס וועט ערמעגליכן ריסטריקשאנס פאר קינדער
מאלטיפל יוזערס קען מען שוין יעצט אויף דזשעלי בין טעבלעטס.
געפילטע פישמאלטיפל יוזערס קען מען שוין יעצט אויף דזשעלי בין טעבלעטס.
יעצט קען מען רעסטריקטן און קאסטימייזן געוויסע יוזערס
7 סיבות פארוואס צו נעמען דעם נעקסוס 7
http://www.zdnet.com/seven-reasons-to-b ... &ttag=e550
איך האב א פראגע, רוב מאדעלן האבן דאך נישט קיין קאנסיסטענט קאנעקשאן נאר דורך ווייפיי, אלזא וויאזוי ארבעט גוגל מעפס?
איי מייט בי ראנג, אבער אין די WIFI טאבלעטן האט די מעפס עפפ א cache, און ווען דו גרייטסט אן א וועג אינדערהיים וועט עס דאונלאודן די גאנצע וועג צום דיווייס. און פאר צו וויסן וואו זי געפינט זיך האט זי אן עקסטערע GPS טשיפ.

דא זע איך אז דעי עפפ לייגט אריין וואס דו ווילסט אין די גוגל מעפס קעש.
סתם נייגעריג (אשכול: זאכן וואס איך וויל וויסן?)
אז אזא היי-ענד טעבלעט מיט די שענסטע קלארסטע סקרין, נייעסטע פראסעסאר (הגם עס לויפט נאר אויף 1.5 גיגאהערטץ, בשעת נייערע פאונס לויפן שוין אויף 1.7 און 1.9), גוטע ספיקערס, די נייעסטע אנדרויד ווערזשאן, הויכע קוואליטעט מאטעריאלן, א גוטע קעמערע און קעמקארדער, און גוגל פארדינט דערויף, פארקויפענדיג פאר אונטער $250,
ווי אזוי איז מעגליך אז א קליינער סמארט-טעלעפאן וואס האט גארנישט מער זאל קאסטן צווישן 600-800 טאלער? זאג מיר נישט אז דער סעליולער נעטווארק וואס לאזט דיר רעדן אויפן פאן מאכט דער דיפערענץ! חוץ מזה ואס עס איז אן אבסורד, גייט גוגל רעליעסן בקרוב א נעקסוס מיט 4G נעטווארק פאר בלויז 350.
איז דאס סתם 'גניבה' פון די פאון קאמפאניס? אדער איז טאקע פאראן עפעס וואס מאכט עס טייערער?
כ'האב געטראכט בדרך אפשר - איך לייען עס אסאך מאל - אז ווי קלענער א דעווייס איז, אלס מער קאמפליצירט איז אריינצושטופן די אלע טעכנאלאגיע, אבער פון די היינטיגע 5-אינטש סקרין טעלעפאנען ביז די נעקסוס' 7-אינטש איז נישט אזא גרויסע חילוק אז עס זאל קאסטן באלד דריי פאכיג די פרייז? און די נעקסוס איז אויך אויסטערליש דין, וואס טוט אויך פארשווערן אריינצושטופן אזויפיל קאמפליצירטע טשיפס און אנדערע זאכן אין אזא דארע גוף, ממילא הדרא קושיא לדוכתיה, מאי שנא???
איך האלט אזוי
זיי ווייסען אז א פאון גייסטו סיי ווי קויפען ווייל דו דארפסט עס האבען
מה שאין כן א טעבלעט יא עס איז א גוטע טוי אבער זיי ווייסען אז מען גייט זיך נישט לאזען קאסטען אזוי זאך מוזען זיי עס מאכען פאר ביליגער
קענסט דאך ענטפערן פשוט'ער, די פאון ווערט אויסגעצאלט במשך די 2 יאר קאנטראקט צוביסלעך, ממילא שפירט מען נישט דעם פרייז, נאך $25 א חודש, נו ס'וועט מיטגיין,
משא"כ א טעבלעט צאלסטו אויף איינמאל דעם גאנצן פרייז, וועלן דאס מענטשן איבערטראכטן בעפאר מען קויפט, און אפשר טאקע זיך צוריקהאלטן, עס איז דאך נישט עפארדעבל.
אבער אויב דאס איז די תשובה, איז פשט אז די טעלעפאנען טוען אונז סתם באראבעווען, און זיי ווערן רייך אויף אונזער חשבון.
קען אויך זיין אז עס איז א דיעל מיט די סעלליור קאמפניס אז עס זאל זיין טייער אזוי מוז מען מאכען א קאנטראקט מיט זיי געבען זיי דיך עס פאר ביליגער און עס קומט אויך אויס אז מען צאלט $200 פאר די פאון און די איבריגע שרייבסטו צאלט זיך אפ מיט די פלען יעדע חודש אביסעל
שמעקעדיגסתם נייגעריג (אשכול: זאכן וואס איך וויל וויסן?)
אז אזא היי-ענד טעבלעט מיט די שענסטע קלארסטע סקרין, נייעסטע פראסעסאר (הגם עס לויפט נאר אויף 1.5 גיגאהערטץ, בשעת נייערע פאונס לויפן שוין אויף 1.7 און 1.9), גוטע ספיקערס, די נייעסטע אנדרויד ווערזשאן, הויכע קוואליטעט מאטעריאלן, א גוטע קעמערע און קעמקארדער, און גוגל פארדינט דערויף, פארקויפענדיג פאר אונטער $250,
ווי אזוי איז מעגליך אז א קליינער סמארט-טעלעפאן וואס האט גארנישט מער זאל קאסטן צווישן 600-800 טאלער? זאג מיר נישט אז דער סעליולער נעטווארק וואס לאזט דיר רעדן אויפן פאן מאכט דער דיפערענץ! חוץ מזה ואס עס איז אן אבסורד, גייט גוגל רעליעסן בקרוב א נעקסוס מיט 4G נעטווארק פאר בלויז 350.
איז דאס סתם 'גניבה' פון די פאון קאמפאניס? אדער איז טאקע פאראן עפעס וואס מאכט עס טייערער?
כ'האב געטראכט בדרך אפשר - איך לייען עס אסאך מאל - אז ווי קלענער א דעווייס איז, אלס מער קאמפליצירט איז אריינצושטופן די אלע טעכנאלאגיע, אבער פון די היינטיגע 5-אינטש סקרין טעלעפאנען ביז די נעקסוס' 7-אינטש איז נישט אזא גרויסע חילוק אז עס זאל קאסטן באלד דריי פאכיג די פרייז? און די נעקסוס איז אויך אויסטערליש דין, וואס טוט אויך פארשווערן אריינצושטופן אזויפיל קאמפליצירטע טשיפס און אנדערע זאכן אין אזא דארע גוף, ממילא הדרא קושיא לדוכתיה, מאי שנא???
בכלל וועלן אנדרואיד כלים אלץ זיין בילי גער ווייל עס איז א אפענע אפארעיטונג סיסטעם.
גוגל איז מודה אז די נייע נעקסוס 7 טעבלעט האט פראבלעמען מיט GPS און מיט מאלטי-טאטש.....
מען קען יעצט אויס רעכענן װיפיל אלע משתתפים דארפן צאלן װען מ׳גײט ארויס עסן און אויכעט װיפיל די טיפ קומט אויס (פראצענט)
אונז װערן אזוי מין פויל צו טראכטען אלײנס באט העי נאו קאמפלעינטס
http://lifehacker.com/google-search-now ... 1444099253
שמעקעדיגסתם נייגעריג (אשכול: זאכן וואס איך וויל וויסן?)
אז אזא היי-ענד טעבלעט מיט די שענסטע קלארסטע סקרין, נייעסטע פראסעסאר (הגם עס לויפט נאר אויף 1.5 גיגאהערטץ, בשעת נייערע פאונס לויפן שוין אויף 1.7 און 1.9), גוטע ספיקערס, די נייעסטע אנדרויד ווערזשאן, הויכע קוואליטעט מאטעריאלן, א גוטע קעמערע און קעמקארדער, און גוגל פארדינט דערויף, פארקויפענדיג פאר אונטער $250,
ווי אזוי איז מעגליך אז א קליינער סמארט-טעלעפאן וואס האט גארנישט מער זאל קאסטן צווישן 600-800 טאלער? זאג מיר נישט אז דער סעליולער נעטווארק וואס לאזט דיר רעדן אויפן פאן מאכט דער דיפערענץ! חוץ מזה ואס עס איז אן אבסורד, גייט גוגל רעליעסן בקרוב א נעקסוס מיט 4G נעטווארק פאר בלויז 350.
איז דאס סתם 'גניבה' פון די פאון קאמפאניס? אדער איז טאקע פאראן עפעס וואס מאכט עס טייערער?
כ'האב געטראכט בדרך אפשר - איך לייען עס אסאך מאל - אז ווי קלענער א דעווייס איז, אלס מער קאמפליצירט איז אריינצושטופן די אלע טעכנאלאגיע, אבער פון די היינטיגע 5-אינטש סקרין טעלעפאנען ביז די נעקסוס' 7-אינטש איז נישט אזא גרויסע חילוק אז עס זאל קאסטן באלד דריי פאכיג די פרייז? און די נעקסוס איז אויך אויסטערליש דין, וואס טוט אויך פארשווערן אריינצושטופן אזויפיל קאמפליצירטע טשיפס און אנדערע זאכן אין אזא דארע גוף, ממילא הדרא קושיא לדוכתיה, מאי שנא???
לעצטנס האב איך געליינט אן ארטיקל אין PC World ווי זיי שמועסן אויס געוויסע פראדוקטן (ובתוכם מיין שאלה, טעלעפאנען) וועלכע קאסט ווייניג פארן מאנופעקטשורער צו פראדוצירן, אבער פארלאנגען דערויף פון די קאנסומער טבין ותקילין, און די קאמפאניס מאכן גרויס געלט אויף דעם...
לתועלת הציבור ברענג איך דא נאך דעם ארטיקל, ווער עס איז אינטרעסירט און האט געדולד, קען עס ליינען.
📎 05.jpg 📎 04.jpg 📎 03.jpg 📎 02.jpg 📎 01.jpg
מען פארקריכט אביסל פונעם קעפל האשכול, אבער איך זעה נישט וואו איך קען ממשיך זיין דעם שמועס.
עס איז מיר א פלא - און איך זעה נישט אז קיינער זאל פארפירן דערוועגן - אז די קאמפאניס האלטן אונז אין איין אפריפן (RIP). איין זאך וואס איך טראכט לעצטנס, איך מאך א 2 יאר קאנטראקט ביי א קאמפאני, און לכבוד דעם געבן זיי מיר א ביליגערן טעלעפאן, ווייל מיט די פעפערדיגן פרייז וואס זיי טשארדזשן מיר ווערט די טעלעפאן סובסידייזט. יעצט וואס טוט זיך ווען עס ענדיגן זיך די 2 יאר, און איך האלט נישט ביים אפגרעידן מיין פאון פאר סיי-וועלכע סיבה? לאמיר זאגן איך וויל צואווארטן צו א נייערע פאון וואס קומט ארויס אין א האלב יאר ארום? גייט די חודש'ליכע פרייז אראפגיין? אודאי נישט! קאנטראקט בלייבט קאנטראקט! איז דאס נישט ריכטיג גניבה? קען מען זיי נישט סוען פאר דעם?
אויב דו נעמסט דיך אונטער צו קויפן א באטל מילך אין מיין גראסעריי יעדע וואך פאר די קומענדיגע צוויי יאר באקומסטו פון מיר א קענדי.
גייט די מילך קאסטן ווייניגער נאך די צוויי יאר?
סארי, אבער איך ווייס נישט אויב דו רעדסט צו דער זאך. אדער בין איך פשוט דער קוצר המשיג.
די משל דארף גיין אזוי. איך וויל קויפן א באקס פעמפערס (דייפערס) אין דיין גראסערי, אבער עס קאסט מיר 240 טאלער וואס איך קען נישט עפפארדן אויף איינמאל. זאגט מיר דער געשעפטסמאן, שמעקעדיג, איך מאך מיט דיר א דיעל, דו קויף ווייטער איין ביי מיר, און אנשטאט דו זאלסט באצאלן די פעמפערס אויף איינמאל וועל איך צולייגן צו דיין אקאונט יעדע חודש 10 דאלער, און אזוי וועט עס צוביסלעך במשך 2 יאר ווערן אויסגעצאלט.
נאך 2 יאר לויפט ווייטער די 10 דאלער חודש'ליך. איז ער א גנב צי נישט?
איך האב יעצט אן גריפען ספרינט און איך האב זיי גפרעגט פארוואס די פלאן ווערט טאקע נישט ביליגער
פארשטייט זיך זי האט נישט געקענט ענטפערען אבער אויף אזוי פיל פארדינסטע אז די דארפסט נישט
סיינען א צוויי יאר קאנטראקט נאר די קענסט גיין אויף די חודש
שמעקעדיגסארי, אבער איך ווייס נישט אויב דו רעדסט צו דער זאך. אדער בין איך פשוט דער קוצר המשיג.
די משל דארף גיין אזוי. איך וויל קויפן א באקס פעמפערס (דייפערס) אין דיין גראסערי, אבער עס קאסט מיר 240 טאלער וואס איך קען נישט עפפארדן אויף איינמאל. זאגט מיר דער געשעפטסמאן, שמעקעדיג, איך מאך מיט דיר א דיעל, דו קויף ווייטער איין ביי מיר, און אנשטאט דו זאלסט באצאלן די פעמפערס אויף איינמאל וועל איך צולייגן צו דיין אקאונט יעדע חודש 10 דאלער, און אזוי וועט עס צוביסלעך במשך 2 יאר ווערן אויסגעצאלט.
נאך 2 יאר לויפט ווייטער די 10 דאלער חודש'ליך. איז ער א גנב צי נישט?
און אויב זאגט דיר די גראסערי מאן, אז איך גיב דיר די פעקל דייפערס בחינם אויב גייסטו דא קויפן פאר די נעקסטע צוויי יאר, דארף ער נאך צוויי יאר אנהייבען רעכענען ביליגער פאר די וועכענטליכע ארדער?
ניו יארקאון אויב זאגט דיר די גראסערי מאן, אז איך גיב דיר די פעקל דייפערס בחינם אויב גייסטו דא קויפן פאר די נעקסטע צוויי יאר, דארף ער נאך צוויי יאר אנהייבען רעכענען ביליגער פאר די וועכענטליכע ארדער?
אט אזוי! כ'ווייס נישט וואס דיר דרוקט, שמעקעדיג. די פעקל פעמפערס איז די קענדי, אדער סמארט פאון אין ספרינטס משל, זאגט דיר דער גראסערי מאן, אויב מאכסטו דא דיין וועכענטליכע ארדער פאר די נעקסטע צוויי יאר, באקומסטו די פעקל פעמפערס בחינם. אדער אויב קויפסטו דא מילך באקומסטו די קענדי בחינם, אדער אויב צאלסטו די חודשליכע ספרינט ביל פאר צוויי יאר באקומסטו די פאון בחנם. ס'איז נישט אז יעדע ביל גייט אביסל אראפ פאר די פאון, נאר די פאון איז א מתנה, אן אינצענטיוו אז דו זאלסט סיינען קאנטראקט מיט זיי. וקל להבין אפילו אן א וק"ל. (וואו איז ער טאקע?)
איך רייב מיך די אויגן. איך קען נישט גלייבן וואס איך לייען דא פון די גרויסע חכמים.
געפילטע איך בין זיכער אז דו ארבעטסט ערגעץ פאר ווערייזאן אדער א אנדערע קאמפאני און השוחד מעוור עיני חכמים ויסלף דברי שמעקעדיג.
tmobile האט טאקע געטוישט די מהלך וויאזוי די סעלפאון ווערט אויסגעצאלט, עס זאל זיין מער שמעקעדיג געשטימט.