גוגל נייעס 116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2840
נישט נאר טימאביל, נאר אלע קעריערס מאכן זיי שוין נאך (חוץ אפשר ספרינט). אבער דער פראבלעם ווערט נאר ערגער דערמיט, ווייל זיי טשארדזשן צו "עקסטער" געלט פאר די פאון. כ'האב נישט יעצט די צייט צו שרייבן אן אריכות, אבער עס איז וויכטיג נישט צו פאלן פאר דעם. אפשר שפעטער וועל איך ברענגען אפאר לינקס וואס צייגן דיר אן דעם גניבה-שטיק אונטער די סארט פלענער.
אלע קעריערס, אריינגערעכנט ספרינט, אפפערן שוין היינט א פרי-פעיד, אדער פעי עז יו גאו, פלאן. ס'איז אין דיינע הענט אויב דו ווילסט קויפן דיין אייגענע פאון און צאלן ווייניגער חודש'ליך, אדער צאלן מער און באקומען א נייע פאון בחינם יעדע צוויי יאר.
גוגל האט אקארשט מוסיף נופח געווען מיט א נייע אנדרויד ווערזשאן ריליעס, 4.4, גערופן "קיט-קאט" (KitKat).
עס האט נישט עפעס עקסטערע פיטשערס, אבער זיי פארדרייען גענוג זאכן און מאכן פשוט'ע פונקציעס שווערער אז איך זאל מיך ווייטער עסן דאס געזונט מיט זיי.
בשעת עפל'ס iOs איז גרינג אפילו פאר א תינוק בן יומו, און אפילו מייקראסאפט'ס טעלעפאנען זענען גרינג און געשמאק צום באנוץ, ווערט אנדרויד מער און מער קאמפליצירט מיט יעדן נייען ריליעס.
צווישן עטליכע רעוויואס,
האב איך דא געלייענט דעם מערסטן קאמפרעהענסיוו איבערזיכט מיט אסאך דעטאלן וואס אנדערע באצייכענען נישט.
(זאג, שמעקעדיג! ווען גייסטו ענדיגן קאמפלעינען?)
זיי צופרידן אז דו ביזט צומישט, נאכן ווארטן מיט שפאנונג אויפן אפדעיט פאר מיין טעבלעט זעה איך נישט קיין שום חידושים, אויסער אפאר אייקאנס געטוישט.
שמעקעדיג, וואס פונקטליך באדערט דיר?
דאס איז נייעס וועגן גוגל, נישט "גוגל נייעס", אבער כ'האב נישט געטראפן ווי צו שטעלן, גוגל איז מודה אז די גאווערמענט פארלאנגט פון זיי אראפצונעמען אינפארמאציע וואס זיי האלטן אז עס איז נישט פאסיג ארויפצולייגן, בעיקר פאליטישע אינפארמאציע וואס זיי ווילן נישט עס זאל פארשפרייט ווערן. און מיר האבן געמיינט אז אמעריקע איז נישט כינע. http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2428611,00.asp
וויפיל מאל האט איר שוין געהאט אז איר עפנט ביינאכט ווען יעדער שלאפט למשל 10 טעבס אין אייער בראוזער, און פלוצלינג הערט איר שפילן הויך עפעס א עדווערטייזמענט, און איר פרובירט מיט אנגסט שנעל אפירזוכן וועלכע טעב/זייטל זינגט, ווי קען מען עס פארלעשן...? אזוי אויך זענען פאראן סייטס וועלכע צינדן אן אייער "וועב-קעם" אן ערלויבעניש און ביז איר כאפט זיך האט איר שוין דערווייל אויסגעטרינקען אראנזש דזשוס פון א באטל ווייל איר האט געמיינט אז קיינער זעהט נישט.. גוגל קראום האט אין זייער נייעם אפדעיט געארבעט צו פארמיידן די מכשולות עצומות. http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2429570,00.asp
געפילטע פיש שמעקעדיג, וואס פונקטליך באדערט דיר?
די גרעסטע פראבלעם דערווייל, מען קען נישט סעלעקטן עטליכע טעקסט מעסעדזשעס און דערנאך פארמעקן אלעס אויף אמאל (Batch select, Multiple select), מען מוז אויסמעקן יעדע איינע באזונדער.
יעצט קום מיר נישט ענטפערן אז עס איז פאראן געוויסע WORK-AROUNDS, נישט דאס זוך איך, עס האט געארבעט פיין און וואויל ביז דעם קיט.קאט.אפגרעיד, און גוגל ימ"ש האט עס פראסט און פשוט אפגע'הרג'עט, פאר וואטעווער ריעזאן (למשל כדי מען זאל נוצן זייער הענגאוטס)
אינטערעסאנט! ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן צו פארמעקן א טעקסט מעסעדזש... Am I missing out in life?
זיכער! דו באקומסט נישט אזעלכע זאפטיגע מעסעדזשעס וואס מען זאל ברויכן פארמעקן דערנאך.... חחחחח.......
גוגל האט אפגעקויפט די פיפטע קאמפני פון ארץ ישראל,
דאסמאל איז עס א סאפטהעיר מיטען נאמען SlickLogin וואס מען גייט נאר דארפען צולייגען די סעלפאון צום קאמפיוטער און עס גייט זיך אריינלאגען פון זיך אליינס!!
http://www.israelhayom.com/site/newslet ... 15533&hp=1
גוגל מעפס מאביל אפדעטע האט אפאר גוטע נייע זאכן. אויכעט דעסקטאפ קען זען סריטוויוא פריערדיגע יארן.
ווי קען מען טרעפן די פיקטשערס אויף די נייע גוגל מעפס ?
ווען מען לייגט אריין קים יאנג אן ביי גוגל קומט ארויף א צושמירטע בילד פון אבאמע!!!
א יונגע סערגי ברין האלט א דרשה ביי א טעק קאנפרענץ אין ניו יארק מיט פערצן יאר צוריק, וואטשט דעם ווידיא, און דערמאנט אייך אין די אלטע פארגעשריטענע WAP בראוזערס אויף די פאונס. קוק וויאזוי די וועלט האט זיך געטוישט אין קורצע פערצן יאר, וויאזוי וועלן מיר אויסזען פערצן יאר ארום?
www.wired.com/2014/05/brin-mobile-2000/ VIDEO
גוגל גייט ארויף שיסען סעטעלייטס http://www.technologyreview.com/news/52 ... satellite/
דער אנדרויד אינטערפעיס/דעזיין וועט ווערן אפדעיטעד. זיי רופן עס אנדרויד L http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=14254 http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=14253
גוגל מעפס לייגט צו אן "עקספלאור" פונקציע צו זייער עפפ. http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=14368
געוואלדיג. מ'דארף אבער אפדעיטעטן די עפפ.
נייע פאון מיט מער RAM
נישט קײן נײעס אבער דאך גוגל. דא איז א לינק מיט 25 טריקס אדער שארטקאטס װען מען נוצט גוגל שנעלער אן צוקומען צו װאס מען זוכט מיט מער פונקליך אינפארמאציע. http://bgr.com/2014/08/13/top-25-google ... ps-tricks/
כ'ווייס נישט צי ס'איז גוגל נייעס אדער ענדרויד נייעס, אבער מאטאראלע פאר ווערייזאן האבן היינט אנאנסירט א מעכטיגן ענדרויד פאון אשר כמוהו לא נהי' עד הנה, די ספעקס שטייגן איבער יעדן פאון וואס איז נאר געווען ביז היינט, די שארפסטע סקרין מיט די מערסטע PPI, די שנעלסטע פראסעסאר און די מערסטע מעמארי, 21 פיקסל קעמערע, א גרויסן בעטערי, עס רופט זיך 'דראויד טארבא'.
פאר מער דרוקט 2, אדער דעם לינק דא
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2471113,00.asp
וועט עס זיין אזוי ביליג ווי די אנדערע מאטאראלע פאונס, אדער וועלן זיי טשארדזשען אזויווי די ביג בויס?
זיי שרייבן דארט ווי פאלגענד: The 32GB Droid Turbo will cost $199.99 with contract and the 64GB model will cost $249.99, both available starting Oct. 30
גוגל האט צוגעלייגט שעירינג און קאלאביראציע אפציעס צו זייער נאוט סערוויס גוגל קיפ. יעי!
שמעקעדיג כ'ווייס נישט צי ס'איז גוגל נייעס אדער ענדרויד נייעס, אבער מאטאראלע פאר ווערייזאן האבן היינט אנאנסירט א מעכטיגן ענדרויד פאון אשר כמוהו לא נהי' עד הנה, די ספעקס שטייגן איבער יעדן פאון וואס איז נאר געווען ביז היינט, די שארפסטע סקרין מיט די מערסטע PPI, די שנעלסטע פראסעסאר און די מערסטע מעמארי, 21 פיקסל קעמערע, א גרויסן בעטערי, עס רופט זיך 'דראויד טארבא'.
פאר מער דרוקט 2, אדער דעם לינק דא
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2471113,00.asp
נאר מיט ווערייזאן?
געפילטע פיש גוגל האט צוגעלייגט שעירינג און קאלאביראציע אפציעס צו זייער נאוט סערוויס גוגל קיפ. יעי!
כאב שוין געזעהן sharing זייער לאנג צוריק
וואס איז קאלעבאראציע?
ידען געפילטע פיש גוגל האט צוגעלייגט שעירינג און קאלאביראציע אפציעס צו זייער נאוט סערוויס גוגל קיפ. יעי!
כאב שוין געזעהן sharing זייער לאנג צוריק
וואס איז קאלעבאראציע?
אז צוויי מענטשען קענען צולייגן און עדיטן די זעלבע נאוט.
נאך ואס גוגל מעפס האט שוין אין א פאר פארלעמענטס און אנדערע גאווערמענט בילדינגס סטריט וויאו, ווי מען קען ממש ארימשפאצירן דארט אויפן קאמפיוטער, https://www.google.com/maps/views/stree ... nces?gl=us האט היינט גוגל אין מדינת ישראל געמאלדן אז מען קען שוין ארימשפאצירן אין א גרויס חלק פונעם כנסת, עס איז זייער אינטרעסאנט פאר די וואס קענען די פלאץ, מען קען זעהן די מליאה פון די פלאץ פונעם יושב ראש הכנסת, און נאך, https://www.google.com/maps/views/view/ ... 76&fovy=75
גוגל האט פארעפנטליכט די טאפ-10 זוכענישן אויפן גוגל וועבסייט פונעם פארגאנגענעם יאר, 2014.

📎 451733-google-global-top-trending-searches-2014.jpg
נאר ביי מיר איז גוגל.קאמ געווען דאון פאר עטליכע מינוט?
📎 google.JPG
ארבייט פיין ביי מיר.
גוגלס פיר פיסיגע ראבאטס Forbes Now: Meet Another, Slightly Less Scary Robot From Google - This One's A Puppy. http://google.com/newsstand/s/CBIwoNaikBI
YouTube Red דאס איז די נייע אפפער פון גוגל. עס וועט קאסטן 10 דאלער א חודש פאר א סובסקריפשאן, דאס וועט האבן 2 מעלות איבער די רעגולער יוטאב, איינס אז נישטא מער קיין עדס (wow), והשנית אז מען וועט קענען זען געוויסע מאוויס נאר אוועילעבל פאר סובסקרייבער.
Re: גוגל נייעס
petergrifin נישט קײן נײעס אבער דאך גוגל. דא איז א לינק מיט 25 טריקס אדער שארטקאטס װען מען נוצט גוגל שנעלער אן צוקומען צו װאס מען זוכט מיט מער פונקליך אינפארמאציע. http://bgr.com/2014/08/13/top-25-google ... ps-tricks/
ייש"כ זייער ניצבאר. מ'דארף דאס איינחזרן פון קינדווייז אהן אז עס זאל זיין כמונח בקופסא
ביי מיר איז קיינמאל נישט פאראן עדס אויף יוטוב, ווי ארבעט דאס?
יעדער קען האבן אלעס אן קיין קאומערשילעס פאר בחנם דורך צוטשעפענען דעם בראוזער צו
Adblock Plus ארבעט א מחי׳ ביי מיר און ס׳בלאקירט אלעס אן א אויסנאם!
https://adblockplus.org/

מען ברויך ניצן זייער
בראוזער וואט דע *** טוט גוגל מיט יוטוב? איך גיב עס צוויי דריי חדשים ביז זיי גייען אנפאנגען סקרוען די געווענליכע יוטוב באנוצער. עדווערטייזמענטס גייען זיך יערן און מערן, קאנטענט גייט אנפאנגען צו פארשוואונדן פון יוטוב רעכטס און לינקס. מער ווייניגער טוען זיי ארויפצווינגן א טי.טי.פי. אויף זייערע אומזיסטע באנוצער. 😠 איך מיין אז זיי זענען שוין ווייט צו גרויס און אראגאנט, זיי דארפן זיך אויפברעכן אויף קלענערע קאמפעניס.
Alphabet plans analytics platform to help cities solve traffic problems http://www.pcworld.com/article/3045676/ ... blems.html
YouTube Launches Live 360-Degree Video Streaming http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=17558
גוגל אסיסטענט
גוגל איז גארנישט ציפרידן געווען מיט GOOGLE NOW זיי ארבייטן אויף א נייע סיסטעים וואס הייס GOOGLE ASSISTANT
די חילוק איז אז למשל 'גוגל איצט' קען מען פרעיגן ווי קען איך קויפן א פיצא, דאן אויב וויל איך וויסן וויפיל קאסט עס דאן איז עס א נייע סערטש, משא"כ ביי גוגל אסיסטענט קען מען שפינען די קשיא ווייטער און וועט מיט האלטן דעם שמיעס פערפעקט, און דעריבער איז דאס י פיוטשער.
איי וועט איר פרעיגן ווי עס, איך ברויך דאס ריידע וועי האבן, אויף דעם וועט מען מיזן זאגן כאפ נישט קיין הייסע לאקשען, אפילו עקעדיגע לאקשען כאפ נישט, עס איז שוין דא, אבער מען קען דאס נישט האבן נאר אויב מען דאון לאודעט די גענצלעך נייע עפפ וואס גוגל האט רעליעסט וואס גייט בייקומען אלע מעסענדזשער סערוויסעס ווי צב"ש די טריפענע וואצעפ און טעלעגראם ועוד עפל'ס איי מעסעדזש. די נייע עפפ הייסט
Google Allo דאס איז א גאר קליגע מעסעדזשינג סערוויס וואס די ערשטע קאנעקשן איז @google און דאס איז דער פערזענלעכער שמש, וואס קען דער שמש אדער גבאי, ווי איינער זאגט א וויץ דיין פערסענעל משה גבאי (חחח אין קעיס איר כאפט נישט די וויץ) מען זאגט דעם שמש פליז וועק מיך אויף פירע פארטאגס, גייט ער אריין צים אלארם עפפ און שטעלט אייך אן די אלארם, אזוי קען מען אים זאגן אלעס און אייביג, ווי למשל ס'טיצעך עפעס נייעס, אויפן ארט קומט אריין אלא נייעס וואס עס טוט זיך אויפן געוועב, ווען קומט ארויס דער וועקער, ענטפער, איך בין דיין גבאי נישט אנאנים'ס. און עס איז אויך עוועילעבל אויף די עפלעך דיווייסעס. דערווייל איז עס נאך נישטא אויפן דעסקטאפ, גיי ווייס פארוואס נישט.
די גוגל אסיסטענט וועעט זיכער זיין א סטענד אלאן עפפ בקרוב, אבער היות עס איז נאך דערווייל אין בעיטע איז עס נאר אזא סניק פיק ווי מען ריפט דאס.
The difference between Google Now and Google Assistant https://www.cnet.com/how-to/the-differe ... assistant/
אין אנדערע נייעס האט גוגל אויך ערצייגט 2 נייע טעלעפאנען - עס גייט הייסן "פיקסעל" אנשטאט 'נעקסוס' - און די חידוש איז אז זיי ערצייגן אליינס די הארדווער, גענוי ווי עפל - נישט ווי ביז איצט וואס זיי פלעגן אוט-סאורסן זייערע פראדוקציע צו א דריטע פארטי, ווי עסוס, מאטאראלע, וכדו'. גוגל פארלאנגט טאפ דאלער פאר די נייע פאונס, זיי זאגן אז די פאונס איז גארנישט אונטערשטעליג פונעם נייעם אייפאון, און עס פארמאגט אויסגעצייכענטע הארדווער און א גאר קלארע קעמערע מיט גוטע בילדער אפילו פון דער טונקל. דער פאון וועט זיין די ערשטע צו ענטהאלטן די נייע "גוגל אסיסטענט" הנזכר לעיל.
אבער פארוואס אים גא-ץ ווילן האבן זיי נישט פארגינען די SD קארטל, חבל.
זעהט אויס זיי האבן גא-ץ צו טון זאכן אנדערש ווי דער מיינינג פונעם המון עם 😉
לענ"ד נראה אז די SD קארד איז א שטער פאר געוויסע ביזנעסער, און זיי האבן זיך דא אריינגעמישט.