☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » GPS

GPS

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #991
בלאט: 1 2

ידען » זונטאג יולי 1, 2012 6:08 pm

· #21024
GPS
וואס דארף מען קוקן ווען מע וויל קויפן א gps?

וואס זענען די חילוקים פון די אזויפיל מיני און פון אזויפיל קאמפאניס?

שמעקעדיג » זונטאג יולי 1, 2012 6:37 pm

· #21029
קריכסט אריין אין א נושא שכבר דשו בו רבים. סיי ביי די אידן און סיי ביי להבדיל די גויים.

סך הכל איז אז יעדע קאמפאני האט זיך זיינע מעלות, גארמין און טאמ-טאם זענען די 2 אויפן שפיץ, און אויב האסטו א סמארטפאון קענסטו נוצן אומזיסט גוגל-מעפס וואס איז נאך בעסער מכמה סיבות, אבער נישט צו פראקטיש, ווייל עס נוצט דאטא און באטערי (יעצט נאכן מאכן זייער מאפעס אףף-ליין וועט עס זיין א גרויסע הילף).

יעדע קאמפאני האט מערערע מאדעלס, מיט פארשידענע חילוקים פון סקרין סייז, מיט אנדערע משוגעת'ן ווי בלו-טאט און MP3 פלעיערס און טראפיק אינפארמאציע און אן אפציע פאר לייף-טיים פרייע מעפ אפדעיטס. ווילסטו קאנאדא אויך? אייראפע? וויפיל פוינטס אף אינטערעסט? און נאך און נאך. אז דו זוכסט אביסל ביי די וועבסייטס פון די קאמפאניס, אדער אפילו ביי AMAZON, קענסטו זעהן די פארשידנארטיגע חילוקים.

ידען » זונטאג יולי 1, 2012 6:46 pm

· #21031
שמעקעדיג

👍

יעצט וועלעך דארפן אביסל לייענען און כאף אז כעל ערגעץ ארויסקומען מיט עפעס.

איז דא אזא זאך ווי איינס וואס זאל האבן אלע מעלות?

שמעקעדיג » זונטאג יולי 1, 2012 7:20 pm

· #21036
ווענדט זיך וויפיל ביזטו גרייט צו ספענדן? ס׳קען אויסקומען פיר/פינף מאות

ידען » זונטאג יולי 1, 2012 10:28 pm

· #21054
אמאל האט א פשוטע gps געקאסט אזויפיל.

א ישר כח שמעקעדיג און איך וועל קוקען אויב סע פעלט מיך בכלל אויס דיע אלע מעלות וואס איז דא

קלאר » מיטוואך יולי 4, 2012 11:15 am

· #21619
מען קען יעצט באקומען די הצלה מעפ בחינם פין די קעטסקילס הצלה סייט
מען קען עס דאונלאודען פאר אלע זשי פי עס ברענדס
גייט צו הצלה וועבסייט אין לאזט איבער א שיינע נדבה אלס הכרת הטוב
<a class="postlink" href="http://www.chvac.net/gps.html">http://www.chvac.net/gps.html</a>

gehlungen » זונטאג יולי 8, 2012 10:58 pm

· #22552
שמעקעדיג
ווענדט זיך וויפיל ביזטו גרייט צו ספענדן? ס׳קען אויסקומען פיר/פינף מאות

You can get a good one for about 100$

זר זהב » זונטאג יולי 8, 2012 10:59 pm

· #22554
וועלעכע למשל?

טעלעפאן » מאנטאג יולי 9, 2012 1:53 am

· #22591
עס ווענדט זיך באמת וואס דו דארפסט.

איך האב אלץ ליב צו האבן עפעס וואס ארבעט גאר גוט און איז נישט א האלבע שמאטע... למחצה לשליש ולרביע... צוב״ש וועל איך נאכנישט קויפן אן אנדרואיד פאון וכדו׳. די דאזיגע gps האב איך און איך בין מורא׳דיג צופרידן דערפון
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/gp/aw/d/B003ZX8B2S/ref=mp_s_a_2?qid=1341812886&sr=8-2">http://www.amazon.com/gp/aw/d/B003ZX8B2 ... 886&sr=8-2</a>

און דא איז א טשארט פון אלע גארמין מאדעלן. ס׳איז גוט צו וויסן אז גארמין איז די בעסטע. אויב איז דער gps אפדעיטעד דאן דארפסטו נישט האבן קיין שום עגמ״נ דערמיט...

וועלט אייך אויס אייערע אפציעס...

<a class="postlink" href="http://www.the-best-gps.com/Garmin-Nuvi-Comparison.html">http://www.the-best-gps.com/Garmin-Nuvi-Comparison.html</a>

זר זהב » מאנטאג יולי 9, 2012 2:07 am

· #22593
דא איז עס בלויז 115 דאללער
<a class="postlink" href="http://www.thegpsstore.com/Garmin-Nuvi-1450-LMT-Remanufactured-Portable-GPS-P3015.aspx">http://www.thegpsstore.com/Garmin-Nuvi- ... P3015.aspx</a>

טעלעפאן » מאנטאג יולי 9, 2012 2:32 am

· #22597
טאקע א מציאה. עס ארבעט גאר גוט און האט life time traffic update

זר זהב » מאנטאג יולי 9, 2012 5:07 am

· #22605
זר זהב

דא איז עס בלויז 115 דאללער
<a class="postlink" href="http://www.thegpsstore.com/Garmin-Nuvi-1450-LMT-Remanufactured-Portable-GPS-P3015.aspx">http://www.thegpsstore.com/Garmin-Nuvi- ... P3015.aspx</a>

יעצט מערק איך אז ס'איז ריפוירבישט

פארוואס נישט » זונטאג יולי 15, 2012 6:52 pm

· #24368
Microsoft Street & Trips
אויב האלטסטו געווענליך אין קאר א לעפטאפ קענסטו פאר $70.00 האבן מייקראסאפט סטריט און טריפס וועלכע איז גאר א געשמאקע גפ"ת (איך עכ"פ גלייך עס שטארק) און בכלל זייער א נוצבארע Route Planner און Fuel Cost Calculator מיט נאך פארשידענע מעלות (א גרויסע סקרין שטייצעך, ספעציעלע נאכט וויזיע מעגליכקייט, קענסט סעיוון די גאנצע טריפ ביי דיר אויפן קאמפיוטער), ער איז היבש פלעקסיבעל מיטן אויסשטעלן די רוט וועלכע פריער וועלכע שפעטער, וואו דו ווילסט מאכן א סטאפ און פאר ווי לאנג, קענסט אויסרעכענען ווי שנעל א טריפ וועט נעמען בעיסד אויף וועלכע ספיד דו דרייווסט געווענליך אויף יעדע מין ראוד/הייוועי, ס'האט אויך אפדעיטעד ראוד קאנסטראקשן אינפארמעישן.

ס'קומט אויך אין א פשוט'ערע ביליגערע ווערסיע (בערך $35/40) וועלכע האט אלעס אויסער די GPS חלק.

אויב פלאנסטו א לענגערע טריפ, פארשטייט ער אז דו פלאנסט נישט צו דרייוון אפאר הונדערט/טויזענט מייל רצופים, דארפסט אים נאר זאגן ווען דו פלאנסט זיך ארויסצולאזן אויף די רייזע, און ווען דו פלאנסט זיך אפצושטעלן אויף א לינת לילה, און ס'איבריגע קאלקולעישן וועט ער דיך צושטעלן, וואו אויך צו-ווייזן וואו דו דארפסט ריפיולען.

ועל כולם האט עס א זייטיגע מעלה אז ס'איז נישט אינטערנעט בעיסד, דו קענסט פלענען א טריפ ביי דיר אינדערהיים, אפיס אדער קאר אפילו ווען דו ביסט offline, ס'ארבעט מיט א USB פלאג-אין וועלכע דינט אלס דשי. פי. עס. לאוקעיטאר, (דו דארפסט אינטערנעט קאנעקשן נאר צו אפדעיטען ראוד קאנסטראקשן).

זר זהב » זונטאג יולי 15, 2012 7:52 pm

· #24379
פאריגע וואך האבעך געדרייווט מיט א GARMIN LMT1490 ס'הייסט גאר גוט. איך האב געדארפט נעמען דעם 17 EAST -- ארויפגייענדיג אויפן רעמפ צום 17 EAST געט דער בהמה א זאג "ריקאלקולעיטינג"...ס'מיר שלעכט געווארן, כ'האב געקלערט צי איך קעןאפשר ארויסבעקן ווייל כ'האב מסתם בטעות גענומען דעם 17 WEST , איך זעה אבער ווי קאר'ן קומען, בין איך געפארן ווייטער, געט זיך דער GPS א רוף אן "קאנטיניו 40 מיילס אן דיס ראוט".... אין אנדערע ווערטער פריער איז ער געווען צומישט און ער האט מיר איגאנצן דערשראקן. וואס איז ער ווערט?

איך האב געמאכט מער ריסוירטש אויפן גארמין. ליין איך ווי מ'רעדט זיך אויך אפ אז ער שיקט זייער אסאך ארויס פון הייוועי צו גיין אויף לאקאלע גאסן על לא דבר.

-- די טאם טאם האט זיך אויך זיינע פראבלעמען. בקיצור מ'דארף ווארטן אויף משיח ער וועט אונז ווייזן דעם וועג איי געסס.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 17, 2012 7:23 pm

· #25219
טאקע איינע פון די מעלות פון די נייערע גארמינ'ס, אז ער איז ענדליך פטור געווארן פון דעם "ריקאלקיולעיטינג" ווארט יעדע פאר מינוט. אוי וויפיל ער האט מיר משוגע געמאכט יארן לאנג מיט דעם. ממש נפשי יצאה בדברו!! אצינד אין די נייערע מאדעלס, מאכן זיי נישט משוגע. אויב ביסטו פארפארן, וועט ער דיר נאר זאגן וואס צו טון מכאן ואילך. ומה דהוה הוה, נישט רעדן איבריגע רייד ווי די נשים. מאנכע רעגן זיך דערויף, זיי האבן ליב געהאט דעם "ריקאלקולעיטינג" משוגעת, אבער איך האלט שטארק דערפון אז זיי האבן געסטאפט דערמיט.

די דאזיגע מאדעל איז איינע פון די נייעסטע פון גארמין, מיט גאר א קלארע סקרין, און איבער 8 מיליאן פוינטס-אף-אינטערעסט, מיט אלע פיטשעווקעס. גייט פאר איבער 4 מאות נאך טעקס. (ער גיט א אויסוואל פון 2, איינס מיט טרעפיק און בלוטוט און איינס אן דעם. קליק אויף די מאדעל "Lifetime Maps & Traffic, Bluetooth" אויף רעכטס)

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיטן גארמין אז ער שיקט צו לאקאלע גאסן. ער גיט רוב מאל די ריכטיגע וועג, אבער יעדער GPS קען מאכן צרות, און מען דארף נוצן קאמען סענס, און נישט אריינפארן אין פאסיפיק אושען ווען ער הייסט.
כל מה שיאמר לך בעה"ב עשה... חוץ מצא! 😈

זר זהב » דינסטאג יולי 17, 2012 7:55 pm

· #25231
אבער שמעקעדיג, דו אדרעסירסט די פראבלעם פון "ריקאלקולעיטינג" ווען ער איז באמת גערעכט און דער דרייווער האט געמאכט א טעות. פארוואס אבער האט ער געזאגט ריקאלקולעיטינג ווען איך בין געווען אויפן איסט 17 דארט וואו איך האב טאקע געדארפט זיין!?!? איך וואלט עם מוחל געווען דעם "ריקאלקולעיטינג" ווען איך מאך טאקע א טעות!


און ב.ד.וו. 400 דאלער איז צי סאך פאר מיר.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 17, 2012 11:45 pm

· #25386
איך האב עס געשריבן פאר ידען, ער זוכט איינס מיט אלע מעלות

זר זהב » דינסטאג יולי 17, 2012 11:50 pm

· #25390
א. קעי. -- אגב האט מיר איינער געבארגט אמאל א ביליגין תם תם וועלכער האט געווארענט בעפאר מ'איז אריין ערגעץ וואו ס'דא קאמערעס.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 18, 2012 12:02 am

· #25396
זר זהב
א. קעי. -- אגב האט מיר איינער געבארגט אמאל א ביליגין תם תם וועלכער האט געווארענט בעפאר מ'איז אריין ערגעץ וואו ס'דא קאמערעס.

יא, מיין טאם-טאם פייפט יעדע מאל איך קום נאנט צו א רעד-לייט קעמרע.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 18, 2012 12:06 am

· #25398
די נייע גארמינ'ס טוען שוין דאס זעלביגע.

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 12:08 am

· #25400
1490LMT-1450 איז פון די נייע?

Shmilly » מיטוואך יולי 18, 2012 9:37 am

· #25469
GARMIN

MAGELLEN 👍

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 18, 2012 9:48 am

· #25484
ביסטו מחולק מיט אלע מבינים. כ'הער.

נו, על טעם וריח אין להתווכח.

ידען » מיטוואך יולי 18, 2012 9:49 am

· #25486
Shmilly
GARMIN

MAGELLEN 👍

פארוואס?

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 9:53 am

· #25487
😞 דערווייל דריי איך זיך אן א GPS, איך קען נישט דעסיידן. נעכטן האב איך פיין געבלאנדזשעט לאקאל.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 18, 2012 12:43 pm

· #25651
אין א נויט קענסטו אלעמאל נוצן גוגל מאפעס, האסט עס נישט אויף דיין פאון?

kliger » מיטוואך יולי 18, 2012 2:19 pm

· #25698
וויאזוי קען מען האבן א פרי אפדעיט פון garmin

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 3:42 pm

· #25736
געפילטע פיש
אין א נויט קענסטו אלעמאל נוצן גוגל מאפעס, האסט עס נישט אויף דיין פאון?

איך האב א דאמב פאון, איך קען אבער טעקסטן צו גוגעל און זיי שיקן צוריק די וועג. נעכטן אבער האבו זיי מיר פארפירט 5 מייל אוועק על לא דבר.

Shmilly » מיטוואך יולי 18, 2012 3:44 pm

· #25738
ידען
Shmilly
GARMIN

MAGELLEN 👍

פארוואס?


איך האב א גארמין 1490. אין מיין שוואגער האט א מעגעללין אין איך בון שוין געפארען מיט ביידע


טאם טאם האט אויך זייער גיטע

Shmilly » מיטוואך יולי 18, 2012 3:45 pm

· #25739
זר זהב
געפילטע פיש
אין א נויט קענסטו אלעמאל נוצן גוגל מאפעס, האסט עס נישט אויף דיין פאון?

איך האב א דאמב פאון, איך קען אבער טעקסטן צו גוגעל און זיי שיקן צוריק די וועג. נעכטן אבער האבו זיי מיר פארפירט 5 מייל אוועק על לא דבר.



אזא פנים האט מען ווען מען ניצט גוגל טעקסט

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 3:45 pm

· #25740
גוט! צומיש מיר נאך מער...! איך קויף נישט קיין איינס! 🙄

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 3:47 pm

· #25743
Shmilly
זר זהב
געפילטע פיש
אין א נויט קענסטו אלעמאל נוצן גוגל מאפעס, האסט עס נישט אויף דיין פאון?

איך האב א דאמב פאון, איך קען אבער טעקסטן צו גוגעל און זיי שיקן צוריק די וועג. נעכטן אבער האבו זיי מיר פארפירט 5 מייל אוועק על לא דבר.



אזא פנים האט מען ווען מען ניצט גוגל טעקסט

איך נוץ עס זייער אסאך לאקאל, און ס'אייביג גוט. איך ווייס נישט פארוואס ער האט נישט געכאפט נעכטן וואו איך וויל גיין, און נאר איין לאקעישן.

Shmilly » מיטוואך יולי 18, 2012 3:47 pm

· #25746
זר זהב
גוט! צומיש מיר נאך מער...! איך קויף נישט קיין איינס! 🙄



דאס טיט טאקע די gps עס צומישט די מענטשהייט

Just joking

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 3:56 pm

· #25755
געפילטע פיש
אין א נויט קענסטו אלעמאל נוצן גוגל מאפעס, האסט עס נישט אויף דיין פאון?

גוגל מאפעס זאגט דען אינסטרוקציעס וואו צו פארן?

Shmilly » מיטוואך יולי 18, 2012 7:58 pm

· #25893
אלבערט
געפילטע פיש
אין א נויט קענסטו אלעמאל נוצן גוגל מאפעס, האסט עס נישט אויף דיין פאון?

גוגל מאפעס זאגט דען אינסטרוקציעס וואו צו פארן?



איך גלייב אז יא


ׂATLEAST ON MY IPOD IT GIVES DIRECTIONSׁ

green sunday » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:47 pm

· #28953
נאכן ארימזיכען אביסל האב איך דאס געפינען, עס האט די נייע IQ Technology קיקט אויס זייער גוט. ווער עס האט עס זאל זיך לאזן הערן

TomTom VIA 1405TM 4.3-Inch GPS with Lifetime Traffic

ידען » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:08 pm

· #28968
נייע IQ Technology

וואס איז עס?

green sunday » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:11 pm

· #28973
IQ Routes

Always take the smartest, fastest route. This exclusive technology will recommend the fastest route based on the time of day and day of the week.

ארבעט לכאורה מיט סעטעלייט

זר זהב » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:13 pm

· #28974
איך האב נאכאמאל לעצטענס געדרייווט מיט א גארמין און איך האב דעסיידעד אז נאו! א גארמין זיכער נישט, ער דרייט צופיל א קאפ.

קראנט » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:28 pm

· #28989
די חילוק אין פרייז צווישן א אלטע אין נייע מאדעל קען זיין דאפעלט, סוי איר האלט אז עס איז ווערט צו צאלען אזוויפיל מער פאר די פיטשעווקעס?

green sunday » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:45 pm

· #28998
קענס פארקויפן דיין אלטע אויף amazon or eBay אלס used אין צריקמאכן אפאר גראצער. אויף amazon איז דא א אפשען פין Trade-in. קענסט אוואדע די מעשה מיטן עושר אין ארעמאן מיטן היט והבן

green sunday » דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:14 pm

· #29015
אה, די אלטע גיטע קאסט היינט טייערער, פשוט ווייל סאיז שוין דא ווייניגער קאמפעטישן. למשל איך ניצ יעצט Garmin 265wt (ס"איז נישט די בעסטע אבער גוט) געצאלט א יאר צריק ביי סטעפלס 119.99$ היינט קאסט עס לערך $150-180,

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:23 pm

· #29020
green sunday
נאכן ארימזיכען אביסל האב איך דאס געפינען, עס האט די נייע IQ Technology קיקט אויס זייער גוט. ווער עס האט עס זאל זיך לאזן הערן

TomTom VIA 1405TM 4.3-Inch GPS with Lifetime Traffic

ס'גארנישט ניי, שוין א גוטע פאר יאר אלט, און ס'איז בעיסיקלי א פיינע מארקעטינג גימיק, איך זע נישט ס'זאל מיר געבן אנדערע רוטס ביינאכט ווי בייטאג.
די לייוו טרעפיק איז גראדע יא גוט, אבער נישט אלעמאל איז ער אפ טו דעיט.

green sunday » דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:38 pm

· #29030
געהערט פין מענטשן וואס פארן אסאך פין ק"י קיין וומ"ס איו צריק אין זאגן אז ס"איז יא גיט, שוין וועל מיר זיך מער נאכפרעגן ייש"כ.

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:01 am

· #37686
אנטשולדיג פארו רעאגירן אזוי שפעט, אבער איין זאך וויל איך זאגן, אז ווער ס’האט א ענדרויד איז געלט אין גארבידש צו קויפן א GPS, די navigation app, אויפן ענדרויד איז נישט נישע נארמאל גוט, ער האט live GPS, נישט אזויווי דער garmin רעדט דיר איין, ווען ער זאגט א געוויסע צייט ווען די גייסט אנקומען צו דיין דעסטינאציע איז 100 פראצענט אקוראט

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:14 am

· #37693
נישט יעדער האלט אזוי, גוגל האט זיך זיינע שוואכע מינוטן פונקט אזוי!

אבער אפגעזעהן פון דעם פאקט, איז עס פשוט נישט פראקטיש.
עס ציהט אסאך דאטא (דאס טוישט זיך איצט גראדע), עס האט נישט קיין וועג ווי אזוי אנצוהענגען אויפן ווינדשיעלד, בעטערי נוצט זיך אויס שנעל און מען מוז עס אנהאקן מיט א אומבאקוועמע טשארדזשער, און אינמיטן באקומסטו נאך טעלעפאן קאלס און טעקסט מעסעדזשעס, און אימעילס אדער פעיסבוק אפדעיטס פאר ווער עס האט... בקיצור, נישט אזוי פראקטיש ווי א דעדיקעיטעד GPS. גוגל מעפס איז גוט אין א פינטש, נישט ווען דו גייסט א לאנגע וועג עטליכע שעה אויפן ראוד.

green sunday » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:50 pm

· #70524
כאפטס אריין די לעצטיגע מאדאל GPS פין GARMIN פאר בלויז $107 ער האט פארקויפט אריבער 600 אין איין טאג
www.ebay.com/itm/Garmin-nuvi-2455LMT-4-3-GPS-Navigation-System-with-Lifetime-Map-and-Traffic-Upda-/321032051324?pt=GPS_Devices&hash=item4abf005a7c

האלט שוין איבער 800 כאפטס אריין

sold out 904 pc in 36 hrs

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:47 pm

· #111483
מען האט שוין לאנג נישט אפדעיטעד דא.

גארמין האט ארויסגעגעבן נייערע מאדעלן וועלכע קענען בעסער קאמפיטן מיט די סמארטפאונ'ס, דהיינו שנעלערע גרעפיקס (30 פרעימס פער סעקונדע) וואס מאכט סמאאדער די גראפיקס ווען די מאפעס דארפן זיך רוקן, אזוי אויך קלארערע סקרינ'ס.

לעצטנס נוץ איך כמעט נישט מיין GARMIN ועלכע ליגט פארשעמט באהאלטן אין מיין אויטא. נאר ווען איך פאר גאר לאנגע טריפס (כמעט נישט) מער ווי 2 שעה. מיין אנדרויד מיט גוגל מעפס איז הילפבאר, און נאך בעסער אין רוב סיטואציעס. עס נעמט אים קוים 2 סעקונדעס צו כאפן וואו איך געפין זיך (ווס. מיין גארמין וועלכע נעמט אנדערהאלבן מינוט, שרייבנדיג Acquiring satellites), די קול באשה וואס גיט דירעקציעס רעדט ווי א נארמאלע מענטש, נישט אונטער די נאז ווי מיין גארמין, בכלל רעדט עס מער מענטשליך, אנשטאט זאגן אין זירא-פוינט-פייוו מיילס, וועט גוגל זאגט א "האלבע מייל". גראדע זעה איך אז די נייערע מאדעלן פון גארמין ווערט אדווערטייזט מיט REAL VOICE, אז עס רעדט קלארער, כ'האב עס נאך נישט פרובירט. פוינטס אף אינטערעסט אין גוגל מעפס איז כמעט בלי גבול. אלעס קען מען טרעפן דארט. נאך א שטארקע מעלה פון עני סמארטפאון מער ווי די אנדערע GPS, אז מען מוז נישט וויסן גענוי די אדרעס, בערך איז אויך גוט, זיי וועלן דיר שוין "מתקן זיין" אדער געבן אן אויסוואל פון א 4-5 אדרעסן און דיר לאזן אויסוועלן וועלכע דו מיינסט.

מצד שני האט די גארמין עטליכע מעלות וואס גוגל מעפס האט נישט, צב"ש די ספיד לימיט פון רוב ראודס, און די ספיד וואס איך דרייוו, ביי עקזיטס און ביי אנדערע קאמפליצירטע ראודס, קומט ארויף אזא "עכטן בילד" פון דעם ראוד, און ווייזט קלאר וואו צו גיין (זעה בילד)

📎 SL1500_.jpg

און בכלל ווי שוין דערמאנט אויבן, האט עס א מאונט מען קען עס אראפשטעלן אויף א געהעריגן אופן, און עס האט אויך א פלאג אריינצושטעקן אז די באטערי זאל זיך נישט אויסנוצן. אסאך גארמינס פארמאגן אויך די "טרעפיק אפדעיטס" (וועלכע מיינס האט נישט).

אויף מיין ווערייזאן פאון קומט אויך אינסטולירט "VZ Navigator", דאס איז ווערייזאנס אייגענע GPS APP, וועלכע קאסט א דאלער פאר 24 שעה, אדער 5 דאלער א חודש. אין די רעוויואס טוען אלע דאס בעשן און לאכן דערפון, פארוואס זאל איימיצער צאלן געלט פאר א זאך וואס גוגל שטעלט צו גענצליך אומזיסט. איך האב געצאלט דעם דאלער פאר 24 שעה, עס אויסצופרובירן. נאכן נוצן אפאר שעה, האלט איך אז אויב איינער נוצט דעם סמארטפאון פאר א GPS אפט, קען זיך לוינען די ווערייזאן APP. עס האט עטליכע שטארקע מעלות איבער גוגל'ס APP, כמעט אלע מעלות פון ביידע. קודם כל האט עס גוטע און גאנץ אקוראט טרעפיק רעפארטס, נאכדעם האט עס אויך די הערליכע VIEW ביי יעדע עקזיט פונקט ווי די דעדיקעיטעד GPS דעווייסעס, און נאך פיל שענער ווי זיי, אויך האט עס די ספיד לימיט און דעם דרייווערס ספיד, גענוי ווי די אנדערע GPS, און גוגל מעפס האט עס נישט, עס ווייזט אויך דעם וועטער (5-טאג פארקעסט) פאר די פלאץ וואו דו דרייווסט, ווי אויך לאקאלע עווענטס און מאוויס (רח"ל). דער מאן וואס רעדט (פרוי איז אפשיאנעל) איז אויך זייער קלאר און פארשטענדליך.

📎 VZN-landscape.jpg

ווען איך נוץ מיין סמארטפאון פאר א GPS, טו איך סטריעמען די פאון צו די בלוטוט פון מיין קאר, אזוי הער איך די אינסטרוקציעס הויך און קלאר, ממש א מחיה, פונקט ווי די בילט-אין GPS אין אסאך קארס.

משולם שטיינפעלד » פרייטאג מאי 3, 2013 12:26 am

· #111501
יישר כח.

וואס געשעהט ווען מען נוצט די ווערייזאן עפפ, און איינער רופט אריין. דאס איז די הויפט חסרון פון די דזשיפיעס טעלעפאנען, ווייל ווען איינער רופט אריין האט מען נישט דעם גי פי עס

זר זהב » פרייטאג מאי 3, 2013 12:37 am

· #111505
משולם שטיינפעלד
יישר כח.

ס'דא א לייק קנעפעל אויך
בלאט: 1 2